הפוך בה דכולה בה
דאנערשטאג פבואר 28, 2013 2:38 pm
שכח פאר די לינק
אויב מעגליך א דיטעילד דעסקריפשען אין איין תגובה
Advertisement
דאנערשטאג פבואר 28, 2013 4:50 pm
פון וועלכען רבי'ן זי"ע רעדט מען דא?
דאנערשטאג פבואר 28, 2013 4:52 pm
דאנערשטאג פבואר 28, 2013 5:00 pm
נחוניא האט געשריבן:פון וועלכען רבי'ן זי"ע רעדט מען דא?
בעל ליקוטי אורה מסאטמאר זי"ע!
דאנערשטאג פבואר 28, 2013 5:01 pm
איך האב אמאל אנגעהויבן אן אשכול, און עס גערופן "הרב הקדוש" וכו', האבן די אחראים אראפגענומען דעם טיטל, און געשריבן בלויז ר'. ווען איך האב געפרעגט פשט דערפון, האב איך באקומען דעם פאלגענדע אנטווארט:
דער קעפל איז אין איינקלאנג מיט די סטאנדארטן פונעם פלאץ, כדי צו האלטן א באלאנסירטען פארום,
וויבאלד אויף יעדע אשכול פלעגן קומען געוויסע וואס זענען געווען תלמידים וכדו' און פארלאנגען א מער בכבוד'דיגע טיטל, האט מען איינגעפירט אז יעדע קעפל דארף זיין אייניג,
מיר האפן איר וועט עס פארשטיין.
אחראי בשם ההנהלהדעריבער וואונדער איך זיך צו זעהן אז עס זענען דא געוויסע צדיקים וועלכע האבן די פראטעקציע יא צו באקומען א מער בכבוד'דיגע טיטל...
דאנערשטאג פבואר 28, 2013 5:08 pm
דאס איז ווייל די מנהלים נוצן דעם פיפטן שולחן ערוך
---
צוריק צום נושא
דאנערשטאג פבואר 28, 2013 9:18 pm
ק.נ.א. וועטער האט געשריבן:קען זיין בדרך הלצה אז חדא קושיא מתורצת בחברתה, ס'שטייט "וחטאך בצדקה פרוק" ממילא אויב גיט מען צדקה איז נישט געפערליך אז ס'גייט דורך רוב יאר אן תחנון.
פרייטאג מרץ 01, 2013 11:46 am
פאטאקי08 האט געשריבן:שכח פאר די לינק
אויב מעגליך א דיטעילד דעסקריפשען אין איין תגובה
קוק אין סידור.
עס געפעלט מיר דער איד וואס האט געלאזט אריינלייגן אין
דבר יום ביומו אז מען זאל זאגן תחנון בכוונה, וווייל עס איז דא נאך בלויז צווויי מאל תחנון ביז ר"ח אייר הבעל"ט, לא אלמן ישראל
פרייטאג מרץ 01, 2013 12:39 pm
דאס איז מיט'ן חשבון פון ערב שבת נישט זאגן, כ"א אדר נישט זאגן, און שבעת ימי המילואים נישט.
אבער אין אסאך פלעצער זאגט מען מער ווי צוויי מאל.
מאנטאג מרץ 04, 2013 1:48 am
שאינו יודע האט געשריבן:msp האט געשריבן:היינט נישט געווען קיין משולחים.....
זעט אויס אז די דרייווער האט זיי אראפגעלייגט ביי די ראנג אדרעס
בשורה טובה, אדער א שאד?...
מאנטאג מרץ 04, 2013 9:24 am
שאינו יודע האט געשריבן:פאטאקי08 האט געשריבן:שכח פאר די לינק
אויב מעגליך א דיטעילד דעסקריפשען אין איין תגובה
קוק אין סידור.
