בלאט 1 פון 1

עקסעל: הילף

געשריבן: מיטוואך דעצמבער 06, 2006 12:07 pm
דורך 3x0
טייערע חבירים,

איך וויל זייער שטארק וויסן אויב מען קען - און אז מען קען וויל איך וויסן וויאזוי מען קען - מאכן אין Excel אז איין קאלעם זאל האבן א באקס און ווען מען קליקט דערויף זאל ארויף קומען א טשעק, און ווען מען קליקט נאכאמאל דערויף זאל אראפקומען די טשעק.

געשריבן: מיטוואך דעצמבער 06, 2006 12:18 pm
דורך יעקב אלי בראך
אין עקסעיל קען מען נישט מעגליך מקען קאפיען אזא מיען זאך פון עקסעיס איך גייע טרייען וויאזוי מקען רעידן אין אישית זוי ווי הייד-פארק כוועל זיך פארביענדן מיט דיר

געשריבן: מיטוואך דעצמבער 06, 2006 12:27 pm
דורך 3x0
יישר כח.

געשריבן: מיטוואך דעצמבער 06, 2006 4:04 pm
דורך דארפסמאן
עס איז אביסל שווער אבער די קענסט אנשטעלן דיין font אויף Marlett
און טייפען א b) lower case) וועט ארויסקימען א טשעק

געשריבן: מיטוואך דעצמבער 06, 2006 4:37 pm
דורך 3x0
צו שווער, יישר כח עניוועי.

געשריבן: מיטוואך מארטש 07, 2007 1:28 pm
דורך יאנאש
אויב איז נאך נוגע, יא מ'קען מאכן.

געשריבן: מיטוואך מארטש 07, 2007 3:05 pm
דורך 3x0
יא, עס איז נאך נוגע.

געשריבן: מיטוואך מארטש 07, 2007 9:21 pm
דורך יאנאש
דאן גיב מיר א קאלל.

געשריבן: דאנארשטאג מארטש 08, 2007 12:46 pm
דורך לחיים ולברכה
יאנאש, ס'איז מיר זייער אינטערסאנט צו וויסן וויאזוי מ'קען אזוינס באווייזן אין עקסעל. ביטע שרייב דא כאטש ראשי פרקים וויאזוי דו טוהסט דאס.

געשריבן: דאנארשטאג מארטש 08, 2007 12:53 pm
דורך יאנאש
איינע פון די טאלבאר'ס וואס מען קען צולייגן אין עקסעל הייסט 'ליסט' דאכט זיך מיר, ברענג יענס ארויף העסטו זעהן אז עס איז דארט אזא באקסל.

געשריבן: פרייטאג יולי 03, 2015 10:25 am
דורך כתב ולשון
איך האב א גאנצע ליסטע מיט אדרעסן וואס איך דארף ענטערן אין עקסעל, איך האב אבער א פראבלעם אז ווען איך לייג אריין די זיפקאוד פון לעיקוואד נוי דזשערזי (08701) פארלירט ער די 0, וואס קען מען טון דערצו?

געשריבן: פרייטאג יולי 03, 2015 10:54 am
דורך קנאפער ידען
כתב ולשון האט געשריבן:איך האב א גאנצע ליסטע מיט אדרעסן וואס איך דארף ענטערן אין עקסעל, איך האב אבער א פראבלעם אז ווען איך לייג אריין די זיפקאוד פון לעיקוואד נוי דזשערזי (08701) פארלירט ער די 0, וואס קען מען טון דערצו?

טויש דער קאלום פארמעט צו טעקסט און ערשט דאן לייג אריין דער זיפ קאוד.

געשריבן: פרייטאג יולי 03, 2015 10:58 am
דורך כתב ולשון
א שיינעם דאנק אייך, ס'האט געארבעט.

געשריבן: פרייטאג יולי 03, 2015 11:06 am
דורך קנאפער ידען
לחיים ולברכה האט געשריבן:יאנאש, ס'איז מיר זייער אינטערסאנט צו וויסן וויאזוי מ'קען אזוינס באווייזן אין עקסעל. ביטע שרייב דא כאטש ראשי פרקים וויאזוי דו טוהסט דאס.

מען קען עס מאכן דורך דעזיין מאוד אין עקסעל.

געשריבן: פרייטאג יולי 03, 2015 11:07 am
דורך כתב ולשון
אגב, איך האב עס געשריבן אין דעם אשכול, ווייל איך האב געזוכט א אשכול מיטן נאמען עקסעל הילף און דעס איז ארויפגעקומען (צוליב די קעפל פון די ערשטע תגובה), הערשט יעצט באמערק איך אז מ'רעדט דא פון עפעס אנדערש.