בלאט 26 פון 28

געשריבן: פרייטאג אוגוסט 17, 2018 11:51 am
דורך מחשב
א מענטש וואס האט צוויי אנטיקן, די זעלבע זאך, וואס יעדע איינס לאמיר זאגן איז ווערט $10,000, צוזאמען $20,000, איז געקומען ראובן און מזיק געווען, איינס, יעצט איז נאר דא איינס דערפון אין די גאנצע וועלט, איז עס ווערט די איינע אליין $20,000, איז א שאלה, ס'דא וואס האלטן אז נאך אלס דארף ראובן באצאלן $10,000, וויפיל עס האט געקאסט איינס פאר ער האט גע'מזיק'ט.
כמדומני בספרי בריסק, איני זוכר בדיוק, החקירה הוא, אי התורה חייבה על מעשה ההיזק, או על חסרון הניזק.

געשריבן: פרייטאג אוגוסט 17, 2018 12:15 pm
דורך איידעל'ער
לכאורא איז ביי דיין מעשה איז דא א חסרון ביי די ניזק, ווייל לאמיר זאגן אז ער דארף איינס ביי זיך במילא פארן היזק וואלט ער געקענט פארקויפן איינס משא"כ יעצט ( קען אבער זיין אז דאס הייסט נישט א חסרון)

געשריבן: מאנטאג אוגוסט 20, 2018 7:07 pm
דורך רב טקסט
הגר"ח ז"ל האט געזאגט אויף דעם אז עס ווענדט זיך אויב די פארבליבענע חפץ האט יעצט די ווערט וואס ביידע זענען צוזאמען געווען מעיקרא איז ער פטור, אבער אויב עס בלייבט עפעס א ווערט-שאדן, אז יעצט איז די פארבליבענע חפץ ווערט 19,000 צאלט ער אלעס.

געשריבן: דינסטאג אוקטובער 09, 2018 3:40 pm
דורך קיקיון
ןןי אלט איז געווען אשת נח ווען זיי זענען ארויס פון תיבה?
ווער איז געווען עלטער ? נח אדער זיין פרוי?

געשריבן: דינסטאג אוקטובער 09, 2018 4:06 pm
דורך אוודאי
קיקיון האט געשריבן:ןןי אלט איז געווען אשת נח ווען זיי זענען ארויס פון תיבה?
ווער איז געווען עלטער ? נח אדער זיין פרוי?

http://www.ivelt.com/forum/viewtopic.php?p=1318849#p1318849

http://www.ivelt.com/forum/viewtopic.php?p=611907#p611907

http://www.ivelt.com/forum/viewtopic.php?p=9416#p9416

געשריבן: מיטוואך אוקטובער 10, 2018 10:06 am
דורך איינס
האבן קין און הבל געהאט שוועסטערס?
די תשובה ווייסט יעדער: יא.
אבער אויף די קומענדיגע שאלה וועלן אסאך ענטפערן נישט א ריכטיגע ענטפער.

פון וואו ווייסן מיר אז קין און הבל האבן געהאט שוועסטערס?

געשריבן: מיטוואך אוקטובער 10, 2018 10:33 am
דורך אוודאי
שטייט דאך ארויס אין פסוק ויולד בנים ובנות

געשריבן: מיטוואך אוקטובער 10, 2018 10:38 am
דורך איינס
ריכטיג,
רוב מענטשן ענטפערן אז את בא לרבות

געשריבן: מיטוואך אוקטובער 10, 2018 11:29 am
דורך אהרן הלוי
אדער ווייל זיי האבן דאך חתונה געהאט

געשריבן: מאנטאג נובעמבער 12, 2018 4:37 pm
דורך סאדאם חוסעין
שוין געפרעגט אמאל אבער חזרה שאדט קיינמאל נישט,

אונז ווייסן מיר אז ארבעה חשיבין כמת 3 דערפון קען מען זעהן פון די וואכעדיגע סדרה [אין חומש רש"י] ?

געשריבן: מאנטאג נובעמבער 12, 2018 4:56 pm
דורך סאדאם חוסעין
ווי טרעפט מען די וואך מרומז שביעי של פסח - קריעת יום סוף [נישט די ירדן כי במקלי עברתי את הירדן איך רעד קריאת ים סוף כפשוטו]
ווי טרעפט מען מרומז די יום טוב שבועות,? אגב האב איך האב געטראכט אז אפשר וועגן דעם האט ראובן געברענגט דודאים ווייל עס איז דאך ידיעה אז יששכר אז יענע נאכט פון יששכר איז געווען ליל מתן תורה האט ער געברענגט שעמקעדיגע בלימען לכבוד יום טוב שבועות, [הגם א מדרש זאגט אז ער איז געבוירן י' אב סא שטימט עס נישט מדרשים חלוקים] אבער איך רעדט פון נאך א פלאץ,

ווי איז מרומז תשעה באב די וואך,

געשריבן: דינסטאג נובעמבער 13, 2018 12:17 pm
דורך ניס קראכער
סאדאם חוסעין האט געשריבן:שוין געפרעגט אמאל אבער חזרה שאדט קיינמאל נישט,

אונז ווייסן מיר אז ארבעה חשיבין כמת 3 דערפון קען מען זעהן פון די וואכעדיגע סדרה [אין חומש רש"י] ?

