לקוטים וענינים על פרשת נח

פרשת השבוע וענינא דיומא

די אחראים: אחראי, גבאי ביהמד

אוועטאר
scy4851
שר ששת אלפים
תגובות: 6657
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 29, 2008 11:57 am
לאקאציע: אפשר קען איינער מיר זאגען וויא!

תגובהדורך scy4851 » זונטאג אוקטובער 18, 2009 3:49 pm

למעלה
the SCY is the limit

אוועטאר
יודל מענדלזאהן
שר שלשת אלפים
תגובות: 3067
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 09, 2008 4:19 pm
לאקאציע: ואנה מפניך אברח?

תגובהדורך יודל מענדלזאהן » פרייטאג אוקטובער 23, 2009 1:07 am

אֵלֶּה תּוֹלְדֹת נֹחַ נֹחַ (ו, ט)

די תולדה, די רעזולטאט פון נח – זיך אפרוען און בטל'ן פון עבודת השם, איז נח – ווייטער'דיגע ליידיגגעהן. אזוי ווי חז"ל זאגן (אבות ד, י) וְאִם בִּטַּלְתָּ מִן הַתּוֹרָה, יֶשׁ לְךָ בְּטֵלִים הַרְבֵּה כְּנֶגְדָּךְ.

דער שפאלער זיידע

--

אֵלֶּה תּוֹלְדֹת נֹחַ נֹחַ אִישׁ צַדִּיק תָּמִים הָיָה (ו, ט)

פי' רש"י: ד"א למדך שעיקר תולדותיהם של צדיקים מעשים טובים

יחוס אבות אליין, בלויז תולדות, דאס איז נאכנישט גענוג צו קענען אנגערופן ווערן א צדיק. נאר עיקר תולדותיהם של צדיקים, די עיקר יחוס פון א צדיק איז, זיינע אייגענע מעשים טובים וואס ער זעלבסט טוט. נישט די מעש"ט פון זיינע הייליגע עלטערן.

הרה"ק רמ"מ מ'קאצק זי"ע

--

אֵלֶּה תּוֹלְדֹת נֹחַ נֹחַ אִישׁ צַדִּיק תָּמִים הָיָה בְּדֹרֹתָיו (שם)

וברש"י: יש מרבותינו דורשים אותו לשבח וכו' ויש שדורשים אותו לגנאי.

אמרתי על דרך צחות ... שוין יארן וואס איך האב באמערקט א דיוק אין די ווערטער פון רש"י הק' וואס שרייבט אז יש מרבותינו דורשים אותו לשבח, אבער ביי גנאי, שרייבט ער נאר ויש שדורשים אותו לגנאי, און נישט יש מרבותינו.

והוא דקדוק עצום, ולא ראיתי מי שעמד על זה.

נאר מען קען מפרש זיין, אז יש מרבותינו, דאס מיינט מען די תלמידי חכמים וועלכע דרשנ'ן טאקע אלעמאל לשבח – דכן הוא מדתם. אבער די יש שדורשים – טאמער זענען זיי א בלויזער יש אן קיין רבותינו, דאס הייסט נאר כלפי חוץ באווייזן זיי זיך כאילו זיי זענען עפעס, אבער אין פנימיות זענען זיי גארנישט, אט די מענטשן דרשנ'ן שטענדיג לגנאי.

וזה נכון מאד ואמת.

פרדס יוסף

--

שמעתי בשם מהרי"א ז"ל רב"ד מונקאטש, אז ביי די דורשין לשבח זאגט רש"י הק' רבותינו, אבער
ביי די לגנאי זאגט רש"י נאר "יש דורשין".

ווייל צו דרשנ'ן לשבח איז א מצוה זיך אפצולערנען דערפון, אז מיר זאלן אויך אזוי טוהן. דערפאר זענען די "רבותינו", אונזערע רבי'ס אין וועמענ'ס וועגן מיר דארפן נאכגיין. ווידער די וואס דרשנ'ן לגנאי, כאטש וואס זיי האבן זיכער א גוטע טעם געהאט פארוואס זיי האבן אזוי געדרשנ'ט, טארן מיר זיך נישט אפלערנען אזוי צו טוהן. קענען מיר זיי דא נישט רופן מיט'ן נאמען "רבותינו".

