אתרוגי א"י בלי חשש שמיטה, בהלכה.

פרשת השבוע וענינא דיומא

די אחראים: אחראי, גבאי ביהמד

El Rushbo
שר חמש מאות
תגובות: 954
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוקטובער 31, 2014 10:34 am
לאקאציע: Almost Daily on MSNBC...

אתרוגי א"י בלי חשש שמיטה, בהלכה.

תגובהדורך El Rushbo » זונטאג אוקטובער 01, 2017 4:44 pm

היינט צופרי אריינגעבליקט אין תשובת דברי יואל אין די באקאנטע תשובות איבער פירות א"י, ווארפט ער אריין אז אפי' אן דעם חשש שמיטה איז דא א שאלה פון ארויסטראגן פירות א"י, אבער ער שרייבט נישט מער איבער דעם, נאר אז ס'איז דא פוסקים לאיסור ולהיתר און אביו ז"ל פסק לאיסור.

ווייסט איינער מער איבער דעם? מראה מקומות?

די היינטיגע אתרוגים האבן עפ"י רוב נישט דעם חשש איסור שמיטה, אלעס קומט מיט א הכשר.

און וואס איז דאס אנדערש פון טרונקן ארץ ישראלדיגע וויין? די זעלבע מענטשען וואס זענען מקפיד ביי אתרוגים, האבן נישט קיין פראבלעם דערמיט ווען ס'קומט צו וויין, (און איך גלייב אז איך וועל זיי פארקויפן א פייג פון א"י וועלן זיי אויך נישט טראכטן קיין צוויי פארן עס אפענדיגן) איז דא חילוק צוויישן זיי?

תודה למפרע
לעצט פאראכטן דורך El Rushbo אום מאנטאג אוקטובער 02, 2017 6:12 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.

שמואל בארג
שר האלף
תגובות: 1603
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג פאברואר 18, 2016 6:44 pm

תגובהדורך שמואל בארג » זונטאג אוקטובער 01, 2017 6:08 pm

א שטיקל ויואל משה - מאמר ישוב א"י

1.png
1.png (199.86 KiB) געזעהן 1915 מאל


2.png
2.png (46.21 KiB) געזעהן 1915 מאל

El Rushbo
שר חמש מאות
תגובות: 954
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוקטובער 31, 2014 10:34 am
לאקאציע: Almost Daily on MSNBC...

תגובהדורך El Rushbo » זונטאג אוקטובער 01, 2017 6:23 pm

לא הבנתי.

די ביידע מראה מקומות רעדן פון פראבלעמען וואס איז נישט דא ביי -לדוגמא- אתרוגי חזון איש.

שמות
שר חמישים
תגובות: 82
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 25, 2016 10:25 am

תגובהדורך שמות » מאנטאג אוקטובער 02, 2017 4:35 pm

El Rushbo האט געשריבן:לא הבנתי.

די ביידע מראה מקומות רעדן פון פראבלעמען וואס איז נישט דא ביי -לדוגמא- אתרוגי חזון איש.

עקזעקטלי. כנראה דעמאלטס האט מען פארקויפט אהן קיין הכשרים. אבער כהיום ווען מ'פארקויפט מיט גיטע הכשרים כמו הבד"ץ עדה החרדית איז לכאורה נישט שייך צו זאגן אז מ'איז עס מרכיב.
מדארף אבער מער בירור אויף סוף דבריו וועגן איסור הפקעה דאוריתא?????

נחום וואהלינער
שר האלפיים
תגובות: 2284
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוקטובער 21, 2015 4:49 pm

תגובהדורך נחום וואהלינער » מאנטאג אוקטובער 02, 2017 6:52 pm

אם אסור להוציא פירות מארץ ישראל וגם לצורך מצות ד' מינים אז אסור ג"כ להוציא ספרים שנדפסו בארה"ק לחו"ל.

שמות
שר חמישים
תגובות: 82
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 25, 2016 10:25 am

תגובהדורך שמות » מאנטאג אוקטובער 02, 2017 8:58 pm

נחום וואהלינער האט געשריבן:אם אסור להוציא פירות מארץ ישראל וגם לצורך מצות ד' מינים אז אסור ג"כ להוציא ספרים שנדפסו בארה"ק לחו"ל.

איך קען נישט די סוגיא הפקעה דאוריתא או דרבנן והנפק"מ.
אויב עס שטייט פירות איז ספרים בכלל????
אוודאי איז עס גלייך צו אוסם און אנדערע איזרעאלי קאמפעניס ווי דער עולם לכאורה ניצט און גרויסן.
אפשר וואלט איינער דא מסביר געווען דאס ענין קלארער.

