אשכול פון היכי תמצא....

הפוך בה דכולה בה

די אחראים: אחראי, גבאי ביהמד

אוועטאר
scy4851
שר ששת אלפים
תגובות: 6599
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 29, 2008 11:57 am
לאקאציע: אפשר קען איינער מיר זאגען וויא!

תגובהדורך scy4851 » מיטוואך אפריל 09, 2008 10:51 am

עס איז נאך געבליבען חידה # 2

איך שטעל נאך איינס וואס איך האב געהערט נאך אלטס יונגעל און חדר
און איך וויל אויך אויפמערקזאם מאכען אז דער אשכול באלאנגט נישט נאר צי מיר. אויב איינער האט א חידה, יאר וועלקאם צי מהנה זיין דעם עולם. נאר לטובת הענין זאלל מען שטעלען נומערען.

5] מען הערט קריאת התורה 5 טעג און איין צי. א יעדע טאג ליינט מען עפעס אנדערשט.
אין די גווענליכע תירוצים:
חנוכה נישט ווייל דענמאלטס ליינט מען 8 טעג נישט 5
חול המועד נישט וועגען דעם זעלבען טעם
the SCY is the limit

אוועטאר
אנדי פעטיט
שר שבעת אלפים
תגובות: 7174
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג סעפטעמבער 02, 2007 11:20 am
לאקאציע: אין די גלייזן

תגובהדורך אנדי פעטיט » מיטוואך אפריל 09, 2008 11:00 am

scy4851 האט געשריבן:5] מען הערט קריאת התורה 5 טעג און איין צי. א יעדע טאג ליינט מען עפעס אנדערשט.
אין די גווענליכע תירוצים:
חנוכה נישט ווייל דענמאלטס ליינט מען 8 טעג נישט 5
חול המועד נישט וועגען דעם זעלבען טעם


ראש השנה געפאלט דאנערשטאג און פרייטאג, זונטאג ליינט מען לתענית צום גדלי' קומט אויס אז מ'ליינט פון דאנערשטאג ביז מאנטאג.
הייב אויף דיינע הענטעלעך צום טאטע אין הימל!

אוועטאר
scy4851
שר ששת אלפים
תגובות: 6599
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 29, 2008 11:57 am
לאקאציע: אפשר קען איינער מיר זאגען וויא!

תגובהדורך scy4851 » מיטוואך אפריל 09, 2008 11:06 am

אנדי גוט.
זאג נאר, האסטו געהאט די זעלבע מלמדים אווי איך?
the SCY is the limit

אוועטאר
אנדי פעטיט
שר שבעת אלפים
תגובות: 7174
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג סעפטעמבער 02, 2007 11:20 am
לאקאציע: אין די גלייזן

תגובהדורך אנדי פעטיט » מיטוואך אפריל 09, 2008 11:17 am

scy4851 האט געשריבן:אנדי גוט.
זאג נאר, האסטו געהאט די זעלבע מלמדים אווי איך?


זעהט אויס אזוי אבער איך געדענק נישט די חידות נאר די פתרונות
הייב אויף דיינע הענטעלעך צום טאטע אין הימל!

אוועטאר
scy4851
שר ששת אלפים
תגובות: 6599
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 29, 2008 11:57 am
לאקאציע: אפשר קען איינער מיר זאגען וויא!

תגובהדורך scy4851 » מיטוואך אפריל 09, 2008 11:56 am

אנדי פעטיט האט געשריבן:
scy4851 האט געשריבן:אנדי גוט.
זאג נאר, האסטו געהאט די זעלבע מלמדים אווי איך?


זעהט אויס אזוי אבער איך געדענק נישט די חידות נאר די פתרונות

אינטערעסאנט אז די קענסט ציפאסען דעם ריכטיגען פתרון צונעם ריכטיגען חידה :lol:
the SCY is the limit

אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלפים
תגובות: 28276
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

תגובהדורך קרעמער » מיטוואך אפריל 09, 2008 2:10 pm

חידה נומער 6#

היכי תמצא אז די פאר ברכה איז בורא מיני מזונות, און די נאך ברכה "ברכת המזון" (נישט "מעין שלש")

חידה נומער 7#

היכי תמצא אז די פאר ברכה איז המוציא, און די נאך ברכה "על המחיה"

חידה נומער 8#

מען עסט געהעריגע ברויט און מען מאכט א בורא מיני מזונות (די ענטפער איז נאר לויט איין דעה, מיר פסק'ענען נישט אזוי)

חידה נומער 9#

מען עסט 1 סלייס קאקאש קעיק און מען מאכט א המוציא (די ענטפער איז אויך נאר לויט א יש אומרים וואס ווערט נישט אנגענומען להלכה)

אוועטאר
scy4851
שר ששת אלפים
תגובות: 6599
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 29, 2008 11:57 am
לאקאציע: אפשר קען איינער מיר זאגען וויא!

