קנסות אין ישיבות, איז דאס אויסגעהאלטן להלכה?

הפוך בה דכולה בה

די אחראים: אחראי, גבאי ביהמד

ראספשע
שר האלף
תגובות: 1725
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוקטובער 10, 2016 11:43 am

קנסות אין ישיבות, איז דאס אויסגעהאלטן להלכה?

תגובהדורך ראספשע » דאנארשטאג מאי 25, 2017 2:42 pm

סי'ז מיר לעצטנס אויסגעקומען צו רעדן דערוועגן
מאנכע ישיבות וועלן קנס'ענען בחורים, אדער הייסן איינלייגן משכון-געלט פאר א געוויסע הנהגה וואס זיי ווילן אז דער בחור זאל זיך מחייב זיין און צישטעלן
למשל, אין א גרויסע בארימטע ישיבה אין ניו יארק, האט מען איינגעפירט אז א חתן קען נאר צוריק קומען אין ישיבה אויב ער לייגט איין אפאר הונדערט דאלער אז ער גייט זיך געהעריג צישטעלן צו סדרי הישיבה...
[די עלטערן האבן נישט געוויסט פון אזא סארט תקנה פריער....]
איז אזוי,
דער בחור האט נישט דאס געלט, צווינגט ער עס ארויס פון די עלטערן, צו די עלטערן האבן יא צו נישט...
די עלטערן זענען נישט אלעמאל די בעלי אחריות אויף זייער בחור, ווייל ס'יז נישט אין זייער הענט, כמובן...
מכל שכן ביי א חתן וואס איז שוין האלב-וועגס א מענטש פאר זיך...

גרעניצט זיך דאס דען נישט מיט 'גזל', מוציא זיין ממון שלא כדין??? [אפילו אלס משכון, גזל ע"מ למיקט ולהחזיר איז אויך אסור]
יבואו החכמים פה וישמעו חוות דעתם

לא לנו
שר האלף
תגובות: 1334
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 10, 2015 12:16 pm

תגובהדורך לא לנו » דאנארשטאג מאי 25, 2017 2:45 pm

ראספשע האט געשריבן:סי'ז מיר לעצטנס אויסגעקומען צו רעדן דערוועגן

שיק עס אריין פאר הרה"ג בעל וישמע משה שליט"א.
A0527170252@GMAIL.COM

ראספשע
שר האלף
תגובות: 1725
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוקטובער 10, 2016 11:43 am

תגובהדורך ראספשע » דאנארשטאג מאי 25, 2017 2:47 pm

ווער איז דער בעל וישמע משה?

לא לנו
שר האלף
תגובות: 1334
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 10, 2015 12:16 pm

תגובהדורך לא לנו » דאנארשטאג מאי 25, 2017 2:51 pm

ראספשע האט געשריבן:ווער איז דער בעל וישמע משה?

הרה"ג ר' משה, דענק נישט זיין לעצטע נאמען. ער פרעגט אן אקטועלע שאלות המצויות בינינו, ביי רבני העיר בני ברק וכו' וועלכע ענטפערן דערויף, און שטעלט דאס פאר אין א פאפולערן וועכנטליכן גליון "וישמע משה".
אט איז א סעמפל, פון די וואך במדבר.
צוגעלייגטע
Untitled.png
Untitled.png (384.07 KiB) געזעהן 3302 מאל

ראספשע
שר האלף
תגובות: 1725
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוקטובער 10, 2016 11:43 am

תגובהדורך ראספשע » דאנארשטאג מאי 25, 2017 2:58 pm

געשיקט

מחנך
שר מאה
תגובות: 166
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מאי 03, 2016 10:49 am

תגובהדורך מחנך » דאנארשטאג מאי 25, 2017 3:13 pm

איך דענק אז ווען א ישיבה בעט פון אנהויב זמן א באשטימטע סכום איינצולייגן איז עס נישט קיין גניבה בכלל, אזוי ווי א ישיבה זאגט: א חתן קאסט טויזנט דאלער שכר לימוד א חודש, טעיק איט אר ליעוו, זיי פילן אז זיי נעמען א גוטע ריסק צו נעמען א חתן, און זיי האבן געסעט א פרייז.
אבער וועגן משכון אדער קנס אינמיטן זמן קען שוין אפשר זיין אנדערשט, איך ווייס נישט אויב גניבה, אבער איך פארשטיי ווען עלטערן פרעגן פארוואס פאנישסטו מיך? גיב א קנס פאר די שולדיגע, די עלטערן ווערן דא געקנס'עט, איך פארשטיי די טענה, איך בין קיינמאל נישט געווען א חסיד פון די געלט שטראפן.

