דער איסור פון ניבול פה אין הלכה

הפוך בה דכולה בה

די אחראים: אחראי, גבאי ביהמד

בני היכלא
שר האלפיים
תגובות: 2664
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 02, 2007 12:01 am

תגובהדורך בני היכלא » פרייטאג יולי 18, 2008 1:41 pm

איך האב קיין אנונג וואס איר האט געענטפערט? אויף איינע פון מיינע שאלות, איך האב געליינט אלע תגובות, איך האב שוין דעמאלט געזען דיין חידוש עצום, וואס איז פאר זיך אליינס מרפסין איגרא, אבער קוקנדיג אין די גמרא מיט די פוסקים, פרעג איך כתינוק שאינו יודע לשאול, איני יודע מה היא סח?

אבער דאס איז שוין די צווייטע סוגי' וואס בלייבט דא אי"ה, ס'קומט צו א נקודה, וואס ס'וועט שוין נישט טוישן גארנישט, ס'איז פארהאנקערט און פערטיג.

מ'עמער זיך מוזן אישית'ן צי וואס. אזוי ווי די צווייטע סוגי'.

זארעכפעפער
שר האלפיים
תגובות: 2167
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 24, 2006 2:28 pm

תגובהדורך זארעכפעפער » פרייטאג יולי 18, 2008 1:47 pm

למעשה, קומען מיר סייווי ביידע אן צום זעלבן, אז ניבול הפה איז סייווי אסור אף בלשון קללה וסתם. די פראגע איז נאר דורך וועלכע וועג מיר זענען אנגעקומען, און דארטן ביי די דיירעקשאנס זענען מיר עפעס פארפלאנטערט געווארן. גוט וועל איך זיין א פורס 'מפה' ומחדש ביתר ביאור, בל"נ אחר השבת.

בני היכלא
שר האלפיים
תגובות: 2664
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 02, 2007 12:01 am

תגובהדורך בני היכלא » פרייטאג יולי 18, 2008 1:54 pm

יא דאס יא.

הגם שיש חילוק גדול בין ניבול פה באופן ליצנות ושחוק, כשבוודאי לא יבוא לידי תאוה שגם זה אסור מדרבנן כמבואר ברמח"ל, ובין קללה בדיבור של ניבול, והחילוק מובן מאיליו, ובזה דעתי עם יאסל, אבל עדיין מידי ניבול לא נפקא, ואם בפירוש אמרו הפוסקים, שניבול פה אסור אף באופן שאינו בא לידי תאוה בודאי, ורק שדיבורים השייכים אל עניני עריות, אסור מדרבנן, שהיא ערות הדיבור, מקרא דולא יראה לך, אם כן גם באופן זה שמדבר דברי ניבול בדרך קללה, ניבול שמה וניבול היא. אבל כנ"ל חילוק גדול יש בחומרת הדבר.

אגב, האב איך געזען דער רחמי האב, ער ברענגט אראפ נאך א מקור פון זוהר, אין תיקוני זוהר, ולא תלין נבלתו דא נבלת הפה.

ער ברענגט אויך דארט אונטן דער שימלויער רב אין די הגהות אראפ פון ספר יכין ובועז, אז אויף ניבול פה איז כמעט אוממעגליך תשובה צו טון, דאס איז ממש שרעקעדיגע ווערטער, איך וואלט שטארק געוואלט דאס זען, די ווערטער אינעוויינניג, פון וואו ער נעמט דאס. [אפשר די אחראים וועלן עס טרעפן ביי היברו בוקס]

בני היכלא
שר האלפיים
תגובות: 2664
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 02, 2007 12:01 am

תגובהדורך בני היכלא » פרייטאג יולי 18, 2008 2:05 pm

איך האב יעצט געטראפן דעם ספר אין היברו בוקס, און ס'איז סוד יכין ובועז. פון הייליגן מאיר נתיבים תלמיד הבעש"ט הק'.

זה תוכן דבריו.

ודע שהפה הוא יותר ממהר לחטוא משאר אברים וקשה מאוד לשמרו, וע"ז הזהירו משוכבת חיקך שמור פתחי פיך, שהשיחה היא חלק מהנפש שיוצאת מגוף, ובכל דיבור ודיבור אם היא שיחת מצוה עושה מלאך אחד ואם היא של טומאה נברא מלאך רע ואם הוא של בטילה נברא מלאך של בטילה, וזהו כי התפלה והקדושה והתורה שאדם מדבר בוקע את הרקיע ועולה למעלה כנזכר בזוהר ואם הוא דבר רע מטמא נשמתו והחלק הדיבור של הקדושה יורד למקום טומאה הדומה אליו, ונשאר אותו חלק הקדוש חבוש בבית האסורים, וכמה טורח עושה לקונו כביכול עד שמוציאו משם, ולכן דיבור של דבר ערוה ח"ו נקרא ניבול פה, כמו שהנבלה אין לה תיקון כך העון הזה אין לו תיקון כמעט כי אם בתשובה גדולה ולזה אמר שמור פתחי פיך שאין צריך כי אם פתחון הפה לבד

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25726
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » פרייטאג יולי 18, 2008 6:41 pm

מיין גאנץ ערשטע תגובה אין דעם אשכול איז געווען אז לשם קללה איז דאס שוין נישט קיין ניבול, איך וועל דאס אביסל בעסער מסביר זיין, דער זעלבער ווארט קען היינט האבן צוויי טייטשן, איינס א מנוולישער טייטש, און דער צווייטער א קללה לשם קללה אדער ארויסצוברענגען ענגער (עי' פי' סהדותא ברש"י פר' שלח).

דאס איז מיין (און אפשר יאסל'ס אויך) טענה, אמת אז ניבול האבן די חכמים אדער די תורה גע'אסר'ט אבער היינט ווען די ווערטער האבן שוין אן אנדער באדייט אינגאנצן (עט טיימס) מאן יימר שניבול יקרא לה? דאס שטייט נישט אין די גמ' און נישט אין רמח"ל לדעתי.