נפש יהונתן

--

דער צדיק רבי איציקל מראדוויל זי"ע האט געענטפערט אז דאס איז געווען נח אליין וואס האט דורש געווען אויף זיך זעלבסט לגנאי. "איך בין דען א צדיק? פון וואו נעם איך דאס זיך צו באטראכטן אלס צדיק?" האט נח גערעדט צו זיך.

"ווען איך וואלט געווען אין דור פון אברהם אבינו און צוגעזעהן זיין עבודה, וואלט איך שוין געלערנט א פרשה אין ענוה, העט איך שוין געזעהן וואס דאס מיינט זיך צו האלטן עפר ואפר. דאן וואלט איך נישט נחשב געווען אין מיינע אויגן לכלום, איך וואלט שוין גארנישט געהאלטן פון זיך"...

--

וַתִּשָּׁחֵת הָאָרֶץ לִפְנֵי הָאֱלֹקִים (ו, יא)

דער הייליגער מעזריטשער מגיד זי"ע האט געטייטשט אזוי: די וועלט איז געווען פארדארבן דערמיט, אז זיי האבן מקדים געווען דעם "ארץ" די ערדישע גשמיות'דיגע זאכן, לפני האלקים, פאר די ג-טליכע רוחניות'דיגע זאכן.

--

כִּי מָלְאָה הָאָרֶץ חָמָס מִפְּנֵיהֶם (ו, יג)

די גמרא זאגט (בבא קמא סב:) אז די חילוק פון א גזלן און א חמסן איז דאס, אז דער חמסן צוואונגט דעם מענטש צו פארקויפן זיין חפץ, בשעת דער גזלן רויבט אן צו באצאלן. לויט דעם איז דאך שווער, מילא די וואס האבן גע'חמס'ט, פאר די קומט טאקע צו שטארבן אינעם מבול. וואס זענען אבער שולדיג די קרבנות, די וואס מען האט פון זיי צוגע'חמס'ט? פארוואס קומט זיי די עונש פונעם מבול?

איז דער בן איש חי כדרכו בקודש מסביר מיט א שיינע משל:

אמאל האט מען געכאפט א גנב וואס האט געגנב'ט פון דעם אוצר המלך. האט מען אים פארמשפ'ט צום טויט. אבער איידער'ן אויספירן דעם גזר דין, האט דער גנב געזאגט אז ער האט א גאר וויכטיגע זאך צו דערציילן פאר'ן קעניג. ווען מען האט אים געברענגט פאר'ן קעניג, האט ער געזאגט אז ער האט ביי זיך א געהיימע רעצעפט וועלכער קיינער אין די וועלט ווייסט נישט.

"אויף וואס איז גוט די רעצעפט?" האט דער קעניג געפרעגט. "איך קען נעמען א קערל פון א פרי, אויסמישן מיט עטליכע געווירצן, און אפקאכן אויף א ספעציעלע וועג. דערנאך פלאנצט מען עס איין אין די ערד, און ביז עטליכע שעה וואקסט ארויס א גרויסע פרוכט בוים, אנשטאט ווי געווענליך וואס עס דויערט עטליכע יאר."

פארוואונדערטערהייט האט דער קעניג געהייסן אים ברענגען די נויטיגע געווירצן. דער גנב האט זיך גענומען צו די ארבעט, צומאלן די געווירצן, אויסגעמישט אין טאפ, געשטעלט אויפ'ן פייער, געמישט און געקאכט, געקאכט און געמישט, געשמעקט און צוגעלייגט נאך געווירצן. ענדליך רופט ער זיך אן אז עס איז גרייט איינצופלאנצן, אבער... "עס איינפלאצן מעג נאר איינער וואס האט קיינמאל אין זיין לעבן גארנישט געגנב'ט," האט דער גנב געזאגט. "טאמער נישט, וועט די געוואוקס נישט געלונגען."

דער גנב האט זיך אנטשולדיגט פאר'ן קעניג פארוואס ער אליין קען נישט איינפלאנצן דעם קערנדל, מען האט דאך אים געפאקט ביי די גניבה. דעריבער האט דער גנב מכבד געווען דעם משנה למלך מיט'ן פלאנצן. דער משנה למלך האט זיך אביסל פאררויטלט, און געזאגט שטילערהייט אז עס דאכט זיך אים אז אמאל, יונגערהייט, האט ער עפעס געגנב'ט...

"אפשר וועט דער פינאנץ מיניסטער קומען פלאנצן דעם קערנדל?" האט דער גנב געפרעגט. "ער איז דאך זיכער אן איש נאמן. נישט אומזיסט האט מען אים געשטעלט אויף די פינאנצן פון די מלוכה."

