דראפבאקס - Dropbox

די אחראים: זייער נייגעריג, אחראי, thefact

אזוי צו אזוי
שר מאה
תגובות: 183
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 23, 2012 3:45 pm

תגובהדורך אזוי צו אזוי » דאנארשטאג ינואר 29, 2015 8:22 pm

איך וויל דראפבאקסן מיין גאנצע סערווער, אבער אויב וועל איך טוישן די לאקעישן פון דעם מעין פאלדער אריין אין די דראפ באקס פאלדער, וועט מיין גאנצע נעטווארק גיין פייפן, איך וועל מוזן טוישן די פייל לאקעישן אויף יעדען קאמפיוטער.

איז דא א וועג צו מאכן מיין מעיןו פאלדער פאר די דראפ באקס פאלדער?

אוועטאר
קנאפער ידען
שר שמונת אלפים
תגובות: 8999
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 06, 2013 10:06 pm
לאקאציע: אין דער וואקאציע הויז
פארבינד זיך:

תגובהדורך קנאפער ידען » דאנארשטאג ינואר 29, 2015 8:24 pm

אזוי צו אזוי האט געשריבן:איך וויל דראפבאקסן מיין גאנצע סערווער, אבער אויב וועל איך טוישן די לאקעישן פון דעם מעין פאלדער אריין אין די דראפ באקס פאלדער, וועט מיין גאנצע נעטווארק גיין פייפן, איך וועל מוזן טוישן די פייל לאקעישן אויף יעדען קאמפיוטער.

איז דא א וועג צו מאכן מיין מעיןו פאלדער פאר די דראפ באקס פאלדער?

וואס מיינסטו מעין פאלדער?
איך בין אויף וואקאציע פאר א וויילע, זע דא. אויב איינער ברויך מיין הילף קען מער מיר קאנטעקטן אין טשעט אדער אימעיל gilyoinois@gmail.com
-----------
זה נהנה וזה לא חסר, קויפט איר אמאל אויף עמעזאן גייט צו עמעזאן דורך דעם לינק: www.amazon.com

אוועטאר
יאפין
שר האלף
תגובות: 1390
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג פאברואר 24, 2009 8:12 am

מייקראסאפט מיט דראפבאקס אקעגען גוגעל

תגובהדורך יאפין » זונטאג אפריל 12, 2015 4:42 pm

דראפבאקס האט זיך צאם געשטעלט מיט מייקראסאפט צו צושטעלען בעסערע סערוויס פאר דראפבאקס באנוצער. פון היינט און ווייטער וועט מען קענען עפענען און טוישען מייקראסאפט אפיס דאקומענטן, אריינגערעכנט ווארד, עקסעל און פאוער-פוינט, אין דראפבאקס דורך ניצן אפיס-אנליין.

יעדע טויש וועט אויטאמאטיש ווערען געסעיווד אין דראפבאקס, וואו אויך, קען מען צוקומען צו די דראפבאקס פיילס פון אפיס אנליין, און סעיוון פיילס צו דראפבאקס.

ביז יעצט האט מען אויך געקענט ניצען מייקראסאפט אפיס אויפן דעסקטאפ, אבער מען האט געדארפט ניצען א קאמפיוטער וואס האט געהאט די סאפטוועיר. יעצט וועט מען אויך קענען עדיטען פיילס פון א געבארגטע קאמפיוטער אדער אין א ביזנעס סענטער.

לויט א דראפבאקס ווארטזאגער, איז דא איבער 35 ביליאן אפיס דאקומענטען אוועק געלייגט.

דער נייער דיעל טוט לייגען דראפבאקס אין א שטערקערע פאזיציע אקעגען אירע קאנקורענצען אין די קלאוד-ביזנעס וואו גוגעל דרייוו, וואס האט אויך די אפציע צו עפענען ליינען עדיטען פיילס אנליין. מייקראסאפט האט אויך אן אייגענע קלאוד-סטארעדזש גערופען וואן-דרייוו, אבער מייקראסאפט ארבעט לעצטענס שטארק מיט דריטע פארטי קאמפאניס.

צו קענען ניצען די אפציע דארף מען האבען א דראפבאקס אקאונט און א מייקראסאפט אקאונט, ביידע קען מען האבען פריי פון אפצאל.
ס'האט גענומען לאנג אבער, יאפס. איי עם אין.

אוועטאר
אינוועסטער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 286
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 04, 2014 1:34 pm

תגובהדורך אינוועסטער » מאנטאג אפריל 13, 2015 10:50 am

דאס איז שטארקע נייעס פאר דראפבאקס קאסטומערס, איך האב עס שוין גענוצט היינט. עס קוקט מיר אבער אויס אז מען דארף נישט צו האבן קיין מייקראסאפט אקאונט, איך האב נישט און עס האט זייער גוט געארבעט.

