ליקוטי הלכות וענינים על יום הכיפורים

פרשת השבוע וענינא דיומא

די אחראים: אחראי, גבאי ביהמד

זיידעניו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4376
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג פאברואר 01, 2008 12:51 pm

ליקוטי הלכות וענינים על יום הכיפורים

תגובהדורך זיידעניו » דינסטאג אוקטובער 07, 2008 12:10 am

כי ביום הזה יכפר עליכם

דער טאג יום כיפור איז מכפר אויף די עבירות וואס מ'האט געזינדיגט (ויקרא ט"ז ל').

אבער עס איז נאר מכפר פאר די וואס טוען תשובה, און זיי גלייבן אז דער טאג יום כיפור איז מכפר, אבער פאר איינעם וואס איז מבעט אין יום כיפור, און ער טראכט זיך אין הארץ וואס איז מיר יום כיפור ווערד, איז יום כיפור נישט מכפר זיינע עבירות (רמ"א תר"ז ס"ו). און דערפאר זאל מען זיך שטארק אריינעמען אין הארץ די אמונה אז יום כיפור איז מכפר אויף די עבירות וואס מ'האט געזינדיגט. (אלה"מ תר"ו)

עבירות שבין אדם לחברו: אויף די עבירות שבין אדם לחברו איז יום כיפור נישט מכפר, ווילאנג מען בעט נישט איבער דעם חבר אויף דעם וואס מ'האט געזינדיגט קעגן אים (שו"ע תר"ו ס"א). דערפאר דארף מען ערב יום כיפור איבערבעטן איעדן קעגן וועם מען האט געזינדיגט, סיי מיט געלט און אפילו וועמען מען האט בלויז געטשעפעט בדיבור. (מטא"פ שם)

נאך א סיבה פארוואס מ'בעט זיך איבער יום כיפור איז, כדי אלע אידן זאלן זיין בשלום, ווייל אזוי קען דער שטן נישט מקטרג זיין אויף זיי. (טור שם מובא בשועה"ר סק"ח)

די עבירות שבין אדם לחברו האבן צוויי חלקים אין זיך, איינס דער טייל וואס מ'האט געזינדיגט קעגן דעם חבר, און די צווייטע וואס מ'האט געזינדיגט קעגן דעם אייבירשטען, ווייל מ'האט עובר געווען אויף זיין באפעל נישט צו פוגע זיין אינעם חבר. און אפילו אויף דעם טייל פון די עבירה וואס איז בין אדם למקום איז אויך יום כיפור נישט מכפר, בעפאר מען בעט נישט איבער דעם חבר. (אלה"מ שם)

עס איז אבער נישט גענוג וואס מען בעט איבער דעם חבר, נאר נאכדעם וואס דער חבר איז שוין מוחל, דארף מען זיך אויך מתודה זיין, און תשובה טוען און חרטה האבן דערויף, כדי עס זאל נתכפר ווערן דעם חלק פון די עבירה וואס מען האט געזינדיגט בין אדם למקום. (אלה"מ שם ועי' בשעה"צ תר"ז סקי"ג דאולי על אונאת דברים אין צריכים וידוי כלל)

עס ווערט געברענגט אז ווער עס בעט איבער איינעם וועמען ער האט מצער געווען, זאל ער אויך בעטן פון יענעם אז ער זאל מתפלל זיין אויף אים. און אויף דעם וואס מען בעט איבער, איז א מצוה אזוי צו טוען. (אלה"מ שם בשם היש"ש)

דיני פיוס: די ערשטע מאל וואס מען גייט איבערבעטן דעם חבר, זאל מען לכתחלה גיין אליינס. און מען זאל נישט קיין שליח איבערצובעטן. אין פאל וואס עס קומט אן זייער שווער צו גיין אליינס, אדער מען האלט אז דער שליח וועט בעסער קען פארמיטלען צווישן זיי צוויי אז דער חבר זאל אים מוחל זיין, קען מען יא שיקן א שליח. (מטא"פ שם ס"א)

ווען מען בעט איבער דעם חבר זאל מען ארויסזאגן פארן חבר וואס מ'האט געזינדיגט קעגן אים, סיידן אויב מ'ווייסט אז דער חבר וועט זיך שעמן מיט דעם, זאל מען עס נישט ארויסזאגן. (מטא"פ שם)

ווען מען האט געזינדיגט קעגן איינעם, און יענער ווייסט נישט דערפון, צ.ב.ש. מען האט גערעדט לשון הרע קעגן יענעם, אויב האט מען נישט געטוען קיין שאדן פאר יענעם מיט דעם- צ.ב.ש. אז די צוהרער'ס האבן נישט מקבל געווען דעם לשון הרע, דארף מען אים נישט איבערבעטן דערויף, נאר מען זאל פאר זיך תשובה טוען דערויף און זיך מקבל זיין עס מער נישט צו טוען. (חפץ כלל ה' סי"ב מובא בפסק"ת)

אויב האט מען יא שאדן געטוען פאר יענעם מיט דעם וואס מ'האט געטוען קעגן אים- ווייל די וואס האבן געהערט דעם לשון הרע האבן עס מקבל געווען, דארף מען אים יא איבערבעטן (שם). סיידן ווען מען ווייסט אז דער חבר וועט האבן צער ווען ער וועט געוואויר ווערן דערפון, זאל מען אים נישט ארויסזאגן וואס מ'האט געזינדיגט קעגן אים, נאר מ'זאל אים איבערבעטן בכלליות אזויווי מען בעט איבער יעדן איינעם. (פסק"ת בשם ר' ישראל סאלאנטער וכ"מ ממטא"פ ס"ב)
ווען מען בעט איבער אגאנצן רבים אויף אמאל, איז מען נישט יוצא ווען מען ווייסט אז עס איז דארט דא א יחיד קען וועמען מען האט פערזענליך געזינדיגט, נאר מ'ארף אים פריוואט איבערבעטן. (מטא"פ ס"ב)

ווען מען האט געזינדיגט קעגן איינעם, און יענער איז נישט אין שטאט און דערפאר קען מען אים נישט בעטן מחילה, זאל מען זיך מקבל זיין אין הארץ אז מען וועט אים איבערבעטן, און דאן איז יום כיפור מכפר דערויף. (אלה"מ סק"ג)

ממונות: אויב האט מען באגזל'ט אדער באשווינדעלט דעם חבר, דארף מען עס מתקן זיין פאר יום כיפור. און דאס איז נאך הארבער פון די אנדערע עבירות, ווייל די געגנב'טע געלט איז דער הויפט מקטרג ביים דין (משנ"ב שם סק"א). און אויסער דעם וואס מען דארף צוריקגעבן פארן חבר די געלט וואס מען קומט אים, דארף מען אים אויך איבערבעטן פאר דעם צער וואס מ'האט אים גורם געווען מיטן האלטן זיין געלט. (אלה"מ שם סק"ב)

