אנליין/קלאוד בעקאפ סערוויסעס

די אחראים: זייער נייגעריג, אחראי, thefact

אוועטאר
Silent
שר חמישים ומאתים
תגובות: 442
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 03, 2013 11:41 am

תגובהדורך Silent » פרייטאג נובעמבער 25, 2016 9:49 am

אנלימידעט סטארעדזש און אפסייט בעקאפ דאכצעך האט נאר קרעש פלען,
ס׳האט די אפשען צו קעפן די נעטווארק ספיד, אבער זיי האבן מער נישט די ריסטאר טא דאר סערוויס

יאנקל
שר חמש מאות
תגובות: 681
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 18, 2015 11:25 am

תגובהדורך יאנקל » פרייטאג נובעמבער 25, 2016 10:04 am

[quote="Silent"]Crash Plan
מעלות
אנלימיטעד סטארידזש
ביליגער קאמפערט צו אנדרע
פרי ווירזשאן פאר לאקאל און אפסייט
ענקריפשאן אויסוואל
מען קען בעקאפן סיי צו א לאקעל דרייו ווי אויך אפסייט, און קלאוד
גוטע סעטינגס אויסוואל

חסרונות
קען נישט בעקאפן צו א נעטווארק לאקעישאן (אויסער אז מען מאונט עס)
קענסט אביסל מסביר זיין וואס דאס מיינט ?
לעצט פאראכטן דורך יאנקל אום פרייטאג נובעמבער 25, 2016 10:12 am, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.

יאנקל
שר חמש מאות
תגובות: 681
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 18, 2015 11:25 am

תגובהדורך יאנקל » פרייטאג נובעמבער 25, 2016 10:05 am

און וואס מיינט דאס די נעטווארק ספיד ?

יאנקל
שר חמש מאות
תגובות: 681
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 18, 2015 11:25 am

תגובהדורך יאנקל » פרייטאג נובעמבער 25, 2016 10:10 am

איך ניצט יעצט איי דרייוו, עס האט זייער א שטארקע חסרון אז א יעדער איינער וואס האט אינסטאלט איי דרייוו אויף זיין קאמפיוטער, קען האבן צוטריט צו א צווייטענס פייל, און מען קען נישט לייגן א פעסווארד

משנה מקום
שר שלשת אלפים
תגובות: 3504
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג מאי 14, 2010 4:13 pm
לאקאציע: משנה מקום יעדע שטיק צייט

תגובהדורך משנה מקום » פרייטאג נובעמבער 25, 2016 10:22 am

Silent האט געשריבן:אנלימידעט סטארעדזש און אפסייט בעקאפ דאכצעך האט נאר קרעש פלען,
ס׳האט די אפשען צו קעפן די נעטווארק ספיד, אבער זיי האבן מער נישט די ריסטאר טא דאר סערוויס

אפסייט בעקאפ האט איי דרייוו יא
און קעפען האב איך נישט געמיינט אז דו זאלסט קעפען איך האב געמיינט צו זאגען אז בשעת די ריסטאור נאך א דיזעסטער איז דא קאמפעניס וואס קעפען די ספיד און דו קענסט נישט שנעל דאונלאודען דיינע פיילס סאו בעסיקלי מען שפארט זיך אפאר דאולער אבער ווען עס קומט למעשה

משנה מקום
שר שלשת אלפים
תגובות: 3504
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג מאי 14, 2010 4:13 pm
לאקאציע: משנה מקום יעדע שטיק צייט

תגובהדורך משנה מקום » פרייטאג נובעמבער 25, 2016 10:25 am

יאנקל האט געשריבן:איך ניצט יעצט איי דרייוו, עס האט זייער א שטארקע חסרון אז א יעדער איינער וואס האט אינסטאלט איי דרייוו אויף זיין קאמפיוטער, קען האבן צוטריט צו א צווייטענס פייל, און מען קען נישט לייגן א פעסווארד

וואס רעדסטו אויב מען נוצט די זעלבע אקאונט?
אויב יא פארוואס זאלען זיי עס מאכען אנדערש?

