פרעס על טהרת הקודש

הפוך בה דכולה בה

די אחראים: אחראי, גבאי ביהמד

שמו
שר האלפיים
תגובות: 2784
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוקטובער 31, 2011 12:38 pm

תגובהדורך שמו » מאנטאג מארטש 05, 2018 3:05 pm

אפשר קען איינער מצטט זיין, דברי הערבי נחל
כשמ"ו כן הוא

יהיה כן
שר תשעת אלפים
תגובות: 9196
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 03, 2009 2:25 pm

תגובהדורך יהיה כן » מאנטאג מארטש 05, 2018 3:08 pm

שמו האט געשריבן:אפשר קען איינער מצטט זיין, דברי הערבי נחל

עס איז בלעטער לאנג, אז דו ביזט אן ערליכער איד לערנסט עס אדורך יעדעס יאר, דברים נוראים

מי יודע
שר ששת אלפים
תגובות: 6312
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 31, 2009 4:35 pm

תגובהדורך מי יודע » מאנטאג מארטש 05, 2018 3:10 pm

יהיה כן האט געשריבן:
שמו האט געשריבן:אפשר קען איינער מצטט זיין, דברי הערבי נחל

עס איז בלעטער לאנג, אז דו ביזט אן ערליכער איד לערנסט עס אדורך יעדעס יאר, דברים נוראים

שטייט נישט די זעלבע געדאנק אין דרך פקודיך אביזרייהו דלא תרצח
אידעלע זיי פרייליך, שטארק דיך שטארק דיך אצינד, ווייל דו ביסט דאך א בן מלך, דעם באשעפער'ס קינד.

אוועטאר
farshlufen
שר עשרים אלפים
תגובות: 21719
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

תגובהדורך farshlufen » מאנטאג מארטש 05, 2018 3:20 pm

יא יא, די פרעסע על טהרת הקודש..
סימן דלא ידע כלום, שבוחי.

SPUSMN
שר עשרת אלפים
תגובות: 12854
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 06, 2011 11:01 am
לאקאציע: בתוך עמי אנכי ישבת

תגובהדורך SPUSMN » מאנטאג מארטש 05, 2018 3:34 pm

farshlufen האט געשריבן:יא יא, די פרעסע על טהרת הקודש..

;l;p-
האסט א קאפ אויף די פלייצע.
עת לחשות ועת לדבר - קהלת ג ז

געדענקסט נאך
שר מאה
תגובות: 204
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אפריל 25, 2017 3:02 pm

תגובהדורך געדענקסט נאך » מאנטאג מארטש 05, 2018 3:38 pm

רחש לבי האט געשריבן:גאר שטארקע אויפריכטיגע דיבורים פון הרב האלצער.

מה אנו האט געשריבן:אמת ויציב, ר׳ הירצקא
און נישט נאר ביי נסיעות, זעלבע איז ביי שבתון״ס, סיומי מסכת (אין די ניין טעג אויף א שיף שטייטצעך), צדקה events, וכו׳ וכו׳ יעדער קומט אויף מיט פרישע הגשמות אונטער א רוחנית׳דיגע פאטשיילע,

וה"ה, דאס פארן "לערנען" אין האטעל'ן.

הייליג גערעכט !!
.

שואלכענין
שר האלף
תגובות: 1094
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 13, 2012 2:04 pm

תגובהדורך שואלכענין » מאנטאג מארטש 05, 2018 3:42 pm

לגבי פארן מיט באקוועמליכקייט, איז אויך אמת. די נסיעות פלעגן זיין אן ערנסטע אפקומעניש, און כדי צו קענען מכווין זיין ביים תהלים זאגן, פעלט זיך באמת אויס א קלארן קאפ און אויסגערוהטן גוף. דאס איז קיין פראגע.

דעריבער, איז טאקע צום באגריסן די קבוצות וועלכע פארן מיט באקוועמע באסעס, נעכטיגן אין נארמאלע (מוז נישט זיין 5 סטאר) האטעלן, און גייען נישט צו צופיל ציונים, כדי נישט צו באלמיטשען מיט צופיל טירחות.

עס איז אבער דא א ריזיגע חילוק צווישן צושטעלן באקוועמע נסיעות, און צושטעלן שוואוילטאגן למיניהם, וכל זה ברור ופשוט, ביטע נישט פארדרייען דעם שמועס מיט דעם.

