שאלות אין הלכות שבת

הפוך בה דכולה בה

די אחראים: אחראי, גבאי ביהמד

אוועטאר
אלי' מקוה יוד
שר האלף
תגובות: 1474
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 18, 2017 11:52 pm

תגובהדורך אלי' מקוה יוד » זונטאג אוגוסט 12, 2018 5:32 pm

איז די מנהג ביי תחומים להקל כשיטת החזו"א אדער מ'איז מחמיר אויכעט ווי רא"ח נאה?
קען איך אייך מיט עפעס בייהילפיג זיין? פילט אייך פריי מיר צו קאנטאקטן אויף הענגאוטס elyemikva@gmail.com, כ'וועל פרובירן דאס בעסטע.

באקסער בוים
שר מאה
תגובות: 214
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 31, 2017 12:41 pm

תגובהדורך באקסער בוים » זונטאג אוגוסט 12, 2018 5:43 pm

מעג מען נוצן אין שבת א טשערי פיטער Cherry Pitter ?

(הייסט עס א כלי מיוחד לברירה? אדער ווייל ס'קומט אייביג מיט א חלק פון די פרוכט מיט די קערל הייסט עס בכלל נישט קיין ברירה?)
כ'האב באמת נישט קיין מיינונג אויף די נושא, ס'איז זשאסט געשריבן אין די וועלט אריין.

אוועטאר
פיצי קעפעלע
שר האלף
תגובות: 1136
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 15, 2012 12:01 pm
לאקאציע: Rockland County NY
פארבינד זיך:

תגובהדורך פיצי קעפעלע » דינסטאג סעפטעמבער 18, 2018 12:32 pm

Breaking News! First time ever, Commercial Shabbos Fridge

Details to follow
צוגעלייגטע
Trasulsen.jpg
Trasulsen.jpg (85.1 KiB) געזעהן 1077 מאל

פסיקתא
שר חמישים ומאתים
תגובות: 359
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג יולי 21, 2017 9:47 am

תגובהדורך פסיקתא » דאנארשטאג סעפטעמבער 20, 2018 7:58 pm

באקסער בוים האט געשריבן:מעג מען נוצן אין שבת א טשערי פיטער Cherry Pitter ?

(הייסט עס א כלי מיוחד לברירה? אדער ווייל ס'קומט אייביג מיט א חלק פון די פרוכט מיט די קערל הייסט עס בכלל נישט קיין ברירה?)


קענסט ביטע לייגען א בילד פין דער כלי
אין צייגען פינקטלעך דער שאלה

באקסער בוים
שר מאה
תגובות: 214
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 31, 2017 12:41 pm

תגובהדורך באקסער בוים » מיטוואך אוקטובער 03, 2018 7:32 pm

פסיקתא האט געשריבן:
באקסער בוים האט געשריבן:מעג מען נוצן אין שבת א טשערי פיטער Cherry Pitter ?

(הייסט עס א כלי מיוחד לברירה? אדער ווייל ס'קומט אייביג מיט א חלק פון די פרוכט מיט די קערל הייסט עס בכלל נישט קיין ברירה?)


קענסט ביטע לייגען א בילד פין דער כלי
אין צייגען פינקטלעך דער שאלה


cherry.jpg
cherry.jpg (156.94 KiB) געזעהן 952 מאל
לעצט פאראכטן דורך באקסער בוים אום מיטוואך אוקטובער 03, 2018 7:33 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.
כ'האב באמת נישט קיין מיינונג אויף די נושא, ס'איז זשאסט געשריבן אין די וועלט אריין.

פסיקתא
שר חמישים ומאתים
תגובות: 359
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג יולי 21, 2017 9:47 am

תגובהדורך פסיקתא » מאנטאג אוקטובער 08, 2018 6:14 am

באקסער בוים האט געשריבן:
פסיקתא האט געשריבן:
באקסער בוים האט געשריבן:מעג מען נוצן אין שבת א טשערי פיטער Cherry Pitter ?

(הייסט עס א כלי מיוחד לברירה? אדער ווייל ס'קומט אייביג מיט א חלק פון די פרוכט מיט די קערל הייסט עס בכלל נישט קיין ברירה?)