יאנקל
שר חמש מאות
תגובות: 681
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 18, 2015 11:25 am

תגובהדורך יאנקל » פרייטאג נובעמבער 25, 2016 10:41 am

משנה מקום האט געשריבן:
יאנקל האט געשריבן:איך ניצט יעצט איי דרייוו, עס האט זייער א שטארקע חסרון אז א יעדער איינער וואס האט אינסטאלט איי דרייוו אויף זיין קאמפיוטער, קען האבן צוטריט צו א צווייטענס פייל, און מען קען נישט לייגן א פעסווארד

וואס רעדסטו אויב מען נוצט די זעלבע אקאונט?
אויב יא פארוואס זאלען זיי עס מאכען אנדערש?

ווייל אויב דו האס א אפיס מיט 5 קאמפיוטערס מיט א סערווער און די אינסטאלסט אויף אלע איי דרייוו האט א יעדער איינער צוטריט צו א צווייטענס פיילס (קאמפיוטער).

משנה מקום
שר שלשת אלפים
תגובות: 3504
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג מאי 14, 2010 4:13 pm
לאקאציע: משנה מקום יעדע שטיק צייט

תגובהדורך משנה מקום » פרייטאג נובעמבער 25, 2016 10:49 am

וואס איך טוה נארמאל (עס איז דא אויסנאמען ) פאר אפאר סיבות אז יעדער איינער האט די פיילס אויפען סערווער און איך בעק נאר אויף די סערווער

יאנקל
שר חמש מאות
תגובות: 681
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 18, 2015 11:25 am

תגובהדורך יאנקל » פרייטאג נובעמבער 25, 2016 10:49 am

איך בין שטיקל ע"ה
קען מען מסביר זיין וואס איז דאס אפסייט ?
און וואס מיינט בעקאפן צו נעטווארק לאקעשאן?

יאנקל
שר חמש מאות
תגובות: 681
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 18, 2015 11:25 am

תגובהדורך יאנקל » פרייטאג נובעמבער 25, 2016 10:51 am

משנה מקום האט געשריבן:וואס איך טוה נארמאל (עס איז דא אויסנאמען ) פאר אפאר סיבות אז יעדער איינער האט די פיילס אויפען סערווער און איך בעק נאר אויף די סערווער

קיין איין קאמפעני האט נישט דעים אפשען צו האבן א פעסווארד אויף יעדעס קאמפיוטער ?

אוועטאר
עין טובה
שר שלשת אלפים
תגובות: 3637
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג נובעמבער 27, 2014 9:46 pm
לאקאציע: 127.0.0.1
פארבינד זיך:

תגובהדורך עין טובה » פרייטאג נובעמבער 25, 2016 11:11 am

אזוי ווי משנה זאגט, די נארמאלע וועג איז אז יעדער סעיווט אלע פיילס אויף איין סערווער אין די בעקאפ ווערט געמאכט נאר אויפן סערווער

אוועטאר
Silent
שר חמישים ומאתים
תגובות: 442
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 03, 2013 11:41 am

תגובהדורך Silent » פרייטאג נובעמבער 25, 2016 11:49 am

יאנקל האט געשריבן:איך בין שטיקל ע"ה
קען מען מסביר זיין וואס איז דאס אפסייט ?
און וואס מיינט בעקאפן צו נעטווארק לאקעשאן?

אין קורצן,
אפסייט (offsite) מיינט אז ווען די האסט צוויי לאקעשענס קענסטו האלטן די בעקאפ פיילס אין די צווייטע לאקעשאן און נישט ביי די בעקאפ קאמפאני (קלאוד).
נעטווארק מיינט אין די זעלבע לאקעשאן אבער אויף א סטארעדזש וואס איז נישט קאנעקטעט צום קאמפיוטער מיט א USB למשל, נאר דורך די נעטווארק.
מאונטען א נעטווארק דרייוו, איז אז פאר די קאמפיוטער זאל זיך דאכטן כאילו עס איז א הארד דרייוו קאנעקטעד (נישט אויסמישען מיט מעפ'ן א דרייוו וואס איז בלויז א שארטקאט, פילייכט מיט א לעטטער)

אוועטאר
Silent
שר חמישים ומאתים
תגובות: 442
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 03, 2013 11:41 am

תגובהדורך Silent » פרייטאג נובעמבער 25, 2016 11:50 am

עין טובה האט געשריבן:אזוי ווי משנה זאגט, די נארמאלע וועג איז אז יעדער סעיווט אלע פיילס אויף איין סערווער אין די בעקאפ ווערט געמאכט נאר אויפן סערווער

ריכטיג, פארדעם קוק איך נישט אן קרעש פלען'ס פעי פער דיווייס א חסרון

יאנקל
שר חמש מאות
תגובות: 681
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 18, 2015 11:25 am

תגובהדורך יאנקל » דאנארשטאג דעצמבער 29, 2016 10:11 am

וואס טוט זיך מיט די אלע קלאוד בעקאפ, דארף מען נישט מורא האבן פון העקרס אדער פון יענע חברה ?

