התכלת והחלזון מהו

הפוך בה דכולה בה

די אחראים: אחראי, גבאי ביהמד

זיידעניו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4376
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג פאברואר 01, 2008 12:51 pm

התכלת והחלזון מהו

תגובהדורך זיידעניו » מאנטאג מארטש 16, 2009 1:16 am

אויב זענען מיר געוואוינט אז די היינטיגע פארגעשריטענע פארשונגען. אויף פארשידענע געביטן, מיט די סאפיסטיקירטע "ריסערטש" אונטער-נעמוגען, זאלן אונז נאר ברענגן באקוועמליכקייטן און פארדינסטען אין די עולם הזה'דיגע באגריפן. זענען מיר אבער לעצטנס אן עדות אויף אן אנטדעקוננ פון א געוויסע פארשונג. וועלכע עפענט אונז נייע מעגליכקייטן, מקיים צו זיין א מצוה פון דער תורה, צו וועלכע מיר האבן נישט געהאט ביז היינט קיין געהעריגע צוגענגליכע מעגליכקייט, דאס איז די מצוה פון "תכלת".

מיר וועלן אין די ווייטערדיגע שורות ווידמען אן איבערבליק אויף די אנטוויקלונגען פון דעם "תכלת", און באריכטען די נייע אינפארמאציעס אויף דעם געביט.
איינע פון די חשוב'סטע מצות אין דער תורה, איז די מצוה פון ציצית, אויף וועלכע מיר זאגן יעדן טאג "ותרי"ג מצות התלוים בה", אז די אלע תרי"ג מצות זענען אפהענגיג אין איר. און דער פסוק זאגט אז דארכדעם וואס מען זעט די ציצית דערמאנט מען זיך אין אלע מצות פון השי"ת. "וראיתם אותה וזכרתם את כל מצות ה' וגו'.

די ערקלערונג ווי אזוי די תרי"ג מצות זענען אפהענגיג אין די מצוה פון ציצית. געפינען מיר אין רש"י אויפן ארט, ווייל דאם ווארט "ציצית" באטרעפט זעקס הונדערט, און די אכט פעדימער פון יעדע ציצה, מיט אירע פינף קניפן. דאס זענען זענען דאך דרייצן, וועלכעס איז צוזאמען זעקס הונדערט און דרייצן, תרי"ג.
עס איז אבער כדאי צו דערמאנען אז דער רמב"ן ז"ל זאגט דארט אנדערש ווי רש"י, און ער ערקלערט עס לויט קבלה, אז דורך די "תכלת" וואס געפינט זיך אין די ציצית, איז דא אן אנדייטונג אויף די תרי"ג מצות.

וואס איז דאס תכלת?

אין די פרשה פון ציצית וואס מיר געפינען אין די תורה אין פרשת שלח. וואס מיר זאגן עטליכע מאל א טאג. שטייט, דבר אל בני ישראל ואמרת אליהם ועשו להם ציצית וגו' ונתנו על ציצית הכנף פתיל תכלת וגו'. און די ערקלערונג דערפון איז: איר זאלט ארויפלייגן אויף די פעדימער ביים עק, א פאדים פון בלוי-וואל.
דאס מיינט אז אייגנטליך איז די מצוה פון ציצית, לויט ווי זי שטייט אין די תורה, אז עס דארפן זיין ווייסע פעדימער. און אויך איינע אדער צוויי פעדימער פון בלוי-וואל אין יעדע ציצה.

דא דארף מען דערמאנען א וויכטיגן פונקט, אז כאטש די עיקר מצוה פון ציצית איז, אז עס זאל דין ווייסע פערימער צוזאמען מיט בלויע, אבער לויט די הלכה איז מען מקיים די מצוה פון ציצית אפילו ווען מען האט נישט די בלויע פעדימער, ווייל עס איז גע'פסק'ט אז "די בלויע האלט נישט אפ די ווייסע", דאס מיינט אז ווען מען האט נישט די בלויע פאדים, דעמאלט קען מען מקיים זיין די מצוה בלויז מיט די ווייסע. אבער ווי געזאגט איז די מצוה בשלימות דורכדעם וואס מען האט ווייסע און בלויע פעדימער.

פרעגט זיך: פארוואס אויב אזוי, האבן מיר דאס נישט היינט?

איז דער ענטפער דערפון פאלגענד: די בלויע פארב מיט וועלכע די וואל דארף ווערן געפארבט, דארף קומען פון א באשעפעניש וואס הייסט "חלזון", וועלכע האט אין איר קערפער אזא בלויע פארב.

און מיט דעם דארף מען פארבן די וואל אויף בלוי, און אזוי איז מען מקיים די מצוה פון תכלת אין די ציצית.

ביז צו די צייטן פון די אמוראים. האבן אידן געוואוסט קלאר, וואס דער "חלזון" איז, און ווי אזוי מען מאכט דערפון דעם פארב פאר די ציצית, אבער אין פארלויף פון די יארן האבן זיך געשאפן אומשטענדן, וועלכע האבן גורם געווען אז מען האט אין א משך פון פילע יארן פארלוירן די מעגליכקייט צו פאבריצירן דעם "חלזון פארב". און אזוי ארום איז עס פארגעסן געווארן פון כלל ישראל.

וואס זענען געווען די אומשטענדן?

פון היסטארישע קוועלן דערוויסן מיר זיך. אז בערך מיט פופצען הונדערט יאר צוריק, האט די רוימישע קעניגרייך ארויסגעגעבן א געזעץ, אז די גאנצע פאבריקדציע פון פארבעריי, דארף באלאנגן צו דער רעגירונג. דאס איז געווען אין איינקלאנג מיט דעם פארשריפט אז נאר די רעגירונגס מענער מעגן זיך קליידן מיט בלויע וואל. און א פריוואטער בירגער איז באשטראפט געווארן מיט טויט-שטראף אויב ער האט זיך געקליידעט מיט תכלת. אין דער זעלבער צייט האבן זיי אויך אויסערגעווענליך ארויפגעטריבן די פרייז פון געפארבטע מאטריאלן, אז א פונט פארב האט געקאסט לויט די היינטיגע געלט. בערך הונדערט טויזנט דאלער...

עס איז פארשטענדליך אז אין אזעלכע אומשטענדן איז זייער שווער געווען מקיים צו זיין די מצוה פון תכלת. אויסער דעם האט זיך אויך געשאפן אן הלכה'דיגער פראבלעם. אז לויט די הלכה דארף מען פארבן די וואל פון די ציצית, לשם מצוה. דאס מיינט אז מען זאל אינזין האבן ווען מען טוט דאס, אז מען טוט עס לשם מצות ציצית, און וויבאלד די גאנצע פארב אינדוסטריע איז געווען אין גוי'אישע הענט, איז דאס כמעט אוממעגליך געווען.

די תקופה פון באגרעניצונג אויף די פארב אינדוסטריע האט אנגעהאלטן עטליכע הונדערט יאר, און ווי געזאגט איז אין פארלויף פון די גאנצע צייט שווער געווען מקיים צו זיין די מצוה פון תכלת כציצית. אצינד וויבאלד לויט די הלכה איז מען מקיים די מצוה פון ציצית אויך אן די תכלת. איז עס צעביסלעך פארגעסן געווארן פון אידישן פאלק, און ווען עס איז שפעטער צוריק געווארן די מעגליכקייט צו האבן דעם חלזון, האט מען שוין פשוט נישט געדענקט, אין פראקטיק, וואס פארא באשעפעניש דער "חלזון" איז.