וויל זיין גוט
שר חמש מאות
תגובות: 756
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אפריל 17, 2016 3:40 pm

תגובהדורך וויל זיין גוט » מאנטאג מארטש 05, 2018 3:46 pm

דניאל אויערבאך האט געשריבן:אן אריינגיין אין די עצם געדאנק וואס איך האלט אז דער בעל דרשן איז הייליג גערעכט, האב איך 2 הערות,
2] ער טענה'ט אז אסאך פראבלעמען (כמו טעכנאלאגיע) קומען אדאנק די מגושמ'דיגע לעבנס שטייגער, אבער מען קען זאגען א סברא אויף פארקערט און מען קען דן זיין לכף זכות אז אנשטאט זיך שלאגן מיט די כוחות הרע פון די היינטיגע גויאישע שמיציגע וועלט קען מען מאכען "קאשער ענטערטעימענט" און גיין צו היימישע פארטיס און מקומות הקדשוים און זיך דארט ענזשויען, יעדער טאטע וואלט געקענט באשטיין אז זיין בחור זאל ענדערש ליגן אין גוטע פיצע אין די 9 טעג ווי איידער אין טעכנאלאגישע כלים וד"ל, זיכער איז בעסער ווען דער בחור וויל גארנישט נאר תורה 24-7 אבער דאס ווערט ליידער אלץ ווייניגער, ממילא איז די גאנצע פענאמען א בחי' פון בוחר רע במיעוטו. דאס איז נאר בדרך אפשר.

איך האב הנאה אז איר שרייבט עס נאר בדרך אפשר און נאר אלס א כף זכות, ווייל באמת די דעת פון די הייליגע תורה איז, אז מ'דארף זיך מרחק זיין פון גשמיות מער און מער, כדי נישט אנצוקומען צו איסורים, קדושים תהיו - מיינט דאך דער געדאנק, און דאס איז קלאר אין אלע ספרי מוסר, אז וואס מער א מענטש געבט זיך נאך אין גשמיות דארף ער מער און מער און ווערט דארט איינגעזינקען פארלירנדיג א יעדעס ביסל רוחניות'דיגע רצונות און שאיפות.

און דאס איז טאקע פונקט פארקערט פון די היינטיגע מיינונגען, אז ווען מ'באגרעניצט א מענטש פלאצט ער אויס אויף אנדערע ענינים, ספעציעל טענה'ען עס די אויסוואורפן פון כלל ישראל.
ער איז אזוי 'ביזי' אין זיין ביזנעס, אז ער האט נישט קיין צייט צו מאכן געלט

וויל זיין גוט
שר חמש מאות
תגובות: 756
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אפריל 17, 2016 3:40 pm

תגובהדורך וויל זיין גוט » מאנטאג מארטש 05, 2018 4:14 pm

קאזאבלאנקא האט געשריבן:
שואלכענין האט געשריבן:כשר גערעכט.

עס האט איינער אמאל ארויסגעברענגט, אז ווען אן ערוואקסענער ערנסטער מענטש פארט צו די מקומות הקדושים, וועט אים נישט איינפאלן מיטצונעמען א קעמערע.

ואידך פירושא זיל גמור.


פון ווען ווערט מען אנגערופן ערוואקסן לענין זה?

ווען ענדיגט זיך די שנה ראשונה? נישט דוקא ווען ס'גייט אריבער א יאר פון די חתונה!
ווען ווערט מען אויס בחור? נישט דוקא ווען מ'זאגט הרי את מקודשת לי!
ווען ווערט מען א בחור? נישט דוקא ווען מ'לייגט ארויף דעם היט אויפן קאפ!
ווען ווערט מען א טאטע? נישט דוקא ווען ס'ווערט געבוירן א קינד!
ווען ווערט מען א זיידע? נישט דוקא ווען מ'האלט שוין אן אייניקל אין די הענט!
דאס איז ביי א יעדן אנדערש
ער איז אזוי 'ביזי' אין זיין ביזנעס, אז ער האט נישט קיין צייט צו מאכן געלט

שמו
שר האלפיים
תגובות: 2784
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוקטובער 31, 2011 12:38 pm

תגובהדורך שמו » מאנטאג מארטש 05, 2018 4:32 pm

שואלכענין האט געשריבן:דעריבער, איז טאקע צום באגריסן די קבוצות וועלכע פארן מיט באקוועמע באסעס, נעכטיגן אין נארמאלע (מוז נישט זיין 5 סטאר) האטעלן, און גייען נישט צו צופיל ציונים, כדי נישט צו באלמיטשען מיט צופיל טירחות.

