מעביר סדרה אלערט; עטרות ודיבון

הפוך בה דכולה בה

די אחראים: אחראי, גבאי ביהמד

אוועטאר
שמן למאור
שר האלף
תגובות: 1709
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג יוני 17, 2011 3:00 pm

מעביר סדרה אלערט; עטרות ודיבון

תגובהדורך שמן למאור » פרייטאג יולי 22, 2011 12:14 pm

איך האף אז דער עולם דא אין ביהמ"ד האט נאכנישט מעביר סדרה געווען, אזוי ווערט דאך געברענגט אין מג"א בשם השל"ה אז מען איז מעביר סדרה נאך חצות, ווייל פאר די דאזיגע וואס האבן שוין מעביר סדרה געווען איז שוין צו שפעט.
דעי וואך איז דא א גאנצע מבוכה איבער איין פסוק'ל, אין סי' רפ"ה, די מקור קומט נאך פון די גמרא, אוואו עס איז דא א מחלוקת פון רש"י און תוס', און דערנאך אין מחבר איז דאס א מחלוקה פונעם מג"א און טו"ז.
די מדובר איז איבער א פסוק דעי וואכעדיגע סדרה קאפיטל לב פסוק ג, עטרות ודיבון וגו'.
אין אלע חומשים איז אריינגעדריקט ביי תרגום אונקלוס אויף דעם פסוק מכללתא מלבשתא עיי"ש, אבער תוס' זאגט אונז אויס אז דאס איז א תרגום ירושלמי, אבער דער תרגום אונקלוס זאגט גענוי וואס שטייט אין פסוק אהן קיין שינויים, עטרות ודיבון וכו'.
לפי רש"י ברויך מען זיכער זאגן ביים דריט'ן מאהל, דאס הייסט ביים זאגן תרגום, עטרות ודיבון און נישט מכללתא מלבשתא, ווייל מיר זאגן אונקלוס און נישט ירושלמי, אזוי פסק'נט אויך די מג"א.
דערקעגן אין תוס' איז דא פארשידענע מהלכים, ווי עס זעהט אויס און תוס' זאגט מען יא מכללתא מלבשתא עיי"ש, אבער לויט ווי א טייל מפרשים לערנען פשט אין תוס' פונקט פארקערט אז תוס' מיינט צו זאגן אז אפילו עס איז דא א ירושלמי וואס זאגט אנדערש ווי דעם פסוק וואלט געווען א הו"א אז מען זאל ירושלמי, קומט די גמרא זאגן אז מען זאל נישט זאגן די ירושלמי נאר די אונקלוס אפילו עס איז די זעלבע ווי דעם פסוק.
אזוי ברענגט די טו"ז אויך צו פשט אין תוס' און אזוי אויך רוב פוסקים.
אבער אזויווי דער עולם איז מעביר סדרה אינעם חומש, וואס דארט אינעם אונקלוס שטייט יא דעם ירושלמי, זאגט דאך דער עולם די ירושלמי, און לויט רוב פוסקים האבן זיי אויסגעלאזט א גאנצע פסוק אונקלוס.
דעריבער דארף מען געדענקן אז ווען מען קומט אהן ביי קאפיטל לב פסוק ג, זאל מען זאגן דריי מאהל דעם פסוק, און אז מען וויל שטארק זאגן דעם ירושלמי אויך קען מען נאך די דריטע מאהל זאגן דעם ירושלמי.

אוועטאר
שאץ מאץ
שר האלפיים
תגובות: 2882
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 15, 2008 5:01 pm
לאקאציע: איבעראל
פארבינד זיך:

תגובהדורך שאץ מאץ » זונטאג יולי 24, 2011 3:22 pm

קוק אין מאור ושמש די וואך (מטות) אויף דעם פסוק ותמצא נחת

אוועטאר
שמן למאור
שר האלף
תגובות: 1709
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג יוני 17, 2011 3:00 pm

תגובהדורך שמן למאור » זונטאג יולי 24, 2011 3:33 pm

שאץ מאץ האט געשריבן:קוק אין מאור ושמש די וואך (מטות) אויף דעם פסוק ותמצא נחת


אקוראשט גענדיגט לערנען, זייער שיין, א גרויסן יישר כח פארן צוצייכענען.

פאר דעי וואס ווילן עס לערנען, קליקט דא

אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלפים
תגובות: 28276
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

תגובהדורך קרעמער » זונטאג יולי 24, 2011 4:05 pm

דער שיינער איד ביי אונז אין קאנטרי האט די גאנצע שלש-סעודות תורה געווידמעט אויף דעם עטרות ודיבון, ער האט אויפגעברענגט דעם שמועס וואס שמן-למאור האט פארצייכנט (אז מען ברויך זאגען 3 מאל דעם פסוק גופא אויך), אבער ער האט מוסיף געווען בשם א ת"ח אז דעם דריטן מאל זאל מען זאגען אנע טראפן... ווייל תרגום האט דאך נישט קיין טראפן.

