Religious exemption for vaccine עפ״י הלכה

הפוך בה דכולה בה

די אחראים: אחראי, גבאי ביהמד

פרידן
שר האלף
תגובות: 1859
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך דעצמבער 02, 2015 7:37 pm

תגובהדורך פרידן » זונטאג מאי 22, 2016 2:39 pm

דערמאנונג שוין דא א אשכול איבער וואקסינען איבער די הארבע מחלוקה צווישן די תשעה קבין אין די טוב שברופאים דעי אשכול איז צו מען מעג עפ"י הלכה נוצן א צעטיל וואס געט אן אז מען באלאנגט צו א געוויסע רעליגיע
אין פארדען ליגט עס ביי ידיעת התורה
לעצט פאראכטן דורך פרידן אום זונטאג מאי 22, 2016 2:43 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.

אוועטאר
ירוחם
שר האלפיים
תגובות: 2257
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אפריל 08, 2012 11:37 pm

תגובהדורך ירוחם » זונטאג מאי 22, 2016 2:41 pm

כ'ווייס נישט אלעס, דו ווייסט קענטליך נישט אז מען לערנט אויס אין מעדיקעל סקול וויאזוי צו ליינען מעדעצינישע שטודיעס. א דאקטער פארלירט נישט זיין לייסענס ווען ער איז אנטי וואקסין.
ביטע האלטן די פראפאגאנדע צו א מינימום, אויב מעגליך. ~ שלמה הילדעסהיימער

אוועטאר
Kosher Travel
שר האלף
תגובות: 1434
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 30, 2016 7:40 pm
לאקאציע: Yehupesville
פארבינד זיך:

תגובהדורך Kosher Travel » זונטאג מאי 22, 2016 8:01 pm

כווייס נישט אלעס האט געשריבן:@kosher travel די דעת פון אלע היימישע דענטיסטס און לעיקוואד איז אז מען טאר נישט ❗ כמיין האו קעירס ⁉ זיי האבן א מיינונג פונקט ווי איך און דיר , זיי האבן עס קיינמאל נישט געלערענט , זיי ווייסן וואס מען לערענט זיי אויס ותו לא , וועם אינטערסירט וואס די דענטיסט האלט לגבי צו געזינטע פעטענס זענען שעדליך פארן הארץ צו נישט , אז דו זאגסט מיר אז א דאקטער וואס האט זיך אריינגעלייגט און די נושא , געטון ריסערדזש און די ברענגסט אראפ א מיינונג איז איין זאך , גיין מיר נאכברענגען וואס א דאקטער זאגט וואס מען האט אום אויסגעלערענט צו זאגן , און ער מוז אזוי זאגן , אויב ער זאגט אנדערש פארלירט ער זיין לייסענס , און מען ברענגט עס אראפ איינמאל און נאכאמאל כאילו כווייס וואס מען האט אויסגעטראפן . און וואס איז אז כוועל אייך זאגן אז די וויליאמסבורג דאקטורים האלטן אז ספעלט נישט אויס ( כווייס פון צוויי , איינער וואס נישט איך האב אים געבעטן , ער האט מיר געזאגט בזה הלשון וואס מאכסטו דיך נאריש דעי שאטס ווילסטו געבן , ) וועסטו טוישן דיין מיינונג ⁉

With all due respect
איהר רעדט נישט צום זאך. די מאכסט ווי כאילו דער דענטיסט מיטן דאקטאר זענען אויפן זעלבן שטאפל. ווען מען דארף געהילף מיט ציינער גייט מען צום דענטיסט.

עס איז אויך נישט אמת אז זיי זאגן סתם נאך. זיי זענען אלע ארויסגעקומן מיט א בריוו נאכדעהם וואס א חשוב רב איז ארויסגעקומן מיט א בריוו צו עס איז א שאלה צו מוסדות מעגן צווינגען צו נעמען אימיוזעישען אדער נישט אריינעמען די קינדער. אלטס אן ענטפער זענען אלע היימישע דאקטוירים פון לעיקוואוד ארויסגעקומען מיט א קלארע ברווי אז זיי קענען נישט איינשטעלן די געזונט פון אנדערע קינדער און זיי וועלן מעהר נישט זעהן קינדער וואס די עלטערן לאזן נישט נעמען די shots.