אוודאי אויב איינער נוצט דברי נבלה און ער זעלבסט ערפינדט דערין א קללה איז מידי ניבול לא יצא ווייל דער שומע און די ארומיגע קענען דעם אויסשפראך אלס דברי ניבול, משא"כ די ווערטער וואס זענען שוין לדאבונינו אן אינטעגראלער טייל פון דער נארמאלער דיקשענערי, פרעזידענטן זאגן דאס שוין לעבן מייק, פאליציי אפיצירען נוצן דאס עמטליך, קען זיין אז דאס האט אן אנדער דין.

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25726
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » זונטאג יולי 20, 2008 12:19 am

אלס א משל ודוגמא צו מיין לעצטע תגובה האב איך זיך דערמאנט פונעם העברעאישען שפראך, עס איז באקאנט אז דער שגץ ומנוול בן-יהודא ושותפיו האבן בכוונה אריינגעלייגט נידריגע ווערטער אדער דברי כפירה אינעם שפראך (עס איז שוין ברייט ארומגערעדט געווארן אין די שפראך אפטיילונג), למשל דער ווארט 'חשמל' פאר עלעקטריציטעט על-אף וואס לויט זאך-קענער איז דער אריגינעלער מכוון קלאר דברי כפירה, ביליג צו מאכן אזעלכע הייליגע ווערטער פון מערכת השמים ומלאכי השרת צו פשוט'ע באדייטן, זאל איינער זאגן אז היינט אויב איינער זאגט עס איז ער א כופר אדער אז ער רעדט דברי כפירה? געוויס נישט.

אדער דעם ווארט וואס זיי האבן מחדש געווען פאר 'טאמעיטעס' אשר כל כוונתם ומחשבותם בו בוודאי היה לשם ניבול פה רח"ל (כמבואר בהקדמת ספר ברכת השבת להגר"י פישר רה"כ גור) איז אבער למעשה דער ווארט הייינט נישט קיין ניבול פה.

פארוואס? ווייל א שפראך ווי דער ר"ן איז מסביר אנהייב נדרים איז נישט קיין תורה מסיני, דאס איז אן 'הסכמת אומה ולשון' אויב א געוויסע אומה איז מחליט צו נעמען א ווארט ווי 'טאטע' אויף א 'בענקל' איז 'טאטע' א 'בענקל' עס ברויך נישט דורכגיין קיין פראצעדור, אפגעמאכט איז אפגעמאכט, אויב האט דער נידריגער פארשוין אריינגעברענגט אזעלכע ווערטער אינעם לעקסיקאן וועט ער אוודאי בלייבן ברענען אין גיהנם כעגלי מרבק כדין כל המינים ואפיקורסים, אבער דער ווארט איז שוין ליידער היינט א נארמאלער ווארט (איך רעד נישט פון דעם איסור פון רעדן עברית בכלליות).

בני היכלא,
אויב האט איר געטראפן ערגעץ אז אפי' אויף אזא פאל גייט דאס אריין אין כלל פון ניבול פה, אם קבלה הוא נקבל, אבער לפע"ד הדברים ברורים כמו שכתבתי.

פארשטייט זיך אז מען ברויך נישט איבערחזרן דעם ענין פון אל יוציא אדם דבר מגונה מפיו, א איד ברויך האבן א הייליג מויל אן קיין פשרות, אפי' ווען ער קומט חלילא לידי כעס רח"ל, אדם ניכר בכיסו בכוסו ובכעסו, אבער לאו משום הל' ניבול פה נגעו בה.

ניין
שר מאה
תגובות: 109
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש יוני 16, 2007 10:14 pm

תגובהדורך ניין » מאנטאג יולי 21, 2008 12:18 am

קודם דארף מען זאגן ווי אנדערש דא איז, עס איז דא שיינע זאכן וואס צו קוקן. זאל מען נאר האבן אביסל מער צייט און געדולד.

לגבי דאס וואס מ'רעדט דא טראכט איך אזוי. קודם עטליכע פראגעס: לגבי די שעלט ווערטער, אויב למשל אונזערע קינדער זאלן שוין ניטאמאל וויסן אז דאס ווארט האט אריגינעל געמיינט עפעס אסור'דיג, וועט דאס נאך אלץ זיין אסור? צוויי: עס איז דא א ווארט וואס רש"י ברענגט פאר "שטיל מאכן" און היינט איז עס א לשון מגונה (אפילו מער מאוס, נישט דוקא ניבול פה), איז דאס א פראבלעם צו זאגן, ווייל היינט נוצן דאס גוים אלס געמיין ווארט? אדער זענען דא ווערטער וואס מיינט גארנישט שלעכט אינעם אמת'ן שפראך, אבער די פון נידריגע סעקטעס האבן דאס גענומען צו זיך און נוצן דאס פאר זייערע זאכן, איז דאס א פראבלעם פאר אן ענגליש רעדנדער מענטש צו נוצן דאס ווארט? און אזוי קען מען אריינגיין אין חילוקים און דקות'דיגע אונטערשיידן פון איין ווארט ביזן צווייטן.

נאך א קשיא. אויב זאל מען זאגן אז בעצם דאס ארויסזאגן א מיאוס ווארט איז אן איסור גמור, וואלט מען דאס אויף קיין פאל נישט געטארט זאגן. און מ'וואלט זיך געדארפט אויך צוריקהאלטן פון זאגן ווערטער אפילו ביים לערנען וכדו' אדער אלץ ווען מ'זאל נאר מוזן. אדער כאטש וואלט מען זיך געדארפט צוריקהאלטן אלס לא יוציא אדם דבר מגונה?

אלא מאי, מוז מען צוקומען, אז נישט בעצם דאס דרייען מיט'ן צונג איז דער איסור, עס איז א פראבלעם מיט'ן גברא, מיט דעם מענטש וואס זאגט עס, און דעריבער ווענדט זיך עס אין דעם מענטשנ'ס מחשבה. דאס ווארט בעצם איז א טויטע זאך, דער מענטש גיבט עס א "לעבן", דעריבער איז געוואנדן וואס עס טוט זיך ביים מענטש אין קאפ.

