מהלכים און מנהגים בשקיעה וצאה"כ / פילפולי דאורייתא להלכה ולא למעשה

הפוך בה דכולה בה

די אחראים: אחראי, גבאי ביהמד

פסיקתא
שר מאה
תגובות: 228
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג יולי 21, 2017 9:47 am

תגובהדורך פסיקתא » מיטוואך ינואר 03, 2018 9:43 pm

היסטאריע האט געשריבן:אין דברי חנה איז דא אן אינטרעסאנטע הקדמה פון פשעווארסקער רבי בנוגע די זמנים פון ר"ת.
איך לייג עס דא ארויף.
divrachuna1.jpg



divrachuna0.jpg


נ.ב. עס איז נישט די קלארסטע אבער דאס איז די בעסטע וואס איך קען.


זייער נישט קלאר , אפשר ברענג א לינק צי דער ספר

אדער ווער עס קען זיך מרחם זיין, אין עס ברענגען קלאר
זאל עם הגה״ק ר יענקעלע עם מליץ טוב זיין

רוח נכאה
שר מאה
תגובות: 108
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 21, 2017 8:35 pm

לרווחא דמילתא

תגובהדורך רוח נכאה » מאנטאג ינואר 08, 2018 8:26 pm

ב"ה

איך בין נישט דארך געגאנגן אלע בלעטער דא. אביר איך האב א חברותא וואס איז בקי אין די אלע זמנים אין ער האט מיר אויפגעמאכט די אויגן אין די פארפלונטערטע סוגיא. וויל איך דא שרייבן אפאר נקודות.
א. אין מערב גאליציע האט מען געהלטן שיטת רבינו תם הן לקולא הן לחומרא. אין עס איז געווען פלעצער וואס מען האט געהאלטן אפילו געהאלטן 90 מינוט.
כ"ק מרן אדמו"ר הרה"ק מוהר"ר ישכר דוב זצוקללה"ה מבעלזא פלעגט זאגן אז ער וויל נישט אויסזאגן ביז ווען מען מעג דאווינען מנחה, אויך פלעג ער זאגן לגבי ברית מילה אויב עס איז געווען פאר ער האט געענדיקט מנחה איז וודאי יום. ביז א האלבע שעה וואס מען ריפט היינט שקיעה האט מען אין דיע מקומות געמאכט מלאכות ערב שבת.

ב. אין מזרח גאליציע און אין אוקראינה האט מען בכלל נישט געוויסט וואס דאס הייסט רבינו תם. נאר 3 כוכבים.

ג. אין פולין האט מען מבעוד יום גדול קרוב לשקיעה שוין געהאלטן נאכט.

ד. אין אונגארן האט מען זייער מחמיר געווען לחומרא אזוי ווי פולין אין מוצאי שבת אזוי ווי אין מערב גאליציע.

ה. אין ירושלים האבן די ספרדים ארויפגעצווינגען זייערע מנהגים אויפן פאלק מיט געוואלד, אין דערנאך שפעטער ווען די פרשים האבן באקימען כח אין מאכט האבן זיי ווייטער אנגעהאלטן די ספרדישע מנהגים אין אויך זיך געפירט צי צווינגען וכאן הי' צריך להאריך בהוכחות אבל אין עתותי כרגע בידי ואי"ה עוד חזון למועד.

ו. עיין שו"ת אגרות משה חלק ו או"ח סימן סב שכאן באמעריקא צריך להחמיר לחומרא לכל הפחות ע"ב מינוטין ועד צ"ו מינוטין אחר השקיעה ולגבי ערב שבת לפחות עשר מינוט לפני השקיעה יעו"ש לשונו המתוק והטעמים.
ובחלק א או"ח סימן כ"ד כותב שיש מציאות שעדיין נראה יום והוא ודאי לילה יעו"ש.
ויש גם כן תשובה להאדמו"ר מציעשנוב זצ"ל שכותב שנהגו בגאליציע לעשות מלאכות ערב שבת עד חצי שעה אחרי השקיעה והוא כותב שעאן המוי יארק האופק שונה ואני עדיין צריך לחפש התשובה שאני זוכר כעת איזהו מקומן.