קענסט ביטע לייגען א בילד פין דער כלי
אין צייגען פינקטלעך דער שאלה


cherry.jpg


עס קען פשוט זיין א שאלה פין בורר דאורייתא

באקסער בוים
שר מאה
תגובות: 214
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 31, 2017 12:41 pm

תגובהדורך באקסער בוים » מאנטאג אוקטובער 08, 2018 2:51 pm

פסיקתא האט געשריבן:
באקסער בוים האט געשריבן:
פסיקתא האט געשריבן:
באקסער בוים האט געשריבן:מעג מען נוצן אין שבת א טשערי פיטער Cherry Pitter ?

(הייסט עס א כלי מיוחד לברירה? אדער ווייל ס'קומט אייביג מיט א חלק פון די פרוכט מיט די קערל הייסט עס בכלל נישט קיין ברירה?)


קענסט ביטע לייגען א בילד פין דער כלי
אין צייגען פינקטלעך דער שאלה


cherry.jpg


עס קען פשוט זיין א שאלה פין בורר דאורייתא

ס'איז אבער אויסגעשטעלט אז ס'קומט שטענדיג מיט א שטיקל פון די פרי (פון העכער און אונטער די קערל) סאו הלכה'דיג איזעס אפשר נישט קיין ברירה?
כ'האב באמת נישט קיין מיינונג אויף די נושא, ס'איז זשאסט געשריבן אין די וועלט אריין.

פסיקתא
שר חמישים ומאתים
תגובות: 359
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג יולי 21, 2017 9:47 am

תגובהדורך פסיקתא » מאנטאג אוקטובער 08, 2018 4:55 pm

באקסער בוים האט געשריבן:
פסיקתא האט געשריבן:
באקסער בוים האט געשריבן:
פסיקתא האט געשריבן:
באקסער בוים האט געשריבן:מעג מען נוצן אין שבת א טשערי פיטער Cherry Pitter ?

(הייסט עס א כלי מיוחד לברירה? אדער ווייל ס'קומט אייביג מיט א חלק פון די פרוכט מיט די קערל הייסט עס בכלל נישט קיין ברירה?)


קענסט ביטע לייגען א בילד פין דער כלי
אין צייגען פינקטלעך דער שאלה


cherry.jpg


עס קען פשוט זיין א שאלה פין בורר דאורייתא

ס'איז אבער אויסגעשטעלט אז ס'קומט שטענדיג מיט א שטיקל פון די פרי (פון העכער און אונטער די קערל) סאו הלכה'דיג איזעס אפשר נישט קיין ברירה?


עס איז זייער נישט פשוט, קודם כל וויפיל פרי בלייבט איבער עס מען עס בכלל? קודם כל אזוי, אוכל מיט פסולת פין אוכל מיט פסולת איז דער היתר ווייל איך ציטטייל דער זאך נישט איך בין מברר אבער אויב דער עיקר איז דער קערעל אין עס קימט מיט א משהו פרי האט עס נישט קיין
חשיבות בכלל עס זאל הייסען אוכל כמעט ייעדער פישביין קימט מיט א משהו אוכל אויב אזוי קענסט די געהעריג מאכען בורר ביי ביינער דאכצימיר דער משנה ברורה ניצט עס אויף א נאר אויף א ״ לימוד זכות ״ אבער נישט קיין גראדער היתר אין דאכצימיר דער חזון איש קריגט זיך בכל תוקף אז עס אפילו נישט קיין לימוד זכות

קאמפיוטער עקספערט
שר האלפיים
תגובות: 2189
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 18, 2016 8:42 am

תגובהדורך קאמפיוטער עקספערט » מיטוואך אוקטובער 10, 2018 6:59 am

און האסט אויסגעלאזט אז פיש איז מיט די האנט און דאס בכלי

פסיקתא
שר חמישים ומאתים
תגובות: 359
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג יולי 21, 2017 9:47 am

תגובהדורך פסיקתא » מיטוואך אוקטובער 10, 2018 10:55 am

קאמפיוטער עקספערט האט געשריבן:און האסט אויסגעלאזט אז פיש איז מיט די האנט און דאס בכלי