דאס האט אזוי אנגעהאלטן א תקופה פון בערך עלף הונדערט יאר! מיט הונדערט און צוועלף יאר צוריק. אין יאר תרמ"ז לפ"ק. האט די אידישע וועלט אויפגעשטורעמט, ווען דער בארימטער ראדזינער רבי, רבי גרשון העניך ליינער זכר צדיק וקדוש לברכה, איינער פון די גרעסטע רביים אין די דעמאלסטיגע פוילן, האט געמאלדן אז ער האט געטראפן דעם חלזון פון וועלכען מען מאכט דעם "תכלת"! דער ראדזינער רבי איז געווען פון די גרעסטע גאונים אין זיין דור, און צוזאמען מיט זיין אנטדעקונג, זענען אויך ערשיינען פון אים לומד'ישע ספרים, אין וועלכע ער ווייזט איבער פון ש"ס און פוסקים אלע הלכה'דיגע פרטים פון דעם חכלת, ווי אויך די פראקטישע פרטים ווי אזוי עס דארף אויסזעהן א.א.וו., וואס לויט דעם איז אים געלונגען. לויט זיין מיינונג, צו געפינען דעם חלזון.
לויט די פארשונג פון ראדזינער רבי'ן, איז דער חלזון, דער "טינט פיש", וועלכע ווארפט ארויס פון זיך א טינט, ווען מען וויל אים כאפן. דער ראדזינער רבי איז ספעציעל געפארן קיין איטאליע. וועלכע איז ביים ברעג ים, און וואו עס געפינען זיך ריזיגע אקוואריומס וואו מען האדעוועט די טויונטער ערליי פיש, ער האט זיך דארט אויפגעהאלטן א לענגערע צייט, פון וואו ער האט געהאט די געלעגנהייט נאכצוגיין אלע פרטים, און דאס האט אים געפירט צו די מסקנא, וועלכע ער האט אויסגעארבייט לויט די הלכה און סימנים וואס ווערן דערמאנט אין ש"ס ופוסקים. אז דאס איז דער חלזון.

דער רארזינער רבי האט אויך געטאן הלכה למעשה, און ער האט צוגעגרייט דעם תכלת-פארב, פון וועלכען מען האט געפארבט ציצית פעדימער. און ראדזינער חסידים, ווי אויך געוויסע אנדערע, האבן זיך אנגעפאנגן צו באנוצן דערמיט.

די אויפדעקונג פון ראדזינער רבי'ן האט געמאכט א שטורעם אין רער איד'שער תורה וועלט, און מען האט אנגעפאנגן עוסק צו זיין אין דעם ענין. עס זענען געווען גרולי ישראל וואס האבן מסכים געווען מיט אים. און זענען געווען אזעלכע, וואס האבן אים בעווארפן מיט צענדליגער קשיות, שאלות און ספיקות, פון רי הלכה און פון דעם מציאות, לויט וועלכען זיין אויפטו איז געווארן אפגעפרעגט.

מיר וועלן דא דערמאנען א טייל פון זיי:

עס זענען געווען אזעלכע וואס האבן גע'טענה'ט פון דעם וואס די גמרא זאגט, אז דער חלזון בעווייזט זיך נאר איינמאל אין זיבעציג יאר, אצינד, אויב אזוי ווי קען מען מיט דעם אידענטיפיצירן דעם טינט פיש וועלכע איז דא כסדר ?

א צווייטע פראגע איז געווען פון דעם וואס דער מדרש זאגט, אז דער חלזון וואקסט צוזאמען מיט אזא קליידונג. וואס פון דעם דרינגט זיך אז דאס איז אזא סארט "שנעקל" וועלכע האט איר "הייזל" אויף זיך, און נישט קיין פיש?

אויך האט מען ויך באצויגן צו רער פראגע, אז דער טינט פיש איז א טמא'נער פיש, און לויט רי הלכה מוזן די זאכן וואס מען נוצט פאר א מצוה, זיין כשר צום עסן?
אבער דער ראדזינער רבי איז געשטאנען ווי א גענעראל אויפן פראנט. און האט אפגעענטפערט אלע אטאקעס וועלכע זענען געמאכט געווארן אין זיין ריכטונג. ער האט פארעפנטליכט ווייטערדיגע ספרים אין וועלכע ער דערמאנט די אלע טענות און קשיות, און מיט א זעלטענע גאונות האט ער אלעס אפגעענטפערט און קלאר געשטעלט, און זיך ווייטער געהאלטן מיט זיין אנטדעקונג.

אגב, אויף די טענה אז דער חלזון געפינט זיך נאר איינמאל אין זיבעציג יאר, איז אויך באמת דא א תירוץ פון פראקטישן זין, אז וויבאלד מען האט עס אמאל געפאנגן אין א גרויסע מאסשטאב פארן געברויך פון די ציצית, דערפאר איז עס געווארן זעלטענער, אבער יעצט וויבאלד מען האט עס שוין נישט געפאנגן הונדערטער יארן, דערפאר איז עס ווייטער דא אן באגרעניצונגען.

ווי דער רארזינער רבי זצ"ל דערציילט עס אליין, האט ער דעמאלט אויך באקומען א בריוו פון הגר"ח מבריסק זצ"ל, וועלכער האט אים באטאנט, אז אויב ער האט ערפינדען א נייע זאך, וועלכע מען האט פארגעסן, דעמאלט דארף מען אים אויסהערן. טאמער איז אבער א זאך וואס מען האט געוואוסט דערפון ביז יעצט אויך, און דאך האט מען עס נישט גענוצט, דאן וועט עס זיין אן ענדערונג אין דער מסורה, אויב וועט מען עס יעצט יא אנפאנגן צו נוצן. און אויף דעס ענטפערט דער ראדזינער זצ"ל, אז עס איז קלאר אז דאס איז א זאך וואס מען האט פארגעסן אין לויף פון די דורות. און אזוי ווי מיר האבן עס קלאר באטאנט אין אנפאנג.
אבער ווי אזוי עס זאל נאר נישט זיין, איז עס אן צווייפל אז דער אויפטו פון ראדזינער רבי'ן אויף דעם געביט פון תכלת איז געווען אן אומשעצבארער, ווייל דורך אים זענען קריסטאליזירט געווארן אלע ארומיגע הלכות וואס זענען פארבונדען מיט דעם.

אבער אין דעם פאקטישן אנטרעפונג. אז דער חלזון זאל זיין דער טינט-פיש, אויף דעם זענען אנשטאנען אין די לעצטערע יארן אנדערע מיינונגען.

די פארמערטע מעגליכקייטן אין די פארשונג געביטן, האבן געגעבן א מעגליכקייט גרונטליכער צו פארטיפן אין דעם ענין. און אין די לעצטע עטליכע צענדליג יאר, זענען דא מיינונגען אז דער חלזון איז נישט דער טינט פיש. נאר גאר עפעס אנדערש.

איינער פון די רבנים אין אירלאנד, וועלכער האט אויך געהאט פיל וויסנשאפטליכע ערפארונג. האט זיך א סאך געגריבלט אין דעם ענין פון תכלת, אויף וועלכן ער האט אויך פארעפנטליכט מערערע מאמרים און חידושים. און צוזאמען דערמיט האט ער אויך קארעספאנרירט מיט גוי'אישע וויסנשאפטלער אויף דעם געמיט, און אויף זייער בקשה האט ער אפגעשיקט צו זיי א סעמפל פון דעם ראדזינער תכלת פאר אן אונטערזוכונג.

ווי ערשטוינט איז ער אבער געווארן, ווען זיי האבן אים געמאלדן, אז לויט די רעזולטאטען פון זייער לאבאראטארישע אונטערזוכונגען, זעהן זיי נישט אין דעם פארב, אז דאס זאל קומען פון א בעל חי.. שאקירט פון די מעלדונג, האט ער זיך געוואנדן שריפטליך צום דעמאלסטיגן ראדזינער רבי'ן, רבי מרדכי יוסף זצ"ל, א זון פון רבי גרשון העניך זצ"ל דער בעל התכלת. און אים איבערגעגעבן דעם רעזולטאט פון די לאבאראטאריע. אבער וויבאלד דער ראדזינער רבי איז נישט געווען דעמאלט אינדערהיים. האט אים דער גבאי געענטפערט מיט א בריוו, אין וועלכען ער האט אים פונקטליך אראפגעמאלן דעם פראצעדור ווי אזוי מען מאכט תכלת, און צוזאמען דערמיט האט ער אים אויך געשיקט אין א פארזיגלטען פאקעט, חותם בתוך חותם, צוויי בינטלעך פון כשר'ע תכלת פעדימער.