אויב האט מען געלט אויף וואס דער חבר קען האבן תביעות אז עס קומט אים, זאל מען עס מודיע זיין פארן חבר אפילו ווען ער האט נישט קיין אנונג דערפון. אדער זאל מען פארלייגן דעם ענין פאר א רב אדער מורה צדק, און זאל אים באמת אויסזאגן די גאנצע דין ודברים מיט אלע פרטים, און מען זאל אים פרעגן ווי אזוי זיך צו פירן. און מען זאל וויסן אז ביי געלט-זאכן זאל מען זיך נישט אליינס פסקנ'ען פאר זיך, ווייל דער יצר הרע האט דערביי אסאך היתרים. (משנ"ב שם)
וידוי: ווייל יום כיפור איז א טאג פון סליחה וכפרה, דערפאר דארף זיך איעדעס מענטש מתודה זיין, פונקט ווי מען האט זיך מתודה געווען אויף די קרבנות וואס האבן מכפר געווען. (שועה"ר תר"ז ס"א)

דער עיקר זמן פון וידוי איז אנהייב יום כיפור ד.ה. ממש פארנאכטס ווען יום כיפור קומט אריין. אבער די חז"ל האבן חושש געווען אז אפשר וועט ח"ו עפעס פאסירן פארן מענטש ביי די סעודה המפסקת, וואס צוליב דעם וועט ער זיך נישט קענען שפעטער מתודה זיין, דערפאר האבן זיי מתקן געווען אז מען זאל זיך מתודה זיין ביי מנחה פאר די סעודת המפסקת. (תר"ז שו"ע ס"א ושועה"ר סק"א)

אבער מען איז זיך נאכאמאל מתודה אנהייב נאכט, דהיינו מען זאגט די תפלת זכה פארנאכטס ווען מען קומט אין שול פאר כל נדרי (משנ"ב שם סק"א). כ"ק אדמו"ר מסאטמאר זי"ע האט זיך געפירט, צו זאגן אנא תבא לפניך תפלתינו און אשמנו מיטן גאנצן ציבור, נאך די כל נדרי דרשה, כדי יוצא צו זיין די וידוי פון אנהייב נאכט. (מחזור דבר"י)

און מען איז זיך נאכאמאל מתודה ביי אלע תפלות אין יום כיפור, ווייל די גאנצע טאג יום כיפור איז מכפר. (שועה"ר שם ס"א)

דיני וידוי: מען דארף שטיין בשעת'ן זיך מתודה זיין (שו"ע ס"ג). און מען טאר זיך נישט אנלאנען, און אויב מען האט זיך אנגעלאנט אזוי שטארק אז אויב מ'וואלט ווען אוועקגענומען די זאך אויף וואס מ'האט זיך אנגעלאנט וואלט מען ווען אראפגעפאלן, איז א ספק צו מען דארף זיך נאכאמאל מתודה זיין. (משנ"ב סק"י)

בשעת'ן וידוי זאל מען זיך קלאפן אויפן חזה (טשעסט) אדער אויפן הארץ, ווייזענדיג אז זיי האבן גורם געווען אז מען זאל זינדיגען. (מטא"פ ס"י)

עס איז גלייך אז מען זאל שטיין איינגעבויגן -אזויווי ביי מודים בשעת'ן וידוי, אויב קומט אן שווער דאס זיך איינבייגן, קען מען מקיל זיין אז מען זאל זיך בלויז אביסל אראפבייגן דעם קאפ. און בפרט קען מען מקיל זיין ביים וידוי וואס מען זאגט מיטן בעל תפלה ביי די הויכע שמנה עשרה. (משנ"ב סק"י ושעה"צ סק"ו)

מען טאר נישט רעדן אינמיטן די וידוי. נאר נאכצוזאגן די דברים שבקדושה מעג מען מפסיק זיין. אויך מעג מען מפסיק זיין נאכצוזאגן אלע אמנים. (אלה"מ שם סק"ב וממשנ"ב סקי"א לכאו' מוכח דבאמצע אשמנו לא יפסיק לסתם אמנים)

דער עיקר וידוי איז "אבל אנחנו ואבותינו חטאנו" (רמ"א שם ס"ג). אנדערע זאגן אז אשמנו איז אויך דער עיקר וידוי (שעה"צ סקי"א). אבער די אלע דינים פון וידוי גייען אויך אן ביי די אנדערע טיילן פון די וידוי, ווי ביי די על חטא'ס וכדו'. (שעה"צ סקי"ב)

ווער עס ווייסט ביי זיך אז ער האט געזינדיגט אן עבירה וואס איז נישט אויסגערעכנט אינעם וידוי, זאל ער דאס ארויסזאגן, אבער נאר שטילערהייט כדי קיינער זאל נישט הערן, ווייל מען טאר נישט מגלה זיין די חטאים. (שו"ע שם ס"ב)

ווען מען זאגט זיך ארויס די אייגענע חטאים, אדער ווען מען זאגט אינעם וידוי א די זונד וואס מ'איז דורכגעפאלן דערמיט, זאל מען דאס זאגן מיט א ביטערניש און מיט דמעות שליש. (מטא"פ ס"ח)

אפילו אויף זונד וואס מען האט זיך שוין פאריאר מתודה געווען – און מען האט דאס נישט איבערגעטאן דאס יאר, דארף מען זיך נאכאמאל מתודה זיין דערויף, אזויווי דער פסוק זאגט וחטאתי נגדי תמיד [אז מען דארף שטענדיג האלטן די זונד פאר זיך]. ((שו"ע ס"ד)

מען זאל זיך נישט מאכן קיין אייגענע נוסחאות פון וידווי, נאר מען זאל זאגן דאס וואס דער גאנצער ציבור זאגט, ווייל אין די ימים נוראים איז דער עיקר אז מען זאל זיך כולל זיין מיט די תפלות פונעם גאנצן ציבור, ווייל אזוי ווערן די תפלות אנגענומען צוזאמען מיט די תפלות פונעם רבים. (מטא"פ סי"ב)

זיידעניו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4376
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג פאברואר 01, 2008 12:51 pm

תגובהדורך זיידעניו » דינסטאג אוקטובער 07, 2008 12:11 am

העינויים

זמן התענית: אלע דינים פון יום כיפור – ד.ה. פאסטען, און נישט זיך וואשן די הענט, און אויסטוען די שיך וכו'- הייבן זיך אן פון די שקיעה, און מען דארף נאך אביסל מוסיף זיין פון פארדעם, אלס תוספת יום הכיפורים. (ביה"ל תרי"ד ד"ה אסור לנעול)

ווען מען ענדיגט די סעודת המפסקת פארן זמן, איז גלייך ארויסצוזאגן פארן בענטשן אז מ'איז נאכנישט מקבל דעם תענית אויף זיך, און מ'וועט נאך שפעטער עסן. אפילו מען זאגט נישט ארויס, זאל מען כאטש אינזינען האבן אין הארץ אז מ'וועט נאך עסן (מטא"פ תר"ח ס"ו).

