פרישע חשש תקרובת ע"ז אין שייטלעך

הפוך בה דכולה בה

די אחראים: אחראי, גבאי ביהמד

אוועטאר
פעלעד
שר האלף
תגובות: 1120
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש אוגוסט 22, 2015 3:04 pm

תגובהדורך פעלעד » זונטאג אפריל 22, 2018 6:18 am

עפל קאמפאוט האט געשריבן:אויב איז נישט 100% אז דאס איז אסור, דאן איז א גרויסע סיבה נישט מחמיר צו זיין, וויבאלד דאס איז כמעט א גזירה שאי אפשר לעמוד בו. אויב איז שייך דא צו טרעפן א היתר, וואלט מען דאס געדארפט טוהן. די שאלה איז אויב עס איז שייך.

טראכט איבער נאכאמאל, א רב זאגט דיר נאך א בירור אז 80-90% אז סאיז ע"ז, וואס ענטפערסטו דערויף?
להזכירך ע"ז יהרג ואל יעבור... סאיז נישט עפעס א חומרא'לה וואס ספיקו לקולא.

אוועטאר
אַבּערוואַס
שר האלפיים
תגובות: 2105
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 02, 2013 5:13 pm

תגובהדורך אַבּערוואַס » זונטאג אפריל 22, 2018 9:24 am

"א" רב? וועלכע?

כ'רעד ח"ו נישט אריין אין אזא דעליקאטע העכסט תורה'דיגע דיון למעשה, אבער ס'איז כדאי אז יעדער זאל פרעגן און טון ווי זיין מו"ץ וועמען ער פרעגט אנדערע הארבע שאלות פסקנ'ט.

חז"ל לערנען אונז אז 'מחומרי שניהם עליו הכ' אומר וכסיל בחושך הולך', ארומגיין זוכן חומרות פארטונקלט דאס לעבן, און נישט דאס איז דער רצון הבורא (פארשטייט זיך אז א גדול וואס איז נוהג סלסול בעצמו, רעדן מיר נישט ח"ו, אבער מ'רעדט פאר'ן המון עם), און ווי חז"ל זאגן 'דייך במה שאסרה תורה' וכו', ס'איז נישט קיין חכמה מחמיר צו זיין, נאר מ'דארף האבן א רב וואס מ'פרעגט און מ'פאלגט אלעס סיי לקולא און סיי לחומרא.

און דאס איז טאקע אויך א נקודה היינט ווי יעדער איז אן אייגענער פוסק. כ'געדענק ווען ס'איז געווען די שערורי' איבער די פלייש אין מאנסי האט הרב שלעזינגער דאן מעורר געווען אז דער עולם קען נישט באמת קומען מיט קיין טענות צום רב המכשיר, היות נישט ער האט גע'פסק'נט פאר'ן עולם דאס צו עסן, נאר מענטשן פסק'נען זיך אליינס, והיינו אז אויף יעדע זאך זוכט מען זיך א פסק פין א צווייטן (בנוגע צו יענעם ענין האט ער אויסגעשמועסט אז דער רב וואס האט געגעבן א הכשר אויף די פלייש, האט אבער נישט געלאזט טראגן מיט'ן עירוב דארטן - וואס ס'איז כמעט נישטא ווער נאך ס'האלט אזוי, נאר דער גאנצער עולם דארט נוצט דעם עירוב - אבער דער עולם האט געטון ביידע), אז מ'פרעגט א ערליכן מו"צ ווייסן מיר אז ער האט סיעת דשמיא און מ'ווייסט פאר זיך אז מ'האט געפרעגט און געטון וואס דער רבוש"ע וויל, און אז ער שיקט געוויסע שאלות צו א צווייטן, איז דא אויך אינעם זעלבן כלל, משא"כ ווען מ'זוכט זיך דוקא אליינס אויסצוטרעפן דעם מהלך.

במאמר המוסגר, האב איך שוין לאנג א געדאנק אז א חלק פין אונזערע שוועריקייטן אין אידישקייט קומט דייקא צוליב די 'אכשר דרא' אז יעדער מאן דהו האט היינט חתונה כאטש מיט די מינימאלע ידיעות התורה, און קען טעכניש לערנען, און ס'קומט ליידער צו א מצב אז יעדער -אפי' עמיצער וואס איז נישט קיין דעת תורה מכל וכל - איז א מאן דאמר, און די ביטול און ד"א צו א רב ומו"ץ איז זייער אסאך מאל אין א טשאלענדזש דורך פשוט'ע בעה"ב, אבער נישט אויף אן אופן פין חוצפה חלילה נאר דייקא דורך 'איצטלא דרבנן' אמער, איך קען דאך אויך לערנען ווי דער רב, א זאך וואס האט כמעט נישט עקזיסטירט אין דער אלטער היים, ואכמ"ל.

וה' הטוב יאיר עינינו ע"ד כבוד שמו.
ווארט א מינוט, לאמיך נאכקוקן...

אוועטאר
ראפאט קראמפלי
שר האלפיים
תגובות: 2154
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוקטובער 07, 2013 12:16 pm
לאקאציע: אין טעלער.

תגובהדורך ראפאט קראמפלי » זונטאג אפריל 22, 2018 9:45 am

אַבּערוואַס האט געשריבן:"א" רב? וועלכע?

א וויכטיגע נושא וואס איז כדאי אן אשכול פאר זיך,

דער עולם האט היינט ציטריט צו פיל מער פוסקים און ליקוט ספרים ווי אמאל און מ'ווייסט נישט וואו איין און וואו אויס,
געוויסע נעמען אן די חומרות פון איבעראל און געוויסע פארקערט, ס'ווערט ווי א תורה שלימה, געוויסע שטיבער פארן אויף רעדער אדאנק דעם, איין רעכטס און דער צווייטער לינקס,
לא זו הדרך.
די ריכטיגע ווארט איז ראקאט קראמפלי, איך וויל פשוט מ'זאל נישט כאפן ווער איך בין ממילא רוף איך זיך ראפאט.

