שמירת עינים - חיזוק והתעוררות

הפוך בה דכולה בה

די אחראים: אחראי, גבאי ביהמד

אוועטאר
קיקיון
שר עשרת אלפים
תגובות: 13144
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 16, 2012 11:11 am

תגובהדורך קיקיון » זונטאג יוני 01, 2014 10:45 am

אזוי ווי די וואס פארען אין וואלד אויף התבודדות מיט א בוס
איך האלט שוין ביי 13000
search.php?author_id=5082&sr=posts

אוועטאר
נשמה
שר חמשת אלפים
תגובות: 5019
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 03, 2009 8:12 pm
לאקאציע: אינעם קערפער ביז די הונדערט און צוואנציג געזונטערהייט

תגובהדורך נשמה » זונטאג יוני 01, 2014 10:47 am

קיקיון האט געשריבן:אזוי ווי די וואס פארען אין וואלד אויף התבודדות מיט א בוס

זאל זיין.
אין אני מסכים בשום פנים ואופן לשום דבר, ולשום דברי ציונות, וואס ווערט דא געזאגט דורך סיי וועמען אדער דורך מיר אליין, פארקערט ווי ס'שטייט אין דעם סאטמאר רבינ'ס ספרים.

אוועטאר
נשמה
שר חמשת אלפים
תגובות: 5019
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 03, 2009 8:12 pm
לאקאציע: אינעם קערפער ביז די הונדערט און צוואנציג געזונטערהייט

תגובהדורך נשמה » דינסטאג יוני 17, 2014 11:32 am

ס'האט זיך נעכטן אנגעהויבן א נייע מחזור אויפן טעלעפאון ליין פון ר' שמעון גערטנער.

איך פערסענעלי האב עס זייער ליב צו הערן.
ס'נאר בערך פינף מינוט יעדן טאג. אפשר א משהו מער.


טעלעפאון נאמבער
1718-362-8845

היינט האלט עס שוין ביי שיעור ב'
אז מ'וויל הערן נעכטיגע דרוק דריי.
היינטיגע דרוק איינס.
אין אני מסכים בשום פנים ואופן לשום דבר, ולשום דברי ציונות, וואס ווערט דא געזאגט דורך סיי וועמען אדער דורך מיר אליין, פארקערט ווי ס'שטייט אין דעם סאטמאר רבינ'ס ספרים.

אוועטאר
וואטיצעך
שר חמש מאות
תגובות: 509
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 06, 2013 10:13 pm
לאקאציע: איבעראל ווי ס'טיצעך

תגובהדורך וואטיצעך » דינסטאג יוני 17, 2014 3:33 pm

געכאפט לעטצנס א היטש מיט איינעם אין ק"י זעה איך ווי ער האט ארויפגעקלעבט אזא דערמאנונג אויפן סטירינג וויל אז ער דארף זיך היטן די אייגעלעך
ווען עס טיצעך נישט וויזוי מען וויל, וויל מען וויזוי ס'טיצעך.....

יאנקעלע קליגער
שר האלפיים
תגובות: 2823
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אפריל 30, 2013 5:18 pm

תגובהדורך יאנקעלע קליגער » דינסטאג יוני 17, 2014 3:53 pm

מיינסט ר' נצ"ר
העי! דו, זיי נישט אזוי פארזעצט,
עפעס א לחלוחיות גוטסקייט איז אראפגערונען צו דיר אויך, אז דו וועסט עס איינזען וועסטו אנהייבן שפירן אז אך טוב וחסד ירדפוני.

אוועטאר
וואטיצעך
שר חמש מאות
תגובות: 509
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 06, 2013 10:13 pm
לאקאציע: איבעראל ווי ס'טיצעך

תגובהדורך וואטיצעך » דינסטאג יוני 17, 2014 7:17 pm

כהאב נישט קיין אנונג
שטאפן הוט, ברילן, לאנגע ווייסע(???) בארד
ווען עס טיצעך נישט וויזוי מען וויל, וויל מען וויזוי ס'טיצעך.....

אוועטאר
נשמה
שר חמשת אלפים
תגובות: 5019
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 03, 2009 8:12 pm
לאקאציע: אינעם קערפער ביז די הונדערט און צוואנציג געזונטערהייט

תגובהדורך נשמה » פרייטאג יוני 20, 2014 11:32 am

איך זיץ דא. אין פראנט פון מיר ארבעט א טעלעוויזשאן סקרין מיטן גאנצן פראכט. פריער האב איך א משהו געקוקט. מיין פלוניסטע האט זיך אנגערופן וואס האבן די גוים פון שפילן באל. האב איך פארשטאנען אז מ'זעהט דארט ווי מ'שפילט באל. האב איך א רגע געקוקט.גוים האבן נישט וואס צו טון און זיי לויפן ארום כאפן דעם באל און אריינשיסן אינעם לעכעריגן זאק. גיי ווייס די גוי'אישע תאוה דערפון. אבער איך קוק יעצט אראפ.

דא אז נישט דא קיין איין יוד.איך קען רואיג קוקן אבער איך קוק נישט ווייל איך האב מורא אז ס'וועט פלוצים ארויפקומען א גויטע און צו וואס פעלט עס מיר אויס. אבער דער אייבערשטער זאל העלפן איך זאל טאקע נישט קוקן. און אפהיטן מיינע אויגעלעך. ס'איז אביסל שווער אבער אז איך קען יעצט זיצן דא אויף אייוועלט איז עס א געוואלדיגער הצלה.

