וואו איז דער מקור?....

הפוך בה דכולה בה

די אחראים: אחראי, גבאי ביהמד

אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלפים
תגובות: 28276
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

תגובהדורך קרעמער » מיטוואך יולי 02, 2008 11:23 am

גענומען פון ספר "ילד שעשועים" להרב יואל פרנס שליט"א (ער רעדט פון א קליין קינד'ס בעטל):

עי' בשו"ע יו"ד (סי' קט"ז ס"ה) וז"ל המחבר ולא יתן תבשיל ולא משקים תחת המטה מפני שרוח רעה שורה עליהם ע"כ, והרבה מן האחרונים הסכימו דהיינו דוקא לכתחילה אבל בדיעבד מותר, עי' פתחי תשובה שם בשם תשו' שבות יעקב שכ' כן, וכן בדרכי תשובה שם (ס"ק ל"ה) מביא חבל האחרונים שס"ל כן, ואף שיש חולקין ע"ז עי' פ"ת שם (ס"ק ה') בשם הגר"א ובדרכי תשובה שם, מ"מ תחת מטה של קטנים יש להקל, כיון דהרבה פוסקים ס"ל דאין בהם משום רו"ר וכמו שהבאנו (בסדר נט"י לקטנים) לכן בנידון דידן ודאי דבדיעבד יש להקל, וכן מפורש יוצא בשו"ת לבושי מרדכי (מהדו"ת חיו"ד סי' י"ט או' ג') דבדיעבד יש להקל לאכול מאכלים שהיו מונחים תחת עריסת תינוק עיי"ש, ובס' שמירת הגוף והנפש (סי' י"ד הערה ט"ו) כ' ששמע בשם ראש ישיבת מיר הגאון ר' חיים שמולעוויטש ז"ל שאביו ז"ל החמיר בזה באומרו שהסבא מקעלם זצ"ל הקפיד מאד בזה עכ"ד

אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלפים
תגובות: 28276
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

תגובהדורך קרעמער » מיטוואך יולי 02, 2008 11:24 am

נאך א שטיקל וואס קען זיין נוגע, דא האנדלט זיך אין די צייט וואס דער מענטש שלאפט נישט אין בעט:

כיון שיש הרבה פוסקים מתירים לכתחילה אף תחת מטה המיוחד לגדולים בשעה שאין ישינים, עי' בס' תורת חיים (ב"ב דף נ"ח ע"א) וז"ל דאמר בפסחים אוכלין תחת המטה רוח רעה שריא עליהן, וטעם הדבר נראה לפי שהשינה א' מששים במיתה הוא דבשעת שינה נשמתו של אדם הטהורה יוצאת, ולהכי רוח מסאבא שריא עליה דאיניש, וזה טעם נט"י שחרית, וכשהוא מאהיל בשעת שינה על האוכלין הרי הן כאלו היו באהל המת ושריא עליהן ההוא רוח מסאבא עכ"ל, וכ"כ שם במס' שבועות (דף ט"ו ע"ב), וכ"כ בשו"ת לב חיים (ח"א סי' ס"ו), ואף שיש חולקים ע"ז לכתחילה עי' בשו"ת אור יצחק (סי' י"ד) ובשו"ת פרי השדה (ח"א סי' ד'), מ"מ תחת עריסה של קטנים ודאי דמותר בזה אפי' לכתחילה וכנ"ל.

אוועטאר
scy4851
שר ששת אלפים
תגובות: 6605
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 29, 2008 11:57 am
לאקאציע: אפשר קען איינער מיר זאגען וויא!

תגובהדורך scy4851 » מיטוואך יולי 02, 2008 11:29 am

א ריזיגען ישר כח קרעמער
the SCY is the limit

אוועטאר
scy4851
שר ששת אלפים
תגובות: 6605
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 29, 2008 11:57 am
לאקאציע: אפשר קען איינער מיר זאגען וויא!

תגובהדורך scy4851 » דאנארשטאג אוגוסט 21, 2008 3:01 pm

פון וויא נעמט זיך אז א פרוי א מעוברת גייט נישט אויף א בית החיים?
און צווייטענס, איז דאס אויף קברי צדיקים אויך?

סאיז מיר נויטיג צי וויסען..
the SCY is the limit

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 24042
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » דאנארשטאג אוגוסט 21, 2008 6:49 pm

איך ווייס נישט דער מקור, אבער די טעם דערפון איז וועגן די מזיקים וואס זענען שורה דארט, לפי"ז וועלכע פון די קברי צדיקים זענען נישט אין א אלגעמיינע ביה"ח?

