ידיעות באגאזש...

הפוך בה דכולה בה

די אחראים: אחראי, גבאי ביהמד

זארעכפעפער
שר האלפיים
תגובות: 2167
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 24, 2006 2:28 pm

ידיעות באגאזש...

תגובהדורך זארעכפעפער » דאנארשטאג נובעמבער 23, 2006 9:39 am

כ'טאראכט אזוי: צו עפענען דעם "ידיעות באגאזש אשכול" וואו מען זאל זיך בארייכן איינער דעם צווייטן מיט אינטערסאנטע תורה'דיגע ידיעות.

אז איר וועט אמאל וועלן וויסן עפעס אינטערסאנטע זאכן, זאלט איר צושפאצירן צום ידיעות זעקל, אנהויבן נישטערן און זוכן, און עס וועט אייך צומאל אויך צוניץ קומען.

אבער... אבער... צו דעם מוז יעדער צולייגן א פלייצע...

ווער עס האט עפעס אן אינטערסאנטע תורה'דיגע ידיעה, אדער אפי' לאו דוקא א תורה'דיגע, דהיינו אפילו סתם עפעס א גוטע ידיעה, א שטייגער עפעס אן אינטערסאנטע ידיעה בתולדות עם ישראל, אדער בתולדות גדולי ישראל וכו', זאל מוחל זיין דאס אריינווארפן דא אינעם ידיעות באגאזש.

כמובן, אז מען זאל נאר אריינשליידערן זאכן, וואס מען טראכט אז ס'קען זיין אינטערסאנט פאר די ליינער'ס, באזוכער'ס וכו'.

***
כ'על זיין דער ערשטער:

קינדער: וויינען, איז א געזונטע זאך!
ומן התימה בעניין בכייתו, כי הילד יש לו תועלת בה, כפי מה שאמרו חכמי הרופאים. כי במוחי הילדים, ליחה, כשהיא נשארת על ענינה מחדשת עליהם חדושים רעים, והבכי מתיך הליחה ההוא ממוחיהם, וינצלו מרעות מאורעיה.
(חובת הלבבות שער הבחינה)

אין לייכטן אידישן איבערזעצונג: (אפי' דאס געוויינעריי פון א קינד, וואס קוקט לכאורה אויס אין די אויגן פון איינפאכע מענטשן אלס א שלעכטע און איבריגע זאך), אבער ווי וואונדערליך איז דאס, אז נישט נאר ס'איז נישט שלעכט אדער איבריג ס'האט גאר א גרויס תועלת. לויט ווי די דאקטוירים זאגן, איז פארהאן אינעם מח פון א קינד א געוויסער פייכטקייט, וואס אויב דער פייכקייט זאל בלייבן כמו שהיא קען זיך דערפון פארוויקלען שלעכטע פאסירונגען אויפן קינד, און דאס וויינען טוט צולאזן די פייכקייט פונעם מח. קומט אויס אז דאס וויינען ראטעוועט גאר דאס קינד פון אומפאראויסגעזענע שלעכטע פאסירונגען, ה"י.

איך שפעקוליר נאר; צו ער מיינט דאס וויינען בעצם, צו ער מיינט די טרערן וואס רינען בשעת'ן וויינען?

אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלפים
תגובות: 28277
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

תגובהדורך קרעמער » דאנארשטאג נובעמבער 23, 2006 1:24 pm

יישר כח ר' זרח פארן גרינדן אזא וויכטיגע אשכול.

די וואך גייט ואלה תולדות יצחק בן אברהם, וועל איך אנהייבן מיט א ידיעה וואס האט צוטאן מיט יצחק אבינו.

יצחק אבינו איז געווען דער ערשטער וואס איז געבוירן געווארן פיצל! אלע פריש געבוירענע קינדער וואס זענען געבוירן פון אדם הראשון ביז יצחק'ן, זענען געווען "ערוואקסן" ביים געבורט!

(מקור: בראשית רבה פרשה נ"ג סימן י', אמר ר' לוי לא נדנדה עריסה תחלה אלא בביתו של אברהם אבינו, אידיש: קיין וויגעלע האט זיך נישט געוויגט ביז יצחק איז געבוירן אין שטוב פון אברהם אבינו. זעה אין די מפרשים דארט).

אוועטאר
cano
שר האלפיים
תגובות: 2322
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יוני 28, 2006 5:25 pm

תגובהדורך cano » מוצ"ש נובעמבער 25, 2006 9:54 pm

איך ווייס נישט צי עס באלאנגט דא אלזא נאך דעם וואס איינער ענטפערט מיר בעט איך די מנהלים זאלען עס אפמעקען (פארשטייט זיך נאר אויב יעדער האלט אזוי)

לויט דעם איז מיר שווער, וואס איז דען דער חידוש, אז עשיו איז געבוירען געווארען פארפערטיגט מיט זיינע האר, אזוי וואו רש"י איז מסביר פשט, פארווואס מען האט אים געגעבען די נאמען עשיו, א מער ביז עטליכע יאר ציריק, איז דאך דאס געווען די סדר העולם?
דיסקליימער: ווען איך מאך א ספעלינג טעות, איז דאס נישט דיירעקט, עס פשוט א טעות.

אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלפים
תגובות: 28277
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

תגובהדורך קרעמער » זונטאג נובעמבער 26, 2006 12:41 am

1. עס קען זיין אז אין סייז זענען געבוירן געווארן גרויס ביז יצחק אבינו, אבער באבערדעלט זענען זיי נאכנישט געווען, אנדערש ווי עשו וועלכער איז געבוירן מיט א פולע בארד (כך שמעתי מהמלמד הידוע מקר"י ר' ח.ד. ווייס על הטעיפ לילדים, ויל"ע מקור דבריו).

2. אמאל זענען זיי געבוירן גרויס אין סייז און פול מיט האר (לאמיר זאגן), אבער אז א קליין קינד זאל געבוירן ווערן אינגאנצן באהאריגט, דאס איז געווען א געוואלדיגע חידוש.

אוועטאר
cano
שר האלפיים
תגובות: 2322
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יוני 28, 2006 5:25 pm

תגובהדורך cano » זונטאג נובעמבער 26, 2006 12:52 am

די צווייטע געפעלט מיר בעסער וישכ"ג
דיסקליימער: ווען איך מאך א ספעלינג טעות, איז דאס נישט דיירעקט, עס פשוט א טעות.

א אידעלע
שר חמישים ומאתים
תגובות: 418
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 13, 2006 12:27 pm
לאקאציע: דרייט זיך אינמיטען וועג

תגובהדורך א אידעלע » זונטאג נובעמבער 26, 2006 11:25 am

קענאו, די זעלבע זאך קענסטו דאך פרעגן, וואס איז געווען די גרויסע חידוש אז יצחק אבינו איז געבוירן ווען אברהם איז אלט געווען הונדערט יאר, ווען אפאר יאר פארדעם האבן מענטשן געהאט קינדער ביי די דריי פיר הונדערט יאר?

אוועטאר
איך_הער
סעקרעטאר
תגובות: 18576
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 04, 2006 6:47 pm
לאקאציע: אין אפיס
פארבינד זיך:

תגובהדורך איך_הער » דינסטאג נובעמבער 28, 2006 11:08 pm

רש"י פרעגט עס טאקע.

אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלפים
תגובות: 28277
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

תגובהדורך קרעמער » דינסטאג נובעמבער 28, 2006 11:27 pm

איך_הער האט געשריבן:רש"י פרעגט עס טאקע.


איך_הער;

איר זענט מכובד אנצוצייכענען א מראה מקום אויף די רש"י, אדער לכל הפחות שרייבן וואס רש"י ענטפערט דערויף. יישר כח.

---------
מורי ורבותי!

די ידיעות באגאזש אשכול וואלט געברויכט פארן אויף געשמירטע רעלסן ווי מצה וואסער נאך א שטורעם, איך גלייב אז יעדער איינער פון אונז פארמאגט נאך אין זיך עפעס ידיעות וואס זענען אינטערסאנט מיטצוטיילן מיטן עולם, אשר על כן פארוואס שלאפט אט דער אשכול?

איך וועל זיך אי"ה משתדל זיין מצידי צוצולייגן א פרישע ידיעה נאך יעדע ידיעה וואס א צווייטער חבר הקרעטשמע וועט צולייגן (אויב איך וועל אריינקומען און זען אסאך צוגעקומענע זאכן, וועל איך זיין א מסתפק במועט און מוסיף זיין נאר איין ידיעה'לע).

רבותי, נעמט אייך צו דער ארבעט!

--------

ידיעה פונעם היינטיגן טאג:

אין מסכת עירובין שטייט אין די משנה (פרק ח' משנה ה') שכבר הסיע מלבו, שרייבט רש"י (דף פ"ו ע"א) הסיח.

שפעטער שטייט אין די משנה אין עירובין (פרק ח' משנה ט', דף פ"ח ע"א) "עוקה" (עס טייטשט א גרוב), שרייבט רבינו חננאל אז דאס איז מלשון חקיקה.

האב איך געזאגט פאר מיין חברותא א פשוט'ע געדאנק, אז אן "ע" מיט א "ח" זענען זיך מתחלף (ביידע זענען דאך פון איין מוצא הפה, אחה"ע), און צוגעלייגט אז מיר געפונען אז רבי חייא פלעגט נישט קענען זאגן קיין ח' און אנשטאט פלעגט ער זאגן אן ע', דערפאר האט אים איינער פון די אמוראים אמאל אנגערופן "עייא".