פון וויפיל הנאות האלט זיך א יוד צוריק.
א יוד האט נישט די תענוגים וואס א גוי האט. נאכדערצו יעצט ווען איך הער עס. און ס'שפילט פאר מיינע אויגן. איך דארף נישט מער ווי אויפהייבן מיינע אויגן. און הנאה האבן. און זיך איינרעדן אז ווען ס'וועט ארויפקומען א גויטע וועל איך שוין אוועקקוקן. אבער ניין איך וויל נישט.
איך וויל נישט ווייל איך טאר נישט. ווען מיין חבר וואלט דא געווען און געזעהן ווי נשמה קוקט וואלט איך עס נישט אויסגעהאלטן. וואלט איך איהם געוויזן ווי ערליך איך בין.
חחח

איז יעצט ווען קיינער איז נישט דא. איך קען רואיג קוקן. איך וואלט ניטאמאל געדארפט אפגעבן א תגובה דא ווי א צולייגער וואס טוט זיך אויף. איך וואלט געקענט רואיג קוקן און זיך ענדזשויען.

דאס איז מיין קרבן וואס איך גיב היינט פארן אייבערשטען.
אין אני מסכים בשום פנים ואופן לשום דבר, ולשום דברי ציונות, וואס ווערט דא געזאגט דורך סיי וועמען אדער דורך מיר אליין, פארקערט ווי ס'שטייט אין דעם סאטמאר רבינ'ס ספרים.

אוועטאר
דער תהילים איד
שר ששת אלפים
תגובות: 6353
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 26, 2009 9:54 pm

תגובהדורך דער תהילים איד » פרייטאג יוני 20, 2014 11:38 am

הקרבן ירצה לפני ה'!
רבינו שאג בקול גדול וגו'

אוועטאר
נשמה
שר חמשת אלפים
תגובות: 5019
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 03, 2009 8:12 pm
לאקאציע: אינעם קערפער ביז די הונדערט און צוואנציג געזונטערהייט

תגובהדורך נשמה » פרייטאג יוני 20, 2014 11:41 am

דער תהילים איד האט געשריבן:הקרבן ירצה לפני ה'!

שכח
ס'שווער אבער איך קוק אראפ.
איך האלט מיך איין.
טראץ ס'שפילט לעבעדיג פאר אין מיינע אויערן אריין מיטן גאנצן פאן.
עקסיידינג.
ווען נישט דער חשש פון זעהן א אשה וואלט איך שוין געקוקט.
אין אני מסכים בשום פנים ואופן לשום דבר, ולשום דברי ציונות, וואס ווערט דא געזאגט דורך סיי וועמען אדער דורך מיר אליין, פארקערט ווי ס'שטייט אין דעם סאטמאר רבינ'ס ספרים.

אוועטאר
דער תהילים איד
שר ששת אלפים
תגובות: 6353
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 26, 2009 9:54 pm

תגובהדורך דער תהילים איד » פרייטאג יוני 20, 2014 11:46 am

אוטם אוזנו משמוע דמים, ועוצם עיניו מראות ברע, הוא מרומים ישכון, וגו' מלך ביופייו תחזינה עיניך.

(ישעיהו ל"ג)
רבינו שאג בקול גדול וגו'

אוועטאר
פריילאך
שר האלפיים
תגובות: 2566
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 10, 2009 8:45 am

תגובהדורך פריילאך » דינסטאג יוני 24, 2014 11:14 am

ווארעמע חיזוק ווערטער..
והיה לכם לציצת וראיתם אתו וזכרתם את כל מצות ה' ועשיתם אתם ולא תתורו אחרי לבבכם ואחרי עיניכם אשר אתם זנים אחריהם: (ט"ו, ל"ט) הנה בקיום מצוה זו של ולא תתורו אחרי לבבכם ואחרי עיניכם, תלוי כל הקשר של איש ישראל עם בוראו, וכדברי הירושלמי (ברכות א, ה) תניא: אמר רבי לוי, ליבא ועינא תרי סרסורי דעבירה וכו', אמר הקב"ה, אי יהבת לי לבך ועינך אנא ידע דאת לי. ופירוש הדברים, שהקב"ה אומר לאדם אם אתה נותן לי ליבך ועיניך, דהיינו שאתה שומר את ליבך ועיניך, אז אני יודע שאתה שלי.
כי רק מי ששומר את לבו מלהרהר הרהורי עבירה והרהורי אפיקורסות וכפירה, ושומר את עיניו מלהסתכל בהסתכלויות אסורות, יכול הוא להתקרב להשי"ת, ולהיות שם ה' נקרא עליו.

וכדאיתא בספר של"ה הקדוש (שער האותיות, ק'-קדושה): כתוב 'ועשו לי מקדש ושכנתי בתוכם', ולא כתיב 'בתוכו' אלא 'בתוכם', רצה לומר בתוכיות המקודשים. והלב של אדם נגד קודש הקדשים, ושורייני דליבא הם עינים, ובהם שני אישון כשני הכרובים. דהיינו שרק על ידי שאדם שומר ליבו ועיניו, אז הוא זוכה לעשות להשי"ת
מקדש בתוכו, ולהיותו מקום להשראת השכינה, ע"כ.

