עניני ומנהגי אמירת סליחות

פרשת השבוע וענינא דיומא

די אחראים: אחראי, גבאי ביהמד

אוועטאר
שוועמל
שר עשרת אלפים
תגובות: 14176
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
לאקאציע: גידולו בכל מקום

תגובהדורך שוועמל » מיטוואך סעפטעמבער 28, 2011 2:41 am

כלה שעיר וחותנו.

פארוואס דוקא נאר די סעמיטישע רשעים, וואס טוט זיך מיט די בני יפת'ניקעס די דייטשן, ארמעניער למשל?
שוש אשיש בה', תגל נפשי באלקי! (ישעיה סא)

והוא פלאי
שר האלפיים
תגובות: 2749
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 23, 2009 3:18 pm

תגובהדורך והוא פלאי » מיטוואך סעפטעמבער 28, 2011 10:08 am

שוועמל האט געשריבן:כלה שעיר וחותנו.

פארוואס דוקא נאר די סעמיטישע רשעים, וואס טוט זיך מיט די בני יפת'ניקעס די דייטשן, ארמעניער למשל?

אין מגלה עמוקות שטייט, מובא באגד"כ, כי הע' אומות, ל"ה מהם הם תחת שרו של עשו, ול"ה מהם תחת שרו של ישמעאל
ומובן שעשו וישמעאל הם כלליות האומות
ואגב, שהדייטשן הם מבני עשו, כבר כותב הג' ר' יעקב עמדין
למה זה תשאל לשמי...

אוועטאר
שופר
שר חמישים ומאתים
תגובות: 258
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 21, 2016 11:40 pm

תגובהדורך שופר » מוצ"ש סעפטעמבער 16, 2017 11:25 pm

קרעמער האט געשריבן:ובכלל, פארוואס זאגן מיר דאס שטיל מיט א פארמאכטע פרוכת'ל, און ביי "אבל" קומט א ספאנטאנע געשריי... מ'קען מיינען אז מען רעדט דארט עפעס וואס קיינער טאר נישט הערן, ווער רעדט נאך די ספר תורה.

דער ליקוטי מהרי"ח שרייבט 'והטעם מובן דדוקא כשאומרים שבחו של הקב"ה פותחין הארון משא"כ בחרוזי מלך אביון'.

זעה דא וועגן דעם פיוט http://hebrewbooks.org/pdfpager.aspx?re ... &pgnum=153

אוועטאר
יאסעלע
שר האלף
תגובות: 1087
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג פאברואר 24, 2017 2:50 pm

תגובהדורך יאסעלע » מאנטאג סעפטעמבער 18, 2017 5:24 pm

געוואלדיגע אשכול, ארויף!
כלל גדול: נעם נישט אן מיינע ווערטער אזוי ערנסט. קרעדיט: ק"ק
יאסעלע'ס פריוואטער אשכול

נאטרוליסט
שר האלף
תגובות: 1303
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג נובעמבער 06, 2007 2:40 pm

תגובהדורך נאטרוליסט » דינסטאג סעפטעמבער 19, 2017 2:17 pm

ביי סליחות איז די איינציגסטע מאל וואס מיר זעהן אז אלע פייטנים פון כלל ישראל זענען אנגענומען איבעראל.

בדרך כלל, ספרדים זאגן קיינמאל נישט די פיוטים פון די אשכנזים, וכן להיפוך. פון אלע יוצרות ביים דאווענען א גאנץ יאר, איז אין אונזער מחזור נישט פאראן קיין איין פיוט, שניה, שלישיה, שלמונית, יוצר, עזרת, זולת, מערבית פון א ספרדישן פייטן. און ביי די ספרדישע מחזורים איז נישטא קיין אשכנזי פייטנים אינעם מחזור.

מיר אשכנזים פארמאגן טאקע כמעט רוב אשכנזישע פיוטים און סליחות, אבער ס'איז אבער דאך אריינגעפאלן סליחות פונעם גרויסן ספרדישן פייטן רבינו שלמה אבן גבירול. (שוממתי ברוב יגוני, נפשי בשאלתי)
ביי די ספרדישע סליחות, וואס דארט זאגט מען יעדן טאג די זעלבע סליחות, איז אויך פאראן א פיוט/סליחה "אם אפס רובע הקן" (עקידה) פון אן אשכנזיש'ן גדול, רבינו אפרים ב"ר יצחק מרנשבורג. דאס איז די איינציגע סליחה פון אשכנזישן מחבר וואס די ספרדים האבן אריינגעלייגט אין זייער סליחות / מחזור, און געפינט זיך גלייכצייטיג אויך אין אונזער סליחות.