ז. סיפר לי הר"ר בעריש בערגער ע"ה מבארא פארק (היה איש מדוכא מסובב בצרות) שלא זז מרבו כ"ק אדמו"ר הגה"ק הדברי יואל זצוק"ל מסאטמאר, וסיפר לי הרבה ענינים, וא' מהם שפעם הלך בערב שבת עם המשב"ק ובחזרה מהמקוה צעקו אליהם כמה אנשים, שבת!! וכן הי' גם כן כמה פעמים בירושלים עיה"ק ת"ו.

ח. וסיפר לי הרה"ח הישיש מוהר"ר בנימין צוקער שליט"א מגדולי חסידי כ"ק אדמו"ר הגה"ק מסקאליע זצוק"ל שחצי שעה לפני זמן הדלקת הנרות שבלוח שלנו אם ראה א' עושה מלאכה הי' רועד, ומתמה אין אתה מתיירא שמה כבר שבת קודש, ובמוצאי שבת לא עשה מלאכה עד שעה אחרי זמן רבינו תם לכל הפחות.

ט. ובספה"ק שלחן הטהור להגה"ק מקאמארנא זי"ע (שהפסקים שלו הי המנהג הנפוץ ברוב ערי גאליציע) כותב בסימן רס"א וזל"ק, הפוסקים הביאו דברי ר"ת לחלק השקיעה שהחמה נכנס בעובי רקיע ובין גמר השקיעה, ואנן לא ידענא ליה כלל כידוע אמיתיות הענין, ולא יכחיש מה שהחוש רואה שהשמש הולכת בשוה בכל הכדור וכשהוא יום לזה הוא לילה לזה ולא יש כאן עביו של רקיע כלל וכלל, אלא העיקר שכל זמן שהשמש נראה מקצתה על הארץ בכל מקום ומקום ובכל אקלים כפי מה שהוא מן התורה יום גמור,וגם אחר ששקעה החמה רצה לעשות עושהו תוספת שבת כולו וכשמקבל עליו שבת בזמן הזה אסור במלאכה ואסור לומר לגוי לעשות מלאכה כי תוספת שבת מן התורה ואם רצה יכול לעשות מלאכה עד שלש רבעי שעה אחר ששקעה החמה ולא יותר כי יכנס לספק תורה ואם עשה מלאכה אחר עבור חמשים מנוטין אחר השקיעה חייב באשם תלוי וכל זה לפי האקלים אבל במדינות שלנו יש חילוק בין חורף לקייץ על כן מן הראוי לכל בעל נפש שלא לעשות מלאכה חצי שעה אחר השקיעה וכל אחד יירא לנפשו מאד ויצמצם הרבה גם בזה השיעור ורבינו הקדוש הב"ח החמיר בזה הרבה ללא צורך כלל ואין בדעה זאת שורש קיום כי כל זמן שהחמה יש בה איזה אור הניכר לעינים ראיית השמש הוא יום גמור. ולילה גמורה להתחייב חטאת וסקילה אינו אלא כשיראה שלשה כוכבים סמוכים למראה העין זה אצל זה וקודם לכן כמו עשרים מנוטין וחייב באשם תלוי לפי מנהג מדינות הללו ותוספת שבת מן התורה ובפרט שניתן לנשים וקלי הדעת יחמיר הרבה וימהר להדליק הנרות תיכף אחר שקיעת החמה ובזה יאריך ימים ושנים
ומסיים שם יש מקומות שמקבלין שבת בימי הקיץ הרבה קודם שקיעת החמה כמו שעה ושתים ויש להם על מה שיסמוכו מכמה טעמים נגלים ונסתרים ואשרי להם ולנשמתם וכן נהגתי רוב ימי. עכלה"ק
הרי הוא חולק על האגרות משה שהוא כותב כמה פעמים וכן בהלוכות מנחה ג"כ שכל זמן שעדיין יש קצת אור הוא ודאי יום.

י. כ"ק אדמו"ר מבאבוב זצוק"ל הי' נכנס כל שבת לבית המדרש 10 מינוט אחרי השקיעה ומדליק ליד העמוד שתי נרות ואח"כ התחיל מנחה, ומה נהדר הי' המחזה אשרי עין ראתה.