בדיעבד, מעג מען עסן אפילו ווען מען האט נישט אינזינען געהאט אז מ'וועט נאך עסן. אבער אויב האט מען ארויסגעזאגט אז מ'וועט שוין נישט עסן נאך די סעודה, טאר מען מער נישט עסן (תקנ"ג ס"א). ווען מ'האט זיך מקבל געווען אין הארץ אז מ'וועט שוין נישט עסן, זענען אויך דא וואס זאגן אז מ'טאר שוין נישט עסן (משנ"ב שם סק"ב ומטא"פ תר"ח ס"ו). אבער אנדערע זענען מחולק דערויף. (רמ"א תקנ"ג ס"א ושועה"ר תר"ח ס"ז)

ווען מ'האט מקבל תענית געווען אויף זיך, גייען שוין אן אלע דינים פון יום כיפור, אז מ'טאר נישט טוען קיין מלאכה און זיך וואשן א.ד.ג.. אבער גיין מיט שיך מען מען יא ביזן זמן. ווייל עס איז אזויווי מ'האט זיך בפירוש אויסגענומען אז לגבי שיך איז מען זיך נישט מקבל דעם תענית (משנ"ב תר"ח סקי"ג ושועה"ר שם ס"ז)

אכילה שתיה: מען טאר גארנישט טועם זיין אין יום כיפור, אפילו ווען מען שפייט דאס גלייך אויס (רמ"א תרי"ב ס"ו). און דערפאר טאר מען זיך אינדערפריהא נישט אויסשווענקען די מויל, אפילו נישט מיט ווייניג וואסער. (רמ"א תרי"ג ס"ד ומטא"פ שם ס"ו)

עס זענען דא וואס זענען מחמיר אין יום כיפור זיך נישט אראפצושלינגען די שפייעכץ פון מויל. אבער נאר וועם עס קומט אן לייכט דארף דאס טוען. (מטא"פ שם ס"ז)

עס זענען דא וואס האלטן, אז מען דארף זיין געווארנט נישט אנצורירן קיין עסנווארג און געטראנקען אין יום כיפור. ווייל מען האט מורא אז מען וועט פארגעסן און מ'וועט דאס אריינעמען אין מויל. אויב דארף מען געבן צו עסן פאר א קליין-קינד וואס קען נאכנישט אליינס, זאל מען לכתחלה הייסן פאר א קינד וואס איז נאכנישט מחוייב צו פאסטען. אויב קען מען נישט הייסן פאר א קינד, מעג מען אליינס געבן. (מטא"פ שם ס"י)

אבער אנדערע אחרונים האלטן אז מ'מעג לכתחלה אנרירין עסן, נאר מ'דארף זיין געווארנט זיך נישט צו באשעפטיגן [צב"ש אפצושיילן א.ד.ג. אנצוגרייטן עסן עס זאל זיין ראוי צו עסן] מיט קיין עסנווארג. און ווען מען דארף עס פאר קינדער- און עס איז נישטא קיין קינד וואס זאל דאס טוען, מעג מען דאס אויך. (שועה"ר תרי"א סק"ט ולהמשנ"ב תרי"ב סקל"ב גם ההתעסקות מותר לכתחלה)

הריחת בשמים: אפילו זאכן וואס זענען נישט ראוי לאכילה, טאר מען נישט ארייננעמען יום כיפור אין מויל כדי צו פילן א טעם אדער זיך פייכט צו מאכן דעם האלז. (רמ"א שם ס"ו ושועה"ר סק"ז)

שמעקן בשמים און שמעקעדיגע גראזן איז נישט אסור. און אדרבה עס איז דא ענין מען זאל שמעקן בשמים, כדי צו מאכן א ברכה דערויף, ווייל דורכדעם איז מען משלים די צאל ברכות וואס עס פעלן אין יום כיפור פון די מאה ברכות, [וויבאלד מ'עסט נישט פעלן דערביי די ברכות וואס מען מאכט אין א געווענליכען טאג ביים עסן]. (מטא"פ ס"ו)

מען דארף זיין געווארנט צו מאכן א ברכה אויף די בשמים וואס מען שמעקט. אבער מען זאל נישט איבערמאכן א צווייטע מאל א ברכה דערויף, נאר נאך וואס מען האט שוין מפסיק געווען א לאנגע צייט פון די פריערדיגע ברכה, און מען האט שוין מסיח דעת געווען. (מטא"פ תרכ"ב ס"ג)

רחיצה: מען טאר זיך נישט אפוואשן יום כיפור, אפילו נישט מיט קיין קאלט וואסער. און מען טאר זיך אפילו נישט איינטונקען דעם פינגער אין וואסער. (שו"ע תרי"ג ס"א)

אויב איז מען אנגעקלעבט מיט שמוץ, מעג מען זיך יא אפוואשן דארט ווי מען איז שמוציג (שו"ע שם). אבער מען זאל זיין געווארנט זיך נישט אפציוואשן נאר דעם פלאץ וואס איז פארשמירט. סיידן אויב אסאך פלעצער אויפן קערפער זענען פארשמירט, מעג מען זיך אינגאנצן אפוואשן. (מטא"פ ס"א)

ווען מען וואשט זיך אראפצונעמען שמוץ זאל מען אינזינען האבן אז מען טוט דאס נישט הנאה צו האבן פון וואשן, נאר אראפצונעמען די שמוץ. (מטא"פ שם)

אינדערפריהא נאכן אויפשטיין, זאל מען זיך נישט אפוואשן דעם פנים- אפילו ווען דאס נישט אפוואשן שטערט שטארק. אויך די אויגן זאל מען זיך נישט אפוואשן (רמ"א שם ס"ד). אויב זענען די אויגן פארקלעבט, אדער דער פנים איז פארשמירט מעג מען זיך נאס מאכן די פינגערס, און אפוואשן דערמיט דעם פלאץ וואס איז פארשמירט. אבער מען זאל זיין געווארנט נישט אפציוואשן אויך אנדערע פלעצער. ((מטא"פ שם ס"ג)

מען טאר זיך אפווישן אין יום כיפור, מיט א האנטוך וואס מען האט איינגעווייקט ערב יום כיפור, און מען האט עס געלאזט טרוקענען כדי מען זאל זיך קענען אפוואשן דערמיט מארגן (שם רמ"א ס"ט). אבער מיט א האנטוך וואס מען האט זיך אפגעווישט די הענט און די פוס ערב יום כיפור, מעג זיך אפווישן מיט דעם צומארגענס, וויבאלד עס איז נישט שטארק נאס געווען, און מען קען ביי איר נישט צוקומען צו סחיטה. (משנ"ב שם סקכ"ה)

נטילת ידים: ווען מען שטייט אויף אינדערפריהא, וואשט מען זיך אפ נעגל וואסער. אבער מען זאל זיך נישט וואשן די גאנצע הענט, נאר ביז נאך די פינגערס. אבער מען זאל נישט אינזינען האבן זיך צו וואשן פאר הנאה, נאר אראפצונעמען די רוח רעה וואס רועט אויף די הענט. (שו"ע שם ס"ב)

נאכן ארויסגיין אין בית הכסא, זאל מען זיך וואשן די הענט ביז נאך די פינגערס, דריי מאל [ווער עס פירט זיך אגאנץ יאר נאר זיך צו וואשן איין מאל נאכן ארויסקומען פון בית הכסא, זאל זיך אין יום כיפור אויך נאר וואשן איין מאל]. (מטא"פ שם ס"ה, ועי' שם בבס"ז הדין אם לא עשה צרכיו, ועי' בביה"ל ד"ה ואם רוצה)

אויב האט מען צוגערירט צו די צוגעדעקטע פלעצער אויפן קערפער, זאל מען זיך אפוואשן דריי מאל די הענט, ביז נאך די פינגערס. (משנ"ב שם סק"ו)
אפילו פארן דאווענען זאל מען זיך נישט אפוואשן די הענט ווען עס איז ריין. (משנ"ב שם סק"ה ומאלה"מ לכאו' משמע דאם הסיח דעתו משמירתם צריך לרחצם לפני התפלה)

