בלאט 2 פון 3

געשריבן: דאנארשטאג יולי 21, 2011 4:12 pm
דורך גימעל
נאך אלעם זענען מייקראסאפט און עפעל צוויי באזונדערע קאמפאניס, און כאטש עס איז דא 'מייקראסאפט אפיס פאר מעק' איז עס אינגאנצן אנדערש ווי די ארגינעלע (טאקע שענער, אבער מיט עטוואס ווייניגער אפציעס) איינע פון די עיקר פראבלעמען איז אז סאפארט נישט געהעריג קיין מידל איסטערן שפראכן. על אף זיי שרייבן אז עס פארמאגט היברו, איז עס נישט געהעריג רעכט צו לינקס, און עס זעט נישט אויס אז ס'וועט אזוי שנעל זיין. זעה דא

דאס איז וואס זיי שרייבן:
However, Mac language blogers complain that there’s still no right-to-left (RTL) Unicode support.

ווייטער שרייבן זיי:
However, Paquin said there will not be “full right-to-left support” for languages such as Arabic and Hebrew.

This news was a big disappointment to Joe Weaks at Mac Bibliblog. According to a recent post by Weaks, Microsoft’s excuse is that Mac OS X’s Unicode APIs aren’t up to the task and he quotes from what appears to be a Mac BU document :

איך פאר מיר נוץ כמעט נישט קיין מייקראסאפט פראגרעמס. אבער א גוטע אלטארנאטיוו וואלט געווען טעקסט עדיט (Text Edit), אדער פעידזעס (Pages).

געשריבן: דאנארשטאג יולי 21, 2011 8:00 pm
דורך פינטעל
גימעל האט געשריבן:אבער א גוטע אלטארנאטיוו וואלט געווען טעקסט עדיט (Text Edit), אדער פעידזעס (Pages).

אז סאיז נישטא בעסער איז עס גוט אבער ס'סעפורט אויך נישט אינגאנצן היברו, ספעציעל ווען מ'וויל זיך ארומשפילן מיט די ווערטער, דערווייל זוך איך נאך עפעס וואס זאל ארבייטן בשלימות מיטן טריפה'נעם שפראך.
פאר איינער וואס דארף היברו לוינט זיך נישט צו קויפן ווארד (אויסער אויב ער דארף עקסעל), און אויך ארבייט עס שטייטער אויפן מעק, און ווי איך האב פריער געשריבן קען מען דאונלאודען בחינם neooffice אדער ווי גרויזע האט געזאגט קען מען נוצן גוגל דאקס

געשריבן: מאנטאג אוגוסט 15, 2011 10:37 pm
דורך DotCom
איך נוץ די פאראלעל סאפטוועיר מיט אפיס אינסטאלד

געשריבן: פרייטאג נובעמבער 14, 2014 10:24 am
דורך ביזנעסמאן
א גוטן טייערע אידן

האב איך זיך איינגעהאנדלט א מעקעלע ב״ה

אך דא עקא, מיט די ווארד דאקטומענטן מיטשע איך זיך זייער, ׳פעידשעס׳ איז מיר זייער אומבאקוועם, בפרט ווען איך דארף עפענען עקזעסטירנדע פיילס. ווייל איך פרעגן פון די מעק באנוצער וויאזוי זיי ספראווען זיך מיט דעם פראבלעם. פארשטייט זיך אז דער אפיס דארף זיין אידיש-קאמפעטיבל.

א דאנק

געשריבן: פרייטאג מארטש 18, 2016 2:37 pm
דורך evernote
פרייליכע נייעס פאר מעק באנוצער!!!

נאך יארן וואס מייקראסאפט אפיס האט נישט סופורטעד היברו האט ענדליך מייקראסאפט עס געשאנקן אין זייער לעצטע אפדעיט.

געשריבן: פרייטאג מארטש 18, 2016 3:04 pm
דורך וועלטניק
evernote האט געשריבן:פרייליכע נייעס פאר מעק באנוצער!!!

נאך יארן וואס מייקראסאפט אפיס האט נישט סופורטעד היברו האט ענדליך מייקראסאפט עס געשאנקן אין זייער לעצטע אפדעיט.

אנבעליעוועבל! נישט אויסגעזען זיי זאלן זיך נאך אמאל נעמען דערצו! ב"ה

געשריבן: דינסטאג מארטש 29, 2016 11:05 pm
דורך יבש כחרס
איך געב זיך אן עצה מיט ׳פעידשעס׳ עס זעהט מיר אויס צו זיין זייער גוט, דרך אגב: נאכן ניצן א ׳מעק׳ פאר א שטיק צייט זעה איך אז עס איז More simple און Straight forward פון ווינדאוס, לענ״ד וועלן זיי איבערנעמעם ווינדאוס אין די Future

געשריבן: דינסטאג מארטש 29, 2016 11:07 pm
דורך וועלטניק
שלום עליכם (תרתי משמע..)
עס דערקענט זיך איר זענט גאנץ א נייעם מעק באנוצער..

