ווינדאוס Windows 10 - 10

די אחראים: זייער נייגעריג, אחראי, thefact

אוועטאר
קאמפיוטער עקספערט
שר האלפיים
תגובות: 2169
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 18, 2016 8:42 am

תגובהדורך קאמפיוטער עקספערט » דינסטאג אוקטובער 31, 2017 8:07 am

דאס אז זיי הערען אויף צו לאזען די וואורקארונד גייט מיך נישט אן ווייל איך פלעג ביז יעצט אופגרעידען קאומפיוטערס מיט די ISO אדער מיט די קריעישען טול און נאכדעם נוצען א ווינדאוס 7 אדער 8\8.1 קי

די פראבלעם איז אז איך האב מורא אז הא בהא תליא אז זיי האבען געוויסט אז זיי לאזען דורך די קיס נאר זיי האבען עס געדארפט פאר דעם און אפשר יעצט גייען זיי עס אפשפארען אדער מיט די נעקסטע אופדעיט (דאס הייסט אז ווער עס גייט נוצען די יעצטיגע ווירזשען פון ווינדאוס 10 גייט עס נאך אנעמען א אלטע קי ווייל עס איז אריינגעבויט)

אגב עס איז דא א זיסע וועג דאונצעלאודען אן ISO דיירעקט פון די מידיע קריעשען טול פעיזש פאר איינער וואס האט נישט קיין MSDN אדער עקשען פעק וכדומה
The best thing about a Boolean is even if you are wrong, you are only off by a bit
עמוק און עקום זענען די זעלבע אותיות א סאך מאל מיינט מען אז עס איז עמוק אבער עכט איז עס עקום

אוועטאר
אַבּערוואַס
שר האלפיים
תגובות: 2111
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 02, 2013 5:13 pm

תגובהדורך אַבּערוואַס » דינסטאג אוקטובער 31, 2017 9:23 am

קנאפער ידען האט געשריבן:
tech yid האט געשריבן:
קנאפער ידען האט געשריבן:פאר די ווינדאוס 7 און אכט באנוצער וואס האבן נאכנישט אפדעיטעד צו ווינדאוס 10, בי אווער!!

ביז היינט איז נאך געווען א גרינגע אפעציעל וועג צו אפדעיטן צו ווינדאוס 10 פרי, דורך נוצן דער ווינדאוס 10 פאר יוזערס וואס נוצן אסיסטיוו טעכנאלאגיע (ווער נוצט דען נישט אמאל דער אן סקרין קיבארד?..) https://www.microsoft.com/en-us/accessi ... s10upgrade

יעצט האט מייקראסאפט צוגעלייגט א דעיט ווען דער דאזיגער אונטער-טירל וועט זיך פארמאכן. צולייגענדיג צום פעידזש: Please take advantage of this offer before it expires on December 31, 2017.

ס'ווערט מיר גיט

אה ענליך איינער פארשטייט מיר...
און דא שיק איך א שטרענגע מעסעדזש פאר אלע "טעקנישאנס", "פראגרעמער", "איי טי גייס" וכל שום וחניכא דאית להון ודלית להון... :roll: וועלכע האבן פאר צוויי אהאלב יאר צוריק געזינגען דער ניגון "נאכנישט אפדעיטן, מען דארף קודם זען צו אלעס איז גוט, זיכער מאכן אז עס איז סטעיבל, וכו'" ביטע יעצט פאלאוד אפ מיט די אלע וואס איר האט זיי - לדעתי - מייעץ געווען רע אז זיי זאלן יעצט שוין יא אפדעיטן און נישט בלייבן אוטדעיטעד לעולם.

אונז מוז מיר דערווייל בלייבן מיט'ן 7'נער... וואס זאלן מיר טון, מיר זענען פין מומחה'ס חסידים, און ער איז שוין נישט דא צוריקצוציען...

ערנסט גערעדט, ס'איז נאך אלץ נישט ווי ווינדואס 7, נישט מיט סימפליסיטי, אפגערעדט פין דעטע קאללעקשאן און מאכן אפדעיטס אהן רשות, און אזוי אויך מיט דזשענערעל אישוס, איז נאכנישטא אויף יעדע זאך קיין סאלושען. עמיר ווארטן נאך אביסל, ס'עט גארנישט געשען, ווען מ'וועט מוזן וועט מען טויש פאר א פאר טאלער, ווינדאוס 7 איז אויך קיינמאל געווען פריי... #מאך נישט קיין פאניק.
ווארט א מינוט, לאמיך נאכקוקן...