יעצט האט ער נאכאמאל אוועקגעשיקט די צוויי בינטלעך צו די צוויי גרעסטע כעמישע פארב קאמפאניס פון יענע תקופה, און ער האט פון ביידע צוריק באקומען דעם זעלבן ענטפער, אז דער דאזיגער פארב, מיט וועלכען די פעדימער זענען געפארבט. איז א בעקאנטער פארב, און ווערט גערופן "פרוסיען בלאו", אבער דאס ענטהאלט נישט קיין שום בלוט, אדער אנדערע מאטריאל, וואס קומט פון א בעל חי... יעצט האט ער זיך געשפירט אלס א פליכט צו מעלדן פאר די ראדזינער חסידים, אז לויט זיין מיינונג באזירט אויף די רעזלטאטען פון די אלע לאבאראטאריע'ס. איו דאס זיכער נישט דער תכלת פון דעם ראדזינער רבי'ן, און דא פאדערט זיך א גרונטליכע אונטערזוכונג.

אבער די ראדזינער חסידים האבן אים איינגעלאדן צו זיך, און געוויזן דעם גאנצען פראצעדור ווי אזוי דער תכלת ווערט געמאכט, און ער האט זיך איבערצייגט מיט זיינע אייגענע אויגן, אז דאס ווערט געמאכט מיט דעם בלוט פונעם טינט-פיש.... יעצט איז די קשיא אים געווארן פילפאכיג שטארקער, ווי אזוי פארענטפערט מען דעם מאדנעם פאראראקס...?

ענדליך נאך לאנגע פארשונגען אויף דעם געביט האט זיך ארויסגעשטעלט אז די דאזיגע בלוט ווערט אויפגעקאכט אין א קעסל, וועלכע האט אנטהאלטן א היץ פון 900 צעלסיוס. אין אזא שרעקליכע היץ, וועלכע איז ווי ער באצייכנט דאס אווי ווי דאס פייער פון גיהנם, ווערט גענצליך פארברענט אלע באשטאנד טיילן פונעם בלוט, און זיי ווערן פארוואנדלט אין כעמישע שטאפן, און דערפאר האבן די לאבאראטאריע אונטערזוכונגען געוויזן אז די פארב קומט נישט פון קיין בעל חי.

אבער דא האט זיך ארויסגעשטעלט א נייער פראבלעם

אט דער כעמישער שטאף, אין וועלכען דער בלוט ווערט פארוואנדלט, ווערט גערופן "פאטעסיום", און אזוי ווי ווען מען לייגט אריין "קופער-וואסער" אין דעם טינט וואס מען נוצט פאר ספר תורה, דאן ווערט עס א שווארצער טינט, אזוי איז אויך מיט דעם פאטעסיום, אז אויב מען לייגט צו דערצו דעם אינגריריענט "פעראו-סאלפייד", וואס דאס לייגט מען אויך אריין אין דעם קעסל פון דעם תכלת, ווערט דאס פערוואנדלט אין דעם בלויען פארב.

אכער דער קעמיקל "פאטעסיום" געפינט זיך נאך אין פארשידענע אנדערע זאכן אויך, אצינד אויב אווי, קען מען דאך שאפן דעם בלויען פארב, פון יעדע אנדערע זאך וואס האט אין זיך דעם קעמיקל, אויב מען וועט צולייגן דערצו דעם אינגרידיענט "פעראו-סאלפייד'. און לויט דעם קען די פארב ווערן פראדוצירט אויך פון בלוט פון אן אקס. און אפילו פון א קארטאפל...און די בלוט פון חלזון גיט דא גארנישט צו, צו דעם פארב, אויב אזוי איז דאך שווער אנצונעמען אז דאס זאל זיין דער חלזון ?

דער דאזיגער פאקט, וועלכע האט געשטעלט דעם טינט פיש אונטער א פראגע צייכן, און נאך אנדערע איבערווייזונגען באזירט אויף די סימנים וואס מיר געפינען אין ש"ס און אין רי רייד פון די ראשונים און פוסקים. האט געברענגט די מעגליכקייט צו נעמען אין בעטראכט, אז אפשר זאל גאר דער חלזון זיין פון די פאמיליע פון א שנעקל, וועלכע שטימט אויסערגעווענליך מיט די אלע סימנים וואס מיר געפונען אין די רייד פון חז"ל און די ראשונים.

דער געדאנק אז דער חלזון זאל זיין א שנעק. האט זיך שוין אנגעפאנגן מיט לאנגע יארן פריער. רש"י אין מס" עבורה זרה (כח:) רופט אן דעם חלזון מיט דעם לע"ז אויכרריק לימ"ץ. (אין אונזערע גמרות שטייט נימי"ן, אבער אין כת"י פון רש"י, וועלכע ווערט געברענגט אין ספר תרגום הלע"ז פון ר' ישראל גאקאויצקי, וואס איז ערשינען אין לונדון מיט דער הסכמה פון הרב פדווא שליט"א, דארט שטייט לימי"ץ). וואס אין די פראנצויזישע שפראך מיינט ראס א שנעק ("סנעיל"). אגב, רש"י אויף די תורה אין פ' שמיני, שרייבט אויף "חומט" אז דאס איז לימצ"ה, און חומט איז א שנעק. ווי רש"י זאגט אין פ' עקב אז די קליידונג פון די אידן אין מדבר איז מיט געוואקסן מיט זיי אזוי ווי קליידונג פון א "חומט".

אויך אין כת"י פון ספר הערוך איז דא א געשריבן בילד פון חלזון, וועלכע איז דאס בילד פון א שנעק. און אזוי געפינען מיר אויך אין אנדערע ראשונים, וועלכע באצייכענען דעם חלזון אלס שנעק. און אין די פערסישע און אראבישע שפראך, ווערט א שנעק אנגערופן "חלזון".

אצינד, האט מען שוין געטראכט אז דער חלזון איז מעגליך א שנעק. די פראגע איז אבער, וויבאלר די משפחה פון שנעקעס איז א פארצווייגטע, אויב אזוי, וועלכעס זאל זיין דער חלזון פון תכלת?

אין די פארצייטישע רומישע ביכער האט מען געפונען, אז עס ווערט דערמאנט א שנעק מיטן נאמען "מיורעקס", פון וועלכען מען האט פאבריצירט די פוירפל און בלויע פארב. דאס האט געברענגט דעם געדאנק אז דער מיורעקס זאל מעגליך זיין דער חלזון.

אבער דאך האט מען לאנגע יארן נישט געקענט באשטימען אז ,דער מיורעקס זאל זיין דער ריכטיגער חלזון. דער פריער דערמאנטער רב, וועלכער האט געמאכט מערערע פארשונגען אויף שנעקן, דערמאנט דעם מיורעקס. אבער זיין פראבע צו פארבן א בינטל וואל מיט דעם בלוט פון מיורעקס האט געגעבן א פוירפיל פארב. און דערפאר איז ער געקומען צו די מסקנא, אז דער מיורעקס איז נישט דער חלזון.

אויסער דעם, האט עס געהאט דאך א וויכטיגן פראבלעם. ווייל איינע פון די סימנים וואס די חז"ל גיבן אויפן חלזון, איז דאס. וואס זיין קערפער איז גלייך צו די קאליר פון ים, און דאס איז א זאך וואס שטימט נישט מיטן מיורעקס.

