ידיעות באגאזש...

הפוך בה דכולה בה

די אחראים: אחראי, גבאי ביהמד

אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלפים
תגובות: 28277
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

תגובהדורך קרעמער » מאנטאג דעצמבער 18, 2006 2:00 pm

יישר כח איך_הער;

גראדע לערן איך יעצט עירובין, ווייזט אויס אז מען ברויך מער חזר'ן.

זארעכפעפער
שר האלפיים
תגובות: 2167
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 24, 2006 2:28 pm

תגובהדורך זארעכפעפער » מאנטאג דעצמבער 18, 2006 5:13 pm

קרעמער האט געשריבן: ידיעה לכבוד איך_הער;

וואס טוט אויף א נשמה יתירה? ווייסן מיר דאך אלע די רש"י אין מס' ביצה (ט"ז ע"א) אז עס געט א ברייטערע הארץ (אפעטיט) צום עסן, און מען קען עסן מער ווי געווענליך און נישט נמאס ווערן.

האב איך דעם שבת געזען אין שבט מוסר (פרק מ"ב) אז די נשמה יתירה האט נאך א סגולה, זי געט צו חכמת התורה פארן מענטש, ער שרייבט אז אויב מען האט עפעס נישט פארשטאנען בימות החול, זאל מען דאס פרובירן איבערלערנען אום שבת, ווייל בכח די נשמה יתירה וועט מען דאס אפשר בעסער פארשטיין.

אגב, א פרישע ידיעה:

עס שטייט אין שפת אמת אז תורה וואס מען לערנט שבת איז נישט שולט דערביי קיין שכחה!


און אז דו רעדסט שוין פון "שכחה וזכרון", וועל איך אויך אריינשליידערן עטליכע אינטערסאנטע ידיעות איבער די נושא. וזה לך:

איך האב געזען אויף 'הייד פארק' איינער שרייבט:

1] "מיט'ן זכרון האב איך נישט קיין פראבלעם, דער פראבלעם איז אז איך פארגעס..."

2] דער 'כלי יקר' בפ' ואתחנן זאגט אן אינטערסאנטער כאפ בנוגע דער ענין פון שכחה וזכרון.
אז די סיבה פארוואס דער גרויסער 'כח השכחה' פונעם מענטש איז זיך אלעמאל גובר אויפן זיין 'כח הזכרון'? ווייל דער מלאך הממונה אויף זכרון הייסט 'זכר' און ער באזיצט אין זיך 227 כוחות כמנין זכ"ר, ווידער דער מלאך הממונה אויף שכחה הייסט 'שכח' אין ער באזיצט אין זיך 328 כוחות כמנין שכ"ח. קומט אויס אז דער דער מענטש באזיצט אין זיך אן איבערפלוס פון 101 כוחות מער אינעם שכחה קעגן זיינע שוואכן כוחות הזכרון, דעריבער איז זיך דער כח השכחה גובר אויפן מענטש.

און די עצה דערפאר איז, אז א מענטש זאל דעריבער איבער'חזר'ן זיינע לימודים 101 מאל, ווייל מיט יעדן 'איינציגן' מאל וואס ער חזר'ט און ער ברענגט אריין זיך דעם כח הזכרון, טוט ער קעגן דעם 'איינמאל' אפשוואכן אין זיך איין כח פונעם מלאך השכחה, ביז ער קומט אן צו 101 וואס דעמאלט האט ער שוין אינגאנצן אפגעשוואכט די צאל מערהייט פון זיינע כוחות השכחה, און ער פאלט שוין דעמאלט אריין אונטערן מלאך הזכרון, און מער וועט ער נישט פארגעסן!...

דעריבער זאגן חז"ל אינו דומה לשונה פרקו מאה פעמים לשונה פרקו למאה פעמים ואחד...