קיינער איז נישט חלילה קעגן דאס פארן ווי א מענטש, און שלאפן ביינאכט רואיג אויף א גוטע בעט, אדער עסן גוטע נארהאפטיגע מאלצייטן

נאר נעמען דאס פרעס על טהרת הקודש, קומזיצן מיט ווייס איך וואס, און אלעס על טהרת הפרעס, קעגן דעם רעדט מען.

וההבדל פשוט.
כשמ"ו כן הוא

SPUSMN
שר עשרת אלפים
תגובות: 12854
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 06, 2011 11:01 am
לאקאציע: בתוך עמי אנכי ישבת

תגובהדורך SPUSMN » מאנטאג מארטש 05, 2018 4:35 pm

ריכטיג

די רעקלאמעס זענען שוין אוט אוו הענד

אויסטערליש פארגויאישט.
עת לחשות ועת לדבר - קהלת ג ז

קלוגער
שר האלף
תגובות: 1046
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 09, 2016 12:56 pm

תגובהדורך קלוגער » מאנטאג מארטש 05, 2018 4:51 pm

צו קלאר מאכען, מ'מעג צושטעלען פאר די אפגעמיטשעטע יודען וואס זענען אינטערוועגס א לאנגע צייט, מיט נישט צופיהל צייט צום שלאפען, מעג מען צושטעלען שיין און באקוועמט, די פראבלעמען ווערט ווען מ'אדווערטייזט קומזיצען מיט זינגערס [קונצערט בלע"ז], און גראבע פרעסעריי, דארטען גייט עס שוין ארויס פון אלע גרענעצין, ס'עקעלט,

דאס קומט פון די קומזיצען דורעך די יאר וואס איז ארויס פון אלע גרענעצין, א יונגערמאן מיט אפאר טאלער קאלט אהן זיין חבר, זאג נאר, דו האסט אפשר עפעס א גוטער צדקה צוועק? איך פלאן צו מאכען נעקסטע וואך א זומער קומזיץ אין מיין בעקיארד, איך האב שוין דובי אייזען מיט די קלארענעט און גדי בענדער מיט די גיטאר צו שפילען, און בערי שפילבערגער מיט זיינע קאטשקעלעך צו זינגען, ברוס קעיטערינג גייט אהערשטעלען א גריל אזאנס און אזעלעכעס, מיט א באפעי פון טשייניז פאד, די וויין קעלער גרייט מיר צו אזעלעכע ווהיסקיס וואס'יז שוין נישט געוועהן פון אחשורוש'ס סעודה, ך'מוז אבער האבען א צוועק דערפאר.........

נאר א משל

אוועטאר
קלאָצקאָפּ
שר האלפיים
תגובות: 2530
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 25, 2017 9:24 pm

תגובהדורך קלאָצקאָפּ » מאנטאג מארטש 05, 2018 5:02 pm

בראשית ברא האט געשריבן:דאס אז ר' הירצקאס ווערטער זענען אמת איז דאך פשוט. ס'גיבט אבער חיזוק אז מ'זעט נאך אידן וואס קרעכצן, אז ס'איז נאך דא צו וועם צו רעדן.

כן דברת!
קריך נישט צו הויך, ווייל אויב דו וועסט חלילה פאלן וועט דיין קלאפ זיין פיל שטארקער!

מיין אבזערוואציע ווינקל

אוועטאר
סארקאזי
שר חמש מאות
תגובות: 965
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג פאברואר 08, 2016 8:49 pm

תגובהדורך סארקאזי » מאנטאג מארטש 05, 2018 5:06 pm

אזוי ווי איך ענדיג ליינען דעם אשכול (וואס אגב הרב האלצער ברענגט זייער גיט ארויס דעם אמעריקאנעם פראבלעם פון אוכלין ושותין כדוב ומסורבלין בשר כדוב)
קוק איך מיינע אימעילס זעה איך אן עדווערטייזמענט פון א היימישע האטעל, וואס לאדנט דעם עולם אויף ''פייסעך''
הערליכע בילדער פון גארמעי פוד, מיט אלע סארט אונטערטיעמענט,
מוואלט אפשר געדארפט ווידמען דעם אשכול, ארויפצולייגען אזעלכע עדווערטייזמענטס אלץ ליצנותא דעבודה זרה
(איך ווייס נישט ווי אזוי מען לייגט ארויף)
נישט יעדער פארשטייט סארקאזים
אבער סארקאזי פארשטייט יעדעם איינעם
(חוץ איינער וואס טראכט אנדערש ווי מיר)

יהיה כן
שר תשעת אלפים
תגובות: 9196
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 03, 2009 2:25 pm

תגובהדורך יהיה כן » מאנטאג מארטש 05, 2018 5:19 pm

די אלע משוגעת'ן האבן זיך אנגעהויבן ביי די מאדערנע אנגלא-היברוי פרעסע, און האט זיך אריבער געכאפט בתוכינו, ציביסלעך איז מען עס מתרגם אויף היימישן אידיש, דורך אונזערע היימישע מארקעטערס...