אוועטאר
scy4851
שר ששת אלפים
תגובות: 6605
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 29, 2008 11:57 am
לאקאציע: אפשר קען איינער מיר זאגען וויא!

תגובהדורך scy4851 » דאנארשטאג אוגוסט 21, 2008 10:10 pm

מיללער האט געשריבן:איך ווייס נישט דער מקור, אבער די טעם דערפון איז וועגן די מזיקים וואס זענען שורה דארט,

זארעב האט מיר שוין אנגעוויסעו א תשובה און מנחת יצחק.
http://hebrewbooks.org/pdfpager.aspx?re ... &pgnum=360
מיללער האט געשריבן:וועלכע פון די קברי צדיקים זענען נישט אין א אלגעמיינע ביה"ח?
דאהי טאקע נישט, אבער און א"י
קבר רחל
ר' שמעון בר יוחאי
און נאךתנאים ואמוראים
the SCY is the limit

יידישיסט
שר חמש מאות
תגובות: 609
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוגוסט 13, 2008 10:48 pm

תגובהדורך יידישיסט » מיטוואך אוגוסט 27, 2008 2:28 pm

אלטעבחורל האט געשריבן:
האט איינער אמאל געהערט, אדער געזעהן ערגעץ שטיין.

אז אויב ווען מען טרעט ארויס פון שטוב, און מען באגעגענט א צובראכענעם 'כלי' וכדומה.
זאל מען זיך אויסדרייען און צירוק אהיימגיין, ווייל דאס ווייזט אויף א נישט גוטער מזל אויף יענעם טאג,
א רמיזה מן השמים.
איך האב עס אמאל געהאט געהערט.

איך ווויל דאס וויסן, ווייל איך האב געזען ווי איינער קומט היינט ארויס פון זיין הויז,
און ער האט באמערקט, א צובראכענעם 'סנעפלל', און ער האט זיך אויסגעדרייט און צוריק געגאנגען.

איך וויל פשוט וויסן ווי דער מקור איז, איך האב מיר דערמאנט דערפון.

עס גלייבט זיך נישט וואס די אויגן זעהען, צו זענען דאס טאקע קינדער פון דעם "עם חכם ונבון"? עס ווערט אוודאי דערמאנט אין דער גמרא דער מושג פון אזעלכע אמונות תפלות, אבער אין צוזאמענהאנג מיט'ן איסור זיך צו פירן אזוי. די גמרא זאט אז ווען איינער קערט זיך אום פונעם וועג ווייל "צבי הפסיקו בדרך", אויב א הערש אדער א קאץ לויפט אריבער, איז דאס אן איסור מן-התורה אלס "דרכי אמורי", און די תורה הייסט אונז "תמים תהיה עם ה' אלקיך".
דער רמב"ם זאגט אז די תורה האט געזאגט אז עס פאסט נישט פאר יידישע קינדער זיך אראפצולאזן צו די אלע שטותים וואס האט נישט קיין שום כח. די אראבער גלייבן אין א כח פון א "חמסה", און אין כח פון כל מיני שטותים, פאר יידישע קינדער פאסט דאס נישט. ביטע...

אוועטאר
מאשקע
מ. ראש הקהל
תגובות: 12548
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 15, 2006 2:40 am
לאקאציע: אין די חיפוש

תגובהדורך מאשקע » מיטוואך אוגוסט 27, 2008 7:52 pm

וואס באשולדיגסטו? ער האט א רעכט צו פרעגן א זאך וואס ער ווייסט נישט.
An article a day keeps the babies away

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 24042
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » דאנארשטאג אוגוסט 28, 2008 11:14 am

די טענער דא פארן ארויף (מאשקע, אין היכל הנגינה וויזאוי וואלט מען גערופען די טענער? Fמעיזשאר אפשר...), אביסל געצוימטקייט פאר קיינעם נישט געשאדט.

יידישיסט
שר חמש מאות
תגובות: 609
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוגוסט 13, 2008 10:48 pm

תגובהדורך יידישיסט » דאנארשטאג אוגוסט 28, 2008 10:12 pm

הרב מיללער יו אר רילי קיוט, איי לאוו יו. יו אלווייס העוו סוויט קאמענטס. - הרב קרעמער דיר קומט אויך א קלאפ אין רוקן, א איש החסד און א וואוילער וואס קען נישט זען א שארפע רעאקציע קעגן א צווייטן. ירבו כמותכם בישראל! :smile:

אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלפים
תגובות: 28276
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

תגובהדורך קרעמער » דאנארשטאג אוגוסט 28, 2008 11:14 pm

יידישיסט, האסט פארטוישט מאשקע מיט קרעמער, אבער איך האב סייווי געגליכן דעם טיטל.