3] און נאט אייך נאך א ידיעה אינעם ענין פון שכחה וזכרון:
דער חתם סופר זאגט, אין תורת משה פר' שמות: אז אנדערשט ווי אלע אנדערע וועלטליכע חכמות, וואס די טבע איז אז אויב מען לערנט און מען חזר'ט קען מען דאס און מען געדענקט דאס, איז אבער ביי תורה הק' נישט אזוי, בדרך הטבע קען א גשמיות'דיגער גוף נישט זוכה זיין צו פארשטיין און געדענקען די תורה וואס ער האט געלערנט, ווייל בטבע קלעפט נישט גשמיות צו רוחניות. נאר וואס דען?, לאוקמי גירסא סייעתא הוא משמיא, אז מען לערנט און מען חזר'ט העלפט מען פון הימל און מען גיבט דעם מענטש אזוי ווי א מתנה אז מען פארשטייט און מען געדענקט די תורה הק'.

(ואני הקטן איז מוסיף: פארשטייט זיך אז דאס איז אלעס ביי אונז איינפאכע בשר ודם'ניקעס, וועלכע זענען איינגעטונקען אין גשמיות'דיגן חומר, משא"כ צדיקים וואס האבן אויסגעארבערט זייער גוף צו א בלויזן רוחניות, פארשטייט זיך אז ביי זיי איז דאס לערנען און געדענקען שוין געווארן ווי א דרך הטבע...)

אוועטאר
איך_הער
סעקרעטאר
תגובות: 18576
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 04, 2006 6:47 pm
לאקאציע: אין אפיס
פארבינד זיך:

תגובהדורך איך_הער » מאנטאג דעצמבער 18, 2006 5:54 pm

קרעמער האט געשריבן:יישר כח איך_הער;

גראדע לערן איך יעצט עירובין, ווייזט אויס אז מען ברויך מער חזר'ן.

אפשר קענען מיר לערנען צוזאמען, וועלעכע בלאט האלטסטו?

אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלפים
תגובות: 28277
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

תגובהדורך קרעמער » מאנטאג דעצמבער 18, 2006 7:19 pm

איך האב שוין ב"ה א חברותא, און מיר האלטן שוין אט אט ביים ענדיגן די מסכתא (כמובן אז דאס מיינט נישט אז מיר "קענען" אדער "געדענקן" די מסכתא, ווי ר' זרח האט שוין ערווענט; לאוקמי גירסא סייעתא דשמיא).

צו ציען ווייטער דעם שמועס בנוגע זכרון התורה: עס איז דא א ווארט - דאכט זיך מיר פונעם ישמח משה - אויף דעם וואס חז"ל זאגן יגעתי ומצאתי תאמין, איז דאך לכאורה שווער, אויב מוטשעט מען זיך אויף א זאך ביז מען דערגרינטעוועט זיך אינעם עומק דערפון, הייסט דאך דאס נישט קיין "מציאה", מציאה איז דאך טייטש אן אומגערישטע געפינס, און דאס איז נישט שייך צו זאגן אויף א זאך וואס מען האט אריינגעלייגט יגיעה דערין.

ענטפערט ער: אז די תורה האט א ספעציעלע סגולה, אז מען קען זיך פלאגן אויף א בלעטל אין מסכת עירובין, און דורכדעם שיקט השי"ת סייעתא דשמיא צו קענען בעסער פארשטיין א בלעטל שולחן ערוך אבן העזר וכדומה, דאס טייטשט אז דער מענטש "פלאגט" זיך טאקע אויף א סוגיא, אבער "געפונט" א קלארקייט אומגעראכטן אין גאר א צווייטע מקצוע.

---

דער בעל התניא, און נאך חסידישע צדיקים, טייטשן "אינו דומה שונה פרקו מאה פעמים למאה פעמים ואחד", אז דער "אחד" מיינט אז מען לערנט לשם שמים, אויב מען האט אינזינען דעם איינציגן באשעפער ביים לערנען דאן וועט מען געדענקן דאס לערנען.