מומחה עצום

תגובהדורך מומחה עצום » דאנארשטאג דעצמבער 29, 2016 12:14 pm

ביי די גרויסע קאמפעניס איז עס ענדערש דיין פעסווארד וואס קען מעגליך געהעקט ווערן (סקעם, phishing וכו'), ווי דאס אז די קאמפעני אליין וועט האבן א פראבלעם.

ןןי געזאגט, איז בעסער נישט צו לייגן פריוואטע זאכן אנליין. די קלאוד בעקאפ איז גוט פאר מוזיק, בילדער און ווידיאס... סענסעטיווע אינפארמאציע זאל בלייבן ביי דיר.

יאנקל
שר חמש מאות
תגובות: 681
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 18, 2015 11:25 am

תגובהדורך יאנקל » דאנארשטאג דעצמבער 29, 2016 12:24 pm

מומחה עצום האט געשריבן:ביי די גרויסע קאמפעניס איז עס ענדערש דיין פעסווארד וואס קען מעגליך געהעקט ווערן (סקעם, phishing וכו'), ווי דאס אז די קאמפעני אליין וועט האבן א פראבלעם.

ןןי געזאגט, איז בעסער נישט צו לייגן פריוואטע זאכן אנליין. די קלאוד בעקאפ איז גוט פאר מוזיק, בילדער און ווידיאס... סענסעטיווע אינפארמאציע זאל בלייבן ביי דיר.


דעמאלטס ווי אזוי קען איך מאכן א בעקאפ אויף סענסעטיווע אינפארמאציע ?

אוועטאר
עין טובה
שר שלשת אלפים
תגובות: 3637
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג נובעמבער 27, 2014 9:46 pm
לאקאציע: 127.0.0.1
פארבינד זיך:

תגובהדורך עין טובה » דאנארשטאג דעצמבער 29, 2016 12:25 pm

דאס מאל בין איך מחולק מיט מומחה... איינמאל א טאג מאך א בעקאפ ביי דיר פון אלע סענסעטיווע אינפארמאציע, און איינמאל א וואך\חודש מאך א בעקאפ אין אן אנדערע לאקאציע. אויב האסטו נאר איין לאקאציע דאן מאך עס "קלאוד"

יאנקל
שר חמש מאות
תגובות: 681
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 18, 2015 11:25 am

תגובהדורך יאנקל » דאנארשטאג דעצמבער 29, 2016 12:30 pm

עין טובה האט געשריבן:דאס מאל בין איך מחולק מיט מומחה... איינמאל א טאג מאך א בעקאפ ביי דיר פון אלע סענסעטיווע אינפארמאציע, און איינמאל א וואך\חודש מאך א בעקאפ אין אן אנדערע לאקאציע. אויב האסטו נאר איין לאקאציע דאן מאך עס "קלאוד"

סך הכל מומחה האלט אז סענסעטיווע אינפארמאציע נישט אויף קלאוד און עין טובה האלט אז עס נישט קיין פראבלעים

ווי אזוי קען איך אויףסעטן אויף א אנדערע לאקאציע, עטס קענסט מיר געבן אנווייזונגען ?

אוועטאר
עין טובה
שר שלשת אלפים
תגובות: 3637
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג נובעמבער 27, 2014 9:46 pm
לאקאציע: 127.0.0.1
פארבינד זיך:

תגובהדורך עין טובה » דאנארשטאג דעצמבער 29, 2016 12:32 pm

איר האט אן אנדערע לאקאציע?

--
איך זאג נישט אז ס'איז נישט קיין פראבלעם, איך זאג אז די שאדן פון פארלירן די דאטא שטייגט עטוואס איבער.

יאנקל
שר חמש מאות
תגובות: 681
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 18, 2015 11:25 am

תגובהדורך יאנקל » דאנארשטאג דעצמבער 29, 2016 12:36 pm

איך האב ביזדערווייל עפעס אויף קלאוד אבער איך טראכט פון א לאקאציע אויך, קענסט מיר אפשר אנווייזן ווי אזוי מען טוט דאס ?