סטראפקאוו
שר חמישים
תגובות: 74
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג פאברואר 13, 2017 3:04 pm

תגובהדורך סטראפקאוו » מאנטאג מארטש 05, 2018 5:53 pm

מ'שטייט דאך נאך אין שאטן פון די ימי הפורים, האמיר געהערט א געוואלדיגע נקודה דעם פארגאנגענעם פורים, וואס איז געווען די חטא פון די אידן שנהנו מסעודה של אותו רשע, ס'איז דאך געווען אלעס כשרע עסן וכדו', אולי קען מען זאגן, די חטא איז געווען, ס'איז געווען אזא event, ווען א גוי מאכט א סעודה מאכט ער עס ווי א גוי, פינקע אין גרינע לייטס וואס בלינקען, טונקעל אין מ'זינגט, קאנצערטן, מ'פרעסט אין מ'שיכור'ט וכו' וכו', א שטיק גשם ! נהנו איז פשט די האבן הנאה געהאט פונעם געדאנק און האבן דאס נאכגעטון אין אויך געמאכט, זייערע מסיבות זענען געווארן events, אידישע שמחות האט אויסגעזען ווי אחשורוש סעודה מיט טונקעלע לעקטער ניגוני דביקות וואס קומען פונעם מקור הטומאה, קאנצערטן, קוםזיצען, וכו' וכו', דאס איז געווען דער חטא

metsboy
שר מאה
תגובות: 175
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג מארטש 16, 2007 3:34 am

תגובהדורך metsboy » מאנטאג מארטש 05, 2018 7:24 pm

די עיקר איז, אויף יעדע זאך דארף מען מוחה זיין. ;l;p-

פאראויס
שר חמש מאות
תגובות: 830
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוקטובער 01, 2015 8:56 pm

תגובהדורך פאראויס » מאנטאג מארטש 05, 2018 8:21 pm

metsboy האט געשריבן:די עיקר איז, אויף יעדע זאך דארף מען מוחה זיין. ;l;p-

You're cool now?

איסר האטלקי
שר האלפיים
תגובות: 2243
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג יולי 15, 2016 12:37 am
לאקאציע: אין בעסמענט

תגובהדורך איסר האטלקי » מאנטאג מארטש 05, 2018 8:43 pm

metsboy האט געשריבן:די עיקר איז, אויף יעדע זאך דארף מען מוחה זיין. ;l;p-

מ'דארף מאכן א נסיעה קיין ליזענסק מיט א מאסיווער עצרת מחאה אויפן וועג, פאר די אידן וואס גלייכן עס....
כתיבה וחתימה טובה לכל בית ישראל, שנה טובה מתוקה ונחמדה!
כ"ד המברך הק' איסר דאורייתא, פה אטליה יצ"ו

שמעלץ טאפ
שר חמישים
תגובות: 94
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 01, 2014 5:18 pm

תגובהדורך שמעלץ טאפ » מאנטאג מארטש 05, 2018 11:14 pm

שמו האט געשריבן:אפשר קען איינער מצטט זיין, דברי הערבי נחל

אויף ואהבת לרעך כמוך.

ווערעצקי
שר חמש מאות
תגובות: 733
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 14, 2017 3:17 pm

תגובהדורך ווערעצקי » דינסטאג מארטש 06, 2018 1:00 am

כה לחי פאר הרב האלצער פארן אדרעסירן די טעמע. מקום הניחו לו להתגדר.