נאטרוליסט
שר האלף
תגובות: 1303
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג נובעמבער 06, 2007 2:40 pm

תגובהדורך נאטרוליסט » דאנארשטאג מאי 25, 2017 3:18 pm

עס ווענדעט זיך ווען:

ווען פארלאנגט די ישיבה דאס געלט פונעם חתן, פאר'ן זמן אדער אינמיטן זמן?
אויב בעטן זיי דאס געלט פאר'ן זמן: האט דער פאטער א ברירה און זאגט פאר חתן דנן אז דו בלייבט אין כולל דעם זמן, און גייסט נישט אין ישיבה. ס'איז אפשר נישט אויסגעהאלטן פון די ישיבה צו פארלאנגען קנס/איינלייג געלט, אבער דער פאטער האט דאך א ברירה.

אויב בעטן זיי דאס געלט לאחר התחלת הזמן, איז דאס לכאורה נישט אויסגעהאלטן. ווייל איינלייג געלט בלייבט ביי די ישיבה, און זיי וועלן שטענדיג טרעפן אן אויסרייד פארוואס "נישט" צוריקצוגעבן.

סתם קנס געלט, שרייבט דאך דער בחור אונטער אז ער וועט מציית זיין צו אלע סדרי הישיבה, און א מנהל האט פולע רעכט צו קנס'ן בדיני ממונות אויב מ'האלט נישט איין די סדרים לענ"ד.

דער טאטע איז טאקע נישט שולדיג, אבער דאס איז דער סיסטעם.

SPUSMN
שר עשרת אלפים
תגובות: 11991
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 06, 2011 11:01 am
לאקאציע: בתוך עמי אנכי ישבת

תגובהדורך SPUSMN » דאנארשטאג מאי 25, 2017 3:21 pm

איך גלייב נישט אז זיי וועלען, וועלען ענטפערען אפען אויף דער שאלה; ווייל דענמאלט מישען זיי זיך אריין אין עניני חינוך וואס איז (היינט) היפש קאמפליצירט.

דעתי הקלושה אז קיין גזל איז דאס נישט (כ'פסקן נישט). צו עס איז ריכטיג און מענטשליך קען איך דעהערען ביידע צדדים.

דאס וואס איר טענה'ט אז דער בחור האט נישט דאס געלט, צווינגט ער עס ארויס פון די עלטערן צו די עלטערן האבן יא צו נישט; קען מען זאגען אז דאס ארויס צווינגען קומט מיט א פרייז; א נארמאלע בחור וועט טראכטען צוויי מאל איידער ער גייט מצער זיין א טאטע וואס האט נישט דאס געלט; און מחייב זיין דער בחור מיטען טאטע, לייגט פרעשור אויף ביידע; אויפען בחור נישט עובר צו זיין, און אויפען טאטע זאל עפעס טוהן דערצו; און אויב דער טאטע מיטשעט זיך טאקע פאר געלט, וועט א נארמאלע ישיבה זיך רעכענען מיט דעם און אים צוריק געבען וכו'. אטו ברשיעי עסקינן.
--
מען האקט
לעצט פאראכטן דורך SPUSMN אום דאנארשטאג מאי 25, 2017 7:07 pm, פאראכטן געווארן 6 מאל סך הכל.
עת לחשות ועת לדבר - קהלת ג ז

ראספשע
שר האלף
תגובות: 1725
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוקטובער 10, 2016 11:43 am

תגובהדורך ראספשע » דאנארשטאג מאי 25, 2017 3:22 pm

זאגן פאר א חתן אנהויב זומער זמן [ער גייט הערשט חתונה האבן אינמיטן ווינטער, עס איז היינט דער שטייגער געווארן אז מען חתנ'ט זייער לאנג, מחמת סבות שונות שאכמ"ל], 'קענסט גיין אין כולל', איז בערך ווי דו זאגסט אזוי פאר א בחור 'קענסט גיין אין כולל\ארבעטן'...
א בחור אפילו א חתן, אויב האט ער נישט חתונה בקרוב, איז זיין פלאץ נישט אין כולל, ער ווערט דארט אינגאנצן ציפארן און ציפיפן, און האט היבש סייד עפעקטס
אויב אזוי איז עס כאילו מען זאגט פאר די עלטערן אזוי: 'פאר דעם גרויסן חטא וואס די האסט געטון אז דו האסט געשלאסן א שידוך מיט דיין בחור, גייט מען עם ווארפן פון ישיבה, אויסער טאמער עטץ גייטס באצאלן כך וכך....'
איז עס יושר???
איז אמאל אזוי געווען??
'דאס איז דער סיסטעם' איז קיין תירוץ נישט, עס גיבט נישט קיין היתר גובה צו זיין ממון שלא על פי דין, ארויס צווינגען געלט וואס קומט עם נישט..
אז די עלטערן גיבן עס נישט בלב שלם, נאר געצווינגענערהייט איז דער משגיח-קאלעקטאר א 'גזלן' עפ"י דין תורה, ער איז פסול לעדות, זיינע תפלות ווערן נישט נתקבל, און וועט מגולגל ווערן נאכמאל.....
אויב מען קאלעקט פון די עלטערן ווייטער שכר לימוד [אדער נעמט דער מוסד פראגראמען מיט ביידע הענט אויפן חשבון פון דעם בחור ....], איז דער חתן בחור א תלמיד הישיבה לכל דבר, טא וואס איז דער היתר ארויס צו צווינגען געלט פון עלטערן??
לעצט פאראכטן דורך ראספשע אום דאנארשטאג מאי 25, 2017 3:29 pm, פאראכטן געווארן 2 מאל סך הכל.