אך אם חלילה אינו שומר על טהרת המחשבה והעינים, למרות שהוא מקיים את כל התורה והמצוות, ה' מסתלק ממנו, וכמו שכתוב
(דברים כג, טו): 'והיה מחניך קדוש ולא יראה בך ערות דבר ושב מאחריך'. שע"י פריצת גדרי הקדושה הקב"ה כביכול שב מאחרינו.
והזמן גרמא היא לעת עתה לעורר על נחיצות הדברים, כשימי הקיץ הלוהטים עומדים לפנינו, וכידוע שבזה הזמן מתרבים
המכשולים בזה הענין, כי לעת כזאת מתלבשים פורקי העול בבגדי שחץ, ומסתובבים בחוצות בעזות מצח רחמנא ליצלן, ואיש יהודי
הפוגש בהם בלא כוונה, עלול בהבטה אחת לאבד כל עולמו, והתקשרותו בבורא עולם ר''ל.

ועל כן ראוי לו לאדם להיות ער לזה הדבר, ובכל עת טרם יציאתו מביתו, ישים לנגד עיניו היראה מהשי''ת, ויבין שעליו לעבור בדרך
סכנה, ועל כן עליו להיות זהיר ככל שאפשר בשמירת עיניו, ולא ירים עיניו מד' אמותיו.
ולא ידמה האדם בנפשו כי ענין שמירת עינים הוא מלתא דחסידותא בלבד, כי לא זו בלבד שהוא חובה מן התורה, אלא הוא
נחשב מן החמורות ביותר, וכלשונו של הרמב''ם בהלכות תשובה (פרק ד הלכה ד) וז"ל: "המסתכל בעריות מעלה על דעתו שאין בכך
כלום, שהוא אומר וכי בעלתי או קרבתי אצלה, והוא אינו יודע שראיית העינים עוון גדול שהיא גורמת לגופן של עריות, שנאמר
(במדבר טו, לט) 'ולא תתורו אחרי לבבכם ואחרי עיניכם', עכ"ל הרמב"ם.

וכאן המקום לעורר על דברים נוספים שהם בכלל לאו ד'לא תתורו', אחד מאלו הדברים הוא מה שנכנס גם למחננו מצד הכרח
הפרנסה אשר לא יגונה, הלא הוא המחשב, שהרבה הרבו גדולי ישראל בדורנו לדבר בגנותו ותיעובו, וכי מוטל עלינו לעשות את כל
ההשתדלות שבעולם שלא יכנס מכשיר זה לבית, שבבית קשה לשלוט שלא יגיעו ילדים אליו, ועלולים חלילה לעבור על לא תתורו
ללא ידיעת הוריהם, והרי הדברים נחרטים במוחם לעד, ואפילו כשהם כבר אבות לילדים משלהם עלולים הם לסבול מבלבולים
ומחשבות בלתי טהורות, וזה איום ונורא וקשה להפטר מזה.

דברים אלו אמורים לא רק לגבי ילדים, אלא אף כלפי מבוגרים, דהיצר אורב לאדם בכל גיל ובכל עת, והניסיון מעיד כי הרבה אברכים
בוכים על שנכשלו לראות מחזות תועבה, באמצעות המחשב שבביתם, והגיעו עד פתחו של תהום, ה' ישמרנו.
המון העם אינו מסוגל לשער עד כמה רבו הנפילות מכלי זה, ואיזה צרות, רח"ל הוא מביא, ועד כמה ראייה אחת שאינה טובה עלולה
לבלבל את האדם למשך כל חייו, בפרט אם חס ושלום נתקל בזה בימי נעוריו כשהתאוות בוערים.

ובכלל איסור זה הוא גם כן ההסתכלות בעיתונים זרים ופסולים, בירושלים של מעלה, שלפני כמה דורות, היו שני יהודים חברים
טובים, אשר התפללו באותו בית המדרש וגדלו יחדיו בתורה ויראת שמים, וכן בניהם אחריהם התחנכו באותם מוסדות.
והנה אחד מהם זכה וגדלו בניו בתורה ויראה, בקדושה וטהרה, ונעשו תלמידי חכמים גדולים ומהם אף מגדולי ישראל מפורסמים.
ואילו חברו השני לא זכה לראות נחת מילדיו, ורח"ל ירדו מדרך ה', והסבו לו הרבה צער ועגמת נפש.
בימי הזקנה כאשר עשה הלה חשבון הנפש, פנה אותו יהודי שלא זכה לראות נחת מילדיו לחברו ושאלו: אמור נא, למה לא זכיתי למה
שאתה זכית, הלא שנינו גדלנו יחד ונתעלינו יחד בעבודת הבורא, ונהגנו יחדיו אותם מעשים והנהגות. ישבו שניהם יחדיו, חקרו
וחיפשו, התבוננו וחשבו, עד שהגיעו למסקנה דלהלן: כי בימים ההם היה נהוג שהמוכר היה עוטף את הדגים שנרכשו
בדפי עיתון. ולעתים היה קורה, שהיה המוכר משתמש לעיטוף הדגים בעיתונים פסולים.

