תפילין אין א קאר

הפוך בה דכולה בה

די אחראים: אחראי, גבאי ביהמד

חוח בין השושנים
שר מאה
תגובות: 154
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 19, 2019 12:30 pm

תפילין אין א קאר

תגובהדורך חוח בין השושנים » פרייטאג יולי 12, 2019 5:21 pm

כ'האב שוין מערערע מאל געהערט פון סופרים / בודקי תפילין ומזוזות, אז איבערלאזן תפילין אין די היצן פון א פארמאכטע קאר, איז געפערליך פאר די תפילין.
הער איך היינט פון איינעם אז זיין תפילין איז געבליבן 4-5 שעות אין א קאר ווען אינדרויסן איז געווען קרוב צו 90 דעגרי. ווען ער האט עס דארט געטראפן איז די פלעסטיק געווען זייער הייס אין ווייך.
כ'פארשטיי אז די תפילין אליין זענען נישט צוגעקומען צו אזא עקסטרעמע היץ, זייענדיג אביסל באשיצט ווי נישט ווי.
דארף ער בודק זיין די תפילין?
נישט יעדער וואס דרייווט איין מפ"ש שטייטער פון מיר, איז א גולם. נישט יעדער וואס דרייווט איין מפ"ש שנעלער פון מיר, איז א חיה רעה. נישט יעדער וואס האלט אנדערש פון מיר, איז אומגערעכט.

שם התלמוד
שר מאה
תגובות: 141
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג נובעמבער 29, 2012 3:52 pm

תגובהדורך שם התלמוד » פרייטאג יולי 12, 2019 5:31 pm

איך בין נישט קיין פוסק
אבער אזוי ווי בדידי הוה עובדא אז מיין טו״ת זענען געווען און קאר און גאר א היידי טאג (איך מיין הייסער ווי ניינציג) פאר 5-6 שעה
איך האב עס געגעבן בודק זיין אין עס איז ב׳ה אלעס גוט געווען

עפל קאמפאוט
שר חמישים ומאתים
תגובות: 413
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 17, 2009 12:24 pm

תגובהדורך עפל קאמפאוט » פרייטאג יולי 12, 2019 5:50 pm

מען דארף דערויף פרעגן ענדערש א סופר מומחה ווי א פוסק, היות דאס איז א דבר התלוי במציאות.

ישראל חיים
שר העשר
תגובות: 10
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 30, 2019 12:08 pm

תגובהדורך ישראל חיים » פרייטאג יולי 12, 2019 6:24 pm

אמאל געהערט אן עצה מ'זאל נעמען א שטיקל פארמעט מיט אפאר ווערטער דערויף און עס אריינלייגן אינעם טלית בייטל, ווען יענץ וועט קאליע ווערן איז א סימן אז די תפילין דארף מען בודק זיין. (קען זיין אז די פרשיות אין די בתים ווערט סאך מער הייס ווייל ס'איז מער פארמאכט איז אפשר נישט אזא גוטע עצה)

אוועטאר
נאטורליך
שר חמש מאות
תגובות: 946
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 04, 2006 3:15 pm
פארבינד זיך:

תגובהדורך נאטורליך » פרייטאג יולי 12, 2019 7:25 pm

מיר פלעגן דאס האלטן אין די קאר יארן לאנג אינטער די גרעסטע היצן און די לעצטע בדיקה איז געווען עצהיו"ט, ולמיחש מיהו בעי

אוועטאר
כא כא כא
שר האלף
תגובות: 1082
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 31, 2017 5:28 pm

תגובהדורך כא כא כא » מוצ"ש יולי 13, 2019 10:24 pm

טאקע א גוטע עצה עס נישט צו האלטן אין די פלעסטיק וואס מאכט די היץ סאך שטערקער
האסטו שוין אמאל געהערט ווי די רויבערס צילאכן זיך...
לאך פון די וועלט
קח''א קארדינעיטאר

אוועטאר
משה צימערינג
שר חמש מאות
תגובות: 600
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך ינואר 28, 2015 9:48 am
לאקאציע: בבית חיינו זו 770