אמת, אבער ביי פסולת מתוך אוכל איז נישט קיין חילוק ביידע אסור אבער ביי אוכל מתוך פסולת ולאלתר איז אפילו בכלי אסור למשל א שעפ לעפל מיט לעכער כדי דער זאפט זאל נישט מיט קימען

ייעטץ דא אויב וואלט עס געווען א כלי נאר צי ציטיילען אוכל מתוך אוכל וואלט מען געדארפט נאר פרעגען א רב וועגען עובדה דחול אבער נישט בורר

אלעס להלכה ולא למעשה
אוודאי דארף מען אייביג פרעגען א רב

רצון טוב
שר האלף
תגובות: 1891
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 02, 2016 3:12 pm

קעמרע

תגובהדורך רצון טוב » מיטוואך אוקטובער 10, 2018 11:27 am

אריינצושטעלן א קעמרע סיסטעם אין אפיס און דירעקט עס מאכן אז אום שבת און ימים טובים זאל עס רעקארדירן אלע פלעצער וואס מען איז חייש פאר פארברעכנס, איז דא דערין א פראבלעים?

איז ערגעצווי אינעם סייט שוין אויסגעשמועסט די שאלה ?

אוועטאר
יאצמעך
שר האלפיים
תגובות: 2845
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אפריל 13, 2015 4:09 pm
לאקאציע: ביים עם הארץ אין מויל

תגובהדורך יאצמעך » מיטוואך אוקטובער 10, 2018 12:08 pm

רצון טוב האט געשריבן:אריינצושטעלן א קעמרע סיסטעם אין אפיס און דירעקט עס מאכן אז אום שבת און ימים טובים זאל עס רעקארדירן אלע פלעצער וואס מען איז חייש פאר פארברעכנס, איז דא דערין א פראבלעים?

איז ערגעצווי אינעם סייט שוין אויסגעשמועסט די שאלה ?

איז דא בכלל א אפציע פאר א איד אריין צו גיין דארט שבת?
ביטע נעמט נישט מיין שווייגן פאר א שתיקה כהודאה.

רצון טוב
שר האלף
תגובות: 1891
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 02, 2016 3:12 pm

תגובהדורך רצון טוב » מיטוואך אוקטובער 10, 2018 12:10 pm

יאצמעך האט געשריבן:
רצון טוב האט געשריבן:אריינצושטעלן א קעמרע סיסטעם אין אפיס און דירעקט עס מאכן אז אום שבת און ימים טובים זאל עס רעקארדירן אלע פלעצער וואס מען איז חייש פאר פארברעכנס, איז דא דערין א פראבלעים?

איז ערגעצווי אינעם סייט שוין אויסגעשמועסט די שאלה ?

איז דא בכלל א אפציע פאר א איד אריין צו גיין דארט שבת?


יא עס דרייען זיך דארט ארום פילע אידן
עס ראקארדירט אפ א גרויסער אידישער פארקער.

אוועטאר
יאצמעך
שר האלפיים
תגובות: 2845
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אפריל 13, 2015 4:09 pm
לאקאציע: ביים עם הארץ אין מויל

תגובהדורך יאצמעך » מיטוואך אוקטובער 10, 2018 3:11 pm

רצון טוב האט געשריבן:
יאצמעך האט געשריבן:
רצון טוב האט געשריבן:אריינצושטעלן א קעמרע סיסטעם אין אפיס און דירעקט עס מאכן אז אום שבת און ימים טובים זאל עס רעקארדירן אלע פלעצער וואס מען איז חייש פאר פארברעכנס, איז דא דערין א פראבלעים?

איז ערגעצווי אינעם סייט שוין אויסגעשמועסט די שאלה ?

איז דא בכלל א אפציע פאר א איד אריין צו גיין דארט שבת?


יא עס דרייען זיך דארט ארום פילע אידן
עס ראקארדירט אפ א גרויסער אידישער פארקער.

מיר האט א דיין געראטן אויסצולעשן די ריקארדער שבת.

ס'איז דא וואס פסק'נען אנדערש.
ביטע נעמט נישט מיין שווייגן פאר א שתיקה כהודאה.