ובדבר זה היה שינוי התנהגות בין החברים, שהראשון השגיח תמיד שעיתון פסול זה לא יכנס לביתו, וכשהיה עדיין מחוץ לבית, זרק את
העיתון, ואף שמשום כך היה נאלץ להכניס את ההרינג השומני בידיו, עם כל זאת לא השגיח על לכלוך הידיים אלא על לכלוך הנשמה, ואכן
זכה לבנים טובים. ואילו לעומתו, היה השני משליך את העיתון רק לאחר שנכנס לביתו, והניח את הדגים במקומם. ואף שנזהר מאד שלא להביט בו
אפילו בהצצה בעלמא, מכל מקום הסיקו החברים שדבר זה גרם לכך שבניו יצאו לתרבות רעה ולפריקת עול רח"ל.
מבהיל על הרעיון, עד כמה עלינו להיזהר ולהישמר בכל דבר שנכנס לבית שלא יהיה חלילה מה שעלול לפגום את אויר הקדושה
שבבית.
וכיון שהיצר מנסה מאד להתגבר על האדם בזה, ובפרט שכבר אמרו חז"ל (כתובות יג, ב): אין אפוטרופוס לעריות, אם כן כמה
גדולה ועצומה היא האחריות להיות זהיר בזה מכל משמר. אמנם על האדם לדעת, שאף אם חלילה נכשל ועבר עליו מה
שעבר, לא סגר ה' בעדו שערי תשובה, וישפוך לבו כמים לפני שומע תפלה, ויבקש ממנו לקרבו אליו ית"ש, 'לב טהור ברא לי אלקים ורוח
נכון חדש בקרבי', ושהימים הראשונים יפלו. ובוודאי יעזור לו השי"ת שיקיים בו: 'והסירותי לב האבן מבשרכם ונתתי לכם לב בשר.

(ר' גמליאך רבינוביץ שליט"א)


---
גליון "אור עינינו"
הערליך שבהערליך! שטארקע חיזוק. (ובתוכו א מעשה נורא וואס חברה קדישא האט אנטדעקט אין איינעמם אייפאון)
http://www.ladaat.info/showgil.aspx?par ... 1&gil=1513

---
צוגעלייגטע
123.jpg
מען זאגט לחיים און מ'איז פריילאך, און מען גייט א קאראהוט

אוועטאר
נשמה
שר חמשת אלפים
תגובות: 5019
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 03, 2009 8:12 pm
לאקאציע: אינעם קערפער ביז די הונדערט און צוואנציג געזונטערהייט

תגובהדורך נשמה » דינסטאג יוני 24, 2014 11:56 am

זייער שיין
אין אני מסכים בשום פנים ואופן לשום דבר, ולשום דברי ציונות, וואס ווערט דא געזאגט דורך סיי וועמען אדער דורך מיר אליין, פארקערט ווי ס'שטייט אין דעם סאטמאר רבינ'ס ספרים.

אוועטאר
msp
שר עשרת אלפים
תגובות: 18004
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מארטש 10, 2011 10:03 am
לאקאציע: בין גברא לגברא

תגובהדורך msp » דינסטאג יוני 24, 2014 3:23 pm

געהערט אז רבינו מ'באבוב שליט"א האט גערעדט ביי ס"ג איבער שמירת עיניים
און ער האט זיך באצויגען אויף די נסיעה קיין טשיקאגא
ווי גרויס בימינו אלה איז דער ניסיון
חכלילי עינים מיין ולבן שנים מחלב

אוועטאר
נשמה
שר חמשת אלפים
תגובות: 5019
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 03, 2009 8:12 pm
לאקאציע: אינעם קערפער ביז די הונדערט און צוואנציג געזונטערהייט

תגובהדורך נשמה » מאנטאג אוגוסט 04, 2014 12:03 am

יעקב צוקערמאן האט געשריבן:כ'ווייס, עס פלאקערט יעצט אין דיר דעם יצר הרע צו קוקן דעם ווידיא וואס האט געטראפן אויפ'ן אינטערנעט, דער יצר הרע בארעכטיגט דאס מיט כל מיני תירוצים, אבער זיין ציל איז דיך מכשיל צו זיין מיט ראיות אסורות. כ'פארשטיי דיך גאר גוט, דער יצר הרע פלאקערט, ווידיא ציהט גאר שטארק, אבער פרוביר זיך מתגבר צו זיין. וועסטו זיין אז דו וועסט פארדינען, דיין שכר וועט זיין גאר גרויס.
נ.ב. דאס קען איך קלאר זאגן, אז נאכ'ן קוקן א ווידיא שפירט מען זיך בלעך..... מען שפירט ווי מען האט נארוואס געגעסן עפעס גוט פארדארבן, מען שפירט זיך שלעכט, אפגע'בטל'ט שעה'ן לבטלה און זיך מרבה געווען חבילות חבילות עבירות, און זיך פארפלעקט דעם מוח און נשמה מיט שווערע ראיות אסורות. מען שפירט זיך מורא'דיג שלעכט. איך גלויב אז איך קען נישט טרעפן איין איינעם דא אויפ'ן קרעטשמע וואס זאל קענען זאגן אז נאכ'ן קוקן א ווידיא האט ער זיך געשפירט גוט און דערהויבן.
לקיים מה שנאמר, ודע כי רע ומר עזבך את השם.
דעריבער, מיין פריינט, האב רחמנות אויף דיין נשמה, זינדיג נישט, און היט זיך די אויגן. ווארום ולהחזירה בי לעתיד לבא, די זעלבע אויגן וועסטו דארפן האבן לעתיד לבא נהנה צו זיין מזיוו השכינה, אז דו וועסט פארפאטשקען די אויגן יעצט, וואס וועסטו האבן דעמאלטס.

ידידך הנאמן
א פעלאו דזשו


יעקב ס'איז צוקער.
אין אני מסכים בשום פנים ואופן לשום דבר, ולשום דברי ציונות, וואס ווערט דא געזאגט דורך סיי וועמען אדער דורך מיר אליין, פארקערט ווי ס'שטייט אין דעם סאטמאר רבינ'ס ספרים.

