אשכול פון היכי תמצא....

הפוך בה דכולה בה

די אחראים: אחראי, גבאי ביהמד

אוועטאר
קרעמער
שר עשרת אלפים
תגובות: 28276
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

תגובהדורך קרעמער » זונטאג אפריל 13, 2008 5:58 pm

קרעמער האט געשריבן:חידה נומער 6#

היכי תמצא אז די פאר ברכה איז בורא מיני מזונות, און די נאך ברכה "ברכת המזון" (נישט "מעין שלש")

ענטפער: ער האט אנגעהויבן עסן מיטן דעת צו עסן ווייניג פת הבא בכסנין, אבער למעשה האט ער געגעסן א שיעור וואס אנדערע וואלטן זיך קובע סעודה געווען דערויף.
(לויטן חיי אדם כלל נ"א אות י"ז איז דא נאך א תירוץ אויף די פראגע: ער עסט געהעריגע ברויט פון חמשת מיני דגן וואס איז געוואקסן אין אן עציץ שאינו נקוב. דער שדי חמד קריגט אבער דערויף).


חידה נומער 7#

היכי תמצא אז די פאר ברכה איז המוציא, און די נאך ברכה "על המחיה"

ענטפער: בדיעבד איז מען יוצא מיט א ברכת המוציא אויף פת הבא בכסנין (חיי אדם, קיצור שו"ע, כף החיים סי' קס"ח ס"ק מ"ג).
חידה נומער 8#

מען עסט געהעריגע ברויט און מען מאכט א בורא מיני מזונות (די ענטפער איז נאר לויט איין דעה, מיר פסק'ענען נישט אזוי)

ענטפער: לויטן ראב"ד ווען מען עסט ווייניגער ווי א שיעור כזית.
חידה נומער 9#

מען עסט 1 סלייס קאקאש קעיק און מען מאכט א המוציא (די ענטפער איז אויך נאר לויט א יש אומרים וואס ווערט נישט אנגענומען להלכה)

ענטפער: לויט די שיטה פון יש אומרים אז שבת איז קובע צו מאכן א המוציא אויף פת כסנין (הובא בשערי תשובה סי' קס"ח סק"ט)

אוועטאר
scy4851
שר ששת אלפים
תגובות: 6591
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 29, 2008 11:57 am
לאקאציע: אפשר קען איינער מיר זאגען וויא!

תגובהדורך scy4851 » זונטאג אפריל 13, 2008 11:06 pm

#11
וואס איז מותר פאר מיר און דערהיים אבער אסור פאר מיר ביי יענעם?
the SCY is the limit

אוועטאר
מיללער
שר עשרת אלפים
תגובות: 23707
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » מאנטאג אפריל 14, 2008 1:09 am

דבר המותר ואחרים נהגו בהן איסור.

אוועטאר
scy4851
שר ששת אלפים
תגובות: 6591
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 29, 2008 11:57 am
לאקאציע: אפשר קען איינער מיר זאגען וויא!

תגובהדורך scy4851 » מאנטאג אפריל 14, 2008 10:45 am

און אזוי פאל איז עס אסור בצנעה אויך אדער נאר בפניהם?
איך פרעג.
the SCY is the limit

אוועטאר
מיללער
שר עשרת אלפים
תגובות: 23707
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » מאנטאג אפריל 14, 2008 12:11 pm

scy4851 האט געשריבן:און אזוי פאל איז עס אסור בצנעה אויך אדער נאר בפניהם?
איך פרעג.


לויט ווי איך דענק איז עס בפניהם דוקא.

אוועטאר
scy4851
שר ששת אלפים
תגובות: 6591
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 29, 2008 11:57 am
לאקאציע: אפשר קען איינער מיר זאגען וויא!

תגובהדורך scy4851 » מאנטאג אפריל 14, 2008 12:27 pm

אויב אזוי דענמאלט מאדיפאי איך מיין חידה
וואס איז מותר פאר מיר און דערהיים אבער אסור פאר מיר ביי יענעם אפילו ווען יענער זעהט נישט
the SCY is the limit

אוועטאר
scy4851
שר ששת אלפים
תגובות: 6591
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 29, 2008 11:57 am
לאקאציע: אפשר קען איינער מיר זאגען וויא!