א כהן פארן דוכנ'ען זאל זיך וואשן די גאנצע הענט, אפילו ווען עס איז ריין (תרי"ג רמ"א ס"ג ומטא"פ ס"ח). אין די פלעצער ווי מען פירט זיך אז די לויים וואשן זיך די הענט פאר זיי גיסן אפ די כהנים, זאלן זיי זיך אויך וואשן דעם הענט יום כיפור (מטא"פ שם). אבער נאר ביז נאך די פינגערס. (אלה"מ ס"ט)

זיידעניו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4376
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג פאברואר 01, 2008 12:51 pm

תגובהדורך זיידעניו » דינסטאג אוקטובער 07, 2008 12:19 am

בזאת יבוא אהרן אל הקודש , ווען אהרן הכהן איז אריינגעקומען אין בית המקדש טוהן די עבודה האט ער געדארפט מעורר רחמים זיין אויף דעם כלל ישראל , עס איז באקאנט די מליצה ישרה וואס דער הייליגע בארדיטשובער רב זי"ע פלעגט זאגען רבונו של עולם אויב א איד חס וחלילה טוט א שווינדל ביים טוהן געשעפטן האט ער דאך א כוונה פאר דיין כבוד וועגין, ער וויל האבן בריוח געלט אויף הוצאת שבת ויום טוב, הוצאת בניו לתלמוד תורה צרכי מצוה , עניני צדקה וחסד- בזאת יבוא אהרן מיט דעם לימוד זכות קען קומען אהרן הכהן יום הקדוש אל הקודש אז די כוונה פון די עבירות חלילה זענען אל הקודש צו טוהן עניני קדושה - -מיט דעם איז אהרן ממתיק די דינים און מעורר רחמים אויף דעם כלל ישראל .(פארשטייט זיך אר מען טאר נישט טוהן ח"ו קיין שום עבירה כדי צו טוהן א מצוה ,ווייל עס איז דאך א מצוה הבאה בעבירה)
(הרב הקדוש ר' ארי' לייב מלאנצוט ז"ל) (ועיין בנועם מגדים פרשת נצבים בשם הבעש"ט , עה"פ אם יהי' נדחך בקצה השמים)
************************************************************************************י***************************************************************************
ויאמר השם סלחתי כדברך , עס איז אמת אז דער אויבערשטער איז א סולח ומוחל דער אויבערשטער איז מוחל די זונד פון די מענטשען וואס בעטין אים איבער, אבער עס ווענדט זיך ווי שטארק מען בעהט . ווען אלע אידן וואלטן תשובה געטוהן פון טיפען הארץ מיט גרויס ביטערניש מען וואלט זיך זייער שטארק מצער געוועהן אויף דעם צער גלות השכינה מען וואלט אמת'דיג געפילט דעם ווייטאג וואס די הייליגע שכינה האט אויף דעם גלות וואס אידן קענען נישט טוהן דאס עבודת השם וואלט אוודאי משיח געקומען,
ויאמר השם סלחתי כדברך , לויט דעם זאגען פון מענטש לויט די בחינה ווי ער בעהט אויב ער טוט תשובה פון טיפען הארץ ווי מען דארף דעמאלט איז דאס פארצייאונג (סליחה) אויך בשלימות , דער זונד ווערט אויסגעמעקט אינגאנצען - "כדברך" ווי דיין זאגען און בעטן איז, אזוי איז דאס איבערבעטונג .
(תפארת שלמה)
==============================================================================================================
כי ביום הזה יכפר עליכם לטהר אתכם מכל חטאתיכם לפני השם תטהרו די גמרא זאגט (ברכות מ. ע"א) אויף דעם פסוק אם שמוע תשמע פארוואס שטייט א דאפילט לשון דאס קומט צו זאגען אז ביים אויבערשטען איז פארקערט ווי ביי מענטשן דער סדר פון די וועלט איז , אז א פולע כלי האט נישט קיין פלאץ אריינצונעמען אין זיך נאך זאכן אבער ביי רוחניות ביי חכמת התורה איז פארקערט אויב עס איז א מענטש וואס האט שוין חכמה גיבט אים דער אויבערשטער נאך חכמה – מען דארף פארשטיין פון ווי האט דער מענשט די ערשטע חכמה?
דער תירוץ איז יעדער מענטש האט א בחירה ער קען אויסוועהלן דאס גוטסקייט און מען קען אויסוועהלן דאס שלעכטקייט חלילה דער יצר הרע פראבירט צו פארמאכען דעם וועג מען זאל זיין גוט ער מאכט זייער שווער דאס עבודת השם יתברך ער רוקט אונטער דעם מענטש אבק לשון הרע שקר דברים בטלים א.א.ו. אבער הבא לטהר מסייעין אותו (יומא ל"ט) דער וואס וויל זיך פירן גוט העלפט מען אים פון הימעל ממילא דער מענטש וואס האט א שטארקען ווילען צו חכמת תורה גיבט אים דער אויבערשטער חכמה און יראת שמים קומט אויס אז די ערשטע חכמה באקומט דער מענטשט דורך זיין גוטן ווילען.
דאס זאגט דער פסוק כי ביום הזה יכפר עליכם לטהר אתכם דער אויבערשטער וועט אייך רייניגען פון אלע אייערע זונד אבער לפני השם תטהרו איר זאלט אייך רייניגען פריער לויט אייערע מעגליכקייטן איר זאלט אייך קודם רייניגן פאר עס קומט דער יום הקדוש ,דעמאלטס וועט זיין כי ביום הזה יכפר עליכם לטהר אתכם
(אהל יעקב פרשת אמור)

זיידעניו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4376
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג פאברואר 01, 2008 12:51 pm

תגובהדורך זיידעניו » דינסטאג אוקטובער 07, 2008 12:26 am

ערב יום קדוש
סליחות:
מיר פירן זיך צו זאגן ווייניג סליחות ערב יום הכיפורים, ווייל די נאכט פון ערב יום הכיפורים ווערט גערעכענט ווי דער אנהויב פונעם יום טוב.
כפרות:
דער מנהג איז, צו שלאגן כפרות און זיי שחט'ען ערב יום כיפור פארטאגס, ווייל דעמאלט זענען די "רחמים מתגברים", אנדערע זענען אבער מקפיד צו שחט'ען נאך שחרית אזוי ווי קרבנות וואס מען האט גע'שחט'ען דוקא נאכן עלות השחר.

מען דארף זייער נזהר זיין אז מען זאל זיך נישט יאגן, אז מען זאל קענען מאכען די "בדיקת הסכין" ווי עס דארף צו זיין, אז מען זאל נישט ח"ו גורם זיין א מכשול פון איסור נבילה, וואס דעמאלט איז "יצא שכרו בהפסדו". עס זענען געווען אזעלכע וואס האבן וועגן דעם מכשול, געשלאגן כפרות מיט געלט.

גלייך נאכ'ן שחיטה דארף מען נעמען זאמד וואס איז שוין צוגעגרייט, און מען מאכט א ברכה "ברוך אתה ה' אלוקינו מלך העולם אשר קדשנו במצותיו וצונו על כיסוי הדם בעפר", און מען דעקט צו די בלוט פון די שחיטה מיט זאמד.