אבער אויך דער פינאנץ מיניסטער האט זיך אפגעזאגט, מיט'ן תירוץ אז טאקע וויבאלד ער איז אגאנצן טאג פארנומען מיט געלטער, האט ער אפשר אמאל אריינגעשארט צו זיך אין טאש א שוה פרוטה...

אזוי האט דער גנב געבעטן עקסטער ביים יעדן מיניסטאר, ביים גאנצן חשוב'ן קאבינעט פון קעניג. אבער יעדער שאקלט זיך אפ מיט שרעק פונעם כיבוד, יעדער מיט אן אנדער תירוץ. דאן האט דער גנב זיך געוואנדן צום קעניג אליין און אים פארגעשלאגן צו פלאנצן דעם קערנדל. דער קעניג האט אבער בלית ברירה מודה געווען אז ער איז אויך נישט דער גרעסטער נקי כפים...

"אויב אזוי," פרעגט דעם גנב פון אלע פארזאמלטע, "טאמער אלע הויכגעשטעצטע שרים פון די מלוכה, און טאקע דער קעניג אליין איז נישט ריין פון קיין גניבה, דאן פארוואז'שע האט מען פונקט מיר פאר'משפט למיתה? מיט וואס בין איך דען ערגער פון אייך אלע?"

און דער נמשל, פירט אויס דער בן איש חי: דער מענטש וואס פון אים האט מען גערויבט, ער אליין איז אויך נישט געווען קיין גרויסער צדיק. ער איז אויך געווען א גנב. דערפאר האט מען פון אויך גע'חמס'עט - מדה כנגד מדה. און אז אלע זענען געווען א כאפטע רויבער, איז טאקע געקומען די מבול.

...אמר רבי יוחנן בא וראה כמה גדול כחה של חמס שהרי דור המבול עברו על הכל ולא נחתם עליהם גזר דינם עד שפשטו ידיהם בגזל שנאמר כי מלאה הארץ חמס מפניהם והנני משחיתם את הארץ. (סנהדרין קח.):

--

וַיַּעַשׂ נֹחַ כְּכֹל אֲשֶׁר צִוָּה אֹתוֹ אֱלֹקִים כֵּן עָשָׂה: (ו, כב)

וברש"י: זה בנין התיבה.

לכאו' איז שווער צו פארשטיין וואס רש"י הק' וויל דא מחדש זיין?

נאר ווי באקאנט זענען דא געוויסע מצוות וואס דער מענטש טוט און דער גוף האט דערפון אויך הנאה. קען מען דאך נישט וויסן וואס זיין כונה איז דערביי, צו טוט ער עס ווייל הקב"ה האט אזוי באפוילן, אדער מיינט ער גאר זיך? אבער ווען ער איז מקיים אנדערע מצוות וואו ער האט קיין הנאה דערביי, איז ער שוין מגלה דעת אויך אויף די פריערדיגע אז ער מיינט לשם שמים.

דערפאר רופט די וועלט די דריטע סעודה פון שב"ק: שלש סעודות. כאטש די סעודה באשטייט נישט פון דריי סעודות, עס איז נאר די דריטע סעודה. לכאורה וואלט מען עס געדארפט רופן סעודה שלישית? אבער פון דעם וואס דער מענטש האט געגעסן די פריערדיגע סעודות, קען מען נאכנישט זעהן זיינע כוונות, פארוואס האט ער געגעסן די סעודות? אפשר מיינט ער נישט לכבוד שב"ק, נאר ווייל ער איז הונגעריג?

אז א איד עסט אצינד די דריטע סעודה כאטש ער איז שוין זאט, באווייזט ער דערמיט אז אויך ביי די פריערדיגע צוויי סעודות האט ער אינזין געהאט לכבוד שבת.

דאס זאגט אונז דא רש"י: כן עשה, זה בנין התיבה. פונקט ווי ביי ככל אשר צוה ה', ביי אלע אנדערע זאכן וואס דער אויבערשטער האט אים באפוילן - ביים זאמלען עסן פאר די חיות און בהמות און בויען פאר זיי עקסטערע שטובער, קִנִּים תַּעֲשֶׂה אֶת הַתֵּבָה. דארט האט ער דאך נישט אינזין געהאט זיך, ווייל ער האט קיין הנאה נישט געהאט דערפון. די זעלבע ביים בויען די גאנצע תיבה, איז זיין כונה נישט געווען פאר זיין אייגן טובה, ווייל ער האט געוואלט געראטעוועט ווערן פונעם מבול. נאר כן עשה, ווייל הקב"ה האט אים אזוי געהייסן, מקיים צו זיין דעם רצון הבורא.