אוועטאר
חוקר
שר חמש מאות
תגובות: 906
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג סעפטעמבער 12, 2008 2:52 pm

תגובהדורך חוקר » דינסטאג ינואר 09, 2018 12:09 am

אפאר קליינע באמערקונגן

א
בעלז איז אין מזרח גאליציע!!! און אין מעריב גאליציע איז אויך נישט אזוי פשוט אז מען האט אנגענימען 72 (מען האט טאקע געטיהן מלאכות נאך די שקיעה אבער מוצ"ש האט מען אנגענימען לויט ג כוכבים וואס דאס קומט אויס בערך פופציג זעכציג מינוט נאך די שקיעה)

ב
פון ווי נעמט סקווער (ב"פ) ר"ת?

ד
עיין כמה פעמים באשכול זה אז מען האט אין אונגערן אנגענימן ג כוכבים

ז
וויפיל צייט נאך (אדער פאר) די שקיעה? (ווייל אין י"ם האט מען מיך נאכגעשריגן צען מינוט פארן שקיעה)

י
האט איר דאס געזען אדער געהערט פון איינער וואס האט דאס געזען?
טראכט גוט וועט זיין גוט !!!!!

רוח נכאה
שר מאה
תגובות: 108
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 21, 2017 8:35 pm

תגובהדורך רוח נכאה » דינסטאג ינואר 09, 2018 2:02 am

א. אין הכי נמי בעלז איז מזרח, אבער כידוע האט מען זיך גיפירט אין בעלז כמנהג צאנז ושינאווא. אין אפשר איז דארט אנדערש געווען בימי כ"ק מרן השר שלום זי"ע. אין עז טאקע געווען א חידוש אין מזרח גאליציע די התנהגות בבעלז.
ב. אין סקווירא אינדערהיים לא שמעו ולא ראו ולא ידעו מן זמן ר"ת. נאר מוצ"ש האט מען דארט געענדיקט שפעט. וכן אמר לי כ"ק אדמו"ר מסקווירא ב"פ זצ"ל וכמו כן אמר לי אחיו כ"ק אדמו"ר מסקווירא פלעטבוש זצ"ל. ואגב אמר לי כ"ק אדמו"ר מזוועהיל ירושלים זצ"ל שכ"ק אדמו"ר הרה"ק מוהר"ר שלומק'ה זצוק"ל מזוועהיל הי' שולח תמיד א' לראות אם יש ג' כוכבים בכל צוצ"ש ואז התפלל מעריב ועשה מלאכה, וכאילו לא ידע שיש לוח, ועל זמן רבינו תם הי' אומר, מעולם לא שמענו על זמן זה.
ד. לחומרא ברוב המקומות שהי' מתפליים נוח=סח ספרד הי' ג' כוכבים רק לחומרא.
ז. שמעתי בפירוש מהנ"ל ר' בעריש בערגער ע"ה שהלך למקוה בעת השקיעה.
י ראיתי ושמעתי. וכן הי' מדי שבת בשבתו. והמפורסמים אין צריך ראיה.

רוח נכאה
שר מאה
תגובות: 108
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 21, 2017 8:35 pm

תגובהדורך רוח נכאה » דינסטאג ינואר 09, 2018 2:13 am

אגב. אין סידור חלקת יהושע שטייט אז מרן החלקת יהושע האט נישט געהאלטן ר"ת. אין יום כיפור האט ער געהאלטן אז מען טאר ניש מחמיר זיין כשיטת רבינו תם.
כ"ק אדמו"ר הגה"ק מקלויזנבורג זצוק"ל אז טאמער איינער האט געפרעגט אז מחמת חולשתו וויל ער אויספאסטן יום הקדוש פאר זמן ר"ת, פלעגט ער ענטפערן אז ביסט אזא חלוש, פארוואס האסט נישט געטרינקען א קאווע פארן דאווענען, אלא מאי ס'איז נישט פיקוח נפש, קען מען יעצט אויך נישט אויספאסטן.

