"נשתכחה תורת הבעש"ט"???

הפוך בה דכולה בה

די אחראים: אחראי, גבאי ביהמד

אוועטאר
נשמה
שר חמשת אלפים
תגובות: 5190
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 03, 2009 8:12 pm
לאקאציע: אינעם קערפער ביז די הונדערט און צוואנציג געזונטערהייט

תגובהדורך נשמה » מיטוואך נובעמבער 13, 2019 9:09 pm

יידישע קהילות האט געשריבן:ווען איז געווארן נשתכחה? למשל 100 יאר צוריק, איז שוין געווען נשתכחה?

דער פיאסעצנאר זצ"ל רעדט זיך שוין אפ אז מ'דארף צוריק באנייען דעם דרך הבעל שם טוב. הונדערט יאר צוריק איז תרפ.

דו מוזט בהכרח זאגן אז דער רבי האט בערך געוואוסט וואס דאס דארף צו זיין. ווען א מענטש זאגט 'נשתכח' מיינט עס אז ער ווייסט וואס ער וויל זעהן, און אז דאס זעהט ער נישט. אויב וואלט ער גארנישט געוואוסט וואס דאס איז, וויאזוי ווייסט ער אז ס'איז נשתכח געווארן? והדברים פשוטים.

ס'איז לכאורה געווארן נשתכח בהמשך הזמן. אזוי ווי אסאך זאכן ווערן נשתכח מדור לדור. די היינטיגע דור איז דען אזוי ווי די פאריגע דור?

איך האב א דמיון אז דער רבי זצ"ל פלעגט נאכקוקן און נאכשמעקן די פנימיות העבודה פון אלטע עובדים וואס האבן נאך געלעבט אין זיינע צייטן זעהן צו זיי האבן עס יא. אזוי מוז זיין. אז נישט וויאזוי זאגט ער 'נשתכח'? און זעהט אויס אז ער פלעגט מיט זיי כאפן אזא שמועס'עלע, און ער האט זיך איבערצייגט נאך אנאנד אז יא, די דרך הבעל שם טוב איז 'נשתכח'. קיינער ווייסט נישט וואס דאס איז געווען. ס'מוז זיין אז ער האט יא געוואוסט בערך וואס דאס דארף צו זיין. וויאזוי דאס דארף אויסזעהן.

דאס וואס מענטשן צייגן אן אין ספרים וואס דאס איז געווען, מיינט אזוי ווי א בלינדער וואס האט נאך קיינמאל גארנישט געזעהן, און ער זאל זאל נאכזאגן מיט א געוואלדיגע קלארקייט וויאזוי די זוהן זעהט אויס, די זוהן זעהט זיך אלץ א באלי, ס'איז זייער ליכטיג, ס'הייס, און ס'שיקט שטראלן. ער זאגט נאך פונקטליך וויאזוי די זוהן זעהט אויס, און ס'זעהט טאקע אזוי אויס. אבער ער ווייסט דאך נישט וואס ער רעדט. ווען ער זאל זעהן א לייט אין א הויז, וועט ער זאגן: יא, דאס איז עס. ווייל ער האט נאך קיינמאל נישט עקספיריענסד די זוהן. נאכזאגן פון א ספר וואס די דרך הבעל שם טוב איז געווען מיינט נאכנישט אז ס'איז נישט נשתכח.

נשתכח מיינט נישט אז מ'ווייסט נישט וואס דאס איז געווען. א בלינדער ווייסט אויך וואס מ'דערציילט אים וועגן די זוהן. אבער וויבאלד ער האט דאס נישט עקספיריענסד, ווייסט ער נישט צוזאגן אויף א געוויסע ערשיינונג אז דאס איז עס נישט, און דאס מיינט 'נשתכח'. דערפאר זאגט מען "דאס און דאס איז די דרך הבעל שם טוב", איי, ווער זאגט דיך? ווייל אזוי שטייט קלאר אין די ספר.

כדי צו וויסן וואס דער דרך הבעל שם טוב איז, איז נישט גענוג צו וויסן אז אלעס איז אלוקות. מיט דעם אז דו ווייסט אז אלעס איז אלוקות, און אז מ'קען טרעפן אלוקות אין יעדע זאך, און דו ווייסט אפילו וויאזוי מ'טרעפט עס, מיינט נאכנישט אז מ'ווייסט פון וואס ער רעדט. אזוי ווי דו פארשטייסט ווען איינער זאגט דיך, ווילאנג דו ביסט נישט דארט געווען וועסטו עס נישט פארשטיין. דאס מיינט נשתכח.

והשם הטוב יעזור
לעצט פאראכטן דורך נשמה אום מיטוואך נובעמבער 13, 2019 9:21 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.
אין אני מסכים בשום פנים ואופן לשום דבר, ולשום דברי ציונות, וואס ווערט דא געזאגט דורך סיי וועמען אדער דורך מיר אליין, פארקערט ווי ס'שטייט אין דעם סאטמאר רבינ'ס ספרים.

ידיעות שונות
שר האלף
תגובות: 1075
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מארטש 05, 2018 4:03 pm

תגובהדורך ידיעות שונות » מיטוואך נובעמבער 13, 2019 9:12 pm

נשמה האט געשריבן:
לב בשר האט געשריבן:כ׳האב בכלל נישט געמיינט די עומק פון די ענינים. כ׳האב עס נאר גענוצט אלס דוגמה, און געוואלט ארויסברענגען אז זיין עיקר עבודה איז געווען אריינצוברענגען אמת׳דיגע דעת אינעם ציבור.
צו דיין עצם הערה, ביסט 100% גערעכט, א יעדע איידעלע/האקעלע ענין דארף געזאגט ווערן אין די ריכטיגע זמן.

ס׳איז דא פון רבי׳ן אזאנע סענסעטיווע זאכן (גאנץ ווייניג), כ׳זע אבער נישט אין מיין תגובה ס׳זאל זיין אין דעם כלל. אויב מענטשען (למעלע מגיל 25) שפירן אנדערש, צו איך צוריק.
(בד״וו, די רבי קלאפט קיינמאל נישט אראפ, ווען ער רעדט ווי קליין מיר זענען, רעדט ער מלא רחמנות, און אז אונזער עצה איז זיך צו בעטן ביים טאטן אין הימל...)

ש'כח פאר דיין הגדרה. בכלל אזאנע דיבורים זעהט מען שוין אין די פריערדיגע אויך. די הייליגע יושר דברי אמת וואס האט זיך געדרייט אין חדרים וואס האט נאך שטארק געשמעקט פון בעל שם טוב, שרייבט שוין אזוי אין זיין ספר, "ווי נידריג מ'איז וכו'" און מ'זעהט אין ספר יושר דברי אמת אריינצוברענגען די ריכטיגע דעת.

געדרייט אין חדרים וכו'?? (מאדנע לשון)
היושר דברי אמת, הי' תלמיד מובהק להמגיד הק' מזלאטשוב, ונסע להמגיד ממעזריטש ועוד. בקיצור תלמיד מובהק של תלמידי הבעש"ט.
דעמאלטס איז שוין אויך נאר געבליבן א שמעק פון חסידות?