אבער די פארשונגען וואס זענען אנגעפאנגן געווארן מיט צענדליגער יארן צוריק, זענען ווייטער פארגעזעצט געווארן, מיטן ציל, צו פרובירן אידענטיפיצירן דעם ריכטיגן חלזון, פון וועלכע מען מאכט דעם תכלת פון דער תורה.

אין לויף פון די פארשונגען זענען אומגעראכטען הייט אנטדעקט געווארן צוויי וויכטיגע אינפארמאציעס, וועלכע האבן געווארפן גאר א ניי ליכט אויף די ביז איצטיגע פארשונגען. און מען האט פריש אנגעפאנגן נעמען אין בעטראכט די מעגליכקייט, אז דער מיורעקס זאל זיין דער חלזון.

איינער פון די וויסנשאפטלער, וועלכע האבן זיך באשעפטיגט מיטן מיורעקס, און פרובירט צו פארבן שטאפן פון זיין בלוט, האט זיך אנגעשטויסן מיט א שטארקע געגנערשאפט פון זיינע קאלעגן, וועלכע האבן געפאדערט אז ער זאל פארלאזן זייער צימער, צוליב דעם שרעקליך אומאנגענעמען גרוך וואס דאס בלוט גיט ארויס ביים פארבן.

נישט האבנדיג קיין אנדערע ברירה. איז ער ארויסגעגאנגען אויפן הויף און דארט פארגעזעצט צו פארבן מיטן בלוט פון מיורעקס. און ווי ערשטוינט איז ער געווארן, ווען ער האט פלוצלינג דערזעהן, אז די פארב איז פארוואנדלט געווארן אין א הערליכע הימל העל-בלויע פארב...

נאך א קורצע פארשונג, האט מען זיך דערוואוסט אז די שטראלן פון די זון פארוואנדלען דעם פוירפל אין בלוי, און די ערקלערונג איז, אז אין די פארב איז דא א כעמישע שטאף מיטן נאמען ברומו-אינדיגטין. דער אינדיגטין איז א העל בלוי פארב, און די ברומו גיט צו דערצו א פוירפל קאליר. אבער ווען עס איז אפן צו די שטראלן פון די זון, ציען זיי ארויס דעם ברומו קעמיקל פון דעם פארב, און עס בלייבט בלויז דער אינדיגטין, וועלכער גיט דעם העל בלויע פארב. און דאס זעלבע פאסירט אויך ווען מען לייגט עס אריין אויך גאר א קליינע וויילע אין פארע פון הייס וואסער.

אלזא, דער מיורעקס, מיט אירע פילע סימנים וואס שטימען מיטן חלזון. האט שוין א העל בלויע פארב... און מען איז שוין אויפן וועג פון א דערגרייכונג.
יעצט, האט מען זיך מיט א צייט שפעטער אויך דערוואוסט. אז ווען דער מיורעקס איז אין ים. גאנץ אונטן אויפן פלאך, וואס דארט איז זיין אייגנטליכער וואוינארט, איז זיין קערפער באדעקט מיט אזעלכע קליינינקע בעלי חי. וועלכע גיבן אים דעם פולן ים קאליר.

מיט דעם אנטדעקונג, איז, אייגנטליך בעזייטיגט געווארן דער לעצטער פראבלעם פון מיורעקס עס צו אידענטיפיצירן אלס מעגליכער חלזון התכלת, ווייל אלע סימנים וואס די חכז"ל און ראשונים גיבן אויפן חלזון שטימען אבסאלוט מיטן מיורעקס.

אויסער דעם. איו אין די פארשונגען ביי די ברעגן פון ים התיכון אין די לעצטע תקופה, האט זיך אויך ארויסגעשטעלט. אז עס זענען געווען דארט פארצייטנס עטליכע צענדליג פארב-פאבריקן, און מען האט געטראפן גאנצע בערגלעך פון פילע צענדליגער טויזנטער אזעלכע צעבראכענע "הייזלעך" פון דעם מיורעקס, ווי אויך צעבראכענע פארב-קעסלען, אויף וועמענס זייטן עס זענען געווען אנגעקלעבט פארב - וואס מען האט זיי, ווייזט אויס גענוצט צום אויפקאכן די פארב. ווען די וויסנשאפטלער האבן אונטערזוכט די פארב פון די קעסלען, האט זיך עס ארויסגעשטעלט צו זיין ממש די זעלבע ווי די פארב, וועלכע מען נעמט היינט ארויס פונעם מיורעקס.

אינטרעסאנט איז אויך געווען, אז ביי די פילע טויזנטער חלזון'ס וואס מען האט דארט געטראפן, האט מען געזען אז זיי זענען איינגעטיילט אין דריי ערליי סארטן. און ביי אלע בערגלעך. זענען געווען אזעלכע וואס זענען אויסגעמישט צוויי סארטן פון די דריי ערליי, און אזעלכע וואס זענען געווען אויסשליסליך נאר פון איין סארט. אן א געמיש. נאך אן אונטערזוכונג איז קלארגעשטעלט געווארן, אז די געמישטע זענען א סארט חלזון וואס גיט ארויס א פוירפל פארב - וועלכע איז, ווייזט אויס. דער ארגמן פון דער תורה, און די איינצעלנע, וועלכע איז צווישן די פילע צענדליגער טויזנטער קיינמאל נישט געטראפן געווארן געמישט מיט אנדערע, איז געווען דער חלזון וואס גיט ארויס דעם העל-בלויען פארב, וואס דאס דארף אייגנטליך זיין דער תכלת פון דער תורה.

דא דארף באטאנט ווערן נאך א וויכטיגע אנטרעקונג, וואס די היינטיגע פארשער האבן פעסטגעשטעלט. אז ביי די אלע קליידער וואס מען געפינט היינט, אין די אור-אלטע פלעצער, וועלכע זענען איבערבלייבונגען פון יענע תקופה, איז די בלויע פארב אויף זיי, גענצליך אייניג צו דעם פארב וואס מען נעמט היינט ארויס פון דעם מיורעקס. און קיין איינע דערפון איז נישט אייניג מיט דעם "פרוסיען-בלו" וועלכע איז דער ראדזינער פארב.

גאר אן אינטרעסאנסע זאך האט זיך ארויסגעשטעלט. ווען מען האט אונטערזוכט דעם פארב פון מיורעקס אויף דעם ספעקטראסקאפ (מיט וועלכע מען אונטערזוכט די פארבן אין זייער באציאונג צו די ליכט-שטראלן), האט מען געפונען אז דער אינדיגאטין פון דעם מיורעקס בלוי-פארב, צייכנט זיך אויס מיט 613 (תרי"ג) אנאמעטערס, און דאס גיט דערפאר דעם העל בלויע קאליר, וואס דאס איז נאך א בולט'ער אפטייטש אויף דעם פסוק וזכרתם את כל מצות ה'.
אצינד, וועלן מיר גיבן דא א קורצן איבערבליק אויף די פארשידענע סימנים. וועלכע ווערן דערמאנט אין די רייד פון חכז"ל און ראשונים אויפן חלזון תכלת, וועלכע שטימט פונקטליך מיטן מיורעקס.

דער פראצעדור פון ארויס נעמען די פארב פון מיורעקס איז. אז מען נעמט דאס ארויס ווען עס לעבט נאך. ווייל דעמאלט איז די פארב פיל שענער. דאס שטימט אויסגעצייכנט מיט דעם וואס די גמרא זאגט, אז אויב מען נעמט ארויס די פארב דערפון ווען דער חלזון לעבט נאך, דעמאלט איז די פארב מער לויטער און קלאר.
א וויילע שפעטער ווערט די פארב גרינליך. און ווען עס זאמלט זיך אן א סאך דערפון ווערט עס שווארץ ווי טינט, און ערשט נאכדעם ווען מען נעמט עס ארויס, און מען לאזט עס אפגעדעקט ביי די זון שטראלען, דאן ווערט עס העל בלוי.