געשריבן: דינסטאג אפריל 12, 2016 10:46 pm
דורך וועלטניק
איז פארהאן אן אופן צו הענגאוטס פון איי מעסעזשעס? ווי ווייט איך זעה ארבעט עס נאר מיטן אלטן גוגל טאלק וואס איז נישט הענגאוטס

געשריבן: מיטוואך מאי 11, 2016 9:22 am
דורך ענדע צדיק!
איך פרוביר צו מעקן די קאפי פראגראם (ז״ל..) פונעם עפעלע, אבער ער איז שטייט מיט א פעסקייט. וו איך פרוביר צו דעליטן די פייל קומט ארויף אז עס איז ״אפן״, אבער אין טעסק מענדעזשער שטייט עס נישט.
עני העלפ?

טייפן יודיש אויף מעק

געשריבן: מוצ"ש נובעמבער 19, 2016 1:28 pm
דורך יודל1
איך האב א איימעק מיט מעק OS Sierra און איינמאל מען לייגט צו אלף בית אין פרעפערענסעס ארבעט אלעס א מחיה, למשל אין Pages און אין Word וכדומה ממש א מחיה
עס פאקט צאם ווינדויס צען מאהל...

געשריבן: מוצ"ש נובעמבער 19, 2016 11:09 pm
דורך וועלטניק
זיי מסביר

געשריבן: מוצ"ש נובעמבער 19, 2016 11:31 pm
דורך ענדע צדיק!
וועלטניק האט געשריבן:זיי מסביר

געשריבן: זונטאג נובעמבער 20, 2016 1:04 am
דורך וועלטניק
מן הסתם באציעט ער זיך אויף אן אלטן תגובה דא. ס'גארנישט געשען, ס'נעמט אביסל..

געשריבן: מיטוואך דעצמבער 07, 2016 4:46 pm
דורך ענדע צדיק!
א גוטע RAR עקסטרעקטאר פאר מעק?

געשריבן: מיטוואך דעצמבער 07, 2016 5:45 pm
דורך עין טובה

געשריבן: מיטוואך דעצמבער 07, 2016 7:06 pm
דורך מומחה עצום
לכאורה די בעסטע וואס איז דא צו באקומען פאר אומזינסט

געשריבן: דאנארשטאג דעצמבער 08, 2016 3:17 pm
דורך ענדע צדיק!
יישר כח!

געשריבן: דאנארשטאג דעצמבער 08, 2016 5:45 pm
דורך חושב מחשבות...
ענדע וואס גייט פאר דו הערסט נישט צו האבן פראבלעמען מיט דיין מעק..
קויף דיר ווינדויס איינאמל פאר אלעמאל און שוין

געשריבן: דאנארשטאג דעצמבער 08, 2016 5:52 pm
דורך עין טובה
די ווינדאוס אשכול איז פילפאכיג גרעסער...

געשריבן: דאנארשטאג דעצמבער 08, 2016 5:55 pm
דורך מומחה עצום
מעק איז פיל בעסער ווי ווינדאוס אלס א סיסטעם וואס ארבעט און מאכט נישט קיין פראבלעמען (און לאזט דיר ארבעטן במנוחה)

געשריבן: זונטאג דעצמבער 11, 2016 10:01 am
דורך וועלטניק
מומחה עצום האט געשריבן:מעק איז פיל בעסער ווי ווינדאוס אלס א סיסטעם וואס ארבעט און מאכט נישט קיין פראבלעמען (און לאזט דיר ארבעטן במנוחה)

ענדליך הער איך א מומחה דאס מודה זיין דא..

געשריבן: זונטאג דעצמבער 11, 2016 10:05 am
דורך מומחה עצום
ווינדאוס 10 מיינט מען, דער זיבענער איז יא גוט.

געשריבן: דאנארשטאג ינואר 25, 2018 3:59 pm
דורך אדער יא
וויאזוי מאכט מען א קאסטעם פיינד און ריפלעיס אזוי ווי ביי ווינדאוס MORE ?

געשריבן: מיטוואך אפריל 25, 2018 5:24 pm
דורך וואס הערט זיך
איך האב באקומען פון איינעם א גרויסע פייל געמאכט אין א מעק און איך האב א ווינדאויס
ווען איך מאך אויף די פייל מאכן זיך אלע ווערטער אויף אויף ענגליש און פארקעטע אויתיות
איך האב פרובירט צו טוישן פאנט אבער גארנישט העלפט נישט
אחך קען נישט אינסטאלן יענע פאנט ביי מיר אין קאמפיוטער

האט איינער עני העלף וואס איך קען טוהן ????