מעלדונג פון מייקראסאפט איבער אידישע פאנטס אין אפיס 2013/2016

די אחראים: זייער נייגעריג, אחראי, thefact

תג נוצער
שר חמש מאות
תגובות: 518
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 28, 2010 3:19 pm

תגובהדורך תג נוצער » דאנארשטאג ינואר 05, 2017 9:33 am

איז דא עפעס אפדעיטס?

מומחה עצום

תגובהדורך מומחה עצום » זונטאג ינואר 29, 2017 9:39 pm

איר מיינט אז מ'האט פארגעסן פון אייך? די נייע פאראכטענע ווערסיע גייט איצט אריין אין טעסטינג און מיר האפן אז ביז א חודש צוויי וועט עס ווערן עוועילעבל פארן פובליק.

מער נייעס וועט אי"ה קומען אין אפאר וואכן ארום

נודה לך
שר האלפיים
תגובות: 2819
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 09, 2015 5:47 pm
לאקאציע: אינעם אויבערשטענס הענט

תגובהדורך נודה לך » מאנטאג ינואר 30, 2017 3:04 am

WOW גוטע נייעס דאס דער מומחה ווען ער לייגט זיך אריין אין עפעס קומט רעזולטאטן נאך אלעמען...
איך דאנק און לויב השי"ת אויף די גרויסע חסדים וואס ער טוט מיט מיר יעדע מינוט

אוועטאר
זינגער
שר האלף
תגובות: 1012
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג נובעמבער 27, 2014 10:56 am

תגובהדורך זינגער » דינסטאג ינואר 31, 2017 3:03 pm

מומחה עצום האט געשריבן:איר מיינט אז מ'האט פארגעסן פון אייך? די נייע פאראכטענע ווערסיע גייט איצט אריין אין טעסטינג און מיר האפן אז ביז א חודש צוויי וועט עס ווערן עוועילעבל פארן פובליק.

מער נייעס וועט אי"ה קומען אין אפאר וואכן ארום

איך האב א פראבלעם מיט אידיש אפשר אויך ענגליש אז ווען איך מאך א טעקסבאקס אדער א בילד און איך פרינט עס אדער סעיוו עס גייט עס רוב מאל send to back, ווייסטו פון אזא פראבלעם?
איך זינג נישט ווייל איך בין פרייליך

איך בין פרייליך ווייל איך זינג

מומחה עצום

תגובהדורך מומחה עצום » מוצ"ש פאברואר 25, 2017 7:56 pm

פרייליכע נייעס

בילד

מייקראסאפט האט פאראכטן די פאנט shaping engine אז עלטערע פאנט פיילס זאלן ווייטער ארבעטן מיט די נייע ווערסיעס פון מייקראסאפט אפיס.

די נייע ווערסיע איז שוין עוועילעבל פאר ווינדאוס 10 באנוצער וואס זענען איינגעשריבן אין די ווינדאוס אינסיידער פראגרעם און זענען אויפן שנעלע רינג (ווינדאוס אפדעיטס - Build 15042).

ווער ס'איז אויפן שנעלע רינג און וויל עס טעסטן זאל זיך פארבינדן מיט מיר אין אישי.

אוועטאר
גוגל
שר האלף
תגובות: 1873
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 19, 2012 2:35 pm
לאקאציע: אויף אייוועלט

תגובהדורך גוגל » זונטאג פאברואר 26, 2017 6:03 pm

WOW
גייט אויך קומען א פיקס אויף ווינדאוס 7?
כאב קיינמאל געגלייבט אז מ'גייט אנקומען ביז דא!
אין לך דבר העומד בפני הרצון

אוועטאר
נא_שכל
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4626
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 14, 2008 10:44 pm
לאקאציע: עולם הדמיון

תגובהדורך נא_שכל » זונטאג פאברואר 26, 2017 6:04 pm

מומחה עצום האט געשריבן:
די נייע ווערסיע איז שוין עוועילעבל פאר ווינדאוס 10 באנוצער וואס זענען איינגעשריבן אין די ווינדאוס אינסיידער פראגרעם און זענען אויפן שנעלע רינג (ווינדאוס אפדעיטס - Build 15042).

ווער ס'איז אויפן שנעלע רינג און וויל עס טעסטן זאל זיך פארבינדן מיט מיר אין אישי.[/center][/color]

יישר כח פאר די בשורה!

וואס מיינט אינסייד רינג?
"ואומר לאשר יבוא מכתבי לחזות, אכול את המגילה הזאת. כי מהאוכל יצא מאכל, ושכל יצא משכל ..." (ר' ברכיה בן נטרונאי הנקדן, בהקדמת ספרו 'משלי שועלים').

קאמפיוטער עקספערט
שר האלפיים
תגובות: 2190
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 18, 2016 8:42 am

תגובהדורך קאמפיוטער עקספערט » זונטאג פאברואר 26, 2017 6:46 pm

מייקראסאפט האט דריי לעוועלס פאר די פאבליק וואס וויל טעסטען נאך נישט ריליסטע אפדעיטס פאר ווינדאוס
איינמאל מען איז איינגעשריבען אין די פראגרעם וואס הייסט ווינדאוס אינסיידער

אוועטאר
שאינו יודע
שר חמשת אלפים
תגובות: 5125
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מארטש 24, 2011 1:27 pm

תגובהדורך שאינו יודע » זונטאג פאברואר 26, 2017 6:50 pm

געוואלדיג!