SPUSMN
שר עשרת אלפים
תגובות: 11991
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 06, 2011 11:01 am
לאקאציע: בתוך עמי אנכי ישבת

תגובהדורך SPUSMN » דאנארשטאג מאי 25, 2017 3:27 pm

נאטרוליסט האט געשריבן:עס ווענדעט זיך ווען:

ווען פארלאנגט די ישיבה דאס געלט פונעם חתן, פאר'ן זמן אדער אינמיטן זמן?
אויב בעטן זיי דאס געלט פאר'ן זמן: האט דער פאטער א ברירה און זאגט פאר חתן דנן אז דו בלייבט אין כולל דעם זמן, און גייסט נישט אין ישיבה. ס'איז אפשר נישט אויסגעהאלטן פון די ישיבה צו פארלאנגען קנס/איינלייג געלט, אבער דער פאטער האט דאך א ברירה.

אויב בעטן זיי דאס געלט לאחר התחלת הזמן, איז דאס לכאורה נישט אויסגעהאלטן. ווייל איינלייג געלט בלייבט ביי די ישיבה, און זיי וועלן שטענדיג טרעפן אן אויסרייד פארוואס "נישט" צוריקצוגעבן.

סתם קנס געלט, שרייבט דאך דער בחור אונטער אז ער וועט מציית זיין צו אלע סדרי הישיבה, און א מנהל האט פולע רעכט צו קנס'ן בדיני ממונות אויב מ'האלט נישט איין די סדרים לענ"ד.

דער טאטע איז טאקע נישט שולדיג, אבער דאס איז דער סיסטעם.

דער גאנצע תגובה פארשטיי איך און אפשר אויך מסכים, אבער די לעצטע ווערטער אז "דאס איז דער סיסטעם" בין איך בשום אופן נישט מסכים. אויב איז עס נישט אויס געהאלטען איז טויש דיר דער סיסטעם.

ועשית הישר והטוב.
עת לחשות ועת לדבר - קהלת ג ז

SPUSMN
שר עשרת אלפים
תגובות: 11991
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 06, 2011 11:01 am
לאקאציע: בתוך עמי אנכי ישבת

תגובהדורך SPUSMN » דאנארשטאג מאי 25, 2017 3:32 pm

ראספשע האט געשריבן:זאגן פאר א חתן אנהויב זומער זמן [ער גייט הערשט חתונה האבן אינמיטן ווינטער, עס איז היינט דער שטייגער געווארן אז מען חתנ'ט זייער לאנג, מחמת סבות שונות שאכמ"ל], 'קענסט גיין אין כולל', איז בערך ווי דו זאגסט אזוי פאר א בחור 'קענסט גיין אין כולל\ארבעטן'...
א בחור אפילו א חתן, אויב האט ער נישט חתונה בקרוב, איז זיין פלאץ נישט אין כולל, ער ווערט דארט אינגאנצן ציפארן און ציפיפן, און האט היבש סייד עפעקטס
אויב אזוי איז עס כאילו מען זאגט פאר די עלטערן אזוי: 'פאר דעם גרויסן חטא וואס די האסט געטון אז דו האסט געשלאסן א שידוך מיט דיין בחור, גייט מען עם ווארפן פון ישיבה, אויסער טאמער עטץ גייטס באצאלן כך וכך....'
איז עס יושר???
איז אמאל אזוי געווען??
'דאס איז דער סיסטעם' איז קיין תירוץ נישט, עס גיבט נישט קיין היתר גובה צו זיין ממון שלא על פי דין, ארויס צווינגען געלט וואס קומט עם נישט..
אז די עלטערן גיבן עס נישט בלב שלם, נאר געצווינגענערהייט איז דער משגיח-קאלעקטאר א 'גזלן' עפ"י דין תורה, ער איז פסול לעדות, זיינע תפלות ווערן נישט נתקבל, און וועט מגולגל ווערן נאכמאל.....
אויב מען קאלעקט פון די עלטערן ווייטער שכר לימוד [אדער נעמט דער מוסד פראגראמען מיט ביידע הענט אויפן חשבון פון דעם בחור ....], איז דער חתן בחור א תלמיד הישיבה לכל דבר, טא וואס איז דער היתר ארויס צו צווינגען געלט פון עלטערן??

