הלכות מעשר כספים ונתינת צדקה

הפוך בה דכולה בה

די אחראים: אחראי, גבאי ביהמד

אוועטאר
שוועמל
שר עשרת אלפים
תגובות: 14186
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
לאקאציע: גידולו בכל מקום

הלכות מעשר כספים ונתינת צדקה

תגובהדורך שוועמל » דאנארשטאג סעפטעמבער 01, 2011 9:49 pm

כמה שאלות וואס האבן זיך אנגעזאמעלט במהלך הזמן.

א) איז מעשר די זעלבע מצוה פון צדקה - דאס הייסט איז עס צוויי באזונדערע חיובים?
ב) דארף מען אפשיידן מעשר פון שטאטישע פראגראמען, טעקס רעטורן וכדומה?
ג) נאכן אפשיידן, ווילאנג קען מען דאס האלטן אוועקגעלייגט ביז עס קומט אונטער א עני וועמען צו געבן?


פראקטישקייט:
ד) איינער וואס האט א ביזנעס און נעמט ארויס געלט פאר אייגענע צרכים ברויך מען שיידן מעשר?
ה) וואס איז די בעסט פראקטיצירונג בכלל ביים פירן א ביזנעס לגבי אפשיידן מעשר?



אין זכרון ליגט מיר אין קאפ עפעס א היינטיגע ליקוט פון א סקווירא'ר אינגערמאן א ת"ח וואס שמועסט אויס זייער שיין די אלע זאכן להלכה.
עני איידיע?
שוש אשיש בה', תגל נפשי באלקי! (ישעיה סא)

אוועטאר
בחורהזעצער
שר חמש מאות
תגובות: 866
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 16, 2011 9:54 am
לאקאציע: צווישן זשאווא און זשאווא סקריפט...

תגובהדורך בחורהזעצער » דאנארשטאג סעפטעמבער 01, 2011 10:00 pm

עס איז דא אן אנדערע געלונגענע ספר פון הגאון ר' יעקב בלוי פון די עדה מיטן נאמען צדקה ומשפט, עס איז בכלליות אויף הלכות צדקה אבער ער שמועסט דארט ברייט אויס די הלכות פון מעשר כספים.

מן הסתם מיינסטו פונעם מחבר פונעם גליון הליכות החיים, איך קען מיר נישט דערמאנען די נאמען, דאכט זיך מיר אז דאס איז אויף אסאך אקטואלע הלכות פון חושן משפט מיט פראקטישע ביישפילן, אויף דעם מהלך פון זיין גליון.

אוועטאר
דער תהילים איד
שר ששת אלפים
תגובות: 6353
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 26, 2009 9:54 pm

תגובהדורך דער תהילים איד » דאנארשטאג סעפטעמבער 01, 2011 10:31 pm

שוועמל האט געשריבן:ב) דארף מען אפשיידן מעשר פון שטאטישע פראגראמען, טעקס רעטורן וכדומה?

הלכה ווייס איך נישט, נאר אגב, אחר ששמעתי אז פון געלט וואס קומט על דרך מציאה זאל מען גיבן א חומש (געדענק נישט מקור), גיב איך פון טעקס ריטוירן א חומש.
רבינו שאג בקול גדול וגו'

אוועטאר
שוועמל
שר עשרת אלפים
תגובות: 14186
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
לאקאציע: גידולו בכל מקום

תגובהדורך שוועמל » דאנארשטאג סעפטעמבער 01, 2011 10:37 pm

טאקע דאס אליינס איז מיר אויך שווער געווען, צי א חומש איז דער זעלבער ווי "מעשר מן המעשר" צי איז דאס עפעס באזונדערס.
א נפק"מ וועט כאפן למשל פון 100 דאלאר ריוח איז 10 דאלער מעשר, און 20 דאלאר א חומש.
אבער מעשר מן המעשר וועט לכאורה באטרעפן 19 דאלאר, וויבאלד נאכן גיבן די ערשטע מעשר האסטו שוין נאר 90 דאלאר, און מעשר פון 90 איז 9.

דוכט זיך ביי יעקב שטייט אז ער האט געזאגט עשר אעשרנו, האט ער געמיינט טאקע א חומש טראץ וואס די ערשטע מעשר האט פארמינערט די רווחים.
שוש אשיש בה', תגל נפשי באלקי! (ישעיה סא)

אוועטאר
farshlufen
שר עשרים אלפים
תגובות: 22372
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

תגובהדורך farshlufen » דאנארשטאג סעפטעמבער 01, 2011 10:45 pm

מעשר מן המעשר איז א הונדערטסטל.

