איז לייט גרעיפ דזשוס כשר לקידוש?

הפוך בה דכולה בה

די אחראים: אחראי, גבאי ביהמד

אוועטאר
אלט מאנרא
שר האלף
תגובות: 1967
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 30, 2016 11:37 am
לאקאציע: צווישן גראז און ביימער

תגובהדורך אלט מאנרא » דאנארשטאג פאברואר 23, 2017 6:11 pm

א גרויסן ייש"כ פאר אייך 'בא שבת בא מנוחה'.

איך האב נישט געוואוסט דער מציאות פון די פראצעדור פון לייט גרעיפ דזשוס, וועלמיר דאס דורכשמועסן מיט די חברייא בבי מדרשא.

אפשר האט איר א ביאור בכשרות פלעיווארד [ספארקלינג] גרעיפ דזשוס.
איר זאלט לעבן ווי לאנג איר ווילט, מיט נאך פופצן מינוט, נישט אלעס דארף גיין פונקטליך וויאזוי דו ווילסט!‎

אוועטאר
עקבי הצאן
שר האלפיים
תגובות: 2558
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מארטש 14, 2013 11:44 am

תגובהדורך עקבי הצאן » דאנארשטאג פאברואר 23, 2017 8:11 pm

מיהו הכותב של הבירור הלז?
אם לא תדעי לך היפה בנשים צאי לך בעקבי הצאן: התבונני בדרכי אבותיך הראשונים שקבלו תורתי ושמרו משמרתי ומצותי ולכי בדרכיהם, (רש"י שיר השירים).

בא שבת בא מנוחה
שר חמישים ומאתים
תגובות: 448
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 20, 2016 7:18 pm

תגובהדורך בא שבת בא מנוחה » פרייטאג פאברואר 24, 2017 2:04 am

אין שו"ע איז גע'פסק'נט אז מיר ווייסן נישט אויף למעשה ווען טרויבן גייט ארויס מכלל בוסר, אלזא אויב זענען די טרויבן נאכנישט פולי געצייטיגט שטיי מיר ביי א ספק בוסר, אויב די טרויב איז מר או עפיץ ביותר איז עס נאך שוואכער ווי בוסר.

די טרויבען זענען נישט מר או עפיץ, סאיז פשוט שארף.

אוועטאר
farshlufen
שר עשרים אלפים
תגובות: 20298
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

תגובהדורך farshlufen » פרייטאג פאברואר 24, 2017 9:06 am

בא שבת בא מנוחה האט געשריבן:די טרויבען זענען נישט מר או עפיץ, סאיז פשוט שארף.

אין פאל אז עס נאך נישט בע'טעמ'ט צו עסן גייט עס גרינג אריין אין מר או עפיץ.

און געוויס אויב איז עס נאך נישט געצייטיגט ווי עס דארף צו זיין און עס האט נאך פאטענשעל צו ווערן רייפער און זיסער, מידי ספק בוסר לא יצאנו.
סימן דלא ידע כלום, שבוחי.

רצון טוב
שר האלף
תגובות: 1891
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 02, 2016 3:12 pm

תגובהדורך רצון טוב » פרייטאג פאברואר 24, 2017 4:33 pm

שיעור נומער 144
אויף די ליין פון הרב אינדיג 718.362.8872
שמועסט אויס די הלכה איבער לייט גרעיפ דזשוס.

אוועטאר
שאינו יודע
שר חמשת אלפים
תגובות: 5135
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מארטש 24, 2011 1:27 pm

תגובהדורך שאינו יודע » פרייטאג פאברואר 24, 2017 4:59 pm

בא שבת

עס איז נישט ריכטיג וואס דו הייבט אן אז ׳מען׳ פסק׳ט אז היינט טאר מען נישט

אדרבה. קוק נאך וואס איינער פאר דיר האט צוגעברענגט. פשטות הרמא האלט נישט אזוי. און גער משנה ברורה פסק׳ט אויך בפשטות לשון הרמא

דער אלי רבה אליין פירט אויס מיט א צריך עיון
אז דו ווייסט נישט, רעד נישט!

מצלמה
שר חמש מאות
תגובות: 941
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 25, 2015 7:37 pm

תגובהדורך מצלמה » זונטאג פאברואר 26, 2017 12:52 am

שמעתי מפי הגה״צ מצעהלים זצ״ל שפסק להלכה שאין ליתן מים לתוך הכוס של גרעיפ דזשוס, ונתן עצה ליתן כף שנרטב במים, לתוך הצלוחית של הגרעיפ דזשוס.