אוועטאר
msp
שר עשרת אלפים
תגובות: 18004
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מארטש 10, 2011 10:03 am
לאקאציע: בין גברא לגברא

תגובהדורך msp » מאנטאג אוגוסט 04, 2014 8:28 am

שטארקע רייד!
חכלילי עינים מיין ולבן שנים מחלב

אוועטאר
נשמה
שר חמשת אלפים
תגובות: 5019
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 03, 2009 8:12 pm
לאקאציע: אינעם קערפער ביז די הונדערט און צוואנציג געזונטערהייט

תגובהדורך נשמה » דינסטאג סעפטעמבער 09, 2014 2:45 pm

ווען מ'זוכט אויף גוגל, געדענקן נישט צו קוקן אויף די suggestions. והשם יתן לי סיעתא דשמיא.
אין אני מסכים בשום פנים ואופן לשום דבר, ולשום דברי ציונות, וואס ווערט דא געזאגט דורך סיי וועמען אדער דורך מיר אליין, פארקערט ווי ס'שטייט אין דעם סאטמאר רבינ'ס ספרים.

אוועטאר
פריילאך
שר האלפיים
תגובות: 2566
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 10, 2009 8:45 am

תגובהדורך פריילאך » מאנטאג סעפטעמבער 22, 2014 12:10 pm

אוי ראש השנה איז עראונד די קארנער..... ואני אנא אני בא?

פון גליון אור עינינו גליון ה'
צוגעלייגטע
Capture.JPG
שייגעץ................
Capture1.JPG
א שרעק..
Capture2.JPG
האט איר נישט כח צו פאסטען.. דא האט איר א עצה
מען זאגט לחיים און מ'איז פריילאך, און מען גייט א קאראהוט

אוועטאר
נשמה
שר חמשת אלפים
תגובות: 5019
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 03, 2009 8:12 pm
לאקאציע: אינעם קערפער ביז די הונדערט און צוואנציג געזונטערהייט

תגובהדורך נשמה » מאנטאג סעפטעמבער 22, 2014 12:16 pm

הער וואס איך האב געטראפן איך געדענק נישט וואו, אז טאמער א מענטש געט זיך א קנס פאר יעדע מכשול פון שמירת עיניים מאכט דער אייבערשטער אז ער זאל זיין בעל הבית דערויף. ווואווו
אין אני מסכים בשום פנים ואופן לשום דבר, ולשום דברי ציונות, וואס ווערט דא געזאגט דורך סיי וועמען אדער דורך מיר אליין, פארקערט ווי ס'שטייט אין דעם סאטמאר רבינ'ס ספרים.

אוועטאר
msp
שר עשרת אלפים
תגובות: 18004
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מארטש 10, 2011 10:03 am
לאקאציע: בין גברא לגברא

תגובהדורך msp » דינסטאג סעפטעמבער 23, 2014 8:27 am

אוי טוט דאס ווי דאס הארץ
איינער וואס האט זיך געלאזט פארפעהרען דורך די אינטערנעט
נעבעך נעבעך
חכלילי עינים מיין ולבן שנים מחלב

אוועטאר
נשמה
שר חמשת אלפים
תגובות: 5019
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 03, 2009 8:12 pm
לאקאציע: אינעם קערפער ביז די הונדערט און צוואנציג געזונטערהייט

תגובהדורך נשמה » דינסטאג סעפטעמבער 23, 2014 2:31 pm

msp האט געשריבן:אוי טוט דאס וויי דאס הארץ
איינער וואס האט זיך געלאזט פארפירן דורך די אינטערנעט
נעבעך נעבעך


איהר מיינט פון יצר הרע. נעבעך נעבעך.
אין אני מסכים בשום פנים ואופן לשום דבר, ולשום דברי ציונות, וואס ווערט דא געזאגט דורך סיי וועמען אדער דורך מיר אליין, פארקערט ווי ס'שטייט אין דעם סאטמאר רבינ'ס ספרים.

אוועטאר
פריילאך
שר האלפיים
תגובות: 2566
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 10, 2009 8:45 am

תגובהדורך פריילאך » דינסטאג סעפטעמבער 23, 2014 3:26 pm

גליון אור עינינו - חדש

גליון מוגדל לכבוד ראש השנה.

אויך א הערליכן מאמר וועגען וואטסעפ..(אויב איינער קען עס וואטסעפען וואלט געווען כדאי..)


http://www.ladaat.info/showgil.aspx?par ... 5&gil=1513

---

אלפים מלאכים עומדים להסית האדם: ועומד על הקבר ומשבר את עיניו
וזה דבר השמיטה להנצל ולהשמט מכבד העון הזה, תן לחכם ויחכם עוד, ונבון תחבולות
יקנה: באם יבוא במחשבתו איזה הרהור מענין זה, רחמנה ליצלן, יפנה לבבו ומשבתו תיכף ומיד
אל מחשבות קדושות, או ישים על לבו מעניני גיהנום ויצייר במחשבתו היסורים של חובה
בגיהנום, בכדי שיסורו מלבבות ההרהור עבירה.

ויזהר האדם מאוד ומאוד מלהסתכל בכל מקום שאינו צריך למקומו, וביותר מלהסתכל
בנשים, חס ושלום, ובבגדיהם אפילו אינם עליהם, ויתרחק מקולות שלהם, כי קול באשה
ערוה, כמבואר בגמרא הקדושה (ברכות כ"ד.), ואיתא בזוהר הקדוש, שיש אלפים ורבבות
ממנים להסית לאדם להסתכל בנשים וכיוצא, ואחר פטירתו מוסרין אותו בידיהם ודנין אותו
ביסורים קשים ומרים.