תפלת שחרית
ביי תפלת שחרית זאגט מען נישט קיין למנצח, און נישט קיין תחנון, ווייל ערב יום כיפור איז א יום טוב. אויך זאגט מען נישט קיין מזמור לתודה, ווייל ערב יום כיפור האט מען נישט געברענגט קיין קרבן תודה אין בית המקדש, וויבאלד ביינאכט דארף מען פאסטען. (ווי מיר האבען געלערנט אין מסכת ביצה דף י"ט ע"ב - אין מביאין קדשים לבית הפסול) קומט אויס אז אויב מען איז מקריב א קרבן תודה ערב יום כיפור, מאכט מען פון א קרבן וואס מען מעג באמת עסען "לשני ימים ולילה", אז מען זאל נאר קענען עסען איין טאג.

מען פירט זיך נישט צו זאגן אבינו מלכנו, חוץ ווען יו"כ געפאלט אום שבת זאגט מען ערב יום כיפור ביי שחרית אבינו מלכנו, וויבאלד מען זאגט עס נישט אום שבת.

קברי צדיקים:
עס זענען דא וואס פירן זיך צו גיין ערב יום כיפור צו קברי צדיקים.

מצוות אכילה:
עס איז א מצוה צו עסען ערב יום כיפור און מרבה זיין בסעודה. דאס עסען ווערט גערעכנט אזוי ווי א תענית, ווי די גמרא זאגט (ברכות ח:, יומא פא:) אז דער וואס עסט און טרינקט ערב יום הכיפורים איז "כאילו התענה תשיעי ועשירי" (אזוי ווי ער וואלט געפאסט די ניינטע טאג און די צענטע טאג פון תשרי). א טייל פוסקים האלטען אז עס איז א מצוה מן התורה.

עס ווערט געברענגט פארשידענע טעמים אויף די מצוה, איין טעם כדי זיך צוצוגרייטן צום מצות היום, מען זאל האבן כח צו פאסטן.

נאך א טעם, ווייל דער עצם טאג פון יום כיפור איז דאך א יום טוב, וואס דער אייבערשטער האט געגעבן צו כלל ישראל אלץ א יום סליחה וכפרה, מען זאל זיך קענען אויסרייניגען דעם נפש און די נשמה, דערפאר מאכט מען יוהכ"פ א שהחיינו. ממילא וויבאלד יוה"כ אליין דארף מען צו פאסטען, מאכט מען די סעודת יו"ט, עיוה"כ.

פרויען זענען אויך מחויב אין דער מצוה כאטש פרויען זענען פטור פון מצות עשה שהזמן גרמא, אבער ווייל דאס איז דאך א הכנה צום פאסטען, זענען זיי אויך מחויב אין דעם.

מען וואשט זיך בייטאג צו א סעודה, און מען פירט זיך צו עסן פיש. פלייש עסט מען נאר בשר עוף און נישט קיין בשר בהמה. אויך פירט מען זיך צו עסען קרעפלעך.

מקוה:
מען איז מחויב צו גיין אין מקוה ערב יום כיפור. עס איז דא פארשידענע מנהגים ווען מען זאל גיין אין מקוה, עטליכע פירען זיך צו גיין פאר מנחה, עטליכע פירן זיך צו גיין נאך'ן סעודה המפסקת. אסאך פירען זיך צו גיין ביידע מאהל.

תפלת מנחה:
די גמרא זאגט (יומא דף פז.) אז מען דארף זיך מתוודה זיין ערב יום כיפור ביי מנחה, ווייל מען איז חושש אז מחמת די סעודה המפסקת וועט פאסירען א שטרויכלונג אז ער וועט נישט קענען יוה"כ מתוודה זיין.

דער שליח ציבור ביי מנחה זאל זיין איינער וואס איז ראוי צו דאווענען בימים הנוראים.

ביי מנחה איז מען מרבה בצדקה. די מענטשען וואס פירען זיך צו שלאגן כפרות מיט געלט, ברענגען די געלט צו שוהל ביי מנחה און זיי טיילן דאס אויס פאר עניים.

סעודה המפסקת:
נאך מנחה עסט מען די סעודה המפסקת. מען איז מקפיד נישט צו עסען קיין פיש (אגב מאכט פיש זייער דארשטיג) ווי אויך טאהר מען נישט עסען קיין מילכיגס.

אויב מען וויל עסען אדער טרינקען נאכן סעודה זאל מען מאכן א תנאי און ארויסזאגן בפירוש אז מען וויל עסען נאכן בענטשען.

נירות יום כיפור:
די פרויען ווען זיי צונדען לעכט מאכן א ברכה "להדליק נר של יום הכיפורים", און אויך א "שהחינו". עס איז וויכטיג אז זיי זאלן וויסן אז וויבאלד זיי האבן שוין געמאכט שהחיינו ביי לעכט צינדען, איז אויב זיי גייען אין שוהל זאלן זיי נישט מאכן קיין שהחינו אין שוהל מיט די ציבור.

געזונט לעכט:
עס איז א מנהג אז מען צינד יום כיפור א "געזונט לעכט". מען צינד נאר איין לעכט פאר א גאנצע משפחה. עס איז דא צווי מנהגים ווי מען צינד די לעכט. אסאך פירן זיך צו צינדן די לעכט אין שוהל, אנדערע פירען זיך דאס צו צינדען אין די היים. די וואס צינדען און שוהל, פירען זיך אזוי ווייל טאמער עס וועט זיך אויסלעשען זאל מען נישט טראכטן אז דאס איז ח"ו א שלעכטע סימן, וועגן דעם נעמען זיי דאס און שוהל און מישען דאס אויס מיט די אנדערע לעכט.

אויב עס האט זיך אויסגעלאשן די "געזונט לעכט" פירט מען זיך דאס נאכאמאל אנצוצונדען מוצאי יום כיפור. אנדערע פירן זיך דאס אנצוצונדען הושענה רבא.

ברכת הבנים:
מען פירט זיך אז דער פאטער בענטשט אלע קינדער "ברכת כהנים" און דערנאך "ישימך אלוקים כאפרים וכמנשה", פאר די טעכטער זאגט מען "כשרה רבקה רחל ולאה". נאכדעם זאגט מען דעם יהי רצון מיט א געוויין און א בקשה צום רבונו של עולם, אז די קינדער זאלן אויפוואקסען בתורה ובמצוות וכו' וכו'...

זיידעניו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4376
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג פאברואר 01, 2008 12:51 pm

תגובהדורך זיידעניו » דינסטאג אוקטובער 07, 2008 12:27 am

עניני תשובה:
וואס הייסט תשובה טוהן? תשובה, איז טייטש צוריקקערן. תשובה טוהן, מיינט מען מיט'ן הארץ, מיט'ן גאנצן רצון, וויל מען זיך צוריקקערן צו השי"ת און צו זיין תורה הקדושה.

דער הייליגער רמב"ם ערקלערט (רמב"ם הלכות תשובה פרק שני הלכה ב' והלכה ט') די הויפּט יסודות פון תשובה זענען איינגעטיילט אויף 4 חלקים:
1) עַזִיבַת הַחֵטא:
2) קַבָּלָה עַל הָעָתִיד:
3) חַרָטָה:
4) וִידוּי בְּפֶּה:

1. עַזִיבַת הַחֵטא:
עַזִיבַת הַחֵטא מיינט, אז מען זאל אויפהערן צו זינדיגן, נישט טון מער עבירות, דאס הייסט די נישט גוטע מעשים וואס מען האט ביז יעצט געטוהן.