מומחה עצום

תגובהדורך מומחה עצום » מאנטאג אפריל 13, 2015 11:58 am

א דאנק יאפין פארן דעטאלירטן באריכט, ביי מיר האט עס דערווייל נישט געארבעט.

וועלן מיר שפעטער פראבירן נאכאמאל

אוועטאר
יאפין
שר האלף
תגובות: 1390
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג פאברואר 24, 2009 8:12 am

תגובהדורך יאפין » מאנטאג אפריל 13, 2015 10:49 pm

@אינוועסטער, ביסט גערעכט. כ'האב עס פריער אויסגעפריווט און געזען אז מען דארף טאקע נישט האבען א מייקראסאפט אקאונט צו עפענען די פייל אין אפיס. מען דריקט "אפען" אויבן אויף די רעכטע זייט, און ביסט אין אפיס, און קענסט אנהייבן עדיטען. (די ערשטע מאל דארפסטו געבן רשות פאר אפיס צו אריינקומען אין דראפבאקס)

למעשה נאכן איבערליינען די בלאגפאסט פון דראפבאקס און מייקראסאפט, האב איך באמערקט, אז אויב מען האט א מייקראסאפט אקאונט קען מען אויך עפענען פיילס אין אפיס אנליין פון דראפבאקס. און פאר דעם דארף מען יא האבען א מייקראסאפט אקאונט אדער אפיס 365.

אין אנדערע ווערטער האבען ביידע צוגעלייגט פיטשערס פון די אנדערע.

דראפבאקס בלאג
https://blogs.dropbox.com/dropbox/2015/ ... ce-online/

מייקראסאפט בלאג
http://blogs.office.com/2015/04/09/offi ... available/
ס'האט גענומען לאנג אבער, יאפס. איי עם אין.

אוועטאר
ווישוואש
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4156
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג סעפטעמבער 04, 2014 12:14 pm

תגובהדורך ווישוואש » מאנטאג מאי 18, 2015 2:53 pm

Receive An Additional 1GB Of Cloud Storage From Dropbox For Downloading And Signing Into Mailbox http://www.dansdeals.com/archives/66203
Make it idiot proof and someone will make a better idiot.

אוועטאר
קנאפער ידען
שר שמונת אלפים
תגובות: 8999
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 06, 2013 10:06 pm
לאקאציע: אין דער וואקאציע הויז
פארבינד זיך:

תגובהדורך קנאפער ידען » מאנטאג מאי 18, 2015 3:28 pm

ווישוואש האט געשריבן:Receive An Additional 1GB Of Cloud Storage From Dropbox For Downloading And Signing Into Mailbox http://www.dansdeals.com/archives/66203

יישר כח! האלט מיר יעצט ביי 4.25 גיג פון זיי (לאמיר נישט רעדן פון די 20 פון קאפי, 50 פון מעגא און פופציג פון קאפי, צוויי מאות פון מייקראסאפט פאר צוויי יאר - און דאס איז פער יעדע קאנטע...).
איך בין אויף וואקאציע פאר א וויילע, זע דא. אויב איינער ברויך מיין הילף קען מער מיר קאנטעקטן אין טשעט אדער אימעיל gilyoinois@gmail.com
-----------
זה נהנה וזה לא חסר, קויפט איר אמאל אויף עמעזאן גייט צו עמעזאן דורך דעם לינק: www.amazon.com

אוועטאר
מר. גרין
שר האלף
תגובות: 1513
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך ינואר 22, 2014 1:30 pm

HELP PLEASE

תגובהדורך מר. גרין » מיטוואך פאברואר 10, 2016 11:10 am

איך ניץ דראפבאקס פאר די ארבעט אין איך שעיר מיינע עקסעל פיילס מיט מיינע קאלעיגן וואו יעדער קען אופדעיטן זאכן און יעדער ניצט די זעלבע אקאנט
די איינציגסטע פראבלעם איז, אז צומאל ניצן 2 מנטשן די זעלבע עקסעל אין ווען ביידע אופדעיטן אינפו אין דריקן SAVE ווערט עס געSAVED פאר 2 באזינדערע פיילס.
האט איינער עקספיריענס/עצה?

