שאלות אין הלכה

הפוך בה דכולה בה

די אחראים: אחראי, גבאי ביהמד

תהוובהו
שר מאה
תגובות: 105
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 13, 2006 2:30 pm

שאלות אין הלכה

תגובהדורך תהוובהו » פרייטאג יולי 14, 2006 12:01 pm

צי מעג מען מאכן א ברכה ביינאכט אנע ציצית.

אוועטאר
איך_הער
סעקרעטאר
תגובות: 18574
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 04, 2006 6:47 pm
לאקאציע: אין אפיס
פארבינד זיך:

תגובהדורך איך_הער » פרייטאג יולי 14, 2006 12:34 pm

לכאורה מעג מען בייטאג אויך , ציצית האט גארנישט מיט ברכות דאס איז א מלבוש וואס מ'דארף אנטוהן , און ווער ס'גייט נישט ביינאכט מיט ציצית ( פארוואס טאקע נישט ) איז נישט .

אוועטאר
סאכדעס
שר עשרים אלפים
תגובות: 20425
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 27, 2006 2:15 pm
לאקאציע: אלעמאל נאנט צו התאחדות
פארבינד זיך:

תגובהדורך סאכדעס » פרייטאג יולי 14, 2006 2:03 pm

איצט געפרעגט דעם דאיען דקהלתינו שליטא, און ער האט געגעבן רעכט פאר איך_הער.

תהוובהו
שר מאה
תגובות: 105
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 13, 2006 2:30 pm

תגובהדורך תהוובהו » פרייטאג יולי 14, 2006 2:22 pm

יישר כח אייך.
יעצט איז מיין שאלה צי מעג איך אויך מאכן א ברכה, (למשל א מזונות אויף די ליקעריש), ווען איך האב נישט אן די שטרימפ און די פיס איז נאקעט, לאמיר זאגן ארויף ביז די קניען, צי איז דאס יא א פראבלעם?
די וואך אין פרק:
רבי אליעזר אומר: יהי כבוד חברך חביב עליך כשלך, ואל תהי נוח לכעוס וכו'
רבי טרפון אומר: היום קצר והמלאכה מרובה והפועלים עצלים והשכר הרבה ובעל הבית דוחק

אוועטאר
איך_הער
סעקרעטאר
תגובות: 18574
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 04, 2006 6:47 pm
לאקאציע: אין אפיס
פארבינד זיך:

תגובהדורך איך_הער » פרייטאג יולי 14, 2006 2:29 pm

עכט איז דאך דא א דיין דא , אבער אזוי ווי איך האב באמערקט אז ביים פריערדיגן מאל האט ער מיר געגעבן גערעכט און נישט מוחה געווען פארן זיין א מורה הלכה בפני רבו , וועל איך מיך ווייטער ערלויבן ,
יעצט דאס אז אויף ליקעריש מאכט מען א מזונות ביסטו אזוי זיכער אז דו פרעגסט ניטאמאל , איך הער ( ליין ) עס יעצט די ערשטע מאל קען זיין אז איך ווייס נישט ,
מכוח דיין שאלה , איז אזוי , א ברכה נישט צו טארן מאכן איז נאר א פראבלעם ווען לבו רואה את הערוה , ביי נאקעטע פיס איז נישטא דער פראבלעם , דאס איז להלכה , פון די אנדערע זייט אבער מאכסטו דאך א ברכה פארן הייליגן באשעפער , נו , אביסל דרך ארץ .

אוועטאר
סאכדעס
שר עשרים אלפים
תגובות: 20425
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 27, 2006 2:15 pm
לאקאציע: אלעמאל נאנט צו התאחדות
פארבינד זיך:

תגובהדורך סאכדעס » פרייטאג יולי 14, 2006 2:45 pm

על איך עס לאזן פאר דעם דאיען.
ער וועט באלד זיין צוריק.

תהוובהו
שר מאה
תגובות: 105
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 13, 2006 2:30 pm

תגובהדורך תהוובהו » פרייטאג יולי 14, 2006 2:46 pm

איך_הער וואס דו זאגסט.
פאר דעם האב איך טאקע געשריבן דעם משל פון ליקעריש און מזונות, דאס צו לאזן וויסן פאר די וואס ווייסן נישט. בא ללמד ונמצא למד...

