טעבס אין ווארד

די אחראים: זייער נייגעריג, אחראי, thefact

אוועטאר
מאיר
שר האלף
תגובות: 1526
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג פאברואר 10, 2009 12:34 pm

טעבס אין ווארד

תגובהדורך מאיר » מיטוואך פאברואר 11, 2009 7:26 pm

איך פארשטיי אז כדי צו אויסשטעלן א מפתח וואס זאל האבן א באנטש פינטעלעך צווישן די פרק און די עמוד איז די גרינגסטע מיט טעבס אבער וויאזוי מאכט מען אז ס'זאל אויטאמאטיש ווערן אויף איינמאל אלע 20 שורות למשל מיט טעבס מיט פינטעלעך אינדערצווישן?

כגון זו:

בסוגיא דמשקין שזבו.........................................................................................עמוד נז

אוועטאר
סתם_אזוי
שר ששת אלפים
תגובות: 6112
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מארטש 24, 2008 4:13 pm

תגובהדורך סתם_אזוי » מיטוואך פאברואר 11, 2009 8:22 pm

היילייט די גאנצע טעקס
איך האב עס געזאגט.... סתם אזוי. איך האב עס געפרעגט.... סתם אזוי.

אוועטאר
מאיר
שר האלף
תגובות: 1526
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג פאברואר 10, 2009 12:34 pm

תגובהדורך מאיר » מיטוואך פאברואר 11, 2009 8:24 pm

און ווייטער?

אוועטאר
מאיר
שר האלף
תגובות: 1526
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג פאברואר 10, 2009 12:34 pm

תגובהדורך מאיר » מיטוואך פאברואר 11, 2009 8:40 pm

יגעתי ומצאתי תאמין לו, איך האב אזוי לאנג געטרייט ווילאנג ס'געלונגען, אבער די שכוח קומט זיך נאך אלס פאר סתם_אזוי, ווייל די ווארט היילייט האט מיר "מאיר" עינים געווען, כאטשיג ער האט נישט געזאגט קיין פונקטליכע דעטאלן, אבער איך האב עס אויסגעפארטעלט דהיינו:

בשעת'ן טייפן די מפתח מאכט מען א טעב אין יעדע שורה באזונדער פאר מ'טייפט די נומבער פון די עמוד
און דערנאך ווען מ'איז פיניש סעלעקט מען אלעס אזוי ווי סתם זאגט, און דערנאך גייט מען אריין ביי פארמאט (קען זיין אז ביי ווארט 07 איז עס אנדערש) דערנאך גייט מען אריין ביי טעבס, און מ'שטעלט אן די טעב סטאפ פאזיסשאן ווי גרויס מ'וויל ס'זאל זיין, למשל 6 אינטשעס, און מען וועלט אויס אין דעם באקסל וואס מ'וויל, צו פינטלעך אדער ליינס וכדו'.

גאנץ פשוט
שר מאה
תגובות: 197
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג פאברואר 28, 2016 12:24 pm

תגובהדורך גאנץ פשוט » דאנארשטאג מאי 04, 2017 12:03 pm

וויאזוי איז די ריכטיגע וועג, צו מאכן אין ווארד, ביי די העדער אזוי ווי די פאלגנדע:
Capture.PNG
Capture.PNG (1.56 KiB) געזעהן 1334 מאל

איך קען בכלל נישט הלכות טעבס, אבער איך טרעף נישט דא אן ארטיקל וואס איז דאס מסביר. (הלכות פעידזש נאמבער קען איך יא, ב''ה).

מיט דאנק פון פאראויס

אוועטאר
אומאפיציעל
שר חמישים ומאתים
תגובות: 404
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג פאברואר 16, 2012 4:24 pm

תגובהדורך אומאפיציעל » דאנארשטאג מאי 04, 2017 1:55 pm

עס איז דא עטליכע מיני טעב סטאפער צייכנס:

- א רייט טעב, קוקט אויס ווי א אידישע נ' - דאס דארפסטו לייגן דארט וואו דו ווילסט עס זאל זיך אנהייבן די ווארט "חלומות".

- א לעפט טעב, עס קוקט אויף ווי אן L - דאס דארפסטו לייגן נאך די פעידזש נומער (ביים סוף פון די מארדזשין), און אויך נאך די ווארט "תנחום" (די זעלבע סאך אריינגערוקט פון לינקס ווי די רייט טעב פאר "חלומות" איז אריינגערוקט פון רעכטס).

- א סענטער טעב, קוקט אויס ווי א פארקערטע קמץ - דאס דארפסטו לייגן פונקט אינמיטן די פעידזש, אדער בעסער געזאגט אינמיטן די מארדזשין'ס.

צו לייגן א טעב סטאפער צייכן גיי מיט דיין פוינטער ארויף אויף דעם ראללער אויבן, און גיב א קליק, עס ווערט א טעב סימן. דערנאך קענסטו אנכאפן דעם טעב און עס רוקן צו די באשטימטע פאזיציע אויפן ראללער וואו ער דארף זיין.

צו טוישן וועלכע סארט טעב דו נוצט, גיי אויף די לינקע זייט פון דיין ראללער איז דא א פיצי קעסטל אין די קארנער, דארט קענסטו זעהן וועלכע טעב גייט ווערן ווען דו גיבסט א קליק אויפן ראללער. צו טוישן וועלכע סארט טעב עס זאל ווערן, קליק אויף דעם קליינעם קעסטעלע אזויפיל מאל ביז דו זעסט די טעב צייכן וואס דו באגערסט.

אוועטאר
דרךהמלך
שר האלף
תגובות: 1108
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 30, 2012 11:38 am
לאקאציע: על הדרך

תגובהדורך דרךהמלך » זונטאג מארטש 18, 2018 11:14 pm

איז נישטא קיין אטאמאטישע סיסטעם אז די טעבס זאלן זיין איקוועל, איך מוז אליין'ס אויסרעכענען וואו צו מאכן די צייכען?


צוריק צו “מייקראסאפט ווארד”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 2 געסט