רוח נכאה
שר מאה
תגובות: 108
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 21, 2017 8:35 pm

תגובהדורך רוח נכאה » מיטוואך ינואר 10, 2018 1:37 am

עס האט מיר היינט דערציילט הרב פלאם שליט"א איינער פין די נעפיוס פין סקווירא בארא פארק זצ"ל, אז ער האט ער געפרעגט זיין פעטער ז"ל מסקווירא בארא פארק וואס איז פשט אין די זמן ר"ת וואס ער פירט זיך, האט ער געענטפערט אז, היות זיין פעטער פין ניו סקווער ז"ל איז געווען אן איידעם אין בעלז אין דארט האט מען געדאוונט מנחה 50 מינוט נאך די שקיעה, האט ער בלית ברירה מקבל געווען אויף זיך זמן רבינו תם, אויך איך בין א פארשלעפטער אין איך קים נישט אהן האב איך מקבל געווען אויף מיר שיטת רבינו תם.

גלאזער
שר האלף
תגובות: 1268
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוגוסט 12, 2015 11:25 pm

תגובהדורך גלאזער » מיטוואך ינואר 10, 2018 2:03 am

רוח נכאה האט געשריבן:ב"ה
י. כ"ק אדמו"ר מבאבוב זצוק"ל הי' נכנס כל שבת לבית המדרש 10 מינוט אחרי השקיעה ומדליק ליד העמוד שתי נרות ואח"כ התחיל מנחה, ומה נהדר הי' המחזה אשרי עין ראתה.

אנדערע באבובע חסידים קענען דאס באשטעטיגן דא ?

הצעיר באלפי
שר מאה
תגובות: 178
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג יולי 15, 2016 11:13 am

תגובהדורך הצעיר באלפי » מיטוואך ינואר 10, 2018 2:19 am

גלאזער האט געשריבן:
רוח נכאה האט געשריבן:ב"ה
י. כ"ק אדמו"ר מבאבוב זצוק"ל הי' נכנס כל שבת לבית המדרש 10 מינוט אחרי השקיעה ומדליק ליד העמוד שתי נרות ואח"כ התחיל מנחה, ומה נהדר הי' המחזה אשרי עין ראתה.

אנדערע באבובע חסידים קענען דאס באשטעטיגן דא ?

כהאב פראבירט מברר זיין ביי עטליכע עלטערע באבובע חסידים וואס האבען מיט געהאלטען כסדר ביי האדמו"ר מהר''ש זצ''ל אין קיינער האט נישט דאס געקענט באשטעטיגען !

רוח נכאה
שר מאה
תגובות: 108
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 21, 2017 8:35 pm

תגובהדורך רוח נכאה » מיטוואך ינואר 10, 2018 6:39 pm

הר"ר מאיר רייכבערג הי"ו -- רייכבערג טרעוועל, האט מיר געזאגט אז ער געדענקט דאס אויך.

פסיקתא
שר מאה
תגובות: 228
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג יולי 21, 2017 9:47 am

תגובהדורך פסיקתא » מיטוואך ינואר 10, 2018 9:58 pm

רוח נכאה האט געשריבן:הר"ר מאיר רייכבערג הי"ו -- רייכבערג טרעוועל, האט מיר געזאגט אז ער געדענקט דאס אויך.


יאך ווייס נישט צי דיין חברותא האט די געעפענט דער אויגען אדער פארמאכט, ווייל אסאך צאם גערעדט אויך
חיץ אז אלעס וואס ער זאגט איז תורת משה,

איך געב איין משל די זאגסט אונגערין כאילו די זאגסט
וישניץ אדער בעלזא אדער סאטמאר האלטען היינט
אויב די ווייסט איז אונגערין גרויס! עס זענען געווען אלע מיני קהילות פין אויבערלענדער ביז גיליצייאנע חסידים
אין דער פאקט אז דער זמנים זענען געווען אנדערש אין אלע שטעט, אין מען האט געקענט טין א מלאכה נאך דער שקיעה אויך, אין מען האט געקענט טין מוצאי שבת פאר 72אויך ווענטזעך וועלכע שטאט! פארשטייסט אז עס איז אביסעל צאם גערעדט