אויב ביסטו מודה אז די הלכה זאגט אז מען מעג, קומט אויס אז דו האלטסט אז זיי האבן פארזען דאס עס איז נישט קיין דרך ארץ כלפי שמים ח"ו.

שאלה נומער 3) וואס טוט זיך דעמאלטס מיט א פרוי'ס פיס, איז דאס א פראבלעם? איז דאס אין כלל פון גילוי?

אוועטאר
סאכדעס
שר עשרים אלפים
תגובות: 20425
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 27, 2006 2:15 pm
לאקאציע: אלעמאל נאנט צו התאחדות
פארבינד זיך:

תגובהדורך סאכדעס » פרייטאג יולי 14, 2006 2:57 pm

כעל מוזן שרייבן אנשטאט דעם דאיען, כאב נישט קיין געדולד פשוט אריין און ארויסצוסיינען, הארך מיר צו דו ביסט פשוט תוהו ובוהו, וואלט איך געווען אליינ'ס דא באלעבאס, וואלט איך דיר חוסם געווען, אפשר בין איך צו שארף, אבער כ'בעט דיר פארפיר נישט דעם פארום אויף נישט גינסטיגע דרכים, איצט פיינעלי.
פוס איז נישט קיין פראבלעם פון ערוה.
א גוט שבת
לעצט פאראכטן דורך סאכדעס אום זונטאג יולי 16, 2006 2:46 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.

אוועטאר
איך_הער
סעקרעטאר
תגובות: 18574
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 04, 2006 6:47 pm
לאקאציע: אין אפיס
פארבינד זיך:

תגובהדורך איך_הער » פרייטאג יולי 14, 2006 3:00 pm

סאכדעס פאר צוויי סיבות קריג איך מיט דיר , איינס פשוט ווייל דו זאלסט ענטפערן און די וועסט אנציען , צווייטענס , ביי א פרוי איז יעדע פלאץ וואס דארף זיין פארדעקט אין גדר פון ערוה.
תוהו דרך ארץ קדמה לתורה

אוועטאר
סאכדעס
שר עשרים אלפים
תגובות: 20425
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 27, 2006 2:15 pm
לאקאציע: אלעמאל נאנט צו התאחדות
פארבינד זיך:

תגובהדורך סאכדעס » פרייטאג יולי 14, 2006 3:04 pm

נישט לגבי א ברכה, א פרוי מעג אפילו זיצענדיג, ליינען קריאת שמע.

אוועטאר
סאכדעס
שר עשרים אלפים
תגובות: 20425
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 27, 2006 2:15 pm
לאקאציע: אלעמאל נאנט צו התאחדות
פארבינד זיך:

תגובהדורך סאכדעס » פרייטאג יולי 14, 2006 3:05 pm

הער אויס כ'זאג נאכאמאל כעל עס לאזן דעם דאיען דורכטוהן, אבער דאס איז איצט וואס איך געדענק פון אמאל.

אוועטאר
איך_הער
סעקרעטאר
תגובות: 18574
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 04, 2006 6:47 pm
לאקאציע: אין אפיס
פארבינד זיך:

תגובהדורך איך_הער » פרייטאג יולי 14, 2006 3:05 pm

איך רעד נישט לגבי איר , נאר לגבי ווער ס'שטייט לעבן איר

אוועטאר
סאכדעס
שר עשרים אלפים
תגובות: 20425
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 27, 2006 2:15 pm
לאקאציע: אלעמאל נאנט צו התאחדות
פארבינד זיך:

תגובהדורך סאכדעס » פרייטאג יולי 14, 2006 3:06 pm

כאב דיר שוין געזאגט אז איך מוז לויפן, אבער דאס וואס דו זאגסט איז נישט אזוי פשוט.

תהוובהו
שר מאה
תגובות: 105
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 13, 2006 2:30 pm

תגובהדורך תהוובהו » פרייטאג יולי 14, 2006 3:47 pm

סאכדעס

איך זע נישט פארוואס ביסט אזוי ווילד געווארן, צי טאר מען נישט פרעגן א שאלה וואס לדעתי קען זיך דאס מאכן אז א פרוי גייט בארוועס און מ'וויל מאכן א ברכה און מ'ווייסט נישט די הלכה, אדער צי דאס איז בכלל א שאלה. (איך בין נישט שולדיג אז דו פארטייטשט...
און נאך אלעם זע איך אז עס טוט זיך שוין א מבוכה דערויף , דעריבער זע איך נישט על מה היה החרי אף הזה?