עס קען זיין א מענטש זאל זאגן א ווארט וואס קוקט אויס אומשולדיג, אבער ביי אים קען דאס האבן אן איסורדיגע כוונה און דאן האט ער קלאר עובר געווען אויף דברי חשק און לכאורה אויך אויף נבלות הפה. ווידער קען איינער זאגן א ווארט ואוס איז פויגלדיג אבער אויב האט זיין זאגן און טראכטן גאר אן אנדערע כוונה (ווי למשל ווען עס רעדט זיך פון די שעלט ווערטער) איז דאס לכ' נישט בגדר ניבול פה און אוודאי נישט דברי חשק. למשל, ווען עס צוברעכט זיך עפעס און ער גיט א זאג א מיאוסן שעלט ווארט, האט דאס גארנישט מיט ניבול פה. (פארשטייט זיך אז איינער קען נישט קומען רעדן דברים אסורים און זאגן אז ער מיינט גאר עפעס אנדערש. א מחשבה קען מען נישט פאפן.)

די שאלה קען נאר זיין, ווען ביים מענטש אליין מיינט עס טאקע גארנישט און פאר אים איז עס מותר, אבער אויב עס איז דא א ספק אז די ארומיגע, די צוהערער, קענען יא טראכטן אנדערש ווי זיין כוונה, דאן קען זיין א פראבלעם און אפשר אויף דעם איז געזאגט געווארן דער "הכל יודעין " גמרא, און דאס וואס עלטערע אידן דערציילן אז מ'האט נישט געלאזט זאגן "בעקן" מכח גזירה שוה, גג על גג. ווייל דעמאלט קען מען שוין נישט קוקן אויף די אייגענע מחשבה אליין, ווייל עס קען מעגליך זיין מחשבות פון אנדערע וואס ער קען נישט קאנטראלירן. און דאס איז א מעגליכע פראבלעם לגבי די שעלט ווערטער.

אגב, האב איך אמאל געהערט א מעשה אויף ר' יענקעלע אז ער האט געזאגט , אז מ'זאגט נאך, אז די נעמען פון די ספרים פון ייטב לב איז געגאנגען אין די רייע, ייטב פנים, ייטב לב און דעריבער אויב וואלט דער ייטב לב ארויסגעקומען מיט נאך א ספר וואלט ער עס א נאמען געגעבן ייטב פ..... די אמאליגע האבן פיל מער גערעדט ווי היינט , אין א געוויסן זין, ווייל זייער מחשבה איז געווען אזוי פיל אנדערש ווי היינט אז פילע ווערטער און באגריפן האט ביי זיי אינגאנצן נישט אויפגעברענגט עפעס שלעכטס. איך אליין האב נאך געהערט פון מיין זיידן פארשידענע אויסדרוקן וואס איך וואלט קיינמאל נישט געזאגט , און מיט אזא פשטות עס געזאגט אז איך האב שוין אנגעהויבן טראכטן אז מיר זענען טאקע די נידריגע אז מיר קוקן עס היינט אן אלס פראבלעמאטיש, ווייל אונזערע געדאנקען זענען א וועלט נידריגער. ליידער.

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25726
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » מאנטאג יולי 21, 2008 12:38 am

ברוך הבא ר' ניין,

א גרויסן דאנק פארן אנטייל נעמען אין די דיונים, תלמוד תורה דרבים ברענגט גרויסע זאכן.

ולענין תגובתיך, די סברות זענען שוין מער ווייניגער ארויס געברענגט געווארן זעיר פה וזעיר שם פון צווישן די כתבי המגיבים זה בכה וזה בכה, אין אנדערע ווערטער זענט איר ביי דער מיינונג אז ווערטער וואס האבן שוין היינט א נייע כוונה, אדער פארקערט, אומשולדיגע ווערטער וואס אנדערע האבן פארוואנדעלט אין ניבול פה ברויך לכאורה נישט אונטערפאלן אונטער די כלל פון ניבול פה.

דיין סברא אז דער ווארט נאכדעם וואס דער מענטש האט איר איבערגעלאזט, און די שומעים וועלן דאס נעמען צום נעקסטן לעוועל, איז א שיינע סברא און די ראי' מיט די 'טאפ' (אדער בעקן כלשונך) וואס מ'האט אינדערהיים נישט געזאגט איז א גוטע הוכחה.

די מעשה מיט ר' יענקעלע און די פשטות פון די פריערדיגע דורות, דאס איז א סעמפל פון די ירידת הדורות ווי די קעפ זענען פארטעמפט און ליידער פול מיט נידריגקייטן דורך די השפעה פון די גויאישע גאס, און די צורך פון שטיין ווייט כמטחוי קשת פון אזעלכע אויסדרוקן איז טאקע פיל וויכטיגער היינט צוטאגס ווען דער יצרא דעריות ארבעט אויף קעסל-און-כלים.

נאכאמאל, יישר כח הרב ניין פאר אייער אנוועזהייט און אקטיווער אנטיילנעמונג אין די ענינים תורניים בתוכינו, זכות הרבים תלוי בך.

אלד וויליאמסבורג
שר האלפיים
תגובות: 2904
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 07, 2008 8:22 am
לאקאציע: וויליאמסבורג בריק

תגובהדורך אלד וויליאמסבורג » מאנטאג יולי 21, 2008 12:50 am

ניין און ניין אזא מעשה אנצילייגן אויף ר' יענקעלע
הא! האסט נישט קיין רעכט צו ליינען די תגובה.

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25726
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » מאנטאג יולי 21, 2008 12:55 am

אלד,
איך האב שוין די מעשה געהערט גראדע (מיט אביסל אן אנדערע נוסח), אבער אז איר זענט אזוי שארף דערקעגן וועלן מיר פרובירען געוואור צו ווערן איר ווארהייט.

אגב, די טענה פון 'ניין' איז נאכנישט אפגעוואנדן דערמיט, ווייל דאס איז זיכער אז די עלטערע גאליציאנע אידן האבן גענוצט צומאל אביסל א ברייטערע שפראך, אבער אזא מעשה פעלט פארט אויס א מקור.

ניין
שר מאה
תגובות: 109
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש יוני 16, 2007 10:14 pm

תגובהדורך ניין » מאנטאג יולי 21, 2008 1:38 am

קודם האב איך פארגעסן צו ענדיגן לגבי די מעשה פון ר' יענקעלע אז דאס איז נאך א ראי' אז נישט דאס זאגן א ווארט בעצם איז די פראבלעם, נאר די מחשבה, דער ארום, דאס וואס דער מענטש טראכט דערביי. אויב האט דאס גאר אן אנדערע כוונה, איז דאס לכ' נישט קיין פראבלעם.

