ימים שאין אומרים תחנון

הפוך בה דכולה בה

די אחראים: אחראי, גבאי ביהמד

אסדר לסעודתא
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4732
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אפריל 25, 2018 11:08 pm

תגובהדורך אסדר לסעודתא » זונטאג מאי 19, 2019 9:27 am

ס'האט נישט מיט פסח שני, נאר אלס תרעין פתוחין כדאי' בזוה"ק.

פסח שני שטייט טאקע נישט אין שו"ע, די צדקתך וואס מ'האט נעכטן נישט געזאגט אין רוב מקומות איז לכאו' א טעות גמור.
ווייל איך בין א אייוועלט ניק.

גבר ישראל
שר מאה
תגובות: 190
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג סעפטעמבער 07, 2014 12:39 pm

תגובהדורך גבר ישראל » זונטאג מאי 19, 2019 9:37 am

א גוטן האט געשריבן:ווי איז דער מקור אויף נישט זאגן תחנון אין ״הוד״? האב איך געהערט אמאל אז סהאט א שייכות מיט פסח שני, אבער דערווייל זעה איך אז אין שו״ע ווערט בכלל נישט דערמאנט דאס נישט זאגן תחנון אין פס״ש

פסח שני ווערט דערמאנט אין סידור הרב אז אין אומרים תחנון.
לגבי הוד עיין במנהג ישראל תורה באריכות.
די מנחת אלעזר שרייבט אז באמת דארף מען יא זאגען צוליב תרעין פתוחין, אגב אם מעיינים בדברי הזוהר הקדוש פרשת בהעלותך דף קנב: כתוב שעדיין תרעין פתוחין...

יום זה מכובד
שר חמישים ומאתים
תגובות: 489
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 27, 2017 11:03 am
לאקאציע: ... והכבוד מוציאין את האדם מן העולם!

תגובהדורך יום זה מכובד » זונטאג מאי 19, 2019 9:42 am

אסדר לסעודתא האט געשריבן:ס'האט נישט מיט פסח שני, נאר אלס תרעין פתוחין כדאי' בזוה"ק.

פסח שני שטייט טאקע נישט אין שו"ע, די צדקתך וואס מ'האט נעכטן נישט געזאגט אין רוב מקומות איז לכאו' א טעות גמור.

גאר נישט קיין טעות גמור! ס'שטייט אין סידור חמדת ישראל

אוועטאר
סאדאם חוסעין
שר חמשת אלפים
תגובות: 5126
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אפריל 30, 2015 5:10 pm

תגובהדורך סאדאם חוסעין » מוצ"ש יוני 01, 2019 10:38 pm

און אין זידוטשוב האט מען נישט געזאגט תחנון א גאנץ ספירה (באמת פון ר"ח אדר ביז אינמיטן סיון,
אדר אלץ חודש אשר נהפך מאבל לום טוב,
ניסן כאיתא בשלחן ערוך,
ספירה אלץ תרעין פתיחין,
און סיון אלץ חגיגה צו שבועות
ווילאנג טראמפ האט טוויטער וועט זיין נייעס, און ווילאנג טראמפ איז א ריפאבליקען וועט זיין סקאנדאלן! [קרעדיט וויכי]

אלעקסיי דער דריטער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 325
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 27, 2018 5:17 pm

תגובהדורך אלעקסיי דער דריטער » זונטאג נובעמבער 03, 2019 8:44 pm

שאינו יודע האט געשריבן:דאכט זיך מיר אז פרייטאג און זונטאג האט מען נישט געזאגט וועגן יום שלפניהם ולאחריהם
אין מנהג ישראל תורה שרייבט ער אויף פרייטאג אז עס איז אזוי ווי ערב יום טוב וואס מען זאגט נישט קיין תחנון
נישט מסתבר וועגן יומא דשוקא ווייל אין סאטמאר האט מען אויך נישט געזאגטקיין תחנון
אמאל געהערט אז דער הייליגער יייטב לב איז געפארן אויף זידטשוב און געזען אז מען זאגט נישט קיין תחנוון פון דארט האט ער גענומען די מנהג, און ער איז אוועקגעפארן פארן דאווענען זונטאג ווייל ער האט נישט געוואלט אננעמען די מנהג אויף זונטאג, איך ווייס נישט קיין מקור אויף די מעשה

מונקאטש'ער רב שרייבט אז ס'קאן נישט זיין דאס איז די סיבה, "דברי תורה אין צריכין חיזוק". ער איז גאר בייז אויף די וואס זאגן אזוי.
"א מענטש טראכט און ג-ט לאכט"

די ציהל איז נישט צו אטאקירן יענעם - בלויז באקומען "נעים-רעקאגנישאן".


צוריק צו “ידיעות התורה”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 6 געסט