אויב ווילסטו מיך טאקע חוסם זיין, גיב איך דיר דעם פאוער דערצו. בעט מיך איין מאל אז דו ווילסט נישט איך זאל דא שרייבן, און איך וועל פאלגן. איך האב ב"ה וואו צו גיין.
די וואך אין פרק:

רבי אליעזר אומר: יהי כבוד חברך חביב עליך כשלך, ואל תהי נוח לכעוס וכו'

רבי טרפון אומר: היום קצר והמלאכה מרובה והפועלים עצלים והשכר הרבה ובעל הבית דוחק

אוועטאר
איך_הער
סעקרעטאר
תגובות: 18574
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 04, 2006 6:47 pm
לאקאציע: אין אפיס
פארבינד זיך:

תגובהדורך איך_הער » פרייטאג יולי 14, 2006 4:05 pm

תוהו ווער נישט אזוי בהו סאכדעס האט נאר געוואלט זיך דערכאפן צום הונדערסטן תגובה איז ער געווען אזוי בהול און נישט צופיל געטראכט פארן שרייבן אזוי מיין איך

אוועטאר
מעסטערמיינד
שר האלף
תגובות: 1515
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 25, 2006 5:35 pm

תגובהדורך מעסטערמיינד » פרייטאג יולי 14, 2006 6:43 pm

סאכדעס און יעדער איינער דא קודם כל די שאלה וואס תוהו פרעגט מאכט זיך ליידער פיל למשל כ'האב יארן געארבעט אויף א פלאץ וואו עס פלעגען אריין קומען נישט פון אונזערע קרייזען אין כ'האב כמה פעמים געהאט די שאלה דאס זעלבע קען זיך מאכען היינטיגע צייטען אז מ'גייט ארויס מאכען גרילל'ס אין פארק'ס וכדומה.
כ'ווייס טאקע נישט די הלכה .

אוועטאר
מעסטערמיינד
שר האלף
תגובות: 1515
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 25, 2006 5:35 pm

תגובהדורך מעסטערמיינד » זונטאג יולי 16, 2006 12:41 pm

מענין לענין, האב איך מיך דערמאנט א מעשה וואס כ'האב געהערט פון א איש מהימן, כ'געדענק נישט פונטקליך אלע דעטאלען אויב איינער ווייסט מער קען ער מיך פארעכטען.
נישט לאנג צוריק האט א ראביי דאהי און אמעריקע געדארפט האלטן א דרשה פאר א יו"ט און האט געדארפט פארלערנען הלכות פון יו"ט און ער האט געטראפען א מחזור דברי יואל און ער האט געזעהן אז דארט ווערט שיין אראפ געברענגט הלכות און מנהגים האט ער גענומען דאס מחזור און פארגעלערנט פון דארט. נכען דאווענען דער עולם איז אהיים מאכען די סעודה און ביי איין משפחה , דער טאטע האט געוואלט מאכן קידוש רופט זיך אן זיין בחור'ל צו די מאמע גיי דעק דיך צו דעם קאפ ווייל דער רב האט היינט פארגעלערנט אז מ'טאר נישט מאכען קיין ברכה פאר א אפענעם קאפ האר די מאמע האט זיך גענומען רעגן וואס איז מיט'ן רב זייט וועט מאכט ער אויף נייע הלכות וכו' דער טאטע שאקעלט מיט'ן קאפ יא דער ראביי האט טאקע אזוי געזאגט. בקיצר זיי זענען אריבער געגאנגען צום ראביי און געפרעגט פון וואו נעמסטו דאס? האט זיי דער ראביי געזאגט דעם אמת איך וייס טאקע נישט וואו דאס שטייט כ'האב נאר פארגעלערנט וואס עס איז געשטאנען און מחזור דברי יואל, האט ער ארויס גענומען דאס מחזור'ל און נאך געקוקט יא אזוי שטייט טאקע און ס'איז גאר דא מארי מקום צום שו"ע האט ער נאך געקוקט דעם שו"ע און געזעהן אז יא אזוי ווערט טאקע געפסק'נט, ס'איז איברג צו זאגן אז דער גאנצער עולם (פארשטייט זיך די וואס האבן אים געפאלגט) האבען אראפגעבונדען די קעפ...
ע"כ המעשה

אוועטאר
סאכדעס
שר עשרים אלפים
תגובות: 20425
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 27, 2006 2:15 pm
לאקאציע: אלעמאל נאנט צו התאחדות
פארבינד זיך:

תגובהדורך סאכדעס » זונטאג יולי 16, 2006 12:58 pm

א מורא'דיגע מעשה, מי כעמך ישראל.