עס געפעלט מיר דער איד וואס האט געלאזט אריינלייגן אין
דבר יום ביומו אז מען זאל זאגן תחנון בכוונה, וווייל עס איז דא נאך בלויז צווויי מאל תחנון ביז ר"ח אייר הבעל"ט, לא אלמן ישראל
היינט האט ער געהייסן זאגן תחנון 3 מינוט לענגער.קוקט אויס אז עס קומט נאך עטליכע גזירות
מאנטאג מרץ 04, 2013 10:57 am
און פונקט היינט איז געווען ביי אונז א ברית.
כאטשיג אין חק לישראל האבן מיר געלערנט וועגן תחנון, ונשלמה פרים שפתינו.
מאנטאג מרץ 04, 2013 11:09 am
דאס קומענדיגע מאל לויט'ן לוח וועט מען זאגן תחנון ד' אייר זונטאג פ' אחרי-קדושים
ובמהרה יבנה המקדש
מאנטאג מרץ 04, 2013 11:10 am
לכאורה האט געשריבן:און פונקט היינט איז געווען ביי אונז א ברית.
יודעי דבר זאגן אז ווען ע"פ שו"ע זאגט מען נישט קיין תחנון און איד ער תיקון גאר גרעסער!
מאנטאג מרץ 04, 2013 10:37 pm
אינטרעסאנטע מנהג היינט געהערט.
אין בעלז האט מען שוין היינט נישט געזאגט קיין תחנון ווייל רוב וואך גייט מען נישט זאגן, ע"פ הב"י סי' תכ"ט.
מאנטאג מרץ 04, 2013 11:08 pm
דאס מיינט אז אין בעלז גייט מען די נעקסטע מאל זאגן תחנון ה' אייר?
ווייל אין בעלז זאגט מען נישט קיין תחנון זונטאג
מאנטאג מרץ 04, 2013 11:15 pm
פאטאקי08 האט געשריבן:דאס מיינט אז אין בעלז גייט מען די נעקסטע מאל זאגן תחנון ה' אייר?
ווייל אין בעלז זאגט מען נישט קיין תחנון זונטאג
קען זיין הערשט ו'...
דינסטאג מרץ 05, 2013 12:04 am
לכתחילה, באמת א נקודה איך האב שוין זייער אסאך געקלערט איבער דעם
און וואס איך בין ארויסגעקראכן איז דאס ענין אזוי:
מיר זענען דאך נישט ווער ווייסט וואס אידן וואס לייגען אראפ א דאווענען וואס שפאלט הימלען, מיר כיפערן אפ א דאווענען מע יאג מיר, מע פליט, מע ווייסט קוים אז מען דאווענט, סזאגט זיך ווערטער בלא יודעים,
ווען האט איר דאס לעצטע מאל געטייטשט 10 גאנצע ווערטער אויף איינמאל ביים דאווענען? (אויסער ביים יהי רצון שתצלינו היום..)
אלזא דער אמת איז, די מצוה וואס האלט אונז אויף דא אינעם לאנגען גלות איז צדקה!!
געבן א נתינה'לע פאר א נויטבאדערפטיגען איד בסבר פנים יפות, אפי' ער לייגט ארויף די האנט אויף דיינע פלייצע (פאר א קמחה דפסחא, מיין איך) געב אים, און פאר אלע אנדערע אהין א נתינה מיט א שמייכעל, ווייז אים אז ער איז אייער ברודער אין ווילט אים העלפן בצר לו, צו ווייסט איר וואספארא זכות - און ברכה, איר האט זיך איינגעקויפט אט יענע מינוט? פאר דיר! פאר דיינע קינדערלעך! פאר דיין גאנצע הויזגעזונד!
סך סך מער פון וויפיל איר קויפט זיך איין מיט אייער ארימען דאווענען, פון א צוואנציג דרייסיג מינוט, מיט א כלאפ לאפ!
איר האט יעצט אויפגעלעבט א בן יחיד, פון אט דעם פאטער פון וועם איר בעט אין דאווענט יעצט. זיכער וועט דער טאטע אייך צוריק געבן נאכן דערפרייען זיין צובראכען בן יחיד'לס הארץ.. קלערט איר דען פארקערט? דאס איז דאך די בעסטע טריק אריינצוכאפן דעם טאטען, אויף דיין זייט.