אלד וויליאמסבורג,
איך פארשטיי זייער גוט דיין אויטאמאטישע אומווילן צו גלויבן אזא מעשה. והוא הדבר אשר דברנו, דאס אז דו קוקסט דאס אן אזוי ווילד, איז שוין ווייל דיין (איך מיין פארשטייט זיך נישט דיך פערזענליך) מהלך המחשבה איז ווייט ווי הימל ביז ערד צו רבי (מלשון קדוש כ"רבי") יענקלע. (איך בעצם האב קיין שום פראבלעם מיט'ן גלייבן די מעשה, ווייל ווי געזאגט האב איך שוין געהערט און געזען ענליכס און איך פארשטיי אז מיר זענען כחמורים אבער זיי זענען געווען ריכטיגע "בני אדם", נארמאלע מענטשן, נישט קראנק און פארקרומט ווי אונז.)

אבער זאג מיר: אויב זאלסטו געוואויר ווערן אז די מעשה איז יא אמת ויציב. 1) וועט רבי יענקעלע פאלן אין דיינע אויגן. 2) וועסט פארשטיין אז ער האט פשוט געלעבט אין אן אנדער וועלט ווי דיר. איז קענסטו שוין אזוי אננעמען, דשאסטינג קעיס.

מילער,
אדרבא, פרוביר טאקע געוואויר ווערן. איך בין אליין נייגעריג צו הערן א געהעריגע מקור צי עס איז א זיכערע מעשה (אפילו איך גלויב שווער אז איינער זאל זיך וואגן אויסצוטראכטן און אנלייגן אזא מעשה אויף אים. אבער ספיקות איז אייביג דא). (אגב, איך זיך געישובט צי כ'זאל ארויסשרייבן, אבער באשלאסן אז אויב צדיק געזאגט מעג איך נאכברענגען. אבער למעשה, אויב דו האסט פארראכטן דאס ווארט, קלער איך, אז לויט ווי אויבנדערמאנט איז דאך דא אן אחריות אויף די צוהערער/לייענער, דעריבער האסטו אויך רעכט. )

אוועטאר
ערנסטער
שר חמש מאות
תגובות: 582
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 30, 2007 11:23 am
לאקאציע: פון יעהופעץ

תגובהדורך ערנסטער » מאנטאג יולי 21, 2008 5:37 am

זארעכפעפער האט געשריבן:למעשה, קומען מיר סייווי ביידע אן צום זעלבן, אז ניבול הפה איז סייווי אסור אף בלשון קללה וסתם.
בני היכלא האט געשריבן:יא דאס יא.

ואנכי הקטן תמה תמה אקרא... :wink:
א וואו האט איר געזען אין די דברי פוסקים וואס איר האט געבראכט (ובפרט רבינו יונה און רמח"ל) אז איסור ניבול פה זאל באציען זיך צו סתם קללה?
סתם ליצנות - יא, אבער סתם קללה?

און וויאזוי מ'קען דאס מיישב זיין מיטן אויבן געבראכטן ט"ז? אז ער רעדט דווקא פון דאורייתא? ס'איז נישט משמע פון עם אזוי...
די וואָר הענגט אויף א האָר

אלד וויליאמסבורג
שר האלפיים
תגובות: 2904
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 07, 2008 8:22 am
לאקאציע: וויליאמסבורג בריק

תגובהדורך אלד וויליאמסבורג » מאנטאג יולי 21, 2008 10:05 am

ניין מר. ניין

א) הבל הבלים, קודם אמאל האט מען בכלל נישט גערעדט אזוינע ווערטער, א בחור וואס האט געזאגט די ווארט בילקעלע האט מען שוין געטראכט אז ער איז פארדארבן ווייל מען עסט דאס ביי א חתונה, און דיין פלפול אז ס'ווענד זיך ווער ס'זאגט עס איז שטותים והבלים, ס'איז זיכער אז מען טאר נישט זאגן וואס מען וויל, אדרבה שהרי עיקם הכתוב און נישט געשריבן קיין דבר מגונה, און פארשטייסט אז ביי די תורה איז נישט שייך די זאכען.

ב) מאך נישט ר' יענקעלע הויך כדי זאלסט קענען ארויפלייגן אזא מעשה אויף אים, איך ווייס נישט אויב די האסט געהאט די זכי' צי קענען דעם צדיק וקדוש איך יא איך האב מיך מסתופף געווען בצילו אסאך יאר ער האט קיינמאל אזעלכע ווערטער נישט געניצט, און מען איז בכלל נישט קיין תם אז מען גלייבט נישט עזעלעכע מיאוסע דיבורים אויף א צדיק וקדוש.

איך האב אמאל געהערט נאכזאגן בשם א גרויסע רעדנער אין לאנדאן אז וואס איז געווען די ענין פון בעל פעור ווי איז די שכל פון דינען אזוי עבודה זרה, נאר די פשט דערפין איז אז ווען איינער טיט א מיאוסע אדער אומריכטיגע זאך און מען וויל אים אויפווייזן ער טיט נישט ריכטיג נעמט מען עפעס ענליך וואס ער פארשטייט יא און מען ווייזט אים אז ס'איז די זעלבע זאך, האבן די בעל פעור ערפינדען צי מאכען פון די ביליגסטע זאך הייליג ממילא קען מען עס נישט אפפרעגן.
לענינינו פארציילסט אזא מעשה און ביסט עס מלבש און גדלות ממילא בין איך א תם אז איך וויל עס נישט מקבל זיין
הא! האסט נישט קיין רעכט צו ליינען די תגובה.

אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלפים
תגובות: 28276
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

תגובהדורך קרעמער » מאנטאג יולי 21, 2008 11:52 am

די גאנצע טענה'ריי איבער די מעשה וואס "ניין" האט דערציילט, וואלט זיך לענ"ד נישט אנגעהויבן אויב איר וואלט געוואוסט דעם פשט פון א פיפיק. עס איז א פשוט'ע טייל פונעם אינערליכן קערפער, און האט גארנישט מיט ניבול צוטאן.