תהוובהו
שר מאה
תגובות: 105
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 13, 2006 2:30 pm

תגובהדורך תהוובהו » פרייטאג יולי 21, 2006 12:19 am

וואס טוט זיך מיט מאכן א בורא נפשות נאכ'ן ענדיגן א "פריז פאפ", אדער ווי מיר היימישע רופן דאס "א פאחקסי"?

איז דאס גענוג? וויאזוי רעכנט מען דאס? און אויב נישט, וויפיל שטיק דארף מען עסן צו קענען מאכן דעם בורא נפשות???
די וואך אין פרק:

רבי אליעזר אומר: יהי כבוד חברך חביב עליך כשלך, ואל תהי נוח לכעוס וכו'

רבי טרפון אומר: היום קצר והמלאכה מרובה והפועלים עצלים והשכר הרבה ובעל הבית דוחק

איך פרוביר
שר העשר
תגובות: 47
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 13, 2006 1:32 pm

תגובהדורך איך פרוביר » פרייטאג יולי 21, 2006 12:53 pm

פארוואס זאל מען נישט קנען מאכן? איך מיין אז ס'איז דא א רביעית, נישט אזוי?!

דא קומענדיג צו דעם אשכול, ווער איך שוין אינגאנצן פארווינדערט , יא עס איז דא דא א דיין געהעריג, איך האב פריער געפרעגט מעסטער מיינד, איך האב קיינמאלנ ישט געהערט פון דעם

תהוובהו
שר מאה
תגובות: 105
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 13, 2006 2:30 pm

תגובהדורך תהוובהו » פרייטאג יולי 21, 2006 2:20 pm

טייפ

גאנץ א פשוטע עצה צו זען אויב ס'איז א רביעית.
נעם א פאקסי ווען עס איז נאך ליקוואד, איידער מען לייגט דאס אריין אין פריזער, גיס דאס אריין אין א גלעזל, וועסטו זען עס איז קוים עפעס, עס איז נאך ווויניגער ווי א פערטל קאפ.
די וואך אין פרק:

רבי אליעזר אומר: יהי כבוד חברך חביב עליך כשלך, ואל תהי נוח לכעוס וכו'

רבי טרפון אומר: היום קצר והמלאכה מרובה והפועלים עצלים והשכר הרבה ובעל הבית דוחק

אוועטאר
התאחדות
דומ"ץ דקהלתינו
תגובות: 67
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 02, 2006 5:35 pm
לאקאציע: אין בעסדין שטיבל

תגובהדורך התאחדות » מאנטאג יולי 31, 2006 11:59 am

נאך א פאקסי פאפ זאל מען נישט מאכן קיין בורא נפשות.
אלץ ונשמרתם זאל מען בכלל נישט נוצן די פאקסי פאפ'ס וואס האבן מער פעינט ווי וואסער.

אוועטאר
קהל'ס נאר
שר חמישים ומאתים
תגובות: 273
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 06, 2006 11:38 am
לאקאציע: זיצענדיג אויפן טרעפ

תגובהדורך קהל'ס נאר » מאנטאג יולי 31, 2006 12:02 pm

א ווערים וואסער פילטער איז נישט קיין שאלה פון בורר אין שבת?

אוועטאר
איך_הער
סעקרעטאר
תגובות: 18574
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 04, 2006 6:47 pm
לאקאציע: אין אפיס
פארבינד זיך:

תגובהדורך איך_הער » מאנטאג יולי 31, 2006 2:15 pm

אוכל מתוך פסולת איז נישט קיין שאלה , אויב דו דארפסט עס גלייך , אנצוגרייטן אויף שפעטער בלייבט דערווייל שווער ביז דער דיין אליינס וועט עס פארענטפערן .

3x0
המכונה 'טריאו'
תגובות: 9146
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יוני 28, 2006 11:29 am
לאקאציע: חבוי

תגובהדורך 3x0 » מאנטאג יולי 31, 2006 2:20 pm

מיט א כלי איז מעג מען אויך? (איך געדענק נישט פון חדר)


צוריק צו “ידיעות התורה”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 9 געסט