אוועטאר
ירושליימער ייד
שר מאה
תגובות: 164
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 28, 2011 8:48 pm
לאקאציע: ירושלים עיה"ק תובב"א

תגובהדורך ירושליימער ייד » זונטאג אפריל 22, 2018 10:18 am

מאטריאל צו טראכטן-
לאמיר נעמען דווקא דעם ביישפיל וואס איהר האט גיבריינגט, די שערוריה איבער די פלייש אין מאנסי.
יעצט שטעל זיך פאר אז אפאר חדשים פריער האט א רב זיך דארוואסט לויט געויסע סימנים אז סי איז מסתבר וי באלד לויט די באריכטן פון די קומפעניס קומט אן מער טרייפינע פלייש קיין יעניגע געגענט, ויפל גויים סי איז דא דארט, מוז זיין אז א חלק פלייש טרעפט זיך זיין וועג צו די כשר'ע בוטשערס, וואס וואלט גידארפט אן ערליכער ייד טאהן, גיין צו זיין מו"צ וואס ער פרעגט איהם אויף מראות און פרעגן די שאלה [און מסתמא וואלט יענער גיענטפערט, איך ווייס נישט היינט איז דא אסאך מענטשן וואס האבן ליב צו מאכן א טומל, סי איז דא א חשובע רב המכשיר און סי איז גינוג], אדער, [אויב די קענסט אביסל מברר זיין], מברר זיין צו יענער רב איז טאקע א פארלעסליכער וכו' אדער נישט, און אויב איז ער א פארלעסליכער אנטלויפן פון די פלייש.
שטעל זיך פאר וואס א נחמא פורתא וואלסטו גיהאט אפאר חדשים שפעטער וען די מעשה האט זיך דארוואסט ברבים, און להיפך.
רבון כל העולמים גלוי וידוע לפניך שרצוני לעשות רצונך אבל שאור שבעיסה מעכב.

מי יודע
שר חמשת אלפים
תגובות: 5788
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 31, 2009 4:35 pm

תגובהדורך מי יודע » זונטאג אפריל 22, 2018 10:37 am

עפל קאמפאוט האט געשריבן:אויב איז נישט 100% אז דאס איז אסור, דאן איז א גרויסע סיבה נישט מחמיר צו זיין, וויבאלד דאס איז כמעט א גזירה שאי אפשר לעמוד בו. אויב איז שייך דא צו טרעפן א היתר, וואלט מען דאס געדארפט טוהן. די שאלה איז אויב עס איז שייך.

וואס עפעס איז דאס א גזירה שאין רוב ציבור יכולים לעמוד בה? נישטא וואס צו לייגן אויפן קאפ? די גאנצע זאך איז דאך נאר ווייל יענער גייט, אז יענער וועט אויך נישט גיין איז דאך הכל על מקומו יבא בשלום
אידעלע זיי פרייליך, שטארק דיך שטארק דיך אצינד, ווייל דו ביסט דאך א בן מלך, דעם באשעפער'ס קינד.

אוועטאר
ירושליימער ייד
שר מאה
תגובות: 164
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 28, 2011 8:48 pm
לאקאציע: ירושלים עיה"ק תובב"א

תגובהדורך ירושליימער ייד » זונטאג אפריל 22, 2018 10:38 am

מי יודע האט געשריבן:
עפל קאמפאוט האט געשריבן:אויב איז נישט 100% אז דאס איז אסור, דאן איז א גרויסע סיבה נישט מחמיר צו זיין, וויבאלד דאס איז כמעט א גזירה שאי אפשר לעמוד בו. אויב איז שייך דא צו טרעפן א היתר, וואלט מען דאס געדארפט טוהן. די שאלה איז אויב עס איז שייך.

וואס עפעס איז דאס א גזירה שאין רוב ציבור יכולים לעמוד בה? נישטא וואס צו לייגן אויפן קאפ? די גאנצע זאך איז דאך נאר ווייל יענער גייט, אז יענער וועט אויך נישט גיין איז דאך הכל על מקומו יבא בשלום

אוי וי גוט גיזאגט!
רבון כל העולמים גלוי וידוע לפניך שרצוני לעשות רצונך אבל שאור שבעיסה מעכב.

אוועטאר
פעלעד
שר האלף
תגובות: 1120
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש אוגוסט 22, 2015 3:04 pm

תגובהדורך פעלעד » זונטאג אפריל 22, 2018 12:53 pm

מי יודע האט געשריבן:
עפל קאמפאוט האט געשריבן:אויב איז נישט 100% אז דאס איז אסור, דאן איז א גרויסע סיבה נישט מחמיר צו זיין, וויבאלד דאס איז כמעט א גזירה שאי אפשר לעמוד בו. אויב איז שייך דא צו טרעפן א היתר, וואלט מען דאס געדארפט טוהן. די שאלה איז אויב עס איז שייך.

וואס עפעס איז דאס א גזירה שאין רוב ציבור יכולים לעמוד בה? נישטא וואס צו לייגן אויפן קאפ? די גאנצע זאך איז דאך נאר ווייל יענער גייט, אז יענער וועט אויך נישט גיין איז דאך הכל על מקומו יבא בשלום

איך זאג אסאך פשוטער, אני הק' נאך וואכן פון דורך טוהן די נושא עד כמה שידי מגעת איז מיר אויסגעקומען גאר שטארק לאיסור, האב איך געטון למעשה און בהכוונת אמשינובער רבי שליט"א פון א"י אנגעקומען צו א פרימע פרוי וואס שערט אליין גיויאידע פרויען אין בראזיל פאר געלט און מקען באקומען פון איר האר, יא, כהאב געצאלט 10,000 שקל, און אסאך היימישע שייטל מאכערס אין א"י האבן מסכים געווען באקומען די האר פון די דאזיגע פרוי און ביי מיר אין שטיב האט מען זיך געטוישט צו אזא שייטל און קיינער אויפן וועלט קען נישט באמערקן.
ברגע די עוילם וועט פאדערן - עפ"י הוראת הרבנים, וועט זיך עפענען א גרעסערע אינדערסטרי פון האר וואס משערט אין אמעריקא דורך היימישע קאמפעניס, גענוג ארימע גויים וועלן זיין גרייט צו לאזן וואקסן די האר און באקומען געלט אויף צו שערן.
דעמאלס דארף מען נישט קיין סינטעטישע, אזוי אז מיט אביסל ארבעט קען מען צושטעלן און אויסלייזן גאנץ כלל ישראל פון דעם פראבלעם.
גלייבט מיר סאיז סאך גרינגער צוצושטעלן איידער ווי די בראקל טשיקענס וואס אפאר עסקנים און גבירים האבן געמאכט...