אוועטאר
אלץ-ווייסער
שר חמש מאות
תגובות: 861
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אפריל 27, 2007 11:35 am
לאקאציע: נע ונד

תגובהדורך אלץ-ווייסער » מאנטאג יולי 21, 2008 12:02 pm

הרב קרעמער הונדערט פראצענט גערעכט, און ניין איז אויך גערעכט, ווייל איך האב עס געהערט קלאר פון הרה"ק מפשעווארסק.
איך האב פשוט נישט קיין צייט צו הערן די הונדערטער טעיפס וואס איך האב, עס מברר צו זיין.

און ב.ד.וו האב איך עס אליין געהערט דאס לשון פון בעל ברך משה זי"ע.
בל' ס"ג - ניקס ווייסער וד"ל

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25726
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » מאנטאג יולי 21, 2008 12:30 pm

קרעמער,
אלס מנהל וועל איך נישט מעריך זיין דיין תגובה, על אף וואס איך בין מיט דיר און פרינציפ, אבער ווי דערמאנט איז דער אלגעמיינער אנגענומער אפטייטש דערפון נישט אזוי אנגענעם.

ווייסער,
יישר כח פאר די קאנפירמעישאן, דאס איז דער פשט פון ותשועה ברוב יועץ.

זארעכפעפער
שר האלפיים
תגובות: 2167
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 24, 2006 2:28 pm

תגובהדורך זארעכפעפער » מאנטאג יולי 21, 2008 2:16 pm

הרב ניין, שלום עליכם.
היינט אזוי ווי תמיד, זענען אייערע ווערטער דערקוויקנד. דען, עס איז קענטיג אז ס'איז דברים היוצאים מאיש בעל מחשבה, ומלא מדע וחכמה. אייער כאפ אין די חילוקים, איז א גוטער לומדות. איך וואלט אייך נאר געוואלט פרעגן, צי אייערע דיבורים באציען זיך בלויז אלס'ן חלק פון ניבול הפה אדער אויך צום חלק פון אל יוציא דבר מגונה?
*

הרב ערנסטער, ווי ס'שיינט מדברי פוסקי הפורום, איז דער ענין פון דברי ניבול לשם קללה א מחלוקת בין הניקים...
****

ושבתי וראיתי...

איך וויל פארשטיין דא עטליכע ענינים און אנפרעגן הרב בני היכלא ואתו עמו כל החברייא קדישא.

א] קודם וועל איך זיך באציען צום עצם איסור פון הרהורים, וועלכע איז אויבן אנגערירט און ארויסגעברענגט געווארן אלס אן איסור דאורייתא.

וויל איך פרעגן: וואו איז דער מקור האיסור? בפשטות איז אנגענומען אז דער מקור איז פון 'ולא תתרו'. לכאורה, ווי ס'משמע פון די גמרא, באציט זיך דער אחרי 'לבבכם' אויף עבודה זרה און אחרי 'עיניכם' אויף זנות. מאן יימר אז דער אחרי 'לבבכם' גייט אויך ארויף אויף זנות? נישט אז איך קום דא מחולק זיין מיט עפעס, איך ווייס אז ס'פאראן די מימרא פון עינא וליבא וכו', איך רעד בלויז לשם בירור הענין פונעם פשטות האיסור.

ראיתי, אז ס'דא פוסקים וואס ווילן אריינלייגן דעם איסור אינעם פסוק פון ונשמרת מכל וכו'.

וגם ראיתי, אז דער בית שמואל אין אהע"ז סי' כ"א פסק'נט קלאר אז הרהור איז אסור מדאורייתא אפי' בפנוי'. דער חכמת שלמה דארט אויפן פלאץ וויל עפעס מחולק זיין (נישט קלאר).

ב] דברי עגבים לשם חשק, סיי דיבור, סיי שמיעה און סיי קריאה, איז לויט ווי ס'מבואר געווארן דא אויבן אסור מדאורייתא אלס'ן איסור פון הרהור. פארשטיי איך ריכטיג? (אגב, דער גר"א דארט אין אבהע"ז ווי דער מחבר איז מעתיק די הרחקה'ס מדברי עגבים, באצייכנט דעם מקור אלס די משנה אין אבות פון שחוק וקלות ראש מביאין את האדם וכו').

ג] ניבול הפה שלא לשם חשק, האט הרב בני היכלא מברר געווען אז דאס איז אן 'איסור' מדרבנן. פרעג איך: ואיסור מנלן? וואו אין די 'גמרא' געפינט איר אן איסור אויף ניבול פה. פארשטיי מיך גוט, איך מיין חס ושלום נישט אוועק צו מאכן אז ס'נישט דא קיין איסור, איך פרעג נאר די קשיא פון מנלן ומהיכן דנתנו? אינטערסאנט צו באצייכענען, אז אין די גמרא'ס וועלכע זענען עוסק אין נבלות הפה ווערט נישט דערמאנט קיין ווארט פון איסורים. די גמרא באציט זיך דארט בלויז צום חומר העוון, ברענגענדיג די גרויסע עונשים, אבער 'איסור' דרבנן מנלן?

אוועטאר
אלץ-ווייסער
שר חמש מאות
תגובות: 861
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אפריל 27, 2007 11:35 am
לאקאציע: נע ונד

תגובהדורך אלץ-ווייסער » מאנטאג יולי 21, 2008 2:32 pm

דאס לערנט מען ארויס פון איוב ל"א, ומה אתבונן על בתולה.
בל' ס"ג - ניקס ווייסער וד"ל

בני היכלא
שר האלפיים
תגובות: 2664
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 02, 2007 12:01 am

תגובהדורך בני היכלא » מאנטאג יולי 21, 2008 3:18 pm

ניין
דערמאנסט מיר, דעם טייער ווארט פון מיטעלן בעלזער רב, ער איז מסביר דעם חילוק צווישן רשע און תם, יעדער פרעגט דאך זיי זאגן דאך די זעלבע זאך ביידע, פארוואס איז ער א רשע און דער א חכם?