מיר זאגן נישט קיין פיוטים פון די גדולי פייטני הספרדים, ווייל דער אריז"ל האט עס נישט געזאגט, אבער עס איז נישט באקאנט צו איידער די צייטן פון אריז"ל האט מען געזאגט פיוטים און יוצרות פון מחברי ספרדים.

נאטרוליסט
שר האלף
תגובות: 1303
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג נובעמבער 06, 2007 2:40 pm

תגובהדורך נאטרוליסט » דינסטאג סעפטעמבער 19, 2017 2:30 pm

די פיוט עקידה פון רבינו אפרים ברבי יצחק, די איינציגסטע פיוט וואס ווערט געזאגט ביי אשכנזים און ספרדים צוגלייך.

אִם אָפֵס רֹבַע הַקֵּן / אֹהֶל שִׁכֵּן אִם רִקֵּן / אַל נָא נֹאבְדָה כִּי עַל כֵּן /יֵשׁ לָנוּ אָב זָקֶן
פָּנִים לוֹ תַּכִּיר / וְצִדְקוֹ לְפָנֶיךָ נַזְכִּיר / קַח נָא בֵּן יַקִּיר / וְנִמְצָה דָמוֹ עַל הַקִּיר /
רָץ אֶל הַנַּעַר לְהַקְדִּישׁוֹ / וְנָפְשׁוֹ קְשׁוּרָה בְּנַפְשׁוֹ / עִטְּרוֹ בָּעֵצִים וְאִשּׁוֹ / נֵזֶר אֱלֹקיו עַל רֹאשׁוֹ
יָחִיד הוּקַל כַּצְּבִי / עָנָה וְאָמַר אָבִי / הִנֵּה הָאֵשׁ וְהֶעָצִים נָבִיא / וּתְשׁוּרָה אֵין לְהָבִיא
מִלִּים הֱשִׁיבוֹ מִלְּהַבְהִילוֹ / וַיַּעַן וַיֹּאמֶר לוֹ / בְּנִי אֱלֹקים יִרְאֶה לוֹ / וְיוֹדַע יְיָ אֶת אֲשֶׁר לוֹ

בְּמִצְוָתְךָ שְׁנֵיהֶם נִזְהָרִים / וְאַחֲרֶיךָ לֹא מְהַרְהֲרִים / חָשׁוּ וְהָלְכוּ נִמְהָרִים / עַל אַחַד הֶהָרִים
רָאוּ אֵד תְּלוּלָה / מִהֲרוּ עֲצֵי עוֹלָה / יַחַד בְּאַהֲבָה כְלוּלָה / יַשְּׁרוּ בָּעֲרָבָה מְסִלָּה
רָאָה יָחִיד כִּי הוּא הַשֶּׂה / נָאַם לְהוֹרוֹ הַמְּנֻסֶּה / אָבִי אוֹתִי כַּכֶּבֶשׂ תַּעֲשֶׂה /לֹא תַּחְמֹל וְלֹא תְּכַסֶּה
בִּי חָפֵץ וְנִכְסֹף / לְבָבִי לֹא לַחֲשׂף / אִם תִּמְנָעֵנִי סוֹף / רוּחִי וְנִשְׁמָתִי אֵלָיו יֶאֱסֹף /

יָדָיו וְרַגְלָיו עָקַד / וְחַרְבּוֹ עָלָיו פָּקַד / לְשׂוּמוֹ עַל הָעֵצִים שָׁקַד / וְהָאֵשׁ עַל הַמִּזְבֵּחַ תּוּקַד
צַוָּאר פָּשַׁט מֵאֵלָיו / וְאָבִיו נִגַּשׁ אֵלָיו / לְשָׁחֳטוֹ לְשֵׁם בְּעָלָיו / וְהִנֵּה יְיָ נִצָּב עָלָיו
חֲקֹר אֶת כָּל אֲשֶׁר עָשָׂה / הָאָב עַל בְּנוֹ לֹא חָסָה / וְלִבּוֹ אֶל כַּפַּיִם נָשָׂא / וְיָרֵא אֱלֹקים אֶת כָּל אֲשֶׁר עָשָׂה
קָרָא מֵרֶחֶם מִשְּׁחָר / תִּמּוּר בִּנְךָ הַנִּבְחָר / וְהִנֵּה אַיִל אַחַר / וַעֲשֵׂה אַל תְּאַחַר