די סימנים זענען גענוי, לויט ווי דער מדרש זאגט (במרב"ר יד ג) אז דער תכלת איז גרין ווי גראז (און אלע מפרשים האבן זיך געפלאגט צו פארשטיין דעם פשט, ווייל מיר ווייסן דאך דעם סימן פון די חכו"ל אז דער תכלת איז אווי ווי דער הימל מיט א העל בלוי קאליר. אבער לויטן פאקט וואס מען זעט שטימט עס גענוי.) און אויך מיט דעם וואס דער רמב"ם שרייבט, אז קודם איז עס שווארץ ווי טינט.

אויך דער פאקט אז עס ווערט העל בלוי, פונקט ווי דער הימל קאליר, איז אן איבערווייז אויף דעם מורעקס, ווייל דער פארב פון די ראדזינער תכלת איז נענטער צו טונקל בלוי, און ווי באקאנט איז דאס געווען איינע פון די הארכע שאלות אויפן תכלת פון ראדזינער רבין זצ"ל. אגב, די חסידישע מסורה דערציילט, אז ווען דער מיטעלער בעלזער רבי מהר"י זי"ע איז געווען א קליין קינד, איז ער אמאל נאכן פארענדיגן דעס סדר נאכט ארויסגעגאנגען אויף דער גאס מיט זיין גרויסן פאטער דער שר שלום זי"ע, און עס האט שוין דאן אנגעפאנגן צו טאגן און דער הימל האט שוין באקומען איר העל בלויע קאליר. האט דער שר שלום זי"ע געזאנט פאר זיין זון, ווייזנדיג אויפן הימל: זעהסטו, דאס איז די פארב פון תכלת, און נעם עס אין זינען, ווייל עס וועט דיר נאך צונוץ קומען... מיט יארן שפעטער ווען ער איז שוין געווען רבי. אלס ממלא מקום פון זיין גרויסן טאטען זי"ע, איז דער ראדזינער רבי זצ"ל געקומען צו אים, האט אים דער מיטעלער בעלזער רבי זי"ע געזאגט, אז "מיר האבן בקבלה פון טאטען זי"ע, אז דער תכלת איז, העל-בלוי. און די דאזיגע קאליר איז נענטער צו טונקל בלוי.

פון לשון הגמרא קוקט אויך אויס, אז מען דארף דעם חלזון "אויפקראכן". וואס דאס שטימט פונקטליך מיטן מיורעקס, וועלכע האט דאס הארטע הייזל איבער זיך, און מען מיז דאס אויפקראכן. אויך ביי דעם פאקט, איז עס פונקטליכער דא ווי ביים "טינט-פיש תכלת". וועלכער האט נישט דעם סימן פון "אויפקראכן", און דער ראדזינער רבי זצ"ל פלאגט זיך טאקע צו פארענטפערן די גמרא.

אויך דארף מען דערמאנען דעם לשון פון חז"ל אין מס' מגילה. אז דער חלזון בעהאלט זיך אין דעם זאמד פון ברעג ים. דאס איז אויך א פאקט וואס שטימט פונקטליך מיט די נאטור פון מיורעקס, וועלכע באהאלט זיך אין דעם זאמד פון ברעג.

אויסער דעם האבן מיר שוין פריער דערמאנט וואס עס דרינגט זיך פון די ווערטער פון רש"י און אנדערע ראשונים. אז דער חלזון איז א שנעק און נישט א פיש.
מיר וועלן דערמאנען דא אייניגע מקורות

דער ר"ן שרייבט ,(שבת קז:) דער חלזון איז א פארמאכטער קערפער (גוף אטום), אזוי ווי די שנעקן וועלכע געפינען זיך אין די מיסטן, דאס איז א גענויע צייכענונג אויף דעם מיורעקס.

דער ראב"ד (אין הקדמה צום ספר יצירה נתיב ח) שרייבט: דעם חלזון קען מען נישט פעסטשטעלן צי עס איז א פיש, צי גאר א געוואוקס, ווייל עס איז א לעבעדיגע באשעפעניש וואס באוועגט זיך, אבער זי טוישט נישט איר ארט, ווייל עס איז אנגעהאפטן אין די ערר, נאך א גענויער סימן אויף דעם מיורעקס.

דער ראבי"ה (ברכות יב) שרייבט אין נאמען פון ירושלמי: דער תכלת איז פורפיר"א וכו'. און דאס זעלבע שרייבט אויך דער מוסף הערוך. ערך פרפורא. און אזוי שרייבט אויך דער מקור חיים (צט) לבעל החות יאיר, און מיט דעם נאמען ווערט דער מיורעקס גערופן ביז צום הינטיגן טאג אין גריכנלאנד.
ווי געזאגט, שטימען די אלע סימנים פונקטליך מיטן מיורעקס, אבער עס טוט נישט אינדענטיפיצירן דעם טינט-פיש פון ראדזינער זצ"ל.

דא קומט צו נאך א וויכטגער פונקט.

חז"ל זאגן, אז עס איז דא א פארב מיטן נאמען "קלא אילן". וועלכע האט גענוי דעם זעלבן קאליר ווי דער ריכטיגער תכלת. און מען דארף אכטוננ געבן אז מען זאל נישט געשטרויכלט ווערן פון שווינדלער. וועלכע וועלן פארבן מיט קלא אילן, און זאגן אז עס איז תכלת.

אצינד אין געגנזאץ צום "תכלת" וועלכע איז פארגעסן געווארן, איז אבער דער קלא אילן קיינמאל נישט פארגעסן געווארן, און מען ווייסט ביז היינט וואס דאס איז, און איר נאמען איז "אינדיגו". און אויב אזוי איז דאך דא א מעגליכע פראבע, צו זעהן אויב דער תכלת האט דעם זעלבן קאליר ווי דער קלא אילן...

אלזא. די פראבע איז טאקע געמאכט געווארן, און עס האט זיך ארויסגעשטעלט, אז דער פארב פון מיורעקס, איז גענוי פונקטליך ווי צוויי טראפן וואסער, ווי די פארב פון קלא אילן.

די אלע בעווייזן באגרינדען די מעגליכקייט, אז דער מיורעקס זאל זיין דער חלזון. און גענומען אין בעטראכט די גאונ'ישע בירורים פון ראדזינער רבי'ן זצוק"ל, וועלכער ווייזט איבער דעם געוואלדיגן התחייבות פון אנטאן תכלת, ווי אויך זיין אויפטו, אז מען איז מחויב אנצוטאן דעם תכלת אפילו ווען עס איז נאר בלויז א ספק, און ווי בעקאנט זענען געווען גדולי ישראל אין פריערדיגן דור, וועלכע האבן פריוואט אנגעטאן א טלית פון תכלת, כדי יוצא צו זיין די טייערע מצוה, כאטש מיט א ספק. דאס אלעס עפנט א טירל פאר מהדרים במצות וועלכע האבן היינט די מעגליכקייט צו באקומען א בינטל ציצית. געפארבט מיטן קאליר פון תכלח, פאר בלויז 50$.

