אשכול פון היכי תמצא....

הפוך בה דכולה בה

די אחראים: אחראי, גבאי ביהמד

אוועטאר
scy4851
שר ששת אלפים
תגובות: 6608
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 29, 2008 11:57 am
לאקאציע: אפשר קען איינער מיר זאגען וויא!

תגובהדורך scy4851 » פרייטאג מאי 02, 2008 4:18 pm

עס איז געבוירען א שוועסטער אויך.
זיי זענען נישט צווילינג. זיי זענען דרילינג
the SCY is the limit

אוועטאר
איך_הער
סעקרעטאר
תגובות: 18573
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 04, 2006 6:47 pm
לאקאציע: אין אפיס
פארבינד זיך:

תגובהדורך איך_הער » פרייטאג מאי 02, 2008 4:26 pm

אט אזוי, דאס איזעס.

אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלפים
תגובות: 28276
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

תגובהדורך קרעמער » פרייטאג מאי 02, 2008 4:26 pm

ר' שמחה'ס תירוץ איז לכאורה ריכטיג

בדוחק האב איך געקלערט אז איך האב א פעטער וואס ער האט געהאט 2 קינדער אינעם זעלבן יאר, ביידע זענען אויפאיינמאל 10 יאר (אויף א קורצע וויילע) און קענען אפילו לערנען אינעם זעלבן קלאס.

אוועטאר
מאשקע
מ. ראש הקהל
תגובות: 12548
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 15, 2006 2:40 am
לאקאציע: אין די חיפוש

תגובהדורך מאשקע » פרייטאג מאי 09, 2008 3:53 pm

ווען קען אויסקומען, אום יו"ט שחל בחול (נישט אום שבת) און מ'זאל זאגן סיי רצה און סיי יעלה ויבא?
An article a day keeps the babies away

אוועטאר
שמערי בערי
ראש הקהל
תגובות: 8739
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אפריל 28, 2008 4:40 pm
לאקאציע: באַזאָטלט אינעם ראשעקאָלישן אפיס....
פארבינד זיך:

תגובהדורך שמערי בערי » פרייטאג מאי 09, 2008 3:54 pm

ביי שמו"ע זאגט מען יעדן טאג רצה......
שריי נישט אזוי הויך, מ'וועט נאך מיינען אז דו ביסט גערעכט...

אוועטאר
מאשקע
מ. ראש הקהל
תגובות: 12548
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 15, 2006 2:40 am
לאקאציע: אין די חיפוש

תגובהדורך מאשקע » פרייטאג מאי 09, 2008 6:21 pm

צוגעטראפן.
An article a day keeps the babies away

זיידעניו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4376
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג פאברואר 01, 2008 12:51 pm

תגובהדורך זיידעניו » זונטאג מאי 11, 2008 12:27 am

וועלכע מצוה קען מען נאר מאכן א מיטוואך אדער דאנערשטאג?

זיידעניו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4376
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג פאברואר 01, 2008 12:51 pm

תגובהדורך זיידעניו » זונטאג מאי 11, 2008 12:37 am

תירץ אויף חידה 13)

אין ארץ ישראל
1 על אכילת מצה
2 על אכילת מרור
3 אשר גאלנו ביים סדר
4 די מיטעלסטע ברכה פון מוסף פסח
5 די מיטעלסטע ברכה פון מוסף שבועות
6 די מיטעלסטע ברכה פון מוסף סוכות
7 די מיטעלסטע ברכה פון מוסף שמיני עצרת

אוועטאר
farshlufen
שר עשרת אלפים
תגובות: 17775
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

תגובהדורך farshlufen » זונטאג מאי 11, 2008 10:48 am

ר' זיידע, ר' שמחה האט שוין פריער אלעס פארענטפערט,

לפי שיטתך אז דו רעכנסט תפלות אויך, איז נאך תנא ושייר.
סימן דלא ידע כלום, שבוחי.