ולהוי ידוע, דאס איז די וואקסינען ראטעוון אי קלאה דקיומענטעד. אלע טענות פון די אנטי וואקסינען האבן זיך שוין מערערע מאהל ארויסגעשטעלט אלטס ליגענט. זיי האבן אן agenda. רוב פון די אנטי זענען אין די ביזנעס פון alternative medicine וואס איז א "מולטי ביליאן" דולר ביזנעס. דאס איז זייער agenda. ווילסט פארקויפן ווייטעמין? געזונטערהייט. א דיבאטע פאר זיך! אבער פארקויף נישט קיין ליגענט.

אין די 1950's האט איעדע ווינטער גיוועהן אפאר קעיסעס פון פאליא וואס פון דעהם האבן זיך א חלק נישט אויסגעהיילט און געווארן קריפעלט נאכן ליגן אין די iron lung מאשין פאר חדשים און אפאר טויטע.
מנין, כשר עסען, כשר האטעלס Worldwide Jewish and Kosher Directory
http://www.KosherTravelInfo.com

~~~~~~~~~~~~~
ביטע אנטשולדיגען, אונזער מאנסי, ניו יארק אידישע דירעקטארי שלאפט איצט. אפשר וועט ער זיך אויפוועקען אסאך בעסער ווי פריער. אפשר נישט.

בנציון יאזעפאוויטש
שר חמישים ומאתים
תגובות: 404
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג נובעמבער 24, 2014 9:46 am

תגובהדורך בנציון יאזעפאוויטש » זונטאג מאי 22, 2016 11:22 pm

[[/quote]kosher travel, With all due respect

Kosher Travel האט געשריבן:
כווייס נישט אלעס האט געשריבן:@kosher travel די דעת פון אלע היימישע דענטיסטס און לעיקוואד איז אז מען טאר נישט ❗ כמיין האו קעירס ⁉ זיי האבן א מיינונג פונקט ווי איך און דיר , זיי האבן עס קיינמאל נישט געלערענט , זיי ווייסן וואס מען לערענט זיי אויס ותו לא , וועם אינטערסירט וואס די דענטיסט האלט לגבי צו געזינטע פעטענס זענען שעדליך פארן הארץ צו נישט , אז דו זאגסט מיר אז א דאקטער וואס האט זיך אריינגעלייגט און די נושא , געטון ריסערדזש און די ברענגסט אראפ א מיינונג איז איין זאך , גיין מיר נאכברענגען וואס א דאקטער זאגט וואס מען האט אום אויסגעלערענט צו זאגן , און ער מוז אזוי זאגן , אויב ער זאגט אנדערש פארלירט ער זיין לייסענס , און מען ברענגט עס אראפ איינמאל און נאכאמאל כאילו כווייס וואס מען האט אויסגעטראפן . און וואס איז אז כוועל אייך זאגן אז די וויליאמסבורג דאקטורים האלטן אז ספעלט נישט אויס ( כווייס פון צוויי , איינער וואס נישט איך האב אים געבעטן , ער האט מיר געזאגט בזה הלשון וואס מאכסטו דיך נאריש דעי שאטס ווילסטו געבן , ) וועסטו טוישן דיין מיינונג ⁉

With all due respect
איהר רעדט נישט צום זאך. די מאכסט ווי כאילו דער דענטיסט מיטן דאקטאר זענען אויפן זעלבן שטאפל. ווען מען דארף געהילף מיט ציינער גייט מען צום דענטיסט.