און עס זענען דא גרויסע מעגליכקייטן אז די תכלת זאל ווערן פיל מער צוגענגליך. היינט צו טאג, וויבאלד די א"י רעגירונג לאזט נישט פאנגען דעם מיורעקס בי זייערע ברעגן,

צוליב זארג אז וויבאלר עס איז נישטא דערפון קיין סאך, וועט דער מין אינגאנצן פארשווינדן ווערן דארט, דערפאר מוז מען עס ברענגן פון גריכנלאנד, וואו עס געפינט זיך א סאך, און עס ווערט פארקויפט אויף די וואג צום עסן. פארשטענדליך א ווי קלענער די נאכפראגע איז, איז אלץ טייערער דער אימפארט, אבער ווען די נאכפראגע וועט זיך פארגרעסערן, וועט זיך עס גיכער לוינען און די פרייז וועט זיכער רעדוצירט ווערן. עס איז נישט קיין ספק אז די פארשונגען פון ראדזינער רבי'ן זצ"ל אויף דעם געביט, און בעיקר זיינע גדלו'שע חיבורים, אין וועלכע ער ארבייט אויס אלע פרטים פון דער הלכה, מיט אלע אירע קלענסטע איינצעלהייטן, האבן געעפנט דעם וועג צו דערגרייכן די געוואלדיגע מצוה. און כאטש אין דעם פראקטישן זין, האבן שפעטערע פארשונגען געוויזן אנדערע מעגליכקייטן, לויט וועלכע דער חלזון איו נישט דער טינט פיש, וועלכע דער ראדזינער רבי זצ"ל האט אנדענטיפיצירט, נאר גאר דער מיורעקס, טוט דאס אבער גארנישט פוגע זיין בכבודו פון דעם גרויסן גאון וקדוש דער ראדזינער רבי זצ"ל, ווייל עס איז נישט קיין צווייפל, אן ווען ער וואלט אין זיין תקופה געוואוסט. די אלע שפעטערע אנטרעפונגען, וואלט ער דאס זיכער גענומען אין בעטראכט, און מען קען אננעמען אז ער וואלט אויך געקומען צו דער זעלבער מסקנא.

אוועטאר
שטרויזאק
שר חמישים ומאתים
תגובות: 492
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 10, 2008 9:24 am

תגובהדורך שטרויזאק » מאנטאג מארטש 16, 2009 1:25 am

אזא בקיאות! מיט אזא קלארקייט!

ייש"כ
איך גלייך צו בארגן געלט פון א פעססימיסט, ער ווייסט שוין אז איך גיי קיינמאל נישט באצאלן...

ביקסאד
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4030
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 25, 2008 7:00 pm
לאקאציע: נעבן סאטמאר

תגובהדורך ביקסאד » מאנטאג מארטש 16, 2009 1:33 am

דער רב פון אירלאנד איז שפעטער געווען דער רב הרשע פון פאלאסטינא און דערנאך מדינת ישמעאל,
זיין זוהן איז דער נאך געווען פרעזידענט דארט.
ועמך כולם צדיקים

אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלפים
תגובות: 28276
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

תגובהדורך קרעמער » מאנטאג מארטש 16, 2009 10:59 am

יישר כח זיידעניו, זייער א שיינע ארטיקל.

אוועטאר
סאכדעס
שר עשרים אלפים
תגובות: 20315
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 27, 2006 2:15 pm
לאקאציע: אלעמאל נאנט צו התאחדות
פארבינד זיך:

תגובהדורך סאכדעס » מאנטאג מארטש 16, 2009 9:13 pm

א שיין ארטיקל? א הערליכע לאנגע תוכן'פולע ארטיקל.

יא, דער רב האט געהייסן הרב הרצוג. וואס נאר א דאנק דעם בריוו וואס דער ראדז'ינער גבאי האט אים געשיקט, ווייסן די היינטיגע ראדז'ינער וויאזוי צו מאכן דעם תכלת. ווי באוואוסט, האבן זיי נאך די מלחמה נישט געוואוסט פונקטליך דעם וועג וויאזוי דאס צו מאכן. און עטליכע וואס זענען געגאנגען פאר די מלחמה מיט תכלת, האבן גע'טענה'ט, אז עס איז נישט די זעלבע. נאך וואס זיי האבן געפונען אין ארכיוון דעם בריוו, זענען זיי געוואויר געווארן, וואס עס פעלט.

אנדערע טענה'ן, אז היות דער ראדז'ינער איז דאך געווען א קדוש וטהור, איז אפילו די היינטיגע קוקט אויס אז עס שטימט מער מיטן מציאות. איז וויבאלד די היינטיגע קומט פון די פושעים למיניהם, און אויך איז עס דאך ווי-נישט-ווי א חידוש אין מסורה. זאל ווער עס וויל מחמיר זיין און גיין מיט א טלית של תכלת, זאל ער כאטש אנטוהן דאס וואס דער הייליגער ראדז'ינער האט באשטעטיגט אלס תכלת.

בכל אופן, זעהט מען למעשה נישט דעם ציבור גיין מיט תכלת. אויפן ווינער רב שליט"א האב איך געהערט פון אן עד ראי', אז ער גייט תכלת. קען זיין אז זיידעניו זז"ג גייט אויך, אבער איך האב דאס נאכנישט געזען.

אוועטאר
איך_הער
סעקרעטאר
תגובות: 18573
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 04, 2006 6:47 pm
לאקאציע: אין אפיס
פארבינד זיך:

תגובהדורך איך_הער » דינסטאג מארטש 17, 2009 12:15 am

א הערליך שטיקל ארבעט אראפ געלייגט, יישר כחכם.

אוועטאר
וויכטיג מאכער
שר עשרת אלפים
תגובות: 18332
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע: צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

תגובהדורך וויכטיג מאכער » דינסטאג מארטש 17, 2009 1:31 am

זיידעניו, WOW, מער פון דעם איז שווער צו זאגן... אזוי אינטעליגענט, רייך, פיל מיט וויסענשאפט.... WOW! און נאכאמאל.. WOW...
הכונו ל'מעמד אדיר איום אסיפת ה''ניקס'' לטוהר המחנה!!!

אוועטאר
יאנאש
שר שמונת אלפים
תגובות: 8286
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יוני 28, 2006 8:40 pm
לאקאציע: וואו בינעך טאקע?

תגובהדורך יאנאש » דינסטאג מארטש 17, 2009 8:05 am

WOW WOW WOW

אוועטאר
farshlufen
שר עשרת אלפים
תגובות: 18415
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

תגובהדורך farshlufen » דינסטאג מארטש 17, 2009 8:13 am

ר' זיידע, הערליך שיין אראפגעלייגט, זאגטס נאר ביטע, וואס קענט איר נישט?
סימן דלא ידע כלום, שבוחי.

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 24522
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » דינסטאג מארטש 17, 2009 9:35 am

זיידעניו,
זייער שיין צאמגענומען און הערליך אראפגעלייגט, תשוח"ח לך.

אין ירושלים האט ר' הלל משה מעשיל געלבשטיין ז"ל מחבר געווען א ספר משכנות לאביר יעקב - פתיל תכלת (ירושלים תרנ"ד) קעגן דעם ראדזינער רביס רעיון, די רבנים מעדות המזרח אין די הסכמות שרייבן גאר שטארק אז מ'זאל זיך האלטן מיט 'ציצית לבנים'.

א מאמר פון הרב שלמה אנגלראד אין אור ישראל קעגן די 'מיורעקס' געדאנק, לצד בעל התכלת זצ"ל, ער ברענגט דארט אז הגאון ר' עקיבא יוסף שלעזינגער זצ"ל איז מיטגעשטאנען מיט דעם ראדזינער רבי, און אז דער מהרש"ם מברעזאן איז געגאנגען מיט תכלת בצנעא און ער האט געלאזט צוואה אז מ'זאל אים מקבר זיין מיט א טלית שיש בו תכלת.
(תיכף דערנאך אז דא דארט א מאמר פון הרב מרדכי אברהם כ"ץ לצד המיורעקס, באמת איז פארהאן אין נאך קובצי אור ישראל)

ביקסאד
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4030
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 25, 2008 7:00 pm
לאקאציע: נעבן סאטמאר

תגובהדורך ביקסאד » דינסטאג מארטש 17, 2009 11:10 am

איז נישט ר' שלמה אנגלראד, דער היינטיגער ראדזין'ער רבי אין ב"ב.
ועמך כולם צדיקים

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 24522
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » דינסטאג מארטש 17, 2009 1:54 pm

איך האב געדענקט אז ער איז א ראדזינער אייניקל, זיין פאטער האט מחדש געווען די תכלת נאך די קריג, אבער דו זאגטס אז ער איז דער ראדזינער רבי גאר, מען ברויך נאכקוקען.