זארעכפעפער
שר האלפיים
תגובות: 2167
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 24, 2006 2:28 pm

תגובהדורך זארעכפעפער » מאנטאג דעצמבער 18, 2006 9:00 pm

אויב שוין יא דעם "ישמח משה" וועל איך ווייטער ציען דעם שטריקל...

דעם ישמח משה'ס אן אייניקל, דער סאטמארער רב זצ"ל, אין זיין תורה-ספר דברי יואל, פר' תרומה, ברענגט דעם ישמח משה, און לייגט צו: אז ער וועט גיין א טריט ווייטער און מוסיף זיין, אז אפי' אין דער עצם מקצוע אויף וואס א מענטש פלאגט זיך און איז זוכה נאך יגיעה דאס צו פארשטיין, איז אויך בלויז א 'מציאה', ווייל טבע'דיג קען נישט קלעבן קיין רוחניות'דיגע יגיעה צו א גשמיות'דיגן מענטש, און דוכט זיך אז ער צייכנט צו דעם אויבנדערמאנטן חתם סופר.

אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלפים
תגובות: 28277
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

תגובהדורך קרעמער » מאנטאג דעצמבער 18, 2006 11:56 pm

אין גייסט פון די פיינע פאנקען וואס איך האב אקורשט געגעסן לכבוד יום טוב, וועל איך דיר שרייבן (יא, זארעכ'ל, איך רעד צו דיר) א גוט ווארט וואס איך האב געהערט נאכזאגן בשם - דאכט זיך מיר - רש"ז אויערבאך ז"ל, בטעמא דמילתא (אויסער דעם גוטן טעם דערפון..) פארוואס מען עסט פאנקעס אום חנוכה.

עס איז דאך באקאנט אז ווען די יוונים זענען אריינגעקומען אין בית המקדש, האבן זיי מטמא געווען און צובראכן אלעס וואס איז זיי אונטערגעקומען, מיט גרויסע נסים האט מען געטראפן איין קריגל אויל, צוזאמגעשטעלט א מנורה און געצינדן, אבער קיין מזבח איז ווי באקאנט נישט געווען (באקאנט די קשיא, המנורה והמזבח מעכבין זו את זו, קוק נאך אין די מפרשים דערוועגן).

יעצט, טראצדעם וואס די אידן האבן זיך גאר שטארק געפריידט מיט די מציאה פונעם פך שמן, האט זיי געעגבערט און געביסן אין טיפענישן פון הארצן אויף דעם וואס מען קען נישט מקריב זיין קיין קרבנות אויפן מזבח, האבן זיי איינגעפירט צו עסן "מזונות" אום חנוכה, וואס די נאך-ברכה דערפון איז א ברכה מעין שלש, וואס דאס איז די איינציגסטע ברכת הנהנין וואו עס ווערט דערמאנט די "מזבח", ווי מען בעט רחם נא וכו' ועל מזבחך וכו', מתפלל צו זיין אויפן אויפבויה פונעם מזבח. עכת"ד ודפח"ח.

זארעכפעפער
שר האלפיים
תגובות: 2167
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 24, 2006 2:28 pm

תגובהדורך זארעכפעפער » דינסטאג דעצמבער 19, 2006 9:54 am

דו רעדסט צו מיר? אוקיי כ'על דיר (יא צו דיר קרעמער...) זאגן:

דער טעם איז זייער גוט, אבער ווייסט ווען? נאך וואס מען עסט שוין סייווי מזונות-דאנאטס געפרעגלט אין לויטער בוימעל ממולא מיט דזשעם...
אבער זאגזשע נאר, דאס זעלביגע טעם, למשל, וואלט מען נישט געקענט זאגן ווען איך עס ווען למשל מזונות קרעפל ממולא מיט קעז, א שטייגער ווי שבועות?