עס איז אויך נישט אמת אז זיי זאגן סתם נאך. זיי זענען אלע ארויסגעקומן מיט א בריוו נאכדעהם וואס א חשוב רב איז ארויסגעקומן מיט א בריוו צו עס איז א שאלה צו מוסדות מעגן צווינגען צו נעמען אימיוזעישען אדער נישט אריינעמען די קינדער. אלטס אן ענטפער זענען אלע היימישע דאקטוירים פון לעיקוואוד ארויסגעקומען מיט א קלארע ברווי אז זיי קענען נישט איינשטעלן די געזונט פון אנדערע קינדער און זיי וועלן מעהר נישט זעהן קינדער וואס די עלטערן לאזן נישט נעמען די shots.
אלטס אן ענטפער זענען אלע היימישע דאקטוירים פון לעיקוואוד ארויסגעקומען מיט א קלארע ברווי אז זיי קענען נישט איינשטעלן די געזונט פון אנדערע קינדער...??
אינטערעסאנט איז אז די "היימישע דאקטוירים פון לעיקוואוד" מעגן יא איינשטעלן די געזונט פון אנדערע קינדער און "זיי וועלן מעהר נישט זעהן קינדער וואס די עלטערן לאזן נישט נעמען די
shots"..... הלא דבר הוא..


ולהוי ידוע, דאס איז די וואקסינען ראטעוון אי קלאה דקיומענטעד. אלע טענות פון די אנטי וואקסינען האבן זיך שוין מערערע מאהל ארויסגעשטעלט אלטס ליגענט. זיי האבן אן agenda.

ווי גלייך די דאקטוירים האבען נישט קיין שום אגענדע...


רוב פון די אנטי זענען אין די ביזנעס פון alternative medicine וואס איז א "מולטי ביליאן" דולר ביזנעס. דאס איז זייער agenda. ווילסט פארקויפן ווייטעמין? געזונטערהייט. א דיבאטע פאר זיך! אבער פארקויף נישט קיין ליגענט.

(רוב) "אלע" פון די דאקטוירים זענען אין די ביזנעס פון medicine וואס איז א "מולטי ביליאן" דולר ביזנעס. דאס איז זייער agenda
.

אין די 1950's האט איעדע ווינטער גיוועהן אפאר קעיסעס פון פאליא וואס פון דעהם האבן זיך א חלק נישט אויסגעהיילט און געווארן קריפעלט נאכן ליגן אין די iron lung מאשין פאר חדשים און אפאר טויטע.

אוועטאר
שאינו יודע
שר חמשת אלפים
תגובות: 5135
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מארטש 24, 2011 1:27 pm

תגובהדורך שאינו יודע » זונטאג מאי 22, 2016 11:40 pm

בנציון דו ענטפערט נישט אויף גארנישט חות מיטן זאגן א ז די דאקטוירים האבן אן אגענדע, וואס איך ווייס נישט וואס
אז דו ווייסט נישט, רעד נישט!

אוועטאר
Kosher Travel
שר האלף
תגובות: 1434
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 30, 2016 7:40 pm
לאקאציע: Yehupesville
פארבינד זיך:

תגובהדורך Kosher Travel » מאנטאג מאי 23, 2016 8:16 pm

טענו לו בחיטים, ולא הודו לא אפילו בשעורים.

פארפאלן. די מסכנא פון די אשכול איז אז מען מעג יא ניצן Religious Exemption

עס רופט זיך:
The Anti Vaccine Cult

אבער אידישקייט לאז ארויס פון דא.

חילול השם!
מנין, כשר עסען, כשר האטעלס Worldwide Jewish and Kosher Directory
http://www.KosherTravelInfo.com

~~~~~~~~~~~~~
ביטע אנטשולדיגען, אונזער מאנסי, ניו יארק אידישע דירעקטארי שלאפט איצט. אפשר וועט ער זיך אויפוועקען אסאך בעסער ווי פריער. אפשר נישט.