תגובהדורך scy4851 » מיטוואך אפריל 09, 2008 2:14 pm

חידה # 8
לויט די שיטה אז אינזערע מצות זענען פת הבאה בכיסנין
the SCY is the limit

אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלפים
תגובות: 28276
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

תגובהדורך קרעמער » מיטוואך אפריל 09, 2008 2:17 pm

איז דען דא א שיטה אז אויף אונזערע מצות מאכט מען נישט קיין המוציא אום פסח? (וואס איז טאקע פשט אז פאר פסח מאכט מען א מזונות דערויף, ווי ר' יודל ז"ל פלעגט זאגן פאר די ארבייטער אין מצה בעקעריי?)

אוועטאר
אנדי פעטיט
שר שבעת אלפים
תגובות: 7174
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג סעפטעמבער 02, 2007 11:20 am
לאקאציע: אין די גלייזן

תגובהדורך אנדי פעטיט » מיטוואך אפריל 09, 2008 2:30 pm

scy4851 האט געשריבן:חידה # 8
לויט די שיטה אז אינזערע מצות זענען פת הבאה בכיסנין


איך בין אמאל געווען ביי א סעודה ווי עס זענען געווען האלב ספרדים און האלב אשכנזים מיר האבן אלע געגעסן די זעלבע און זיי האבן געמאכט א מזונות און מיר האבן געמאכט אן המוציא אויף מצה.
הייב אויף דיינע הענטעלעך צום טאטע אין הימל!

אוועטאר
אנדי פעטיט
שר שבעת אלפים
תגובות: 7174
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג סעפטעמבער 02, 2007 11:20 am
לאקאציע: אין די גלייזן

תגובהדורך אנדי פעטיט » מיטוואך אפריל 09, 2008 2:36 pm

חידה #10

וואס איז די זאך וואס איז אסור אום חול המועד אבער מותר אום יו"ט?
הייב אויף דיינע הענטעלעך צום טאטע אין הימל!

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 23899
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » מיטוואך אפריל 09, 2008 2:40 pm

אנדי פעטיט האט געשריבן:חידה #10

וואס איז די זאך וואס איז אסור אום חול המועד אבער מותר אום יו"ט?


צו דאווענען יו"טדיגע שמו"ע ביי שחרית........

אוועטאר
אנדי פעטיט
שר שבעת אלפים
תגובות: 7174
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג סעפטעמבער 02, 2007 11:20 am
לאקאציע: אין די גלייזן

תגובהדורך אנדי פעטיט » מיטוואך אפריל 09, 2008 2:42 pm

מיללער האט געשריבן:
אנדי פעטיט האט געשריבן:חידה #10

וואס איז די זאך וואס איז אסור אום חול המועד אבער מותר אום יו"ט?


צו דאווענען יו"טדיגע שמו"ע ביי שחרית........


וואס???????????

האסט געליינט די חידה?
הייב אויף דיינע הענטעלעך צום טאטע אין הימל!

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 23899
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » מיטוואך אפריל 09, 2008 3:01 pm

מ'מעג דאווענען חוה"מ א יו"ט'דיגע שמו"ע ביי שחרית? ניין, און יו"ט, יא, שטימט?

אוועטאר
scy4851
שר ששת אלפים
תגובות: 6599
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 29, 2008 11:57 am
לאקאציע: אפשר קען איינער מיר זאגען וויא!

תגובהדורך scy4851 » מיטוואך אפריל 09, 2008 3:06 pm

קרעמער האט געשריבן:איז דען דא א שיטה אז אויף אונזערע מצות מאכט מען נישט קיין המוציא אום פסח? (וואס איז טאקע פשט אז פאר פסח מאכט מען א מזונות דערויף, ווי ר' יודל ז"ל פלעגט זאגן פאר די ארבייטער אין מצה בעקעריי?)