ופשוט שהגרעיפ דזשוס של ימינו גרוע יותר.

אבל בלי לידע מציאות הדברים א״א לפסוק שום הלכה. ותמהני על הרה״ג שפוסקים הלכה למעשה בטרם שנתלבן המציאות.

אוועטאר
farshlufen
שר עשרים אלפים
תגובות: 20298
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

תגובהדורך farshlufen » זונטאג פאברואר 26, 2017 9:00 am

מצלמה האט געשריבן:שמעתי מפי הגה״צ מצעהלים זצ״ל

מפי? או משמו?
סימן דלא ידע כלום, שבוחי.

אוועטאר
שאינו יודע
שר חמשת אלפים
תגובות: 5135
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מארטש 24, 2011 1:27 pm

תגובהדורך שאינו יודע » זונטאג פאברואר 26, 2017 12:23 pm

מצלמה האט געשריבן:שמעתי מפי הגה״צ מצעהלים זצ״ל שפסק להלכה שאין ליתן מים לתוך הכוס של גרעיפ דזשוס, ונתן עצה ליתן כף שנרטב במים, לתוך הצלוחית של הגרעיפ דזשוס.

ופשוט שהגרעיפ דזשוס של ימינו גרוע יותר.

אבל בלי לידע מציאות הדברים א״א לפסוק שום הלכה. ותמהני על הרה״ג שפוסקים הלכה למעשה בטרם שנתלבן המציאות.



אין אני יודע מה מע״כ מתמה

הרב המכשיר ודעימי׳ סוברים כדעת רוב הפוסקים

והמעוררים חששו לשיטת המחמירים. וספק ברכות שהכל

כך הוא דרכה של תורה.
אז דו ווייסט נישט, רעד נישט!

בא שבת בא מנוחה
שר חמישים ומאתים
תגובות: 448
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 20, 2016 7:18 pm

תגובהדורך בא שבת בא מנוחה » מאנטאג פאברואר 27, 2017 9:25 pm

נייע אפדעיט..... צו פארשטיין בעסער די צד המחמירים...

ר' זלמן לייב פילאפף האט געזאגט פאר זכרו הלכה אז נאכן איבער טראכטן דאס ענין, איז לכאורה א שטארקע מקום צו זאגן אז די טרויבן וואס זיי נוצן פאר ליי"ט גרעי"פ זשו"ס איז "בוסר" דאס היינט נישט געצייטיגטע טרויבן. ממילא קען מען נישט מאכן א בורא פרי הגפן ווייל לויט ווי זיי שרייבן נוצט מען פאר די גרעי"פ זשו"ס טרויבן פון אנהייב סעזאן וואס האט אסאך "עסיט" און זייער ווייניג זיסקייט, אויב לאזט מען די טרויבן אויף די בוים פאר נאך 2 אדער 3 וואכן וועט עס ווערן אסאך זיסער און געשמאק צו עסן, דאס מיינט מ'נעמט עס אראפ פון בוים בעפאר עס איז אנגעקומען צום גוטן טעם, איז לכאורה הייסט דאס בוסר (מפי האברך שכותב הלכות הללו בקובץ זכרו הלכה)

דער אינגערמאן פון זכרו הלכה איז נאכגעגאנגן די זאך און זיך נאכגעפרעגט ביי מומחים און ער זאגט אז זיי זאגן אויך אז טרויבן וואס די זיסקייט איז ווייניגער פון 13 בריקס הייסט נאכנישט געצייטיגטע טרויבן.....און זיי שרייבן אז די טרויבן וואס זיי נוצען פאר די גרעי"פ זשו"ס איז 11 בריקס.

איך האב געטראפן א טשארט פון א גרויסע פורמה וואס זיי שרייבן פונקטליך די שיעור פון געצייטיגטע טרויבן

ripe and ready to harvest

Great Tasting Sweet/Zing Haskap: Brix 15 to 21
Sweet/Tart Tasting Haskap: Brix 14
Nearly ripe, but one or two weeks away

Tart Tasting Haskap: Brix 12 to 13
Not ripe – two to three weeks away

Not Ripe Haskap: below Brix 12


דער אינגערמאן פון זכרו הלכה האט אויך אגעפרעיגט עטליכע פוסקי זמננו (הרוצים בעילום שמם) און זיי האבן אלע געקרימט מיט די נאז, זאגענדיג די "עיקר טענה" ווייל במציאות אז מ'גיסט אריין 35 פראצענט וואסער פארלירט עס די ריכטיגע טעם, מי יימר אז דאס הייסט נאך "טעם יין" און דאס וואס חז"ל האבן געלאזט ביי שטארקע וויין צוגיסן אסאך וואסער, "הבו דלא להוסיף עלה" מיר פארשטייען נישט פינקטליך זייער כוונה, אבער מיר האבן נישט קיין רעכט צו זאגן נייע זאכן און מדמה זיין מילתא למילתא...