רט די שאלה איבער ווינדאוס 7
אז דו ווייסט נישט, רעד נישט!

מומחה עצום

תגובהדורך מומחה עצום » זונטאג פאברואר 26, 2017 6:57 pm

וועגן ווינדאוס 7 קען איך נאכנישט ענטפערן. אנטשולדיגט.

יונה
שר האלף
תגובות: 1419
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג סעפטעמבער 19, 2010 11:45 pm

תגובהדורך יונה » זונטאג פאברואר 26, 2017 7:49 pm

Wow!

אוועטאר
ענדע צדיק!
שר חמשת אלפים
תגובות: 5222
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 17, 2013 4:44 pm
פארבינד זיך:

תגובהדורך ענדע צדיק! » זונטאג פאברואר 26, 2017 8:07 pm

wow!

דאס איז פיינע נייעס, און נאך גרעסער איז די דאנק וואונטשן פאר ידידינו ר' מומחה פארן עס ברענגן מכח אל הפועל.
צ' כפופה וץ' פשוטה... היינו נאמן כפוף נאמן פשוט. וברש"י: נאמן כפוף - אדם כשר צריך להיות כפוף ועניו וסופו להיות פשוט וזקוף לעולם הבא: (שבת קד.)
בלאג - מיינע ארכיוון

אוועטאר
זינגער
שר האלף
תגובות: 1012
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג נובעמבער 27, 2014 10:56 am

תגובהדורך זינגער » זונטאג פאברואר 26, 2017 8:30 pm

מומחה עצום האט געשריבן:וועגן ווינדאוס 7 קען איך נאכנישט ענטפערן. אנטשולדיגט.

מיין שאלה איז צו עס לוינט זיך צו אפגרעידן צו ווינדאוס 10 לכבוד דעים, אדער ס'מאכט נאך צופיל פראבלעמען?
איך זינג נישט ווייל איך בין פרייליך

איך בין פרייליך ווייל איך זינג

אוועטאר
אסותא
שר חמש מאות
תגובות: 894
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג דעצמבער 24, 2013 2:44 pm
לאקאציע: בה'איי עלמא'

תגובהדורך אסותא » זונטאג פאברואר 26, 2017 8:33 pm

יישר כח מומחה!!!!

זכות הרבים תלוי בך!!!

אוועטאר
green
שר האלף
תגובות: 1550
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אפריל 22, 2013 12:49 pm
לאקאציע: בין השמים ובין הארץ

תגובהדורך green » זונטאג פאברואר 26, 2017 10:45 pm

מומחה עצום האט געשריבן:
פרייליכע נייעס

מייקראסאפט האט פאראכטן די פאנט shaping engine אז עלטערע פאנט פיילס זאלן ווייטער ארבעטן מיט די נייע ווערסיעס פון מייקראסאפט אפיס.

די נייע ווערסיע איז שוין עוועילעבל פאר ווינדאוס 10 באנוצער וואס זענען איינגעשריבן אין די ווינדאוס אינסיידער פראגרעם און זענען אויפן שנעלע רינג (ווינדאוס אפדעיטס - Build 15042).

ווער ס'איז אויפן שנעלע רינג און וויל עס טעסטן זאל זיך פארבינדן מיט מיר אין אישי.


Wow
גרעיט דזשאב מומחה כוועל הנאה האבן אסאך דערפון

אוועטאר
איך_וויל_יא
שר חמישים
תגובות: 89
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג פאברואר 08, 2013 2:59 pm

תגובהדורך איך_וויל_יא » זונטאג פאברואר 26, 2017 10:55 pm

כווארט נאך אין אישי כהאלט שוין דעם גאפל אין האנט אריינצושטעקן אין מיינע עקס פונטס

אוועטאר
איך_וויל_יא
שר חמישים
תגובות: 89
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג פאברואר 08, 2013 2:59 pm

יישר כח רבי מומחה

תגובהדורך איך_וויל_יא » דינסטאג פאברואר 28, 2017 7:56 am

יישר כח רבי מומחה
איך האב פראבירט זייער אסאך פאנטס בעיקר די X פאנטס און עס ארבייט א מחיה.
די אפדעיט פון ווינדוס פארן פובליק וועט זיין אין די קומענדיגע וואכן.

מומחה עצום

תגובהדורך מומחה עצום » מיטוואך מארטש 01, 2017 11:23 am

געהאט היינט א געלענגהייט צו טעסטן, די פאנטס ארבעטן אבער נקודות דארף נאך אסאך ארבעט.

ווי וויכטיג איז די נקודות? וויפיל פראצענט פון דאקומענטן נוצן נקודות?

דר'עולם ווערט געבעטן צו ענטפערן געהעריג, נישט שלאפן!