חֲלִיפֵי אַזְכָּרָתוֹ / תִּכּוֹן כְּהַקְטָרָתוֹ / וְתַעֲלֶה לְךָ תִּמְרָתוֹ / וְהָיָה הוּא וּתְמוּרָתוֹ
זִכָּרוֹן לְפָנֶיךָ בַּשַּחַק / לָעַד בַּסֵּפֶר יוּחַק / בְּרִית עוֹלָם לֹא יוּמְחַק / אֶת אַבְרָהָם וְאֶת יִצְחָק
קוֹרְאֶיךָ בָּאִים לִקֹּד / בְּצֶדֶק עֲקֵדָה תִּשְקֹד / וְצֹאנְךָ בְּרַחֲמִים תִּפְקֹד / פְּנֵי הַצֹּאן אֶל עָקֹד

עוֹרְרָה גְבוּרָתְךָ לְהָקִיץ נִרְדָּמִים / לְמַעַנְךָ תִּפְדֶּה חֲרֵדִים נִדְהָמִים / לְהַמְשִׁיךְ רַחֲמֶיךָ וַחֲסָדֶיךָ מִשְּׁמֵי מְרוֹמִים / קל מֶלֶךְ יוֹשֵׁב עַל כִּסֵּא רַחֲמִים

אוועטאר
נא_שכל
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4656
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 14, 2008 10:44 pm
לאקאציע: עולם הדמיון

תגובהדורך נא_שכל » דינסטאג סעפטעמבער 19, 2017 3:26 pm

די פיוט "ישראל עמך תחנה עורכים" פונעם ריב"ם [רש"י'ס אייניקל] וואס מ'האט היינט געזאגט (ג' סליחות, לפי נוסח שלנו), איז גאר א ווארימע פשוטע סליחה.

די סליחה זאגט מען אויך אין די גאנציאריגע "סליחות לשני קמא".

חתום בו שמו "יצחק הקטן ברבי מאיר חזק
אלהינו ואלהי אבותינו:

ישראל עמך תחינה עורכים. שהם מצרים ולהיושע צריכים.
צריהם עליהם עול מאריכים. כל זאת הגעתם ושמך מברכים:

חולי ומכאוב להכתב לא נמסר. עלובים מנוער ומהם לא הוסר.
קדוש בידך לפתח מוסר. כאומנותך הנקיה ולא כאומנות בשר:

הלובש צדקה ולו כמעיל עטויה. וממכה עצמה מתקן רטיה.
קומם עדתך מנפילתה המטויה. בכוחך הגדול ובזרועך הנטויה:

טועים האומרים נחלתך לחבל. כבודך להמיר ובהבל להתהבל.
נטות מדרכיך ותהו לקבל. ויראתך הקדושה לנטוש ולנבל:

באהבתך ובחמלתך מנשא ומנטל. עצת הרעים תסכל ומחשבותם תבטל.
רבה מהומה ביניהם הטל. ומלאך אכזרי דוחה ומטלטל:

בעבור כבוד עצמך ושם קדשך המהולל. נוראות הפלא לבל בעמים יתחלל.
יועציהם ואיתניהם תוליך שולל. ובהם תעולל כאשר בי התעולל:

מקים מעפר דל ואביון מאשפה. כנסתך אל תתן לכלה ולחרפה.
אם בפיקודיך מתעצלת ומרפה. על כל פשעיה חיבתך תהא מחפה:

יתירה חיבתם לפניך אדוני האדונים. בין כך ובין כך קרואים לך בנים.
רחמיך יקדמונו אלהי העליונים ותחתונים. טרם ישטפונו המים הזידונים:

חפיצי קרבתך על כל הבאות. החישה למו ישועות הנבאות. קדוש עשה עימם לטובה אות. חזק ואמיץ גואלם יי צבאות:

"ואומר לאשר יבוא מכתבי לחזות, אכול את המגילה הזאת. כי מהאוכל יצא מאכל, ושכל יצא משכל ..." (ר' ברכיה בן נטרונאי הנקדן, בהקדמת ספרו 'משלי שועלים').

אוועטאר
איינפאכער איד
שר חמישים ומאתים
תגובות: 448
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 28, 2017 12:52 pm

תגובהדורך איינפאכער איד » דינסטאג סעפטעמבער 19, 2017 3:44 pm

פאר'ן ריכטיגן פרייז קען איך אייך בעז"ה צוברענגען א מראה מקום צו יעדע זאך וואס איר ווילט וויסן.