איר האט שטארקע טענות.
עת לחשות ועת לדבר - קהלת ג ז

מחנך
שר מאה
תגובות: 166
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מאי 03, 2016 10:49 am

תגובהדורך מחנך » דאנארשטאג מאי 25, 2017 4:17 pm

ראספשע, דו פארשטייסט אז פאר א בחור מיט ספעציעלע געברויכן מעג א ישיבה נעמען מער? זיי קוקן אן א חתן ווי א בחור מיט ספעשל געברויכן, קיין שום גניבה, עס איז אפשר אריינגעמישט נישט גוטע מידות אדער טוט מען אויס צו מיט א שטרענגע פנים, אבער בי זיך צופייערן אז זייערע תפילות ווערן נישט נתקבל, און דו זעסט שוין דעם ראש ישיבה אראפקומען אין נעקסטן גלגול אין פארעם פון א פערד, בארואיגט אייך.

ראספשע
שר האלף
תגובות: 1725
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוקטובער 10, 2016 11:43 am

תגובהדורך ראספשע » דאנארשטאג מאי 25, 2017 4:20 pm

מחנך האט געשריבן:ראספשע, דו פארשטייסט אז פאר א בחור מיט ספעציעלע געברויכן מעג א ישיבה נעמען מער? זיי קוקן אן א חתן ווי א בחור מיט ספעשל געברויכן, קיין שום גניבה, עס איז אפשר אריינגעמישט נישט גוטע מידות אדער טוט מען אויס צו מיט א שטרענגע פנים, אבער בי זיך צופייערן אז זייערע תפילות ווערן נישט נתקבל, און דו זעסט שוין דעם ראש ישיבה אראפקומען אין נעקסטן גלגול אין פארעם פון א פערד, בארואיגט אייך.

דיסאגרי
א חתן איז נישט קיין בחור מיט ספעציעלע געברויכן, און אפילו אויב יא, זענען זיינע עלטערן נישט שולדיג
אדער ריפאנד מען דעם שכר לימוד ציזאמען מיט די רעגירונג אוצרות [וואס מען שארט גאלד אויף זיין חשבון, כולל יונגעלייט קריגן אויך געהאלט פון דעם חשבון פון די פראגראמען כידוע...], אדער באהאנדלט מען עם גענוי ווי אלע בחורים, לכל הפחות ווי א בחור פון שיעור ד' וכדומה

און וואס איר שרייבט בנוגע 'דעם ראש הישיבה', האסטו מיך בכלל נישט אפגעוואנדן, אויב עפ"י תורה איז עס גניבה, איז נישט קיין חילוק צו דער נעמער איז דער ראש ישיבה זעלבסט אדער אן אנדערער...
[אויך האב איך נישט געשריבן 'מגולגל אין פארעם פון א פערד' דאס איז דיין הוספה]...

ווערעצקי
שר חמש מאות
תגובות: 710
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 14, 2017 3:17 pm