מה ענין שמיטה וכו'?
סימן דלא ידע כלום, שבוחי.

אוועטאר
שוועמל
שר עשרת אלפים
תגובות: 14186
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
לאקאציע: גידולו בכל מקום

תגובהדורך שוועמל » דאנארשטאג סעפטעמבער 01, 2011 10:58 pm

גערעכט, איך מיש דא צאם. o-h?e
הבהרתני - תודה רבה.
שוש אשיש בה', תגל נפשי באלקי! (ישעיה סא)

אוועטאר
ארט און מוזיק
שר חמש מאות
תגובות: 586
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג פאברואר 10, 2011 9:28 pm
לאקאציע: טיף אינמיטן די פאטאשאפ קארידארן

תגובהדורך ארט און מוזיק » דאנארשטאג סעפטעמבער 01, 2011 11:19 pm

וויאזוי מעשר'ט מען פוד סטעמפס אויב דארף מען?
איך מיין אז גרעפיקס און מוזיק זענען פירסט קאזענס...

אוועטאר
בחורהזעצער
שר חמש מאות
תגובות: 866
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 16, 2011 9:54 am
לאקאציע: צווישן זשאווא און זשאווא סקריפט...

תגובהדורך בחורהזעצער » דאנארשטאג סעפטעמבער 01, 2011 11:23 pm

לגבי פוד סטעמפס האב איך אמאל געהערט בשם א חשובע דיין אז מען ברויך דאס נישט מעשר'ן, צוליב דעם וואס דו באקומסט נישט קיין געלט נאר עסנווארג אומזיסט, וואס אפילו ווען מ'באקומט געלט על תנאי אז מען מעג עס נאר נוצן פאר א געוויסע צוועק איז דא פוסקים וואס האלטן אז מען דארף נישט מעשר'ן, כ"ש דא וואס עס ווערט נישט באטראכט ווי געלט.

אוועטאר
בחורהזעצער
שר חמש מאות
תגובות: 866
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 16, 2011 9:54 am
לאקאציע: צווישן זשאווא און זשאווא סקריפט...

תגובהדורך בחורהזעצער » דאנארשטאג סעפטעמבער 01, 2011 11:26 pm

שוועמל האט געשריבן:אין זכרון ליגט מיר אין קאפ עפעס א היינטיגע ליקוט פון א סקווירא'ר אינגערמאן א ת"ח וואס שמועסט אויס זייער שיין די אלע זאכן להלכה.
עני איידיע?


שוין געטראפן די נאמען "ממונם של ישראל"

מיניסטער לעהמאן
שר חמישים
תגובות: 57
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 31, 2011 9:56 pm

תגובהדורך מיניסטער לעהמאן » דאנארשטאג סעפטעמבער 01, 2011 11:38 pm

נאך זאכן וואס ברויכן אויסגעשמועסט ווערן אין דעם ענין איז וואס מעג מען נעמען פון מעות מעשר, למשל שכר לימוד, דמי חבר, פלאץ אין ביהמ"ד וכו'
דאכט זיך אז אינעם ספר הנ"ל ממונם של ישראל ברענגט ער אז א פלאץ אין ביהמ"ד מעג מען יא און מעמבערשיפ געלט טאר מען נישט (איך געדענק נישט קלאר די דעטאלן)

מי חכם
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4080
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 13, 2011 2:02 pm

תגובהדורך מי חכם » פרייטאג סעפטעמבער 02, 2011 2:22 am

אינעם סעריע פון "אוצר החסד" אי זדא א הערליכער ספר מיט אלע שיטות און אלע נושאים מסודר דבר דבור על אופניו (כאטש קיין קלארע הלכה למעשה קען מען נישט באקומען געהעריג, איז עס אבער א אנדערע וועלט, מען הא אלע שיטות און ענינים פאר זיך.