א ירא שמים וואס איז מחמיר אויף טויזענטער אנדערע זאכן דארף לכאורה מחמיר זיין ביי דעם, נאר וואס דען??? בשעת הדחק ווי למשל פאר א חולה קען מען מסתמא מיקל זיין, מ'דארף פרעגן.

יונה
שר האלף
תגובות: 1501
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג סעפטעמבער 19, 2010 11:45 pm

תגובהדורך יונה » מאנטאג פאברואר 27, 2017 10:58 pm

יישר כח! [דעם שבת האמיר שוין געקויפט די געהעריגע סארט גרעיפ-דזאוס... זוכמיר זיך נישט קיין שאלה'דיגע פראדוקטן]

אוועטאר
farshlufen
שר עשרים אלפים
תגובות: 20298
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

תגובהדורך farshlufen » דינסטאג פאברואר 28, 2017 8:57 am

בא שבת בא מנוחה האט געשריבן:ר' זלמן לייב פילאפף האט געזאגט פאר זכרו הלכה אז נאכן איבער טראכטן דאס ענין, איז לכאורה א שטארקע מקום צו זאגן אז די טרויבן וואס זיי נוצן פאר ליי"ט גרעי"פ זשו"ס איז "בוסר" דאס היינט נישט געצייטיגטע טרויבן.

ברוך שכוונתי, אז מ'גייט אין גראדן וועג טרעפט מען זיך צוזאם מיט אנדערע.
סימן דלא ידע כלום, שבוחי.

הצעיר באלפי
שר מאה
תגובות: 238
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג יולי 15, 2016 11:13 am

למעשה ?!?!?!

תגובהדורך הצעיר באלפי » מיטוואך מארטש 29, 2017 10:48 am

איז דא פרישע אפדעיט"ס אויף די נושא ??
וועלעכע רבנים האלטען אזוי ? אין וועלעכע רבנים האלטען אזי ??
איך האב געהערט אז דער קאסאבער רבי שליט"א (רבי שרגא האגער) האט גערעדט וועגען דעם אין איז נוטה אז מען מאכט א שהכל, אין נישט כשר פאר קידוש !!

הצעיר באלפי
שר מאה
תגובות: 238
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג יולי 15, 2016 11:13 am

עפעס חדשות ??

תגובהדורך הצעיר באלפי » זונטאג אפריל 09, 2017 12:12 pm

איך הער אעטליכע רבנים ווילען נישט ענטפערען די שואלים בענין די לייט גרעיפ דזשאוס צוליב מורא אין pressure פון פארשידענע וכו' ....

דניאל בוימענגארטן
שר חמישים ומאתים
תגובות: 431
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 05, 2017 12:44 pm

תגובהדורך דניאל בוימענגארטן » זונטאג אפריל 09, 2017 5:02 pm

ישר כח @בא שבת, זייער שיין און קלאר געשריבן.

Naftule
שר האלף
תגובות: 1235
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוקטובער 28, 2016 1:18 am

תגובהדורך Naftule » זונטאג אפריל 09, 2017 6:03 pm

איז מאסט חשוב'ער פון וויין פאר ד' כוסות? און בכלליות

הצעיר באלפי
שר מאה
תגובות: 238
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג יולי 15, 2016 11:13 am

תגובהדורך הצעיר באלפי » זונטאג אפריל 09, 2017 6:32 pm

וויבאלד רוב ווייינען זענעם פעסטוירייזד איז לכאורה מאסט חשובער, און אפילו לויט די פוסקים וואס האלטען אז עס ווערט נישט מבושל דורך ווערן געפעסטוירייזד, אבער עס איז קלאר אז לויטען רמב"ם איז עס נישט ראוי לנסך על גבי המזבח, ווייל עס מאכט א שינוי אין די וויין (רמב"ם פכ"ט מהל' שבת), ולכן לכתחלה איז מאסט חשיבער, אבער אויב מען האט א ויין וואס איז נישט בכלל פעסטוירייזד (אור הגנוז פון אר"י ועוד) איז עס זיכער בעסער.

