מצות מכונה או עבודת יד?

פרשת השבוע וענינא דיומא

די אחראים: אחראי, גבאי ביהמד

dinrap
שר חמישים
תגובות: 55
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 26, 2016 9:36 am

תגובהדורך dinrap » מיטוואך מארטש 14, 2018 12:15 pm

יוד אלף האט געשריבן:
רבי משה האט געשריבן:
לאמיר פרובירן גיין שנעלסטע וואס איז שייך
קנעיטן 30 סקונדעס
איבערארבייטן 30 סקונדעס
וועלגערן 60 סקונדעס
רעדלען 10 סקונדעס

פונעם קנעטן צום איבערארבייטן 5 סקונדעס
פונעם איבערארבייטן צו וועלגערער 5 סקונדעס
פונעם מתחיל ביזן גומר 5 סקונדעס
פונעם גומר ביזן רעדלער 10 סקונדעס
פונעם רעדלער ביזן אויווען 5 סקונדעס

סך הכל 2:40

און דעיס איז נאר גוזמאות, בכלל נישט אין ריאליסטיק.


קודם כל זיי שרייבן אויך נאר כ'שתי דקות
נאכדעם ס'איז זיכער דא מצות וואס נעמט לענגער במילא האט קיינער נישט גענוצט די נומער ביי אונז צו פראמאטן
אבער
איך ווייס נישט פון ווי די נעמסט דיינע נומערס,
אני הקטן בין א שטיק צייט געווען ממונה אויפן זייגער אין א היימישע בעקעריי, און איך טוה עס נאך היינט צוטאגס ערב פסח 12 יאר צו גוטן
א גוטע איינקנעטער קען ביז 15-17 סקונדעס איבערגעבן דאס טייג
איך האב שוין מיטגעהאלטן ווי מען האט ערזעצט איינעם וואס עס האט געדויערט 30 סקונדעס

כמה פעמים געזען ווען מען האט די לעצטע מאל געגעבן וואסער ביי 11 אין ביי 14 איז מען געווען מיט איבערגעדעקטע טישן


האט איר געזעהן די קליפ?
נישט נאר געוועלגערט ביי מאשין, נאר דאס רעדלען אויך!

kosher phone
שר מאה
תגובות: 241
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוקטובער 08, 2015 3:56 pm

צייט פאר א נייע אשכול....

תגובהדורך kosher phone » מיטוואך מארטש 14, 2018 12:39 pm

צייט פאר א נייע אשכול.
ס'האט זיך שוין 100 מאהל אויסגעצאהלט פאר בינגא אריין צו ברענגען די קאנטערווערשעל מצות!
#טאלק_פראם_מי

quote-i-don-t-care-what-you-say-about-me-as-long-as-you-say-something-about-me-and-as-long-as-you-spell-george-m-cohan-39469.jpg
quote-i-don-t-care-what-you-say-about-me-as-long-as-you-say-something-about-me-and-as-long-as-you-spell-george-m-cohan-39469.jpg (56.09 KiB) געזעהן 893 מאל

דממה דקה
שר חמישים ומאתים
תגובות: 296
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 28, 2017 7:00 pm

תגובהדורך דממה דקה » מיטוואך מארטש 14, 2018 1:08 pm

די מצות פארן אין אויבן אויף א קאנוועיאר?
צוגעלייגטע
orig_d4476dcd73bd4326838da59dc578441a.jpg
orig_d4476dcd73bd4326838da59dc578441a.jpg (114.55 KiB) געזעהן 817 מאל

אוועטאר
צווייפעל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3307
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 16, 2012 12:15 pm

תגובהדורך צווייפעל » מיטוואך מארטש 14, 2018 1:12 pm

סעמי אטאמאטיק.....

