ווען מאכט מען די ברכה על נטילת לולב

פרשת השבוע וענינא דיומא

די אחראים: אחראי, גבאי ביהמד

real estate
שר מאה
תגובות: 111
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך פאברואר 18, 2015 10:54 am

ווען מאכט מען די ברכה על נטילת לולב

תגובהדורך real estate » זונטאג אוקטובער 08, 2017 4:26 pm

אין שלחן ערוך איז משמע אז מען דארף שאקלן פאר הלל?
דער מנהג העולם אז מען טוט עס פארן דאווענען ווי איך פארשטיי איז דאס על פי האר"י כדי מען זאל שאקלן אין די סוכה, איז מיין שאלה אז היינט האט יעדע שוהל צו די האנט א סוכה אפשר וואלט מען יא געדארפט שאקלן פאר הלל?

דריידל
שר האלף
תגובות: 1835
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 07, 2015 2:13 pm

תגובהדורך דריידל » זונטאג אוקטובער 08, 2017 7:06 pm

אסאך פירן זיך טאקע צו שאקלן פאר הלל אין בית המדרש סוכה, אבער נאר חול המועד און נישט יום טוב.
די וואס שאקלן אייביג צופרי איז בפשטות ווייל זיי ווילן נישט טרינקן א קאווע פאר שאקלן לולב

אוועטאר
סאדאם חוסעין
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4577
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אפריל 30, 2015 5:10 pm

תגובהדורך סאדאם חוסעין » מאנטאג אוקטובער 09, 2017 11:45 am

און מיין שלחן ערוך איז קלאר אז מען נעמט עס צופרי קיין ווארט נישט אז מען נעמט עס פאר הלל.

מִצְוַת לוּלָב בַּיּוֹם וְלֹא בַּלַּיְלָה; וְכָל הַיּוֹם כָּשֵׁר לִנְטִילַת לוּלָב, שֶׁאִם לֹא נָטַל שַׁחֲרִית, יִטְּלֶנּוּ אַחַר כָּךְ. וּמִכָּל מָקוֹם זְרִיזִים מַקְדִּימִים לְמִצְוֹת וְנוֹטְלִים אוֹתוֹ בַּבֹּקֶר; וּזְמַנּוֹ הוּא מִשֶּׁתָּנֵץ הַחַמָּה, וְעִקַּר מִצְוָתוֹ בִּשְׁעַת הַהַלֵּל, וְאִם צָרִיךְ לְהַשְׁכִּים לָצֵאת לַדֶּרֶךְ, נוֹטְלוֹ מִשֶּׁעָלָה עַמּוּד הַשַּׁחַר. הגה: וְהַמְדַקְדֵּק יֶאֱחֹז הַלּוּלָב בְּיָדוֹ כְּשֶׁנִּכְנָס מִבֵּיתוֹ לְבֵית הַכְּנֶסֶת, גַּם בִּשְׁעַת הַתְּפִלָּה, וְכֵן יַחֲזִירוֹ לְבֵיתוֹ, כְּדֵי לְחַבֵּב הַמִּצְוֹת
איך זעה דא אז מען שאקעלט צוויי מאל לולב איינס צופרי און נאך אמאל די נניעום ביי הלל, קיין ווארט פון שאקלען פאר הלל.
סאדאם בן באראק חוסעין


צוריק צו “מדי שבת בשבתו ומועד במועדו”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 2 געסט