זאגט ער אז ס'ווענדט זיך ווער ס'פרעגט עס, מ'זעט אין די תורה, בלעם האט געזאגט אם יתן לי בלק מלא ביתו כסף וזהב לא אוכל לעבור את פי ה', דער רעדט דאך ממש מדריגות, לא אוכל לעבור את פי ה', זאגט רש"י, גארנישט מער.. ער האט געדארפט געלט, ווידער, ביי יעקב אבינו שטייט, הבה את אשתי ואבואה אליה, זאגט רש"י אפילו קל שבקלים אינו אומר כן אלא להוליד תולדות, בלק רעדט ווי א בעל שם, מיינט ער געלט, יעקב אבינו רעדט וואס א קל שבקלים רעדט נישט, און ער מיינט גאר להעמיד תולדות, דאס איז דער חילוק ווער ס'זאגט עס, ווען יעקב רעדט מיינט ער הייליגס, ווען בלעם רעדט מיינט ער טאקע תאוות, דאס איז דער חילוק צווישן רשע און חכם, ווען דער רשע פרעגט מיינט ער שלעכטס ער פרעגט אפ ער גלייבט נישט, דער חכם פרעגט כתלמיד השואל מרבו, אזוי ווי דער בריסקער רב האט געזאגט, דער חכם פרעגט "וואס" און דער רשע "פארוואס"

ערנסטער
זיי נישט מתמה, ווייל מוזסט עס נישט אננעמען, זארעך איז מיט מיר בשיטה, אבער מיללער נישט, לדעתי אויב ניבול האט נישט מיט תאוה, נאר אסור באיסור עצמי אלס ערות הדיבור, אפילו שלא לשם תאוה כלל, סתם ער מאכט א וויץ, כדברי הרמח"ל, איז נישט קיין חילוק, וויאזוי דער וויץ קומט, צי לאכן צי וויינען, צי שעלטן צי בענטשן. אויב דער מויל זאגט דיבורי ניבול, איז עס אסור, זה דעתי.

אגב, דער רמב"ם וואס איינער האט דא אראפגעברענגט, אין די טעם פון לשון הקודש, איז ער דאך מסביר די זאך, אז לשון קודש האט נישט קיין ווערטער געאייגנט פאר די זאכן, ווייל לשון קודש איז הייליג און ס'רעדט נישט ניבול ווערטער, ער האט דארט א גאנצע פרק וועגן ניבול פה בכלליות, און איז מסביר אז דאס איז די סיבה פאר לשון קודש.

מיללער.
דאס אז ס'ווערט געטון בלא דעת, ומרוב הרגל איז לכאורה א שמועס פאר זיך, ס'איז אזוי ווי לדוגמא, איינער איז מביט בנשים בלי דעת בהרגל, דער איסור אליינס פון רעדן די ווערטער וואס [אויב מיר מיינען די זעלבע סארט ווערטער], די ווערטער מיינט נישט אנדערש מיסודו נאר ניבול ממש, איז ניבול פה, יעצט איז דא א שאלה בפני עצמו, וואס איז דער דין ווען איינער רעדט ניבול בלי דעת מרוב הרגל, אדער איינער איז מסתכל בעריות בלי דעת מהרגל, דאס דארף לדעתי זיין דיין שאלה דא, נישט אז ס'ווערט דורך דעם אויס ניבול, ס'איז דא אבער א צווייטע פאל, ווייל די זאך איז נאר א דרבנן למיגדר מילתא אדער שלא יבוא לידי מעשה, קען זיין אז לצורך מעג מען, למשל קוקן אויף א בתולה וואס איז אסור מדברי קבלה, אפילו ס'איז נישט קיין ערוה אויב זי איז טהורה, שטייט אבער אז ס'איז דייקא יא אן ענין צו קוקן פאר מ'איז מקדש, צי ביי עדי קידושין איז דא א גאנצע שמועס אין אבן העזר, אז מ'דארף זען ווי מ'איז מקדש די און די פרוי, דאס אלעס איז זאכן וואס מ'קוקט טאקע שלא לשם עניני חשק, און מ'קוקט נאר ראי' בעלמא לצורך מצוה, איז הם אמרו והם אמרו, אבער שעלטן בדברי ניבול פה, ווערט נישט אויס ניבול, אפילו ס'איז בלי דעת, נאר, ס'איז ניבול בלי דעת, זה דעתי העניה.

זארעך.
1) הרהורים איז אסור מונשמרת, דער גר"א דארט אין אבן העזר האלט טאקע אז ראי' בנשים איז אויך אסור מושנמרת, אבער טאקע לויט ווי דער בית שמואל איז מסביר, וועט דער רמב"ם אויך מודה זיין ביי הרהור אז ס'איז מדאורייתא, נאר ראי' אן הרהור איז לויט אים א דרבנן, [און צו דעם בית שמואל האב איך מכוון געווען אויבן ווען איך האב מחלק געווען ביי ניבול פה מיט הרהור און אן הרהור], אבער ס'איז דא פוסקים וואס ברענגען אראפ דעם ולא תתורו אויף ראי' אויך, ווייל די דרשת חז"ל, איז טאקע צוטיילט, צווישן ע"ז און עריות, אבער בפשטות גייט ארויף דער לבבכם אויף זנות אויך, דער חינוך איז נאך מסביר מער, אז ס'גייט ארויף דער לאו, אויף אלע עניני העולם הזה.

2) יא דו זאגסט גוט, עיי' בדבריי הקודמין, דער גר"א ברענגט אראפ דעם שחוק וקלות ראש, ווייל דאס מיינט אויך ניבול פה, און דאס איז מרגילין לעבירה.

3) דו זאגסט בני היכלא האט מברר געווען, ניין! בני היכלא האט נישט מברר געווען, בני היכלא האט נאר אראפגעברענגט אפאר ספרים, די ראשונים ואחרונים האבן עס מברר געווען, זיי שרייבן אלע קלאר "אסור", אין שו"ע שטייט אויך אזוי, דער רמח"ל איז עס מסביר באריכות, אין די גמרא גופא, שטייט טאקע נישט די ווארט אסור, אבער איז וואס? אין עונשין אלא אם כן מזהירין, ואם עונשין איז דאך א ראי' אז מ'איז נזהר, אויף ז"ל שטייט אויך אין די תורה נאר אן עונש, און די גאנצע גמרא אין כל היד, איז פארנומען מיט עונשין, און אפילו אין די משנה שטייט נישט די ווארט אסור, נאר באנשים איז נישט משובח, יעצט אויסער די גמרא אין שבת און אין כתובות, איז דא די משנה אין אבות פון שחוק וקלות ראש, נאכדעם איז דא די גמרא אין חגיגה ומגיד לאדם מה שיחו, דער רמב"ם איז עס מעתיק אין הל' דעות, די גמרא זאגט אפילו בין איש לאשתו כש"כ שלא לאשתו.
למעשה האט מען דאך שוין געפונען די דברי חז"ל אין ויקרא רבה, אז ערות דבר מיינט ערות דיבור.
און אין זוהר [וואס איז אויך חז"ל, און אפילו די פוסקים לערנען ארויס א סאך הלכות פון דארט ווען דער בבלי איז נישט חולק, דער רמב"ם אויך] שטייט אויך כמה פעמים אז ס'איז אסור, ארויסגעלערנט פון פסוקים, ווי לא תלין נבלתו.