וזה לשונו פרשת פקודי (דף רס"ג.): [מתורגם ללשון הקודש] היכל הראשון הוא
התחלת הצד של היצר הרע... ותחת הממונה הזה דומה, עומד ממונה אחר, אשר אלף ורבבות
תחתיו, וממונה הזה נקרא פתו"ת, זה הוא העומד לפתות בני אדם, וזה השורה אצלו ומטה
אותו להסתכל ולעין במה שלא צריך לו, בכמה זנונים ובכמה נאופים.
וכל אלו המלאכים שעמו, כולם עומדים אצלו והולכים לפניו ואונסים אותו להטות עיניו
להסתכל במה שלא צריך, והוא הוא 'סרסרים', כי הוא [פתו"ת] סרסור רע לכל אלו הרעות, זה
עומד על הקבר בזמן שנדון הגוף ההוא ומשבר את עיניו, מפני שהוא הרויח אותם בעוד שהגוף
היה בעולם הזה ושלו הם.

ובמקום הזה [בקבר] נדונית הנשמה עד שמכניסים אותו למקום זה שנקרא בור, וכמה
נחשים ועקרבים יש בו [שהם מלאכי חבלה] שכולם עוקצים לנשמה הזו ואוחזים בה ודנים
אותה.


(יסוד ושורש העבודה, שער המים פ"ג)
מען זאגט לחיים און מ'איז פריילאך, און מען גייט א קאראהוט

אוועטאר
msp
שר עשרת אלפים
תגובות: 18004
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מארטש 10, 2011 10:03 am
לאקאציע: בין גברא לגברא

תגובהדורך msp » מיטוואך סעפטעמבער 24, 2014 10:08 am

נשמה האט געשריבן:
msp האט געשריבן:אוי טוט דאס וויי דאס הארץ
איינער וואס האט זיך געלאזט פארפירן דורך די אינטערנעט
נעבעך נעבעך


איהר מיינט פון יצר הרע. נעבעך נעבעך.


גערעכט
אבער דער יצר הרע האט אויסגענוצט די אינטערנעט
מסתמא געווען אהן א פילטער אדער שומר
חכלילי עינים מיין ולבן שנים מחלב

Yoely
שר חמש מאות
תגובות: 592
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג סעפטעמבער 27, 2011 11:07 am