---
בספה"ק יושר דברי אמת נאך אלע שארפע ווערטער (קרוב לסוף של חלק ראשון, בערך מן אות כ"ט) רעדט ער שטארק ארום איבער ענוה פסולה, און ברענגט דאס ארויס געבויט אויף דברי קדשו פונעם הייליגן בעל שם הק' זי"ע, מיט הדרכה ווי אזוי בראשית העבודה דארף מען צוגיין מיט א ויגבה לבו, עיי"ש.

אוועטאר
נשמה
שר חמשת אלפים
תגובות: 5190
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 03, 2009 8:12 pm
לאקאציע: אינעם קערפער ביז די הונדערט און צוואנציג געזונטערהייט

תגובהדורך נשמה » מיטוואך נובעמבער 13, 2019 9:27 pm

ידיעות שונות האט געשריבן:

דאס האב איך געמיינט צו זאגן, אז ער איז ממש פון יענע חדר. כמעט א תלמיד פון בעל שם טוב. און דאך רעדט ער אויך דעס לשון פון צעבראכנקייט. און דאס וואס דו זאגסט וועגן ענווה פסולה, דאס זאג איך אז דערפאר האט עס דער רבי ז"ל געזאגט נאר אז ס'זאל שטומען מיט דעם שטיקל יושר דברי אמת. אז בשעת א מענטש הייבט אן צו ציען צו עבודת השם, ער הייבט שוין אן צו זיין נאנט, ער וויל שוין, דאן איז שוין אנגעצינדן זיין אור ה', אור הנשמה, און דאן נעמט מען אוועק די קליפות הגאווה. אזוי ברענגט ער דארט. אז מ'זאל וויסן אז אלעס איז דער אייבערשטער.

אבער פאר מ'האט נאך אפילו נישט אנגעהויבן, ווען דער מענטש איז אין א בחינה פון עצבות וכבידות, און עס זעהט זיך נישט אן אינעם מענטש א אור ה', דאן איז די צייט זיך צו באנוצן מיט די גאווה דקדושה. כדי אנצוצינדן דעם אור ה'. אבער די רגע ס'איז אנגעצינדן, דאן קען מען שוין אוועקנעמען די חלקים וואס איז 'רע'.

והשם הטוב יעזור.
אין אני מסכים בשום פנים ואופן לשום דבר, ולשום דברי ציונות, וואס ווערט דא געזאגט דורך סיי וועמען אדער דורך מיר אליין, פארקערט ווי ס'שטייט אין דעם סאטמאר רבינ'ס ספרים.

פיבער מעסטער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 258
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 23, 2011 12:56 pm

תגובהדורך פיבער מעסטער » מיטוואך נובעמבער 13, 2019 9:40 pm

די רבי'ס של"ס תורות איז בדרך כלל שטארקע צובראכנקייט, און די חיזוק נאכדעם איז נישט אלעמאל און אויך נאר בדרך אגב, און עס איז בכלל נישט פארגלייך צו די יושר דברי אמת וואס לעוועלט עס זייער שטארק, וד"ל. יעצט פארוואס דער רבי האט גערעדט די שפראך? איך ווייס נישט.

אבער דיין צושטעל צו יושר דברי אמת קומט נישט דא אריין, יושר דברי אמת איז זייער א רייכע ספר, פול מיט הדרכה און מיט טיפע שטיקלעך, איז מסביר די נסירה, די ניצוצות, וואס מיינט יחוד קודשא בריך הוא ושכינתיה, יסודות אין ענוה גאוה, און נאך אסאך, ממש א ספר קטן המחזיק מאוד באיכות פון מיט חיזוק און הדרכה, און איינס פון די הדרכות רעדט ער שטארק ארום אז מען זאל נישט זיין בגאוה און מען זאל זיך נישט איינרעדן אז מען האלט שוין ערגעץ (וואס אגב איז די ספר א פריוואטע בריוו פאר איינעם, וואס איז נישט קיין ראי' בכלל אויף קיין כלליות'דיגע שפראך) און דיין צושטעלן צום רבי'ן ווי מער ווייניגער רובא דרובא פון די תורות דרייט זיך און איז געבויעט ארום די צובראכנקייט איז נישט קיין צושטעל צו דעם.

ידיעות שונות
שר האלף
תגובות: 1075
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מארטש 05, 2018 4:03 pm

תגובהדורך ידיעות שונות » מיטוואך נובעמבער 13, 2019 9:50 pm

פרידן האט געשריבן:
פיבער מעסטער האט געשריבן:
פרידן האט געשריבן:פארשטיי איך נישט ווי אזוי קען מען זיך טענען אויף אזאך וואס איז נשתכח צו עס איז דא, דארפסט דאך קודם וויסן וואס דאס איז צו קענען זיך דינגען צו עס איז נשתכח צו נישט,
איי די האלסט די זעהסט אין חסידישע ספרים א שטארקע דרך, עס ווארעמט דיך אין העלפט דיך און עבודת השם, אמת קיינער האט דאס קיינמאל געלייקענט אבער ווער זאגט די דאס איז דרך הבעש" ט אפשר איז נאר איין צווייג פין זיין גרויסער דרך

ערגעץ האלט איך שוין מיט דיר... "מען זעהט אין חסידישע ספרים א שטארקע דרך, עס ווארעמט דיך אין העלפט דיך און עבודת השם, אמת קיינער האט דאס קיינמאל געלייקענט"

אפשר די האסט עס נישט געלייקענט אבער אין די חדר ווי די האסט געלערנט האט מען עס יא געלייקנט שטיין און ביין, מען האט געהאלטן אז מען טרעפט נישט דארט קיין שום דרך חוץ עפעס הויכע מדריגות וואס דארף ארויסברענגען ביי א מענטש אזא סארט ענוה צו זעהן ווי ווייט איך בין, און דאס איז עס! מער זעהט מען נישט גארנישט דארט. ווילסט דאס לייקענען? איך קען דיר ווייזן די אלע כתבים פון די סאטמארע תלמידים אנגעפאנגען ביי ר' נ.י. מיט ר' מ.פ. און געענדיגט ביי ר' ש. ש. ט. וואס יעדער ברענגט ארויס אז חסידישע ספרים איז נישט מער ווי צו כאפן א ווארימקייט, אבער בכלל נישט קיין דרך אין עבודת השם, אז די קענסט שוין שרייבן אז מען טרעפט דארט א שטארקע דרך, ביסטו שוין צו אויפגעקלערט....

און וואס די שרייבסט "אפשר איז נאר איין צווייג פון זיין גרויסער דרך" נו נו, נישט אפשר נאר זיכער, חסידות איז עמוק עמוק און עס איז דא סאך טיפער'ס וואס צדיקים האבן משיג געווען, אבער נישט ווי די לייגסט עס אראפ אז דאס איז א צווייג, נאר דאס איז די דרך (ווילסט עס רופן צווייג, רוף עס אזוי, לגבי די חלק העבודה איז עס נישט צופיל משנה).

לערן מיך נישט אויס וואס מען האט מיר אויסגעלערענט, האסט געלערענט א שטיקל תניא אין האלסט דאך שוין פאר א גאנצע טיפער קאפ און פארשטייער צו חסידות

וואס זעמיר שולדיג אז אייך האט מען געלערנט אז חסידות מיינט 'דוקא' א שטיקל 'תניא'?