2. קַבָּלָה עַל הָעָתִיד:
קַבָּלָה עַל הָעָתִיד מיינט, אז מען נעמען אויף זיך אמת'דיג, קיינמאל מער נישט צו טון די עבירה.

3. חַרָטָה:
חַרָטָה מיינט אז מען דארף חרטה האבן, עס זאל אמת'דיג לייד טוהן און וויי טוהן מיט'ן גאנצן הארץ אז מען האט געזינדיגט קעגן דער גרויסן באשעפער, מען האט געטוהן זאכן וואס די תורה הקדושה ערלויבט נישט, מען זאל פארשטיין ווי שלעכט און ביטער עס איז, וואס מען האט פארלאזט דעם באשעפער, מיט זיין תורה און מצוות.

4. וִידוּי בְּפֶּה:
וִידוּי בְּפֶּה מיינט, אז מיט'ן מויל דארף מען ארויסצוזאגן, מודה ומתודה צו זיין פאר השי"ת, אז מען האט געזינדיגט, און מען וועט שוין קיינמאל נישט זינדיגן.

בֵּין אָדָם לְחַבֵירוֹ:
די אלע אויסגערעכנטע זאכן זענען נאר ביי עבירות שבין אדם למקום, ווען מען האט געזינדיגט נאר קעגן באשעפער. אויב אבער מען האט געזינדיגט קעגן א מענטש, געשעדיגט, געשאלטן, פארשעמט אדער מצער געווען, אדער געלט שאדן געמאכט, דארף מען קודם פאר אלעם: אפצאלן דעם געלט שאדן פאר די מענטשן. דאס איז אבער נאך נישט גענוג, מען דארף איבערבעטן, און מפייס זיין, דעם מענטש, דערנאך בעטן השי"ת אז ער זאל אויך מוחל זיין.

אין רמ"א שטייט אז מען דארף זיין א וותרן און מוחל זיין א צווייטען וואס וויל זיך איבערבעטן און נישט חלילה זיין מחזיק במחלוקת, בפרט אין די טעג וואס מ'בעט "כתבנו בספר החיים", דורכדעם וואס מ'איז מעביר על מדותיו איז מען זוכה לאריכות ימים, ולקבלת התפלות, ווייל דער רבש"ע פירט זיך מיט'ן מענטש מדה כנגד מדה, ווי די גמרא דרשנט (מגילה כח.) אויפ'ן פסוק "נושא עון ועובר על פשע" כל שמעביר על מדותיו מעבירין לו על כל פשעיו, (דער וואס איז א מעביר על המידות איז מען איהם מוחל אויף אלע זיינע עבירות).

עס ווערט געברענגט אז ווען מען בעט איבער דעם חבר זאל מען זעהן אז ער זאל ארויסזאגן מיט'ן מויל "מחול לך" (איך בין דיר מוחל). ווייל מיר ווייסען דאך אז די עשרה הרוגי מלכות איז געשעהן אלץ עונש פון די מעשה פון יוסף מיט די ברודער. פרעגן די מפרשים: "יוסף האט דאך מוחל געווען די ברודער", נאר איינער פון די תרוצים זענען אז ער האט נישט בפירוש ארוסגעזאגט "מחול לך".

עס ווערט געברענגט אין ספרים הק' אויף די הפטורה פון שבת שובה: "שובה ישראל עד ה' אלהיך כי כשלת בעונך, קחו עמכם דברים ושובו אל ה', אמרו אליו כל תשא עון וקח טוב". א מענטש וואס טוט כסדר עבירות האט כסדר תירוצים פארוואס ער האט דאס געטוהן, אבער ערשט ווען די מענטש טוט תשובה זעט ער איין וואס פאר א זינד ער האט געטון, דאס זאגט די פסוק, "שובה ישראל עד ה' אלוקיך כי כשלת בעונך" יעצט פארן תשובה זאגסטו כסדר "כשלת" ביסט וועגען דעם און דעם געשטרויכלט געווארען, דאס הייסט אז די ווייסט נישט אפילו ווי גרויס די עבירה איז, "קחו עמכם דברים ושובו אל ה'" קודם זאלסטו תשובה טוהן און נאכדעם וועט זיין "אמרו אליו כל" (כל מיינט אפילו די קליינע עבירות) נאכדעם וועסטו שוין זעהן אז אפילו "כל" די קליינע עבירות איז אויך זייער גרויס, דעמאלס וועט זיין "תשא עון" וועסטו ריכטיג תשובה טוהן, און דו וועסט ריין ווערען פון אלע עבירות.

יום כיפור איז נקבע געווארן אלץ א "יום סליחה" נאך גלייך דער ערשטע יאהר זייענדיג אין די מדבר נאכ'ן חטא העגל, ווען משה רבינו ע"ה איז אראפגעקומען פון הימל מיט די לוחות שניות און ער האט איבערגעגעבן פאר כלל ישראל די בשורה טובה אז דער רבונו של עולם האט געזאגט "סלחתי", איז שוין דעמאלט באשטימט געווארן יום כיפור אלץ א יום "סליחה וכפרה. (עיין רש"י שם)

יום כיפור פאר זיך איז מכפר אינגאנצען אויף אלע עבירות לא תעשה'ס כל זמן זיי זענען נישט קיין חייבי כריתות אדער מיתות בי"ד, ובזמן שביהמ"ק היה קיים האט דער שעיר המשתלח וואס מ'האט געשיקט לעזאזל מכפר געווען אויף אלע עבירות פון כלל ישראל אפילו די הארבע עבירות ווי כריתות מיתות בית דין, חילול ה'. בעוונותינו הרבים וואס מיר האבן נישט דעם שעיר המשתלח, כדי צו קענען מתקן זיין אלע עבירות חמורות ביז חילול השם שרייבט דער רבינו יונה (שע"ת שער א' מ"ז) א עצה דערויף, "בחסד ואמת יכופר עון", אז מען זאל זיך מדבק זיין במדת צדקה, וואס איז מציל מיסורין וממות.
כדי זוכה צו זיין לסליחה ומחילה אין יום כיפור, דארף מען תשובה טאהן ווייל יום כיפור איז נאר מכפר "לשבים" דאס מיינט פאר די וואס טוען תשובה, כאטש עס איז דא א מאן דאמר אז יום כיפור איז מכפר אפילו לשאינו שבים, אבער מיר פסק'נען נישט אזוי.

מ'דארף מהרהר זיין בתשובה אויף אלע חטאים פון א גאנץ לעבן. נישט נאר אויף די עבירות פון די יאהר, נאר אפילו אויף די עבירות פון א גאנץ לעבן וואס מען האט שוין תשובה געטוהן אויף דעם, ווי עס שטייט אין פסוק "וחטאתי נגדי תמיד".

