בלאט 1 פון 7

וועלכער בעל דרשן גלייכט איר אויסצוהערן?

געשריבן: מאנטאג ינואר 31, 2011 2:31 pm
דורך תרנגול
אויף די שאלה וואס מ'גייט פרעגן, דו רעדסט פון מגידי שיעור אויף גמרא, הלכה, חומש רש"י, חק? אדער רעדסטו פון מחנכים, שלום בית, השקפה? צו בעלי מספרים, היסטאריקער וכו'? איז די ענטפער, יא איך רעד פון אלעס, יעדער קען דא שרייבן וועם ער האט ליב אויסצוהערן, אין סיי וועלכען הינזיכט, צו גמרא צו הלכה צו אגדה וכו'.

איך האב ליב צו הערן די שיעורי חורש"י פון האדמו"ר מטאלנא שליט"א און פון הרב שלעזינגער שליט"א
שיעורי השקפה גלייך איך אויסצוהערן הרב עזריאל טויבער שליט"א און בנו הר"ר בערל שליט"א
היסטאריע והמסתעף האב איך ליב צו הערן הרב סיני מלוביצקי שליט"א

געשריבן: מאנטאג ינואר 31, 2011 2:38 pm
דורך קרעמער
איך קום כמעט נישט אן צו הערן קיין שיעורים (ליידער), אבער אמאל אמאל ווען עס מאכט זיך יא, גלייך איך זייער ר' אברהם קארפ ע"ה'ס שיעורים אויף גמרא

געשריבן: מאנטאג ינואר 31, 2011 3:10 pm
דורך יהיה כן
קרעמער האט געשריבן:איך קום כמעט נישט אן צו הערן קיין שיעורים (ליידער), אבער אמאל אמאל ווען עס מאכט זיך יא, גלייך איך זייער ר' אברהם קארפ ע"ה'ס שיעורים אויף גמרא

געשריבן: מאנטאג ינואר 31, 2011 3:10 pm
דורך שקר_הדייעט
היסטאריע האב איך ליב צו הערן פון ר' סיני מלוביצקי כנ"ל, און ר' שמעון אופמאן פון אוסטראליע, אויך זייער אינהאלטסרייך.

גוטע דרשות: ר' אברהם שאהר, ר' יעקב טובי' ווייזער און ר' אפרים וואקסמאן

שיעורים: ר' יוסף חיים גרינוואלד, ר' בנימין לאנדא, ר' יצחק פריעדמאן פון וויען

געשריבן: מאנטאג ינואר 31, 2011 3:23 pm
דורך זארג_נישט
שיעור חומש רש"י הער איך אויס יעדע וואך אויפן טעלעפון פון רבי שמעי גרינבוים שליט"א עס איז מיר א מחי' ממש איך קען חומש רש"י ב"ה יעדע וואך
נאכדעם וואס איך קען שוין פשוט חומש רש"י גיי איך צו רבי יוסף חיים גרינוואלד שליט"א פאר שיינע ענינים און האבען א מושג פון הערליכע אגדה אויף די פרשה

אויף א לאנגען וועג גלייך איך רבי אפרים וואקסמאן שליט"א

וען איך בין בוארד און וויל הערן א פיינעם איד ער זאל אויפהייבן מיין מוט הער איך הרה"ג רבי מאיר פעלדבראנד שליט"א וואס האט עפעס צו זאגן אויף יעדן ענין צו איז דאס פרשה תנ"ך מעשיות פון תנאים אמוראים אדער תלמידי בעש"ט
(קען זיין סאיז געאייגענט פאר עלטערע קינדער אבער דאך גלייך איך זיין אייגענארטיקייט)

געשריבן: מאנטאג ינואר 31, 2011 3:24 pm
דורך bailout
עס האט מיר געכאפט די לעצטיגע חדשים ר' נפתלי אונגאר'ס נ''ך שיעורים.

געשריבן: מאנטאג ינואר 31, 2011 3:29 pm
דורך זארג_נישט
bailout האט געשריבן:עס האט מיר געכאפט די לעצטיגע חדשים ר' נפתלי אונגאר'ס נ''ך שיעורים.