בנוגע דעם טעמע: איך האב ב"ה נעכטן מסיים געווען מס' מגילה, דארט אויפן לעצטן עמוד שטייט אזוי:
תלמוד בבלי מסכת מגילה דף לב/א
ואמר רבי שפטיה אמר רבי יוחנן מנין שמשתמשין בבת קול שנאמר ואזניך תשמענה דבר מאחריך לאמר והני מילי דשמע קל גברא במתא וקל איתתא בדברא והוא דאמר הין הין והוא דאמר לאו לאו.


רש"י מגילה דף לב/א
משתמשין בבת קול - אם בלבו להתחיל דבר, ושמע קול או הין או לאו הולך אחריו, ואין כאן משום ניחוש:
קל גברא במתא - קול שאינו מצוי הוא, ובת קול באה אליו:
והוא דאמר הין הין או לאו לאו - שנכפל שתי פעמים:

תוספות מגילה דף לב/א
מנין שמשתמשין בבת קול - בירושלמי (שבת פרק במה אשה) תני כתיב לא תנחשו ולא תעוננו ואף ע"פ שאין ניחוש יש סימן:

נאר געוואלט אריינווארפן א פלאקן (וועא"מ).

אוועטאר
שוועמל
שר עשרת אלפים
תגובות: 14145
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
לאקאציע: גידולו בכל מקום

מקור: נון נון נון א איד טאר נישט קניען

תגובהדורך שוועמל » מאנטאג סעפטעמבער 15, 2008 2:31 am

אט די נוסח מיטן פולן ניגון פלעג איך הערן פול מאל אלס קינד פון מיינע עלטערן ווען כ'אב געקניעט שפילנדיג מיט לעגא. און איך הער עס נאך היינט ווייטער פון מיינע קינדערלעך ווען איך בייג מיך אראפ פארעכטן דעם פלאג וואס זיי האבן צובראכן, 'טאטי, וואס קניהסטו? נ' נ' נ' א איד טאר נישט קניען... הע.. העע. טאטי קניהט... מענדי קום קוקן ווי טאטי איז א ג' גו... ער קניהט..


און אין אלעם זענען דאך די גויים שולדיג, וויבאלד זיי קניען פאר די עבודה זרה דעריבער האט מען מיך נישט געלאזט קניען. נאך א מזל זיי 'שטייען' נישט פאר די עבודה זרה, וואלט דאך א איד נישט געטארט שטיין, לא תעמוד על דם רעיך.

כ'אב נאכנישט געזוכט א מקור, אבער געטראפן האב איך אויך נאכנישט.

דערווייל פאר א באבסקע מנהג איז עס זיכער גוט. וואס דען זאלן די מאמעס טון אז די הויזן זאלן זיך נישט צערייסן? וויאזוי קען מען דאס פריווענטן ?

די באבעס עצה: נון נון נון א איד טאר נישט קניען...
דערווייל לאז איך מיין שוועמל'טע איבערגעבן ווייטער פאר אירע שוועמעלעך די וויכטיגע מסורה. צוויי הויזענעס האט דער קליינער שוין צעריסן, א פופציגער א שטיק.


אינטערעסאנט, ביי די ליטווישע קניעט מען געהעריג, ווארום דער גראם שטימט נישט מיטן ניגון, זיי זאגן נאָן נאָן נאָן, א איד טאָר נישט קניהן.. חַס ושאָום.....
שוש אשיש בה', תגל נפשי באלקי! (ישעיה סא)

אוועטאר
מאשקע
מ. ראש הקהל
תגובות: 12548
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 15, 2006 2:40 am
לאקאציע: אין די חיפוש

תגובהדורך מאשקע » מאנטאג סעפטעמבער 15, 2008 6:29 pm

ס'איז א הלכה אין שו"ע, ערגעץ נעבן הל' תפלה. די סיבה דערצו איז נישט וועגן ע"ז, נאר ווייל אזוי האט מען זיך געבוקט אין ביהמ"ק.