לגבי די רב דערמאנט פריער, האב איך גערעדט פון הגאון ר' משה קעסלער מרבני וויזשניץ מאנסי, און אגב איך פערזענליך האב גערעדט אפאר חדשים צוריק מיט הגאון רבי יעקב מאיר שטערן שליט"א רב מערב ב"ב און תלמיד פון רב וואזנער, ער האט מיר געזאגט אלץ איינער וואס איז געווען תשס"ד בסוד העניינים און יעצט אויך נאכאמאל, אז בשו"א זאל איך נישט לאזן ניצן די שייטלעך אפילו מיט א הכשר, ער זאגט אז פאברענן דארף איך נאכניש ביז סוועט זיין זיכער 100% אז סאיז ע"ז, אבער יהא מונח און בשו"א נישט ניצן.

אוועטאר
אַבּערוואַס
שר האלפיים
תגובות: 2105
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 02, 2013 5:13 pm

תגובהדורך אַבּערוואַס » זונטאג אפריל 22, 2018 1:17 pm

ירושליימער ייד האט געשריבן:מאטריאל צו טראכטן-
לאמיר נעמען דווקא דעם ביישפיל וואס איהר האט גיבריינגט, די שערוריה איבער די פלייש אין מאנסי.
יעצט שטעל זיך פאר אז אפאר חדשים פריער האט א רב זיך דארוואסט לויט געויסע סימנים אז סי איז מסתבר וי באלד לויט די באריכטן פון די קומפעניס קומט אן מער טרייפינע פלייש קיין יעניגע געגענט, ויפל גויים סי איז דא דארט, מוז זיין אז א חלק פלייש טרעפט זיך זיין וועג צו די כשר'ע בוטשערס, וואס וואלט גידארפט אן ערליכער ייד טאהן, גיין צו זיין מו"צ וואס ער פרעגט איהם אויף מראות און פרעגן די שאלה [און מסתמא וואלט יענער גיענטפערט, איך ווייס נישט היינט איז דא אסאך מענטשן וואס האבן ליב צו מאכן א טומל, סי איז דא א חשובע רב המכשיר און סי איז גינוג], אדער, [אויב די קענסט אביסל מברר זיין], מברר זיין צו יענער רב איז טאקע א פארלעסליכער וכו' אדער נישט, און אויב איז ער א פארלעסליכער אנטלויפן פון די פלייש.
שטעל זיך פאר וואס א נחמא פורתא וואלסטו גיהאט אפאר חדשים שפעטער וען די מעשה האט זיך דארוואסט ברבים, און להיפך.

איר פרעגט גוט!

די תי' איז אבער אביסל אנדערש ווי איר וואלט געטראכט.

עמיצער וואס וויל באמת נאר טון וואס דער שו"ע פאדערט, וואלט אין יענעם פאל געדארפט טאקע פרעגן זיין רב און אויב דער רב זאגט אז ס'איז נישטא קיין רגליים לדבר און מ'איז נישט מחויב חושש צו זיין, וואלט ער טאקע נישט געדארפט חושש זיין! פארפאלן דאס איז די תוה"ק.

תשע חניות און עיר שרובו נכרים וכו' איז א סוגיא שלימה און ש"ס ושו"ע ופוסקים, א איד דארף זיך נישט ארומדרייען מיט קיין או.סי.די. אויף יעדע איינפאל פין עפעס אן אנדרייער וואס וויל מאכן א טומל, מ'פרעגט דעת תורה און מ'טוט וואס ס'איז ריכטיג און פארטיג!

נאר וואזשע דען? ס'קען זיין אז אן ערליכער רב וואלט אים קיינמאל נישט געלאזט עסן פין אזא פלאץ (ווי סיי דער בעה"ב און סיי דער רב המכשיר האבן געהאט א שוואכער'ן כשרות סטאנ דארט ביי זיך אינדערהיים ווי רוב רובם היימישע עולם, און) וואס האט אזעלכע סארט לופהאול'ס ווי ס'האט זיך שפעטער ארויסגעשטעלט. אדער וואלט ער לכתחילה געזוכט צו קויפן פין א פריוואטע שחיטה וכדו' אזוי ווי אסאך היימישע אידן טוען טאקע ב"ה ביי אזא האקעלע זאך ווי פלייש, און אזוי ארום וואלט ער געווארן אפגעהיטן.

אלנפאלס, א איד דארף טון וואס ער איז מחויב ע"פ דין 'ולא יאונה לצדיק כל עון', און אז ס'געשעט יא ח"ו, דארף מען מפשפש במעשים זיין דאן, און זען וואס, מ'וואלט ע"פ דין (אדער אפי' לפנים משורת הדין ע"פ הוראת חכם) געדארפט טון אנדערש, וזהו! יא, און די תורה עקזיסטירט אזא מושג ווי בי"ד שהורו ומביאין קרבן וכו', אבער דער יחיד האט ריכטיג געטון בשעת מעשה מיט'ן פרעגן און טון אן אריינטראכטן.