אוועטאר
וועלטניק
שר האלף
תגובות: 1383
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 02, 2015 5:27 pm

תגובהדורך וועלטניק » מיטוואך פאברואר 10, 2016 2:11 pm

מר. גרין האט געשריבן:איך ניץ דראפבאקס פאר די ארבעט אין איך שעיר מיינע עקסעל פיילס מיט מיינע קאלעיגן וואו יעדער קען אופדעיטן זאכן און יעדער ניצט די זעלבע אקאנט
די איינציגסטע פראבלעם איז, אז צומאל ניצן 2 מנטשן די זעלבע עקסעל אין ווען ביידע אופדעיטן אינפו אין דריקן SAVE ווערט עס געSAVED פאר 2 באזינדערע פיילס.
האט איינער עקספיריענס/עצה?

גוגל דאקומענטס ווען מען עדיט אנליין קענען מערערע מענטשן ארבעטן אויפן זעלבן פייל און יעדער קען זען בשעת מעשה וואס יענער טייפט און יענעם'ס נאמען ביים קורסער (ווען ס'איז געשעירט צו יענעם'ס אימעיל אדרעסס)

תג נוצער
שר חמש מאות
תגובות: 518
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 28, 2010 3:19 pm

תגובהדורך תג נוצער » זונטאג מאי 08, 2016 1:07 pm

דראפבאקס ווי באקאנט פארנעמט נאר 2 GB פאר אומזיסט, אבל דא עקא איך בין אביסל אנגעלייגט, וויל איך עפענען א נייע דראפבאקס אקאונט פאר אנדערע זאכן, איז שייך אז ביי די דראפבאקס וואס ס'ליגט אונטן אויף די רעכטע זייט פונעם קאמפיוטער זאל מען האבן ביידע אקאונטס? צו צוויי באזונדערע פאלדערס DROPBOX 1 און DROPBOX 2?

אוועטאר
וועלטניק
שר האלף
תגובות: 1383
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 02, 2015 5:27 pm

תגובהדורך וועלטניק » מאנטאג מאי 09, 2016 7:53 am

תג נוצער האט געשריבן:דראפבאקס ווי באקאנט פארנעמט נאר 2 GB פאר אומזיסט, אבל דא עקא איך בין אביסל אנגעלייגט, וויל איך עפענען א נייע דראפבאקס אקאונט פאר אנדערע זאכן, איז שייך אז ביי די דראפבאקס וואס ס'ליגט אונטן אויף די רעכטע זייט פונעם קאמפיוטער זאל מען האבן ביידע אקאונטס? צו צוויי באזונדערע פאלדערס DROPBOX 1 און DROPBOX 2?

פאר גוגל דרייוו איז דא פלאגיןס דערפאר פאר געלט, קאן זיין פאר דראפבאקס אויך

אוועטאר
דוד משה
שר האלף
תגובות: 1161
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 01, 2013 4:04 pm
לאקאציע: געשטראנדעט צווישן מעיזשאר און מיינאר

תגובהדורך דוד משה » דאנארשטאג יוני 16, 2016 12:37 pm

איך זעה אז טייל עולם כאפט נישט וואס עס מיינט די דראפבאקס עראר 429 וועל איך עס מסביר זיין בקיצור, דראפבאקס געט פאר יעדע יוזער א געוויסע סכום פון דעטע (בענדוויט בלע"ז) וואס קען ווערן גענוצט דורכאויס יעדע 24 שעה, און ווען די סכום ווערט אויסגענוצט ווערן אלע פאבליק לינקס פון די אקאונט צייטווייליג דיסעיבלד ביז ווען עס ענדיגט זיך די יעצטיגע 24 שעה און דערנאך ווערט עס צוריק געעפנט. יעצט אויב איינער לייגט ארויף לינקס צו עטליכע גרויסע קליפס און דער עולם נעמט זיך קליקן די לינקס קען די אקאונט אויסלויפן זייער שנעל פון בענדוויט און דראפבאקס שיסט אן עראר 429 וואס מיינט Too Many Requests.

אלזא אויב באגעגנט איר זיך מיט אזא עראר This account's links are generating too much traffic and have been temporarily disabled ווערט נישט פארלוירן, די לינק עקזיסטירט נאר איז דיסעיבלד, טשעקט נאכאמאל א גוטע פאר שעה שפעטער אדער צומארגנס ביז סוועט אייך געלונגען עס צו כאפן פאר סווערט נאכאמאל דיסעיבלד.

והעיקר בעט נישט איבערצולייגן אזא לינק ווייל עס וועט אויך זיין דיסעיבלד נאר ווארט מיט געדולד.

כאפט אויך א בליק דא https://www.dropbox.com/en/help/4204

אוועטאר
moishy56
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4360
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 10, 2013 6:36 am

תגובהדורך moishy56 » דינסטאג סעפטעמבער 06, 2016 4:03 pm

Thanks

מומחה עצום

תגובהדורך מומחה עצום » מיטוואך סעפטעמבער 07, 2016 11:47 am

אויך מאכט זיך אמאל אז מען לינקט צו א פייל וואס איז קאפירייט און דאן קען מען מער נישט שערן פיילס, אבער מען באקומט ווייטער די זעלבע 429 מעסעדזש.

