שיעורים לחג הסוכות; לאתרוג, לולב, הדסים, ערבות, ולסוכה

פרשת השבוע וענינא דיומא

די אחראים: אחראי, גבאי ביהמד

אוועטאר
נא_שכל
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4624
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 14, 2008 10:44 pm
לאקאציע: עולם הדמיון

שיעורים לחג הסוכות; לאתרוג, לולב, הדסים, ערבות, ולסוכה

תגובהדורך נא_שכל » מאנטאג אוקטובער 02, 2017 6:31 am

אזוי ווי די יאר (תשע"ח) האט זיך געמאכט ס'דא גאר קליינע יאנעווער אתרוגים, און מ'דארף מעסטן די שיעור פונעם אתרוג, איז כדאי צו מאכן אן אשכול איבער די שיעורים פון די ד' מינים, און פון די שיעורי שאר המינים ושיעור הסוכה. אבער צום ערשט מאך איך פתיחה מיט די שיעור האתרוג.

שיעור האתרוג


וואס די איז די שיעור האתרוג? וויאזוי מעסט מען עס און פראקטיק? דארף מען ביי א אתרוג אויך מחמיר זיין אז "נתקטנו הביצים"?

שיעור: מ'נעמט אן אזוי ווי רבי יהודה (סוכה ל"ד:) אז די שיעור בקוטנו איז לכל הפחות כשיעור גודל "ביצה" (זעה או"ח תרמ"ח סכ"ב). ווייל געווענדליכע אתרוגים זענען אזוי ווי א ביצה און ארויף און א אתרוג וואס איז ווייניגער איז נאכנישט "נגמר הפרי", און די תורה פארלאנגט ס'זאל זיין נגמר הפרי.

למעשה אז אתרוג וואס האט א שיעור ביצה אפילו מ'האט עס אראפגענומען פאר ס'געווען נגמר בישולו, איז עס כשר.

די פוסקים שרייבן א פחות מביצה איך אויך א חסרון אין "הדר".

ס'כאפט א נפק"מ אויב ס'האט געהאט א שיעור און ס'איז געווארען נצטמק, לויט די טעם פון גמר פירי איז עס כשר, אבער וויבאלד ס'איז אויך א חסרון אין הדר איז עס פסול (זעה בה"ל שם בשם ח"א, ובפמ"ג נסתפק בזה).

הידור מצוה- עד שליש

אפילו א אתרוג איז כשר כשיעור "ביצה" איז דא א "הידור מצוה" צו נעמען א גרעסערע (סי' תרנ"ו). און אויף דעם זאגט די גמ' (ב"ק ט:) "הידור מצוה עד שליש", אז מ'זאל מוסיף זיין ביז א שליש מער כדי צו קויפן א גרעסערע אתרוג, ממילא אויב איינער האט געקויפט א אתרוג וואס איז כביצה מצומצמת און ער טרעפט נאכדעם א גרעסערע און ער קען אויפטוישן די ערשטע און ס'וועט אים נישט קאסטן מער ווי א שליש מער, איר ער מחיוב אלס הידור מצוה (עי' בש"ע שם שי"א שזה רק אם בתחלה מוצא לקנות ב' אתרוגים צריך להרבות בעד ההדור שליש, אבל לא כשכבר קנה).

לויט די דעה איז נישט קלאר וויפיל גרעסער דער אתרוג זאל זיין.

אבער תוס' אין ב"ק לערנט פשט אין "עד שליש", אז מ'זאל קויפן א אתרוג ביז א דריטל גרעסער פון א ככיצה. דאס הייסט אז אפילו מ'האט א אתרוג וואס איז נישט ביצה מצומצמת און מ'טערעפט א אתרוג וואס כשיעור ביצה ושליש ביצה דארף מען עס קויפן.

השיעור בזמנינו

ס'איז באקאנט וואס דער נו"ב שרייבט (באמת שטייט עס שוין פון פריערדיגע אבער ס'איז בעיקר מיוחס צום נו"ב, און לעצטענס צום חזו"א) אז "נתקטנו הביצים" עד חצין, און לויט דעם דארף מען ביי אלע שיעורי תורה וואס זענען תלוי אין די שיעור ביצה מעסטן כשיעור כפול.