וואס וואלט איך יעמאלט געטייטשט?
ואפ"ל הטעם על מה שאנו אוכלים בחנוכה, מזונות מטוגן בשמן זית זך הממולא בגבינה, הנקרא בלשונינו קרעפלע"ך בלע"ז. כי אחרי נצחון מלחמת החשמונאים, כאשר נכנסו הכהנים הקדושים להיכל לעבוד את עבודת המקדש, וראו שאין ביכולתם לעבוד את עבודת ה', מאחר שטמאו הייונים המזבח המנורה והשמן וכל כלי המקדש, תיכף ומיד ראו לנכון לתקן שמהיום והלאה יאכלו כל היהודים ביומי דחנוכה מיני מזונות, בכדי לברך עלי' ברכה אחרונה, שבה מוזכר תפילה על החזרת המזבח.
ומה שמטגנין אותו בשמן. י"ל, כי למעשה סוף כל סוף אה"נ שעת צרה היתה ליעקב ולא הי' ביכולתם להקריב קרבנות ולעבוד עבודת המקדש כתיקונה, אבל מאידך גיסא הלא נס של שמן מ"מ הי', ע"כ ראוי לנכון לתקן שמהראוי לטגנו בשמן דוקא, זכר לאותו הנס ג"כ. ומה שממלאים אותו בגבינה דוקא. י"ל שהוא זכר לנס יהודית.
עכ"פ תמצית היוצא מדברינו. שמעיקרא דתקנתא ניתנה יומא דחנוכה לימי תפלה ורצון על החזרת המזבח, ורק מאחר שהי' נס שמן ג"כ, ע"כ קבעוה לטגנו בשמן דוקא.
ובזה י"ל מנהג העולם שנהגו לעשות מעיקר היו"ט סעודות גדולות ומביאין לפני המסובין מאכל הנ"ל. ולפי דברינו פשוט, שהרי עיקר היו"ט על דא תיקנו. ודו"ק ודפח"ח.

אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלפים
תגובות: 28277
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

תגובהדורך קרעמער » דינסטאג דעצמבער 19, 2006 1:10 pm

ודברי פי חכם מחוכם.

--
פרישע ידיעה'לע:

דער שבט מוסר (סי' מ"ג) האט מיר היינט געלערנט, אז דערפאר איז הקנאה והתאוה והכבוד מוציאין את האדם מן העולם, ווייל איינער וואס איז געשלאגן אין איינע פון די דריי ענינים, "רעדט צופיל"! (דער וואס איז מקנא יענעם, בארעדט יענעם שטענדיג; דער וואס גלוסט עפעס, פרובירט צוצורעדן מענטשן זאלן אים נאכגעבן זיינע גלוסטונגען; דער וואס גלייכט כבוד, מאכט אויך אוועק אנדערע מיטן ציהל צו בלייבן דער איינציגער וואס פארדינט זיך כבוד).

איז אזוי, ער גייט נישט דארטן מיט די בחינה וואס איז באקאנט פונעם בעש"ט הק' אז יעדע דיבור וואס א מענטש רעדט ארויס פונעם מויל איז מקרב זיין מיתה, ווייל ונפשי יצאה בדברו, און עס איז אפגעשריבן וויפיל ווערטער א מענטש זאל ארויסרעדן וכו' וכו', ער איז דאס מסביר מיט א הקדמה פון די מקובלים, אז אין יעדע דיבור ליגט א הייליגע שם וואס דורכן דערמאנען די הייליגע שמות לבטלה איז מען מחויב אן עונש רח"ל עיין שם באריכות. (אבער לויטן בעש"ט הק' פארשטייט מען אויך גאר גוט דעם "מוציאין את האדם מן העולם" ווייל די איבריגע רייד נעמען צו שטיקער לעבן ודו"ק).

אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלפים
תגובות: 28277
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

תגובהדורך קרעמער » דאנארשטאג דעצמבער 21, 2006 3:34 pm

איך_הער האט געשריבן:
קרעמער האט געשריבן:
איך_הער האט געשריבן:קען זיין אז ס'איז דא וואס ווייסן שוין דערפון אבער ביי מיר איז עס געווען א נייע זאך, איך האב היינט געלערנט אז ס'איז דא וואס זאגן אז ר' מאיר מיט ר' אלעזר בן ערך, איז איינס.