תגובהדורך משה צימערינג » מוצ"ש יולי 13, 2019 11:55 pm

אפשר א גוטע עצה צו לייגן אין א אייז באקס
יחי המלך

shalsheles
שר חמש מאות
תגובות: 585
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 22, 2009 9:52 pm

תגובהדורך shalsheles » זונטאג יולי 14, 2019 1:08 am

משה צימערינג האט געשריבן:אפשר א גוטע עצה צו לייגן אין א אייז באקס

לעצטנס געזען איינעם ביים דאווענען מיט אזא אינסולעטעד זעקל, געזאגט ער האט עס געקויפט ביי וואלמארט.

אוועטאר
משה צימערינג
שר חמש מאות
תגובות: 600
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך ינואר 28, 2015 9:48 am
לאקאציע: בבית חיינו זו 770

תגובהדורך משה צימערינג » זונטאג יולי 14, 2019 11:26 am

ברויך מיר איבער געבן פאר נר מצוה
זאל כאטשיג א יוד מאכן (דאפעלט) געלט דערויף
יחי המלך

נישטאמת
שר חמישים
תגובות: 78
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מארטש 28, 2016 4:47 pm

תגובהדורך נישטאמת » מאנטאג יולי 15, 2019 10:28 am

נאטורליך האט געשריבן:מיר פלעגן דאס האלטן אין די קאר יארן לאנג אינטער די גרעסטע היצן און די לעצטע בדיקה איז געווען עצהיו"ט, ולמיחש מיהו בעי


די שאלה איז צו די סופר האט דיר געזאגט דעם אמת. געהערט אמאל אז סופרים זאגן נישט נאך א בדיקה אויב די תפילין האט געהאט א פסול כדי נישט צו צברעכן יענעם אז ער האט נישט געלייגט כשרע תפילין

חוח בין השושנים
שר מאה
תגובות: 154
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 19, 2019 12:30 pm

תגובהדורך חוח בין השושנים » מאנטאג יולי 15, 2019 10:35 am

נישטאמת האט געשריבן:
נאטורליך האט געשריבן:מיר פלעגן דאס האלטן אין די קאר יארן לאנג אינטער די גרעסטע היצן און די לעצטע בדיקה איז געווען עצהיו"ט, ולמיחש מיהו בעי


די שאלה איז צו די סופר האט דיר געזאגט דעם אמת. געהערט אמאל אז סופרים זאגן נישט נאך א בדיקה אויב די תפילין האט געהאט א פסול כדי נישט צו צברעכן יענעם אז ער האט נישט געלייגט כשרע תפילין

אפשר רעדסטו פון אזעלכע פסולים וואס דער סופר מעג הלכה'דיג פאררעכטן.
נישט אלע, ווייט נישט אלע, פסולים קענען פארראכטן ווערן ביי תפילין ומזוזות כידוע.
אויב איז עס א פסול וואס דער סופר קען נישט פאררעכטן, מוז ער יענעם פארציילן, כדי ער זאל באצאלן פאר נייע פרשיות.

כ'ווייס יא אז טייל סופרים זענען מודיע בצער רב פאר יענעם אז זיין תפילין אז פסול "פון יעצט און ווייטער", אבער "ביז יעצט האט עס געהאט א חזקה פון כשרות ממילא איז עס נישט געווען פסול ביז יעצט". עס איז על סמך די ווערטער פונעם בוטשאטשער רב. ושמעתי אז הרב וואזנער זצ"ל פלעגט אזוי זאגן פאר צעבראכענע מענטשן וואס זענען געוואויר געווארן אז זייער תפילין איז פסול.
ביטע מיר פאררעכטן אויב האב איך נישט מדייק געווען.
נישט יעדער וואס דרייווט איין מפ"ש שטייטער פון מיר, איז א גולם. נישט יעדער וואס דרייווט איין מפ"ש שנעלער פון מיר, איז א חיה רעה. נישט יעדער וואס האלט אנדערש פון מיר, איז אומגערעכט.


צוריק צו “ידיעות התורה”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 7 געסט