תגובהדורך ווערעצקי » דאנארשטאג מאי 25, 2017 6:13 pm

אלזא לאמיר פרובירן טראכטן אנדערש, דער חתן קומט צוריק אן קיין שום דעפאזיט, ער האט חתונה אין עטליכע חדשים ארום, פלוצלונג קומט אונטער די יארצייט פון .... ר' ישעי'לעס ברודער וועלכער ליגט אין ..... , נו, דער חתן דארף דאך איינרייסן, ער גייט דאך בקרוב אויפשטעלן א שטוב, נו, אומר ועושה, מ'נעמט א קאר און מ'פארט, (פון וואו ער נעמט די געלט? מסתמא פון זיינע עלטערן, אבער אויף דעם וועט ראספשע באלד מוחה זיין...), נו, וואס זאל די ישיבה יעצט טוהן, שרייען, סטראשענען, קנס'נען, (ראספשע לאזט דאך נישט), געווענטליך וועט דער חתן זיך אויסלאכן, פון וועם האט ער מורא? קוים פון זיין טאטע, פונעם מנהל, משגיח וכו' האט ער שוין נישט מורא, ווייל אין ערגסטן פאל אויב ציהט ער איבער דעם שטריקל און מ'פארשיקט אים פון ישיבה, וועט ער גיין אין כולל, איי זיין טאטע וועט זיך מצער זיין? וועט ער אים מסביר זיין אז זיין חברותא האט ממש פאריגע וואך באשלאסן ארויסצוגיין פון ישיבה, ווייל ער גייט בקרוב חתונה האבן, און ער האט שוין ממילא נישט קיין חברותא, ממילא איז שוין לכתחלה ער זאל נישט צוריק גיין אין ישיבה. איי קיין שום כולל וועט אים נישט אננעמען אינמיטן זמן? דאן קומט די צווייטע שטאק מיט הסברים, אז ער גייט נעמען א חברותא אין ביהמ"ד, ווייל ער וויל ענדיגן חזר'ן די הוראה/הלכות שבת/מסכתא ביז די חתונה. זיין טאטע, אויב איז ער נישט גענוג באהאווענט אין די ענינים, וועט אים ערליך גלייבן, און אלעס וועט דורכגיין בשתיקה.
ווער וועט יעצט ליידן, זיין חברותא וועלכער איז געבליבן אין ישיבה אליינס בין יום ולילה, די פארמיטאג חברותא, די נאכמיטאג, פארטאגס, ביינאכט, און חוץ פון דעם, האט ער שוין בדרך אגב איינגעמיירעט נאך א פאר בחורים צו פארן צום רב הכולל יעדן ערב ראש חודש, ווייל ס'איז א מורא'דיגער עת רצון...
אלזא, וויאזוי זאל זיך די ישיבה אן עצה געבן מיט אזא איינעם??? איינער וואס האט נישט קיין שום פרעשור, נישט פון קיין שידוכים, נישט פון קיין טאטע מאמע, פון קיינעם נישט???
האבן זיי מחליט געווען אז ס'איז דא איין וועג וואס קען אפשר ארבעטן, דהיינו פארלאנגן א דעפאזיט, וואס וויבאלד דער טאטע האלט עס נישט ביים געבן, ווייסט דער בחור אז ער וועט כאפן פונעם טאטן קאלטס און ווארעמס אויב דאס וועט גיין פארפאלען בין כותלי הישיבה, און ער האט אפשר אביסעלע פרעשור צו איינזיצן.
צו דאס איז די ריכטיגע וועג? ראספשע זאגט אז נישט.
אלזא שלאג פאר עפעס בעסער.

גלאזער
שר האלף
תגובות: 1402
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוגוסט 12, 2015 11:25 pm

תגובהדורך גלאזער » פרייטאג מאי 26, 2017 12:19 am

ס'נישט קיין שום שאלה ס'איז גניבה וגזילה מדאורייתא. זיי זענען עובר אויף לא תגזול און לא תעשוק יעדע רגע, והשיב את הגזילה, חוץ די איסורים פון לא תונו איש את עמיתו ועוד. און אמאל זענען זיי מוציא רשעותדיגע סכומים פון אידן עניים ואביונים.

נישטא קיין שום היתר מוציא צו זיין ממון האב בכפיה. ועתידים ליתן את הדין.

זיי זענען סך הכל געדינגען געווארן פון טאטן צו לערנען תורה מיט זיין קינד. דער מגיד שיעור איז נישט דעם נודע ביהודה'ס בית דין וואס איז גוזר גזירות מטעם הפקר בית דין הפקר.

בפרט ווען מ'האט זיך נישט מתנה געווען בעפאר אדער מתחייב געווען דערויף.
(אפילו דעמאלט איז א שאלה וועגן אסמכתא ביי גרעסערע סכומים.)

אוועטאר
אלי' מקוה יוד
שר האלף
תגובות: 1402
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 18, 2017 11:52 pm

תגובהדורך אלי' מקוה יוד » פרייטאג מאי 26, 2017 12:50 am

דברים כדרבונות...
קען איך אייך מיט עפעס בייהילפיג זיין? פילט אייך פריי מיר צו קאנטאקטן אויף הענגאוטס elyemikva@gmail.com, כ'וועל פרובירן דאס בעסטע.

ראספשע
שר האלף
תגובות: 1725
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוקטובער 10, 2016 11:43 am