וואס?????? ביטע ברענג א מראה מקום דערצו, עס איז זייער נישט מסתבר אזא זאך.

רבי מאיר מיט רבי נהורא איז באקאנט, רבי מאיר מיט אחרים, אבער וואס האט ר' מאיר מיט ר' אלעזר בן ערך?


האב איך געמיינט אז איך בין דער איינציגסטער פארוועס ס'איז געווען א נייעס, ס'שטייט אין עירובין דף יג ע"ב, די גמרא זאגט דארט בערך דעם לשון ולאוו ר' מאיר שמו אלא ר' נהוראי, ולמה נקרא שמו ר' מאיר וכו' ולאוו ר' נהוראי שמו אלא ר' נחמי' ואיכא דאמרי ר' אלעזר בן ערך וכו'.


איך וויל צוריקציען פון דעם וואס איך האב בטעות מודה געווען צו איך_הער מיטן זיין הנחה אז די גמרא זאגט אז רבי מאיר מיט רבי אלעזר בן ערך זענען איינס און דער זעלבער תנא.

איבערקוקנדיג די גמרא דארט, האט מיר מיין חברותא שיחי' געזאגט אז דער פשט איז גאר אנדערש ווי איך_הער האט דאס אפגעטייטשט, די גמרא זאגט דארט אז "רבי נהוראי" איז רבי מאיר, אדער רבי אלעזר בן ערך, דאס טייטשט אז מען קריגט זיך וועלכער פון זיי האט געהאט דעם צונאמען "רבי נהוראי", אבער אויף קיין פאל איז קיין הוי אמינא נישט געווען אז רבי מאיר מיט רבי אלעזר בן ערך זענען איינס. עיין שם (וברבינו חננאל) ודו"ק.

אוועטאר
איך_הער
סעקרעטאר
תגובות: 18576
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 04, 2006 6:47 pm
לאקאציע: אין אפיס
פארבינד זיך:

תגובהדורך איך_הער » פרייטאג דעצמבער 22, 2006 12:33 pm

איך ציה צוריק פון מיין אויפטרעף, אין א גרויסן יישר כח פאר די חברותא פון קרעמער שיחי' פארן אויפמערקזאם מאכן אויף מיין טעות, אבער נאכן נאכקוקן איז טאקע נישט די פשט אזוי ווי איך האב עס אפגעלערענט, אבער נישט אינגאנצן ווי אזוי קרעמער האט עס דא אפגעשריבן, נאר די גמרא זאגט קודם אז ר' מאיר איז גערופן געווארן ר' נהוראי, און נאכדעם הייבט אן די גמרא מיט א ענליכע זאך אז אן אנדערער מיטן נאמען ר' נהוראי האט אויך נישט אזוי געהייסן נאר ר' נחמי' און ס'איז דא וואס ס'זאגן ר' אלעזר בן ערך.

אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלפים
תגובות: 28277
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

תגובהדורך קרעמער » מאנטאג דעצמבער 25, 2006 11:00 am

דעם שבת האב איך געזען אין ספר יגל יעקב (מישקאלץ) אן אינטערסאנטע טעם פארוואס דינה איז געווען א יצאנית (ארויסגייענדע אין גאס, פארקערט פון כל כבודה בת מלך פנימה) ווידער יוסף איז געווען א מסלסל בשערו (כדרך הנשים), ווייל עס שטייט אין מדרש אז לאה איז נתעבר געווארן מיט יוסף, און רחל מיט דינה, אבער לאה האט מתפלל געווען אז עס זאל נתהפך ווערן, כדי רחל זאל נישט האבן ווייניגער ווי 2 שבטים, דאן האט זיך דאס איבערגעטוישט, פון די זכר ביי לאה איז געווארן דינה, דערפאר האט זי געהאט א טבע הזכר, ווידער די נקבה פון רחל איז נתהפך געווארן צו יוסף, דערפאר האט ער געהאט נקבה'שע נטיות מסלסל בשערו וכו'.