אוועטאר
יאצמעך
שר האלפיים
תגובות: 2845
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אפריל 13, 2015 4:09 pm
לאקאציע: ביים עם הארץ אין מויל

תגובהדורך יאצמעך » מיטוואך אוקטובער 10, 2018 3:12 pm

ס'איז אבער נישט געווען א חשש פון פארברעכער דארט.
ביטע נעמט נישט מיין שווייגן פאר א שתיקה כהודאה.

פאראויס
שר חמש מאות
תגובות: 725
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוקטובער 01, 2015 8:56 pm

מעג איך רעדן מיט מיין סופלייער אין טשיינע יעצט פרייטאג, אדער ס'חילול שבת?!

תגובהדורך פאראויס » פרייטאג אוקטובער 12, 2018 11:18 am

א)

כ'האלט יעצט אינמיטן רעדן מיט א טשיינע סופלייער וועם כ'האב גערופן, און איך כאפ מיך אז -איין מינוט-, יעצט איז דאך פרייטאג צונאכטס דארט! פשטות טאר איך עם נישט מאכן ארבעטן פאר מיר שבת!

האט שוין איינער מברר געווען?
-----
ב)

ואתמ"ל אסור, מעג איך איר יעצט שיקן מעסעדשעס, און ער האט כאטש א ברירה צו ליינען מוצ"ש? פשטות יא.

אבער אויב ער ריפלייט, מעג איך צוריק ריפלייען... ווייל ער האט א ברירה נישט ממשיך צו זיין?..

די זעלבע קשיא איז אויף שיקן און ריפלייען צו אימעילס אין ריעל טיים.

אוועטאר
farshlufen
שר עשרים אלפים
תגובות: 20296
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

תגובהדורך farshlufen » פרייטאג אוקטובער 12, 2018 11:29 am

ערשט די מציאות.

ווער זאגט דיר אז ער איז אין כינע?

ער קאן ליינען און ענטפערן אימעילס עניוועיר אויפן כדור העולם [חוץ אין ביהמ"ד...].
סימן דלא ידע כלום, שבוחי.

פאראויס
שר חמש מאות
תגובות: 725
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוקטובער 01, 2015 8:56 pm

תגובהדורך פאראויס » פרייטאג אוקטובער 12, 2018 11:32 am

farshlufen האט געשריבן:ערשט די מציאות.

ווער זאגט דיר אז ער איז אין כינע?

ער קאן ליינען און ענטפערן אימעילס עניוועיר אויפן כדור העולם [חוץ אין ביהמ"ד...].


איך ווייס דאך ליידער דעם אמת... ס'געווען א ווידיא טשעט, ביי זיי אין די געהעריגע אפיס...

אוועטאר
יאצמעך
שר האלפיים
תגובות: 2845
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אפריל 13, 2015 4:09 pm
לאקאציע: ביים עם הארץ אין מויל

תגובהדורך יאצמעך » פרייטאג אוקטובער 12, 2018 12:35 pm

אפשר דארף ער האלטן דיין שבת נישט זיין?
ביטע נעמט נישט מיין שווייגן פאר א שתיקה כהודאה.

דריידל
שר האלפיים
תגובות: 2686
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 07, 2015 2:13 pm

תגובהדורך דריידל » פרייטאג אוקטובער 12, 2018 1:07 pm

טאמער דארף מען שבת גיין אין שפיטאל, זאל מען רופן א קאר סערוויס פון א געהעריגע פאון אדער איז ענדערש צו ניצן די Uber עפפ?

ראספשע
שר האלפיים
תגובות: 2038
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוקטובער 10, 2016 11:43 am

תגובהדורך ראספשע » פרייטאג אוקטובער 12, 2018 2:00 pm

פאראויס האט געשריבן:א)

כ'האלט יעצט אינמיטן רעדן מיט א טשיינע סופלייער וועם כ'האב גערופן, און איך כאפ מיך אז -איין מינוט-, יעצט איז דאך פרייטאג צונאכטס דארט! פשטות טאר איך עם נישט מאכן ארבעטן פאר מיר שבת!

האט שוין איינער מברר געווען?
-----
ב)

ואתמ"ל אסור, מעג איך איר יעצט שיקן מעסעדשעס, און ער האט כאטש א ברירה צו ליינען מוצ"ש? פשטות יא.