---
דער ענין פון 'נשתכח' איז געקומען (כאטש טיילווייז) לאפוקי פון עפעס וואס האט זיך אפגעשפילט בימיו פונעם סאטמאר רב זי"ע.

ס'זעהט מיר אויס אז ביי תלמידי וחסידי סאטמאר ווען מ'רעדט איבער "חסידות" קוקט מען עס אהן לויט די בליק און אויגן גלעזער וואס "איין ספעציפישע פלאץ" האט פארשפרייט איבער דעם ענין פון חסידות מהו.

יעצט ווען מיר קומען און שמועסן אויס איבער חסידות בכלליות און די סאטמארע עולם מיט וועם מ'שמועסט האלט פאר די אויגן בלויז א משל פון איין חסידות (וואס מ'קוקט אהן אלס א טאטאלע דורכפאל), אויב אזוי איז נישט מעגליך צו ערווארטן אז מ'זאל זיין גרייט צו מקבל זיין אפי' איין ווארט איבער חסידות אין די צייט וואס ער איז נתחנך געווארן אז 'דעי חסידות' האט גורם געווען פראבלעמען פאר כלל ישראל א.א.וו.

ישרן
שר חמישים ומאתים
תגובות: 252
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 07, 2019 12:11 am

תגובהדורך ישרן » מיטוואך נובעמבער 13, 2019 10:02 pm

נעילד איט.
ווען דו וועסט רעדן צו סאטמארער ווען חסידות, וועט מען אלס צוקומען צו די פאלגנדע פראזן (ואין מוקדם ומאוחר):
לייגן תפילין פאר גוים
אידישקייט האט זיך די בעסטע געהאלטן אין אונגארן
ציונות איז ארגער ווי קאמוניזם, והא ראיה ליובאוויטש
זינגען האט גארנישט מיט חסידות
שטריימלעך האט גארנישט מיט חסידות, די תלמידי הגר"א אין ירושלים גייען אויך
קוק וויאזוי זייערע ווייבער זעהן אויס
ער איז געגאנגען אין קאלעדש אן א קאפל
דער חת"ס איז געווען פון תלמידי הבעש"ט
סאטמאר איז די מערסטע חסידיש, זיי גייען מיט שפיצלעך
וחוזר חלילה
שרייבן אסאך אסאך ווערטער אין אסאך אסאך תגובות מיט א לאנגע לאנגע חתימה מאכט נאכנישט א מענטש וויסן וואס ער רעדט.

ידיעות שונות
שר האלף
תגובות: 1075
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מארטש 05, 2018 4:03 pm

תגובהדורך ידיעות שונות » מיטוואך נובעמבער 13, 2019 10:12 pm

פיבער מעסטער האט געשריבן:די רבי'ס של"ס תורות איז בדרך כלל שטארקע צובראכנקייט, און די חיזוק נאכדעם איז נישט אלעמאל און אויך נאר בדרך אגב, און עס איז בכלל נישט פארגלייך צו די יושר דברי אמת וואס לעוועלט עס זייער שטארק, וד"ל. יעצט פארוואס דער רבי האט גערעדט די שפראך? איך ווייס נישט.

אבער דיין צושטעל צו יושר דברי אמת קומט נישט דא אריין, יושר דברי אמת איז זייער א רייכע ספר, פול מיט הדרכה און מיט טיפע שטיקלעך, איז מסביר די נסירה, די ניצוצות, וואס מיינט יחוד קודשא בריך הוא ושכינתיה, יסודות אין ענוה גאוה, און נאך אסאך, ממש א ספר קטן המחזיק מאוד באיכות פון מיט חיזוק און הדרכה, און איינס פון די הדרכות רעדט ער שטארק ארום אז מען זאל נישט זיין בגאוה און מען זאל זיך נישט איינרעדן אז מען האלט שוין ערגעץ (וואס אגב איז די ספר א פריוואטע בריוו פאר איינעם, וואס איז נישט קיין ראי' בכלל אויף קיין כלליות'דיגע שפראך) און דיין צושטעלן צום רבי'ן ווי מער ווייניגער רובא דרובא פון די תורות דרייט זיך און איז געבויעט ארום די צובראכנקייט איז נישט קיין צושטעל צו דעם.

ראש הקהל
שר חמש מאות
תגובות: 880
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 04, 2011 1:36 pm

תגובהדורך ראש הקהל » מיטוואך נובעמבער 13, 2019 10:49 pm

איז בכלל דא עמיצער וואס האלט אז ס'איז נישט נשתכח? צו וואס דארף מען בכלל אנקומען אז דער סאטמאר רב האט עס געשריבען?
וויל מיר איינער פארקויפען אז ס'איז נאך דא ערגעץ ווי א ווינקל בכל עולם ובכל תפוצות ישראל ווי מ'קען דארט ממש זעהן א מעין דמעין פון וואס דאס דו בעש"ט ותלמידיו הקדושים האבען געמיינט?

פרידן
שר האלפיים
תגובות: 2050
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך דעצמבער 02, 2015 7:37 pm

תגובהדורך פרידן » מיטוואך נובעמבער 13, 2019 10:51 pm

ישרן האט געשריבן:
ידיעות שונות האט געשריבן:
פרידן האט געשריבן:
פיבער מעסטער האט געשריבן:
פרידן האט געשריבן:פארשטיי איך נישט ווי אזוי קען מען זיך טענען אויף אזאך וואס איז נשתכח צו עס איז דא, דארפסט דאך קודם וויסן וואס דאס איז צו קענען זיך דינגען צו עס איז נשתכח צו נישט,
איי די האלסט די זעהסט אין חסידישע ספרים א שטארקע דרך, עס ווארעמט דיך אין העלפט דיך און עבודת השם, אמת קיינער האט דאס קיינמאל געלייקענט אבער ווער זאגט די דאס איז דרך הבעש" ט אפשר איז נאר איין צווייג פין זיין גרויסער דרך

ערגעץ האלט איך שוין מיט דיר... "מען זעהט אין חסידישע ספרים א שטארקע דרך, עס ווארעמט דיך אין העלפט דיך און עבודת השם, אמת קיינער האט דאס קיינמאל געלייקענט"

אפשר די האסט עס נישט געלייקענט אבער אין די חדר ווי די האסט געלערנט האט מען עס יא געלייקנט שטיין און ביין, מען האט געהאלטן אז מען טרעפט נישט דארט קיין שום דרך חוץ עפעס הויכע מדריגות וואס דארף ארויסברענגען ביי א מענטש אזא סארט ענוה צו זעהן ווי ווייט איך בין, און דאס איז עס! מער זעהט מען נישט גארנישט דארט. ווילסט דאס לייקענען? איך קען דיר ווייזן די אלע כתבים פון די סאטמארע תלמידים אנגעפאנגען ביי ר' נ.י. מיט ר' מ.פ. און געענדיגט ביי ר' ש. ש. ט. וואס יעדער ברענגט ארויס אז חסידישע ספרים איז נישט מער ווי צו כאפן א ווארימקייט, אבער בכלל נישט קיין דרך אין עבודת השם, אז די קענסט שוין שרייבן אז מען טרעפט דארט א שטארקע דרך, ביסטו שוין צו אויפגעקלערט....