אוועטאר
מאשקע
מ. ראש הקהל
תגובות: 12555
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 15, 2006 2:40 am
לאקאציע: אין די חיפוש

תגובהדורך מאשקע » מאנטאג דעצמבער 25, 2006 12:01 pm

גאנץ גוט. שכוח.
An article a day keeps the babies away

אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלפים
תגובות: 28277
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

תגובהדורך קרעמער » דינסטאג דעצמבער 26, 2006 12:55 pm

היינט וועל איך זיין דער מתחיל במצוה, און מאכן די איתערותא דלתתא מיטן ארויפלייגן א פרישע ידיעה'לע וואס איז היינט צוגעקומען צו מיין קליינעם באגאזש:

עס שטייט אין שער הכוונות (שער רוח הקודש) אז אויב א מענטש שמעקט א שלעכטן ריח, טוט דאס שאטן פאר זיין נפש! פונקט ווי בשמים וואס האבן א גוטן ריח טוען צוריקברענגן דעם פאר'חלש'טן נפש יעדן מוצאי שבת, אזוי טוט א שלעכטע ריח די פארקערטע פעולה ח"ו, און טוט אוועקשטויסן דעם מענטשן'ס נפש! (דער כף החיים - וואו איך האב דאס געזען - לייגט צו בשם אחרונים, אז דאס איז נאר געזאגט געווארן אויף א ריח רע פון א נבילה אדער אן אנדערע פארשימעלטע זאך, אבער דאס זעלבע קען נישט געזאגט ווערן ביי נאפט אדער אנדערע זאכן וואס האבן נאטורליך אן אומאיינגענעמען ריח).

איז דאס נישט א חידוש? א גערוך זאל שאטן פארן נפש?

אוועטאר
מאשקע
מ. ראש הקהל
תגובות: 12555
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 15, 2006 2:40 am
לאקאציע: אין די חיפוש

תגובהדורך מאשקע » דינסטאג דעצמבער 26, 2006 1:13 pm

דאס גייט ארויף אויף פארפיום אויך? טאמער יא, דארף מען זיך היטן.
An article a day keeps the babies away

אוועטאר
איך_הער
סעקרעטאר
תגובות: 18576
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 04, 2006 6:47 pm
לאקאציע: אין אפיס
פארבינד זיך:

תגובהדורך איך_הער » דינסטאג דעצמבער 26, 2006 4:05 pm

ס'איז נישט אזוי ווייט א חידוש, ווי אז מ'כאפט זיך נישט דערויף.

יוסף הצדיק, איז געווען אן איידעם ביי זיין שוועסטער.

אוועטאר
סאכדעס
שר עשרים אלפים
תגובות: 20440
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 27, 2006 2:15 pm
לאקאציע: אלעמאל נאנט צו התאחדות
פארבינד זיך:

תגובהדורך סאכדעס » דינסטאג דעצמבער 26, 2006 5:58 pm

דאס איז ממש א ווילד - חידוש, קרעמער דו האסט מיר אויפגעלאכטן אין אסאך חלקים און פרטים אין לעבן, ס'באוואוסט אין קבלה אז ריח איז ממש א פאקטאר, אבער דער ענין זעלבסט האט מיר אסאך געבאדערט, וואס פאר א חלק פון דעם מענטש האט דאס אן עפעקט, יישר כוח קרעמער יישר כוח.

אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלפים
תגובות: 28277
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

תגובהדורך קרעמער » דינסטאג דעצמבער 26, 2006 7:11 pm

מאשקע האט געשריבן:דאס גייט ארויף אויף פארפיום אויך? טאמער יא, דארף מען זיך היטן.


ווענדט זיך. פון די אייגענע ב"ב, וואס איז די פראבלעם?