הגם תשובה בעיקר איז א מצוה שבלב, חרטה על העבר וקבלה להבא, איז באזונדער א מצות עשה פון "ווידוי בפה", דאס מיינט ארויס זאגן מיט'ן מויל אז מ'האט געזינדיגט, און אז מען טוט אויף דעם תשובה. אויב מען זאגט נאר ארויס די עבירה אבער מען טוט נישט תשובה אויף דעם איז דאס גארנישט ווערט, און עס איז גלייך ווי א "טובל ושרץ בידו". די זעלבע איז וועגן עבירות פון "בין אדם לחבירו", אויב מען טוט תשובה אויף דעם אבער אויב מען האט נישט איבערגעבעטען דעם חבר, איז דאס גארנישט ווערט. און פונקט ווי ביי גזילה דארף מען קודם צוריק געבען די גזילה, און נאכדעם זיך מתודה זיין.

דער עיקר מצות וידוי איז מען יוצא דורך זאגן "אבל אנחנו ואבותינו חטאנו" (רמ"א תר"ז ס"ג). בשעת מען זאגט ווידוי קלאפט מען אויפן הארץ, דערמיט צו זאגן אז די גלוסטעניש פון הארץ האט גורם געווען צו זינדיגן.

א מענטש וואס ווייסט ביי זיך אז ער איז נכשל געווארען אין א געוויסע חטא, זאל ער בשעת ווידוי ארויסזאגן דעם חטא, און תשובה טוהן אויף דעם.

במשך גאנץ יום כיפור זאגט מען 10 מאהל וידוי, 1 מאהל ביי מעריב, 4 מאהל ביי די 4 תפלות, 4 מאהל ביי חזרת הש"ץ, און 1 מאהל ביי מנחה. דאס איז קעגען די 10 מאהל וואס דער כהן גדול האט ארויסגעזאגט דעם שם המפורש יום כיפור אין די בית המקדש.

די אנשי כנסת הגדולה האבן אריינגעשטעלט אין דאווענען, אז השי"ת איז א "פותח יד בתשובה לקבל פושעים וחטאים", השי"ת עפענט א טיר, לייגט צו א האנט, צו העלפן תשובה טוהן, ער איז שנעל מוחל מיט תשובה, פאר פושעים און פאר זינדיגע, ער לאזט זיך שנעל איבערבעטן, מיט תפלה ותחנונים. כי לך מיחלות עינינו, מיר האפן, מיר ווענדן זיך אונזערע אויגן, נאר צו אונזער דערבארעמדיגן באשעפער, ווער עס שטייט און ווארט אויף אידישע תפלות, וואס קומען פון ערליכע אידישע הערצער, אונטער איין רגע קען מען אמת'דיג תשובה טוהן.

עס ווערט געברענגט פון הייליגען קאז'ניצער מגיד, אז ער האט אזוי געזאגט, מיר ווייסען דאך אז תשובה דארף זיין מיט שמחה און בטחון אויף דעם גרויסן חסד פון דעם אייבערשטן, אז ער פארלאזט אונז קיינמאהל נישט. דערפאר קען זיין דער טעם, פארוואס מען זאגט נישט קיין תחנון ערב ראש השנה, כדי צו ווייזען אז מיר דארפן נישט פאלען אויפן פנים, נאר שטיין מיט אהבה און שמחה פאר דעם אייבערשטן.


לאמיר זיך טאקע אלע יעצט מקבל זיין און תשובה טוהן באמת !! !
שם החג:
יום כיפור ווערט אנגערופן "יום הקדוש". אין בני יששכר (מאמר ח') שטייט א טעם, ווייל וויבאלד יום כיפור איז אזוי הויך, וויל מען באהאלטען דעם נאמען. וועגן דעם הייסט אויך נישט מסכת יומא, מסכת יום כיפור, אזוי ווי מסכת שבת וכדו'.

קדושת היום:
יום כיפור איז אזא הייליגע טאג, און יודען זענען גלייך צו מלאכי השרת.

א שנת החמה האט 365 טעג אין די יאהר, די ווארט "השטן" איז נאר גמטרי' 364, דאס קומט מרמז זיין אז איין טאג אין דעם יאהר האט נישט דער שטן קיין רשות צו מקטרג צו זיין. און דעם טאג איז יום כיפור (גמרא)

וויבאלד מיר זענען דומה צו מלאכים וועגן דעם זאגן מיר אין דעם טאג ברוך שם ביי קריאת שמע הויך, פונקט אזוי ווי די מלאכים וואס זאגן ברוך שם הויך, ווייל בעצם האט נאר יעקב אבינו געזאגט ברוך שם, ווען ער האט געבענטשט די קינדער, אבער משה רבינו האט דאס נישט געשריבן ביי פרשת קריאת שמע, ווייל דאס איז צוג'גנב'עט געווארן פון די מלאכים, וועגן דעם זאגט מען דאס א גאנץ יאהר שטיל, אבער יו"כ ווייל מיר זענען אזוי ווי מלאכים זאגן מיר דאס הויך.

איסור מלאכה - וחמש עינוים
אלע זאכן וואס זענען אסור אין שבת וועגן מלאכה, איז אסור יום כיפור. ווי אויך זענען דא 5 עינוים וואס מען טאהר נישט טוהן און יום כיפור דאס זענען נישט עסען, טרינקען, וואשן, שמירן, אנטאן שיך וכו'. לויט טייל פוסקים זענען אלע 5 עינויים אסור מן התורה, אבער עסען און טרינקען איז די הארבסטער.

אויב מען איז פארשמירט געווארען מעג מען אפוואשען דער פלאץ וואס האט זיך פארשמירט. ווען מען וואשט זיך די הענט פאר נעגל וואסער וכדו' מעג מען נאר וואשן ביז די עקען פון די פינגער.

תפלת זכה
דער רמב"ן האלט, אז פארנאכט אנהויב יום הקדוש דארף מען זיך מתוודה זיין. דעריבער איז דער מנהג ביי טייל קהילות ישראל צו זאגן בציבור פאר כל נדרי, אשמנו וגו'. ביי רוב תפוצות ישראל איז מען יוצא דעם רמב"ן דורך זאגן תפלת זכה.

כל נדרי:
דער באדייט פון זאגן "כל נדרי" איז כדי מבטל צו זיין אלע נדרים ושבועות פונעם קומענדיגן יאר, עפ"י הגמרא (נדרים כג:) "הרוצה שלא יתקיימו נדריו כל השנה יעמוד בראש השנה ויאמר כל נדר שאני עתיד לידור יהא בטל" אויב א מענטש וויל נישט אז זיינע נדרים זאלן חל זיין, זאל ער זאגן אנהייב יאהר, "אלע נדרים וואס איך גיי מאכן א גאנץ יאהר זאל זיין בטל". אבער כדי צו מבטל זיין נדרים וואס מען האט שוין געמאכט, צו דעם דארף מען א בי"ד, ווי מיר פירען זיך צו טוהן ערב ראש השנה, (אנדערע פירען זיך צו מאכן התרת נדרים ערב יום כיפור, ווי מיר האבן שוין דערמאנט אין די קונטרס לראש השנה).

דער טעם ע"פ פשט פארוואס מ'האט פונקט מתקן געווען ליל יום כיפור צו זאגן כל נדרי איז, ווייל דעמאלס געפינט זיך יעדער אין בית המדרש. ע"פ סוד איז דאס א רמז, מתיר צו זיין די שבועה פון גלות השכינה, ווי עס שטייט אין תיקוני זוהר וואס מיר זאגן פאר כל נדרי, קם רבי שמעון וגו'.