תגובהדורך ראספשע » פרייטאג מאי 26, 2017 9:03 am

ווערעצקי האט געשריבן:אלזא לאמיר פרובירן טראכטן אנדערש, דער חתן קומט צוריק אן קיין שום דעפאזיט, ער האט חתונה אין עטליכע חדשים ארום, פלוצלונג קומט אונטער די יארצייט פון .... ר' ישעי'לעס ברודער וועלכער ליגט אין ..... , נו, דער חתן דארף דאך איינרייסן, ער גייט דאך בקרוב אויפשטעלן א שטוב, נו, אומר ועושה, מ'נעמט א קאר און מ'פארט, (פון וואו ער נעמט די געלט? מסתמא פון זיינע עלטערן, אבער אויף דעם וועט ראספשע באלד מוחה זיין...), נו, וואס זאל די ישיבה יעצט טוהן, שרייען, סטראשענען, קנס'נען, (ראספשע לאזט דאך נישט), געווענטליך וועט דער חתן זיך אויסלאכן, פון וועם האט ער מורא? קוים פון זיין טאטע, פונעם מנהל, משגיח וכו' האט ער שוין נישט מורא, ווייל אין ערגסטן פאל אויב ציהט ער איבער דעם שטריקל און מ'פארשיקט אים פון ישיבה, וועט ער גיין אין כולל, איי זיין טאטע וועט זיך מצער זיין? וועט ער אים מסביר זיין אז זיין חברותא האט ממש פאריגע וואך באשלאסן ארויסצוגיין פון ישיבה, ווייל ער גייט בקרוב חתונה האבן, און ער האט שוין ממילא נישט קיין חברותא, ממילא איז שוין לכתחלה ער זאל נישט צוריק גיין אין ישיבה. איי קיין שום כולל וועט אים נישט אננעמען אינמיטן זמן? דאן קומט די צווייטע שטאק מיט הסברים, אז ער גייט נעמען א חברותא אין ביהמ"ד, ווייל ער וויל ענדיגן חזר'ן די הוראה/הלכות שבת/מסכתא ביז די חתונה. זיין טאטע, אויב איז ער נישט גענוג באהאווענט אין די ענינים, וועט אים ערליך גלייבן, און אלעס וועט דורכגיין בשתיקה.
ווער וועט יעצט ליידן, זיין חברותא וועלכער איז געבליבן אין ישיבה אליינס בין יום ולילה, די פארמיטאג חברותא, די נאכמיטאג, פארטאגס, ביינאכט, און חוץ פון דעם, האט ער שוין בדרך אגב איינגעמיירעט נאך א פאר בחורים צו פארן צום רב הכולל יעדן ערב ראש חודש, ווייל ס'איז א מורא'דיגער עת רצון...
אלזא, וויאזוי זאל זיך די ישיבה אן עצה געבן מיט אזא איינעם??? איינער וואס האט נישט קיין שום פרעשור, נישט פון קיין שידוכים, נישט פון קיין טאטע מאמע, פון קיינעם נישט???
האבן זיי מחליט געווען אז ס'איז דא איין וועג וואס קען אפשר ארבעטן, דהיינו פארלאנגן א דעפאזיט, וואס וויבאלד דער טאטע האלט עס נישט ביים געבן, ווייסט דער בחור אז ער וועט כאפן פונעם טאטן קאלטס און ווארעמס אויב דאס וועט גיין פארפאלען בין כותלי הישיבה, און ער האט אפשר אביסעלע פרעשור צו איינזיצן.
צו דאס איז די ריכטיגע וועג? ראספשע זאגט אז נישט.
אלזא שלאג פאר עפעס בעסער.

עמממ..... וואס שרייבט ער דא????????
האלאו, ווען דער חתן וועט פארן... ווען זיין חברותא וועט ווארטן ....., נו, עמיר רעדן דאמאלטס..
אפשר איז עס א גוטע עצה, אויב דער חתן וועט פארן אויף מקומות הקדושים, זאל מען עם נישט צוריק לאזן אין ישיבה...., קען זיין?!

דער מדובר דא איז פון א גזילה קבוע, עפעס א התחייבות פון א משגיח'ל, וואס פייניגט און רודף'ט יעדן חתן בחור, וואס האט גארנישט שלעכטס געטוען אויסער די גרויסע עוולה ער האט מסכים געווען צום שידוך, און זיך געלאזט פירן צום ווארט ווי א וואויל יונגל...
[דער חתן האט בכלל נישט חתונה דעם זמן, און פארט נישט אין ערגעץ נישט, זיינע עלטערן זענען נישט פארמעגליך, און האבן נאך א שטוב מיט קינדער אויסציהאלטן, אויסער דעם משגיח דארט, וואס דארף וויכטיג דאס געלט צו קויפן אייזקרים מסתמא..
[..די חוצפה איז פילפאכיג גרעסער, נעמליך דער משגיח'ל דארטן פארלאנגט א תנאי קודם למעשה דער טשעק זאל 'נישט' זיין אויסגעשטעלט צו די ישיבה, נאר צו ???? (בערזל ישיבה אין טאש...)]