אליינס זיין א פרומער (עגעין, מ'רעדט נישט פין עמיצער וואס אמאל וויל פאר זיך צוריקהאלטן עפעס אן אריינמישען קיינעם, אדער פין אידן וואס זענען באמת מורם מעם בכל צעדי חייהם), אדער אפגערעדט ארומגיין מיט או.סי.די. שלא ע"פ הוראת רב ומו"ץ, איז נישט געווען און וועט נישט זיין דער תורה'דיגער וועג, ואין הקב"ה בא בטרוניא עם בריותיו. קוק ארום און אלע פריערדיגע תשובה ספרים, וועט איר טרעפן דעם שביל הזהב וויאזוי די פוסקים זענען געגאנגען אויף א דינעם קו אבער מיט א פעסטקייט, און נישט מורא געהאט צו זאגן א קלארע יא אדער א ניין געבויט אויף זייער ידיעות און סוגיות חמורות און ש"ס ופוסקים און קלארע דעת תורה.

די מעשה פין רבן גמליאל און ר' יושע ווען ס'פאלט יוה"ק, ווי ר' יושע האט געדארפט קומען מיט'ן בייטל געלט, איז אויך דעבויט אויף דעם, ווייל די תורה הק' האט כללים, און לויט די כללים ווערט אראפגעשטעלט וואס די הלכה איז, און דאס איז דער אמת'ער אמת עט דעט פוינט.
לעצט פאראכטן דורך אַבּערוואַס אום זונטאג אפריל 22, 2018 1:24 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.
ווארט א מינוט, לאמיך נאכקוקן...

אוועטאר
פעלעד
שר האלף
תגובות: 1120
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש אוגוסט 22, 2015 3:04 pm

תגובהדורך פעלעד » זונטאג אפריל 22, 2018 1:22 pm

ביסט גערעכט ביי פלייש
אבער ביי סוגיות וואס פאדערט זיך ידיעת המציאות ביתר שאת, און סאיז זייער זייער שווער, און רוב רבנים קענען נישט די חלק המציאות כמעט ממילא אויך נישט די חלק ההלכה, וויפיל רבנים קענסטו וואס האבן דורך געטון ענין השייטלעך דורך און דורך כהיום הזה, נישט 14 יאר צוריק, קענסט מיר זאגן איין נאמען וואס די קענסט?

אזוי איז געווען אויך בענין פענדיולי"ם (מטוטלת) מיט ענערדזשי הילינ"ג, סאיז מיר געווען נוגע, און רוב רבנים ווייסן ניש פינקטליך און האלב פון די וואס שרייבן יא א פסק שרייבן מתוך השערה אדער מתוך בערך ווי איינער האט זיי מסביר געווען, זייער ווייניג רבנים האבן די צייט/כח/מח/יכולת דורך טוהן אזעלכע קאמפלעצירטע נושאים, האב איך געמיסט אליין דורך טון די זאך און איז מיר אויסגעקומען לאיסור.
וכן בנידו"ד.

אוועטאר
אַבּערוואַס
שר האלפיים
תגובות: 2105
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 02, 2013 5:13 pm

תגובהדורך אַבּערוואַס » זונטאג אפריל 22, 2018 1:32 pm

פעלעד האט געשריבן:ביסט גערעכט ביי פלייש
אבער ביי סוגיות וואס פאדערט זיך ידיעת המציאות ביתר שאת, און סאיז זייער זייער שווער, און רוב רבנים קענען נישט די חלק המציאות כמעט ממילא אויך נישט די חלק ההלכה, וויפיל רבנים קענסטו וואס האבן דורך געטון ענין השייטלעך דורך און דורך כהיום הזה, נישט 14 יאר צוריק, קענסט מיר זאגן איין נאמען וואס די קענסט?

אזוי איז געווען אויך בענין פענדיולי"ם (מטוטלת) מיט ענערדזשי הילינ"ג, סאיז מיר געווען נוגע, און רוב רבנים ווייסן ניש פינקטליך און האלב פון די וואס שרייבן יא א פסק שרייבן מתוך השערה אדער מתוך בערך ווי איינער האט זיי מסביר געווען, זייער ווייניג רבנים האבן די צייט/כח/מח/יכולת דורך טוהן אזעלכע קאמפלעצירטע נושאים, האב איך געמיסט אליין דורך טון די זאך און איז מיר אויסגעקומען לאיסור.
וכן בנידו"ד.

מ'גייט צוריק צום רב און מ'זאגט אים דברים כהוויתן וואס מ'האט געטראפן, ממ"נ, אויב שפורט דער רב אז ער פארשטייט נישט די נושא, אדער אז די ראיות זענען נישט גענוג מוכיחות ע"פ שו"ע וועט אייך אן ערליכער רב זאגן, איך ווייס נישט, גייט פרעגן דעם און דעם, אדער ברענגט מיר נאך אינפארמאציע אזוי און אזוי, אדער אמאל וועט ער זאגן 'שווי' אנפשי' חתיכה דאיסורא', אז וויבאלד איר האט אזוי דוכגעטון וועט פאר אייך זיין אזוי און אזוי די הלכה אבער פארן רבים וועט ער ווייטער האלטן אז ס'איז נישטא גענוק סיבה צו אסר'ן, אדער וועט ער טאקע יא זאגן אז לויט די נייע ידיעות זעט ער איין א געוויסע וועג, און טאקע אזוי פסקנ'ען און דעמאלטס האט איר דאך שוין ווייטער געפרעגט און געטון לויט דעת תורה.

אבער דאס אליינס נעמען די כוח הוראה אין די הענט און אליינס דורכטון און מחליט זיין, איז מסוכן און איז איז נישט קיין מהלך, און האט און אסאך פעלער נישט די ריכטיגע דעקונג ותוצאותיו מי ישורנו. פסק'נען פאר יענעם האט כללים, און דאס דארף אן ערליכער מו"ץ ופוסק וואס דעתו דעת תורה.
ווארט א מינוט, לאמיך נאכקוקן...