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 24522
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » דינסטאג מארטש 17, 2009 1:59 pm

ר' אברהם ישכר אנגלראד איז געווען דער ראדזינער רבי ביז צו זיין פטירה תשס"ו, ער איז געווען אן איידעם ביי ר' מרדכי יוסף אלעזר ליינער מראדזין ב"ר גרשון העניך בעל התכלת.

ביקסאד
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4030
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 25, 2008 7:00 pm
לאקאציע: נעבן סאטמאר

תגובהדורך ביקסאד » דינסטאג מארטש 17, 2009 4:04 pm

ער איז דארט געווען א איידעם בזו"ר פאר די קריג, זיינע דריי זוהן זענען פון זו"ש,
ער זעלבסט איז געווען א אייניקל פון תפארת שלמה און נאך.
ועמך כולם צדיקים

וויינשטאק
שר העשר
תגובות: 34
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מארטש 23, 2009 3:57 am

תגובהדורך וויינשטאק » מאנטאג מארטש 23, 2009 8:25 pm

א הערליכן דאנק פאר זיידי זאל זיין געזונט ביז די הונדרעט אין צוואנציג.

כ'האב היינט אנגעהויבן פייסעח'דיג מאכן, און צווישן מיין הויפן ספרים האב איך זיך אנגעשטויסן מיט 2 ספרים וואס רעדן ארום באריכות איבערן נושא פון תכלת, איך וואלט געראטן ווער עס וויל פאטשעקענען אביסל אין דעם נושא זאל זיך איינהאנדלן די 2 ספרים,

1) קובץ גליוני גינת ורדים

2)'התכלת' דורך א שרייבער אירנשטיין פון ארץ ישראל
ישראל נמשלו לגפן

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 24522
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » דינסטאג מארטש 24, 2009 9:19 am

חנטה הגפן, גפן מהקרעטשמע תסיע, לאמיר אלע מאכן א בורא פרי הגפן!

ברוך הבא הרב וויינשטאק, יהא בואכם לברכה ולהרמת קרנינו למעלה.

אוועטאר
שוועמל
שר עשרת אלפים
תגובות: 14156
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
לאקאציע: גידולו בכל מקום

תגובהדורך שוועמל » דינסטאג אוקטובער 20, 2009 11:25 pm

פון וואנעט קען מען באקומען תכלת?
עס איז מיר אריין א תשוקה דערצו.
שוש אשיש בה', תגל נפשי באלקי! (ישעיה סא)

אלד וויליאמסבורג
שר האלפיים
תגובות: 2761
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 07, 2008 8:22 am
לאקאציע: וויליאמסבורג בריק

תגובהדורך אלד וויליאמסבורג » מיטוואך אוקטובער 21, 2009 1:00 pm

ניין ניין טי עס נישט, עס שטייט פון אר"י הקדוש אז אויף פאלשע תכלת [קלא אילן] איז שורה דינים רח"ל,
ממילא אן מברר זיין די ענין לאמיתו איז א סכנה צו צירירען צי דעם.

(ראדזינער תכלת האב איך געקויפט אמאל אין לשכת הסופר אין מאנסי, איך טיע עס נישט אן מחשש טעם הנ"ל, די נייע (אפיקורסישע אפגעפרעגטע לדעתי) תכלת ווייס איך נישט ווי מען קען באקימען)

אויך דארף מען זיין געווארנט צי קויפן נאר חותם בתוך חותם ווייל דאס איז פון די סימן חבי"ת כמבואר בע"ז דף ל"ט

אוועטאר
שוועמל
שר עשרת אלפים
תגובות: 14156
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
לאקאציע: גידולו בכל מקום

תגובהדורך שוועמל » מיטוואך אוקטובער 21, 2009 1:20 pm

אלד וויליאמסבורג האט געשריבן:(ראדזינער תכלת האב איך געקויפט אמאל אין לשכת הסופר אין מאנסי, איך טיע עס נישט אן מחשש טעם הנ"ל, די נייע (אפיקורסישע אפגעפרעגטע לדעתי) תכלת ווייס איך נישט ווי מען קען באקימען)

אויך דארף מען זיין געווארנט צי קויפן נאר חותם בתוך חותם ווייל דאס איז פון די סימן חבי"ת כמבואר בע"ז דף ל"ט

זיי דיך מסביר ביטע, זייער טענה איז מיוסד אויף א גמרא.

וואס איז די סימן חבי"ת?
שוש אשיש בה', תגל נפשי באלקי! (ישעיה סא)

גבאי ביהמד
שר חמש מאות
תגובות: 687
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 11, 2009 2:33 pm

תגובהדורך גבאי ביהמד » מיטוואך אוקטובער 21, 2009 1:36 pm

צאמגעשטעלט מיט אן עקזעסטירנדען אשכול איבער 'תכלת וחלזון'.

הגבאי

אלד וויליאמסבורג
שר האלפיים
תגובות: 2761
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 07, 2008 8:22 am
לאקאציע: וויליאמסבורג בריק

תגובהדורך אלד וויליאמסבורג » מיטוואך אוקטובער 21, 2009 10:35 pm

שוועמל האט געשריבן:
אלד וויליאמסבורג האט געשריבן:אויך דארף מען זיין געווארנט צי קויפן נאר חותם בתוך חותם ווייל דאס איז פון די סימן חבי"ת כמבואר בע"ז דף ל"ט


וואס איז די סימן חבי"ת?

כבוד הרב איך האב געשריבן א מראי מקום... שוין איך ווען דיר עס מעתיק זיין פון בראילן.

תלמוד בבלי מסכת עבודה זרה דף ל"ט ע"א
אמר רב: חבי"ת אסור בחותם אחד, חמפ"ג מותר בחותם אחד; חלב, בשר, יין, תכלת - אסורין בחותם אחד; חילתית, מורייס, פת, גבינה - מותרין בחותם אחד
לעצט פאראכטן דורך אלד וויליאמסבורג אום דאנארשטאג אוקטובער 22, 2009 12:06 am, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.

אלד וויליאמסבורג
שר האלפיים
תגובות: 2761
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 07, 2008 8:22 am
לאקאציע: וויליאמסבורג בריק

תגובהדורך אלד וויליאמסבורג » מיטוואך אוקטובער 21, 2009 11:56 pm

שוועמל האט געשריבן:
אלד וויליאמסבורג האט געשריבן:(ראדזינער תכלת האב איך געקויפט אמאל אין לשכת הסופר אין מאנסי, איך טיע עס נישט אן מחשש טעם הנ"ל, די נייע (אפיקורסישע אפגעפרעגטע לדעתי) תכלת ווייס איך נישט ווי מען קען באקימען)

זיי דיך מסביר ביטע, זייער טענה איז מיוסד אויף א גמרא.


דער גבאי האט מיך אריינגעטראסקעט אין א דילעמע דא, ווייל איך האב נישט געוויסט אז דער זיידע האט אפגעשריבן אזויפיל בלעטער, און איך ציטער פון דעם הזהרו בגחלתן, איך שטיי דא מיט אינטער 200, און דער זיידע איז שוין קרוב צי 5000.

איך וועל פראבירן שרייבן וויפיל איך קען, איך בין נישט די גרויסע בקי אין די נושא, נאר לערנענדיג מס' שבת דף ע"ה איז מיר אויסגעקימען אויס צי פארשען די ענין פון תכלת, און ס'האט זיך מיר ארויסגעשטעלט צי זיין א הוילע בלאףף.