ליפשיץ
שר חמישים ומאתים
תגובות: 289
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 11, 2009 2:51 pm

תגובהדורך ליפשיץ » זונטאג יולי 24, 2011 6:08 pm

זע אויך דעם שמועס אין מהר"ץ חיות, דארט אויף די גמרא אין מס' ברכות. (קרעדיט: עוז והדר ש"ס).

אוועטאר
msp
שר עשרת אלפים
תגובות: 18004
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מארטש 10, 2011 10:03 am
לאקאציע: בין גברא לגברא

תגובהדורך msp » מאנטאג יולי 25, 2011 5:20 am

קרעמער האט געשריבן:דער שיינער איד ביי אונז אין קאנטרי האט די גאנצע שלש-סעודות תורה געווידמעט אויף דעם עטרות ודיבון, ער האט אויפגעברענגט דעם שמועס וואס שמן-למאור האט פארצייכנט (אז מען ברויך זאגען 3 מאל דעם פסוק גופא אויך), אבער ער האט מוסיף געווען בשם א ת"ח אז דעם דריטן מאל זאל מען זאגען אנע טראפן... ווייל תרגום האט דאך נישט קיין טראפן.


דאס איז נאר געזאגט אויב מען קען טראפ....
חכלילי עינים מיין ולבן שנים מחלב

אוועטאר
איזעי
שר האלף
תגובות: 1533
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג פאברואר 21, 2011 5:30 pm
לאקאציע: אויפן שטאק

תגובהדורך איזעי » מאנטאג יולי 25, 2011 10:16 pm

גראדע האב איך מדייק געווען אז אין די שפעטערע פסוקים אין די פרשה ווי די תורה שרייבט וויאזוי די בני מנשה און ראובן וגד האבן אויפגעבויעט די שטעט, איז דער תרגום אויף די נעמען ווי די שטעט, יא די זעלבע ווי די מקרא, וזה ראי' שהתרגום שיש לנו על פסוק הזה איננו תרגום אונקלוס, עיי"ש.

אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלפים
תגובות: 28276
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

תגובהדורך קרעמער » מאנטאג יולי 25, 2011 11:21 pm

דער תורה זאגער ביי אונז אין דערפל האט דאס טאקע אויפגעברענגט, זאגנדיג אז לויט טייל מפרשים האט רש"י דייקא גערעדט פון די שפעטעריגע את דיבון ואת עטרות וואס פארמאגט קיין תרגום

אוועטאר
msp
שר עשרת אלפים
תגובות: 18004
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מארטש 10, 2011 10:03 am
לאקאציע: בין גברא לגברא

תגובהדורך msp » דינסטאג יולי 26, 2011 5:25 am

עס איז דא א וויכטיגע נקודה אין די וואכעדיגה סדרה
די עליות ווי זיי זענען אויסגעשטעלט אין די חומשים איז נישט מסיני...
אדרבה אסאך מאל מאכט עס נישט קיין סענ"ס
אין מיטען פון א שמועס וכדומה
אבער היי יאר איז עס א קעגען א מג"א וואס זאגט אז מען זאל נישט מפסיק זיין אין די מ"ב מסעות
מוז מען אכטונג געבען אז דער כהן זאל פארענדיגען אלע מסעות....
חכלילי עינים מיין ולבן שנים מחלב

אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלפים
תגובות: 28276
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

תגובהדורך קרעמער » דינסטאג יולי 26, 2011 1:06 pm

ר' מש"פ

ביטע איבערשרייבן די הערה אין די אשכול פון פרשת מסעי (אין פארום "מדי שבת בשבתו")

ליפשיץ
שר חמישים ומאתים
תגובות: 289
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 11, 2009 2:51 pm

תגובהדורך ליפשיץ » דינסטאג יולי 26, 2011 1:16 pm

קרעמער האט געשריבן:דער תורה זאגער ביי אונז אין דערפל האט דאס טאקע אויפגעברענגט, זאגנדיג אז לויט טייל מפרשים האט רש"י דייקא גערעדט פון די שפעטעריגע את דיבון ואת עטרות וואס פארמאגט קיין תרגום


דער אויבנגעברענגטער מהר"ץ חיות וואס כ'האב צוגעצייכנט, רעדט דערפון. איך האב דאס אבער נישט פארשטאנען, ווייל די גמרא דארט אין ברכות זאגט דאס לשון: "ואפי' עטרות ודיבון", משא"כ אין צווייטן פסוק שטייט קודם 'דיבון' און נאכדעם 'עטרות'.

אגב, דער רבי ר' יהונתן, אין תפארת יהונתן, פר' מטות, רעדט אויך דערפון, ועיי"ש מ"ש. ועיי' גם בפנים יפות, פר' מטות, מ"ש בזה.