ארך אפים
שר מאה
תגובות: 199
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג סעפטעמבער 22, 2016 5:40 pm

תגובהדורך ארך אפים » מיטוואך מארטש 14, 2018 1:29 pm

יודן כאפט אייך אויף אויף די מצות שרייבט דער הייליגער דברי חיים חמץ גמור קוקט אריין אין די דעמאלטסדיגע תשובה ספרים פון אזא מאשין האט מען גערעדט, בלוז 2 רעדער וואס דרייען זיך בכח אדם,

אוועטאר
גארנישט מיט נישט
שר האלף
תגובות: 1485
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 15, 2017 4:30 pm

תגובהדורך גארנישט מיט נישט » מיטוואך מארטש 14, 2018 1:29 pm

איך זעה נישט וואס דעס איז אנדערש פון די מאשין און די צייטן פון דברי חיים וואס איז לשוטתו חמץ גמור, יענע מאשינען האבן נישט געארבייט אויף עלעקטריק עס האט אויך געהאט מענטשן וואס האבן עס געדרייט.

אוועטאר
קיקיון
שר עשרת אלפים
תגובות: 12068
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 16, 2012 11:11 am

תגובהדורך קיקיון » מיטוואך מארטש 14, 2018 1:32 pm

דממה דקה האט געשריבן:די מצות פארן אין דעם אויבן אויף א קאנוועיאר?



אריין שיבט מען עס ב"ידים"

אוועטאר
צווייפעל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3307
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 16, 2012 12:15 pm

תגובהדורך צווייפעל » מיטוואך מארטש 14, 2018 2:00 pm

די ערשטע מצה מאשינען, ווייסט איינער פון וועלכע דער ד"ח רעדט ? לכאורה פון דיע.
צוגעלייגטע
machine.jpg
נאך
machine.jpg (263.57 KiB) געזעהן 1240 מאל
masher4-1.jpg
די ערשטע מאשין מצות
masher4-1.jpg (248.7 KiB) געזעהן 1240 מאל

ממעתיקי השמועה
שר חמישים ומאתים
תגובות: 332
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג פאברואר 01, 2016 5:40 am

תגובהדורך ממעתיקי השמועה » מיטוואך מארטש 14, 2018 2:06 pm

מען האט געגעבן א נאמען עבודת יד און מען האט געהעריג אויסגעשפילט די סיסטעם?

צו אלע מעלות קומט צו א פראבלעם אז די הענט איז מחמם, האט איינער געציילט וויפיל הענט יעדע מצה גייט דורך.
אויסער דעם איז דא א חומרא פון נישט איבערדרייען.

אגב בנוגע גליען, אין רוב מצה בעקערייען נוצט מען גרויסע רעדלען, און מען רייניגט עס אן גליען.
_
מהאקט
דער עצם זאך פון משנה זיין איז ידו על התחתונה
דער ד"ח שרייבט חמץ חק בלי טעם, גייט אויף יעדע מאשין

Gevald Geshrigen
שר האלף
תגובות: 1999
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 29, 2011 10:41 pm

תגובהדורך Gevald Geshrigen » מיטוואך מארטש 14, 2018 2:06 pm

די סקווערער מצות א עס איז מעיד אין יו עס עי אין סקווערער שטעטל און דאס ווערט פארקויפט אין בינגאו איז זייער שווער צו גלייבן הגם עס קען זיין.
איך האב עטליכע מאל געקויפט גרעסערע קוואנטומען מצות פון סקווער דרעקט און עס איז געווען עמטליך אימפארטירט פון ארץ ישראל פאר די ביליגערע פרייזן ווס זיי ברענגען פאר זייער אייגענע ארגעניזעישנס.
אמעריקאנע מצות האט זיך געוואנדן ווי א יאר אדער געבאקן אין קערעסטיר און אויך פון מאנסי מצה בעקערי וואס ווערט אנגעפירט דורך רב וויינשטאק אין איז לאקעיטעד אין מאנראו אפילו עס הייסט מאנסי.

אוועטאר
צווייפעל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3307
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 16, 2012 12:15 pm

תגובהדורך צווייפעל » מיטוואך מארטש 14, 2018 2:31 pm

נאך א בילד פון א מאשין מצה פאבריק שנת תרי"ח- י"ט, דא איז נישט אזוי קלאר ווי אזוי די רעדעלעך דרייען זיך, זעט אביסל יא אויס ווי עס דרייט זיך מיט בעלטס, אפשר דארך א לויפענדיגע וואסער ?
צוגעלייגטע
passover 1858 1.png
passover 1858 1.png (220.02 KiB) געזעהן 1174 מאל

דממה דקה
שר חמישים ומאתים
תגובות: 296
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 28, 2017 7:00 pm

תגובהדורך דממה דקה » מיטוואך מארטש 14, 2018 3:11 pm

קיקיון האט געשריבן:
דממה דקה האט געשריבן:די מצות פארן אין דעם אויבן אויף א קאנוועיאר?