תגובהדורך scy4851 » מיטוואך אפריל 16, 2008 11:23 am

דער תירוץ אויף מיין חידה
א בן ארץ ישראל ביום טוב שני און חו"ל בישוב טאר נישט טוהן מלאכה אפילו בחדרי חדרים
the SCY is the limit

אוועטאר
מיללער
שר עשרת אלפים
תגובות: 23707
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » מיטוואך אפריל 16, 2008 11:39 am

scy4851 האט געשריבן:דער תירוץ אויף מיין חידה
א בן ארץ ישראל ביום טוב שני און חו"ל בישוב טאר נישט טוהן מלאכה אפילו בחדרי חדרים


איך מיין אז די בני אר"י טוען יא מלאכות בצינעא (דאכציך, אז עס זענען פארהאן בילדער אדער טעיפס פון יו"ט שני וואס בני אר"י האבן אפגעכאפט אין פארשידענע הויפן), איך פלעג זעהן אין וומ"ס די אר"י בחורים טוען מלאכות אין זייערע אכסניות.

אוועטאר
farshlufen
שר עשרת אלפים
תגובות: 17179
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

תגובהדורך farshlufen » מיטוואך אפריל 16, 2008 11:47 am

מיללער:

ס'איז קלאר אז מ'טאר נישט.
סימן דלא ידע כלום, שבוחי.

אוועטאר
scy4851
שר ששת אלפים
תגובות: 6591
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 29, 2008 11:57 am
לאקאציע: אפשר קען איינער מיר זאגען וויא!

תגובהדורך scy4851 » מיטוואך אפריל 16, 2008 11:59 am

איבער דעם האב איך געשטעלט דער חידה,
ווייל רוב מענטשען ווייסען נישט אז מען טאר נישט.
די אלע וואס טוהן יא בצנעה איז אלטס חסרון ידועה.
the SCY is the limit

אוועטאר
מיללער
שר עשרת אלפים
תגובות: 23707
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » מיטוואך אפריל 16, 2008 12:09 pm

farshlufen האט געשריבן:מיללער:

ס'איז קלאר אז מ'טאר נישט.


פונעם רבי'ן ז"ל איז דא עפעס רעקאדירט פון יו"ט שני, ניין?

קען זיין אז מ'טאר טאקע נישט, די שאלה איז צו מ'ברויך מוחה זיין אלס מוטב שיהיו שוגגין

3x0
המכונה 'טריאו'
תגובות: 9145
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יוני 28, 2006 11:29 am
לאקאציע: חבוי

תגובהדורך 3x0 » מיטוואך אפריל 16, 2008 12:18 pm

ס'ליידער דא פון יום כיפור אויך.

אוועטאר
מיללער
שר עשרת אלפים
תגובות: 23707
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » מיטוואך אפריל 16, 2008 12:21 pm

3x0 האט געשריבן:ס'ליידער דא פון יום כיפור אויך.


אמת, אבער אויף יו"ט האט מען געזאגט (אולי בשקר) אז דאס קומט פון די בני אר"י

אוועטאר
scy4851
שר ששת אלפים
תגובות: 6591
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 29, 2008 11:57 am
לאקאציע: אפשר קען איינער מיר זאגען וויא!

תגובהדורך scy4851 » מיטוואך אפריל 16, 2008 12:41 pm

דער טו"ז הלכות יו"ט סימן תצ"ו וויל מצדד זיין אז אפשר בצנעה יא אבער פון מגן אברהם זעהט אויס אז מען טאר נישט, און עס קוקט אויס אז די לעצטע אחרונים נאכען מגן אברהם נעמען אן זיין פסק.
בפרהסיא איז בשום אויפען נישט דא קיין היתר.
איך געדענק די לויה פון שאפראנער רב ז"ל איז געווען א מיטלנאכט יו"ט (אפשר אחרון של פסח) איז געווען א דיון אויב א בן א"י זאלל דרייווען דעם קאר פונעם האספיטל און באראפארק קיין וויליאמסבורג און מעהאט דענמאלטס גערעט אז דער רבי זי"ע האט נישט געלאזט און אזא פאל זיך באנוצען מיט בני ארץ ישראל, כדי עס זאלל נישט ווערען גרינג דער יום טוב שני
the SCY is the limit

אוועטאר
קרעמער
שר עשרת אלפים
תגובות: 28276
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

תגובהדורך קרעמער » מיטוואך אפריל 16, 2008 5:56 pm

ר' שמחה איר געדענקט גוט. דער שאפראנער רב זצ"ל איז נפטר געווען שביעי של פסח, און די לויה איז פארגעקומען ליל אחרון של פסח.