אגב אי מיר געווען א חידוש וואס ער ברענגט בשם א ספר מנחת דוד (נדפס בא"י פ"א בשנות הל', והועתקו קצת מדבריו בגדולי פוסקי זמנינו) אז פוד סטעמפס דארף דייקא יא נעמען מעשר. ולא הבנתי כלל. (בימים ההם איז עס שייך געווען מיט די פאפירענע געלט)
מִ֚י כְּהֶ֣חָכָ֔ם וּמִ֥י יוֹדֵ֖עַ פֵּ֣שֶׁר דָּבָ֑ר חָכְמַ֤ת אָדָם֙ תָּאִ֣יר פָּנָ֔יו וְעֹ֥ז פָּנָ֖יו יְשֻׁנֶּֽא׃

אוועטאר
ריק פערי
שר האלף
תגובות: 1756
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש אוגוסט 13, 2011 11:42 pm
לאקאציע: מיט איין פיס אין וואשינגטאן

תגובהדורך ריק פערי » פרייטאג סעפטעמבער 02, 2011 9:31 am

אויך איז דא א ספר מיטן נאמען 'מעשר כספים' שיין אויסגעשמועסט הלכה למעשה
ישראל סלקין מגו גלותא בנגונא (תיקו"ז ת' כ"א נא:)

א טענצל!
שר האלף
תגובות: 1072
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוקטובער 04, 2009 11:07 pm

תגובהדורך א טענצל! » פרייטאג סעפטעמבער 02, 2011 9:34 am

איך האב אויך געזעהן א ספר ארויסגעקומען אין אר"י זייער שיין צונומען און צולייגט די אלע הלכות, ווי אויך אקטועלע שאלות וועלכע מאכן זיך, און פסקים מגדולי ומאורי הדור זצ"ל ולהבחל"ח שליט"א. כ'דענק נישט דעם נאמען, מעגליך איז עס די דערמאנטע 'מעשר כספים'.

אוועטאר
יואל ווייס
שר האלף
תגובות: 1118
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך ינואר 28, 2009 9:25 am
לאקאציע: אין גוטע הענט, ב"ה

תגובהדורך יואל ווייס » פרייטאג סעפטעמבער 02, 2011 9:58 am

הגרי"ד הארפענעס האט אמאל ארויסגעגעבן א קונטרס'ל לרגל א חתונה פון א קינד. איך האב עס נאכנישט געזען אין די ספרים געשעפטן.
__________________________________
This signature was intentionally left blank

אוועטאר
moshele11211
שר האלף
תגובות: 1254
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 26, 2010 2:18 pm

תגובהדורך moshele11211 » פרייטאג סעפטעמבער 02, 2011 1:01 pm

שוועמל האט געשריבן:ב) דארף מען אפשיידן מעשר פון שטאטישע פראגראמען, טעקס רעטורן וכדומה?


מספר ממונם של ישראל על שאלה ב'

סעקשן 8 אדער פוד סטעמפ'ס דארף מען נישט אראפ נעמען קיין מעשר, זאגט ער די סיבה ווייל זיי זענען מקפיד דוווקא עס צו ניצן אויף די זאכן אויף וואס זיי געבן עס, משא''כ טעקס ריטערן דארף מען געהעריג אראפנעמען מעשר ווייל זיי זענען נישט מקפיד.

בכלל איז עס א מורא'דיגע ליקוט אויף די אלע מיני שאלות

אוועטאר
שמעק_טאביק
שר האלף
תגובות: 1584
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך פאברואר 14, 2007 11:13 am

תגובהדורך שמעק_טאביק » פרייטאג סעפטעמבער 02, 2011 1:08 pm

אין איינע פון די ספרים, דוכט זיך אין "מעשר כספים", ברענגט ער קלאר אז אויב איינער איז שולדיג חובות, איז נישט מחוייב מיט קיין שום מעשר. פריעת חוב מצוה קומט קודם.

ער ברענגט דארט, כ'מיין פון הרב וואזנער שליט"א, בלשון "רע עלי את המעשה" אז אידן וועלכע זענען שולדיג געלט פאר אנדערע, אנשטאט צו באצאלן, גייט מען געבן מיט די געלט מעשר אדער אנדערע צדקות.
הפך בה והפך בה דכולה בה!

ראש הקהל
שר חמש מאות
תגובות: 883
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 04, 2011 1:36 pm

תגובהדורך ראש הקהל » זונטאג סעפטעמבער 04, 2011 2:51 pm

שמעק_טאביק האט געשריבן:אין איינע פון די ספרים, דוכט זיך אין "מעשר כספים", ברענגט ער קלאר אז אויב איינער איז שולדיג חובות, איז נישט מחוייב מיט קיין שום מעשר. פריעת חוב מצוה קומט קודם.