פארגעסן טאקע וואונדערבאר
עס ווערט פארגעלערנט אוין סאטמאר ביהמ"ד צענטע עוו.

געשריבן: מאנטאג ינואר 31, 2011 3:47 pm
דורך בן בוזי
קרעמער האט געשריבן:איך קום כמעט נישט אן צו הערן קיין שיעורים (ליידער), אבער אמאל אמאל ווען עס מאכט זיך יא, גלייך איך זייער ר' אברהם קארפ ע"ה'ס שיעורים אויף גמרא

געשריבן: מאנטאג ינואר 31, 2011 5:13 pm
דורך moshele11211
ר' אפרים וואקסמאן איז געוואלדיג, [ווער עס ווייסט פון ר' אפרים האב איך לעצטענס געהערט ווי ער גראם'ט און זינגט זיינע גראמען זענען מורא'דיג זיס און פיל מיט השתוקקות] ווי אויך ווען איך בין מער לאגזאם ר' אבא חייא טויבער פון פרקי אבות.

געשריבן: מאנטאג ינואר 31, 2011 5:19 pm
דורך דארפסמאן
איך פלעג מיך יארען משתתף זיין ביי הרה"ג ר' שמעי' גרינבוים שיעור זינטיג ביי זיינע נ"ך שיעורים, אבער ליידער שוין לאנג נישט געווען צו הערן די טעפס לוינט נישט ווייל ער לערנט פאר א קארגע קאפיטל און 1 -1 1/2 שעה

געשריבן: מאנטאג ינואר 31, 2011 5:21 pm
דורך ווינקל
איך הער כסדר די שיעורים פון הרב שלעזינגער שליט"א אויף תפלה, ליל שישי, משלי וכו'.

אויף חק גלייך איך דעם נייעם מגי"ש הרב מייזליש שליט"א.

געשריבן: מאנטאג ינואר 31, 2011 5:25 pm
דורך קליקו
רבי אביגדור זצ"ל, אלעס
רבי נפתלי אונגאר, סטיטשינער רבי נ"ך

געשריבן: מאנטאג ינואר 31, 2011 5:34 pm
דורך יהיה כן
איז דא ערגעץ צו הערן ר' אביגדור אויפן טעלפאן?

געשריבן: מאנטאג ינואר 31, 2011 6:07 pm
דורך פונקטליך
מסתם אויף קול הלשון

דא איז עס אויף זייער סייט
www.kolhashiurim.com/New/Ravs.aspx?Path ... 17%7CR7517

געשריבן: מאנטאג ינואר 31, 2011 6:32 pm
דורך זיס
רבי יואל ראטא שליט"א.

דזשאסט קידינג...

תרנגול, דו באליידיגסט מיר... וואס טוט זיך מיט די ניטל דרשות אויף קול מבשר?

געשריבן: מאנטאג ינואר 31, 2011 6:33 pm
דורך אלף בית
היסטאריע, גלייך איך זייער צו הערן פון ר' יעקב ווייס און ר' שמואל שלמה טעללער. זיי זענען מלא ידיעות
הלכות, פון ר' יעקב אלעזר מענדלאוויטש, זייער קלאר און איז מקיף די הלכה פון אלע זייטן און זייער מסודר.
הכנה לחג, פון ר' שמעון זאב מייזליש, און צומאל ר' שלמה רובין.

געשריבן: מאנטאג ינואר 31, 2011 6:45 pm
דורך פידעלע
גמרא, ר'מיכל זילבער שליט''א, ביי א דינער ר' שמעלקע לייפער שליט''א.. סיפורי צדיקים ר' יוסף חיים שליט''א.