און די סיבה איז פשוט: די ריכטיגע הברה פון אן עי"ן איז געדעכטער ווי אן אל"ף (עס איז דאך דא א צווישנשייד צווישן אן א' און אן ע', מען זאגט אז ביי די ספרד'ישע אדער תימן'ע איז פארבליבן די ריכטיגע מסורה דערין), אויטאמאטיש איז אן עי"ן נאנטער צום אויסדרוק פון א חי"ת, און דערפאר איז זיך דער עי"ן אסאך מתחלף דערמיט.

והוא דבר פשוט, אבער פאר טייל קען עס זיין אן אינטערסאנטע צוגאב צום ידיעות באגאזש.

אוועטאר
איך_הער
סעקרעטאר
תגובות: 18576
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 04, 2006 6:47 pm
לאקאציע: אין אפיס
פארבינד זיך:

תגובהדורך איך_הער » דינסטאג נובעמבער 28, 2006 11:33 pm

קרעמער האט געשריבן:
איך_הער האט געשריבן:רש"י פרעגט עס טאקע.


איך_הער;

איר זענט מכובד אנצוצייכענען א מראה מקום אויף די רש"י, אדער לכל הפחות שרייבן וואס רש"י ענטפערט דערויף. יישר כח.

אויסענווייניג קען איך נישט פונקטליך אנצייכענען די מראה מקום, אבער רש"י ענטפערט אז ווי מ'איבערצייגט זיך פון פסוק, האבן די דורות צווישן נח און אברהם מקדים געווען צו האבן זייערע קינדער ביי די דרייסיגער יארן ממילא איז געווען א חידוש אברהם'ס הונדערט יאר.

זארעכפעפער
שר האלפיים
תגובות: 2167
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 24, 2006 2:28 pm

תגובהדורך זארעכפעפער » מיטוואך נובעמבער 29, 2006 4:47 pm

קרעמער זייער שיין. נאר איך האב דערויף א הערה'לע-צוויי.

א. דאס וואס דו זאגסט וועגן ר' חייא. רש"י דארט (אין מו"ק ט"ז?) אויפן פלאץ זאגט סתם אז אלץ לשון גנאי האט ער אים אזוי גערופן, ווי מ'זאגט חייא-עייא, כלומר א געשפעט. דער מהרש"א דארט זאגט דעם פשט, וואס דו האסט געברענגט, אז דער "עייא" איז געווען מיט א ספעציעלער מכוון, ווייל ר' חייא איז געווען א מגמגם בלשונו.

באמת דער מהרש"א דארט איז מיר א שטיקל פלא, ווייל די גמרא (אין מגילה כ"ד) זאגט נאר אז ר' חייא האט מגמגם געווען בין ה"א ל-חי"ת, די גמרא זאגט כלל נישט אז ר' חייא האט מגמגם געווען בין אל"ף ל-עי"ן?. נאר וואס יא, דארט אויפן זעלבן עמוד זאגט עפעס די גמרא, אז די וואס זענען מגמגם בין ה"א ל-חי"ת זאלן נישט צוגיין דאווענען פארן עמוד משום גומגום, און באלד דערויף ברענגט די גמרא צו די מעשה מיט ר' חייא'ן, אבער נישט אז ר' חייא האט אויך מגמגם געווען בין אל"ף ל-עי"ן, ודו"ק.

ב. לגבי די מסורת התימנים, וואס דו שרייבסט, אז ביי זיי קען מען דערקענען בין אל"ף ל-עי"ן, דאס ווייס איך נישט, אבער וואס יא, די תימנים דריקן אזוי דעם ה"א אזש ס'קוקט אויס ווי א חי"ת.


***
און אז מען רעדט שוין יא, וועל איך אויך אנפילן דעם באגאזש מיט אן ענין דומה לזה, אויך פון מהרש"א.

די גמרא דערציילט (אין סוטה י"א), אז די קינדער'לעך אין מצרים זענען געבוירן געווארן אין פעלד וכו', און ווען זיי זענען גרויס געווארן זענען זיי אליין געקומען צוגיין עדרים עדרים, די גמרא דרשנ'ט דאס פון דעם פסוק, ותרבי ותגדלי ותבואי בעדי עדיים, אל תקרי בעדי עדיים אלא בעדרי עדרים.

נו, לכאורה געפונען מיר אין ערגעץ נישט אזא זאך, א ווארט וואס דער רי"ש זאל זיין פונעם עיקר ווארט און דייקא דאס זאל גאר פעלן פונעם ווארט?.