ער ברענגט דארט, כ'מיין פון הרב וואזנער שליט"א, בלשון "רע עלי את המעשה" אז אידן וועלכע זענען שולדיג געלט פאר אנדערע, אנשטאט צו באצאלן, גייט מען געבן מיט די געלט מעשר אדער אנדערע צדקות.


ובעצמי ראיתי כתב יד של הגא' הדעבריצינער רב ואח"כ נדפס באיזה קובץ, ואינו מופיע בשו"ת שלו באר משה
שאמר כן בשם מוח"ז היינו הכתב סופר או שהובא כן בכתב סופר

און נאכדעם שרייבט ער שארף אקעגן דיע וואס זענען שולדיג שכר לימוד אדער גראסעריס, און צאלן קודם אפ מעשר געלט,
ער שרייבט דארט אז אפילו קאן עדיסאן כידוע לכל סגנונו קומט פאר מעשר געלטוכן כל כיוצא בזה

לאקשן קיגל
שר מאה
תגובות: 171
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 27, 2011 9:15 pm

תגובהדורך לאקשן קיגל » זונטאג סעפטעמבער 04, 2011 3:03 pm

שמעק_טאביק האט געשריבן:אין איינע פון די ספרים, דוכט זיך אין "מעשר כספים", ברענגט ער קלאר אז אויב איינער איז שולדיג חובות, איז נישט מחוייב מיט קיין שום מעשר. פריעת חוב מצוה קומט קודם.

ער ברענגט דארט, כ'מיין פון הרב וואזנער שליט"א, בלשון "רע עלי את המעשה" אז אידן וועלכע זענען שולדיג געלט פאר אנדערע, אנשטאט צו באצאלן, גייט מען געבן מיט די געלט מעשר אדער אנדערע צדקות.

גם כן ראיתי, וכן נוהגין.

אוועטאר
שוועמל
שר עשרת אלפים
תגובות: 14186
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
לאקאציע: גידולו בכל מקום

תגובהדורך שוועמל » זונטאג סעפטעמבער 04, 2011 4:56 pm

און וואס וועט זיין מיטן לא תקפוץ?
חוץ אויב מען לערנט אז צדקה או מעשר זענען צוויי באזונדערע זאכן און צדקה איז מען טאקע ווייטער מחויב.
אדער קען מען לערנען חייך קודמין.
שוש אשיש בה', תגל נפשי באלקי! (ישעיה סא)

לאקשן קיגל
שר מאה
תגובות: 171
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 27, 2011 9:15 pm

תגובהדורך לאקשן קיגל » מאנטאג סעפטעמבער 05, 2011 1:11 pm

שוועמל האט געשריבן:און וואס וועט זיין מיטן לא תקפוץ?
חוץ אויב מען לערנט אז צדקה או מעשר זענען צוויי באזונדערע זאכן און צדקה איז מען טאקע ווייטער מחויב.
אדער קען מען לערנען חייך קודמין.

אפאר קוואדערלעך פאר צדקה איז דער לוה זיכער נישט מקפיד, ניחא ליה לאיניש, משא"כ מעשר

אוועטאר
שוועמל
שר עשרת אלפים
תגובות: 14186
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
לאקאציע: גידולו בכל מקום

תגובהדורך שוועמל » דינסטאג אוקטובער 25, 2011 12:52 am

בחורהזעצער האט געשריבן:
שוועמל האט געשריבן:אין זכרון ליגט מיר אין קאפ עפעס א היינטיגע ליקוט פון א סקווירא'ר אינגערמאן א ת"ח וואס שמועסט אויס זייער שיין די אלע זאכן להלכה.
עני איידיע?

שוין געטראפן די נאמען "ממונם של ישראל"

מעיין געווען אין דעם ספר, ער זאגט קורץ און צו די זאך אבער פארט נישט קיין דבר השלם (ער רעדט פון נאך אסאך דיני ממונות השכיחים. כדאי לעיין).