אוועטאר
קנאפער ידען
שר שמונת אלפים
תגובות: 8999
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 06, 2013 10:06 pm
לאקאציע: אין דער וואקאציע הויז
פארבינד זיך:

תגובהדורך קנאפער ידען » דינסטאג אוקטובער 31, 2017 3:16 pm

בלייבט נאר איבער צו זאגן #בעלאוניס...

נישט דא קיין "דזשענעראל אישוס" מער ווי וואס ווינדאוס זיבן האט. ווילסט נישט נעמען דער לעצטער נעם צוויי פארדעם. סימפליסיטי איז ווינדאוס 10'ס שפיץ, בס"ה איז עס פאמיליולערעטי וואס איך גלייב אז איינער ווי דיר וועט דאס לאנג נישט נעמען.
איך בין אויף וואקאציע פאר א וויילע, זע דא. אויב איינער ברויך מיין הילף קען מער מיר קאנטעקטן אין טשעט אדער אימעיל gilyoinois@gmail.com
-----------
זה נהנה וזה לא חסר, קויפט איר אמאל אויף עמעזאן גייט צו עמעזאן דורך דעם לינק: www.amazon.com

אוועטאר
קנאפער ידען
שר שמונת אלפים
תגובות: 8999
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 06, 2013 10:06 pm
לאקאציע: אין דער וואקאציע הויז
פארבינד זיך:

תגובהדורך קנאפער ידען » דאנארשטאג נובעמבער 02, 2017 10:53 pm

PSA:

געוויסע באריכטן א פראבלעם צו נוצן מייקראסאפט רימאוט דעסקטאפ נאכן אפדעיטן צו דער לעצטער ווערסיע פון ווינדאוס 10 (ווערסיע 1709, אויך באקאנט אלץ Fall Creators Update). דער פראבלעם געשעט אויב מען האט אנגעצינדן פרינטערס ביי לאוקעל ריסארסעס פון רימאוט דעסקטאפ, אביסל נאכן אריינלאגן וועט דער אריינלאגענדער קאמפיוטער קראכן.

למשל קוקט אויס ווי עס איז א פראבלעם מיט אן אלטער קוויקבוקס PDF פרינטער דרייווער וועלכע איז דאס גורם. דער דרייווער איז שוין בעיסיקלי נישט באנוצט כהיום (זיכער נישט פון קוויקבוקס 2013 און העכער אויף ווינדאוס 10 וואו קוויקבוקס נוצט דער אריינגעבויעטער מייקראסאפט פרינטער פאר PDF) סאו דער עצה און סעלושען איז צו אנאינסטאלירן דער דרייווער. עס הייסט ABS PDF און מען קען עס טרעפן ביי פרינטערס.
איך בין אויף וואקאציע פאר א וויילע, זע דא. אויב איינער ברויך מיין הילף קען מער מיר קאנטעקטן אין טשעט אדער אימעיל gilyoinois@gmail.com
-----------
זה נהנה וזה לא חסר, קויפט איר אמאל אויף עמעזאן גייט צו עמעזאן דורך דעם לינק: www.amazon.com

אוועטאר
קאמענטאטאר
שר חמש מאות
תגובות: 694
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 07, 2008 10:07 am
לאקאציע: אין ביבילאטעק

ווינדאוס Windows 10 - 10

תגובהדורך קאמענטאטאר » פרייטאג נובעמבער 03, 2017 10:06 am

האב איך זיך לעצטענס אנגעשטויסן אין אזא פראבלעם, די אייקאנס פון צענדליגע פראגראמען און פיילס קומען ארויף בלענק ווי איר קענט זעהן פון די בייגעלייגטע עקראן-שיסערייען, בעיקר פון אזוינע וואס ווינדויס-צען באצייכנט אלס "סטאר עפפס" וואס דאס רעכנט אריין סיי עפפס ווי ווינדויס פאטאס אדער סקייפ וכדו' און אויך ווינדויס סעטטינגס אבער דער פראבלעם איז אויך ביי געהעריגע פראגראמען ווי עקראבעט די סי, איך וויל דאס אנלייגען אויף מיין לעצטיגן אפדעיט צו ווינדויס 10 פאלל קריעטארס אפדעיט, אבער ס'איז אויך מעגליך אז שולדיג דערין איז דער סי-קליענער רעגיסטרי רייניגער וועלכע איך לאז לויפן פון צייט צו צייט און דער האט מיר עפעס אנגעווערטשאפט.