און וואס די שרייבסט "אפשר איז נאר איין צווייג פון זיין גרויסער דרך" נו נו, נישט אפשר נאר זיכער, חסידות איז עמוק עמוק און עס איז דא סאך טיפער'ס וואס צדיקים האבן משיג געווען, אבער נישט ווי די לייגסט עס אראפ אז דאס איז א צווייג, נאר דאס איז די דרך (ווילסט עס רופן צווייג, רוף עס אזוי, לגבי די חלק העבודה איז עס נישט צופיל משנה).

לערן מיך נישט אויס וואס מען האט מיר אויסגעלערענט, האסט געלערענט א שטיקל תניא אין האלסט דאך שוין פאר א גאנצע טיפער קאפ און פארשטייער צו חסידות

וואס זעמיר שולדיג אז אייך האט מען געלערנט אז חסידות מיינט 'דוקא' א שטיקל 'תניא'?

---
דער ענין פון 'נשתכח' איז געקומען (כאטש טיילווייז) לאפוקי פון עפעס וואס האט זיך אפגעשפילט בימיו פונעם סאטמאר רב זי"ע.

ס'זעהט מיר אויס אז ביי תלמידי וחסידי סאטמאר ווען מ'רעדט איבער "חסידות" קוקט מען עס אהן לויט די בליק און אויגן גלעזער וואס "איין ספעציפישע פלאץ" האט פארשפרייט איבער דעם ענין פון חסידות מהו.

יעצט ווען מיר קומען און שמועסן אויס איבער חסידות בכלליות און די סאטמארע עולם מיט וועם מ'שמועסט האלט פאר די אויגן בלויז א משל פון איין חסידות (וואס מ'קוקט אהן אלס א טאטאלע דורכפאל), אויב אזוי איז נישט מעגליך צו ערווארטן אז מ'זאל זיין גרייט צו מקבל זיין אפי' איין ווארט איבער חסידות אין די צייט וואס ער איז נתחנך געווארן אז 'דעי חסידות' האט גורם געווען פראבלעמען פאר כלל ישראל א.א.וו.

נעילד איט.
ווען דו וועסט רעדן צו סאטמארער ווען חסידות, וועט מען אלס צוקומען צו די פאלגנדע פראזן (ואין מוקדם ומאוחר):
לייגן תפילין פאר גוים
דעס זאגט מען לגבי די ליבאוויטשע אפטייטש פין ויפוצו נישט נוגע לגבי די ענין פין חסידות בכלליות
אידישקייט האט זיך די בעסטע געהאלטן אין אונגארן
דאס זאגט מען ווען מען טענה׳עט זיך איבער שיטות התבדלות א שאלה אין השקפה והנהגה און דרך מלחמה נישט נוגע אהער בכלל
ציונות איז ארגער ווי קאמוניזם, והא ראיה ליובאוויטש
האב איך נישט קיין אהנוג וואו די האסט דאס געהערט און וואס דעס דארף באדייטען און ווי ליבאוויטש קומט דא אריין
זינגען האט גארנישט מיט חסידות
דעס זאגט מען ווין מען טענה׳עט זיך צו נגינה האט חסידות אריין געברענג דאס איז אזאך וואס די רבי האט געזאגט אמאל אז נישט אין סתם א נושא וואס מען קען ארום רעדן אפי׳ חסידות איז נישט נשתכח נישט נוגע איבער די עצם שאלה פין נשתכח
שטריימלעך האט גארנישט מיט חסידות, די תלמידי הגר"א אין ירושלים גייען אויך
דאס האסטו לכאורה געהערט סתם ביי א שמועס איבער די נושא פין שטריימלעך קען זיין עס איז פונקט געווען א סאטמארע שול אבער איך מין עס איז געעווען גראדע ראכמעסטריווקא אינגעלייט וואס האבן גערעדט אויב די רעדסט פין יענע שמועס ווי איך פונקט מיטגעהאלטן (ביי דע וועי ליבאוויטש גייט היינט נישט קיין שטריימל סא עס איז א שטיקל סתירה מיט דיין נקודה אז דרך החסידות נושא אין סאטמאר מיינט נאר ליבאוויטש באט עני וועי)
קוק וויאזוי זייערע ווייבער זעהן אויס
דאס איז נוגע פאר א משל פין א חורבן ווען מען שטעלט אוועק א דרך און עבדות השם פאר א דרך פין הנהגת הקהלה
ער איז געגאנגען אין קאלעדש אן א קאפל
דאס זאגט מען ווען מין רעדט פין איינעם נישט ווען מען איז דן דרך הבעש"ט
דער חת"ס איז געווען פון תלמידי הבעש"ט
אויך עפעס וואס די האסט מסתמא געהערט סתם ביי א שמועס גראדע פונקט אין א סאטמארע שול איך מיין זאלסט דיך אנהייבן דרייען אין שולן פין אנדערע חסידות אויך
סאטמאר איז די מערסטע חסידיש, זיי גייען מיט שפיצלעך
דאס זאגט מען ווען מען רעדט בנושא פין חניאשקישקייט ערליכקייט וואס ווערט אויך גערופן אסאך מיטן לשון חסידיש אבער נישט לגבי די נושא פין דרך הבעש"ט

וחוזר חלילה

שאראש-פאטאק
שר חמישים
תגובות: 97
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך פאברואר 20, 2019 10:25 pm

תגובהדורך שאראש-פאטאק » מיטוואך נובעמבער 13, 2019 10:55 pm

יידישע קהילות האט געשריבן:ווען איז געווארן נשתכחה? למשל 100 יאר צוריק, איז שוין געווען נשתכחה?

לויט די אגרת אין מגן אבות איז תרסב שנת הדפסה הספר
זיכער נשתכך

התבונני
שר מאה
תגובות: 227
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 12, 2018 3:56 pm

תגובהדורך התבונני » דאנארשטאג נובעמבער 14, 2019 8:25 am

קען איינער ארויפלייגן פון בוצינא קדישא (דוכט זיך פרק פ"ט אדער צ')
וואו סענדר דייטש ע"ה באשרייבט דעם נושא ?

התבונני
שר מאה
תגובות: 227
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 12, 2018 3:56 pm

תגובהדורך התבונני » דאנארשטאג נובעמבער 14, 2019 8:36 am

קוקט אויף די לעצטע שורה פון די ראשי תיבות פונעם נאמען

בדרך אגב היינט די יארצייט...
צוגעלייגטע
שלמה קארלבאך.jpg
שלמה קארלבאך.jpg (98.09 KiB) געזעהן 745 מאל

אוועטאר
farshlufen
שר עשרים אלפים
תגובות: 22310
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

תגובהדורך farshlufen » דאנארשטאג נובעמבער 14, 2019 8:53 am

דריי פון די ר"ת זענען גראדע ריכטיג. ש' ק' ר'
סימן דלא ידע כלום, שבוחי.