רוח נכאה
שר מאה
תגובות: 108
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 21, 2017 8:35 pm

תגובהדורך רוח נכאה » פרייטאג ינואר 12, 2018 3:11 am

שו"ת משנה חלק ח קסח

גם בענין שיטת ר"ת שכתב שהאידנא קשה למצוא מי שהוא שיתיר לקולא בדיני שבת ונדה נגד שיטת הגאונים שפסקו כר"ת אומר אני הלואי מי יתן והי' אבל כנראה לא ידוע לו שהזמן של אגודת הרבנים פה באמעריקע שקובע לסתם יהודים באמעריקע הוא דלא כשיטת ר"ת ומקילין לענין שבת ונדה וכל עניני כרת שאוכלין חצי שעה קודם הזמן של ר"ת ולזמן של ר"ת אפילו בין השמשות אכתי ליכא והוא באמת איסור סקילה לשיטת ר"ת ולדעת רוב הפוסקים וכבר הארכתי בזה במקום אחר כלומר בשבת ויש איסור סקילה וביו"כ ונדה איסור כרת ופלא שכתב שקשה למצוא מי שהוא שיתיר לקולא בדיני שבת ונדה נגד שיטת ר"ת רק הבני הישיבות וכמה מהחסידים שמחזיקים בשיטת ר"ת, ואדרבה הגאליציאנער והאונגארישע רובם מחזיקים בשיטת ר"ת והפולישע ורוסישע וליטווישע רובם מקילים הגם שידוע שמרן הגר"ח מבריסק החמיר מאד וגם מרן החפץ חיים במשנה ברורה מחמיר כר"ת ומ"מ בזה חסידי מרן הח"ח ז"ל והגר"ח שבקו לחסידותייהו ואין שומעין לו בזה.

רוח נכאה
שר מאה
תגובות: 108
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 21, 2017 8:35 pm

תגובהדורך רוח נכאה » פרייטאג ינואר 12, 2018 4:36 am

קטע מקובץ אור ישראל ח"י עמוד מד
היוצא לנו מזה דהרבה פוסקים סוברים כר"ת דעד בערך שעה אחר השקיעה עדיין יום וכן נוהגו הרבה במדינות אונגארן ובשאר מקומות אבל פה אצלינו בארה"ב נוהגין להחמיר בזה כו"ע ומדליקין נרות קודם השקיעה ואין עושין לכתחילה מלאכה אחר השקיעה אולם זהו רק להחמיר לכתחילה אבל לענין תפילת מנחה וכדומה רבים מקילין לכתחילה א"כ אפ"ל דבמקום צורך ודוחק לא החמירו בזה אפי' לגבי שבת ויכול לעשות מלאכה לכתחילה ולסמוך על שי' ר"ת

רוח נכאה
שר מאה
תגובות: 108
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 21, 2017 8:35 pm

תגובהדורך רוח נכאה » פרייטאג ינואר 12, 2018 5:05 am

קובץ עץ חיים באבוב קובץ ו
אמנם בארה"ב יש שמקילין בהפס"ט בדיעבד אחר שקה"ח ואין חוששין בזה לשיטת הגאונים ומ"מ חוששין לשיטת המנ"כ ואין מקילין עד נ"ח וחצי דקות אחר שקה"ח אלא כמו יג-ל דקות אחר השקיעה ולא יותר [עי' בס' ישראל והזמנחם עמ' תרפ"ג-ח ועמ' תתתקכ"ח שהאריך בזה והביא דהרבה רבני נ"י הקילו בזה ומהם כ"ק אדמו"ר מהר"ש מבאבוב זצ"ל כ"ק אדמו"ר מסאממר זצ"ל שו"ת משנת יעקב שו"ת באר משה]

רוח נכאה
שר מאה
תגובות: 108
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 21, 2017 8:35 pm

תגובהדורך רוח נכאה » פרייטאג ינואר 12, 2018 5:06 am

ואדרבה הגאליציאנער והאונגארישע רובם מחזיקים בשיטת ר"ת לשון המשנה הלכות


צוריק צו “ידיעות התורה”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 4 געסט