עיוור-יצחק
עני-יעקב
אין לו זרע -רחל

געשריבן: דינסטאג נובעמבער 13, 2018 11:00 pm
דורך סאדאם חוסעין
ניס קראכער האט געשריבן:
סאדאם חוסעין האט געשריבן:שוין געפרעגט אמאל אבער חזרה שאדט קיינמאל נישט,

אונז ווייסן מיר אז ארבעה חשיבין כמת 3 דערפון קען מען זעהן פון די וואכעדיגע סדרה [אין חומש רש"י] ?

עיוור-יצחק
עני-יעקב
אין לו זרע -רחל

האסט זייער גוט געענטפערט די מציאות אבער האסט לכאורה נישט פארשטאנען די קשיא ווי קען מען עס זעהן פון די וואכעדיגע סדרה
די תירץ איז
עיוור אלוקי יצחק פירש רש"י כאן ייחד שמו על יצחק, לפי שכהו עיניו, וכלוא בבית, והרי הוא כמת.
עני ברש"י על הפסוק ויבך אמר לו מה אעשה לצווי של אבא, אמר לו יעקב טול מה שבידי, והעני חשוב כמת:
ברחל ואם אין מיתה אנכי

געשריבן: דאנארשטאג נובעמבער 29, 2018 8:16 pm
דורך קיקיון
פון ר' לייב שטערנבערג רב דקהלת פרוזדור ספרינג וועלי
אן מקורות
Q (How could one be half-Gadol and half-Katan ?)
A 12-year old slave is obligated in mitzvos like a woman, and is
therefore deemed an adult at the age of 12, like a woman. If he is
owned by 2 partners and one frees half of him, that free half is
now a Katan until age 13, while the enslaved half is already adult.

געשריבן: דאנארשטאג נובעמבער 29, 2018 11:00 pm
דורך לא לנו
קיקיון האט געשריבן:פון ר' לייב שטערנבערג רב דקהלת פרוזדור ספרינג וועלי
אן מקורות
Q (How could one be half-Gadol and half-Katan ?)
A 12-year old slave is obligated in mitzvos like a woman, and is
therefore deemed an adult at the age of 12, like a woman. If he is
owned by 2 partners and one frees half of him, that free half is
now a Katan until age 13, while the enslaved half is already adult.
[/quote
כמדומה ראיתי מכבר במנחת חינוך, ואחפש אי"ה

געשריבן: מיטוואך ינואר 23, 2019 7:25 pm
דורך קיקיון
51182
וועלכע קפיטל תהלים קען מען אין א געוויסער זמן זאגען נור כקורא בתורה

געשריבן: מיטוואך ינואר 23, 2019 11:15 pm
דורך שאינו יודע
תחנון?

געשריבן: דאנארשטאג ינואר 24, 2019 8:40 am
דורך קיקיון
שאינו יודע האט געשריבן:תחנון?


וואס איז דיין ה"א ? ווען און פארוואס?

געשריבן: דאנארשטאג ינואר 24, 2019 8:56 am
דורך יאנקעלע
הלל
ליל הסדר

געשריבן: דאנארשטאג ינואר 24, 2019 9:06 am
דורך קיקיון
יאנקעלע האט געשריבן:הלל
ליל הסדר


געשריבן: דאנארשטאג ינואר 24, 2019 10:15 am
דורך יאנקעלע
קיקיון האט געשריבן:
יאנקעלע האט געשריבן:הלל
ליל הסדר



האסט נישט געטרארפן קיין גרעסערע?

לעניננו, ס'ליגט מיר עפעס אין קאפ אז ס'איז דא שיטות הפוסקים מ'זאל זאגן הלל נאר כקורא בתורה כדי שלא להתחייב בברכה
דוק ותשכח

געשריבן: דאנארשטאג ינואר 24, 2019 12:49 pm
דורך חמרא
ווער האט געלעבט די לענגסטע אין די היסטאריע? (און איז געשטארבן צום סוף) נישט וואס זענען ארויף לעבעדיג אין הימל

געשריבן: דאנארשטאג ינואר 24, 2019 12:57 pm
דורך אדער יא
סרח?

געשריבן: דאנארשטאג ינואר 24, 2019 1:07 pm
דורך איינס
מתושלח

געשריבן: דאנארשטאג ינואר 24, 2019 1:11 pm
דורך חמרא
איינס האט געשריבן:מתושלח

ניין