אלזא נישט נאר איר דארפט זיי די אידן די געלט קלאפערס, געבן די צדקה בסבר פנים יפות,
נאר איר באדארפט אנכאפן דעם אידן מיטן אויסגעשטרעקטן האנט, ארומנעמען און אים א קיש געבן אינעם שטערן!!
און הויעך אויסשרייען א ישר כח פארן קומען צו מיר, איך מיך מזכה זיין, איך דאנק אייך פארן איבערלאזען א ברכה, וואס גייט מיך באגלייטען, מיין בני בית, אין מיינע קינדער'לעך אין אלע מיינע עסקים אויף דעם גאנצען טאג,
נעמט!! נעמט!! וויפיל ווילט איר, וויפיל קלערט איר וועט עס מאכען, א דאללער? צוויי? נאט אייך געזונטערהייט זייט אים מסביר.
זיכער איז דאס געווען דער רצון קדשו פון מרן מסאטמאר זי"ע, דער אוהב ישראל אמיתי, וואס האט געשארט טישען מיט די גרינס, רעכטס אין לינקס פאר "סיי וועמען" נישט געמאכט קיין חילוקים,
אין טאקע דייקא ביי דעם ארימען דאווענען, דאס נעמט דעם דאווענען אין מאכט דאס פאר א גאנצער יש!
נאך ווי דער סאטמאר רב איז געווען א חכם הארזים, ער האט דאך אזאזנס גוט געוויסט ווי מע קויפט אפ דעם אויבערשטען - פאר קליין געלט!
זונטאג אפריל 07, 2013 7:33 am
רבניש, יא און ניין. ס'איז דא צייטן וואס כ'קריך שוין ענדליך ארויס פון מוחין דקטנות (ביי אהבות עולם געווענליך, ווען כ'יאג שוין ענדליך אן דעם מנין) און די נאכאנאנדע געקלאפעכץ ווארפן מיך צוריק אריין דערין. (פארשטייט זיך ס'איז מעשה יצר...)
זונטאג אפריל 07, 2013 7:58 am
רבניש האט געשריבן:ווען האט איר דאס לעצטע מאל געטייטשט 10 גאנצע ווערטער אויף איינמאל ביים דאווענען? (אויסער ביים יהי רצון שתצלינו היום..)
מען איז שוין אזוי צוגעוואוינט צו אינזין האבן די טייטש ביים דאווענען אז מען כאפט זיך נישט דאס מען האט אינזין די טייטש פון כמעט אלע ווערטער.
מאנטאג יולי 29, 2013 1:06 pm
אן אריינגיין אין די הלכה חלק
וואז איז שוין אויסגעשמועסט געווארן דא
קען איך מיך אבער נישט אפהאלטן פון צו פארציילן א קליינע מעשה
היינט אין בית מדרש האט מען געזאגט תחנון און איך געדענק שוין לאנג נישט אזא ערענסטע מאנטאג תחנון אווי היינט
זעה דא פארוואס
viewtopic.php?t=20511גראדע ביי מיין מנין גלייך נאך תחנון בשעת דער שמש האט פארקויפט די עליות האט ער מבשר געווען אז מען האט געטראפן דעם יונגל...
דינסטאג יולי 30, 2013 8:49 am
פאטאקי08 האט געשריבן:דאס מיינט אז אין בעלז גייט מען די נעקסטע מאל זאגן תחנון ה' אייר?
ווייל אין בעלז זאגט מען נישט קיין תחנון זונטאג
Haha
דינסטאג יולי 30, 2013 9:46 pm
פאטאקי08 האט געשריבן:גראדע ביי מיין מנין גלייך נאך תחנון בשעת דער שמש האט פארקויפט די עליות האט ער מבשר געווען אז מען האט געטראפן דעם יונגל...
און נאכדעם האט שוין קיין איין מנין נישט געזאגט ווייל ס'דאך א גרויסע שמחה געווען, מ'האט אים געטראפן...