הגה"ק מהרש"ם מבערזאן זי"ע

--

וַיֹּאמֶר ה' לְנֹחַ בֹּא אַתָּה וְכָל בֵּיתְךָ אֶל הַתֵּבָה (ז, א)

האט דער הייליגער קאברינער זי"ע געטייטשט: אז דו זאגסט א ווארט, א תפילה פאר'ן אויבערשטען, דאן זאלסטו זיך אריינברענגען מיט אלע רמ"ח איברים אין די תיבה, אין די ווארט אריין.

האט אים עמיצער געפרעגט: ווי אזוי קען דען א גרויסער מענטש אריינגיין אין א קליינע ווארט אריין?

האט אים דער צדיק געענטפערט: פון דעם מענטשן וואס האלט זיך גרעסער פון די ווארט, פון דעם מענטש רעדן מיר נישט...

דערנאך האט ער צוגעגעבן: צהר תעשה לתיבה, א ליכטיגקייט זאלסטו אריינשיינען אינעם ווארט.

אמרות טהורות – קאברין

--

וַיּוֹלֶד אֶת אַבְרָם (יא, כו)

דער בעל התניא האט אמאל געזאגט א ווארט בזה"ל: "מ'דארף לעבן מיט די צייט."
האבן חסידים נישט פארשטאנען פשט און זיך זייער געוואונדערט דערויף. וואס האט דער רבי געקענט מיינען? אז מען דארף זיין פון די וואס פירן זיך לויט די רוח הזמן ח"ו?

יארן שפעטער האבן די חסידים פון אדמו"ר הרש"ב זי"ע געזען דעם רבי'ן בשעת ער האט מעביר געווען די סדרה פרשת נח, און דער רבי האט געוויינט און פארגאסן טרערן. ווען די חסידים האבן אים געפרעגט דערויף האט ער געזאגט: "אברהם אבינו איז דאך געבוירן געווארן!" דעריבער האט ער געוויינט פון גרויס שמחה.

דאן האט מען שוין פארשטאנען די מיין פון די ווערטער פון די בעל התניא: "מ'דארף לעבן מיט די צייט." דאס מיינט אז מען דארף מיטלעבן מיט די קריאה וואס איז מעורר הזמן. מען דארף שפירן א חיות אין די וואכעדיגע סדרה, א בחינה פון חייב אדם לראות את עצמו.

שלשת הרואים

--

שֵׁם הָאֶחָד פֶּלֶג כִּי בְיָמָיו נִפְלְגָה הָאָרֶץ וְשֵׁם אָחִיו יָקְטָן: (י, כה)

פארוואס מען האט אים א נאמען געגעבן פלג, דאס דערציילט אונז די תורה, אבער זיין ברודער יקטן, דארט זאגט אונז נישט די פסוק פארוואס מען האט אים אזוי גערופן.

און די סיבה, ווייל פלג מיינט מען דאך צוטיילן. פארוואס עפעס געבן א נאמען וואס איז טייטש צוטיילן? איז דאס דען א גוטע זאך? דערפאר דערציילט אונז די פסוק פארוואס מען האט אים אזוי א נאמען געגעבן. אבער יקטן, מיינט מען דאך ענוה, זיך קליין האלטן. דאס איז שוין זיכער א גוטע זאך. דערויף פעלט נישט אויס קיין באזונדערע הסברים.

בשם החוזה מלובלין זי"ע

--

וְשֵׁם אֵשֶׁת נָחוֹר מִלְכָּה בַּת הָרָן אֲבִי מִלְכָּה וַאֲבִי יִסְכָּה: (יא, כט)

די פסוק זאגט דאך שוין איינמאל אז מִלְכָּה בַּת הָרָן, מִלְכָּה איז די טאכטער פון הָרָן. פארוואס זאגט די פסוק נאכאמאל אז הרן איז געווען דער טאטע - אֲבִי מִלְכָּה וַאֲבִי יִסְכָּה?