איך האב שוין פרובירט צו רי-בילדען די אייקאן קעטש לויט אנליין אינפא ווי אויך צו איבער-רעגיסטרירן די ווינדויס סטאר דורך "פאוערשעל" און אפילו פרובירט צו ריפעירן דען "באנוצער פראפייל" אין די ווינדויס רעגיסטראציע אפטיילונג אבער אן ערפאלג.

איך וואלט זייער נישט געוואלט ברויכן קריעטן א נייע באנוצער אקאונט, און בין זעהר דאנקבאר למפרע פאר סיי וועלכע הילף.

דער קאמפיוטער איז א ווינדויס-צעהן פראפעסיאנאל פיר און זעכציג בייס און דער פראבלעמאטישע באנוצער איז אויף א דאמעין מיט אדמיניסטראטיווע רעכטן.

ייש"כ למפרע מעומק הלב.
צוגעלייגטע
Store.jpg
Store.jpg (42.01 KiB) געזעהן 1613 מאל
Settings.jpg
Settings.jpg (40.28 KiB) געזעהן 1613 מאל
ms-resource.jpg
ms-resource.jpg (163.5 KiB) געזעהן 1613 מאל
קאמענטארן זענען איבריג

אוועטאר
קאמענטאטאר
שר חמש מאות
תגובות: 694
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 07, 2008 10:07 am
לאקאציע: אין ביבילאטעק

תגובהדורך קאמענטאטאר » פרייטאג נובעמבער 03, 2017 10:07 am

נאך
צוגעלייגטע
Icons.JPG
Icons.JPG (149.9 KiB) געזעהן 1611 מאל
TaskBar.jpg
TaskBar.jpg (334.52 KiB) געזעהן 1611 מאל
קאמענטארן זענען איבריג

אוועטאר
טראבל מעיקער
שר האלף
תגובות: 1619
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג מארטש 11, 2016 2:00 pm
לאקאציע: ווי איך געפין מיך דאס פלאץ

תגובהדורך טראבל מעיקער » פרייטאג נובעמבער 03, 2017 10:39 am

איך האב געזען אנליין זייער אסאך חברה מיטן זעלבע פראבלעם.

די מייקראסאפט דעוועלעפאר'ס בעטן דא אז מען זאל ניצען די פידבעק האב צו שיקן די פראבלעם.
איזי

אוועטאר
דניאל אויערבאך
שר חמש מאות
תגובות: 638
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 08, 2017 4:31 pm

תגובהדורך דניאל אויערבאך » פרייטאג נובעמבער 03, 2017 11:07 am

קנאפער ידען האט געשריבן:בלייבט נאר איבער צו זאגן #בעלאוניס...

נישט דא קיין "דזשענעראל אישוס" מער ווי וואס ווינדאוס זיבן האט. ווילסט נישט נעמען דער לעצטער נעם צוויי פארדעם. סימפליסיטי איז ווינדאוס 10'ס שפיץ, בס"ה איז עס פאמיליולערעטי וואס איך גלייב אז איינער ווי דיר וועט דאס לאנג נישט נעמען.