אוועטאר
פעלעד
שר האלף
תגובות: 1120
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש אוגוסט 22, 2015 3:04 pm

תגובהדורך פעלעד » זונטאג אפריל 22, 2018 1:40 pm

זייער גוט, יעצט ביסטו אנגעקומען צום פינטל הנוגע לעניינינו,
ווייל טאקע דאס אבן עסקנים געטון, נאכן מברר זייןן היטב הדק הדק היטב זענען זיי ארויף צו גרויסע רבנים, און זיי האלטן נאך אינמיטן, פארשטייט זיך צו אויפווייזן די רבנים נעמט זייער לאנג, אבער פאר איך האב געטון מיין לעצטע שריט האב איך גערעדט מיט גרויסע רבנים, רבי יעקב מאיר שערן איז פון די גרעסטע מורי הוראות אין א"י און ער קען גוט די נושא, און אזוי נאך אסאך רבנים אין א"י, און לעצטנס הייבט זיך אן אביסל אין אמעריקא אויך.

די פראבלעם איז אז די ציבור האט ליב צו זיין אביסל ווי א בת היענה און אריין שטעקן קאפ אין זאמט, נאר ווען עס ווערט א פארפלייצונג פון רבנים וואס אלע שרייען אז כלו כל הקיצין ואסור ואסור הייבט זיך עפעס אן רירען, און לעת עתה איז נאך די מצב אז רוב רבנים קענען נישט די נושא פון דאס נאנט, און רוב וואס באקאנען זיך מיט די היינטיגע מציאות זאגן אדער אז סאיז ניש פשוט און זיי קענען נישט ענטפערן, אדער אז סאיז וודאי אסור.

פראביר אויס, הייב אן פרעגן רבנים וועסטו זעהן. איך האלט שוין נאך דעם...
כמדומני אז רב ווייסמאנדל פון מאנסי איז פון די ערשטע וואס זענען נתעורר געווארן דערויף אין אמעריקא (אן קיין אחריות, קען זיין איך פארמיש מיט א אנדערע נאמען, עכ"פ כך מונח כעת בזכרוני), און יעצט ארבעט מען אויף די נושא אין וויזשניץ אין מאנסי ווי די רבנים זענען מער און מער נוטה לאיסור גמור, עי' מה שהבאנו לעיל פון די לעצטע וואכן.

מי יודע
שר חמשת אלפים
תגובות: 5788
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 31, 2009 4:35 pm

תגובהדורך מי יודע » זונטאג אפריל 22, 2018 1:50 pm

פעלעד האט געשריבן:זייער גוט, יעצט ביסטו אנגעקומען צום פינטל הנוגע לעניינינו,
ווייל טאקע דאס אבן עסקנים געטון, נאכן מברר זייןן היטב הדק הדק היטב זענען זיי ארויף צו גרויסע רבנים, און זיי האלטן נאך אינמיטן, פארשטייט זיך צו אויפווייזן די רבנים נעמט זייער לאנג, אבער פאר איך האב געטון מיין לעצטע שריט האב איך גערעדט מיט גרויסע רבנים, רבי יעקב מאיר שערן איז פון די גרעסטע מורי הוראות אין א"י און ער קען גוט די נושא, און אזוי נאך אסאך רבנים אין א"י, און לעצטנס הייבט זיך אן אביסל אין אמעריקא אויך.

די פראבלעם איז אז די ציבור האט ליב צו זיין אביסל ווי א בת היענה און אריין שטעקן קאפ אין זאמט, נאר ווען עס ווערט א פארפלייצונג פון רבנים וואס אלע שרייען אז כלו כל הקיצין ואסור ואסור הייבט זיך עפעס אן רירען, און לעת עתה איז נאך די מצב אז רוב רבנים קענען נישט די נושא פון דאס נאנט, און רוב וואס באקאנען זיך מיט די היינטיגע מציאות זאגן אדער אז סאיז ניש פשוט און זיי קענען נישט ענטפערן, אדער אז סאיז וודאי אסור.

פראביר אויס, הייב אן פרעגן רבנים וועסטו זעהן. איך האלט שוין נאך דעם...
כמדומני אז רב ווייסמאנדל פון מאנסי איז פון די ערשטע וואס זענען נתעורר געווארן דערויף אין אמעריקא (אן קיין אחריות, קען זיין איך פארמיש מיט א אנדערע נאמען, עכ"פ כך מונח כעת בזכרוני), און יעצט ארבעט מען אויף די נושא אין וויזשניץ אין מאנסי ווי די רבנים זענען מער און מער נוטה לאיסור גמור, עי' מה שהבאנו לעיל פון די לעצטע וואכן.

האב איך געהערט פון איינעם וואס איז אביסל פארמישט אין די נושא, די עסקנים זענען שוין געווען ביי די גרעסטע רבנים אין אמעריקא און רוב זענען נוטה לאיסור, דער פראבלעם פארוואס ס'רירט זיך נישט, ווייל כדאי צו קענען עס אראפנעמען פון די מארקעט דארף זיין איינע פון די צוויי, אדער זאל קומען איין גרויסער אנערקענטער גדול בכל החוגים און זאגן אסור!, און דערנאך קומט שוין א דאמינא אפעקט, ליידער איז דאס היינט נישטא
די צווייטע עצה איז א דרך ארוכה, מסביר זיין פאר יעדע רב פון יעדע קהלה די מציאות הדברים, און וואס ס'איז אנדערש פון תשס"ד וכו' וכו', און דאס נעמט אסאך צייט, און בינתיים שפילט מען זיך מיט דאורייתא'ס
אידעלע זיי פרייליך, שטארק דיך שטארק דיך אצינד, ווייל דו ביסט דאך א בן מלך, דעם באשעפער'ס קינד.