בכלל איז כדאי צו וויסען אז דער חשביסטער הידור און וויינען פאר די סדר נאכט איז, אז עס זאל געשמאק, אזוי ווי דער רמב"ם זאגט אז די שתיה דארף זיין דרך חירות, און אויך די שו"ע הרב אין סימן תע"ב שמועסט עס אויס שיין, שהשתיה תהיה עריבה עליו, אויכעט אין ביאור הלכה סי' רע"ב (סימניך ער"ב !), עכ"פ אויב איינער האט נישט קיין משיכה אדער נטיה צו קיין שום סארט פון ווייין אדער גרעיפ דזשואס מאסט אד"ג, דעלמאלסט זאל ער ניצען אדער מאסט אדער ווייין וואס איז נישט פאסטוירייזד

Naftule
שר האלף
תגובות: 1235
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוקטובער 28, 2016 1:18 am

תגובהדורך Naftule » זונטאג אפריל 09, 2017 6:36 pm

א דאנק

בלעטל
שר האלף
תגובות: 1507
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 17, 2011 3:15 am

תגובהדורך בלעטל » זונטאג אפריל 09, 2017 8:14 pm

הצעיר באלפי
וועלכע וויינען זענען נישט פעסטיורייזד חוץ אור הגנוז

הצעיר באלפי
שר מאה
תגובות: 238
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג יולי 15, 2016 11:13 am

תגובהדורך הצעיר באלפי » זונטאג אפריל 09, 2017 9:42 pm

כתר kesser מאכט א ויין ספעציעל פאר פסח עס הייסט eminent
עס איז פארשטייט זיך נישט אזוי גיט ווי די וויינען פון אור הגנוז
טפרברג די בעסערע ויינען זייערע איז נישט פעסטערייזד, און אויך פון כרמל

דריידל
שר האלפיים
תגובות: 2687
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 07, 2015 2:13 pm

תגובהדורך דריידל » זונטאג אפריל 09, 2017 10:57 pm

אסאך מאסט זענען געמאכט פון 'טעיבל גרעיפס' דאס זענען טרויבן וואס זענען איינגעפלאנצט געווארן צום עסן און נישט פאר זשוס. כ'האב געהערט ס'זענען דא מפקפקים אויף דעם אז ס'איז אפשר נישט קיין בורא פרי הגפן

אוועטאר
שאינו יודע
שר חמשת אלפים
תגובות: 5135
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מארטש 24, 2011 1:27 pm

תגובהדורך שאינו יודע » מאנטאג אפריל 10, 2017 12:05 am

פארקערט

די טרויבן וואס איז נישט צום עסן איז די פראבלעם
אז דו ווייסט נישט, רעד נישט!

אוועטאר
נא_שכל
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4656
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 14, 2008 10:44 pm
לאקאציע: עולם הדמיון

תגובהדורך נא_שכל » מאנטאג אפריל 10, 2017 1:22 am

בלעטל האט געשריבן:הצעיר באלפי
וועלכע וויינען זענען נישט פעסטיורייזד חוץ אור הגנוז

אלע וויינען וואס זענען נישט מבושל, זענען נישט מפוסטר.
"ואומר לאשר יבוא מכתבי לחזות, אכול את המגילה הזאת. כי מהאוכל יצא מאכל, ושכל יצא משכל ..." (ר' ברכיה בן נטרונאי הנקדן, בהקדמת ספרו 'משלי שועלים').

בלעטל
שר האלף
תגובות: 1507
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 17, 2011 3:15 am

תגובהדורך בלעטל » מאנטאג אפריל 10, 2017 2:00 am

נא_שכל האט געשריבן:
בלעטל האט געשריבן:הצעיר באלפי
וועלכע וויינען זענען נישט פעסטיורייזד חוץ אור הגנוז

אלע וויינען וואס זענען נישט מבושל, זענען נישט מפוסטר.

אהא גוט איך טרינק סיי ווי נאר אינו מבושל

אוועטאר
שופר
שר חמישים ומאתים
תגובות: 258
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 21, 2016 11:40 pm

תגובהדורך שופר » מאנטאג אפריל 10, 2017 2:12 am

דריידל האט געשריבן:אסאך מאסט זענען געמאכט פון 'טעיבל גרעיפס' דאס זענען טרויבן וואס זענען איינגעפלאנצט געווארן צום עסן און נישט פאר זשוס. כ'האב געהערט ס'זענען דא מפקפקים אויף דעם אז ס'איז אפשר נישט קיין בורא פרי הגפן

ראה בגינת ורדים של חודש הזה.


צוריק צו “ידיעות התורה”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: פיצי קעפעלע און 10 געסט