געוואשענע אייער - פסח

פרשת השבוע וענינא דיומא

די אחראים: אחראי, גבאי ביהמד

תג נוצער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 494
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 28, 2010 3:19 pm

געוואשענע אייער - פסח

תגובהדורך תג נוצער » מאנטאג מארטש 26, 2018 9:49 am

אפשר קען איינער דא געבן א קורצע ערקלערונג וועגן געוואשענע אייער אויף פסח
ווי איך פארשטיי האט דאס מיט א חשש אז ס'איז געליגן צווישן די עסן פון די הינער וכו'
ווי ווייט גייט די חומרא? דאס וואס מ'פארקויפט אין קעיסעס איז יא געוואשן צו נישט געוואשן?

דריידל
שר האלף
תגובות: 1805
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 07, 2015 2:13 pm

תגובהדורך דריידל » מאנטאג מארטש 26, 2018 10:05 am

מ'דארף זיך אויסלערנען אז מ'פרעגט נישט קיין קשיות ווייל אסאך זאכן האבן נישט קיין געהעריגע הסברים

קאזאבלאנקא
שר חמש מאות
תגובות: 505
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 02, 2016 11:11 pm

תגובהדורך קאזאבלאנקא » מאנטאג מארטש 26, 2018 10:08 am

דער הסבר איז פשוט, אויף אייער קען זיין אנגעקלעבט חמץ, און דערפאר יש נוהגין דאס אפוואשן, אדער לכה"פ איבערקוקן
און ווען מען וואשט דאס אפ זאל דאס נישט זיין מיט הייס וואסער, עס זאל נישט נבלע ווערן די חמץ

תג נוצער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 494
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 28, 2010 3:19 pm

תגובהדורך תג נוצער » מאנטאג מארטש 26, 2018 10:17 am

דריידל האט געשריבן:מ'דארף זיך אויסלערנען אז מ'פרעגט נישט קיין קשיות ווייל אסאך זאכן האבן נישט קיין געהעריגע הסברים

כ'האב נישט קיין קשיות, איך ווייס ס'איז דא מנהגים וואס עסן נישט קיין בהמה פלייש ווייל אינדערהיים האט מען נישט געגעסן (ווייל מ'האט נישט געהאט קיין געלט צו קויפן)
איך קויף פשוט יערליך אין גראסערי, מ'קוקט עס אלץ איבער, כ'האב א עקסטערע טאפ פאר אייער, אבער מיין אידענע האט עפעס געהערט א אויסדרוק די יאר פון איינעם וועגן חמץ'דיגע אייער האט איר עס אנגעהויבן צו דערקוטשענען אז אפשר ווערט זי נכשל מיט אייער וואס איז נישט שמירה משעת הנחתן האב איך געטראכט לאמיך הערן די הסברים דערויף

אוועטאר
קיקיון
שר עשרת אלפים
תגובות: 12037
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 16, 2012 11:11 am

תגובהדורך קיקיון » מאנטאג מארטש 26, 2018 11:35 am

אומגעוואשענע אייער
דאס איז דאך היסטאריע מימי ילדותי
דער עולם האט געקויפט אייער וואס מען האט געברענגט פון פארם מיט דעם צואה פון די הינער
ווייל מען האט חושש געווען אז מען וואשט די אייער מיט הייסע וואסער איז דאך א פראבלעם מיט אימפערדייעטע קערלעך
ביז מען האט זיך געכאפט אז מיט די אומגעוואשענע איז אויך דא א פראבלעם מיט די קערעלעך ארויפגעקלעבט אויף די אייער
איז מען נאכגעגאנגעו די זאך און מען איז געוואיר געווארען אז מען וואשט די אייער מיט קאלט וואסער זיי זאלען בלייבען רוי
עס זענען אויך געווען שמועות וועגען זייף און קעמיקעלס, וואס מען איז געוואיר אין דעם ענין געדענק איך נישט

יונה
שר האלף
תגובות: 1035
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג סעפטעמבער 19, 2010 11:45 pm

תגובהדורך יונה » מאנטאג מארטש 26, 2018 11:46 am

גוט געזאגט הרב קיקון.

א דיין האט מיר נעכטן געזאגט אז אויף די געוואשענע איז נישט קיין שאלה ווייל זיי וואשן עס נישט מיט קיין יד סולדת'דיגע וואסער סא אפי' מ'נוצט עפעס וואס איז נישט פסח'יג עס צו וואשן ווערט עס נישט איינגעגעסן.

משא"כ די אומגעוואשענע [היימיש געוואשענע] אייער בלייבט אפט שמוציג פון די פארם און די שמיץ קען יא זיין א חשש חמץ. נמצא אז ס'איז צומאל יצא שכרו בהפסידו.

אוועטאר
שמואל שמעלקא
שר מאה
תגובות: 229
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג דעצמבער 02, 2016 9:37 am

תגובהדורך שמואל שמעלקא » מאנטאג מארטש 26, 2018 11:51 am

ווי איך ווייס פארלאנגט די גאווערמענט אז מען זאל שטארק וואשן די אייער מחשש באקטעריעס, פארשטיי איך בכלל נישט וואס איז די שאלה, אפשר קמיקעלס? ווייס איך שוין נישט.

צד תמות
שר חמישים ומאתים
תגובות: 264
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 05, 2015 2:37 pm

תגובהדורך צד תמות » מאנטאג מארטש 26, 2018 11:55 am

תג נוצער האט געשריבן:איך ווייס ס'איז דא מנהגים וואס עסן נישט קיין בהמה פלייש ווייל אינדערהיים האט מען נישט געגעסן (ווייל מ'האט נישט געהאט קיין געלט צו קויפן)

ס'באמת דא אזא מנהג? איז דאס טאקע די טעם - וועגן געלט? אדער דאס איז סתם א ליצנות אויף זייער חשבון?