לעבעדיגע פיש
שר העשר
תגובות: 14
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 19, 2017 12:12 pm

תגובהדורך לעבעדיגע פיש » זונטאג אפריל 22, 2018 2:00 pm

ירושליימער ייד האט געשריבן:מאטריאל צו טראכטן-
לאמיר נעמען דווקא דעם ביישפיל וואס איהר האט גיבריינגט, די שערוריה איבער די פלייש אין מאנסי.
יעצט שטעל זיך פאר אז אפאר חדשים פריער האט א רב זיך דארוואסט לויט געויסע סימנים אז סי איז מסתבר וי באלד לויט די באריכטן פון די קומפעניס קומט אן מער טרייפינע פלייש קיין יעניגע געגענט, ויפל גויים סי איז דא דארט, מוז זיין אז א חלק פלייש טרעפט זיך זיין וועג צו די כשר'ע בוטשערס, וואס וואלט גידארפט אן ערליכער ייד טאהן, גיין צו זיין מו"צ וואס ער פרעגט איהם אויף מראות און פרעגן די שאלה [און מסתמא וואלט יענער גיענטפערט, איך ווייס נישט היינט איז דא אסאך מענטשן וואס האבן ליב צו מאכן א טומל, סי איז דא א חשובע רב המכשיר און סי איז גינוג], אדער, [אויב די קענסט אביסל מברר זיין], מברר זיין צו יענער רב איז טאקע א פארלעסליכער וכו' אדער נישט, און אויב איז ער א פארלעסליכער אנטלויפן פון די פלייש.
שטעל זיך פאר וואס א נחמא פורתא וואלסטו גיהאט אפאר חדשים שפעטער וען די מעשה האט זיך דארוואסט ברבים, און להיפך.

וואס יענער רב וואלט געדארפט טוהן?
נישט ארויסגעבן א שמועת יחיד אז ס'איז דא טריפה'נע פלייש און מאכן א גאנצע שערוריה.
זאל ער גיין מברר זיין די זאך און אויב האט ער גענוג קלארע פאקטן זאל ער צאמרופן אלע רבנים און דאן זאל יעדער רב קומען צו זיין מסקנא און אני הק' וועט פסק'נען ווי מיין רב.
בנוגע שייטלעך, די זעלבע זאך.
ארויסגעבן שמועות מיט עדווערטייזמענטס, האטליינס וכו' וכו' האט נישט קיין פשט.
האסט קראנטע מקורות? ברענג עס צום טיש און ווען מיין רב\רבי וועט איבערצייגט ווערן און וועט אזוי פסק'נען וועל איך פאלגן

מחזור
שר חמישים ומאתים
תגובות: 471
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 28, 2008 8:14 pm

תגובהדורך מחזור » זונטאג אפריל 22, 2018 2:03 pm

ווייסט איינער די פרטים וואס ס'איז געווען ביי די אסיפה בבית כ"ק אדמו"ר מהר"א מסאטמאר שליט"א?

ר' יום טוב
שר חמש מאות
תגובות: 843
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג סעפטעמבער 20, 2015 12:58 pm

תגובהדורך ר' יום טוב » זונטאג אפריל 22, 2018 2:15 pm

פאר די אידן וואס האלטן נישט מיט, אויב מען קען אין קורצן אראפגעבן וואס האט דא יעצט פאסירט. וייש"כ.
אז איר מיינט אנדערש, דאן ליינט ביטע איבער מיין תגובה. אז איר ווענדט מיך אפ, וועל איך בדרך כלל זיך נישט באמיען אייך צו ענטפערן.

אוועטאר
פעלעד
שר האלף
תגובות: 1120
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש אוגוסט 22, 2015 3:04 pm

תגובהדורך פעלעד » זונטאג אפריל 22, 2018 2:25 pm

ר' יום טוב האט געשריבן:פאר די אידן וואס האלטן נישט מיט, אויב מען קען אין קורצן אראפגעבן וואס האט דא יעצט פאסירט. וייש"כ.

וואלט באמת געווען כדאי פאר יעדעם איינעם צו ליינען די באשרייבונג אין מאמענט אויף די שייטלעך, סאיז זייער ריכטיג און מקיף די גאנצע ענין.
אזוי וואלט איך נישט געזאגט אזאנס אויף א צייטונג, נאר פשוט ווייל כהאב אליין שטודירט די זאך א לענגערע צייט און רוב ידיעות ופרטים וואס מאמענט ברענגט האב איך אליין געטראפן סאך פאר זיי האבן געשריבן, אזוי ווייס איך אז אלעס דארט איז קראנט. מה גם אז זיי ברענגן מיט נעמען וכו' וואס יעדער קען מברר זיין.
איך געדענק נישט א סוגיא וואס זאל ווערן אזוי קלאר ארפגעלייגט אין א צייטונג ווי דעי נושא אין דעם באשרייבונג פון מאמענט.
https://www.dropbox.com/s/wxzf5cx2ibp7n ... A.pdf?dl=0

רצון טוב
שר האלף
תגובות: 1845
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 02, 2016 3:12 pm

תגובהדורך רצון טוב » זונטאג אפריל 22, 2018 2:46 pm

פעלעד האט געשריבן:
ר' יום טוב האט געשריבן:פאר די אידן וואס האלטן נישט מיט, אויב מען קען אין קורצן אראפגעבן וואס האט דא יעצט פאסירט. וייש"כ.

וואלט באמת געווען כדאי פאר יעדעם איינעם צו ליינען די באשרייבונג אין מאמענט אויף די שייטלעך, סאיז זייער ריכטיג און מקיף די גאנצע ענין.
אזוי וואלט איך נישט געזאגט אזאנס אויף א צייטונג, נאר פשוט ווייל כהאב אליין שטודירט די זאך א לענגערע צייט און רוב ידיעות ופרטים וואס מאמענט ברענגט האב איך אליין געטראפן סאך פאר זיי האבן געשריבן, אזוי ווייס איך אז אלעס דארט איז קראנט. מה גם אז זיי ברענגן מיט נעמען וכו' וואס יעדער קען מברר זיין.
איך געדענק נישט א סוגיא וואס זאל ווערן אזוי קלאר ארפגעלייגט אין א צייטונג ווי דעי נושא אין דעם באשרייבונג פון מאמענט.
https://www.dropbox.com/s/wxzf5cx2ibp7n ... A.pdf?dl=0

עס קומט ארויף ביי עטליכע צעטליך הפסקות אינדערמיט
אויב שייך, פארעכט עס

אוועטאר
פעלעד
שר האלף
תגובות: 1120
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש אוגוסט 22, 2015 3:04 pm

תגובהדורך פעלעד » זונטאג אפריל 22, 2018 2:49 pm

די הפסקות זענען ממשיך אין די בלאט דערנאך, מדארף פשוט כאפן ווי.
איך קען נישט פארעכטן ווייל איך האב עס נישט, סאיז גענומען פון א סייט וואס ברענגט אלץ וואס רעדט קעגן די שייטלעך.