אוועטאר
יוסף פריעדמאן
שר חמש מאות
תגובות: 921
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אפריל 30, 2015 4:31 am

תגובהדורך יוסף פריעדמאן » דאנארשטאג נובעמבער 14, 2019 9:18 am

farshlufen האט געשריבן:דריי פון די ר"ת זענען גראדע ריכטיג. ש' ק' ר'

:lol: :lol:

ארגינעלע יוד
שר חמישים ומאתים
תגובות: 284
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג סעפטעמבער 05, 2019 6:11 pm

תגובהדורך ארגינעלע יוד » דאנארשטאג נובעמבער 14, 2019 10:28 am

נשמה האט געשריבן:
יידישע קהילות האט געשריבן:ווען איז געווארן נשתכחה? למשל 100 יאר צוריק, איז שוין געווען נשתכחה?

דער פיאסעצנאר זצ"ל רעדט זיך שוין אפ אז מ'דארף צוריק באנייען דעם דרך הבעל שם טוב. הונדערט יאר צוריק איז תרפ.

דו מוזט בהכרח זאגן אז דער רבי האט בערך געוואוסט וואס דאס דארף צו זיין. ווען א מענטש זאגט 'נשתכח' מיינט עס אז ער ווייסט וואס ער וויל זעהן, און אז דאס זעהט ער נישט. אויב וואלט ער גארנישט געוואוסט וואס דאס איז, וויאזוי ווייסט ער אז ס'איז נשתכח געווארן? והדברים פשוטים.

ס'איז לכאורה געווארן נשתכח בהמשך הזמן. אזוי ווי אסאך זאכן ווערן נשתכח מדור לדור. די היינטיגע דור איז דען אזוי ווי די פאריגע דור?

איך האב א דמיון אז דער רבי זצ"ל פלעגט נאכקוקן און נאכשמעקן די פנימיות העבודה פון אלטע עובדים וואס האבן נאך געלעבט אין זיינע צייטן זעהן צו זיי האבן עס יא. אזוי מוז זיין. אז נישט וויאזוי זאגט ער 'נשתכח'? און זעהט אויס אז ער פלעגט מיט זיי כאפן אזא שמועס'עלע, און ער האט זיך איבערצייגט נאך אנאנד אז יא, די דרך הבעל שם טוב איז 'נשתכח'. קיינער ווייסט נישט וואס דאס איז געווען. ס'מוז זיין אז ער האט יא געוואוסט בערך וואס דאס דארף צו זיין. וויאזוי דאס דארף אויסזעהן.

דאס וואס מענטשן צייגן אן אין ספרים וואס דאס איז געווען, מיינט אזוי ווי א בלינדער וואס האט נאך קיינמאל גארנישט געזעהן, און ער זאל זאל נאכזאגן מיט א געוואלדיגע קלארקייט וויאזוי די זוהן זעהט אויס, די זוהן זעהט זיך אלץ א באלי, ס'איז זייער ליכטיג, ס'הייס, און ס'שיקט שטראלן. ער זאגט נאך פונקטליך וויאזוי די זוהן זעהט אויס, און ס'זעהט טאקע אזוי אויס. אבער ער ווייסט דאך נישט וואס ער רעדט. ווען ער זאל זעהן א לייט אין א הויז, וועט ער זאגן: יא, דאס איז עס. ווייל ער האט נאך קיינמאל נישט עקספיריענסד די זוהן. נאכזאגן פון א ספר וואס די דרך הבעל שם טוב איז געווען מיינט נאכנישט אז ס'איז נישט נשתכח.

נשתכח מיינט נישט אז מ'ווייסט נישט וואס דאס איז געווען. א בלינדער ווייסט אויך וואס מ'דערציילט אים וועגן די זוהן. אבער וויבאלד ער האט דאס נישט עקספיריענסד, ווייסט ער נישט צוזאגן אויף א געוויסע ערשיינונג אז דאס איז עס נישט, און דאס מיינט 'נשתכח'. דערפאר זאגט מען "דאס און דאס איז די דרך הבעל שם טוב", איי, ווער זאגט דיך? ווייל אזוי שטייט קלאר אין די ספר.

כדי צו וויסן וואס דער דרך הבעל שם טוב איז, איז נישט גענוג צו וויסן אז אלעס איז אלוקות. מיט דעם אז דו ווייסט אז אלעס איז אלוקות, און אז מ'קען טרעפן אלוקות אין יעדע זאך, און דו ווייסט אפילו וויאזוי מ'טרעפט עס, מיינט נאכנישט אז מ'ווייסט פון וואס ער רעדט. אזוי ווי דו פארשטייסט ווען איינער זאגט דיך, ווילאנג דו ביסט נישט דארט געווען וועסטו עס נישט פארשטיין. דאס מיינט נשתכח.

והשם הטוב יעזור

איך מיין אז יעדע פון די נקודות האב איך שוין געשריבן אויבן, וואס קען מען טון נשמה האט א גוטן פעדער סאיז אסאך קלארער געשריבן.
וויייל דו קענסט נישט מאכן דיין יצטיגע רבי פאר די זעלבע קדוש ווי די אלטע, דארפסטו אבער נאכנישט אראפברענגען די אלטע....
ס'זענען נאך יא דא וואס מיינען עס ערנסט!!
אם הראשונים כמלכים אנו כבני אדם ואם לאו אנו כחמורים..פארשטייסט זיי נישט קיין דעמאקראט!

ארגינעלע יוד
שר חמישים ומאתים
תגובות: 284
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג סעפטעמבער 05, 2019 6:11 pm

תגובהדורך ארגינעלע יוד » דאנארשטאג נובעמבער 14, 2019 10:33 am

ישרן האט געשריבן:
ידיעות שונות האט געשריבן:
פרידן האט געשריבן:
פיבער מעסטער האט געשריבן:
פרידן האט געשריבן:פארשטיי איך נישט ווי אזוי קען מען זיך טענען אויף אזאך וואס איז נשתכח צו עס איז דא, דארפסט דאך קודם וויסן וואס דאס איז צו קענען זיך דינגען צו עס איז נשתכח צו נישט,
איי די האלסט די זעהסט אין חסידישע ספרים א שטארקע דרך, עס ווארעמט דיך אין העלפט דיך און עבודת השם, אמת קיינער האט דאס קיינמאל געלייקענט אבער ווער זאגט די דאס איז דרך הבעש" ט אפשר איז נאר איין צווייג פין זיין גרויסער דרך

ערגעץ האלט איך שוין מיט דיר... "מען זעהט אין חסידישע ספרים א שטארקע דרך, עס ווארעמט דיך אין העלפט דיך און עבודת השם, אמת קיינער האט דאס קיינמאל געלייקענט"

אפשר די האסט עס נישט געלייקענט אבער אין די חדר ווי די האסט געלערנט האט מען עס יא געלייקנט שטיין און ביין, מען האט געהאלטן אז מען טרעפט נישט דארט קיין שום דרך חוץ עפעס הויכע מדריגות וואס דארף ארויסברענגען ביי א מענטש אזא סארט ענוה צו זעהן ווי ווייט איך בין, און דאס איז עס! מער זעהט מען נישט גארנישט דארט. ווילסט דאס לייקענען? איך קען דיר ווייזן די אלע כתבים פון די סאטמארע תלמידים אנגעפאנגען ביי ר' נ.י. מיט ר' מ.פ. און געענדיגט ביי ר' ש. ש. ט. וואס יעדער ברענגט ארויס אז חסידישע ספרים איז נישט מער ווי צו כאפן א ווארימקייט, אבער בכלל נישט קיין דרך אין עבודת השם, אז די קענסט שוין שרייבן אז מען טרעפט דארט א שטארקע דרך, ביסטו שוין צו אויפגעקלערט....