אוועטאר
שאינו יודע
שר חמשת אלפים
תגובות: 5135
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מארטש 24, 2011 1:27 pm

תגובהדורך שאינו יודע » דינסטאג מאי 24, 2016 9:57 am

וואו זעסטו מסכנות?
אז דו ווייסט נישט, רעד נישט!

אוועטאר
Kosher Travel
שר האלף
תגובות: 1434
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 30, 2016 7:40 pm
לאקאציע: Yehupesville
פארבינד זיך:

תגובהדורך Kosher Travel » דינסטאג מאי 24, 2016 9:20 pm

איך גיי נישט אריין אין די פשוטע נארמאלקייט, אחריות אויפן ציבור וכדומה.

להלכה: לעניית דעתי, נוצן Religious Exemption מעג מען נאר אויב מען דינט די אנטי וואקסין קולט.

על פי הלכה ברויך מען מקיים זיין ונשמרתם "מאוד" לנפשותיכם. מען דארף אויך געדענקן אז כל ישראל ערבים זה לזה. וויבאלד אומיוניזעישאין ארבייט נאר אויב רובם ככולם נעמן עס herd immunity איך אן אחריות אויפן ציבור. נו, ליידס אויף די איינרעדנישט אז עס ברענגט אוטיזים, וכדומה. האסט ראיות ברורות צו אפלייקענען די פאקטן אז טויפאלן הערן אויף נאכדעהם וואס עס קומט ארויס אימיוניזעישען. עס האסט צו טוהן ווייל מען נוצט flushable toilets.
לאז אבער די אידישקייט ארויס.
מנין, כשר עסען, כשר האטעלס Worldwide Jewish and Kosher Directory
http://www.KosherTravelInfo.com

~~~~~~~~~~~~~
ביטע אנטשולדיגען, אונזער מאנסי, ניו יארק אידישע דירעקטארי שלאפט איצט. אפשר וועט ער זיך אויפוועקען אסאך בעסער ווי פריער. אפשר נישט.

תוספות
שר חמש מאות
תגובות: 617
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 07, 2018 1:55 am

תגובהדורך תוספות » מאנטאג אוגוסט 20, 2018 12:09 am

און וואס טוט זיך מיט די טישא פון טויטע מענטשן וואס פארדעם געבן נישט די מוסלעמענער קיין וואקסינען, לכאורה איז דאך עס אויך א פראבלעם עפ"י הלכה.
it's easier to fool people, than to convince them they have been fooled.
-Mark Twain

קרעדיט: די PEACH מאגאזין.

מקבל
שר חמישים
תגובות: 94
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 13, 2014 6:26 pm

תגובהדורך מקבל » מאנטאג אוגוסט 20, 2018 3:37 pm

צ"ק.
אויב איז איינער איבערצייגט אז מיטן געבן וואקסינס לייגט ער אריין זיינע קינדער אין א סכנה, אדער נאר אז ער שטעלט איין מער וויפיל ער פארדינט, און ער האלט אז ער איז מקיים ונשמרתם מאוד לנפשותיכם מיטן נישט געבן וואקסינס, מעג ער על פי הלכה אונטערשרייבן די Religious Exemption?

(הרב קאושער טרעוול, אויב איר ווילט נאכאמאל זאגן פארוואס איר האלט אז מען דארף יא געבן וואקסינס, ביטע, טוט עס דא:
viewtopic.php?f=71&t=12598&start=325 )

אוועטאר
שאינו יודע
שר חמשת אלפים
תגובות: 5135
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מארטש 24, 2011 1:27 pm

תגובהדורך שאינו יודע » מאנטאג אוגוסט 20, 2018 11:57 pm

וואס הייסט דער מענטש האלט. און פארוואס זאל עס טוישן די הלכה. עס דארף זיין א רופא מומחה. נישט א סירקל פון תשעה פעמים תשעה קבין
אז דו ווייסט נישט, רעד נישט!


צוריק צו “ידיעות התורה”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 7 געסט