אוועטאר
דונש
שר האלף
תגובות: 1436
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך ינואר 25, 2017 3:23 pm
לאקאציע: שבתדיגע זמירות

תגובהדורך דונש » מאנטאג סעפטעמבער 25, 2017 4:44 pm

וואס איז פשט אז אין סאטמאר פירט מען זיך "נישט" צו עפענען דעם ארון הקודש ביי שמע קולינו?
זוכט איר דוי?

רצון טוב
שר האלף
תגובות: 1891
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 02, 2016 3:12 pm

תגובהדורך רצון טוב » מאנטאג סעפטעמבער 25, 2017 7:17 pm

מנהג ישראל תורה צו שלאגן כפרות בעשי"ת
ווייסט איינער ווי מען קען שלאגן כפרות און קורצליך דערויף זאל א שוחט אריבערפירן א מעסער? די היץ ברענגט שווערע נאכפאלגען אויף די עופות.

אוועטאר
סאדאם חוסעין
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4953
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אפריל 30, 2015 5:10 pm

תגובהדורך סאדאם חוסעין » מאנטאג סעפטעמבער 25, 2017 8:42 pm

רצון טוב האט געשריבן:מנהג ישראל תורה צו שלאגן כפרות בעשי"ת
ווייסט איינער ווי מען קען שלאגן כפרות און קורצליך דערויף זאל א שוחט אריבערפירן א מעסער? די היץ ברענגט שווערע נאכפאלגען אויף די עופות.

קרית יואל בית השחיטה.
ווילאנג טראמפ האט טוויטער וועט זיין נייעס, און ווילאנג טראמפ איז א ריפאבליקען וועט זיין סקאנדאלן! [קרעדיט וויכי]

אוועטאר
ראפאט קראמפלי
שר האלפיים
תגובות: 2298
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוקטובער 07, 2013 12:16 pm
לאקאציע: אין טעלער.

תגובהדורך ראפאט קראמפלי » מאנטאג סעפטעמבער 25, 2017 8:57 pm

וואס איז די מעשה מיט אשמנו מכל עם, מען זאגט עס און מ'לאזט אויס די אשמנו בגדנו? איינער זאגט מיר ער פארט גלייך צו הרשענו, וואס ברויך מען טאן?
די ריכטיגע ווארט איז ראקאט קראמפלי, איך וויל פשוט מ'זאל נישט כאפן ווער איך בין ממילא רוף איך זיך ראפאט.

משהלע
שר חמש מאות
תגובות: 520
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 02, 2017 2:01 pm

תגובהדורך משהלע » מאנטאג סעפטעמבער 25, 2017 9:27 pm

אנשי אמ(ו)נה אבדו איז נאך א פיוט וואס ביידע זאגן.
ספרדים אין די סליחות גאנץ ימים נוראים, אשכנזים ביי יום ה' פון בה"ב.
עס איז לכאורה גאר אלט (עס גייט נאר על סדר א"ב, אבער נישט גראמען), נאך פון פאר אשכנזים און ספרדים האבן זיך צוטיילט.

אוועטאר
לכאורה
שר עשרת אלפים
תגובות: 10821
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 20, 2009 2:43 pm

תגובהדורך לכאורה » מאנטאג סעפטעמבער 25, 2017 11:17 pm

רצון טוב האט געשריבן:מנהג ישראל תורה צו שלאגן כפרות בעשי"ת
ווייסט איינער ווי מען קען שלאגן כפרות און קורצליך דערויף זאל א שוחט אריבערפירן א מעסער? די היץ ברענגט שווערע נאכפאלגען אויף די עופות.

קאהן'ס בוטשער אין וויליאמסבורג שרייבט געוויסע שעות נאכמיטאג וואס מען קען תיכף געבן צום שוחט
איך בין צוריקגעבליבן מיט טויזנטער אשכולות, אבער איך געב נישט אויף... שטייטליך און צוביסלעך וועט מען אי"ה "ווייס מאכן די קרעטשמע"

אוועטאר
לכאורה
שר עשרת אלפים
תגובות: 10821
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 20, 2009 2:43 pm

תגובהדורך לכאורה » מאנטאג סעפטעמבער 25, 2017 11:17 pm

ראפאט קראמפלי האט געשריבן:וואס איז די מעשה מיט אשמנו מכל עם, מען זאגט עס און מ'לאזט אויס די אשמנו בגדנו? איינער זאגט מיר ער פארט גלייך צו הרשענו, וואס ברויך מען טאן?