אוועטאר
חוקר
שר חמש מאות
תגובות: 915
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג סעפטעמבער 12, 2008 2:52 pm

תגובהדורך חוקר » פרייטאג מאי 26, 2017 10:07 am

אני הקטן האב אמאל געדארפט צאלן קנס און מיין טאטע האט געשריבן א טשעק און עס איז נישט געווארן דיפאזיטעד

לעצם איז די בליק פון א ישיבה וואס מאכט די גאנצע נפ"מ,
אויב איז א ישיבה דא צוצשטעלן א מקום שמגדלים בו תורה לכבוד השי"ת איז דאס גניבה און עס איז נישט קיין רעכט צו זאגן פאר איינעם איך האב מורא די וועסט דיר נישט צושטעלן על כן אדער געסטו מער געלד אדער גיי אין כולל וכו' וכו' (דאס גייט אויך אריין און דעם כלל פון נישט אנעמען בחורים וד"ל)
אבער אויב איז א ישיבה א ביזנעס [וואס עס מוז נישט זיין קיין חסרון אזוי ווי א סופר סת"ם](די חשבון וואס מען פארדינט וועלט איך לאזן פאר דער עולם אליין צו טראכטן) איז שוין די מעשה אינגאצן אנדערש יעדער בעל בית פון א ביזנעס וויל זיין ביזנעס זאל פארן און אז עס זאל נישט זיין קיין נעגטיווע רעקלאמעס וכו וכו

כנלע"ד
טראכט גוט וועט זיין גוט !!!!!

אוועטאר
אומאפיציעל
שר חמישים ומאתים
תגובות: 412
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג פאברואר 16, 2012 4:24 pm

תגובהדורך אומאפיציעל » פרייטאג מאי 26, 2017 3:03 pm

עס איז דא צדדים לכאן ולכאן, עס ווענדט זיך אלעמאל אין די מציאות פון דעם בחור, פון די ישיבה, און פון די טאטע. געווענליך ישיבות וועלן נישט טון אזעלכע הימל שרייענדע עוולות ווי ראספשע לייגט עס אראפ. אבער עס איז מן הסתם דא אויסנאמען.

ראספשע זעהסט אויס אנגעווייטאגט. קודם פרעגסטו א שאלה, און שפעטער קומסטו צוריק מיט א קלארע הנחה אז עס איז גניבה גזילה. עס זעהט אויס אז דו האסט געווארט צו הערן אז אנדערע האלטן אויך אזוי ווי דיר.

למעשה, אבער איז דאס פיל מאל די "איינציגסטע" מיטל וואס ישיבות האבן צו פארזיכערן אז דער בחור שטעלט זיך צו. ארויסווארפן א בחור אינמיטן זמן איז גאר גאר א שווערע החלטה, און נאך שווערער צו אויספירן. און מען וויל אויף עפעס אן אופן פארזיכערן אז מען וועט נישט האבן קיין פראבלעמען מיט דעם בחור. רוב בחורים וועלן זיך פיל שענער און בעסער צושטעלן אויב זיי ווייסן אז עס איז דא איינגעלייגטע געלט, וואס זיי שטייען אויס צו פארלירן.

די ישיבה באלאנגט נישט צו דיר, און איז דיר גארנישט שולדיג (אויב זיי נעמען פראגראמען אויף דיין בחור, איז דאס א באזונדערע זאך, טוען זיי דאן בא'גנב'נען די שטאט, נישט דיר). זיי קענען בעטן וויפיל געלט זיי וויפיל אויף אנצונעמען דיין בחור. נישט יעדע בחור צאלט די זעלבע סאך שכר לימוד, און נישט יעדן בחור נעמט מען אן די זעלבע גרינג. עס איז דא בחורים וואס די ראשי ישיבות שפירן אז דער בחור וועט זיין פאר זייער ישיבה א גרויסע לאסט, און דערפאר מעסט ער זיך אן אז אויב מען וועט אים גרינגער מאכן פון אנדערע זייטן (דורך א גרויסע סומע געלט) וועט ער זיך קענען אונטערנעמען די שוועריקייטן פון האנדלן מיט אזא סארט בחור. מען קען עס אנקוקן אלץ רשעות, ווייל דער בחור איז נעבעך אזוי און אזוי גייסטו אים אויסרייסן געלט? אבער עס איז דא אויך א אנדערע זייט פון די מטבע.

זבחי צדק
שר האלף
תגובות: 1343
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 10, 2017 7:41 pm

תגובהדורך זבחי צדק » פרייטאג מאי 26, 2017 3:15 pm

אומאפיציעל האט געשריבן:עס איז דא צדדים לכאן ולכאן, עס ווענדט זיך אלעמאל אין די מציאות פון דעם בחור, פון די ישיבה, און פון די טאטע. געווענליך ישיבות וועלן נישט טון אזעלכע הימל שרייענדע עוולות ווי ראספשע לייגט עס אראפ. אבער עס איז מן הסתם דא אויסנאמען.

כ'האב לעצטנס געהאט א שמועס מיט ר' 'געווענליך', ער זאגט מיר אז זעהט אויס אז ר' 'אומאפיציעל' קען עם נישט, און 'ראספשע' קען עם גראדע יא......