נאר לויט ווי רש"י זאגט אין פרשת יתרו: כאן היה יתרו מתכבד במשה "אני חותן המלך", ולשעבר היה משה תולה הגדולה בחמיו. אויך אין די גמרא זעהן מיר אז ווען די קינדער זענען געווען גרויסע צדיקים האט מען אנגערופן די עלטערן אין זייער נאמען, "אבוה דשמואל".

אזוי אויך דא, אין אנהויב האט מלכה געהייסן "בת הרן". אבער נאכדעם וואס מִלְכָּה און יִסְכָּה
זענען אויפגעוואקסן, האט הרן זיך פאררופן אויף זייער נאמען: אֲבִי מִלְכָּה וַאֲבִי יִסְכָּה.

פנים יפות

אוועטאר
פלעכטער
שר האלף
תגובות: 1984
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 20, 2013 11:57 am
לאקאציע: אין קינדערישע הענט...

אינטערעסאנטע מדרשים - מרדכי היה מינק את אסתר

תגובהדורך פלעכטער » מיטוואך אוקטובער 02, 2013 6:17 pm

די מדרש זאגט‚ ביי וועם עס שטייט די לשון 'היה' מיינט עס אז ער איז געווען א זן ומפרנס. ביי נח שטייט ונח היה איז צדיק‚ ווייל ער האט געשפייזט אלע חיות אין די תיבה.
ביי מרדכי שטייט איש יהודי היה בשושן הבירה ושמו מרדכי. ווייל איין מאל האט מען געזוכט א מינקת פאר אסתר‚ אין מען האט נישט געטראפען גראד‚ האט מרדכי איר געזייגט. אין אזוי זאגט רבי ברכיה ורבי אבהו בשם רבי אליעזר‚ בא לו חלב והיה מניקה. ווען ר' אבוהו האט דאס געדרשנט ברבים‚ האט די עולם געלאכט אויפן קול‚ האט ר' אבוהו געזאגט‚ ס'איז דאך א משנה בפירוש‚ רבי שמעון בן אלעזר אומר חלב הזכר טהור.

מקור: (בראשית רבה ל‚ ח)
רבנן אמרין כל מי שנאמר בו היה זן ומפרנס
נח - זן ופירנס כל י"ב חודש שנאמר (בראשית ו, כא): "ואתה קח לך וגו'".
יוסף - (בראשית מז, יב): "ויכלכל יוסף את אביו ואת אחיו"
משה - זן ופירנס את ישראל ארבעים שנה במדבר.
איוב - (איוב לא, יז): "ואוכל פתי לבדי" שמא "לא אכל יתום ממנה" אתמהא.
מרדכי - זן ופירנס.
אמר רבי יודן פעם אחת חזר על כל המניקות ולא מצא לאסתר לאלתר מניקה והיה מניקה הוא. רבי ברכיה ורבי אבהו בשם רבי אליעזר בא לו חלב והיה מניקה כד דרש ר' אבהו בציבורא גחוך ציבורא לקליה אמר להון ולא מתניתא היא רבי שמעון בן אלעזר אומר חלב הזכר טהור:
ווען וועלט וואלט געווען וועלט, וואלט עס געהייסן אייוועלט!

אוועטאר
פלעכטער
שר האלף
תגובות: 1984
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 20, 2013 11:57 am
לאקאציע: אין קינדערישע הענט...

דור הפלגה האבן געוואלט גיין מיט א ראקעט וואוינען אויף די לבנ

תגובהדורך פלעכטער » דאנארשטאג אוקטובער 03, 2013 2:16 pm

די הייליגער רבי ר' יונתן אייבשיץ ז"ל , באקאנט אלס א חכימא דיהודאי, זייענדיג באקאנט מיט אלע חכמות שבעולם, אויסער זיין גאונות חריפות אין פיקחות,
שרייבט אין זיין ספר תפארת יונתן עה"ת, אז זיי האבן פשוט געוואלט בויען א ריזיגן לאנטשינג דעק פאר א ספעיס שאטל, האבן זיי געוואלט בויען א בנין ביז'ן ספעיס, דארט וועט זיין די ספעיס צענטער, פון דארט העט די ספינת החלל ווי ער רופט עס אפפליען צו די לבנה אין מען העט זיך דארט באזעצן ,
אין ר"ר יונתן זאגט נישט סתם אזוי א טעאריע , נאר עס מסביר באריכות זייער שיין די גאנצע חשבון זייערע ,
ער שרייבט דאס ערגעץ אין די יאהרן צווישן ענדע ת'ס און תקכ"ז וואס דאמעלס איז ער אוועק , דאס קומט אויס למספרם 1767 בערך, לאנג לאנג פאר נאסא איז געבוירן געווארן , לאנג פאר קענעדי האט אין די זעכציגער יאהרן דראמאטיש געמאלדן אז צעהן יאהר ארום וועט מען זיין אויף די לבנה,
ווייזט ר יונתן אייבשיץ ארויס א געוואלדיגע בקיאות אין קלארקייט אין די גאנצע ספעיס פראגראם, 