נארמאל בינעך מיט דיר אבער איך האב 2 מאשינען איינס מיט ווינדאוס 7 און איינס מיט 10, עס איז נישט קיין ספק אז 7 איז אזויפיל גרינגער און בעסער אין פארשידענע הינזיכטען, אויב כעל האבן צייט וועל איך מרחיב בדיבןר זיין אנאנדערס מאל, אבער נאר אנצוהייבען: די סטארט מעניו, די טעסק מענעזשער (איך האב פיינט ווינדאוס 10 קאמפליצירטע אויססשטעל), טוישן וויאוס אין ווינדאוס/פייל עקספלארער (ביי 7 מוזט נישט גיין צו די VIEW TAB אויבן פאר יעדע טויש אזוי ווי ביי 10, די גאנצע איידיע פון טעבס אויבן איז סטאפיד), אין 10 קען מען נישט זעהן אונטן די אינפא דיטעילס פון יעדע פייל (למש' ביי א פיקטשער די סייז, די דעיט, די קעמרע מאדעל, אא"וו) (אפשענעל קען מען עס זעהן אויף רעכטס, אבער עס איז אזא אפקימעניש, זעה דא ווי עס שטערט פאר אסאך מענטשען), די צימישעניש צווישן קאנטראל פענעל און סעטינגס איז משוגע, און דאס איז נאר אנציהייבען, מיין ליסטע איז גאאאאר לאנג !!

אוועטאר
טראבל מעיקער
שר האלף
תגובות: 1619
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג מארטש 11, 2016 2:00 pm
לאקאציע: ווי איך געפין מיך דאס פלאץ

תגובהדורך טראבל מעיקער » דינסטאג נובעמבער 07, 2017 7:48 am

ווינדאוס 10 האלט ביים איבערשטייגן ווינדאוס 7!
http://gs.statcounter.com/os-version-ma ... /worldwide
איזי

אוועטאר
אַבּערוואַס
שר האלפיים
תגובות: 2111
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 02, 2013 5:13 pm

תגובהדורך אַבּערוואַס » דינסטאג נובעמבער 07, 2017 8:48 am

דניאל אויערבאך האט געשריבן:
קנאפער ידען האט געשריבן:בלייבט נאר איבער צו זאגן #בעלאוניס...

נישט דא קיין "דזשענעראל אישוס" מער ווי וואס ווינדאוס זיבן האט. ווילסט נישט נעמען דער לעצטער נעם צוויי פארדעם. סימפליסיטי איז ווינדאוס 10'ס שפיץ, בס"ה איז עס פאמיליולערעטי וואס איך גלייב אז איינער ווי דיר וועט דאס לאנג נישט נעמען.

נארמאל בינעך מיט דיר אבער איך האב 2 מאשינען איינס מיט ווינדאוס 7 און איינס מיט 10, עס איז נישט קיין ספק אז 7 איז אזויפיל גרינגער און בעסער אין פארשידענע הינזיכטען, אויב כעל האבן צייט וועל איך מרחיב בדיבןר זיין אנאנדערס מאל, אבער נאר אנצוהייבען: די סטארט מעניו, די טעסק מענעזשער (איך האב פיינט ווינדאוס 10 קאמפליצירטע אויססשטעל), טוישן וויאוס אין ווינדאוס/פייל עקספלארער (ביי 7 מוזט נישט גיין צו די VIEW TAB אויבן פאר יעדע טויש אזוי ווי ביי 10, די גאנצע איידיע פון טעבס אויבן איז סטאפיד), אין 10 קען מען נישט זעהן אונטן די אינפא דיטעילס פון יעדע פייל (למש' ביי א פיקטשער די סייז, די דעיט, די קעמרע מאדעל, אא"וו) (אפשענעל קען מען עס זעהן אויף רעכטס, אבער עס איז אזא אפקימעניש, זעה דא ווי עס שטערט פאר אסאך מענטשען), די צימישעניש צווישן קאנטראל פענעל און סעטינגס איז משוגע, און דאס איז נאר אנציהייבען, מיין ליסטע איז גאאאאר לאנג !!

אקוראט! נעווער מיינד די סטארט מעניו/טעסקבאר/קארטאנע סעטטינגס אנצושטעלן, אדער די פרייוועסי סעטינג'ס וואס איז א פארזעעניש וואס רוב מענטשן ווייסן ניטאמאל דערפין (אפגערעדט אז ביי דיפאולט האבן אלע עפפס און פראגרעמס עקסעס און קאללעקטן/שיקן/נעמען אינפארמעישען פין יעדעס ריר אינגרויסן, און נאר דסיעיבלן וואס מ'קען יא, דויערט א גוטע פאר מינוט דורכצולויפן אלעס), מ'האט שוין גערעדט פין "באגס" וואס אין ווינדאוס 7 איז דאס כמעט נישט שייך כהיום, און אין ווינדאוס 10 האלט עס אין איין קומען, און דאס איז אויסערדעם וואס ווינדאוס 10 בעצם איז א העוויער פראגראם, וכו'.