אבער לענין אתרוגים שרייבט דער חתם סופר (שו"ת או"ח סי' קפ"א) אז ס'איז גענוג כשיעור ביצה שבזמנינו, עי"ש טעם החילוק. בתו"ד שרייבט ער:
וא"כ לענינינו ראוי לומר כי הכל לפי הזמן, אם נשתנו הביצים גם האתרוגים נשתנו, ולפי תכלית גמר גידולי האתרוגים שבזמנינו ככה יהי' שליש או חצי גמרם שראוי להקרא פרי לענין הכמות כשיהיה כביצה שבזמנינו, וכך יפה לנו שלא להבעית את ישראל בחדשות שלא שערו אבותינו, ומלתי כבר אמורה החדש אסור מן התורה בכל מקום.


הפלא ופלא, דער כלל פון "חדש אסור מן התורה" לקולא נאמרה!

ולבסוף מסיים:
מ"מ בהא סלקינן דנראה דהכל לפי הזמן, ואם הגאון הצל"ח אמר להחמיר, מ"מ להורות לאחרים לאסור להו ולבטל נמי ממצות עשה של אתרוג במידי דלא ברירא לן לא נראה לי, דאם אין האיסור ברור כאחותו שהיא אסורה לא נאמרה, והלל אמר הנח להם לישראל אם אינם נביאים בני נביאים הם, ומכ"ש בשיעור אתרוג דלא כתיב אלא פרי וכמו שכתבתי לעיל גם הצל"ח מודה לפע"ד
.

און אזוי שרייבן נאך אחרונים (שו"ת חסד לאברהם שו"ת בית שלמה).

דער ביאור הלכה ברענגט פון ביכורי יעקב אז ס'איז יא ראוי לכתחלה מחמיר צו זיין צו נעמען כשיעור הכפול, דאס הייסט א אתרוג וואס איז גרויס כשיעור ב' ביצים.


השיעור לפי מדות זמנינו

שיעור ביצה איז לויט די היינטיגע נעמען, אין ארץ ישראל און יוראפ: 50 סמ"ק [סענטי מעטער קיוביק] וואס איז די זעלבע ווי 50 ML, און שיעור הכפול דאס הייסט לויטן נו"ב, איז 100 סמ"ק.

און אמעריקא מעסט מען דורך fl oz. פלויאד אונסעס, 1 אונס איז 29.5735 מ.ל.

אזוי ווי דער שיעור אתרוג - כביצה איז דאך 50 סמ"ק - מ.ל. קומט אויס אז די שיעור אתרוג איז 1.6907 פלויאד אונס.

קומט אויס אויב איינער לייגט אריין א אתרוג אין א כלי מיט וואסער און ס'רינט ארויס וואסער כשיעור 1.7 פלויאד אונס האט ער זיכער א שיעור כביצה, לויט די וואס האלטן אז מ'דארף מחמיר זיין ביי אתרוג אויך כשיעור הכפול, דארף עס האבן כשיעור 3.4 פלויאד אונסעס.

זע שפעטער אז מ'דארף אביסל צולייגן צוליב די "קליפה" פון די ביצה. וואס דאן קומט עס אויס בערך 57 מ.ל. וואס קומט אויס 1.9274 פלויאד אונסעס.

מעסטען לויט די וואג- ומשקל הסגולי

כיודע אז די אלע שיעורי תורה זענען מדת "נפח" - "VOLUME", די נפח איז שווער צו מעסטן, ובפרט פון א זאך וואס איז נישט גראד אויף אלע זייטן. אבער די וואג איז גרינגער, די שאלה איז וויאזוי קאנווערט מען פון נפח צו משקל, אויף דעם איז דא די מעטריק סיסטעם, דהיינו ביי וואסער (וואס איז נישט קאלט און נישט הייס) אי די נפח די זעלבע ווי די וואג, דאס הייסט אז 1 סמ"ק - מ"ל וואסער וועגט 1 גראם. במילא ביי וואסער קען מען וואוסען די שיעור הנפח דורך זיין וואג, אבער וואס טוט זיך מיט אנדערע זאכן?