פאר'ן זעלבן סיבה לייגט מען א האנטוך יוה"ק ביי כורעים.
An article a day keeps the babies away

אוועטאר
איך_הער
סעקרעטאר
תגובות: 18573
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 04, 2006 6:47 pm
לאקאציע: אין אפיס
פארבינד זיך:

תגובהדורך איך_הער » מאנטאג סעפטעמבער 15, 2008 8:29 pm

פון די ניגון אז דו לאכסט אפ, איי דאנט קער, אבער פון א זאך וואס מיר זענען אלע געוואוינט, אז מ'טאר נישט קניען, לאכט מען נישט אפ, אפילו ווען מ'ווייסט נישט קלאר די מקור.

יידישיסט
שר חמש מאות
תגובות: 609
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוגוסט 13, 2008 10:48 pm

תגובהדורך יידישיסט » דינסטאג סעפטעמבער 16, 2008 10:31 pm

עס איז פאראן א מעשה וועגן קניען אין פסוק אליין. אין ספר שופטים (קאפיטל ז') ווערט דערציילט וועגן דער מלחמה וואס גדעון האט געפירט קעגן די מדינים, און דער באשעפער האט אים געזאגט אז ער האט צופיל מענטשן מיט זיך וואס דאס קען געבן די יידן א געפיל שפעטער כאילו זיי האבן זיך אליין געהאלפן מיט זייער כח. דערפאר אפילו נאכדעם וואס צוויי-און-צוואנציג טויזנט זענען זיך צוגאנגען נאכן אויסרופן אז ווער עס האט פחד זאל אהיימגיין האט דער אייבערשטער געוואלט אז אפילו פון די צען טויזנט פארבליבענע זאל מען נאך אראפנעמען.

דערציילט דער פסוק אז דער באשעפער האט געזאגט פאר גדעון אז ער זאל זיי אלע אראפירן צום וואסער טרינקען, און ער זאל באטראכטן וויאזוי מען בייגט זיך צום טרינקען וואסער, "כל אשר ילק בלשונו מן המים כאשר ילק הכלב תציג אותו לבד וכל אשר יכרע על ברכיו לשתות" (די וואס וועלן לעקן מיט'ן צונג פונעם וואסער ווי א הונט לעקט זאלסטו שטעלן עקסטער, און די וואס וועלן קניען זאלסטו שטעלן עקסטער).

און דער המשך איז געווען "ויהי מספר המלקקים בידם אל פיהם שלש מאות וכל יתר העם כרעו על ברכיהם לשתות מים" (שם פסוק ו'), "ויאמר ה' אל גדעון בשלש מאות האיש המלקקים אושיע אתכם ונתתי את מדין בידך וכל העם ילכו איש למקמו" (פסוק ז'). און דארט זענען די מפרשים מסביר אז דער באשעפער האט ממאס געווען אין די וואס קניען ווייל אזוי זענען זיי געוואוינט צו קניען פאר ע"ז (דאס הייסט דאס איז געווען א סימן אויף ווער עס האט געדינט צום בעל).

אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלפים
תגובות: 28276
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

תגובהדורך קרעמער » מיטוואך סעפטעמבער 17, 2008 1:34 am

מיר דאכט זיך אז דער איסור איז נאר ביים קניען אויף א שטיינערנע פאדלאגע אן א הפסק בגד.

להלכה זאל מען פרעגן א מורה הוראה.

אוועטאר
farshlufen
שר עשרת אלפים
תגובות: 17697
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

תגובהדורך farshlufen » מיטוואך סעפטעמבער 17, 2008 7:41 am

קרעמער, דו האסט נישט קיין הוראה?
סימן דלא ידע כלום, שבוחי.

אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלפים
תגובות: 28276
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

תגובהדורך קרעמער » מיטוואך סעפטעמבער 17, 2008 12:36 pm

ליידער נישט.

אוועטאר
scy4851
שר ששת אלפים
תגובות: 6605
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 29, 2008 11:57 am
לאקאציע: אפשר קען איינער מיר זאגען וויא!

תגובהדורך scy4851 » מיטוואך סעפטעמבער 17, 2008 2:19 pm

מיין זוהן דערציילט מיר אז ווען ער האט געלערענט און באר יעקב ביי ר' משה שמואל שפירא ז"ל האט ער געזעהן זיין רבי פאלען כורעים יום הקדוש בפישוט ידים ורגלים, ער איז געווען אן אייניקעל פון ר' חיים וואלאזענר ז"ל, און כמעט אלע זיינע מנהגים זענען געווען על פי מנהגי הגר"א.
דער עולם אליינס האבען זיך נישט דערוואגט אזוי צי פאלען
the SCY is the limit

אוועטאר
farshlufen
שר עשרת אלפים
תגובות: 17697
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

תגובהדורך farshlufen » מיטוואך סעפטעמבער 17, 2008 5:13 pm

קרעמער, א איד געט קיינמאל אויף, עס וועט קומען דער טאג פאר דעם אויך.

