דער איסור פון ניבול פה אין הלכה

הפוך בה דכולה בה

די אחראים: אחראי, גבאי ביהמד

אוועטאר
יאסל
שר האלפיים
תגובות: 2866
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 16, 2007 6:40 pm

תגובהדורך יאסל » מיטוואך יולי 23, 2008 11:19 am

בני היכלא האט געשריבן:ולא תתורו זאגט די גמרא אין סוף ערשטן פרק ברכות זה הרהור עבירה
אויב ס'מיינט אויך ראי' איז א מחלוקת הראשונים דער רבינו יונה האלט אז יא ס'איז אסור מדאורייתא דער עצם הראי', און דער בית שמואל לייגט צו, אז בי הרהור כו"ע מודי אז ס'איז אסור מדאורייתא.

אגב אין די אנדערע מבהיל'דיגע ספר צדקת הצדיק פארווארפט זיך אויך מערערע מאל, פון די סוגיות.

אויב זאג איך אז ס'מיינט אויך ראי', איז דאס אויך הבטה אדער נאר הסתכלות?

בני היכלא
שר האלפיים
תגובות: 2664
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 02, 2007 12:01 am

תגובהדורך בני היכלא » מיטוואך יולי 23, 2008 3:22 pm

לויט יעדן רעדט מען פון הסתכלות להנות נישט ראי' בעלמא.

אוועטאר
אלץ-ווייסער
שר חמש מאות
תגובות: 861
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אפריל 27, 2007 11:35 am
לאקאציע: נע ונד

תגובהדורך אלץ-ווייסער » מיטוואך יולי 23, 2008 4:10 pm

איך האב אמאל געהערט פון א ראש ישיבה
אז ווען מ'גייט אויף די גאס און מ'זעט א פרוי איז מען נאך נישט עובר, נאר אז מ'דרייט זיך אויס צוריקקוקן.
און דאס איז מעגליך די פשוט'ע טייטש פון "לא תתורו אחרי".

רעב יאסל
דער מלבי"ם זאגט אז הסתכלות איז שטערקער פון ראי' און הבטה איז נאך שטערקער.
אנדערע מפרשים זאגן דאס אויפן פסוק לא הביט עון ביעקב ולא ראה עמל בישראל, אלס לא זו אף זו.
בל' ס"ג - ניקס ווייסער וד"ל

אוועטאר
שוועמל
שר עשרת אלפים
תגובות: 14186
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
לאקאציע: גידולו בכל מקום

תגובהדורך שוועמל » מיטוואך יולי 23, 2008 10:47 pm

יישר כוח בני פארן אנרירן דעם ענין.

אבער דער לשון הכתוב ולא 'תתורו' איז משמע עפעס מער פון בלויז ראיה אדער הרהור. און אפילו לויטן ר"י אז ס'יז מדאורייתא איז עס גענומען פון דעם פסוק?


(איך האב פארשטאנען ווי אלץ-ווייסער האט בארירט, אז מיט א בלויזע הרהור רע אדער ראיה אסורה איז נאכנישטא קיין איסור, תורה לאו למלאכי השרת ניתנה. אדרבה לשון הר"מ יסיע עצמו מדברי הבאי לדברי תורה. אבער אז מען נעמט זיך איבערקייען און איבערטראכטן דעם הרהור אדער ראיה דקא מגרי יצר הרע אנפשיה, דאס איז לכאורה פשט פון לא 'תתורו').
שוש אשיש בה', תגל נפשי באלקי! (ישעיה סא)

משה ישר
שר חמש מאות
תגובות: 736
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 05, 2018 7:37 pm

תגובהדורך משה ישר » דאנארשטאג יוני 21, 2018 1:23 am

בני היכלא האט געשריבן:איך האב יעצט געטראפן דעם ספר אין היברו בוקס, און ס'איז סוד יכין ובועז. פון הייליגן מאיר נתיבים תלמיד הבעש"ט הק'.

זה תוכן דבריו.

ודע שהפה הוא יותר ממהר לחטוא משאר אברים וקשה מאוד לשמרו, וע"ז הזהירו משוכבת חיקך שמור פתחי פיך, שהשיחה היא חלק מהנפש שיוצאת מגוף, ובכל דיבור ודיבור אם היא שיחת מצוה עושה מלאך אחד ואם היא של טומאה נברא מלאך רע ואם הוא של בטילה נברא מלאך של בטילה, וזהו כי התפלה והקדושה והתורה שאדם מדבר בוקע את הרקיע ועולה למעלה כנזכר בזוהר ואם הוא דבר רע מטמא נשמתו והחלק הדיבור של הקדושה יורד למקום טומאה הדומה אליו, ונשאר אותו חלק הקדוש חבוש בבית האסורים, וכמה טורח עושה לקונו כביכול עד שמוציאו משם, ולכן דיבור של דבר ערוה ח"ו נקרא ניבול פה, כמו שהנבלה אין לה תיקון כך העון הזה אין לו תיקון כמעט כי אם בתשובה גדולה ולזה אמר שמור פתחי פיך שאין צריך כי אם פתחון הפה לבד

אזא לומדישער אין הייליגער אשכול.
וואס איז דער נאמען פונעם הייליגן מאיר נתיבים זי"ע
פארליר דיך נישט, האלט דיך גראד אויפ'ן דרך הישר, וועסטו אנקומען אי"ה.

בראשית ברא
שר האלף
תגובות: 1219
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג דעצמבער 06, 2016 3:16 pm

תגובהדורך בראשית ברא » דאנארשטאג יוני 21, 2018 10:06 am

ר' מאיר מרגליות

!want to be good
שר מאה
תגובות: 105
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 06, 2019 5:48 am

תגובהדורך !want to be good » פרייטאג נובעמבער 29, 2019 5:23 am

אלץ-ווייסער האט געשריבן:איך האב אמאל געהערט פון א ראש ישיבה
אז ווען מ'גייט אויף די גאס און מ'זעט א פרוי איז מען נאך נישט עובר, נאר אז מ'דרייט זיך אויס צוריקקוקן.
און דאס איז מעגליך די פשוט'ע טייטש פון "לא תתורו אחרי".

ר' יעקב מאיר שכטר שליט''א זאגט אייביג, סאיז נישט קיין שום עבירה צו האבן א יצה''ר, פארדעם איז מען דאך דא, די עבירה איז נאר צו פאלגן די יצה''ר!

!want to be good
שר מאה
תגובות: 105
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 06, 2019 5:48 am

תגובהדורך !want to be good » מיטוואך דעצמבער 25, 2019 7:14 pm

שטייענדיג נאך די שווערע טראגעדיע אין דזשערסי סיטי איז וויכטיג צו חזר'ן די גמרא אין מסכת שבת (לג.):

בגלל עון נבלות הפה, צרות רבות וגזירות קשות מתחדשות, ובחורי (שונאי) ישראל מתים, יתומים ואלמנות צועקים ואינם נענים, שנאמר: "עַל כֵּן עַל בַּחוּרָיו לֹא יִשְׂמַח ה', וְאֶת יְתֹמָיו וְאֶת אַלְמְנֹתָיו לֹא יְרַחֵם, וְכָל פֶּה דֹּבֵר נְבָלָה".


צוריק צו “ידיעות התורה”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 2 געסט