דער ענטפער פאר דעם איז, אז מ'וועגט אפ די זאך וואס מ'וויל וויסן דעם שיעור נפח קעגן וואסער, און מ'זעט צו ס'איז גרינגער אדער שווערער פון די וואסער און לויט דעם מעסט מען, אויב זעט מען אז די זאך זינקט איין אין וואסער איז די פשט אז ס'וועגט מער ווי וואסער ממילא דארף מען צו לייגן צו די שיעור וואג פון די וואסער, אויב זעט מען אז ס'זינקט נישט איין אין די וואסער נאר אביסל, איז א סימן אז ס'וועגט אייניג צו וואסער, ממילא איז די וואס פון די זאך גלייך צו זיין נפח.

משקל האתרוג

לגבי אתרוג שטייט אין שיעורי תורה (להגרא"ח נאה עמוד קנ"ו ועמ' ר"ל סי"ט בארוכה) אז אתרוג וועגט אביסל מער ווי וואסער, ממילא אז מרעכענט עס ווי וואסער דאס הייסט משקלו שווה לנפחו איז גוט (און ס'איז אביסל מער).
שיעור האתרוג להגרא"ח נאה
ממילא קומט אויס אז אויב וועגט דער אתרוג 50 גראם וואס איז 1.7637 אונסעס דאן איז עס א כביצה.

אבער רא"ח נאה שרייבט אז ס'דארף זיין כביצה עם קליפתה, וואס דאן קומט צו אביסל. ער שאצט עס פאר 57 גראם וואס איז 2.01062 אונסעס.

ממילא אויב וויל מען וויסן די וואג זאל מען אפוועגען דעם אתרוג, און אויב איז עס מער ווי 2.1 אונסעס האט מען זיכער שיעור "ביצה וקליפתה". און לפי שיעור הכפול (אם נחמיר באתרוג) 4.02124 אונסעס.

***
[הערה: רא"ח נאה שרייבט אז די די גדולי ספרדים פלעגן אלס משער זיין א אתרוג לויט די שיעור פון 18 "דרהם" וואס לויט רא"ח נאה איז א דרהם 3.205 גראם, ממילא שרייבט ער אז ס'קומט אויס 57.69 גראם וואס דאס איז די וואג פון ביצה בקליפתה.
אבער באמת שרייבן שוין כמה הבאים אחריו אז די משקל הדרהם איז באמת ווייניגער דהיינ 2.833 גראם בערך ממילא קומט אויס אז 18 דרהם איז 50.994 גראם וואס קומט אויס 1.79876042 אונסעס. אביסל ווייניגער ווי וואס רא"ח נאה שרייבט (רא"ח נאה איז אויך א מחמיר, כידוע, נאר כלפי דעם שיעור הכפול איז ער מקיל אז מ'רעכענט עס נישט)].

ויה"ר שלא יצא מכשול מתח"י!

חג "הדר" ושמח!
"ואומר לאשר יבוא מכתבי לחזות, אכול את המגילה הזאת. כי מהאוכל יצא מאכל, ושכל יצא משכל ..." (ר' ברכיה בן נטרונאי הנקדן, בהקדמת ספרו 'משלי שועלים').

אוועטאר
לכאורה
שר עשרת אלפים
תגובות: 10751
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 20, 2009 2:43 pm

תגובהדורך לכאורה » מאנטאג אוקטובער 02, 2017 8:19 am

WOW, יישר כח!
איך בין צוריקגעבליבן מיט טויזנטער אשכולות, אבער איך געב נישט אויף... שטייטליך און צוביסלעך וועט מען אי"ה "ווייס מאכן די קרעטשמע"

פאליטקלי קארעקט
שר האלף
תגובות: 1987
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 07, 2014 11:36 am

תגובהדורך פאליטקלי קארעקט » מאנטאג אוקטובער 02, 2017 11:47 am

יישר כח! זייער שיין צוזאמען גענומען.

אוועטאר
נא_שכל
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4624
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 14, 2008 10:44 pm
לאקאציע: עולם הדמיון

תגובהדורך נא_שכל » מאנטאג אוקטובער 02, 2017 6:56 pm

געטראפן יעצט א הערליכע מאמר פון הג"ר יחיאל אברהם זילבר ז"ל איבער דעם שיעור פון "אתרוג" און וויאזוי מ'קען עס מודד זיין מיט "משקל", און אויב מ'קען מאכן א שיעור כללי לגבי די משקל, ועוד ועוד.

