תענית צום גדלי'

הפוך בה דכולה בה

די אחראים: אחראי, גבאי ביהמד

רויט
שר חמישים ומאתים
תגובות: 418
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך דעצמבער 28, 2016 11:28 am

תענית צום גדלי'

תגובהדורך רויט » זונטאג סעפטעמבער 24, 2017 6:17 pm

די מקור פאר די היינטיגע תענית געפונען מיר אין די גמרא מס' ראש השנה דף י"ח ע"ב, "צום השביעי זה ג' בתשרי שבו נהרג גדליה בן אחיקם, ומי הרגו ישמעאל בן נתניה הרגו, ללמדך ששקולה מיתתן של צדיקים כשריפת בית אלקינו".

די גמרא זאגט (שם) אז לעתיד לבא וועט עס ווערן נתהפך פאר א יום טוב - פאר ווער עס האט זיך מצער געווען אין דעם טאג על הריגת גדלי' בן אחיקם וואס איז כשריפת בית אלקינו.

הקריאה מעורר הזמן: היינט ליינט מען אין די הפטורה ביי מנחה (ישעיה נה, ו) "דִּרְשׁוּ ה' בְּהִמָּצְאוֹ" וואס חז"ל דרשנ'ן אויף דעם "קְרָאֻהוּ בִּהְיוֹתוֹ קָרוֹב" אז דאס גייט ארויף אויף די יעצטיגע עשרת ימי תשובה וואס כביכול השי"ת איז זייער נאנט צו אונז און איז מקבל די תשובה אפילו פון א יחיד, און דער רמב"ם שרייבט "אף על פי שהתשובה והצעקה יפה לעולם, בעשרת הימים שבין ראש השנה ויום הכיפורים היא יפה ביותר, ומיד היא מתקבלת, שנאמר "דרשו ה', בהימצאו; קראוהו, בהיותו קרוב".

----
אינטערסאנט צו באמערקן אז די פונקטליכע זמן ווען גדלי בן אחיקם איז געהארג'ט געווארן שטייט טאקע ארויס אין די גמרא איז ג' תשרי, און אזוי ברענגט אויך צו די רמב"ם, משא"כ דער בית יוסף (או"ח סי' תקמ"ט) ברענגט צו פונעם רבינו ירוחם אז באמת האט דאס פארסירט א תשרי אבער מ'האט דאס מדחה געווען אויף ג' תשרי כדי נישט קובע זיין א תענית אום ראש השנה.

צוריק צו “ידיעות התורה”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 8 געסט