SPUSMN
שר עשרת אלפים
תגובות: 11991
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 06, 2011 11:01 am
לאקאציע: בתוך עמי אנכי ישבת

תגובהדורך SPUSMN » פרייטאג מאי 26, 2017 3:25 pm

במח"כ מיינע טייערע חבירים דא; די לשונות גריצעלט מיר אינעם אויער. א ישיבה א ביזנעס?! א ישיבה קען טוהן וואס עס וויל?!

צו וועם באלאנגט יא די ישיבה? וועם איז עס יא שילדיג? גרויסע לאסט, קליינע לאסט, אזוי מעסט מען דאס אן נעמען א בחור?

לאמער אנהויבען נאכאמאל פון אל"ף בי"ת; לאמער צוריק גיין אין חדר; וואס איז א ישיבה?

(ב"ה מיין עקספיריענס מיט ישיבות איז געווען עקסעלענט; כ'ווייס נישט פון וואסארע ישיבות מען רעדט דא)
עת לחשות ועת לדבר - קהלת ג ז

אוועטאר
שאינו יודע
שר חמשת אלפים
תגובות: 5092
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מארטש 24, 2011 1:27 pm

תגובהדורך שאינו יודע » זונטאג מאי 28, 2017 12:29 am

קען איינער אראפלייגן די ספק אין הלכה טוירמס, נישט ווייטאג און געפילן.

וואס זענען די צדדים?
אז דו ווייסט נישט, רעד נישט!

אוועטאר
צו געזונט
שר האלפיים
תגובות: 2472
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש נובעמבער 21, 2009 6:24 pm
לאקאציע: חשש גילוי

תגובהדורך צו געזונט » זונטאג מאי 28, 2017 12:32 am

אפשר מאכט אויס א צווישנשייד צווישן א פריוואטע ישיבה און א ישיבה וואס איז געבויט מיט נכסי הקהל.
בוי זיך זעלבסט

ווערעצקי
שר חמש מאות
תגובות: 710
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 14, 2017 3:17 pm

תגובהדורך ווערעצקי » זונטאג מאי 28, 2017 6:08 am

צו געזונט האט געשריבן:אפשר מאכט אויס א צווישנשייד צווישן א פריוואטע ישיבה און א ישיבה וואס איז געבויט מיט נכסי הקהל.

דאן הייבט זיך אן די ויכוח, אויב א קהל'ישע ישיבה איז מחוייב אריינצונעמען און האלטן יעדער בחור וואס זיין טאטע/זיידע געהערט צו די קהלה.

לא לנו
שר האלף
תגובות: 1334
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 10, 2015 12:16 pm

תגובהדורך לא לנו » מיטוואך יוני 07, 2017 10:57 am

לא לנו האט געשריבן:
ראספשע האט געשריבן:סי'ז מיר לעצטנס אויסגעקומען צו רעדן דערוועגן
מאנכע ישיבות וועלן קנס'ענען בחורים, אדער הייסן איינלייגן משכון-געלט פאר א געוויסע הנהגה וואס זיי ווילן אז דער בחור זאל זיך מחייב זיין און צישטעלן
למשל, אין א גרויסע בארימטע ישיבה אין ניו יארק, האט מען איינגעפירט אז א חתן קען נאר צוריק קומען אין ישיבה אויב ער לייגט איין אפאר הונדערט דאלער אז ער גייט זיך געהעריג צישטעלן צו סדרי הישיבה...
[די עלטערן האבן נישט געוויסט פון אזא סארט תקנה פריער....]
איז אזוי,
דער בחור האט נישט דאס געלט, צווינגט ער עס ארויס פון די עלטערן, צו די עלטערן האבן יא צו נישט...
די עלטערן זענען נישט אלעמאל די בעלי אחריות אויף זייער בחור, ווייל ס'יז נישט אין זייער הענט, כמובן...
מכל שכן ביי א חתן וואס איז שוין האלב-וועגס א מענטש פאר זיך...

גרעניצט זיך דאס דען נישט מיט 'גזל', מוציא זיין ממון שלא כדין??? [אפילו אלס משכון, גזל ע"מ למיקט ולהחזיר איז אויך אסור]
יבואו החכמים פה וישמעו חוות דעתם

שיק עס אריין פאר הרה"ג בעל וישמע משה שליט"א.
A0527170252@GMAIL.COM

הרב ראספשע, נאדיר א ציטאט פון גליון וישמע משה די וואך בהעלותך, דבריך עושים פירות.
צוגעלייגטע
1.png
1.png (166.15 KiB) געזעהן 2370 מאל

צוריק צו “ידיעות התורה”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 9 געסט