שיעור האתרוג, נפחו ומשקלו - יחיאל אברהם זילבר

בתוך המאמר ברענגט ער ארויס אז לויטן חתם סופר איז אסור להחמיר און נעמען דווקא דעם גרויסן שיעור ווייל "חדש איז אסור מן התורה"!

נאר דער ביכורי יעקב האט "מתיר" געווען דעם איסור...
"ואומר לאשר יבוא מכתבי לחזות, אכול את המגילה הזאת. כי מהאוכל יצא מאכל, ושכל יצא משכל ..." (ר' ברכיה בן נטרונאי הנקדן, בהקדמת ספרו 'משלי שועלים').

חדשות
שר חמש מאות
תגובות: 762
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג דעצמבער 05, 2016 5:11 pm

תגובהדורך חדשות » מיטוואך אוקטובער 04, 2017 1:23 pm

וואס טועט זיך מיט א שמאלע לאנגע אתרוג? געזען דער מהרש"ג ח"א סימן ל"גהאט א שאלה וועגן דעם, אז אפשר דארף עס זיין ברייט און האבן א היקף פון א כביצה און די לענג קען נישט משלים זיין די ברייט. דוגמא לדבר זע"ז ביי סוכה.

חדשות
שר חמש מאות
תגובות: 762
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג דעצמבער 05, 2016 5:11 pm

תגובהדורך חדשות » מיטוואך אוקטובער 04, 2017 1:27 pm

נא_שכל האט געשריבן:לגבי אתרוג שטייט אין שיעורי תורה (להגרא"ח נאה עמוד קנ"ו ועמ' ר"ל סי"ט בארוכה) אז אתרוג וועגט אביסל מער ווי וואסער, ממילא אז מרעכענט עס ווי וואסער דאס הייסט משקלו שווה לנפחו איז גוט (און ס'איז אביסל מער).
שיעור האתרוג להגרא"ח נאה
ממילא קומט אויס אז אויב וועגט דער אתרוג 50 גראם וואס איז 1.7637 אונסעס דאן איז עס א כביצה.

אבער רא"ח נאה שרייבט אז ס'דארף זיין כביצה עם קליפתה, וואס דאן קומט צו אביסל. ער שאצט עס פאר 57 גראם וואס איז 2.01062 אונסעס.

לכאורה פונקט פארקערט, אויב וועגט עס מער ווי וואסער, און עס וועגט 50 גראם מיינט עס אז דער נפח איז ווייניגער, נישט אזוי?

אוועטאר
נא_שכל
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4624
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 14, 2008 10:44 pm
לאקאציע: עולם הדמיון

תגובהדורך נא_שכל » מיטוואך אוקטובער 04, 2017 4:01 pm

חדשות האט געשריבן:וואס טועט זיך מיט א שמאלע לאנגע אתרוג? געזען דער מהרש"ג ח"א סימן ל"גהאט א שאלה וועגן דעם, אז אפשר דארף עס זיין ברייט און האבן א היקף פון א כביצה און די לענג קען נישט משלים זיין די ברייט. דוגמא לדבר זע"ז ביי סוכה.

רוב פוסקים זענען מתיר, די עיקר איז די זעלבע נפח.
"ואומר לאשר יבוא מכתבי לחזות, אכול את המגילה הזאת. כי מהאוכל יצא מאכל, ושכל יצא משכל ..." (ר' ברכיה בן נטרונאי הנקדן, בהקדמת ספרו 'משלי שועלים').

נודה לך
שר האלפיים
תגובות: 2816
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 09, 2015 5:47 pm
לאקאציע: אינעם אויבערשטענס הענט

תגובהדורך נודה לך » מאנטאג סעפטעמבער 17, 2018 4:15 pm

ארויף
איך דאנק און לויב השי"ת אויף די גרויסע חסדים וואס ער טוט מיט מיר יעדע מינוט


צוריק צו “מדי שבת בשבתו ומועד במועדו”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 3 געסט