א פרעמדע?

זאגט דאך די גמרא (ברכות נ"ג ע"א) נתרצה להריח הרי זה חוטא!

אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלפים
תגובות: 28277
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

תגובהדורך קרעמער » דינסטאג דעצמבער 26, 2006 11:28 pm

יעצט ביינאכט געזען אין בן יהוידע (מס' ברכות ז' סוף ע"ב) אז די הלכה וואס איז געזאגט געווארן ביי די סנהדרין "פתחו כולן לחובה זכאי", אז אויב אלע סנהדרין הייבן פה אחד אן דן זיין דעם נידון למיתה, ברויך מען אים באפרייען. זאגט ער, אז די זעלבע הלכה איז אויך געזאגט געווארן ביים בית דין של מעלה! אז אויב קומט ארויף א רשע מרושע און די בי"ד של מעלה זאגן אלע פה אחד אז דער ברויך גיין אין גיהנום, באפרייט מען אים!

נאר וואס דען, אין אזא פאל, כדי עס זאל נישט זיין חוטא נשכר, זאגט השי"ת: געב מיר אהער דעם פאל, לאמיר אים אליין דן זיין, און דן איז נישט געזאגט געווארן די הלכה.

טייטשט ער מיט דעם: קץ כל בשר בא "לפני" - דוקא איך קען זיי דן זיין - כי מלאה הארץ חמס מפניהם, זיי זענען אזוי שולדיג פון קאפ ביז פוס אז בי"ד של מעלה וועט זיי מוזן פטר'ן..

א אידעלע
שר חמישים ומאתים
תגובות: 418
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 13, 2006 12:27 pm
לאקאציע: דרייט זיך אינמיטען וועג

תגובהדורך א אידעלע » מיטוואך דעצמבער 27, 2006 12:01 pm

קרעמער, זייער גיט,

אגב, אין מס' שבת זאגט די גמ' נאך מער, אז אפילו אויב עס איז נאר דא איין מלאך וואס איז מלמד זכות, גייט מען ארויס זכאי!

וז"ל הגמ' במס' שבת דף ל"ב.

ת"ר מי שחלה ונטה למות אומרים לו התודה שכן כל המומתין מתודין אדם יוצא לשוק יהי דומה בעיניו כמי שנמסר לסרדיוט חש בראשו יהי דומה בעיניו כמי שנתנוהו בקולר עלה למטה ונפל יהי דומה בעיניו כמו שהעלוהו לגרדום לידון שכל העולה לגרדום לידון אם יש לו פרקליטין גדולים ניצול ואם לאו אינו ניצול ואלו הן פרקליטין של אדם תשובה ומעשים טובים ואפי' תשע מאות ותשעים ותשעה מלמדים עליו חובה ואחד מלמד עליו זכות ניצול שנאמר(איוב ל"ג) אם יש עליו מלאך מליץ אחד מני אלף להגיד לאדם ישרו ויחננו ויאמר פדעהו מרדת שחת וגו': ר' אליעזר בנו של ר' יוסי הגלילי אומר אפילו תשע מאות ותשעים ותשעה באותו מלאך לחובה ואחד לזכות ניצול שנאמר מליץ אחד מני אלף:

אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלפים
תגובות: 28277
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

תגובהדורך קרעמער » מיטוואך דעצמבער 27, 2006 2:11 pm

יישר כח אידעלע, איך האב אויך לעצטנס געלערנט די גמרא אין מס' שבת. די חידוש פונעם בן יהוידע איז אבער אז אפילו א רשע גמור, וואס מען קען נישט טרעפן אויף אים דעם ביליאנסטל לימוד זכות, וואלט ארויסגעגאנגען זכאי בדין צוליב די הלכה פון כולו חייב זכאי.

-----

היינטיגע ידיעה: תוספות זאגט אין מסכת שבת (ס"ה ע"ב ד"ה סהדא) אז אלע טייכן שטראמען פון מזרח צו מערב!