און יא, איך האב אויך פאר בערך א יאר (ביז בערך א האלבע יאר צוריק) געארבעט אויף ביידע סיימאלטעיניוסלי, און איך בין אויך א שטיקל סיסטעם אדמין אויף א היבשע פאר קאמפיוטער'ס, ביניהם ווינדאוס 10 סאו ס'איז נישט אז איך ווייס נישט וואס פליט, און פארט, יעדעס מאל וואס איך דארף דיעל'ן מיט א ווינדאוס 10 איז עס מיר א שטיקל טורמויל, און כאטש כ'וועל מודה זיין אז ווינדאוס 10 האט אסאך גוטע פיטשער'ס, האלט איך אז ס'איז נישט מופרך צו ווארטן מיט די ווינדאוס 10 פאר נאך א פאר מינוט, ווי געשריבן פריער.

כמדומה לי, אז קנאפער'ס בליק אויף די זאך קומט פין די פאקט אז ער זיצט אויף אין-דעפט קאמפיוטער'ס א גאנצן טאג, און ער קען עס און פארשטייט עס אזוי גוט מיט אלע פיטשיווקעס, אז ער קען שוין נישט זען דעם 7'ער אלס א עקוויוועלענט אפציע. א שטייגער ווי מ'קוקט היינט (שוין א גוטע פאר יאר) אויף די XP באנוצער. און ס'האט א שטיקל אמת דערין היות דאס איז פאקטיש די פיוטשער ווינדאוס. אבער אוועקצומאכן בכדי אז ווינדאוס 7 איז נישט רואיגער און סימפלער, איז נישט ריכטיג.

פארפאלן! ווינדאוס 7 איז געווען אן אויסערגעווענליכע סוקסעספולע פראגראם, און ס'איז נאכנישט אינגאנצן ריפלעיסד מיט'ן 10'ער. און די פאקט אז מ'קען נאך היינט קויפן נייע קאמפיוטער'ס מיט ווינדאוס, זאגט אויך עפעס. נישט יעדע קעמערע איז א קנאק, אפי' ווען ס'איז סאך א נייערע און בעסערע מאדעל, וואס לויט די ספעקס וואלט עס געדארפט זיין סאאך בעסער, ודו"ק.
ווארט א מינוט, לאמיך נאכקוקן...

אוועטאר
וועלטניק
שר האלף
תגובות: 1380
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 02, 2015 5:27 pm

תגובהדורך וועלטניק » דינסטאג נובעמבער 07, 2017 4:14 pm

מיין קארטאנא באר איז מיר פארווייסט געווארן נאך א לעצטערע אפדעיט, מיר צווינגנדיג דערמיט יעדע רגע צו טראכטן אפשר יא צו נוצן בינג אלס מיין דיפאולט און צו קוקן ווי גוט קארטאנא איז וכו', איז וויל איך ווי שנעלער דאס צוריק פארטונקל גרויען, בעפאר איך קויף א גאנצע טראקלאעד מיט ווינדאויס סורפעיסן. עני העלפ?

אוועטאר
לאנדאנער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 408
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אפריל 18, 2017 6:32 pm

תגובהדורך לאנדאנער » דינסטאג נובעמבער 07, 2017 4:46 pm

וועלטניק האט געשריבן:מיין קארטאנא באר איז מיר פארווייסט געווארן נאך א לעצטערע אפדעיט, מיר צווינגנדיג דערמיט יעדע רגע צו טראכטן אפשר יא צו נוצן בינג אלס מיין דיפאולט און צו קוקן ווי גוט קארטאנא איז וכו', איז וויל איך ווי שנעלער דאס צוריק פארטונקל גרויען, בעפאר איך קויף א גאנצע טראקלאעד מיט ווינדאויס סורפעיסן. עני העלפ?


please explain clearly what you whats your pronlem

it can be in yiddish

אוועטאר
קנאפער ידען
שר שמונת אלפים
תגובות: 8999
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 06, 2013 10:06 pm
לאקאציע: אין דער וואקאציע הויז
פארבינד זיך:

תגובהדורך קנאפער ידען » דינסטאג נובעמבער 07, 2017 6:09 pm

וועלטניק האט געשריבן:מיין קארטאנא באר איז מיר פארווייסט געווארן נאך א לעצטערע אפדעיט, מיר צווינגנדיג דערמיט יעדע רגע צו טראכטן אפשר יא צו נוצן בינג אלס מיין דיפאולט און צו קוקן ווי גוט קארטאנא איז וכו', איז וויל איך ווי שנעלער דאס צוריק פארטונקל גרויען, בעפאר איך קויף א גאנצע טראקלאעד מיט ווינדאויס סורפעיסן. עני העלפ?

דאס איז א דעזיין טויש אין דער Fall Creators Update ווערסיע פון ווינדאוס 10. דער סיבה דערצו איז מסתם טאקע ווי דו זאגסט.... נישטא קיין סעטטינג צו עס צוריקטוישן אבער קענסט נוצן דער ווארקעראונד דא https://www.tenforums.com/tutorials/671 ... -10-a.html
איך בין אויף וואקאציע פאר א וויילע, זע דא. אויב איינער ברויך מיין הילף קען מער מיר קאנטעקטן אין טשעט אדער אימעיל gilyoinois@gmail.com
-----------
זה נהנה וזה לא חסר, קויפט איר אמאל אויף עמעזאן גייט צו עמעזאן דורך דעם לינק: www.amazon.com

אוועטאר
קאמענטאטאר
שר חמש מאות
תגובות: 694
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 07, 2008 10:07 am
לאקאציע: אין ביבילאטעק

תגובהדורך קאמענטאטאר » דינסטאג נובעמבער 07, 2017 7:14 pm

אדער מינימיזירן צו א אייקאן דורכן רייט קליקן אין קארטאנע און ביי די קארטאנע סעטינגס (צווייט פון אויבן) סעלעקט "show cortana icon"

קנאפער, עפעס אן השערה איבער מיין אויבערדערמאנטן פראבלעם?
קאמענטארן זענען איבריג

אוועטאר
קנאפער ידען
שר שמונת אלפים
תגובות: 8999
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 06, 2013 10:06 pm
לאקאציע: אין דער וואקאציע הויז
פארבינד זיך:

תגובהדורך קנאפער ידען » דינסטאג נובעמבער 07, 2017 7:22 pm

קאמענטאטאר האט געשריבן:אדער מינימיזירן צו א אייקאן דורכן רייט קליקן אין קארטאנע און ביי די קארטאנע סעטינגס (צווייט פון אויבן) סעלעקט "show cortana icon"

קנאפער, עפעס אן השערה איבער מיין אויבערדערמאנטן פראבלעם?

נישט געהאט קיין צייט צו אריינקוקן דערינען טיפער, מסתם קען מען עפעס טון, אבער איך וואלט מייעץ געווען א ריפעיר דורך אן אינפלעיס אפגרעיד (דאס איז בעסיקלי אזויווי למשל אפדעיטן דיין ווינדאוס צו א נייערע ווערסיע בעת ווען דו האסט עכט דער נייסטער.)

עס דויערט אביסל צייט צו ראנען אבער איז נישט שווער צו טון. קענסט פאלגן אנווייזונגען פון דא פונקטליך https://www.tenforums.com/tutorials/163 ... grade.html, אויב דו האסט א שאלה געב א פרעג.
איך בין אויף וואקאציע פאר א וויילע, זע דא. אויב איינער ברויך מיין הילף קען מער מיר קאנטעקטן אין טשעט אדער אימעיל gilyoinois@gmail.com
-----------
זה נהנה וזה לא חסר, קויפט איר אמאל אויף עמעזאן גייט צו עמעזאן דורך דעם לינק: www.amazon.com

אוועטאר
עין טובה
שר שלשת אלפים
תגובות: 3696
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג נובעמבער 27, 2014 9:46 pm
לאקאציע: 127.0.0.1
פארבינד זיך:

תגובהדורך עין טובה » דינסטאג נובעמבער 07, 2017 7:46 pm

קאמענטאטאר האט געשריבן:קנאפער, עפעס אן השערה איבער מיין אויבערדערמאנטן פראבלעם?