Surface
שר חמישים ומאתים
תגובות: 420
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוקטובער 14, 2013 10:29 pm

וועלכע פיילס צו בעקאפ'ן?

תגובהדורך Surface » מיטוואך אוגוסט 16, 2017 4:27 pm

ווען איך וויל אנשטעלן א בעקאפ (מאזי, נארטאן וכו'), איז אויך וויכטיג צו בעקאפ'ן די Program Files, App Data וכדו' אדער איז גענוג נאר די דאקומענטס?
נאך אפאר עקזעמפלס:
Intuit, whole QB or just company file
MSSQLSERVER, the whole management studio or just the DB and log files
Visual Studio program itself or just project files

אויב זאל איך אינקלודן אינעם בעקאפ די פראגרעם פיילס איז עס א געוואלד מיט פלאץ.

עני אדווייס?

מומחה עצום

תגובהדורך מומחה עצום » מיטוואך אוגוסט 16, 2017 8:11 pm

נישט קלאר, דו רעדסט פון אנליין אדער אפליין? אויב אנליין דאן איז די ערשטע בעקאפ אסאך דאטא, אבער די פראגרעם פיילס און App Data טוישן זיך נישט אזוי אפט, די נאכאנאנדע בעקאפס זענען נאר פון די טוישונגען.

קלאר אויס פון וואספארא סארט בעקאפ דו רעדסט

אוועטאר
קאמפיוטער עקספערט
שר האלף
תגובות: 1871
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 18, 2016 8:42 am

תגובהדורך קאמפיוטער עקספערט » מיטוואך אוגוסט 16, 2017 10:05 pm

Surface האט געשריבן:ווען איך וויל אנשטעלן א בעקאפ (מאזי, נארטאן וכו'), איז אויך וויכטיג צו בעקאפ'ן די Program Files, App Data וכדו' אדער איז גענוג נאר די דאקומענטס?
program files איז כמעט נישט דא קיין פאל ווען א בעקאפ זאל דיך העלפען (איך רעד דווקא פון א בעקאפ נישט קיין אימעדזש ווייל איך זעה דו רעדסט פון מאזי און אזעלכע פשוטע אנליין בעקאפס) app data די גאנצע זיכער נישט אבער עס קען דארט אמאל זיין וויכטיגע זאכען למשל אימעלס
נאך אפאר עקזעמפלס:
Intuit, whole QB or just company file
נאר קאמפעני פייל און דיינע לאוגאס וכו' פון די פיילס וואס געהערט צו די פראגרעם האסטו גארנישט פון
MSSQLSERVER, the whole management studio or just the DB and log files
כנ"ל
Visual Studio program itself or just project files
כנ"ל (אגב פארדעם איז דאך דא ווערשען קאונטראל
אויב זאל איך אינקלודן אינעם בעקאפ די פראגרעם פיילס איז עס א געוואלד מיט פלאץ.

עני אדווייס?
נוצען טריזייס אדער א ענדליכע פראגרעם דאס מאכט זייער גרינג צו טרעפען די דעיטע וואס דו האסט אבער דו דארפסט נאך אלס קענען דיינע פיילס און דיינע פראגרמס צו וויסען וואס דו דארפסט און אויף וואס עס וועט העלפען א בעקאפ
The best thing about a Boolean is even if you are wrong, you are only off by a bit

Surface
שר חמישים ומאתים
תגובות: 420
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוקטובער 14, 2013 10:29 pm

תגובהדורך Surface » דאנארשטאג אוגוסט 17, 2017 12:16 pm

כ'רעד פון נארטאן אנליין בעקאפ.
ש'כח מומחה און עקספערט.

מומחה עצום

תגובהדורך מומחה עצום » זונטאג אוגוסט 27, 2017 12:06 pm

קרעשפלען האט געמאלדן אז זיי גייען ארויס פון די היים און פערזענליכע-קאמפיוטער בעקאפ ביזנעס, פון אקטאבער 22, 2018 וועלן זיי נאר סערווירן גרעסערע ביזנעסער און אויך פאר א דאפעלטן פרייז.

די בעסטע סערוויס היינט נאך קרעשפלען איז Backblaze


צוריק צו “הארדווער, פראגרעמס, און פארשידענס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 3 געסט