ניס קראכער
שר האלפיים
תגובות: 2005
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 26, 2016 5:36 pm

תגובהדורך ניס קראכער » זונטאג אפריל 22, 2018 2:50 pm

מחזור האט געשריבן:ווייסט איינער די פרטים וואס ס'איז געווען ביי די אסיפה בבית כ"ק אדמו"ר מהר"א מסאטמאר שליט"א?

ווען איז געווען אן אסיפה דערוועגן?

סידיראם
שר האלפיים
תגובות: 2179
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 03, 2015 1:04 pm

תגובהדורך סידיראם » זונטאג אפריל 22, 2018 3:05 pm

ירושליימער ייד האט געשריבן:
מי יודע האט געשריבן:
עפל קאמפאוט האט געשריבן:אויב איז נישט 100% אז דאס איז אסור, דאן איז א גרויסע סיבה נישט מחמיר צו זיין, וויבאלד דאס איז כמעט א גזירה שאי אפשר לעמוד בו. אויב איז שייך דא צו טרעפן א היתר, וואלט מען דאס געדארפט טוהן. די שאלה איז אויב עס איז שייך.

וואס עפעס איז דאס א גזירה שאין רוב ציבור יכולים לעמוד בה? נישטא וואס צו לייגן אויפן קאפ? די גאנצע זאך איז דאך נאר ווייל יענער גייט, אז יענער וועט אויך נישט גיין איז דאך הכל על מקומו יבא בשלום

אוי וי גוט גיזאגט!

נישט אזוי פשוט ווי די זאגסט. פאר א סיבה האט דער סאטמאר רב ברוב חכמתו נישט גערעדט קיין ווארט קעגן שייטלעך דא אין אמעריקע, הגם אינדערהיים איז דאס געווען א חלק פון די תקנות פון זיין קהילה אז מען זאל גיין אראפגעבינדען, דאך האט דער סאטמאר רב געזעהן פאר וויכטיג אז דא אין אמעריקע זאל מען נישט רעדן קעגן שייטלעך אזוי שטארק, וויבאלד די עולם איז נאכנישט געווען רייף דערצו, והדברים עתיקין (ער האט געוואלט במשך הימים אויסרייסן דאס שייטל אויך, אבער האט געמעסט די וואסער זיך רעכענדיג צו דאס איז א דבר הנשמע, וכשם שמצוה לומר דבר הנשמע כך וכו')

די זעלבע זאך איז דא, דאס הייסט אין א געוויסע זין ווי א גזירה שאין הציבור יכולין לעמוד בה, נישט וויבאלד עס איז אין יכולין, נאר די מציאות איז אז מענטשן גייען נישט פאלגן מיט בלויז א בריוו פון א רב וכדומה.

אבער איך פארשטיי נישט פארוואס מען זאל נישט קענען פועל'ן ביים ציבור צו טוישן צו א סינטעטיק שייטל, הגם עס איז נישט די זעלבע קוואליטעיט, אבער אויף אזא זאך וואלט מען אפשר יא געקענט פועל'ן ביי נשים צדקניות.
EXCLUSIVE COUPONS ON AMAZON FOR YOU NOW!!!!! http://amzn.to/2tHqNZZ

אוועטאר
אַבּערוואַס
שר האלפיים
תגובות: 2105
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 02, 2013 5:13 pm

תגובהדורך אַבּערוואַס » זונטאג אפריל 22, 2018 3:08 pm

לעבעדיגע פיש האט געשריבן:
ירושליימער ייד האט געשריבן:מאטריאל צו טראכטן-
לאמיר נעמען דווקא דעם ביישפיל וואס איהר האט גיבריינגט, די שערוריה איבער די פלייש אין מאנסי.
יעצט שטעל זיך פאר אז אפאר חדשים פריער האט א רב זיך דארוואסט לויט געויסע סימנים אז סי איז מסתבר וי באלד לויט די באריכטן פון די קומפעניס קומט אן מער טרייפינע פלייש קיין יעניגע געגענט, ויפל גויים סי איז דא דארט, מוז זיין אז א חלק פלייש טרעפט זיך זיין וועג צו די כשר'ע בוטשערס, וואס וואלט גידארפט אן ערליכער ייד טאהן, גיין צו זיין מו"צ וואס ער פרעגט איהם אויף מראות און פרעגן די שאלה [און מסתמא וואלט יענער גיענטפערט, איך ווייס נישט היינט איז דא אסאך מענטשן וואס האבן ליב צו מאכן א טומל, סי איז דא א חשובע רב המכשיר און סי איז גינוג], אדער, [אויב די קענסט אביסל מברר זיין], מברר זיין צו יענער רב איז טאקע א פארלעסליכער וכו' אדער נישט, און אויב איז ער א פארלעסליכער אנטלויפן פון די פלייש.
שטעל זיך פאר וואס א נחמא פורתא וואלסטו גיהאט אפאר חדשים שפעטער וען די מעשה האט זיך דארוואסט ברבים, און להיפך.