דער רש"ש דארט אויפן פלאץ פרעגט פונעם דונאי טייך וואס לויפט דורך אין עטליכע מדינות אין אייראפע, און לויפט אויפן פארקערטן ריכטונג, דערפאר שרייבט ער אז תוספות רעדט נאר פון די 4 גרויסע טייכן וואס שלענגלען זיך פון גן עדן, כמבואר בפרשת בראשית.

אוועטאר
יאנאש
שר שמונת אלפים
תגובות: 8286
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יוני 28, 2006 8:40 pm
לאקאציע: וואו בינעך טאקע?

תגובהדורך יאנאש » מיטוואך דעצמבער 27, 2006 2:17 pm

איבער די פריערדיגע ידיעה כאפ איך נאכנישט וויאזוי קען מען יעמאלט ווערן חייב דורכן בית דין של מעלה (אויסער דורך הקב"ה אליינס).

אוועטאר
פענסטער
שר חמש מאות
תגובות: 597
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוגוסט 02, 2006 3:03 pm

תגובהדורך פענסטער » מיטוואך דעצמבער 27, 2006 7:04 pm

נעכטן געהערט, וואס פשט פון די ווארט "אנטיסעמיט"?

אז דאס איז פון די לשון "שם" אנטי 'שם'יסטען.

קען זיין ס'איז א זאך וואס יעדער ווייסט, אבער פאר מיר איז עס געווען אינטערסאנט.

אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלפים
תגובות: 28277
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

תגובהדורך קרעמער » מיטוואך דעצמבער 27, 2006 7:51 pm

איך האב דאס געזען אלץ קינד - דאכט זיך - אין "יפה בעתו", אבער עס שאדט נישט אריינצולייגן דא זאכן וואס דער עולם ווייסט מעגליך, ווייל עס מאכן זיך כסדר מענטשן וואס האבן דאס נאך נישט געהערט.

אן עצה טובה וואלט געווען אז דער עולם וואס הערט יעצט דאס ערשטע מאל א ידיעה, זאל זיך מעלדן (אויב נישט באדאנקן)... אזוי וועט מען וויסן צו מען האט געלייגט א באקאנטע פאקט, אדער א פרישע ידיעה.

------

דאס האט איר נאך זיכער נישט געהערט!

דער בן איש חי שרייבט אויף אן ארט בשם די חכמי הניתוח (דאכט זיך) אז ביים גלגולת הראש (סקאל בלעז) איז דא א דיפערענץ צווישן זכרים און נקבות, נעמליך ביי א זכר איז די גאנצע קאפ איין שטיק ביין, אבער ביי א נקבה איז דאס צוזאמגעשטעלט פון צוויי שטיקער!

און די סיבה דערצו: וואלט די פרוי'ס גלגולת געווען פון איין שטיק, וואלט דאס געפלאצט רח"ל פון צער לידה!!!!!!!!

אוועטאר
פענסטער
שר חמש מאות
תגובות: 597
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוגוסט 02, 2006 3:03 pm

תגובהדורך פענסטער » מיטוואך דעצמבער 27, 2006 7:55 pm

געוואלדיג קרעמער, טאקע נאכנישט געהערט דערפון.

(איך שטעל מיך שוין צו צי די נייע תקנה...)

אוועטאר
מאשקע
מ. ראש הקהל
תגובות: 12555
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 15, 2006 2:40 am
לאקאציע: אין די חיפוש

תגובהדורך מאשקע » מיטוואך דעצמבער 27, 2006 8:11 pm

קרעמער, נאכנישט געהערט.
כ'האב שוין לאנג געוואוסט אז די קאפ פון א פרוי ארבעט אנדערש ווי ביי א מאן. נאר נישט געוואוסט פונקטליך מיט וואס...
אה, שיער נישט פארגעסן: א דאנק!
An article a day keeps the babies away


צוריק צו “ידיעות התורה”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 6 געסט