זאגט דארט דער מהרש"א, בדרך צחות, ווייל דער סדר פון קליינע קינדער איז אז דער רי"ש זאגן זיי שווער ארויס, דעריבער ביי א ווארט וואס פארמאגט א רי"ש אין זיך שפרינגען זיי איבער דעם רי"ש, בפרט די קינדער אין מצרים וואס זענען געוואקסן אין פעלד, אין א פלאץ וואו ס'נישט געווען קיין מענטשן. דאס איז פשט אין די גמרא, אל תקראי עדי עדיים, זאלסט נישט ליינען דעם פסוק "עדי עדיים" אן דעם רי"ש, אזוי די קינדער אין מצרים וואס זענען געוואקסן אין פעלד, נאר לייען די ווערטער מיט'ן רי"ש, "עדרי עדרים", ווי ס'קומט ארגינאל.

***
און צום סוף שטעל איך זיך צו קרעמער'ס רוף:
רבותי ווארפט אריין ידיעות'לעך. וואס ארט אייך אז נאך א איד וועט וויסן וואס איר ווייסט אויך?...

אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלפים
תגובות: 28277
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

תגובהדורך קרעמער » מיטוואך נובעמבער 29, 2006 6:53 pm

ר' זרח;

איך פארשטיי נישט געהעריג דיין וואונדער, דאס זעהט מען קלאר אין די גמרא אז רבי חייא האט געהאט א פראבלעם מיטן אות "חית" וואס ער האט נישט געקענט ארויסזאגן (נאר נאכן זיך אנשטרענגן, ווי תוס' אין מגילה שרייבט), און אנשטאט האט ער זיך באנוצט מיט אן ה"א (ווי די גמרא זאגט אין מגילה) אדער מיט אן "עין" (ווי דער מהרש"א זאגט אין מועד קטן, הובא בדבריך). אלזא, וואו זעהסטו (אין די גמרא אדער - להבדיל - אין מיינע רייד) אז ער האט מחליף געווען אל"ף בעי"ן?

***

יישר כח פאר די הערליכע מהרש"א וואס דו האסט אריינגעווארפן אינעם ידיעות באגאזש, אט איז דער לשון הקודש פון א חלק דערפון (אותיות מחכימות?): דרך הקטנים שמוצא הרי"ש קשה להם בדבור ומדלגים אותה בדבורם (מהרש"א בחידושי אגדות סוטה י"א ע"ב ד"ה ואמר באים).

***

א פרישע ידיעה צום היינטיגן טאג, שייך לפרשת השבוע;

עס שטייט אין פסוק אז יששכר האט אהיימגעברענגט פון פעלד "דודאים", און לאה האט זיך זייער געפריידט דערצו, אבער האט דאס שפעטער איבערגעגעבן פאר רחל, אין אויסטויש אז יעקב זאל איבערנעכטיגן יענע נאכט אין לאה'ס געצעלט.

וואס אזאנס איז דאס "דודאים" (ווער עס ליינט די מעלות ווייסט אז דאס זענען אזעלכע "בעריס"... און זיי שרייבן אז פון דארטן שטאמט די נאמען ישכר-בער, על שם בעריס)?

זאגט דער אבן עזרא אז דאס זענען אזעלכע געוואוקסן וואס זעהן אויס ווי קליינע מענטשעלעך! מיט פארעמעס פון א קאפ און הענט (ובלשונו: דודאים כו' הם על צורת בן אדם, כי יש להם דמות ראש וידים. ראב"ע בראשית ל', י"ד). דער ספורנו (שם) שרייבט אז דאס איז א מין גראז וואס געט ארויס א גוטן ריח, און איז מסוגל אויף קינדער (:דודאים, מין עשב טוב הריח וטוב אל התולדה).

אוועטאר
יאנאש
שר שמונת אלפים
תגובות: 8286
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יוני 28, 2006 8:40 pm
לאקאציע: וואו בינעך טאקע?

תגובהדורך יאנאש » מיטוואך נובעמבער 29, 2006 9:31 pm

היינט געלערנט אין צווייטן פרק חגיגה, אויף איינער וואס חקר'נט צו סאך זאגט די משנה 'רתוי לו כאלו לא בא לעולם' (בערך דעם לשון).
רש"י הקדוש טייטשט דעם ווארט רתוי אז עס קומט משלון רחמנות, האב איך געקלערט אז אפשר פון דא נעמט זיך די ווארט 'מערסי' אין ענגליש.