אוועטאר
שמן למאור
שר האלף
תגובות: 1709
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג יוני 17, 2011 3:00 pm

תגובהדורך שמן למאור » מיטוואך יולי 18, 2012 2:32 pm

נוגע דעי וואך פרייטאג

אוועטאר
שויתי'ניק
שר האלף
תגובות: 1830
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 20, 2011 10:06 am

תגובהדורך שויתי'ניק » מיטוואך יולי 18, 2012 3:02 pm

msp האט געשריבן:


דאס איז נאר געזאגט אויב מען קען טראפ....[/quote]
ווער קען דען נישט, בפרט מגזע הפרושים...
שויתי השם לנגדי תמיד

אוועטאר
msp
שר עשרת אלפים
תגובות: 18004
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מארטש 10, 2011 10:03 am
לאקאציע: בין גברא לגברא

תגובהדורך msp » דאנארשטאג יולי 19, 2012 3:38 am

ריכטיג
איך האב זיך נישט געמיינט....
חכלילי עינים מיין ולבן שנים מחלב

אוועטאר
הערשקא
שר חמישים ומאתים
תגובות: 274
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג פאברואר 14, 2016 1:47 pm

תגובהדורך הערשקא » זונטאג יולי 29, 2018 12:43 pm

אז מען רעדט פון מעביר סדרה זיין
איך האב שוין לאנג אזא שאלה,
ווען מען איז מעביר סדרה די עשרת הדיברות ליינט מען די ווערטער און די טראפן אזוי ווי עס שטייט אין חומש אדער מען ליינט בטעם העליון?

אוועטאר
farshlufen
שר עשרת אלפים
תגובות: 19726
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

תגובהדורך farshlufen » זונטאג יולי 29, 2018 12:50 pm

בטעם התחתון ד"ה אזוי ווי אין חומש.
סימן דלא ידע כלום, שבוחי.

אוועטאר
שטאלצער יוד
שר האלף
תגובות: 1864
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 19, 2016 2:00 pm

תגובהדורך שטאלצער יוד » זונטאג יולי 29, 2018 1:08 pm

און אז מ'רעדט פון מעביר סדרה זיין. וואס טוט מען די פסוק שמע ישראל? זאגן צוויי מאל די פסוק שמע שמע איז דאך משתקין.

אוועטאר
פרייזן
שר מאה
תגובות: 103
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 24, 2018 12:57 pm

תגובהדורך פרייזן » זונטאג יולי 29, 2018 1:37 pm

מקור צי שטיין ביים מעביר סדרה זיין די עשרת הדברות ???

אוועטאר
ירושליימער ייד
שר מאה
תגובות: 169
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 28, 2011 8:48 pm
לאקאציע: ירושלים עיה"ק תובב"א

תגובהדורך ירושליימער ייד » מאנטאג יולי 30, 2018 2:18 am

-
לעצט פאראכטן דורך ירושליימער ייד אום מאנטאג יולי 30, 2018 5:20 am, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.
רבון כל העולמים גלוי וידוע לפניך שרצוני לעשות רצונך אבל שאור שבעיסה מעכב.

אוועטאר
ירושליימער ייד
שר מאה
תגובות: 169
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 28, 2011 8:48 pm
לאקאציע: ירושלים עיה"ק תובב"א

תגובהדורך ירושליימער ייד » מאנטאג יולי 30, 2018 2:22 am

שטאלצער יוד האט געשריבן:און אז מ'רעדט פון מעביר סדרה זיין. וואס טוט מען די פסוק שמע ישראל? זאגן צוויי מאל די פסוק שמע שמע איז דאך משתקין.

ראה פסקי תשובות בסימן רפ"ה-
יש אומרים שיקרא כל פסוק ב' פעמים ותרגום עליו וכו'. וגם בפסוק 'שמע ישראל' שבפרשת ואתחנן רשאי לקרוא כן, ואין זה בכלל 'האומר שמע שמע משתקין אותו' (שו"ע סימן ס"א סעי' ט'), כיון שכל הפסוקים אומר באופן כזה, אין זה בכלל מחזי כשתי רשויות,[מאמ"ר סי' ס"א סק"ה, שו"ת בנין ציון סי' ל"ו, שו"ת אבני צדק סי' ט', עוד יוסף חי ויגש אות י"ג, שו"ת ערוגת הבושם ח"א סי' י"ז, קצוה"ש סי' ע"ב הערה י', דלא כמשמרת שלום קוידינוב סי' כ"ד אות ג' ומעורר ישנים אות מ"ב, שחששו לקרוא בזה כל פרשת שמע ואח"כ לכפלו]. ויש אומרים שמהנכון שפעם שניה יקרא בלחש, או שיפסיק מעט בין פעם ראשונה לשניה [מעורר ישנים אות ק"ח, קצוה"ש שם עפ"י הבה"ט סי' ס"א סק"ט שבלחש אין חשש, כה"ח שם סקל"ה].
רבון כל העולמים גלוי וידוע לפניך שרצוני לעשות רצונך אבל שאור שבעיסה מעכב.

אוועטאר
אדער יא
שר האלף
תגובות: 1458
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 11, 2018 11:00 am
לאקאציע: ביים סערטש ענדזשן

חידוש נעים

תגובהדורך אדער יא » דאנארשטאג אוגוסט 02, 2018 9:21 pm

עטרות ודיבון חידוש רבי יהונתן אייבשיץ.png
עטרות ודיבון חידוש רבי יהונתן אייבשיץ.png (72.67 KiB) געזעהן 503 מאל


צוריק צו “ידיעות התורה”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 7 געסט