און וואס די שרייבסט "אפשר איז נאר איין צווייג פון זיין גרויסער דרך" נו נו, נישט אפשר נאר זיכער, חסידות איז עמוק עמוק און עס איז דא סאך טיפער'ס וואס צדיקים האבן משיג געווען, אבער נישט ווי די לייגסט עס אראפ אז דאס איז א צווייג, נאר דאס איז די דרך (ווילסט עס רופן צווייג, רוף עס אזוי, לגבי די חלק העבודה איז עס נישט צופיל משנה).

לערן מיך נישט אויס וואס מען האט מיר אויסגעלערענט, האסט געלערענט א שטיקל תניא אין האלסט דאך שוין פאר א גאנצע טיפער קאפ און פארשטייער צו חסידות

וואס זעמיר שולדיג אז אייך האט מען געלערנט אז חסידות מיינט 'דוקא' א שטיקל 'תניא'?

---
דער ענין פון 'נשתכח' איז געקומען (כאטש טיילווייז) לאפוקי פון עפעס וואס האט זיך אפגעשפילט בימיו פונעם סאטמאר רב זי"ע.

ס'זעהט מיר אויס אז ביי תלמידי וחסידי סאטמאר ווען מ'רעדט איבער "חסידות" קוקט מען עס אהן לויט די בליק און אויגן גלעזער וואס "איין ספעציפישע פלאץ" האט פארשפרייט איבער דעם ענין פון חסידות מהו.

יעצט ווען מיר קומען און שמועסן אויס איבער חסידות בכלליות און די סאטמארע עולם מיט וועם מ'שמועסט האלט פאר די אויגן בלויז א משל פון איין חסידות (וואס מ'קוקט אהן אלס א טאטאלע דורכפאל), אויב אזוי איז נישט מעגליך צו ערווארטן אז מ'זאל זיין גרייט צו מקבל זיין אפי' איין ווארט איבער חסידות אין די צייט וואס ער איז נתחנך געווארן אז 'דעי חסידות' האט גורם געווען פראבלעמען פאר כלל ישראל א.א.וו.

נעילד איט.
ווען דו וועסט רעדן צו סאטמארער ווען חסידות, וועט מען אלס צוקומען צו די פאלגנדע פראזן (ואין מוקדם ומאוחר):
לייגן תפילין פאר גוים
אידישקייט האט זיך די בעסטע געהאלטן אין אונגארן
ציונות איז ארגער ווי קאמוניזם, והא ראיה ליובאוויטש
זינגען האט גארנישט מיט חסידות
שטריימלעך האט גארנישט מיט חסידות, די תלמידי הגר"א אין ירושלים גייען אויך
קוק וויאזוי זייערע ווייבער זעהן אויס
ער איז געגאנגען אין קאלעדש אן א קאפל
דער חת"ס איז געווען פון תלמידי הבעש"ט
סאטמאר איז די מערסטע חסידיש, זיי גייען מיט שפיצלעך
וחוזר חלילה

וועלכע פון די נקודות זענען נישט רעלעוואנט צו ערווענען? און פארוואס?
וויייל דו קענסט נישט מאכן דיין יצטיגע רבי פאר די זעלבע קדוש ווי די אלטע, דארפסטו אבער נאכנישט אראפברענגען די אלטע....
ס'זענען נאך יא דא וואס מיינען עס ערנסט!!
אם הראשונים כמלכים אנו כבני אדם ואם לאו אנו כחמורים..פארשטייסט זיי נישט קיין דעמאקראט!

אוועטאר
אונגארישע הייזער
שר חמש מאות
תגובות: 924
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 31, 2019 1:12 pm
לאקאציע: אין מאה שערים

תגובהדורך אונגארישע הייזער » דאנארשטאג נובעמבער 14, 2019 11:25 am

התבונני האט געשריבן:קוקט אויף די לעצטע שורה פון די ראשי תיבות פונעם נאמען

בדרך אגב היינט די יארצייט...

און איינער איז נאך מסופק צו ס'איז נשתכחה.....

מחשב
שר האלף
תגובות: 1396
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 17, 2018 3:57 pm

תגובהדורך מחשב » דאנארשטאג נובעמבער 14, 2019 2:39 pm

יידישע קהילות האט געשריבן:ווען איז געווארן נשתכחה? למשל 100 יאר צוריק, איז שוין געווען נשתכחה?

דאכט זיך מיר אז דער רבי האט געזאגט אז דער דרך הבעש"ט איז אראפגעקומען פאר 150 יאר.
הוי מחשב...

אוועטאר
נשמה
שר חמשת אלפים
תגובות: 5190
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 03, 2009 8:12 pm
לאקאציע: אינעם קערפער ביז די הונדערט און צוואנציג געזונטערהייט

תגובהדורך נשמה » דאנארשטאג נובעמבער 14, 2019 3:50 pm

בס"ד

אפילו ס'איז נשתכחה קען מען נאך לערנען זייערע ספרים און פרובירן טון וויפיל ס'שייך אויף אזא אופן אז ס'זאל זיין די ווייניגסטע חשש פון גיאות. צום ביישפיהל איך האב געזעהן אין בעל שם טוב על התורה, אז די שפיץ פון חסידות איז בירור טוב מרע. יעדע זאך וואס מ'קען מברר זיין, איז צעטיילט אויף צוויי חלקים. איין חלק איז טוב, און איין חלק איז רע. די רבי ז"ל האט זיך אויך אויסגעדרוקט אז די שפיץ פון חסידות איז וכל מעשיך יהיו לשם שמים, און דאס איז די זעלבע עבודה. און אזאנס שטייט דאך שוין אין שולחן ערוך.

א מענטש קלויבט אויס די גוטע פון די שלעכטע, ער קוקט, ער איז זיך מתבונן, און ער זעהט וועכע ס'איז גוט, און וועכע ס'איז שלעכט. זאל עס זיין דקה מן הדקה, איז אויך שייך גוט און שלעכט. יעצט ווען איך טייפ די ווערטער איז אויך שייך ביי מיר א גוטע חלק, אדער גוטע חלקים, און אויך שלעכטע חלקים כגון גאות ושררה והתפארות וביטול הזמן וכו', און דאס דארף מען אוועקווארפן. אבער דאס דארף מען טון יעדע רגע. מ'קען נישט זאגן "שוין". מ'האלט אין איין גיין מעולם לעולם. מ'דארף האלטן אין איין מברר זיין די גוטע פון די שלעכטע.

דאווענען, שטייט דארט זאל מען אינזין האבן די טובת השכינה הקדושה. און אוודאי אוועקלויפן פון גאווה, און גבהות הלב, וואס זיי זענען געווען אזוי אז אפילו נאר א ברעקל גאווה הרג'ט אפ זייער אסאך גוטע, משום אין אני והוא יכולין לדור. דערפאר דארף מען אכטונג געבן פון גאווה. אזוי זאגט ער דארט.