אויב מעג איך אויף ענטפערן...

צום אלעם ערשט, מאך זיכער אז דו האסט אדמין רייטס אויף די יוזער וואס האט די פראבלעם, אז ס'האט נישט גיב עס פאר דעם און דערנאך נעם עס אראפ...

טוה דאס פאלגענדע:
  1. מאך צו אלע פראגראמען וואס דו האסט אפן.
  2. דרוק די ווינדאוס קנעפל אינאיינעם מיט X
  3. עפן די admin command prompt
  4. אין די קאמענד פראמפט פענסטער לייג אריין די קאוד דא אונטן, יעדע שורה פאר זוך, און דרוק ענטער דערנאך.
    ביי די לעצטע שורה וועט דיין קאמפיוטער זיך ריסטארטן
  5. לאז וויסן


קאוד: וועל אויס אלע

taskkill /IM explorer.exe /F

CD %localappdata%

 DEL /A /Q  IconCache.db

 DEL /A /F /Q "\Microsoft\Windows\Explorer\iconcache*"

 shutdown /r /f /t 00
...

אוועטאר
וועלטניק
שר האלף
תגובות: 1380
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 02, 2015 5:27 pm

תגובהדורך וועלטניק » דינסטאג נובעמבער 07, 2017 7:50 pm

א דאנק קנאפער, עמיר עס פרובירן.
קאמענטאטאר דאס וואס דו זאגסט וועגן די אייקאן איז א גוטע עצה, איך האב עס גראדע געהאט אזוי אמאל פאר א שטיק צייט, איך קען אבער יא באשטיין צו האבן די סוירטש באר

אוועטאר
ערליכע בחור
שר מאה
תגובות: 215
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 24, 2015 10:27 pm

תגובהדורך ערליכע בחור » דינסטאג נובעמבער 07, 2017 11:12 pm

זייער גוטע סטארט מעניו פאר ווינדאוס 10 אוועיליבל צו דאונלאונדן פון classicshell.net עס איז ממש ווי די ווינדאוס 7 סטארט מעניו און מען קען אייביג עפענען די צענער סטארט מעניו פונקט ווי עני אנדערע עפפ אויף די סטארט מעניו.
צוגעלייגטע
start menu.jpg
start menu.jpg (50 KiB) געזעהן 1389 מאל
מען דארף זעהן זיך צו האלטן ערליך... חזק ואמץ...

אוועטאר
עין טובה
שר שלשת אלפים
תגובות: 3696
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג נובעמבער 27, 2014 9:46 pm
לאקאציע: 127.0.0.1
פארבינד זיך:

תגובהדורך עין טובה » דינסטאג נובעמבער 07, 2017 11:14 pm

איך וואלט עס נישט גענוצט.

#נישט שפילן מיט סיסטעם עסענטשעלס
...

אוועטאר
וועלטניק
שר האלף
תגובות: 1380
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 02, 2015 5:27 pm

תגובהדורך וועלטניק » דינסטאג נובעמבער 07, 2017 11:18 pm

ריכטיג, מילא ביי ווינדאויס 8 האט מען דאך נישט געהאט קיין ברירה אבער ביי 10 איז די זאך מער ווייניגער מסודר, צו וואס פעלט דאס אויס? די אלע שארטקאטס ביים רעכטן זייט דא האסטו מילא ביים רייט קליקן אויפן ווינדאויס אייקאן

אוועטאר
יאפין
שר האלף
תגובות: 1390
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג פאברואר 24, 2009 8:12 am

תגובהדורך יאפין » מיטוואך נובעמבער 08, 2017 4:38 am

וואו אויך מאכט עס אביסעל שטייט די קאמפיוטער, עכ"פ זיכער ביים אנצונדען דעם קאמפיוטער.
ס'האט גענומען לאנג אבער, יאפס. איי עם אין.