וואס יענער רב וואלט געדארפט טוהן?
נישט ארויסגעבן א שמועת יחיד אז ס'איז דא טריפה'נע פלייש און מאכן א גאנצע שערוריה.
זאל ער גיין מברר זיין די זאך און אויב האט ער גענוג קלארע פאקטן זאל ער צאמרופן אלע רבנים און דאן זאל יעדער רב קומען צו זיין מסקנא און אני הק' וועט פסק'נען ווי מיין רב.
בנוגע שייטלעך, די זעלבע זאך.
ארויסגעבן שמועות מיט עדווערטייזמענטס, האטליינס וכו' וכו' האט נישט קיין פשט.
האסט קראנטע מקורות? ברענג עס צום טיש און ווען מיין רב\רבי וועט איבערצייגט ווערן און וועט אזוי פסק'נען וועל איך פאלגן

גוט ארויסגעברענגט.
ווארט א מינוט, לאמיך נאכקוקן...

מי יודע
שר חמשת אלפים
תגובות: 5788
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 31, 2009 4:35 pm

תגובהדורך מי יודע » זונטאג אפריל 22, 2018 3:46 pm

סידיראם האט געשריבן:
ירושליימער ייד האט געשריבן:
מי יודע האט געשריבן:
עפל קאמפאוט האט געשריבן:אויב איז נישט 100% אז דאס איז אסור, דאן איז א גרויסע סיבה נישט מחמיר צו זיין, וויבאלד דאס איז כמעט א גזירה שאי אפשר לעמוד בו. אויב איז שייך דא צו טרעפן א היתר, וואלט מען דאס געדארפט טוהן. די שאלה איז אויב עס איז שייך.

וואס עפעס איז דאס א גזירה שאין רוב ציבור יכולים לעמוד בה? נישטא וואס צו לייגן אויפן קאפ? די גאנצע זאך איז דאך נאר ווייל יענער גייט, אז יענער וועט אויך נישט גיין איז דאך הכל על מקומו יבא בשלום

אוי וי גוט גיזאגט!

נישט אזוי פשוט ווי די זאגסט. פאר א סיבה האט דער סאטמאר רב ברוב חכמתו נישט גערעדט קיין ווארט קעגן שייטלעך דא אין אמעריקע, הגם אינדערהיים איז דאס געווען א חלק פון די תקנות פון זיין קהילה אז מען זאל גיין אראפגעבינדען, דאך האט דער סאטמאר רב געזעהן פאר וויכטיג אז דא אין אמעריקע זאל מען נישט רעדן קעגן שייטלעך אזוי שטארק, וויבאלד די עולם איז נאכנישט געווען רייף דערצו, והדברים עתיקין (ער האט געוואלט במשך הימים אויסרייסן דאס שייטל אויך, אבער האט געמעסט די וואסער זיך רעכענדיג צו דאס איז א דבר הנשמע, וכשם שמצוה לומר דבר הנשמע כך וכו')

די זעלבע זאך איז דא, דאס הייסט אין א געוויסע זין ווי א גזירה שאין הציבור יכולין לעמוד בה, נישט וויבאלד עס איז אין יכולין, נאר די מציאות איז אז מענטשן גייען נישט פאלגן מיט בלויז א בריוו פון א רב וכדומה.

אבער איך פארשטיי נישט פארוואס מען זאל נישט קענען פועל'ן ביים ציבור צו טוישן צו א סינטעטיק שייטל, הגם עס איז נישט די זעלבע קוואליטעיט, אבער אויף אזא זאך וואלט מען אפשר יא געקענט פועל'ן ביי נשים צדקניות.

דאס וואס די רבי האט נישט געוואלט 70 יאר צוריק ווייסן מיר אלע, און וואס ער האט געוואלט פאר 50 יאר צוריק דערציילן אויך געוויסע, אבל לא על זה אנו דנין, דאס איז אלעס נוגע געווען ווען מ'האט גערעדט פון צניעות וואס בימים ההם ווי אזוי די שייטלען האבן אויסגעקוקט איז געווען מקילים על מי לסמוך, ממילא האט דער סאטמאר רב זיך נישט געשטעלט דערויף הגם ער האט נישט אנגענומען אזוי.
היינט צוטאג דער מציאות:
די שייטלען זענען ערגער ווי אמאל, נראות כבתולות, מ'האלט נישט נאך א מלחמה, וואס וואלט דער רבי ז"ל היינט געזאגט? אונז לאז מיר דאס איבער פאר די גדולי הרבנים, אבער שווער צו זאגן אז ער וואלט עס אריינגעלייגט אין א כלל פון גזירה שאין רוב ציבור יכולים לעמוד בה
ווען מ'זאל קענען פועל'ן ביים ציבור צו טוישן צו א סינטעטיק שייטל, וואלט מען שוין לאנג געטוישט, איז דען דא איין רב במחנינו וואס איז מתיר לכתחלה די היינטיגע יומען העיר שייטלען נאך פאר די פראבלעם פון עבודה זרה?
אידעלע זיי פרייליך, שטארק דיך שטארק דיך אצינד, ווייל דו ביסט דאך א בן מלך, דעם באשעפער'ס קינד.

אוועטאר
פעלעד
שר האלף
תגובות: 1120
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש אוגוסט 22, 2015 3:04 pm

תגובהדורך פעלעד » זונטאג אפריל 22, 2018 3:58 pm

צניעות ביי שייטלעך איז א א אשכול פאר זיך
דא רעדן מיר וועגן 100% צניעותדיג אבער עבודה זרה'דיג...
צוויי באזינדערע עניינים.

שמחהלע
שר חמישים
תגובות: 52
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך ינואר 10, 2018 12:50 pm

תגובהדורך שמחהלע » זונטאג אפריל 22, 2018 5:05 pm

מחזור האט געשריבן:ווייסט איינער די פרטים וואס ס'איז געווען ביי די אסיפה בבית כ"ק אדמו"ר מהר"א מסאטמאר שליט"א?

וואס? ווי? ווען?

שמחהלע
שר חמישים
תגובות: 52
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך ינואר 10, 2018 12:50 pm

תגובהדורך שמחהלע » זונטאג אפריל 22, 2018 5:12 pm

למעשה איז אינטערעסאנט אז אפילו גאר פרומע רבנים וואס שפרינגן ארויף ביי יעדע קלייניקייט, זענען שטיל.

צוריק צו “ידיעות התורה”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 7 געסט