און אויך פון פיאסעצנאר זצ"ל שטייט אז די עיקר עבודה פון בעל שם טוב נ"ע איז געווען, נישט אוועקצושטופן גארנישט. נאר עס מברר זיין און בלייבן מיט די טוב. יעצט יעדער קען זיך איינרעדן וואס 'טוב' מיינט. פאר דעם איז דאך דא די "נשתכחה דרך הבעל שם טוב" אלץ שמירה. יא, מ'קען טון שקוצעריי אין נאמען פון בעל שם טוב. און אזוי ווי דער רבי אליין דרוקט זיך אויס אז דער עיקר וויל ער זאגן אז מ'זאל נישט אנהעגן שקוצעריי אין צדיקים קדושי עליון. אבער אדרבה, פון גארנישט טון און זיך נאכלאזן קומט מען זיכער נישט אן. מ'דארף טון. נאכדערצו ווען מ'איז יונג און מ'האט די כוחות איז אוודאי כדאי זיך מברר צו זיין. אדער מעלה זיין די מידות. איך רעד נישט פון מעלה זיין 'מחשבות', איך רעד פון מעלה זיין די מידות. למשל מ'שפירט 'תפארת', איז מען זיך מתבונן ווילאנג מ'שפירט אז די 'תפארת' באלאנגט פאר השי"ת. דאס האט דאך נישט דייקא מיט'ן בעל שם טוב, דאס שטייט שוין אין אגרת הרמב"ן. אפילו מיט 'נשתכחה' שטייט דאך עס שוין פאר די בעל שם טוב.

נאכדעם איז דא די ענין פון התקשרות והתדבקות לצדיקים. לויט מיין גארנישט מיינונג קען מען עס יוצא זיין, ווען מ'האט אין זיך הכנעה און מ'וויל זיך מדבק זיין מיט'ן גאנצן הארץ צו אמת'ע ערליכע יודן. אפילו מ'ווייסט נישט ווער דאס איז, אבער דאס אליין אז מ'ציהט אין הארץ צו אמת'ע ערליכע יודן, און מ'וואונטש זיך הלוואי וואלט איך זיי געטראפן, ציהט מען צו ערליכע נקודות, און יעדע יוד האט אמאל א גוטע מינוט, און יענע גוטע מינוט פון התקשרות האט מען שוין אויפגעטון עפעס. דאס אליין קען אויך העלפן. אדער זאל עס זיין התחברות חברים. עכ"פ טון דארף מען. אפילו ווען מ'זעהט אין איינעם א נקודה טובה, און צו יענע נקודה טובה וויל מען, איז עס לכאורה אויך עפעס. אגען, מ'קען זיך דא אויך איינרעדן וואס מ'וויל און אנהענגען בוקי וסרוקי וכו', פאר דעם האמיר דאך די 'נשתכח' אלץ א שפיז. דהיינו, צווינג מיר נישט צו גיין צו דיין רבי'ן ווייל איך נעם ארויס מיין 'נשתכח' פון טאש.

נאכדעם איז דא די עבודת האכילה, וואס אויב מ'וויל דייקא האט מען רעכט צו טון אין עבודת האכילה, ווייל דאס האט דאך יא די רבי ז"ל געטון און ער האט אינערגעץ נישט גערעדט אז מ'זאל עס נישט טון. און ער האט עס אויך קיינמאל נישט אוועקגעמאכט. דאס איז נאך אזויפיל ווי זינגען דייקא די שלום עליכם וואס די רבי האט געזינגען. ביי עבודת האכילה איז אויך שייך די ענין פון בירור טוב מרע. עכ"פ אין א גוטע מינוט, מאכט מען בירור טוב מרע.

סתם טאנצן ביי א חתונה די היינטיגע ניגונים און טראכטן "דאס איז דאך אלוקות, און איך טו עס" אזא זאך, ווער ס'פארשטייט, פארשטייט אז אויף דעם איז געזאגט געווארן 'נשתכח', אז מ'וויל זיך נישט עקשנ'ן. סתם גיין עסן פיצא און גריל, און לעבן א שוואויל טאג מיט'ן אויסרייד אז די דרך הבעל שם טוב איז סייווי נשתכח, איז דען דאס נישט א צער השכינה? מיר דארפן יא וועלן עכ"פ עפעס. א יוד דארף סייווי לעבן מיט'ן אייבערשטן.

די קונץ איז נישט צו שפירן "איך בין א דרך הבעל שם טוב'ניק", ווייל אין לך גאווה גדולה מזו. די זאך איז: "איך וויל טון וואס איך קען, ווייל איך ווייס אז משיח ווענד זיך אין מיין עבודה".

די קונץ איז נישט אראפצוקוקן די עלטערן און די רבי'ס, דאס און טאקע דאס איז א חלק הרע. נישט האבן הכנעה איז זיכער רע. די קונץ איז אוועקצושטופן די 'רע' און זיך קלויבן דעם 'טוב'. אפילו קיינער גייט עס קיינמאל נישט וויסן. אפילו איך גיי עס נאר טון די איינמאל. אפילו איך גיי ווייטער בלייבן א פלעינע מענטש. טו איך עס פאר כבוד קודשא בריך הוא ושכינתיה. מיט אן אמת. די איינמאל און שוין.

ס'איז א שאד אז ס'דא צוואנציג יעריגע יונגעלייט וואס וואלטן באמת געקענט טון אן עבודה גבוהה לשמים, נישט ווייל מ'וויל זיך שפירן גוט, נאר ווייל מ'וויל בלייבן ביי א טעם אין שב"ק. ס'איז א שאד אז מ'זאל זיך נישט נעמען אין די האנט אריין, און זיך נעמען טון. ר' שרגא פליישמאן נ"י אזוי ווי דו קוקסט אים אן, ער האט ארויס פארשידענע טיפע נקודות אין עבודת השם. עכ"פ. טון דארף מען.

נאכדעם אז מ'שפירט חלילה גיאות אנטלויפט מען צו די רבי'ס תורות, און מ'וויינט זיך גוט אויס, און מ'שטעלט זיך צוריק אויפן פלאץ די מערסטע שייך.

אז מ'טוט נישט אין 'חסידות', פאלט מען. אז מ'טוט אין 'חסידות', קען מען אויך פאלן, דורכ'ן צוקומען צו גיאות. אבער אז מ'טוט נישט, ווערט מען פארגרעבט. ס'איז טאקע נשתכח געווארן די דרך הבעל שם טוב ז"ל, אבער דער דרך זקן וכסיל איז נאך בתקפו. און די דרך החסידות וואס איז נאך געבליבן קען האלטן ביי יודישקיייט. ביי עונג ותענוג אין עבודת השי"ת. ביי תשובה ותיקון המעשים.

אפשר איז די רצון פון השי"ת, אז אפילו ס'איז נשתכח געווארן און ס'איז נישטא די גיאות פון "איך גיי אויפן דרך הבעל שם טוב", זאל מען דאך פרובירן עפעס. איך רעד יעצט נישט פון טון שקוצעריי און זאגן "דאס איז דער דרך הבעל שם טוב". איך רעד נישט פון חלילה התחברות לרשעים, חנופה לרשעים, שבח לרשעים, ממליץ טוב זיין אויף רשעים. איך רעד א מענטש פאר זיך. פארוואס זאל מען נאכלאזן די געלעגנהייט צו טון. און די אלע זאכן האט ניטאמאל דוקא מיט'ן דרך הבעל שם.