אבער אויב ער ריפלייט, מעג איך צוריק ריפלייען... ווייל ער האט א ברירה נישט ממשיך צו זיין?..

די זעלבע קשיא איז אויף שיקן און ריפלייען צו אימעילס אין ריעל טיים.

כ'נישט פארשטאנען
דער סופלייער איז א יהודי,
אדער א אינו יהודי [און דיין שאלה איז אלס אמירה לעכו"ם]?

פאראויס
שר חמש מאות
תגובות: 725
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוקטובער 01, 2015 8:56 pm

תגובהדורך פאראויס » זונטאג אוקטובער 14, 2018 12:19 am

ראספשע האט געשריבן:
פאראויס האט געשריבן:א)

כ'האלט יעצט אינמיטן רעדן מיט א טשיינע סופלייער וועם כ'האב גערופן, און איך כאפ מיך אז -איין מינוט-, יעצט איז דאך פרייטאג צונאכטס דארט! פשטות טאר איך עם נישט מאכן ארבעטן פאר מיר שבת!

האט שוין איינער מברר געווען?
-----
ב)

ואתמ"ל אסור, מעג איך איר יעצט שיקן מעסעדשעס, און ער האט כאטש א ברירה צו ליינען מוצ"ש? פשטות יא.

אבער אויב ער ריפלייט, מעג איך צוריק ריפלייען... ווייל ער האט א ברירה נישט ממשיך צו זיין?..

די זעלבע קשיא איז אויף שיקן און ריפלייען צו אימעילס אין ריעל טיים.

כ'נישט פארשטאנען
דער סופלייער איז א יהודי,
אדער א אינו יהודי [און דיין שאלה איז אלס אמירה לעכו"ם]?

כ'רעד פון גוים. אוודאי.

אמירה לעכו'''ם פלאס.

דו צווינגסט עם אריין אין א מלאכה...

הצעיר באלפי
שר מאה
תגובות: 238
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג יולי 15, 2016 11:13 am

תגובהדורך הצעיר באלפי » זונטאג אוקטובער 14, 2018 7:27 am

דריידל האט געשריבן:טאמער דארף מען שבת גיין אין שפיטאל, זאל מען רופן א קאר סערוויס פון א געהעריגע פאון אדער איז ענדערש צו ניצן די Uber עפפ?



לכאורה uber איז בעסער
ווייל אזוי דארף מען זיי נישט צאהלען אויף שבת בפועל, עס גייט פון זיך אליינס !
משל למה הדבר דומה, איינער וואס האט א דיירעקט דיפאזיט אין עס קומט אויס שבת די טאג פון פעימענט.

דריידל
שר האלפיים
תגובות: 2686
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 07, 2015 2:13 pm

תגובהדורך דריידל » זונטאג אוקטובער 14, 2018 10:05 am

הצעיר באלפי האט געשריבן:
דריידל האט געשריבן:טאמער דארף מען שבת גיין אין שפיטאל, זאל מען רופן א קאר סערוויס פון א געהעריגע פאון אדער איז ענדערש צו ניצן די Uber עפפ?



לכאורה uber איז בעסער
ווייל אזוי דארף מען זיי נישט צאהלען אויף שבת בפועל, עס גייט פון זיך אליינס !
משל למה הדבר דומה, איינער וואס האט א דיירעקט דיפאזיט אין עס קומט אויס שבת די טאג פון פעימענט.

איך רעדט ווען ביי א רעגולער קאר סערוויס איז דא די אפציע צו צאלן נאך שבת. וואס טוט זיך לגבי רופן אויפ'ן טעלפאון אדער נוצן אן עפפ, וועלכע איז ענדערש?

אוועטאר
שאינו יודע
שר חמשת אלפים
תגובות: 5135
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מארטש 24, 2011 1:27 pm

תגובהדורך שאינו יודע » זונטאג נובעמבער 04, 2018 12:50 am

אמירה לעכום האט צוויי טעמים. לכאורה די טעם פון שליחות גייט אן בכל מקום שהוא
אז דו ווייסט נישט, רעד נישט!


צוריק צו “ידיעות התורה”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 11 געסט