אריין שיבט מען עס ב"ידים"

מובן מאליו, וואס איך פרעג איז אין אויבן אליינס פארט א קאנוועיאר?

אוועטאר
farshlufen
שר עשרת אלפים
תגובות: 18892
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

תגובהדורך farshlufen » מיטוואך מארטש 14, 2018 3:22 pm

איך זע א ברייטע ראד הארט נאכן אויוון און הערשט נאכדעם דאס ברייטן בעלט, ווי אזוי קומט ער ביז דא?
סימן דלא ידע כלום, שבוחי.

אוועטאר
צווייפעל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3307
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 16, 2012 12:15 pm

תגובהדורך צווייפעל » מיטוואך מארטש 14, 2018 3:22 pm

אינטערסאנט, א גאנצע קונטרס לכאורה אויף אונזער שאלה, ועי' בדף 42.

אויב איז עס די זעלבע זאך איז אפשר א מקום להקל ?.
צוגעלייגטע
מצות.pdf
חב"ד
(245.6 KiB) דאונלאודעד 62 מאל
לעצט פאראכטן דורך צווייפעל אום מיטוואך מארטש 14, 2018 6:50 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.

אוועטאר
farshlufen
שר עשרת אלפים
תגובות: 18892
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

תגובהדורך farshlufen » מיטוואך מארטש 14, 2018 3:26 pm

לא הבנתי וואס דו צייכענסט דארט צו, נאר אם בר' יוסף שאול זצ"ל משתעי, איז דאך היינט זיין יארצייט, זכותו יגן עלינו.
סימן דלא ידע כלום, שבוחי.

יהיה כן
שר תשעת אלפים
תגובות: 9192
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 03, 2009 2:25 pm

תגובהדורך יהיה כן » מיטוואך מארטש 14, 2018 3:29 pm

דער מדובר דא איבער מאשין מצות, איז זייער א באלערנדער, אפשר טיילט מען עס אפ פאר א באזונדערע אשכול?
נחסם!

אוועטאר
צווייפעל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3307
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 16, 2012 12:15 pm

תגובהדורך צווייפעל » מיטוואך מארטש 14, 2018 3:29 pm

צאנזע אייניקלעך האבן געגעסן
צוגעלייגטע
20180314_153218.png
היינו נידן דידן ?
20180314_153218.png (125.25 KiB) געזעהן 985 מאל

איש האשכולות
שר חמש מאות
תגובות: 628
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 16, 2016 3:45 pm
לאקאציע: יעצט בין איך דא

תגובהדורך איש האשכולות » מיטוואך מארטש 14, 2018 3:32 pm

farshlufen האט געשריבן:איך זע א ברייטע ראד הארט נאכן אויוון און הערשט נאכדעם דאס ברייטן בעלט, ווי אזוי קומט ער ביז דא?

די ברייטע ראד שטופ עס ארויף אויפן ברייטע בעלט.

אוועטאר
צווייפעל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3307
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 16, 2012 12:15 pm

תגובהדורך צווייפעל » מיטוואך מארטש 14, 2018 3:34 pm

farshlufen האט געשריבן:איך זע א ברייטע ראד הארט נאכן אויוון און הערשט נאכדעם דאס ברייטן בעלט, ווי אזוי קומט ער ביז דא?


מיר זעט אויס ווי די גאנצע בעקעריי איז אויף א שטאק, אויפן וואנט פונעם אויוון רעכטס איז די מעין ראד, וואס דרייט זיך פון דרויסן, און דרייט מיט מיט זיך א גרויסע בעלט אראפ אינטן אין קעלער, און דארט איז די מעקאניזם וואס דרייט אלע בעלטס, מערק אז אלע בעלטס גייען אראפ אין קעלער.