אוועטאר
scy4851
שר ששת אלפים
תגובות: 6591
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 29, 2008 11:57 am
לאקאציע: אפשר קען איינער מיר זאגען וויא!

תגובהדורך scy4851 » דאנארשטאג אפריל 17, 2008 3:16 pm

קרעמער האט געשריבן:ר' שמחה איר געדענקט גוט. דער שאפראנער רב זצ"ל איז נפטר געווען שביעי של פסח, און די לויה איז פארגעקומען ליל אחרון של פסח.

וועליכע יאהר?
the SCY is the limit

אוועטאר
מיללער
שר עשרת אלפים
תגובות: 23707
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » דאנארשטאג אפריל 17, 2008 3:17 pm

נישט תשכ"ח?

אוועטאר
scy4851
שר ששת אלפים
תגובות: 6591
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 29, 2008 11:57 am
לאקאציע: אפשר קען איינער מיר זאגען וויא!

תגובהדורך scy4851 » דאנארשטאג אפריל 17, 2008 4:13 pm

איך ווייס נישט. איך פרעג. אפשער באסס קרעמער ווייסט, אדער אפשר יאסעל וועט וויסען
the SCY is the limit

אוועטאר
קרעמער
שר עשרת אלפים
תגובות: 28276
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

תגובהדורך קרעמער » דאנארשטאג אפריל 17, 2008 7:12 pm

תשכ"ט

אוועטאר
scy4851
שר ששת אלפים
תגובות: 6591
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 29, 2008 11:57 am
לאקאציע: אפשר קען איינער מיר זאגען וויא!

תגובהדורך scy4851 » דינסטאג אפריל 22, 2008 10:27 am

יא. עס קומט צירוק. איך בין נאך געווען א בחור.
the SCY is the limit

אוועטאר
scy4851
שר ששת אלפים
תגובות: 6591
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 29, 2008 11:57 am
לאקאציע: אפשר קען איינער מיר זאגען וויא!

תגובהדורך scy4851 » דאנארשטאג אפריל 24, 2008 9:28 pm

חידה # 12
מען זאגט גאנץ הלל 10 טעג און איין צו

חידה # 13
7 ברכות וואס מען זאגט נאר איין מאל א יאהר
the SCY is the limit

אוועטאר
farshlufen
שר עשרת אלפים
תגובות: 17179
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

תגובהדורך farshlufen » מאנטאג אפריל 28, 2008 8:03 am

חידה #13
איינמאל אין יאר, איז דאכצעך:
נעילה יום כיפור.
על ביעור חמץ.
מער כאפ איך דערווייל נישט.
סימן דלא ידע כלום, שבוחי.

אוועטאר
scy4851
שר ששת אלפים
תגובות: 6591
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 29, 2008 11:57 am
לאקאציע: אפשר קען איינער מיר זאגען וויא!

תגובהדורך scy4851 » מאנטאג אפריל 28, 2008 10:15 am

על ביעור חמץ איז איינס.
אבער וועלכע ברכה איז נעילה?
מען רעדט פון א ברכה נישט א תפילה
the SCY is the limit

אוועטאר
farshlufen
שר עשרת אלפים
תגובות: 17179
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

תגובהדורך farshlufen » מאנטאג אפריל 28, 2008 10:25 am

ר' שמחה סארי
איך האב פארשטאנען אז די ברכות פון שמו"ע זענען אויך אינקלודעט.
סימן דלא ידע כלום, שבוחי.

אוועטאר
scy4851
שר ששת אלפים
תגובות: 6591
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 29, 2008 11:57 am
לאקאציע: אפשר קען איינער מיר זאגען וויא!

תגובהדורך scy4851 » מאנטאג אפריל 28, 2008 10:32 am

די חידה איז 'ברכות'
און אויב די האסט שוין געדענקט על ביעור חמץ האסטו שוין געדארפט געדענקען נאך א ברכה וואס מען מאכט און די צייט פון יאהר
the SCY is the limit


צוריק צו “ידיעות התורה”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 5 געסט