תהוובהו
שר מאה
תגובות: 105
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 13, 2006 2:30 pm

תגובהדורך תהוובהו » דאנארשטאג נובעמבער 30, 2006 12:00 am

אן אשכול כדבעי, כה יתן וכה יוסיף

לאמיך כאטש עפעס צוגעבן

די תרפים פון לבן איז לויט טייל געוועון א געוויסע סארט זייגער, ווי דער אבן עזרא זאגט י"א שהוא כלי נחשת העשוי לדעת חלקי השעות . אויך דער רמב"ן ברענגט לכאורה מעין די שיטה. אפשר איז דאס גאר די ערשטע סארט זייגער וואס מ'טרעפט פון אמאל , אויסער קוקן אויף די זון צו וויסן די צייט. ווער ווייסט.

אקעי, וואס נאך?
היינט געזען אז פארשער האבן געמאכט געוויסע טעסטס און געזען אז דער מוח פונעם מענטש האט די זעלבע הנאה פון געבן געלט פאר יענעם, טשעריטי בלע"ז, ווי דער מענטש וואס באקומט געלט. זיי האבן זיך דאס איבערצייגט דורכ'ן מאניטערן דעם ברעין מיט די היינטיגע מאשינען ואוס קענען די מלאכה און ליינען אפ די סיגנאלן. אבער וואס די חכמים ווייסן נישט איז אז חז"ל האבן דאס שוין געווואואסט סאך פריער און אן די אלע פארגעשריטענע מאשינען. (אפשר קען מען דאס אריינשיקן צו מבאר רבותינו

זארעכפעפער
שר האלפיים
תגובות: 2167
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 24, 2006 2:28 pm

תגובהדורך זארעכפעפער » דאנארשטאג נובעמבער 30, 2006 11:36 am

ר' קרעמער
נו, זה מה שאמרתי, פון וואו האט דאס דער מהרש"א גענומען, אז אנשטאט א חי"ת האט ער געזאגט אן עי"ן?. פון די גמרא דארט זעט אויס אז ער האט אנשטאט א חי"ת האט ער געזאגט א ה"א (חיכיתי-היכיתי). ודו"ק.

וביתר ביאור. די גמרא זאגט אן הלכה, אז די אנשי בית שאן זאלן נישט צוגיין צום עמוד, ווייל זיי זענען קורין אל"ף בעי"ן. דערנאך ברענגט די גמרא צו די מעשה מיט ר' חייא, וואס ר' שמעון האט געשיקט ענטפערן פאר ר' חייא'ן, וויאזוי ער קען זאגן "חכיתי" אמער עס הערט זיך דאך אן "היכיתי". ס'טייטש, ווייל ר' חייא האט שווער געזאגט דעם חי"ת, דעריבער האט זיך דאס אנגעהערט ווי א ה"א. ע"כ מהגמרא. זעסטו דא קלאר אין די גמרא נאר אז ר' חייא האט געזאגט ה"א במקום חי"ת, לויט דעם וואלט יענער אין מו"ק, בעדארפן ווען צו זאגן, "הייא" נישט "עייא".

קומט דער מהרש"א צו גיין און איז מחדש, אז די אלע גומגמין אין די אותיות אהח"ע, זענען זיך מגמגם דא בדא. ס'טייטש נישט נאר ווי מיר זעהן אין די גמרא אז די בעלי מגמגמין באל"ף זענען דאס קורין לעי"ן און די בעלי מגמגמין בחי"ת זענען דאס קורין לה"א, נאר איינער וואס איז מגמגם אין א חי"ת קען צומאל דאס מחלף זיין בעין אויך, דעריבער לפי"ז שטימט זייער גוט דער חייא-עייא. אצינד איז מיין אומפארשטענדעניש, פון וואו דער מהרש"א נעמט דעם חידוש, בעת ווען פון די גמרא זעט מען נאר אז אל"ף טוישט זיך לעי"ן און חי"ת לה"א אבער נישט א חי"ת לעי"ן.

און איך ווייס אויך אז דער תי' איז ווייל די אותיות אחה"ע זענען פון איין מוצאי הפה, דעריבער איז זיך מתחלף זה בזה. עם כל זה פארשטיי איך נישט, ווייל, נו, אויב אזוי, אולי האט ר' חייא געזאגט "עיכיתי" אדער "איכיתי" במקום "חיכיתי"?

אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלפים
תגובות: 28277
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

תגובהדורך קרעמער » דאנארשטאג נובעמבער 30, 2006 11:57 am

איר פרעגט גוט ר' זרח, און מחמת הלחץ זו הדחק, מוז מען זאגן, אז וויבאלד ר' חייא פלעגט זיך מוטשן ארויסצוזאגן דעם חי"ת, און בתוך המוטשעניש פלעגן ארויסקומען פארשידענע אותיות, וואלט ער געברויכט חושש זיין אז אפשר וועט ער חלילה מגדף זיין און זאגן היכיתי, אויב אזוי - פרעגט רבי - ווי קען ער זאגן חכיתי? ער ברויך ענדערש אויסלאזן דאס ווארט ווי איידער צוקומען צו אזא סארט טעות.
---

ידיעה חדשה - יום ה' ויצא תשס"ז

נעכטן געלערנט אין כף החיים (סימן ס"ח) בשם שער הכוונות פון ר"ח וויטאל (דרושי עלינו לשבח ונוסח התפילה דרוש א) אז דערפאר זענען דא פארשידענע ערליי נוסחאות אין דאווענען (נוסח אשכנז, ספרד, און אזוי ווייטער) ווייל יעדע שבט פון די 12 שבטים, האט זיין אייגנארטיגן נוסח, און אקעגן דעם זענען דא 12 טויערן אין הימעל וואו די תפילות גייען אריין. דערפאר ברויך יעדער אנהאלטן די מסורה פון זיינע עלטערן, ווייל אויב זיין טאטע האט געדאווענט דעם נוסח, איז א סימן אז ער שטאמט פון דעם שבט וואס דאווענט אויף דעם נוסח, און זיינע תפלות גייען אריין אין דעם ספעציפישן טויער וואס אלע תפלות פון דעם שבט קומען אן אהין. אויב איז איינער משנה פון די נוסח וואס ער האט געזען ביי זיינע עלטערן, איז ער נישט פארזיכערט אז זיינע תפלות וועלן אנגענומען ווערן, ווייל עס וועט נישט אריינגיין אינעם ריכטיגן טויער.

וזה לשון קדשו:

ואמנם בעיקרי המנהגים עצמם שיש הפרשים רבים ושנויים רבים בענין נוסח התפלות בעצמם חוץ מענין הפזמונים והפיוטים הנוספים בתוך התפלות אלא בנוסח הברכות והתפלות עצמם יש שנויים רבים בין סדורי התפלות בין מנהג ספרד ובין מנהג קאטלוניא ובין מנהג אשכנז וכיוצא בזה, הנה בענין הזה א"ל מורי ז"ל שיש ברקיע י"ב חלונות כנגד י"ב שבטים וכל שבט ושבט עולה תפלתו דרך שער א' מיוחד לו והוא סוד י"ב שערים הנז' בסוף יחזקאל. והנה אין ספק כ"א תפלות כל השבטים היו שוות לא היו צורך לי"ב חלונות ושערים וכל שער יש לו דרך בפני עצמו אלא ודאי מוכרח הוא שכיון שתפלותיהם משונות לכן צריכים שערים מיוחדים לכל שבט ושבט כי כפי שרש ומקור נשמות השבט ההוא כך צריך להיות סדר תפלתו. ולכן ראוי לכל א' וא' להחזיק כמנהג סדר תפלתו כמנהג אבותיו לפי שאין אתנו יודע מי הוא משבט זה ומי הוא משבט זה. וכיון שאבותיו החזיקו במנהג ההוא אולי הוא מן השבט ההוא הראוי לו אותו המנהג ועתה בא לבטלו ואין תפלתו עולה למעלה אם לא בדרך הסדר ההוא. אבל צריך שתדע שאין זה אלא בענין תיבות משונות באמצע התפל' וכיוצא בו כגון להקדים הודו קודם ברוך שאמר או אח"כ וכיוצא אבל מה שהוא מיוסד עפ"י הדין המפורש בתלמוד זה הוא דבר השוה לכל נפש ואין חילוק ביניהם כלל בכל השבטים:

זארעכפעפער
שר האלפיים
תגובות: 2167
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 24, 2006 2:28 pm

תגובהדורך זארעכפעפער » פרייטאג דעצמבער 01, 2006 11:36 am

ר' קרעמער:
זאג מיר נישט אז דו ביסט הערשט היצט, לערנענדיג דעם כף החיים, געוואויר געווארן דעם גאנצן ענין.

ווייסטו דען נישט די באקאנטע מחלוקה אין דעם ענין, איבער די חסידים וועלכע האבן משנה געווען מנוסח אשכנז לנוסח ספרד, צווישן דעם חתם סופר אין דעם ישמח משה?.
אין שו"ת חת"ס חאו"ח, ערגעץ אנפאנג צווישן תשו' י' און תשובה כ', איז דא דארט צוויי תשובות בנוגע דעם ענין. אין שו"ת השיב משה, ערגעץ אנפאנג סי' ה' אדער ו', איז אויך דא א תשובה בנוגע דעם ענין. וראה עוד בשו"ת דברי חיים ח"ב, ערגעץ אין או"ח, ווי ער רעדט אויך איבער דעם ענין און ער ברענגט דעם חתם סופר אין דעם השיב משה.

אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלפים
תגובות: 28277
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

תגובהדורך קרעמער » מוצ"ש דעצמבער 02, 2006 10:33 pm

ר' זרח;

ידעתי בני ידעתי אז אין שו"ת ספרים איז דא א געטועכץ איבער די נושא, אבער איך גלייך "אריגינעל" און "שורשי הדברים", און דערפאר צייכן איך צוה דעם פריסטן מקור צום נושא, ובפרט אז דארט איז הערליך אויסגעשמועסט די ענין פון די י"ב שערים.

און לכבודך - און לכבוד דיין הערליכן אשכול - וועל איך טאקע גיין א טריט ווייטער, און שרייבן וואס דער ר"ח וויטאל שרייבט באלד דערנאך פון זיין רבי'ן דער אריז"ל, אז "נוסח ספרד" איז העכער אלעס, און מען מעג משנה זיין פון אנדערע נוסחאות צו דאווענען נוסח ספרד, וואס דער נוסח האט צוטריט צו אלע 12 שערים!

אוועטאר
סאכדעס
שר עשרים אלפים
תגובות: 20440
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 27, 2006 2:15 pm
לאקאציע: אלעמאל נאנט צו התאחדות
פארבינד זיך:

תגובהדורך סאכדעס » דינסטאג דעצמבער 12, 2006 1:14 pm

גימטריאות איז אין די וועלט באקאנט אז דאס באדייט, באטרעפט, דאס הייסט לאמיר זאגן אז 'וידבר' איז בגימטריא 222, אבער לערנענדיג מיין שיעור קבוע מיט שוועמלען זענען מיר אפירגעקומען אז אויב וויל מען עפעס טוישן מיט די מהלך פון את בש וכדומה, איז דאס אויך אין די בחינה פון גימטריא.

שוועמל האט יעמאלט צוגעלייגט אז אפשר גייט עס אריין אין די ענגליש ווארט דזשימעטריק, יאך ווייס נאך נישט דערווייל וואס דאס מיינט.

זארעכפעפער
שר האלפיים
תגובות: 2167
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 24, 2006 2:28 pm

תגובהדורך זארעכפעפער » דינסטאג דעצמבער 12, 2006 4:37 pm

Geometry:

1. Mathematics of shapes. The branch of mathematics that is concerned with the properties and relationships of points, lines, angles, curves, surfaces, and solids

2. Kind of geometry. Any subclass of geometry, for example, a set of distinct theories or its application to a particular type of problem or object.

3. Arrangement of something. The way the different parts of something fit together in relation to each other.

זארעכפעפער
שר האלפיים
תגובות: 2167
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 24, 2006 2:28 pm

תגובהדורך זארעכפעפער » דינסטאג דעצמבער 12, 2006 4:39 pm

טויטער אשכול...
כ'האב זיכער געמיינט ביים עפענען אז דא גייט פליסן ידיעות, אפשר צוויי א טאג, און כמובן בשותפות פון אלע חבירים צוזאמען נישט בלויז פון קרעמער'ן. דערווייל וואס, וואו, ווען, ס'שלאפט, ס'טויט. פארוואס רבוש"ע? וואס ארט אייך אז נאך איינער ווייסט אויך, דאס וואס איר ווייסט?!

***
עס שטייט אין זוה"ק, פר' וירא, אויפן פסוק: "וירא והנה שלשה אנשים נצבים עליו". אלין אבהתא אברהם יצחק ויעקב דקיימין עלוהי וחמי עובדין טבין דעבדי. פי', ווער זענען געווען די דריי אנשים וואס אברהם אבינו האט געזען?. זאגט דער זוהר אז דאס זענען געווען די אבות הקדושים, אברהם יצחק ויעקב, וואס זענען געשטאנען נעבן אים און זיך צוגעקוקט צו די מעשים טובים וואס אברהם האט געטוהן. נו, ווי פארשטייט איר דאס?, די אבות הק' 'אברהם' (איז געשטאנען און געקוקט וואס 'אברהם' טוהט) און יצחק ויעקב (וועלכע זענען נאך ניטאמאל געווען געבוירן) זענען געשטאנען און געקוקט וואס אברהם טוט?.

ויש להאריך בזה הרבה, מקדמונים שדנו בזה.
אבער קודם נאט אייך די אינטערסאנטקייט פון די ידיעה.

אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלפים
תגובות: 28277
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

תגובהדורך קרעמער » דינסטאג דעצמבער 12, 2006 7:35 pm

אז דו רעדסט פון אברהם אבינו, איך האב לעצטנס געהערט נאכזאגן פון זוהר הקדוש (יענער האט דאס געזען אין דברי יואל אדער חידושי תורה פון סאטמאר רבי'ן זצ"ל) אז די אלע גרים וואס אברהם אבינו האט מגייר געווען תחת כנפי השכינה, איז פון זיי גארנישט געבליבן!