יאנקל
שר חמש מאות
תגובות: 702
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 18, 2015 11:25 am

תגובהדורך יאנקל » מיטוואך מארטש 01, 2017 11:26 am

איך האב ווינדאויס 7, גיי איך עס נאכאלץ נישט קענען ניצן ?
איך נוצט אסאך נקודות

מומחה עצום

תגובהדורך מומחה עצום » מיטוואך מארטש 01, 2017 11:33 am

ווי געזאגט, איך קען דערווייל נישט קאמענטירן איבער סופארט פאר ווינדאוס 7

יישר כח פאר די תשובה בנוגע נקודות, קענסט מיר געבן א משל פון א פאנט וואס ווערט גענוצט אסאך מיט נקודות?

אוועטאר
נא_שכל
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4626
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 14, 2008 10:44 pm
לאקאציע: עולם הדמיון

תגובהדורך נא_שכל » מיטוואך מארטש 01, 2017 11:52 am

מומחה עצום האט געשריבן:ווי וויכטיג איז די נקודות? וויפיל פראצענט פון דאקומענטן נוצן נקודות?

דר'עולם ווערט געבעטן צו ענטפערן געהעריג, נישט שלאפן!

נקודות נוצט מען בעיקר פאר ספרי קודש, נישט פאר בעיסיק דאקומענט'ס.

לכן וואלט איך געראטען אז עטליסט די טראדישענאל פאונטס וואס מען נוצט געוונדליך פאר טקסט מיט נקודות (לדוגמא: ווילנא, פרנקרול, דוד, הדסה, אא"ו) אין ספרי קודש, זאל די ניקוד ארבייטן בשלימות.

ישר כח!
"ואומר לאשר יבוא מכתבי לחזות, אכול את המגילה הזאת. כי מהאוכל יצא מאכל, ושכל יצא משכל ..." (ר' ברכיה בן נטרונאי הנקדן, בהקדמת ספרו 'משלי שועלים').

אוועטאר
איך_וויל_יא
שר חמישים
תגובות: 89
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג פאברואר 08, 2013 2:59 pm

תגובהדורך איך_וויל_יא » מיטוואך מארטש 01, 2017 1:31 pm

די X פאנטס האבן נישט געהאט קיין געהעריגע נקודות ווי אויך א גרויס חלק פון די אלטע פאנטס האט נישט געארבייט קיין פאנטס
אויב דו וועסט עפענען די פאנטס מיט א עדיטער וולן אסאך פון זיי בכלל נישט האבן קיין נקודות

אוועטאר
אומאפיציעל
שר חמישים ומאתים
תגובות: 434
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג פאברואר 16, 2012 4:24 pm

תגובהדורך אומאפיציעל » מיטוואך מארטש 08, 2017 2:00 pm

איך האב יעצט אינסטאלירט 2010 אין א נייע קאמפיוטער "נאר" וועגן דעם פראבלעם מיט די פאנט'ס, איך בין זייער צופרידן אז עס גייט פארראכטן ווערן בעז"ה.

נקודות איז א זאך וואס ווערט אסאך באנוצט דורך מלמדים און טיטשער'ס, און ווייניג דורך דעם דורשניטליכן באנוצער.
די דרוקער'ס וואס גיבן ארויס ספרי קודש און נוצן דערפאר נקודות, בדרך כלל מאכט מען דאס נישט אויף ווארד... עס איז מסתבר אז רוב מענטשן וואס האלטן זיך יעצט אפ פון אינסטאלירן נייע ווינדאו'ס וועגן די פאנט'ס, וועלן זיך נישט אפהאלטן וועגן די נקודות, בפרט אויב וועלן די פשוט'ע סיסטעם פאנט'ס ווי פרענקראהל, נארקיסים, אריאל, וכדומה יא ארבעטן געהעריג מיט נקודות.

אוועטאר
סאכדעס
שר עשרים אלפים
תגובות: 20429
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 27, 2006 2:15 pm
לאקאציע: אלעמאל נאנט צו התאחדות
פארבינד זיך:

תגובהדורך סאכדעס » מאנטאג מארטש 20, 2017 10:32 am

WOW WOW WOW געוואלדיג מומחה, כ'פריי זיך צו הערן אז אט אט וועט מען שוין נישט דארפן זוכן דעם ווינדאוס 10 צו טייפן א אידישע צעטל.
ווען איז די רעליס?
עניוועי, יאך וואלט צוגעלייגט ליווארנע צו די פונטס וואסס דארפן האבן גוטע נקודות. סתם נקודה למחשבה....

אוועטאר
דניאל אויערבאך
שר חמש מאות
תגובות: 669
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 08, 2017 4:31 pm

תגובהדורך דניאל אויערבאך » מאנטאג מארטש 20, 2017 11:37 am

ג"א מצטרף לסאכדעס, אבער די גוטע FB ליווארנע וואס האט די גוטע אויבער שטרעכעלעך, די פלענע לעוארנע איז אפגעהאקט.


צוריק צו “מייקראסאפט ווארד”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 3 געסט