תג נוצער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 494
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 28, 2010 3:19 pm

תגובהדורך תג נוצער » מאנטאג מארטש 26, 2018 12:04 pm

צד תמות האט געשריבן:
תג נוצער האט געשריבן:איך ווייס ס'איז דא מנהגים וואס עסן נישט קיין בהמה פלייש ווייל אינדערהיים האט מען נישט געגעסן (ווייל מ'האט נישט געהאט קיין געלט צו קויפן)

ס'באמת דא אזא מנהג? איז דאס טאקע די טעם - וועגן געלט? אדער דאס איז סתם א ליצנות אויף זייער חשבון?

איך וועל מיך פאררעכטן ווייל איך וויל נישט חוזק מאכן ח"ו
אבער כ'האב עס קלאר געהערט פון א משפחה וואס ביי זיי עסט מען נישט, איך בין נישט 100 פראצענט זיכער צו וועגן געלט, צו וועגן ס'איז געווען צו באקומען געהעריג, עפעס אזא מין סיבה, איך גיי עס פרובירן נאכאמאל מברר זיין בל"נ

יונה
שר האלף
תגובות: 1035
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג סעפטעמבער 19, 2010 11:45 pm

תגובהדורך יונה » מאנטאג מארטש 26, 2018 12:08 pm

ביי אונז פלעגט מען אויך נישט עסן בהמה פלייש פסח. ביז ס'איז איינמאל בייגעפאלן איינעם צו פרעגן דעם זיידן ע"ה און ער האט באשטעטיגט אז אינדער אלטער היים די וואס האבן זיך געקענט ערלויבן האבן יא געגעסן בשר בהמה פסח...

כהאב נישט קיין ניק
שר העשר
תגובות: 29
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מארטש 19, 2018 11:00 am

תגובהדורך כהאב נישט קיין ניק » מאנטאג מארטש 26, 2018 1:20 pm

געוואשנע אייער האט א פרבלעם ווייל מען וואשט עס מיט הייס וואסר אין אז סאיז געווען אנגעקלפט מיט א ווייץ, קארן ווערט די אייער נחמץ.
פין די אנדרע זייט אז סנישט געוואשן קען מען האבען יום טוב אן איי וואס האט חמץ דערויף.
גייט א משגיח צום פארם אין אין מען מאכט זיכער אז די אייער איז זויבער פאר מען וואשט עס

אוועטאר
שמואל שמעלקא
שר מאה
תגובות: 229
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג דעצמבער 02, 2016 9:37 am

תגובהדורך שמואל שמעלקא » מאנטאג מארטש 26, 2018 1:26 pm

יונה האט געשריבן:ביי אונז פלעגט מען אויך נישט עסן בהמה פלייש פסח. ביז ס'איז איינמאל בייגעפאלן איינעם צו פרעגן דעם זיידן ע"ה און ער האט באשטעטיגט אז אינדער אלטער היים די וואס האבן זיך געקענט ערלויבן האבן יא געגעסן בשר בהמה פסח...

אזוי ווי ביי די משפחה וואס ביי זיי האט מען נישט געגעסן די וויידל פון די פיש, ביז איינער איז געגאנגען פרעגן די באבע פארוואס, האט זי געענפערט זייער פשוט, ווייל די פיש פלעגט זיין צו גרויס און עס פלעגט נישט פיטן און די טאפ פלעגט מען אפגעשניידן די וויידל.

אוועטאר
קיקיון
שר עשרת אלפים
תגובות: 12037
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 16, 2012 11:11 am

תגובהדורך קיקיון » מאנטאג מארטש 26, 2018 1:26 pm

כהאב נישט קיין ניק האט געשריבן:געוואשנע אייער האט א פרבלעם ווייל מען וואשט עס מיט הייס וואסר אין אז סאיז געווען אנגעקלפט מיט א ווייץ, קארן ווערט די אייער נחמץ.
פין די אנדרע זייט אז סנישט געוואשן קען מען האבען יום טוב אן איי וואס האט חמץ דערויף.
גייט א משגיח צום פארם אין אין מען מאכט זיכער אז די אייער איז זויבער פאר מען וואשט עס

:? :?
ווי אזוי? ער נעמט יעדע איי און איז בודק?

כהאב נישט קיין ניק
שר העשר
תגובות: 29
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מארטש 19, 2018 11:00 am

תגובהדורך כהאב נישט קיין ניק » מאנטאג מארטש 26, 2018 1:39 pm

קיקיון האט געשריבן:
כהאב נישט קיין ניק האט געשריבן:געוואשנע אייער האט א פרבלעם ווייל מען וואשט עס מיט הייס וואסר אין אז סאיז געווען אנגעקלפט מיט א ווייץ, קארן ווערט די אייער נחמץ.
פין די אנדרע זייט אז סנישט געוואשן קען מען האבען יום טוב אן איי וואס האט חמץ דערויף.
גייט א משגיח צום פארם אין אין מען מאכט זיכער אז די אייער איז זויבער פאר מען וואשט עס

:? :?
ווי אזוי? ער נעמט יעדע איי און איז בודק?
most of the eggs comes out from the chicken clean when it goes through the conveyor belt to check for the blood drops they take out all the eggs what has any any sticking to it


צוריק צו “מדי שבת בשבתו ומועד במועדו”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 2 געסט