אוועטאר
קאמענטאטאר
שר חמש מאות
תגובות: 694
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 07, 2008 10:07 am
לאקאציע: אין ביבילאטעק

תגובהדורך קאמענטאטאר » מיטוואך נובעמבער 08, 2017 8:55 am

קנאפער ידען האט געשריבן:
קאמענטאטאר האט געשריבן:אדער מינימיזירן צו א אייקאן דורכן רייט קליקן אין קארטאנע און ביי די קארטאנע סעטינגס (צווייט פון אויבן) סעלעקט "show cortana icon"

קנאפער, עפעס אן השערה איבער מיין אויבערדערמאנטן פראבלעם?

נישט געהאט קיין צייט צו אריינקוקן דערינען טיפער, מסתם קען מען עפעס טון, אבער איך וואלט מייעץ געווען א ריפעיר דורך אן אינפלעיס אפגרעיד (דאס איז בעסיקלי אזויווי למשל אפדעיטן דיין ווינדאוס צו א נייערע ווערסיע בעת ווען דו האסט עכט דער נייסטער.)

עס דויערט אביסל צייט צו ראנען אבער איז נישט שווער צו טון. קענסט פאלגן אנווייזונגען פון דא פונקטליך https://www.tenforums.com/tutorials/163 ... grade.html, אויב דו האסט א שאלה געב א פרעג.


ייש"כ וועל מיר דאס פרובירן, וויכטיג צו צולייגן אז דער פראבלעם איז נאר ביי א ספעציפישן דאמעין באנוצער אויף דעם פי סי, אין דעם זעלבן מאשין ווען איך לאג אריין מיט א צווייטן נאמען איז אלס ווי עס ברויך צו זיין.
קאמענטארן זענען איבריג

אוועטאר
עין טובה
שר שלשת אלפים
תגובות: 3696
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג נובעמבער 27, 2014 9:46 pm
לאקאציע: 127.0.0.1
פארבינד זיך:

תגובהדורך עין טובה » מיטוואך נובעמבער 08, 2017 8:56 am

קענסט דאס טוהן... אבער דאס וואס איך האב געשריבן מעקט פשוט אויס די אייקאן דב וואס איז פיל שנעלער צו טוהן
...

אוועטאר
קאמענטאטאר
שר חמש מאות
תגובות: 694
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 07, 2008 10:07 am
לאקאציע: אין ביבילאטעק

תגובהדורך קאמענטאטאר » מיטוואך נובעמבער 08, 2017 8:57 am

עין טובה האט געשריבן:
קאמענטאטאר האט געשריבן:קנאפער, עפעס אן השערה איבער מיין אויבערדערמאנטן פראבלעם?


אויב מעג איך אויף ענטפערן...

צום אלעם ערשט, מאך זיכער אז דו האסט אדמין רייטס אויף די יוזער וואס האט די פראבלעם, אז ס'האט נישט גיב עס פאר דעם און דערנאך נעם עס אראפ...

טוה דאס פאלגענדע:
  1. מאך צו אלע פראגראמען וואס דו האסט אפן.
  2. דרוק די ווינדאוס קנעפל אינאיינעם מיט X
  3. עפן די admin command prompt
  4. אין די קאמענד פראמפט פענסטער לייג אריין די קאוד דא אונטן, יעדע שורה פאר זוך, און דרוק ענטער דערנאך.
    ביי די לעצטע שורה וועט דיין קאמפיוטער זיך ריסטארטן
  5. לאז וויסן


קאוד: וועל אויס אלע

taskkill /IM explorer.exe /F

CD %localappdata%

 DEL /A /Q  IconCache.db

 DEL /A /F /Q "\Microsoft\Windows\Explorer\iconcache*"

 shutdown /r /f /t 00


ייש"כ גוט אויג!

האב מיר דאס פרובירט אבער דערווייל נישט געקריגן די געוואונטשענע רעזולטאטן.
קאמענטארן זענען איבריג

אוועטאר
עין טובה
שר שלשת אלפים
תגובות: 3696
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג נובעמבער 27, 2014 9:46 pm
לאקאציע: 127.0.0.1
פארבינד זיך:

תגובהדורך עין טובה » מיטוואך נובעמבער 08, 2017 8:58 am

דו זאגסט אז ס'איז א דאמעין אקאונט, יענע אקאונט מיט די פראבלעם האט אדמין רייטס פאר זוך?
...


צוריק צו “ווינדאוס און מעק”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 3 געסט