דאכט זיך אז די אויסלאזונג איז עפ"י אריז"ל
איך בין צוריקגעבליבן מיט טויזנטער אשכולות, אבער איך געב נישט אויף... שטייטליך און צוביסלעך וועט מען אי"ה "ווייס מאכן די קרעטשמע"

נחום וואהלינער
שר האלפיים
תגובות: 2308
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוקטובער 21, 2015 4:49 pm

תגובהדורך נחום וואהלינער » מאנטאג סעפטעמבער 25, 2017 11:44 pm

לכאורה האט געשריבן:
ראפאט קראמפלי האט געשריבן:וואס איז די מעשה מיט אשמנו מכל עם, מען זאגט עס און מ'לאזט אויס די אשמנו בגדנו? איינער זאגט מיר ער פארט גלייך צו הרשענו, וואס ברויך מען טאן?

דאכט זיך אז די אויסלאזונג איז עפ"י אריז"ל דהיינו אז מ'זאגט נאר איין מאל די ווידוי

נחום וואהלינער
שר האלפיים
תגובות: 2308
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוקטובער 21, 2015 4:49 pm

תגובהדורך נחום וואהלינער » מאנטאג סעפטעמבער 25, 2017 11:45 pm

רצון טוב האט געשריבן:מנהג ישראל תורה צו שלאגן כפרות בעשי"ת
ווייסט איינער ווי מען קען שלאגן כפרות און קורצליך דערויף זאל א שוחט אריבערפירן א מעסער? די היץ ברענגט שווערע נאכפאלגען אויף די עופות.

אין ב"פ איז דא ביי סקווירא א שוחט אויפן פלאץ יעדן נאכמיטאג ביז שפעט ביינאכט

נחום וואהלינער
שר האלפיים
תגובות: 2308
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוקטובער 21, 2015 4:49 pm

תגובהדורך נחום וואהלינער » מאנטאג סעפטעמבער 25, 2017 11:46 pm

געלעגער האט געשריבן:אינטערעסאנט אנצומערקען אז אין ליבאוויטש זאגט מען נישט קיין סליחות און עשי"ת, איינער ווייסט די טעם?

אויף ליבאוויטש ווייס איך נישט, אבער מנהג הבעש"ט איז נאר צו זאגן 1. ליל מוצש"ק 2. ליל ער"ה 3. ליל י"ג מדות
וכן נוהגין בכמה מחצרות הקודש לבית רוזין

נודה לך
שר האלפיים
תגובות: 2854
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 09, 2015 5:47 pm
לאקאציע: אינעם אויבערשטענס הענט

תגובהדורך נודה לך » דאנארשטאג סעפטעמבער 13, 2018 7:39 pm

דונש האט געשריבן:וואס איז פשט אז אין סאטמאר פירט מען זיך "נישט" צו עפענען דעם ארון הקודש ביי שמע קולינו?

ביי יעדע סליחות טאג? אין אנדערע מקומות עפענט מען יא?
איך דאנק און לויב השי"ת אויף די גרויסע חסדים וואס ער טוט מיט מיר יעדע מינוט

אוועטאר
ירושליימער ייד
שר מאה
תגובות: 169
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 28, 2011 8:48 pm
לאקאציע: ירושלים עיה"ק תובב"א

תגובהדורך ירושליימער ייד » מאנטאג סעפטעמבער 17, 2018 11:21 am

געלעגער האט געשריבן:אינטערעסאנט אנצומערקען אז אין ליבאוויטש זאגט מען נישט קיין סליחות און עשי"ת, איינער ווייסט די טעם?

אין המנהג בחב"ד לומר סליחות בעשרת ימי תשובה. בטעם דבר זה אמר הצמח צדק: עד כאן (עד ר"ה) מצות אמירה, ומכאן ואילך מצות עשיה". עוד ביאר, שעד ראש השנה העבודה היא בדיבור, ומשם ואילך ועד יום הכיפורים העבודה היא במחשבה[20].
מקור
http://chabadpedia.co.il/index.php/%D7% ... 7%95%D7%AA
רבון כל העולמים גלוי וידוע לפניך שרצוני לעשות רצונך אבל שאור שבעיסה מעכב.


צוריק צו “מדי שבת בשבתו ומועד במועדו”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 5 געסט