אבער קודם א הקדמה קצרה,

ס'איז דא צוויי זאכן וואס מען דארף באטראכטן דא,
1) סימני חכמינו ז"ל עם פירושי רבותינו הראשונים
2) היסטארישע און ארכעלאגישע אנטדעקונגען און ערפינדונגען

עס איז באקאנט די משל, וועגן איינער וואס האט געהאט א וואגן איבערגעפילט מיט היי, און עס האט נישט אריינגעפיט אין שטאל, האט ער געפרעגט אן עצה, האט מען אים געזאגט צי נעמען א שפאקטיוו און קיקן אויף די שטאל, און זי וועט גרעסער ווערן, איי די היי וועט אויך גרעסער ווערן, אויף דעם קיק נישט און געב שנעל א שטיף אריין די היי...
די נמשל דא איז אזוי, די גמרא האט פיל מיט סימנים אויפן חלזון און אויפן תכלת, די מיורקס שטימט נישט מיט כמעט קיין איין סימן, און די פאר וואס שטימען יא, איז נאר אויב מען געט עס שנעל א שטיפ אריין פאר רש"י באמערקט, ווייל אז נישט וועט זיין צרות...

לאמיר גיין איינס ביי איינס
העמיר אנהייבן ביי די גמרא אין מנחות דף מ"ד ע"א וואס רעדט דיירעקט צי אינז די גמרא געט סימנים וויזוי צי טרעפן דעם חלזון און דאס איז וואס שטייט ת"ר: חלזון זה 1) גופו דומה לים, 2) וברייתו דומה לדג, 3) ועולה אחד לשבעים שנה, ובדמו צובעין תכלת, לפיכך דמיו יקרים. איז רש"י מסביר גופו - מראה גופו, =אין אידיש - דאס קאליר פון חלזון איז בלוי ווי דער ים. ברייתו - תבנית דיוקנו, = אין אידיש - די געשטאלט פונעם חלזון איז ווי א פיש. ועולה - מן הארץ, = אין אידיש - אז דער חלזון קימט ארויס פון דער ערד איין מאל אין זיבעציג יאר לפיכך - שאינו עולה אלא אחת לע' שנה דמיו יקרין.

דא ברענג איך דיר בילדער פון דעם מיורקס, נישט בלוי, נישט קיין פיש, גארנישט.

ענפערן זיי אז זיי האבן אנדערע טייטשען אויף די גמרא, (איי רש"י? דריי נאר אוועק דעם שפאקטיוו), הער וואס.
Murex trunculus is covered with a sea fouling that meets the requirement that the color of the chilazon is similar to the sea.
לאמיר עס צינעמען אביסל, גופו טייטש'ט די גוף נישט די שעל וכש"כ נישט קיין סי פאולינג וואס איז נאר מחובר צום שעל צוליב ליגן לאנג אין וואסער, אויסער דעם וואס די סי פאולינג וואס זיי רעדן איז אויך נישט בלוי, נאר די גאנצע ים איז דאך פון אינטען באדעקט מיט סי פאולינג, זעהט עס דאך אויס ווי דער ים, (הגם איך און די זענען קיינמאל נישט געווען דארט אינטען אבער א סימן איז עס......)

און יעצט ברייתו דומה לדג, דא קימט שוין א גאונישע תירוץ, אז ברייתו טייטש נישט די געשטאלט ווי רש"י, נאר דאס באשאף אז דער חלזון ווערט באשאפן אזוי פיש, דורך א איי... לאך נישט, און אט דא האסטו עס כלשונם,
Its creation is like fish in that it spawns eggs like fish
פארשטייט זיך די גרויסע סימן דערפין, אז טאמער איך וועל טרעפן עפעס וואס ווערט באשאפן ווי א פיש דורך א איי, (א טשיקען למשל) קען איך שוין פארבן ציצית

און אויף ועולה א' לשבעים שנה, ענטפערן זיי בכלל נישט נאר דאס אז אין א ברייתא איז דא א גירסא לשבע שנים און מיט דעם שטימט עס אויך נישט.

איך לייג דא דריי בילדער איינס אפגעוואשן, און איינס מיט די סי פאולינג, און איינס פון דעם ווארעם אליינס.

המשך יבא
צוגעלייגטע
image019.jpg
די מיורקס ווארעם אליינס
ari_snails.jpg
נישט אפגעוואשענע מיורקס שעל
image023.jpg
אפגעוואשענע מיורקס שעל

א טענצל!
שר האלף
תגובות: 1060
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוקטובער 04, 2009 11:07 pm

תגובהדורך א טענצל! » דאנארשטאג אוקטובער 22, 2009 8:35 am

"די" מין תכלת וואס ווערט דא ארומגעשמועסט (נישט וואס הה"ק מראדזין זצ"ל האט אנטפלעקט (מחדש געווען)) האט ממציא געווען א "רב הראשי" במדינה הציונית, נישט אזוי?

אלד וויליאמסבורג
שר האלפיים
תגובות: 2761
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 07, 2008 8:22 am
לאקאציע: וויליאמסבורג בריק

תגובהדורך אלד וויליאמסבורג » דאנארשטאג אוקטובער 22, 2009 9:12 am

נישט ממש אזוי נאר אסאך שוואכער, דער רב הערצאג [זיידעניו ריפט אים אן אויבען איינער פון די רבנים אין אירלאנד, וועלכער האט אויך געהאט פיל וויסנשאפטליכע ערפארונג.] וואס איז געווען רב הראשי נאך רב קוק, האט בימי נעוריו געלערנט אין א קטוילישע קאלידש, (דארט האבן שפעטער געלערנט נאך גדולים דער ליבאוויטשער רבי ועוד) ער האט דארט שטודירט תכלת אלץ א פריוואטע אויספארשונג.

ער איז געקימען צי די החלטה נאך אלעם, אז דער מירקס קען נישט זיין דער תכלת, און ער איז אויפגעקימען מיט א אנדערע מין חלזון, וואס הייסט יאנטינא, און גלייב מיר דער יאנטינא שטימט אסאך בעסער מיט די סימני החלזון, און דאס איז וואס ער שרייבט וועגן דעם מירקס, "לאכזבתנו הנה אותו המין [= המיורקס] אינו מכוין ל"גופו דומה לים" כלל וכלל: גוון גופו הוא לבנוני, עכור, מנוקד חום וצהובי", ואם נפרש גופו דומה לים על לבושו היינו נרתיקו, הרי נרתיקו לבן-שחמומי.

די היינטיגע לצים פארריפן זיך אויף זיין נאמען, ווייל וויבאלד זיין חלזון האט מען נאך נישט באוויזן צי מאכן תכלת, וואלט ער זיכער געשטיצט די מיורקס, למעשה איז אפיר געקימען איינער שאול קפלן אין ארץ ישראל און ער האט באוויזן צי מאכן תכלת פון די יאנטינא, און ממילא גייט דאס גאנצע בנין ווי א בלאז אין וואסער אריין.

א טענצל!
שר האלף
תגובות: 1060
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוקטובער 04, 2009 11:07 pm

תגובהדורך א טענצל! » דאנארשטאג אוקטובער 22, 2009 9:40 am

עס געפונט זיך ביי מיר א ספר אויף לשה"ק (עברית) מיטן נאמען "התכלת", דער מחבר הייסט "מנחם בורשטין", די ספר איז ארויסגעקומען אין ירושלים עיה"ק תשמ"ח, מהדורא שני' איז ארויסגעקומען תש"נ (איך האב מהדורא שני'),דארט איז באריכות אויסגעשמועסט די תכלת פון ראדזין, און פון הערצאג, באגלייט מיט פיקטשער'ס. :roll:


צוריק צו “ידיעות התורה”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 7 געסט