ספעציפיש איז אינטערעסאנט צו וויסן וואס די דיינים האלטן לגבי א קארפארעשאן, צי מען ברויך מעשר'ן די קארפארעשאן זעלבסט איין מאל עס פארדינט ריווח, אפגעזען צי מען נעמט ארויס וועיזשעס צי נישט (כמובן נאכן אראפרעכענען COGS, מכס ושאר הוצאות).

וואס ער שרייבט א וויכטיגע זאך לגבי איינער וואס האט ריעל עסטעיט און מאנט רענט, קען נישט אראפרעכענען די מארטגעזש פונם ריווח וויבאלד ער קריגט דורכדעם די הויז ד"ה די וועליו פון די מארטגעזש ממילא הייסט עס נישט קיין הוצאה.

וצריך לעיין לגבי א לאון פאר א קארפארעשאן וואס איז זייער שכיח, צי די לאון פעימענטס הייסט נישט קיין הוצאה ווייל דערמיט ווערט דאך די קארפארעשאן זיינס, צי הייסט עס יא א הוצאה וויבאלד א קארפארעשן איז בעצם א באזונדערע ענטיטי איז נישט שייך ס'זאל ווערן זיינס. וצ"ע.
שוש אשיש בה', תגל נפשי באלקי! (ישעיה סא)

אוועטאר
סביב העולם
שר שלשת אלפים
תגובות: 3787
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 27, 2011 1:05 pm

תגובהדורך סביב העולם » מאנטאג דעצמבער 05, 2011 10:45 pm

יואל ווייס האט געשריבן:הגרי"ד הארפענעס האט אמאל ארויסגעגעבן א קונטרס'ל לרגל א חתונה פון א קינד. איך האב עס נאכנישט געזען אין די ספרים געשעפטן.

עס איז דא א גליון אויף לדעת כ'מיין עס הייסט שער הפנינים אדער פניני השערים כ'גדענק נישט - אבער דארט אין זייער גליון האבן זיי אן אפטיילונג אויף הלכות מעשר כספים ווי הגרי"ד הרפנס שרייבט גאר אינטערסאנטע מציאות'ר הלכות וואס ער האט נאכנישט געדריקט 'פרסום ראשון'
AROUND THE WORLD AROUND THE CLOCK
ארום די (איי) וועלט - רונדע דעם זייגער

אוועטאר
שוועמל
שר עשרת אלפים
תגובות: 14186
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
לאקאציע: גידולו בכל מקום

תגובהדורך שוועמל » דינסטאג דעצמבער 06, 2011 2:22 am

לינק?

בכלל וויזוי קען מען זען אלטע גליונות דארט אויף לדעת?
שוש אשיש בה', תגל נפשי באלקי! (ישעיה סא)

אוועטאר
farshlufen
שר עשרים אלפים
תגובות: 22372
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

תגובהדורך farshlufen » דינסטאג דעצמבער 06, 2011 10:06 am

קובץ "פניני השער" י"ל ע"י תלמידי מו"ר הר"ר אהרן קרויס זז"ג.
סימן דלא ידע כלום, שבוחי.

אוועטאר
ניק ניק
שר האלפיים
תגובות: 2415
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 20, 2011 8:17 pm

תגובהדורך ניק ניק » דינסטאג דעצמבער 06, 2011 10:15 am

שמעק_טאביק האט געשריבן:אין איינע פון די ספרים, דוכט זיך אין "מעשר כספים", ברענגט ער קלאר אז אויב איינער איז שולדיג חובות, איז נישט מחוייב מיט קיין שום מעשר. פריעת חוב מצוה קומט קודם.

ער ברענגט דארט, כ'מיין פון הרב וואזנער שליט"א, בלשון "רע עלי את המעשה" אז אידן וועלכע זענען שולדיג געלט פאר אנדערע, אנשטאט צו באצאלן, גייט מען געבן מיט די געלט מעשר אדער אנדערע צדקות.

לאז נישט אויס די סיום, אז א ודאי זאל מען פראבירן צו געבן עפעס צדקה אפילו מ'איז שילדיג געלט פאר איינעם עיי"ש שהאריך, נאך אן עצה איז דא וואס איז שטארק אויסגעהאלטן איז צו מעשר'ן די געלט און נעמען די מעשר פאר זיך.
אל תסתכל בספעלינג אלא במה שיש בה.
הק' נ'חמן י'עקב ק'אהן המכונה ני"ק.


צוריק צו “ידיעות התורה”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 9 געסט