אוועטאר
גלעזעלע
שר חמישים ומאתים
תגובות: 280
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 13, 2016 1:54 pm
לאקאציע: אינעם קרעטשמע

תגובהדורך גלעזעלע » מיטוואך סעפטעמבער 07, 2016 2:19 pm

מיין דראפבאקס האט אנגעהויבן חלומען ! עס קומט ארויף מאדנע , אלעס אין קליינע באקסעס אויף די לינקע זייט.
וואס טוט מען?
דאס איז א שטיקל מיט ווערטער וואס ווערט צוגעלייגט צו אלע "מיינע" תגובות

אוועטאר
שטאלצער יוד
שר האלף
תגובות: 1866
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 19, 2016 2:00 pm

תגובהדורך שטאלצער יוד » דאנארשטאג סעפטעמבער 22, 2016 12:43 am

מיין דראפבאקס פאלדער איז מיר היינט נעלם געווארן פון די קאמפיוטער. וואס טוט מען?

Surface
שר חמישים ומאתים
תגובות: 421
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוקטובער 14, 2013 10:29 pm

דראפבאקס פרא מיט א $50 עמעזאן גיפט קארטל

תגובהדורך Surface » מאנטאג דעצמבער 05, 2016 8:06 pm

Amazon now offers (today only) as a Deal of the Day a
Amazon $50.00 Gift Card
when you sign up for a Dropbox Pro account which is $99 a year
So you get basically the first year Dropbox for a net $49.00

ha ha
שר חמישים ומאתים
תגובות: 461
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 18, 2016 9:12 am

תגובהדורך ha ha » דינסטאג דעצמבער 06, 2016 10:39 am

דראפבאקס קאסט געלד???

אוועטאר
עין טובה
שר שלשת אלפים
תגובות: 3700
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג נובעמבער 27, 2014 9:46 pm
לאקאציע: 127.0.0.1
פארבינד זיך:

תגובהדורך עין טובה » דינסטאג דעצמבער 06, 2016 11:28 am

פרא

ha ha
שר חמישים ומאתים
תגובות: 461
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 18, 2016 9:12 am

תגובהדורך ha ha » דינסטאג דעצמבער 06, 2016 2:50 pm

האסט געמיינט עפעס צי ענטפערן? ווייל איך האב נישט פארשטאנען

אוועטאר
מיסטעריעז
שר ששת אלפים
תגובות: 6817
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוגוסט 13, 2010 2:54 pm

תגובהדורך מיסטעריעז » דינסטאג דעצמבער 06, 2016 3:15 pm

דו האסט נישט באמערקט אז סורפעיס רעדט פון א דראפבאקס Pro אקאונט דערפאר האסטו געפרעגט מיט וואונדער. עין טובה האט דעריבער געשריבן "פרא", אז די פרא אקאונט איז וואס קאסט קאסט געלט.
וואו איז דָוִי?

אוועטאר
עין טובה
שר שלשת אלפים
תגובות: 3700
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג נובעמבער 27, 2014 9:46 pm
לאקאציע: 127.0.0.1
פארבינד זיך:

תגובהדורך עין טובה » דינסטאג דעצמבער 06, 2016 4:57 pm

ש'כח מיסטער יעז פאר די גרונטליכע אנאליז

נחמן נתן
שר שלשת אלפים
תגובות: 3948
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 13, 2008 7:11 pm
לאקאציע: צווישן סקרענטאן און סיראקיוז

תגובהדורך נחמן נתן » דינסטאג דעצמבער 06, 2016 5:51 pm

אויב איך סיין מיך אויף אויף דראפבאקס פרא פאר די פרייז פון $99 און נאך א יאהר קענסל איך עס, מיט וויפיל space בלייב איך איבער?

וועלן זיי מיר צוריק שיקן צום 2 GB פלאן, און וואס כ'האב ארויפגעלייגט דורכאויס די יאהר וועט ווערן פארמעקט, אדער איך בלייב מיט וואס איך האב אנגעיאגט צו ארויפלייגן אויף דראפבאקס, און מער וועל איך טאקע נישט קענען ארויפלייגן?
לחיים ולברכה!

מומחה עצום

תגובהדורך מומחה עצום » דינסטאג דעצמבער 06, 2016 10:04 pm

דו וועסט מער נישט קענען אפלאודן פיילס, זעה די דראפבאקס העלפ פעידזש


צוריק צו “הארדווער, פראגרעמס, און פארשידענס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 3 געסט