תגובהדורך Yoely » מאנטאג סעפטעמבער 29, 2014 12:05 pm

פאטאסטאט פון אן אריגינעלער בריוו, ערשינן אין א היימישע אויסגאבע
אלול תשע"ד

בדידי הוה עובדא - די סכנה וואס לויערט
צו... שטייענדיג אצינד אין די ימי אלול, האב איך באשלאסן מפרסם צו זיין מיין
פערזענליכער איבערגאנג, און איך האף אז דורך דעם וועלן אנדערע נתעורר ווערן, וועט
דאס זיין א תיקון פאר מיין נשמה.
איך שעם זיך נישט עס צו באשרייבן ווייל קיינער וועט נישט חלום'ען אז דאס האט
מיט מיר פאסירט. זייענדיג א אינגערמאן העכער די דרייסיג, אין ביהמ"ד בין איך ב"ה
אנגענומען, און געלויבט השי"ת אז מיין סדר היום איז גוט אוועקגעשטעלט מיט שיעורי
תורה, תפלה, געלויבט השי"ת איך האב ערליכע קינדער וכו', השי"ת זאל העלפן אויף
ווייטער. און בחסדי השי"ת האב איך ב"ה אן ערליכע אפגעהיטענע שטוב, און איך גיב
אכט אין שטוב אויף וואס עס קומט אריין, עס זאל נישט אריינקומען אפילו קיין היימישע
צייטונגען וכדו'.
יעצט צום ענין – איך ארבעט שוין אויף קאמפיוטער דאכט זיך קרוב צו 10 יאר, איך
האב ניטאמאל געהאט א נסיון צו ארומקריכן אינעם קאמפיוטער, איך האב דאס גענוצט
"נאר" וויפיל עס האט אויסגעפעלט צו די ארבעט. ווען עס האט זיך אנגעהויבן די שערורי'
פון מאכן פילטער'ס האב איך אויך זיכער געמאכט אז מיין בעה"ב, זאל ארויפלייגן "משומר
פילטער" אויף אלע קאמפיוטערס, נישט ווייל איך האב געשפירט אז איך דארף דאס, נאר
ווייל די מוסדות האבן עס פארלאנגט.
איינמאל במשך דעם יאר האב איך באמערקט אז מיין פילטער איז אראפגעפאלן )ווי
עס קען זיך מאכן אז א פראגראם הערט אויף צו פונקציאנירן ביז מען טוט דאס ריסעט"ן,
דורך דאס נאכאמאל אינסטאלירן, אדער אז דער פראגראמ'ער פאררעכט דאס(, נו! איך
האב מיך נישט געיאגט עס צו פאררעכטן, איך האב סייווי נישט געהאט קיין נסיונות.
אבער! אינמיטן טאג, א מענטש איז דאך נייגעריג, און דער בע"ד לאזט נישט מנוחה,
מען וויל דאך זעהן וואס מען פארפאסט אלץ. האט מיך פלוצלינג אנגעכאפט א שוואכע
מינוט, איך האב אנגעהויבן ארומצוקריכן אויף פארשידענע פלעצער, ביז א קורצע צייט
האב איך זיך געטראפן אז איך האב פארלוירן דעם גאנצן קאנטראל אויף מיר, איך ווייס
אליין נישט פארוואס, און איך בין געקראכן אויך אויף פלעצער וואו מען טאר נישט. איך
בין דאך א איד, און איך בין אייביג געווען צוגעוואוינט צו היטן די אויגן, האב איך טאקע
נאר האלבוועגס געבלינקט דא און דארט מיט א האלבע אויג.
אין די ענדע בין איך געווען זייער צעטרייסלט, כ'האב געשפירט אז כ'האב געהאט א
גרויסע ירידה ל"ע, כ'האב געשפירט אז כ'ברויך תשובה טוען און אננעמען פרישע פעסטע
החלטות און איך האב תיכף אריינגערופן "משומר" זיי זאלן דאס פאררעכטן.
למעשה דעם אנדערן טאג ווען איך בין אנגעקומען איז דער פילטער נאך אלס נישט
געווען מסודר, איך האב ווייטער נישט געהאט קיין התגברות, און ווייטער געסורטש"ט,
און נאכדעם האט מיך דער יצר הרע שוין נישט געלאזט גערופן נאכאמאל "משומר".
אזוי בין איך געווען איינמאל א "מלאך" און איינמאל א "גלח" רח"ל. ביינאכט האב איך
געלערנט ראשית חכמה און אנדערע ספרי מוסר, און בייטאג האב איך זיך ליידער נישט
געקענט מתגבר זיין.
וואס מען ברויך צוגעבן דערצו איז. אין אנדערן צימער, הארט נעבן מיין ארבעט'ס
שטוב איז געזעצן מיין בעה"ב, א פרומער ערליכער איד, און מיט דעם אלעם האב איך מיך
באווארנט אז גלייך ווען ער קומט אריין זאל איך עס קענען געבן א דריי אוועק.
נאך א וואך, האב איך באשלאסן אז איך מוז רעדן צו איינעם דערוועגן, עס טויג
נישט מיט מיר. איך בין געגאנגען צו א מורה הוראה. ער האט מיר פרובירט צו העלפן
מיט פארשידענע גדרים און זיכער געמאכט אז איך לייג צוריק דעם "משומר פילטער",
און מיט דעם איז אלעס מסודר. ליידער איז אבער דער כוח הנסיון געווען אזוי שטארק
אז טראץ דעם אלעם איז די גוטע החלטות נישט געווען 100% פראצענט, ממילא איז
געבליבן א לעכל וואו דער יצר הרע האט זיך נאך אלס אריינגעכאפט אין מיר, און אפילו
איך האב שוין געהאט די פילטער, בין איך נאך אלס געקראכן אויף פלעצער וואס דער
פילטער לאזט דורך, און אויספרובירט אלע לעכער פונעם פילטער, וואו מען קען זען
עפעס בילדער וכדו'.
שפעטער בין איך ב"ה צוריק אריין אונטער א אייגענע שטארקע קאנטראל, איך האב
געבעטן מיין בעה"ב מיר צו מאכן ביי "משומר" א פריוואטע "ווייט-ליסט", נאר וואס עס
פעלט מיר אויס פאר די ארבעט. עס איז אדורך נאך א היבשע צייט, האב איך נאכאמאל
געהאט ל"ע א ירידה, און טראץ וואס איך האב שוין געהאט דעם פריוואטן "ווייט-ליסט"
האב איך ווידער פרובירט זוכן וואו עס מאכט זיך א לעכל, צי עס פאלט נישט "פערצופאל"
נאכאמאל אראפ, איך האב געשפירט אז איך האב זיך שוין ליידער ווייטער נישט אין די
הענט.
איך בין נאכאמאל געגאנגען צו דעם מורה הוראה. ער האט דורך א קלוגן וועג מעודד
געווען מיין בעה"ב אז ער זאל לייגן "קוקער'ס" אויף אלע קאמפיוטער'ס אין אפיס, און
דאס כסדר איבערקוקן, ער האט אים מסביר געווען אז עס לוינט פשוט "ביזנעס גערעדט"
צו האלטן קאנטראל אויף די ארבעטער, און גלייכצייטיג איז דאס נאך אן אופן פון שמירה
ברוחניות. מיין בעה"ב האט זיך צוגעכאפט צו דעם געדאנק. ער האט געמאלדן פאר אלע
ארבייטער אז פון היינט אין ווייטער האט יעדע קאמפיוטער א "קוקער" און יעדער ווערט
נאכגעקוקט. אזוי איז אריבער די קומענדיגע פאר חדשים אן קיין מכשולות ב"ה.
ויהי היום, דער פילטער איז נאכאמאל אראפגעפאלן, ]וואס אגב האך איך שוין געהערט
פון עטליכע אינגלייט אז ביי זיי פאסירט דאס אויך, און דער מורה הוראה האט מיר אויך
געזאגט אז ער ווייסט פון נאך פעלער אזוי[. אפילו איך האב געוואוסט אז מיין בעה"ב
האט א "קוקער" האט מיר דער נסיון אזוי געברענט אז מיינע נגיעות האבן מיר געזאגט אז
מיין בעה"ב געטרויעט מיך גאר שטארק, און ער קוקט דאס זיכער נישט איבער.
וואס זאל איך אייך זאגן, רבותי! א וואך צייט בין איך געווען אין שאול תחתית רח"ל,
ביז דער אויבערשטער האט געהאלפן אז מיין בעה"ב האט עס "יא" איבערגעקוקט, ער איז
געווארן אזוי אנטוישט און אויס-מענטש, אז נאכדעם וואס ער האט שוין געטון "אלעס"
וואס מעגליך אלס שמירה, א חשוב'ער אינגערמאן, משומר פילטער, א פריוואטע ווייט-
ליסט, א "קוקער", ער זיצט אין דערנעבנדן שטוב וכו'. האט נאך אלס געקענט פאסירן
אזא מכשול. למעשה האט מיין בעה"ב געוואלט תיכף ומיד מיך אויפזאגן פון די ארבעטס-
שטעלע, ער האט דאס אבער איבערגערעדט מיט א דעת תורה, וואס האט אים געראטן
מיר צו געבן נאך א געלעגנהייט, און פון די אנדערע זייט אים מחזק געווען צו איבערקוקן
דעם "קוקער" אסאך אפטער.
רבותי! טייערע אידישע ברידער! דאס וואס די משנה זאגט אל תאמין בעצמך, אין
אפוטרופוס לעריות ועוד, האב איך ליידער אליין בייגעוואוינט, איך קוק מיך אסאך מאל
אן מיט וואונדער, הזאת נעמי? דאס בין איך טאקע? רבותי! זייט וויסן, ארבעטן אויף
קאמפיוטער איז א לעצטע אפציע, און אויב דער הכרח ברענגט אייך אז איר דארפט
יא ארבעטן אויף קאמפיוטער. גארטלט אייך אן מיט אלע זהירות און גדרים וואס נאר
מעגליך, א "משומר" פילטער, א "פריוואטער ווייט-ליסט" וכו' וכו', בעט פון אייערע בעלי
בתים ]אדער ידידים[ זאלן ארויף לייגן "קוקערס", באצאלט זיי געלט אז זיי זאלן דאס
טאקע כסדר איבערקוקן און לכל הפחות 1 מאל א וואך, און כולי האי ואולי וועט איר
קענען זיין געווארנט.
צום שלוס! צו אייך חשוב'ע בעלי בתים, איר האט אן אחריות ]פון כל מי שיש בידו
למחות, לפני עור לא תתן מכשול ועוד[ לייגט "קוקערס" אויף די קאמפיוטערס, קוקט דאס
כסדר איבער, זייט זייער שטרענג מיט די ארבייטער. בזכות זה וועט זיכער אריינקומען א
ברכה אין די ביזנעס בס"ד.
ווי געזאגט, איך האף אז דורך דעם וואס אנדערע וועלן נתעורר ווערן, וועט דאס זיין א
תיקון פאר מיר אויך. זאל השי"ת העלפן מיר זאלן שוין אלע געהאלפן ווערן מיט א כתיבה
וחתימה טובה, און א שנת גאולה וישועה, אמן.
איך קען אייך נישט שרייבן קיין נאמען, אבער ביטע דאס פארעפענטליכן, ויישר כחכם.
נ.ב. דער "קוקער" וואס מען רעדט איז א פראגראם וואס רופט זיך spector Soft
וואס ווערט אינסטאלירט אויפ'ן קאמפיוטער אויף א אומזעבארן אופן.