שולחן ערוך - אורח חיים סימן קס"ח סעיף ז'
עס איז דא פארשידענע שיטות וואס פת הבאה בכיסנין מיינט.
איין שיטה איז [דאכט זיך אז דאס איז שיטת הגאונים] אז דאס מיינט א דינע הארטע ברויט אוויא א קרעקער אדער וויא דער מחבר ריפט עס אן בישקונ"יש. [biscuits אפשר]
ביי מאנכע ספרדים, מאכט מען אויף מצה א מזונות ווייל זיי זאגען אז א מצה איז וואס דער ב"י האט געמיינט.
פסח אבער, מאכען זיי א המוציא אוף מצות. און דער טעם ווייל דענמאלטס האט עס א חשיבות און מען איז קובע סעודה דערויף

און אנדי האט שוין געברענגט א מעשה רב
the SCY is the limit

אוועטאר
אנדי פעטיט
שר שבעת אלפים
תגובות: 7174
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג סעפטעמבער 02, 2007 11:20 am
לאקאציע: אין די גלייזן

תגובהדורך אנדי פעטיט » מיטוואך אפריל 09, 2008 3:06 pm

מיללער האט געשריבן:מ'מעג דאווענען חוה"מ א יו"ט'דיגע שמו"ע ביי שחרית? ניין, און יו"ט, יא, שטימט?


אה איך האב געמיינט אז דו האסט געשריבן דאווענען וואכעדיגע שמ"ע אום יו"ט" און פארדעם האב איך נשיט פארשטאנען.

אנטשולדיגט.

עניוועי איך רעד פון א זאך וואס איז אסור כשלעצו נישט מצד אן איסור צדדית כגון ברכה לבטלב וכדו', נאר אזוי ווי אן איסור שבת נבילה וכדו'.
הייב אויף דיינע הענטעלעך צום טאטע אין הימל!

אוועטאר
scy4851
שר ששת אלפים
תגובות: 6599
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 29, 2008 11:57 am
לאקאציע: אפשר קען איינער מיר זאגען וויא!

תגובהדורך scy4851 » מיטוואך אפריל 09, 2008 3:13 pm

מע אלט שוין ביי חידה 10, 11,
דער תירוץ פאר חידה 2 איז,
scy4851 האט געשריבן:2] עס איז דא כוהנים און בית מדרש און מען געט פאר א ישראל דער ערשטע עליה און דער כהן איז עולה לוי
א בית מדרש וויא אלע זענען כוהנים נאר איינער איז א ישראל, איז דער דין אז דער ישראל קרוגט דער ערשטע עליה און די כהנים זענען עולה פון שני אהן. און דער טעם דערפון איז מפני דרכי שלום
the SCY is the limit

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 23899
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » מיטוואך אפריל 09, 2008 4:28 pm

ר' שמחה, איך האב פון די הלכה קיינמאל נישט געהערט, כשלעצמי וואלט איך געזאגט אז די ישראל זאל עולה זיין די לעצטע, פארוואס דען נישט?

(עס וואלט ראטזאם געווען צו מאכן א שטיקל ארעדנונג דא פאר עס פארפארט אינגאנצן, דאס הייסט אז יעדער מניח חידה זאל זיין אן-טאפ פון זיינע חידות אז דאס זאל נישט פארפארען פאר'ן פאררענטפערט ווערן.)

אוועטאר
אלעקסיי
שר האלפיים
תגובות: 2868
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 16, 2007 10:24 pm
לאקאציע: בערג און טאלען
פארבינד זיך:

תגובהדורך אלעקסיי » מיטוואך אפריל 09, 2008 4:32 pm

איך האב שוין יא געהערט פון די הלכה. ביי הלכות איז נישט דא קיין כשלעצמי'ס.
א געשליפן צינגל – עקלדיג, א שלעכט צינגל – א רשע.

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 23899
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » מיטוואך אפריל 09, 2008 4:35 pm

אלעקסיי האט געשריבן:איך האב שוין יא געהערט פון די הלכה. ביי הלכות איז נישט דא קיין כשלעצמי'ס.


נאכ'ן הערן די הלכה איז טאקע נישטא, אבער כשלעצמי מיינט ווען נישט וואס איך הער די הלכה, דאס איז יא דא?

אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלפים
תגובות: 28276
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

תגובהדורך קרעמער » מיטוואך אפריל 09, 2008 6:37 pm

scy4851 האט געשריבן:
קרעמער האט געשריבן:איז דען דא א שיטה אז אויף אונזערע מצות מאכט מען נישט קיין המוציא אום פסח? (וואס איז טאקע פשט אז פאר פסח מאכט מען א מזונות דערויף, ווי ר' יודל ז"ל פלעגט זאגן פאר די ארבייטער אין מצה בעקעריי?)