מ'האט אין סאטמאר געהעריג געלערנט די חסידישע ספרים און מ'האט פיין עוסק געווען אין חסידות. ניין, מ'איז נישט ארומגעגאנגען בלאזן פון זיך.

פארשטייסטו? שוין. והשם הטוב יעזור.
אין אני מסכים בשום פנים ואופן לשום דבר, ולשום דברי ציונות, וואס ווערט דא געזאגט דורך סיי וועמען אדער דורך מיר אליין, פארקערט ווי ס'שטייט אין דעם סאטמאר רבינ'ס ספרים.

ישרן
שר חמישים ומאתים
תגובות: 252
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 07, 2019 12:11 am

תגובהדורך ישרן » דאנארשטאג נובעמבער 14, 2019 8:36 pm

הרב נשמה, אויב זענט איר גערעכט, דאן פארוואס האט דער רבי געמוזט צוקומען צום "דוחק גדול" תירוץ אז די ווערטער פון משיח האט שוין עקספייערט, און משיח וועט קומען אן ויפוצו, און אז די דרך הבעש"ט וועט צוריק נתגלה ווערן ווען משיח וועט קומען? סקען דאך זיין אז יפוצו מיינט די נקודות וואס איר האט ערווענט? דער עיקר אידאך נישט תולה צו זיין בוקי סריקי בתלמידי הבעש"ט?
שרייבן אסאך אסאך ווערטער אין אסאך אסאך תגובות מיט א לאנגע לאנגע חתימה מאכט נאכנישט א מענטש וויסן וואס ער רעדט.

אוועטאר
סאדאם חוסעין
שר חמשת אלפים
תגובות: 5123
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אפריל 30, 2015 5:10 pm

תגובהדורך סאדאם חוסעין » דאנארשטאג נובעמבער 14, 2019 8:48 pm

איך האב אמאל געמיינט אז דאס האט מיט דרך החסידות ביז איך האב געטראפן א ספורנו
אלקים. הנה מלת א-לוה תורה על נצחי ולזה על השדים שהם מתים כבני אדם כמו שהעידו רז''ל אמר לשדים לא אלוה ואמר על הקל ית' אלוה כי הוא הנצחי בהחלט כאמרו ויטוש אלוה עשהו. ויאמר עליו אלקים לשון רבים להורות שהוא צורת כל הצורות הנצחיות וזולתם כאמרו מלא כל הארץ כבודו כי אין לזולתו מציאות זולת הנאצל ממציאותו. ולא ימצא שום נמצא זולת מציאותו כאמרו ואתה מחיה את כלם
ווילאנג טראמפ האט טוויטער וועט זיין נייעס, און ווילאנג טראמפ איז א ריפאבליקען וועט זיין סקאנדאלן! [קרעדיט וויכי]

ישרן
שר חמישים ומאתים
תגובות: 252
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 07, 2019 12:11 am

תגובהדורך ישרן » דאנארשטאג נובעמבער 14, 2019 8:53 pm

סאדאם חוסעין האט געשריבן:איך האב אמאל געמיינט אז דאס האט מיט דרך החסידות ביז איך האב געטראפן א ספורנו
אלקים. הנה מלת א-לוה תורה על נצחי ולזה על השדים שהם מתים כבני אדם כמו שהעידו רז''ל אמר לשדים לא אלוה ואמר על הקל ית' אלוה כי הוא הנצחי בהחלט כאמרו ויטוש אלוה עשהו. ויאמר עליו אלקים לשון רבים להורות שהוא צורת כל הצורות הנצחיות וזולתם כאמרו מלא כל הארץ כבודו כי אין לזולתו מציאות זולת הנאצל ממציאותו. ולא ימצא שום נמצא זולת מציאותו כאמרו ואתה מחיה את כלם

יא עס שטייט אין די ראשונים, אבער אין נפש החיים איז ער מחולק מיט דעם.
און ווי כ'האב שוין ערווענט, האו דער בעש"ט נישט מקבל געווען קיין תורה חדשה מפי הגבורה, נאר געפילעוועט און געמאכט א יסוד פון זאכן וואס ווערן געברענגט ביי די פריערדיגע.
לעצט פאראכטן דורך ישרן אום דאנארשטאג נובעמבער 14, 2019 9:09 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.
שרייבן אסאך אסאך ווערטער אין אסאך אסאך תגובות מיט א לאנגע לאנגע חתימה מאכט נאכנישט א מענטש וויסן וואס ער רעדט.

אוועטאר
farshlufen
שר עשרים אלפים
תגובות: 22310
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

תגובהדורך farshlufen » דאנארשטאג נובעמבער 14, 2019 8:58 pm

חכמים הזהרו הדבריכם.
סימן דלא ידע כלום, שבוחי.

ישרן
שר חמישים ומאתים
תגובות: 252
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 07, 2019 12:11 am

תגובהדורך ישרן » דאנארשטאג נובעמבער 14, 2019 9:10 pm

farshlufen האט געשריבן:חכמים הזהרו הדבריכם.

פארראכטן.
שרייבן אסאך אסאך ווערטער אין אסאך אסאך תגובות מיט א לאנגע לאנגע חתימה מאכט נאכנישט א מענטש וויסן וואס ער רעדט.

מחשב
שר האלף
תגובות: 1396
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 17, 2018 3:57 pm

תגובהדורך מחשב » דאנארשטאג נובעמבער 14, 2019 9:23 pm

ישרן האט געשריבן:
סאדאם חוסעין האט געשריבן:איך האב אמאל געמיינט אז דאס האט מיט דרך החסידות ביז איך האב געטראפן א ספורנו
אלקים. הנה מלת א-לוה תורה על נצחי ולזה על השדים שהם מתים כבני אדם כמו שהעידו רז''ל אמר לשדים לא אלוה ואמר על הקל ית' אלוה כי הוא הנצחי בהחלט כאמרו ויטוש אלוה עשהו. ויאמר עליו אלקים לשון רבים להורות שהוא צורת כל הצורות הנצחיות וזולתם כאמרו מלא כל הארץ כבודו כי אין לזולתו מציאות זולת הנאצל ממציאותו. ולא ימצא שום נמצא זולת מציאותו כאמרו ואתה מחיה את כלם

יא עס שטייט אין די ראשונים, אבער אין נפש החיים איז ער מחולק מיט דעם.
און ווי כ'האב שוין ערווענט, האו דער בעש"ט נישט מקבל געווען קיין תורה חדשה מפי הגבורה, נאר געפילעוועט און געמאכט א יסוד פון זאכן וואס ווערן געברענגט ביי די פריערדיגע.

דו מיינסט צו זאגן אז דער נפש החיים איז מסכים צו דעם דלא כרבו הגר"א? פארריכט מיר אויב כ'האב א טעות.
הוי מחשב...

צוריק צו “ידיעות התורה”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: Google [Bot] און 9 געסט