אוועטאר
אלץ-ווייסער
שר חמש מאות
תגובות: 861
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אפריל 27, 2007 11:35 am
לאקאציע: נע ונד

תגובהדורך אלץ-ווייסער » מאנטאג יולי 21, 2008 3:43 pm

ריכטיג בני היכלא
דאס איז דער מורה נבוכים איבער דעם ענין:
וכבר ידעת גודל האיסור שבא אצלנו בנבלות הפה, וזה גם כן מחויב. שזה הדיבור בלשון הוא מסגולות בני אדם וטובה, גמלה האלוה לאדם, להבדילו בה משאר בעלי החיים - כמו שאמר, "מי שם פה לאדם?". ואמר הנביא, "אדוני יי נתן לי לשון לימודים" - ואין צריך שנשתמש בטובה ההיא, אשר נתנה לנו לשלמות - ללמוד וללמד - בגדול שבחסרונות ובחרפה השלמה, עד שנאמר מה שיאמרוהו ה'גוים' הסכלים, הזונים, בשיריהם ודבריהם הנאותים בהם - לא במי שנאמר להם, ואתם תהיו לי ממלכת כהנים וגוי קדוש וכו'
בל' ס"ג - ניקס ווייסער וד"ל

זארעכפעפער
שר האלפיים
תגובות: 2167
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 24, 2006 2:28 pm

תגובהדורך זארעכפעפער » מאנטאג יולי 21, 2008 3:45 pm

א מחי'! אפגעקלאפט א פראגע און באלד איז דא א תשובה כנתינתן מנסיני. איך שפיר זיך ווי דער כהן גדול אין בית המקדש. מ'איז שואל באורים ותומים און באלד קומט צו לייכטן א תשובה...

און טאקע פון דיין ראי', פון ז"ל, משם הוא נפרך. מדינא דגמרא איז דער ענין בלויז אסור מכח די גרויסע עונשים, אבער צי דאס איז אן איסור דאורייתא אדער דרבנן אינו מבואר שם. עס קוקט מער אויס ווי א לשון פון זהירות וכדומה. דער גאנצער חומר האיסור, וועלכע איז אזוי שטארק אנגענומען, איז אלץ מקורו מהזוהר הק' . דער טור דארט אין אבן העזר, וועלכער איז מעתיק דעם לשון הרמב"ם, שרייבט טאקע דאס לשון ביי דעם ענין "ובלבד שלא וכו'", און ווי די פוסקים זענען דאס מסביר איז מקורו פון די גמרא דארט אין כל היד. א ראי' האסטו, אז דער בית יוסף דארט קומט צוגיין און זאגט טאקע דארט אויפן טור, אז זיין גאנצער באנעמונג צו דעם ענין איז אלעס ווייל "שלא ראה הזוהר" ואילו וואלט ער ווען געזען דעם זוהר וואלט ער אנדערשט גערעדט. און מהאי טעמא, אלס דעם זוהר פסקענט ער טאקע אין שולחן ערוך אז דער עון איז חמור מכל עבירות שבתורה. אבער איסור מאן דכר שמיה. (ר' צדוק הכהן האט א גאנצן שמועס דערוועגן ערגעץ).

וואס איך וויל ארויסברענגען מיט דעם איז, אז דברי חשק ועגבים, בכל אופן, וועלכע דו האסט אזוי שיין מבאר געווען אויבן אז ס'איז אסור, איז פשט אז ס'איז אסור מדינא, און גאר מעגליך אז ס'איז א דאורייתא, משא"כ ניבול 'הפה' דייקא, אפי' שלא לשם חשק, איז א דבר נפרד, און דאס איז אסור מכח זהירות, ווי מ'זעמיר פון די גרויסע עונשים, און ביי דעם ווייס איך נאך נישט צי ס'בכלל דא אן איסור דרבנן. איי פרעגסטו דער לימוד פון ולא יראה לך ערוות דיבור וואס דער מדרש ברענגט? אין הכי נמי קען זיין ביסטו גערעכט אז פון דעם לימוד וואלט געקענט משמע זיין אז ס'איז אסור (דאורייתא או דרבנן?), אבער פשטות פון די גמרא איז משמע אז ניבול הפה איז טאקע זייער הארב און ס'איז אסור בלויז אלס זהירות אויס. ועוד אשיב לזה כשעה, כ'על באלד זיין צוריק.

בני היכלא
שר האלפיים
תגובות: 2664
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 02, 2007 12:01 am

תגובהדורך בני היכלא » מאנטאג יולי 21, 2008 3:47 pm

יישר כח אלץ ווייסער
ס'וואלט געווען כדי אהערצוברענגען די גאנצע פרק דארט, וואס ווי דער רמב"ם איז אליינס מעיד סוף פרק, האט ער מרחיב געווען ביאור בנושא, וואס קומט נישט אזוי ווייט אריין, נאר כדי ארויסצוברענגען דער חומר הניבול.

מ'זעט אסאך אין די לשונות פון די ראשונים וואס זענען דן אין די סוגיא פון ניבול פה, אז זיי באציען זיך דערצו, מיט שטארקע אויסדרוקען אז דאס איז פון די הארבסטע, דער מורה נבוכים זאגט אויך דא "גודל האיסור"

אוועטאר
scy4851
שר ששת אלפים
תגובות: 6674
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 29, 2008 11:57 am
לאקאציע: אפשר קען איינער מיר זאגען וויא!