שולחן ערוך - אורח חיים סימן קס"ח סעיף ז'
עס איז דא פארשידענע שיטות וואס פת הבאה בכיסנין מיינט.
איין שיטה איז [דאכט זיך אז דאס איז שיטת הגאונים] אז דאס מיינט א דינע הארטע ברויט אוויא א קרעקער אדער וויא דער מחבר ריפט עס אן בישקונ"יש. [biscuits אפשר]
ביי מאנכע ספרדים, מאכט מען אויף מצה א מזונות ווייל זיי זאגען אז א מצה איז וואס דער ב"י האט געמיינט.
פסח אבער, מאכען זיי א המוציא אוף מצות. און דער טעם ווייל דענמאלטס האט עס א חשיבות און מען איז קובע סעודה דערויף

און אנדי האט שוין געברענגט א מעשה רב

יישר כח. איך האב טאקע פונקט געלערנט דעם סעיף ביי מיין טעגליכע שיעור אין כף החיים (איך האב אבער נישט צוזאמגעשטעלט אז דאס מיינט אונזערע מצות.. אזוי קוקט מען אויס ווען מען לערנט אליינס, אן קיין רבי).

אוועטאר
scy4851
שר ששת אלפים
תגובות: 6599
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 29, 2008 11:57 am
לאקאציע: אפשר קען איינער מיר זאגען וויא!

תגובהדורך scy4851 » דאנארשטאג אפריל 10, 2008 11:35 am

מיללער האט געשריבן:ר' שמחה, איך האב פון די הלכה קיינמאל נישט געהערט,

שו"ע או"ח סימן קל"ה סעיף י"ב

און וויזוי פלעגט מונקאטשער רב ז"ל זאגען
"און דער רמ"א איז זיך נישט מחולק"
the SCY is the limit

אוועטאר
scy4851
שר ששת אלפים
תגובות: 6599
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 29, 2008 11:57 am
לאקאציע: אפשר קען איינער מיר זאגען וויא!

תגובהדורך scy4851 » דאנארשטאג אפריל 10, 2008 11:46 am

קרעמער האט געשריבן:יישר כח. איך האב טאקע פונקט געלערנט דעם סעיף ביי מיין טעגליכע שיעור אין כף החיים (איך האב אבער נישט צוזאמגעשטעלט אז דאס מיינט אונזערע מצות.. אזוי קוקט מען אויס ווען מען לערנט אליינס, אן קיין רבי).

רב קרעמער,
איך בין שוין יעצט נייגעריג וואס דיין תירוץ אויפען חידה איז.
מען רעדט פון
חידה נומער 8#
מען עסט געהעריגע ברויט און מען מאכט א בורא מיני מזונות (די ענטפער איז נאר לויט איין דעה, מיר פסק'ענען נישט אזוי)
the SCY is the limit

אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלפים
תגובות: 28276
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

תגובהדורך קרעמער » דאנארשטאג אפריל 10, 2008 11:51 am

לויטן ראב"ד אויב מען עסט פחות מכזית פון פת גמור מאכט מען א מזונות. (אגב, דיין תירוץ פארענטפערט נישט דעם חידה, ווייל לויט די ספרדים איז דאך דאס נישט "געהעריגע ברויט" נאר פת כסנין)

אוועטאר
scy4851
שר ששת אלפים
תגובות: 6599
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 29, 2008 11:57 am
לאקאציע: אפשר קען איינער מיר זאגען וויא!

תגובהדורך scy4851 » דאנארשטאג אפריל 10, 2008 11:58 am

קרעמער האט געשריבן:לויטן ראב"ד אויב מען עסט פחות מכזית פון פת גמור מאכט מען א מזונות. (אגב, דיין תירוץ פארענטפערט נישט דעם חידה, ווייל לויט די ספרדים איז דאך דאס נישט "געהעריגע ברויט" נאר פת כסנין)
מען קען זאגען אז אויף אונזער ברויט מאכען זיי א מזונות
אבער ביסט גערעכט מיט דיין הערה.
the SCY is the limit

אוועטאר
אנדי פעטיט
שר שבעת אלפים
תגובות: 7174
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג סעפטעמבער 02, 2007 11:20 am
לאקאציע: אין די גלייזן

תגובהדורך אנדי פעטיט » פרייטאג אפריל 11, 2008 2:55 pm

אנדי פעטיט האט געשריבן:חידה #10

וואס איז די זאך וואס איז אסור אום חול המועד אבער מותר אום יו"ט?


אזוי ווי איך זעה אז קיינער האט נישט געענטפערט וועל איך ענטפערן.

אום חול המועד מעג א איד נישט האבן גוי'אישע ארבייטערס וואס ארבייטען פאר אים חוץ לתחום משום מראית העין היות אידן קענען עס זעהן משא"כ אין יו"ט ווען אידען קענען נישט גיין חוץ לתחום מעג מען יא.


(איך האב געהערט דער חידה פאר א 15 יאר צוריק און איך געדענק נישט די מקורות ווי אויך קען זיין אז איך לאז אויס א פרט אדער צווי.)
הייב אויף דיינע הענטעלעך צום טאטע אין הימל!


צוריק צו “ידיעות התורה”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: מי הוא זה און 10 געסט