--

בנוגע די פליסונג פונעם אשכול: איך האב זיך אונטערגענומען - בלי נדר - צוצוגעבן צו יעדע פרישע תגובה וואס איך באמערקט דא, אויב עס איז שטיל, בין איך אויך שטיל.

אוועטאר
איך_הער
סעקרעטאר
תגובות: 18576
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 04, 2006 6:47 pm
לאקאציע: אין אפיס
פארבינד זיך:

תגובהדורך איך_הער » זונטאג דעצמבער 17, 2006 5:01 pm

קען זיין אז ס'איז דא וואס ווייסן שוין דערפון אבער ביי מיר איז עס געווען א נייע זאך, איך האב היינט געלערנט אז ס'איז דא וואס זאגן אז ר' מאיר מיט ר' אלעזר בן ערך, איז איינס.

אוועטאר
איך_הער
סעקרעטאר
תגובות: 18576
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 04, 2006 6:47 pm
לאקאציע: אין אפיס
פארבינד זיך:

תגובהדורך איך_הער » זונטאג דעצמבער 17, 2006 5:03 pm

נאך א זאך די וועלט זאגט דעם מאמר טוב לו לאדם שלא נברא, אדער טוב לו לאדם שלא נברא, אין די גמרא איז די לשון נוח לו לאדם. ( ס'קען זיין אז דאס האט נישט מיט ידיעות שרייטס מיך נישט אן, ס'איז נאר אין די זעלבע גמרא, לייג איך עס דא.

אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלפים
תגובות: 28277
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

תגובהדורך קרעמער » מאנטאג דעצמבער 18, 2006 12:38 am

איך_הער האט געשריבן:קען זיין אז ס'איז דא וואס ווייסן שוין דערפון אבער ביי מיר איז עס געווען א נייע זאך, איך האב היינט געלערנט אז ס'איז דא וואס זאגן אז ר' מאיר מיט ר' אלעזר בן ערך, איז איינס.


וואס?????? ביטע ברענג א מראה מקום דערצו, עס איז זייער נישט מסתבר אזא זאך.

רבי מאיר מיט רבי נהורא איז באקאנט, רבי מאיר מיט אחרים, אבער וואס האט ר' מאיר מיט ר' אלעזר בן ערך?

---------

ידיעה לכבוד איך_הער;

וואס טוט אויף א נשמה יתירה? ווייסן מיר דאך אלע די רש"י אין מס' ביצה (ט"ז ע"א) אז עס געט א ברייטערע הארץ (אפעטיט) צום עסן, און מען קען עסן מער ווי געווענליך און נישט נמאס ווערן.

האב איך דעם שבת געזען אין שבט מוסר (פרק מ"ב) אז די נשמה יתירה האט נאך א סגולה, זי געט צו חכמת התורה פארן מענטש, ער שרייבט אז אויב מען האט עפעס נישט פארשטאנען בימות החול, זאל מען דאס פרובירן איבערלערנען אום שבת, ווייל בכח די נשמה יתירה וועט מען דאס אפשר בעסער פארשטיין.

אגב, א פרישע ידיעה:

עס שטייט אין שפת אמת אז תורה וואס מען לערנט שבת איז נישט שולט דערביי קיין שכחה!

אוועטאר
איך_הער
סעקרעטאר
תגובות: 18576
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 04, 2006 6:47 pm
לאקאציע: אין אפיס
פארבינד זיך:

תגובהדורך איך_הער » מאנטאג דעצמבער 18, 2006 1:23 pm

קרעמער האט געשריבן:
איך_הער האט געשריבן:קען זיין אז ס'איז דא וואס ווייסן שוין דערפון אבער ביי מיר איז עס געווען א נייע זאך, איך האב היינט געלערנט אז ס'איז דא וואס זאגן אז ר' מאיר מיט ר' אלעזר בן ערך, איז איינס.


וואס?????? ביטע ברענג א מראה מקום דערצו, עס איז זייער נישט מסתבר אזא זאך.

רבי מאיר מיט רבי נהורא איז באקאנט, רבי מאיר מיט אחרים, אבער וואס האט ר' מאיר מיט ר' אלעזר בן ערך?


האב איך געמיינט אז איך בין דער איינציגסטער פארוועס ס'איז געווען א נייעס, ס'שטייט אין עירובין דף יג ע"ב, די גמרא זאגט דארט בערך דעם לשון ולאוו ר' מאיר שמו אלא ר' נהוראי, ולמה נקרא שמו ר' מאיר וכו' ולאוו ר' נהוראי שמו אלא ר' נחמי' ואיכא דאמרי ר' אלעזר בן ערך וכו'.


צוריק צו “ידיעות התורה”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 4 געסט