קיטל:
מען טוט זיך אהן א ווייסע קיטל. דער רמ"א (סימן תר"י) ברענגט דערויף צוויי טעמים איינס ווייל מיר זענען אזוי ווי מלאכים. א צווייטע טעם כדי זיך צו דערמאנען די יום המות און אזוי וועלען מיר תשובה טוהן ווי עס דארף צו זיין.

טלית:
מען טוט אהן די טלית מבעוד יום. כדי צו קענען מאכן א ברכה. אויב מען פארשפעטיגט, און עס איז שוין געווארן נאכט, זאל מען נישט מאכן קיין ברכה.

תפלת מעריב:
מען דאווענט מעריב, מיט אלע פיוטים וואס זענען געדרוקט אין די מחזורים. נאך מעריב זאגט מען די ערשטע 4 קאפיטל תהילים, און אויך שיר היחוד. עס איז א גרויסע ענין אויך צו לערנען משניות מסכת יומא.

בשמים:
מען פירט זיך צו שמעקן דורכן טאג פון יום כיפור "בשמים". דער טעם איז, וויבאלד מען עסט נישט יום כיפור, קומט אויס אז עס פעלט אסאך ברכות כדי משלים צו זיין "מאה ברכות בכל יום" וועגן דעם שמעקען מיר בשמים עטליכע מאהל און אזוי איז מען משלים די הונדערט ברכות.

קריאת התורה:
ביי קריאת התורה ליינט מען פרשת אחרי מות, וועגן די עבודת יום הכיפורים.

כורעים:
ווען מען פאלט כורעים טאהר מען נישט פאלען אויף די ערד, אפילו עס איז נישט קיין שטיינערדיגע ערד, וועגן דעם לייגט מען אויס אויף די ערד גראז אדער אנדערע זאכן כדי אז מען זאל נישט פאלן ממש אויף די ערד.

תפלת נעילה:
תפלת נעילה איז גאר א הויכע תפלה, וועגן דעם אפילו מען איז שוין זייער אפגעשוואכט זאל מען זיך שטארקען און דאווענען נעילה מיט א ברען, ווי מיר ווייסען דאך אז "הכל הולך אחר החותם"

צום סוף נעילה זאגט מען 7 מאהל ה' הוא האלוקים כדי צו באגלייטן די שכינה הקדושה וואס גייט ארויף 7 רקיעים, און וועגן דעם זעלבן טעם בלאזט מען דערנאך שופר.

זיידעניו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4376
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג פאברואר 01, 2008 12:51 pm

תגובהדורך זיידעניו » דינסטאג אוקטובער 07, 2008 12:27 am

מוצאי יום קדוש

קידוש לבנה:
אסאך פוסקים האלטען אז מען זאל מקדש זיין די לבנה פאר יום כיפור, אנדערע פוסקים האלטען אז מען זאל מקדש זיין די לבנה מוצאי יום כיפור. מיר פירען זיך צו מקדש זיין מוצאי יום כיפור.

הבדלה-נר ששבת
דער ליקוטי מהרי"ח ברענגט אז ס'איז אן ענין עפ"י סוד צו בלייבן מיט'ן קיטל אנגעטאן ביז נאך הבדלה.

מען גרייט צו א ליכט פאר הבדלה, און אויך בשמים צו שמעקן. דער לעכט דארף מען אנצינדען פון א נר ששבת, דאס מיינט א לעכט וואס האט געברענט יום כיפור, און נישט א נייע פייער וואס מען האט יעצט אנגעצינדען.

דער טעם פארוואס מען נוצט מוצאי יו"כ א נר ששבת איז, ווייל מוצאי שבת צונט מען אהן די הבדלה ווייל אדם הראשון האט געמאכט א פייער דער ערשטע מאהל מוצאי שבת, אבער מוצאי יום כיפור צינט מען אהן הבדלה וועגן אן אנדערע טעם, צו ווייזען אז א גאנצע טאג האט מען נישט געמעגט מאכן קיין פייער און יעצט מעג מען שוין יא. (לבושי שרד)

בניית הסוכה:
מוצאי יום כיפור הייבט מען אהן צו בויען די סוכה, כדי אז מען זאל גיין "מחיל לחיל" פון איין מצוה צום צווייטען.

סעודת מוצאי יום כיפור:
מוצאי יום כיפור איז א שטיקל יום טוב, דערפאר וואשט מען זיך צו א סעודה, און מען איז זיך משמח. אסאך פירן זיך צו זינגען דעם פזמון פון "המבדיל" וואס איז מקובל פון אריז"ל וואס איז געדריקט אין די מחזורים.

אין מדרש שטייט אז מוצאי יום כיפור גייט ארויס א בת קול וואס זאגט: "לֵך אֱכוֹל בְּשִׂמְחָה לַחֲמֶךָ וּשְׁתֵה בְּלֵב יֵינֶך כִּי כְּבַר רָצָה אֱלֹקִים אֶת מַעֲשֶׂיךָ", אמן כן יהי רצון.

גבאי ביהמד
שר חמש מאות
תגובות: 687
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 11, 2009 2:33 pm

תגובהדורך גבאי ביהמד » דינסטאג סעפטעמבער 15, 2009 12:11 pm

כי ביום הזה יכפר עליכם לטהר אתכם

אוועטאר
farshlufen
שר עשרת אלפים
תגובות: 19707
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

תגובהדורך farshlufen » מאנטאג סעפטעמבער 25, 2017 9:14 am

גבאי ביהמד האט געשריבן:כי ביום הזה יכפר עליכם לטהר אתכם
סימן דלא ידע כלום, שבוחי.

אוועטאר
מיסטעריעז
שר ששת אלפים
תגובות: 6790
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוגוסט 13, 2010 2:54 pm

תגובהדורך מיסטעריעז » דאנארשטאג סעפטעמבער 28, 2017 3:20 pm

אין סידור אוצר התפילות האב איך געזעהן א הערליכע טעם אויפן ליינען די פרשה פון עריות ביי מנחה, ע"ד הפשט.

ער זאגט אז עס איז מענינא דיומא! ווי די משנה זאגט אין תענית אז די בנות ישראל יוצאות וחולות בכרמים, ומה היו אומרות, בחור שא נא עיניך וראה מה אתה בורר לך. מען האט געמאכט שידוכים. דערפאר ליינט מען די פרשה פון עריות, להורות לעם איזה נשים אסורות לכל אחד ואחד.
וואו איז דָוִי?

אוועטאר
טראבל מעיקער
שר האלף
תגובות: 1619
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג מארטש 11, 2016 2:00 pm
לאקאציע: ווי איך געפין מיך דאס פלאץ

תגובהדורך טראבל מעיקער » דאנארשטאג סעפטעמבער 28, 2017 5:53 pm

פי די עף

גענומען פון דא
איזי

נודה לך
שר האלפיים
תגובות: 2789
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 09, 2015 5:47 pm
לאקאציע: אינעם אויבערשטענס הענט

תגובהדורך נודה לך » מאנטאג סעפטעמבער 17, 2018 3:48 pm

ארויף
איך דאנק און לויב השי"ת אויף די גרויסע חסדים וואס ער טוט מיט מיר יעדע מינוט


צוריק צו “מדי שבת בשבתו ומועד במועדו”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך איצט דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און איין גאסט