געשריבן: מאנטאג ינואר 31, 2011 7:00 pm
דורך 1x1
ר' בערל טויבער
ר' שאול יודא פריזנט
ר' שמעון זאב מייזליש

ועוד וואס איך געדענק נישט יעצט

געשריבן: מאנטאג ינואר 31, 2011 10:24 pm
דורך צים פינטעל
איך גלייך צו הערן הרב שפירא פון בעיסוואטער
אויך הרב אליהו בערגשטיין גלייך איך זייער צו הערן
חוץ מזה האב איך נאכנישט געטראפן א בעל דרשן וואס זאל מיר ממש ציען צו הערן
איינער זאגט מיר אז ר' עזריאל טויבער רעד גיט איך האב אים נאכנישט פרובירט

געשריבן: דינסטאג פאברואר 01, 2011 6:30 am
דורך א טענצל!
רבי משולם פייש גינזבורג שליט"א מחוסט א הערליכע בעל דרשן, האט אויך שיעורים אויף נ"ך אויף קול הלשון
הגאון ר' ישראל דוד שלעזינגער שליט"א מקיף א זאך מיט א געוואלדיגע קלארקייט
הגאון ר' שמעון זאב מייזליש שליט"א, ס'גיסט זיך הערליכע פערל רייד

געשריבן: דינסטאג פאברואר 01, 2011 10:08 am
דורך פריילאך
יהיה כן האט געשריבן:איז דא ערגעץ צו הערן ר' אביגדור אויפן טעלפאן?



ראביי מילער ליין: 718-819-3011


ר' נפתלי שטיין אויף קולמבשר גיבט מיר די בוסט פאר די וואך.

געשריבן: דינסטאג פאברואר 01, 2011 10:26 am
דורך יקוםפרקן
הג"ר מיכל זילבער שליט"א
שיעור אויף חומש רש"י
און אויף משניות, ממש מעין עולם הבא, עכט געלערנט!

געשריבן: דינסטאג פאברואר 01, 2011 12:01 pm
דורך פריילאך
ר' יוסף חיים גרינוואלד - שיינע זאכן אבער שלעפט מיך איין ביים דרייון.

ר' אברהם שור און הרב וואקסמאן - גאר שטארק

געשריבן: דאנארשטאג פאברואר 03, 2011 5:39 pm
דורך נאטרוליסט
די רעיטינגס איז מיין טעיסט, נישט חלילה אוועקצומאכן איינעם.

השקפה אין אידיש:
ר' אביגדור מילער (5 סטאר) איבער 1800 שיעורים.
ר' יאנקעלע גאלינסקי (5 סטאר)
הרב וואקסמאן (4 סטאר)

היסטאריע אין אידיש.
ר' סיני מלבוצקי (4 סטאר)
ר' יעקב ווייס (3 סטאר)
ר' אהרן קאהן (2 סטאר)

חומש רש"י
הרב' מיכל זילבער (5 סטאר)
הרב שמעי' גרינבוים (5 סטאר)
הרב חיים קויפמאן זצ"ל (4 סטאר)
הרב שלעזינגער (4 סטאר)
הרב יוסף חיים גרינוואלד (4 סטאר)

גמרא
ר' מיכל זילבער (5 סטאר)
הרב אברהם קארף (3 סטאר)
הרב שמואל דוד פריעדמאן (3 סטאר)
טולנער רבי (5 סטאר)

השקפה אין ענגליש:
הרב ישראל רייזמאן (5 סטאר)
הרב נח ארעלוואק (5 סטאר)
הרב פתחי' קראהן (4 סטאר)
הרב יונתן ריאטי (4 סטאר)

געשריבן: דאנארשטאג פאברואר 03, 2011 7:56 pm
דורך מי יודע
הגאון ר' ישראל דוד שלעזינגער שליט"א מקיף א זאך מיט א געוואלדיגע קלארקייט
הגאון ר' שמעון זאב מייזליש שליט"א, ס'גיסט זיך הערליכע פערל רייד
הגאון ר' מאיר יעקב מויזקאפף שליט"א, הערליך שיין חסידות ואגדה
הגאון ר' בערל טויבער שליט"א, גאר שיין אין חינוך הבנים ועוד נושאים (נישטא צופיל דרשות פון אים אבער וויפיל ס'איז דא באלעק איך די פינגער)