====

ברויך מען וויסן וואס מיינט וואלקעס.

אוועטאר
קיקיון
שר עשרת אלפים
תגובות: 12068
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 16, 2012 11:11 am

תגובהדורך קיקיון » מיטוואך מארטש 14, 2018 4:01 pm

צווייפעל האט געשריבן:
farshlufen האט געשריבן:איך זע א ברייטע ראד הארט נאכן אויוון און הערשט נאכדעם דאס ברייטן בעלט, ווי אזוי קומט ער ביז דא?


מיר זעט אויס ווי די גאנצע בעקעריי איז אויף א שטאק, אויפן וואנט פונעם אויוון רעכטס איז די מעין ראד, וואס דרייט זיך פון דרויסן, און דרייט מיט מיט זיך א גרויסע בעלט אראפ אינטן אין קעלער, און דארט איז די מעקאניזם וואס דרייט אלע בעלטס, מערק אז אלע בעלטס גייען אראפ אין קעלער.


====

ברויך מען וויסן וואס מיינט וואלקעס.

וואלץ = ROLLER

אינעם אויווען פארט עס אויף א קאנוועיער פארוואס דארף מען א ראללער ציווישען אויווען און דעם לעכעריגן קאנוועיער ?

אוועטאר
farshlufen
שר עשרת אלפים
תגובות: 18892
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

תגובהדורך farshlufen » מיטוואך מארטש 14, 2018 4:42 pm

קיקיון האט געשריבן:אינעם אויווען פארט עס אויף א קאנוועיער פארוואס דארף מען א ראללער ציווישען אויווען און דעם לעכעריגן קאנוועיער ?

ווייל אזוי זענען זיי באזונדערע מאשינען, צו זויבערן און פארעכטן וכדו'.
סימן דלא ידע כלום, שבוחי.

מאך א ברכה
שר חמישים ומאתים
תגובות: 389
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג פאברואר 20, 2018 10:10 am

תגובהדורך מאך א ברכה » מיטוואך מארטש 14, 2018 5:31 pm

יישר כח פארן אפטיילען.

אוועטאר
צווייפעל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3307
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 16, 2012 12:15 pm

תגובהדורך צווייפעל » מיטוואך מארטש 14, 2018 5:38 pm

מאך א ברכה האט געשריבן:יישר כח פארן אפטיילען.


מען ברויך אבער לינקען יענעם אשכול אהער ווייל מענטשן קויפן די מצות אין בינגא בלא יודעים

נכד
שר חמישים ומאתים
תגובות: 324
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 20, 2014 1:25 am

תגובהדורך נכד » מיטוואך מארטש 14, 2018 6:13 pm

דערפאר איז נויטיג דער כלל ביי יעדע זאך.

״כל המשנה ידו על התחתונה״!

געדענקס, פארשפרייטס, און האלטס שטענדיג פאר די אויגן!

נכד
שר חמישים ומאתים
תגובות: 324
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 20, 2014 1:25 am

תגובהדורך נכד » מיטוואך מארטש 14, 2018 6:32 pm

״רבי משה איר שרייבט נאך איינעם אדער איר זענט געשטאנען מיט א טיימער?״

איר שטעלט אראפ אזעלעכע יסודות עס קען זיך דאכטן ווי אייערע חשבונות ווי תורת משה?!?...

שמעתי פון ר׳ דוד ראזענבערג אז די חתם סופר שרייבט אז מצות זאל נישט נעמן מער ווי צוויי מינוט וכהיום דארט אזוי לאנג טאקע און מהאט זיך אייביג געוואונדערט אויפן חתם סופר אבער רוח הקודש הופיע

איבערן הייליגן חת״ם סופר זי״ע איז כדאי צו נאטירן. עס איז געווען א שטיקל שערוריה אין די פוסקים איבער די ווערטער וואס דער חת״ם סופר שרייבט אין א תשובה צי ער מיינט נאר בערך 2-3 מינוט אדער דווקא.


צוריק צו “מדי שבת בשבתו ומועד במועדו”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 4 געסט