ר' שמחה, א חידוש.
סימן דלא ידע כלום, שבוחי.

אוועטאר
מאשקע
מ. ראש הקהל
תגובות: 12548
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 15, 2006 2:40 am
לאקאציע: אין די חיפוש

תגובהדורך מאשקע » מיטוואך סעפטעמבער 17, 2008 9:32 pm

ר' שמחה, לויט טייל פוסקים איז נישט קיין פראבלעם אויף א האלצערנע פאדלאגע.
An article a day keeps the babies away

אוועטאר
scy4851
שר ששת אלפים
תגובות: 6605
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 29, 2008 11:57 am
לאקאציע: אפשר קען איינער מיר זאגען וויא!

תגובהדורך scy4851 » מיטוואך סעפטעמבער 17, 2008 10:29 pm

מאשקע,
מערעדט פון א"י, מיין זוהן'ס ישיבה איז געווען און הר נוף, און ירושלים
די פאדלאגעס און א"י זענען מערסטענס פון שטיין.
הגם, איך ווייס נישט צי מעהאט אינטערגעשטעלט א שמאטע. איך וועל בל"נ איבערפרעגען
the SCY is the limit

אוועטאר
שוועמל
שר עשרת אלפים
תגובות: 14145
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
לאקאציע: גידולו בכל מקום

תגובהדורך שוועמל » דאנארשטאג סעפטעמבער 18, 2008 11:31 pm

הייסט דאס איז גאר אן הלכה, נישט בלויז א מנהג.
חוץ אויב וויל מען מחלק זיין אווי קרעמער, שטיינערנע פלאר איז הלכה און הולצערנע איז א מנהג.
אבער וואס האט מען מיר איינגערעדט ס'יז וועגן עבודה זרה? אוי די באבע די צדיקת
שוש אשיש בה', תגל נפשי באלקי! (ישעיה סא)

אוועטאר
scy4851
שר ששת אלפים
תגובות: 6605
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 29, 2008 11:57 am
לאקאציע: אפשר קען איינער מיר זאגען וויא!

תגובהדורך scy4851 » פרייטאג סעפטעמבער 19, 2008 12:59 pm

געכאפט א שמועס מיט מיין זוהן וועגען זיין ראש הישיבה.

ער זאגט מיר אז יענעם יום הקדוש איז ער געזעצען א צוויי שורות אינטער ר' משה שמואל ז"ל ביים דאווענען.
ביי מוסף האט ער ר' משה שמואל עפעס זיך נישט גיט געשפירט און איז געווען און דעראויסען.
ביי פאזע נאך מוסף איז ער צירוק אריין געקומען און אזוי זיצענדיג אויף זיין שטול האט ער געזאגט פאר זיך די עבודה. א קליינער עולם איז געווען און בית מדרש דענמאלטץ
ווען ער איז געפאלען כורעים געדענקט ער אויסדריקלעך, איז געווען א לאלעך אויפען פלאר וועגען דער פראבלעם פון גיין כורעים אויף א שטיינער פלאר. [די פלאר איז געווען פון שטיין]
ער זאגט מיר אז די אנדערע דארט האבען שוין דאס געזעהן פון פריערט, און עס איז נישט געווען פאר זיי א חידוש.
ער האט דאס צום ערשטען מאל געזעהן אזוי פאלען כורעים בפישוט ידים ורגלים. (ער קען עס נישט פארגעסען)

אן אינטערעסאנטע הערה. [אויב דאס מיינט עפעס]
עס איז געווען ביחודות, נישט מיט מנין
the SCY is the limit

אוועטאר
farshlufen
שר עשרת אלפים
תגובות: 17697
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

תגובהדורך farshlufen » פרייטאג סעפטעמבער 19, 2008 1:21 pm

scy4851 האט געשריבן:ביי פאזע נאך מוסף

וואס? ביי אונז איז דאן נישט דא קיין צייט צו אטעמען.
סימן דלא ידע כלום, שבוחי.


צוריק צו “ידיעות התורה”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 7 געסט