זעהט דא באריכות די ענין:

viewtopic.php?f=5&t=9425&p=280869&hilit=%D7%93%D7%95%D7%A8+%D7%94%D7%A4%D7%9C%D7%92%D7%94+%D7%99%D7%95%D7%A0%D7%AA%D7%9F#p280869
ווען וועלט וואלט געווען וועלט, וואלט עס געהייסן אייוועלט!

אוועטאר
פלעכטער
שר האלף
תגובות: 1984
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 20, 2013 11:57 am
לאקאציע: אין קינדערישע הענט...

טייל מענטשען פון דור הפלגה זענען געווארן בערן

תגובהדורך פלעכטער » דאנארשטאג אוקטובער 03, 2013 2:32 pm

סאיז באקאנט די גמרא אין סנהדריו דף קט אז מאנקיס זענען געווארן ווען די אייבערשטער האט פארמישט די וועלט ביי דור הפלגה.

מער פון דעם שטייט אין סידור תפלה פונעם רוקח דף קע"ב‚ אז א גרויס טייל פון די מענטשען ביי דור הפלגה זענען פארוואנדעלט געווארן צי בערן. וועגן דעם זעהט מען ביי בערן אז זיי קענען שטיין לאנג אזוי ווי מענטשען‚ אין זייער קול איז ענליך צי א קול פון א מענטש.ש
ווען וועלט וואלט געווען וועלט, וואלט עס געהייסן אייוועלט!

אוועטאר
פלעכטער
שר האלף
תגובות: 1984
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 20, 2013 11:57 am
לאקאציע: אין קינדערישע הענט...

נח האט ציגענייט די מויזעלס צונג

תגובהדורך פלעכטער » דאנארשטאג אוקטובער 03, 2013 2:52 pm

אין ספר בן סירא ערך עכבר שטייט, אז ווען מען קוקט אויף די צונג פון א מייז וועט מען זעהן אז ס'איז געשפאלטן, אין ס'זעהט אויז ווי ציגעניט.  ווייל איינמאל האבן זיך די קאץ אין מויז זיך צישלאגען אין די תיבה‚ אין די קאץ האט געביסן די מייזעל'עס צונג. האט נח זיך אראפ געזעצט מיטן מייז‚ אין ציגענייט פארן מייז די צונג. זייט דעמאלטס האט א מייז א צייכען.
ווען וועלט וואלט געווען וועלט, וואלט עס געהייסן אייוועלט!

אוועטאר
פלטיאל
שר האלפיים
תגובות: 2179
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אפריל 13, 2015 10:19 pm
לאקאציע: בערך פופצן מינוט אוועק...

תגובהדורך פלטיאל » פרייטאג אוקטובער 16, 2015 1:26 pm

ארויף
מיין מיינונג קען זיך אפשר טוישן אבער נישט דער פאקט אז איך בין גערעכט!

אוועטאר
גארגארפיק
שר האלף
תגובות: 1322
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 13, 2017 11:48 am
לאקאציע: עה.. איין מינוט... וואס האסטע געפרעגט? אה די ווילסט דווקא וויסן? עה... מאכסט זיכער א ווערטל נו שוין
פארבינד זיך:

תגובהדורך גארגארפיק » מאנטאג אוקטובער 16, 2017 6:36 pm

פלטיאל האט געשריבן:ארויף

נודה לך
שר האלפיים
תגובות: 2818
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 09, 2015 5:47 pm
לאקאציע: אינעם אויבערשטענס הענט

תגובהדורך נודה לך » פרייטאג אוקטובער 12, 2018 2:56 pm

גארגארפיק האט געשריבן:
פלטיאל האט געשריבן:ארויף
איך דאנק און לויב השי"ת אויף די גרויסע חסדים וואס ער טוט מיט מיר יעדע מינוט


צוריק צו “מדי שבת בשבתו ומועד במועדו”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך איצט דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און איין גאסט