תגובהדורך scy4851 » מאנטאג יולי 21, 2008 3:56 pm

בני היכלא האט געשריבן:מיללער.
דאס אז ס'ווערט געטון בלא דעת, ומרוב הרגל איז לכאורה א שמועס פאר זיך, ס'איז אזוי ווי לדוגמא, איינער איז מביט בנשים בלי דעת בהרגל, דער איסור אליינס פון רעדן די ווערטער וואס [אויב מיר מיינען די זעלבע סארט ווערטער], די ווערטער מיינט נישט אנדערש מיסודו נאר ניבול ממש, איז ניבול פה, יעצט איז דא א שאלה בפני עצמו, וואס איז דער דין ווען איינער רעדט ניבול בלי דעת מרוב הרגל, אדער איינער איז מסתכל בעריות בלי דעת מהרגל, דאס דארף לדעתי זיין דיין שאלה דא,
רב בני היכלא,
מען זעהט דאך אז פאר איינער וואס האדעוועט בהמות מעג ער זיי ציזאמשטעלען און עס נישט דא דער פרובלעם פון הרהור.
זעהט מען אז עס איז יא דא עפעס א היתור פון הרגל, ניין?
בני היכלא האט געשריבן:צי ביי עדי קידושין איז דא א גאנצע שמועס אין אבן העזר, אז מ'דארף זען ווי מ'איז מקדש די און די פרוי,

רא"ש פרק ב' דכתובות סימן ג'
צוגעלייגטע
rosh.jpg
rosh.jpg (18.75 KiB) געזעהן 2745 מאל
the SCY is the limit

בני היכלא
שר האלפיים
תגובות: 2664
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 02, 2007 12:01 am

תגובהדורך בני היכלא » מאנטאג יולי 21, 2008 3:58 pm

זארעך.

ליידער ליידער בעוה"ר, איז מיין מח פארראסטעט, איך אין בין נישט זוכה צו פארשטיין קיין מלה אחת...

ז"ל איז נישט אסור מדינא? די גמרא אין כל היד אסר'ן אפילו אחיזת האמה ביהרג ואל יעבור, כדי שלא לבוא לז"ל. ומאי שייטיה לניבול פה, איך האב ארויסגעברענט איין זאך, אז א זאך זאל זיין אסור, דארף נישט שטיין אין חז"ל די ווארט אסור, וכש"כ בתורה זיכער נישט, ס'איז דא צענדליגער דאורייתא'ס, וואס זענען נאר מבואר בחז"ל, ולענינינו, די ראשונים זענען די וואס זענען מפרש דעם חז"ל, און נאר זיי פארשטייען דערצו, כנודע תשו' הריב"ש, און די ראשונים, זאגן קלאר עדות, אז חז"ל האבן דאס גע'אסר'ט איסור גמור, האב איך אייך פרובירט מסביר זיין, וויאזוי זיי האבן דאס געזען, אז איר ווילט נישט אננעמען מיין ביאור, איז גארנישט, אבער דאס אז עס איז א איסור גמור מחז"ל, איז פשוט בדברי הראשונים.
צווייטנס זאגסטאך אליינס דער ולא יראה בך ערות דבר, נו וואס פרעגסטו?

די חילוק צווישן ניבול פה און דברי חשק, איז העכער מיין שכל, איך זאג דיר אפן ליידער אודה ולא אבוש, איך פארשטיי נישט דערצו, וויפיל איך פרוביר מיר מוטשען צו פארשטיין גייט מיר עס נישט, איך האף ס'עט זיך מאכן דא איינער פון די לומדים וואס וועט פארשטיין די חילוק, און וועט קענען מפלפל זיין מיט אייך דערוועגן, און איך וועל שטיין אין די זייט און הנאה האבן מפלפולא דאורייתא, איין זאך קען איך אייך נאר מעיד זיין בתורת עדות, אז לו יצוייר, ס'זאל זיין צוויי גמרות דערוועגן, איינס זאל שטיין ניבול פה, און איינס נבלות פה, אדער איינס ניבול פה און איינס נבל פה, וואלט שוין געווען תילי תילין של חילוקים צווישן די צוויי, אז דאס מיינט נישט דאס, און נאר דאס איז אסור און דאס נישט.

אוי טאטע, והאר עינינו בתורתך, טעמה כי טוב סחרה, סחורה זו תורה, צחורה זו זוהרה, שצוחר וזרח חד הוא, והיא משפחת זרחי, והיא משפחת צוחר, על שם הצוהר שמאיר לעדרים ומזריח להיכלא קדישא.

בני היכלא
שר האלפיים
תגובות: 2664
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 02, 2007 12:01 am

תגובהדורך בני היכלא » מאנטאג יולי 21, 2008 4:03 pm

ר' שמחה דאס אז הרגל איז עפעס, ווייס איך, איך זעלבסט האב שוין לאנג אויבן, אויפגעברענגט דער לימוד זכות פון הרגל, אזוי ווי דער ר"ן זאגט עס ביי שערות הראש פון בתולות, און דער דרך פקודיך ביי אל תרבה שיחה.

אבער דאס איז אלעס ביי זאכן וואס איז נאר אסור אלס חשש הרהור, אבער ניבול פה איז נישט אסור אלס חשש הרהור, נאר עדיף מיני' ס'איז אסור פאר זיך עלס ערות פה. אפילו ס'איז קלאר אז מ'קומט נישט צו הרהור, און דאס איז די ריזיגע חילוק צווישן איבעראל און דא, און דער רמח"ל שרייבט דאס קלאר ארויס, ווי איך הער נישט אויף איבערצוזאגן נאכאמאל און נאכאמאל.

יישר כח פארן רא"ש, אין ישיבה ווען מ'האט געלערנט קידושין, האט מען עוסק געווען אין די סוגי' אין א אבני מילואים אנהייב קידושין, ס'איז דא עפעס מער ווי א רא"ש דא, איך געדענק נישט קיין פרטים? דו געדענקסט עפעס, איז דא דא א סמ"ע? אדער איך מיש אויס די יוצרות, מיט א שוה פרוטה היינט אויב ס'איז מקודשת? אדער א קנין דרבנן ביי א דין דאורייתא, שבוע שבן דוד בא בשלישי רעב בא לעולם ותורה משתכחת מלומדיה, מ'האלט מיר שוין דארט ליידער ר' שמחה.


צוריק צו “ידיעות התורה”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 6 געסט