סידיראם
שר האלפיים
תגובות: 2178
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 03, 2015 1:04 pm

תגובהדורך סידיראם » דינסטאג מארטש 06, 2018 7:06 am

קלוגער האט געשריבן:צו קלאר מאכען, מ'מעג צושטעלען פאר די אפגעמיטשעטע יודען וואס זענען אינטערוועגס א לאנגע צייט, מיט נישט צופיהל צייט צום שלאפען, מעג מען צושטעלען שיין און באקוועמט, די פראבלעמען ווערט ווען מ'אדווערטייזט קומזיצען מיט זינגערס [קונצערט בלע"ז], און גראבע פרעסעריי, דארטען גייט עס שוין ארויס פון אלע גרענעצין, ס'עקעלט,

דאס קומט פון די קומזיצען דורעך די יאר וואס איז ארויס פון אלע גרענעצין, א יונגערמאן מיט אפאר טאלער קאלט אהן זיין חבר, זאג נאר, דו האסט אפשר עפעס א גוטער צדקה צוועק? איך פלאן צו מאכען נעקסטע וואך א זומער קומזיץ אין מיין בעקיארד, איך האב שוין דובי אייזען מיט די קלארענעט און גדי בענדער מיט די גיטאר צו שפילען, און בערי שפילבערגער מיט זיינע קאטשקעלעך צו זינגען, ברוס קעיטערינג גייט אהערשטעלען א גריל אזאנס און אזעלעכעס, מיט א באפעי פון טשייניז פאד, די וויין קעלער גרייט מיר צו אזעלעכע ווהיסקיס וואס'יז שוין נישט געוועהן פון אחשורוש'ס סעודה, ך'מוז אבער האבען א צוועק דערפאר.........

נאר א משל


יא אמת, הרב האלצער מיינט נישט בעצם די פארן אויף מקומות הקדושים, ער כאפט אן די אדווערטייזמענטס פון די מקומות הקדושים אלס א דוגמא.

אבער הרב האלצער האט בארירט א טעמע וואס גריזשעט מיך שוין זייער לאנג, די אלע היינטיגע אדווערטייזמענטס - לאו דוקא די פרעס חלק - איבער א קומזיץ מיט א מעכטיגע זינגער מיט די נייע סטייל וכו' וכו', דאס ברענגט אזוי שטארק ארויס דעים אכול ושתה כי למחר נמות, עס שרייט אז די עולם הזה דאס איז די מציאות און מען דארף זעהן שנעל צו ענזשויען לייף ולעשות אינטערטעינטמעט, עס גרוילט מיך די בילדער ווי דינער'ס אנגעפילט מיט א.ג. חסידישע אידן וואס מאכן זיך באקוועם אויף די בענקל און שפרייטן זיך אויס צו ענזשויען יעצט לייף, עתה העת לעשות פא"ן.

איך ברענג אפשר דא נישט אינגאנצען געהעריג ארויס די פוינט, אבער די נקודה הכללית איז קלאר, מיר חסידישע אידן האבן אלעמאל געוויסט אז עולם הזה איז נישט דא זיך צו ענזשויען, און אפילו מען אינזשויט זיך יא, מאכט מען נישט אזא עסק גדול ונורא פון ענזשויען לייף, די שורש נקודת עם ישראל איז אז מען לעבט דא נאר אלס א פרוזדור ליכנס לטרקלין, און די לעבן אויף די וועלט האט א טיפערע באדייט לקנות קנין נצחי לנצח נצחים.

ווען מען מאכט אזא מורא'דיגע עסק פון די עולם הזה, איז דאס א שרעקליכע צומישעניש אין די מח פון א אידישע נפש.
EXCLUSIVE COUPONS ON AMAZON FOR YOU NOW!!!!! http://amzn.to/2tHqNZZ

אוועטאר
הילולא דצדיקיא
שר האלף
תגובות: 1508
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוקטובער 22, 2014 11:40 am
לאקאציע: באהלי צדיקים

תגובהדורך הילולא דצדיקיא » דינסטאג מארטש 06, 2018 12:18 pm

היינט האב איך באקומען די דרשה דורך קול מלחמה, (אינטרעסאנט צו זיי האבן דאס גענומען פון דא).
להנציח זכרונם של צדיקים
פאר נאך אינפערמאציע 'אויף יא"צ פון צדיקים' קוקט דא http://www.yuhrzeit.com

אוועטאר
זענדל
שר חמש מאות
תגובות: 730
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג סעפטעמבער 02, 2014 5:41 am

תגובהדורך זענדל » דינסטאג מארטש 06, 2018 1:21 pm

דא האט איר א שיינער פורים שמועס איבער די נושא
https://drive.google.com/file/d/0B1JDdV ... sp=sharing

shalsheles
שר חמש מאות
תגובות: 605
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 22, 2009 9:52 pm

תגובהדורך shalsheles » דינסטאג מארטש 06, 2018 1:56 pm

זענדל האט געשריבן:דא האט איר א שיינער פורים שמועס איבער די נושא
https://drive.google.com/file/d/0B1JDdV ... sp=sharing

ווער רעדט?


צוריק צו “ידיעות התורה”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 2 געסט