For $99.95 one time payment.

https://store.spectorsoft.com/866/purl- ... id=homesol

אוועטאר
קיקיון
שר עשרת אלפים
תגובות: 13144
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 16, 2012 11:11 am

תגובהדורך קיקיון » מאנטאג סעפטעמבער 29, 2014 12:13 pm

Yoely האט געשריבן:איך קען אייך נישט שרייבן קיין נאמען, אבער ביטע דאס פארעפענטליכן, ויישר כחכם.
נ.ב. דער "קוקער" וואס מען רעדט איז א פראגראם וואס רופט זיך spector Soft
וואס ווערט אינסטאלירט אויפ'ן קאמפיוטער אויף א אומזעבארן אופן.


For $99.95 one time payment.

https://store.spectorsoft.com/866/purl- ... id=homesol


Untitled.gif



עס איז דא
https://www.webchaver.org/

מיט א סיסטעם פון א שומר וועם מען שטעלט אליין
לעצט פאראכטן דורך קיקיון אום מאנטאג סעפטעמבער 29, 2014 1:33 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.
איך האלט שוין ביי 13000
search.php?author_id=5082&sr=posts

אוועטאר
נשמה
שר חמשת אלפים
תגובות: 5019
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 03, 2009 8:12 pm
לאקאציע: אינעם קערפער ביז די הונדערט און צוואנציג געזונטערהייט

תגובהדורך נשמה » מאנטאג סעפטעמבער 29, 2014 1:23 pm

מ'דארף אויפבויען דאס ענין פון שמירת עיניים ביי די יונגעלעך און מיידלעך. מ'זאגט זיי אזוי "היינט קען מען זייער גרינג אנקומען ווי מ'טאר נישט דארף מען געדענקן אז דער באשעפער זעהט אלעס וכו' וכו'". דאס דארף ווערן פראגראמירט אין זייערע מוחות. ווער ס'רעדט נישט פון שמירת עיניים און רעדט נאר פון פילטער וכו' איז עתיד ליתן את הדין.
אין אני מסכים בשום פנים ואופן לשום דבר, ולשום דברי ציונות, וואס ווערט דא געזאגט דורך סיי וועמען אדער דורך מיר אליין, פארקערט ווי ס'שטייט אין דעם סאטמאר רבינ'ס ספרים.


צוריק צו “ידיעות התורה”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 7 געסט