אוועטאר
scy4851
שר ששת אלפים
תגובות: 6608
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 29, 2008 11:57 am
לאקאציע: אפשר קען איינער מיר זאגען וויא!

תגובהדורך scy4851 » זונטאג מאי 11, 2008 1:17 pm

זיידעניו האט געשריבן:וועלכע מצוה קען מען נאר מאכן א מיטוואך אדער דאנערשטאג?
עירוב תבשילין
the SCY is the limit

אוועטאר
scy4851
שר ששת אלפים
תגובות: 6608
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 29, 2008 11:57 am
לאקאציע: אפשר קען איינער מיר זאגען וויא!

תגובהדורך scy4851 » זונטאג מאי 11, 2008 5:28 pm

וועלכע מצוה איז בעסער אז מען איז מקיים דורך א שליח וויא איידער אליינס?
(לויט דעם חת"ם סופר)
the SCY is the limit

זיידעניו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4376
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג פאברואר 01, 2008 12:51 pm

תגובהדורך זיידעניו » זונטאג מאי 11, 2008 7:17 pm

scy4851 האט געשריבן:
זיידעניו האט געשריבן:וועלכע מצוה קען מען נאר מאכן א מיטוואך אדער דאנערשטאג?
עירוב תבשילין


יא געטראפן

און וועלכע מצוה קען מען נאר מקיים זיין מיטוואך ?

זיידעניו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4376
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג פאברואר 01, 2008 12:51 pm

תגובהדורך זיידעניו » זונטאג מאי 11, 2008 7:18 pm

scy4851 האט געשריבן:וועלכע מצוה איז בעסער אז מען איז מקיים דורך א שליח וויא איידער אליינס?
(לויט דעם חת"ם סופר)


משלוח מנות

אוועטאר
scy4851
שר ששת אלפים
תגובות: 6608
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 29, 2008 11:57 am
לאקאציע: אפשר קען איינער מיר זאגען וויא!

תגובהדורך scy4851 » זונטאג מאי 11, 2008 7:26 pm

משלוח מנות איז לויט יעדען.
איך פרעג לויטן חת"ם סופר
the SCY is the limit

זיידעניו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4376
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג פאברואר 01, 2008 12:51 pm

תגובהדורך זיידעניו » מאנטאג מאי 12, 2008 3:14 pm

תקיעת שופר? מקרא מגילה?

באיזה אופן ווי זוי איז ער מסביר די חז"ל פון מצוה בו יותר מבשלוחו?

אוועטאר
scy4851
שר ששת אלפים
תגובות: 6608
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 29, 2008 11:57 am
לאקאציע: אפשר קען איינער מיר זאגען וויא!

תגובהדורך scy4851 » מאנטאג מאי 12, 2008 3:27 pm

און אמתן עס קען זיין די אלע וואס די דערמאנסט דא.
ער זאגט עס לגבי מילה.
און די תשובות חלק או"ח סימן קנ"ט זאגט ער אז וויבאלד די גמרא זאגט גדול העונה אמן יותר מן המברך, און עס איז אויך דא דער כלל פון שליחו של אדם כמותו, קומט אויס אז ווען איינער איז אליינס מלה זיין קינד, האט ער די מצוה פון מילה מיט די ברכה וואס ער האט געמאכט דערויף,
אבער ווען ער שטעלט א שליח, האט ער די מצוה אלס שליחו של אדם כמותו, און ער האט דעם אמן וואס ער האט גענטפערט אויפען ברכה וואס דער שליח האט געמאכט, וואס דאס איז מער פון די ברכה וואס ער וואלט אליינס געמאכט.
ער זאגט אז עס איז א חידוש.
the SCY is the limit

אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלפים
תגובות: 28276
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

תגובהדורך קרעמער » מאנטאג מאי 12, 2008 3:54 pm

זיידעניו האט געשריבן:
און וועלכע מצוה קען מען נאר מקיים זיין מיטוואך ?


קידוש החמה (איז דאס א מצוה? וועלכע מצוה?)

זיידעניו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4376
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג פאברואר 01, 2008 12:51 pm

תגובהדורך זיידעניו » מאנטאג מאי 12, 2008 8:34 pm

יא

מצוה מדרבנן

זיידעניו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4376
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג פאברואר 01, 2008 12:51 pm

תגובהדורך זיידעניו » מאנטאג מאי 12, 2008 8:35 pm

ווען קען זיין אז מען זאל 11 טאג איינס נאך די צווייטע יעדען טאג גריסן עפעס אנדערש חוץ יעדע דריטע טאג קען מען גריסן וואס מען האט געגריסט דריי טעג צוריק?

אוועטאר
scy4851
שר ששת אלפים
תגובות: 6608
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 29, 2008 11:57 am
לאקאציע: אפשר קען איינער מיר זאגען וויא!

תגובהדורך scy4851 » מיטוואך מאי 14, 2008 12:09 am

עפעס מיט גריסען שלום עליכם יעדע דריטע טאג, מיט יו"ט, מיט שבת, מיט מזל טוב
נו..לאמיר שוין הערען.
the SCY is the limit

זיידעניו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4376
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג פאברואר 01, 2008 12:51 pm

תגובהדורך זיידעניו » מיטוואך מאי 14, 2008 12:36 am

אקעי וועל איך אויסזאגן

ווען ר"ה געפאלט דינסטאג און מיר הייבן אן צו רעכענן פון דאנערשטאג פון פריער

דאנערשטאג - אגוטע נאכט
פרייטאג - גוט שבת
שבת - גוט וואך
זינטאג - גוטע נאכט
מאנטאג - לשנה טובה
דינסטאג - גוט יו"ט
מיטוואך - א גוט יאר
דאנערשטאג - גוט נאכט
פרייטאג - גוט שבת
שבת - גוט וואך
זינטאג - גוטע נאכט

אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלפים
תגובות: 28276
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

תגובהדורך קרעמער » מיטוואך מאי 14, 2008 12:58 am

עס געדענקט זיך נאך ווען עס איז אזוי אויסגעפאלן ר"ה שנת תשס"ו און מען איז געווען פארנומען אין קרעטשמע אז מען קען לאזן די טישטוך אויפן טיש פון ערב שבת פאר סליחות ביז נאך שבת בראשית. אויך האט מען זיך דאן געוויצלט אז יעדע טאג אדער קאכט מען פיש אדער עסט מען דאס (היי יאר קומט אויך אזאנס, הכונו).

זיידעניו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4376
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג פאברואר 01, 2008 12:51 pm

תגובהדורך זיידעניו » מיטוואך מאי 14, 2008 11:03 am

ווי קען זיין א מאכל וואס איז אמאל כשר און אמאל טריפה אמאל פארעווע און אמאל פליישיג? און עס איז נישט אויסגעמישט מיט קיין שום אנדערע עסן

אוועטאר
scy4851
שר ששת אלפים
תגובות: 6608
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 29, 2008 11:57 am
לאקאציע: אפשר קען איינער מיר זאגען וויא!

תגובהדורך scy4851 » מאנטאג מאי 19, 2008 11:48 am

אמאל כשר און אמאל טריפה קען זיין כרדלי דחזירי.
ווען יודען זענען אריין און א"י, וואס מעהאט געטראפען איז געווען כשר.

נאך אן אופן קען אפשר זיין, עסען וואס איז איבערגעבליבען פון פאר מתן תורה.

נו, זייעניו, זאג דעם תירוץ.
the SCY is the limit

אוועטאר
יאנאש
שר שמונת אלפים
תגובות: 8286
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יוני 28, 2006 8:40 pm
לאקאציע: וואו בינעך טאקע?

תגובהדורך יאנאש » מאנטאג מאי 19, 2008 12:46 pm

א נישט גע'ענדיגטע ביצה.


צוריק צו “ידיעות התורה”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 8 געסט