שמות
שר חמישים
תגובות: 82
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 25, 2016 10:25 am

תגובהדורך שמות » מאנטאג אוקטובער 02, 2017 9:07 pm

איך כאפ מיר יעצט אז טעיתי איך האב נאר געליינט דעם סוף פונעם תשובה וואס ער האט דא געקוואוט.
הפקעה דאוריתא רעדט מען לגבי שמיטה וועגן דעם היתר מכירה. אלזא קומט ער נישט דא אריין. סארי.

נחום וואהלינער
שר האלפיים
תגובות: 2284
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוקטובער 21, 2015 4:49 pm

תגובהדורך נחום וואהלינער » מאנטאג אוקטובער 02, 2017 10:14 pm

שמות האט געשריבן:
נחום וואהלינער האט געשריבן:אם אסור להוציא פירות מארץ ישראל וגם לצורך מצות ד' מינים אז אסור ג"כ להוציא ספרים שנדפסו בארה"ק לחו"ל.

אויב עס שטייט פירות איז ספרים בכלל????

ירושלמי סנהדרין פ"ג ה"ט:
כתב רבי לעזר לירתוהי ספרים שזכת בהן א”י אין מוציאין אותם חו”ל. רבי ניסי בשם רבי לעזר אם כתב ע”מ להוציא מוציא.

למעשה זענען רוב פוסקים מיקל
א. ווייל היינט ווען מ'דרוקט איז עס [עפ"י רוב] ע"מ להוציא
ב. די חשש פון שטערן ישוב ארץ ישראל איז נישט דא, ווייל עס איז ב"ה דא א שפע פון ספרים
ג. די רמב"ם אין שו"ע דערמאנען עס נישט להלכה [עיין בספר פאת השולחן סי’ ב סעי’ כג שמביא איסור לדינא בשם בעל העיטור]

לפי הנ"ל איז אויף פירות [שאינם בחשש שמיטה ערלה וטבל] אויכעט מותר להוציא, ווייל כהיום הזה זענען נישט דא די חששות הנ"ל ובפרט אז רוב פירות ווערען היינט לכתחילה געפלאנצען פאר עקספארט.

El Rushbo
שר חמש מאות
תגובות: 954
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוקטובער 31, 2014 10:34 am
לאקאציע: Almost Daily on MSNBC...

תגובהדורך El Rushbo » מאנטאג אוקטובער 02, 2017 11:09 pm

ערעב נחום, קענסט שטעלן אפאר לינקס צו מראה מקומות,??

אין תשובות דברי יואל שרייבט ער אז זיין טאטע האט יא מחמיר געווען אבער ער גייט נישט אריין אין די נושא.

נחום וואהלינער
שר האלפיים
תגובות: 2284
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוקטובער 21, 2015 4:49 pm

תגובהדורך נחום וואהלינער » מאנטאג אוקטובער 02, 2017 11:14 pm

El Rushbo האט געשריבן:ערעב נחום, קענסט שטעלן אפאר לינקס צו מראה מקומות,??

אין תשובות דברי יואל שרייבט ער אז זיין טאטע האט יא מחמיר געווען אבער ער גייט נישט אריין אין די נושא.

אין לינקס תח"י כרגע
אבל עיין במה שכבר ציינתי דהיינו הירושלמי והפאת השולחן

El Rushbo
שר חמש מאות
תגובות: 954
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוקטובער 31, 2014 10:34 am
לאקאציע: Almost Daily on MSNBC...

תגובהדורך El Rushbo » זונטאג אוקטובער 15, 2017 11:27 am

אינטערסאנטע פאראדאקס.

מ'שאקעלט מיט א ארץ ישראלדיגן לולב, אבער חלילה א א"י אתרוג...

El Rushbo
שר חמש מאות
תגובות: 954
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוקטובער 31, 2014 10:34 am
לאקאציע: Almost Daily on MSNBC...

תגובהדורך El Rushbo » מאנטאג סעפטעמבער 17, 2018 11:16 pm

ס'איז נאכאמאל די סעזאן.

איך האב א הערליכן ארץ ישראלדיגן אתרוג און נישט געקענט געפונען קיין ריינען יאנעווען אדער מאראקאנעם אפי' פאר גוט באצאלט

אוועטאר
ראפאט קראמפלי
שר האלפיים
תגובות: 2298
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוקטובער 07, 2013 12:16 pm
לאקאציע: אין טעלער.

תגובהדורך ראפאט קראמפלי » דאנארשטאג סעפטעמבער 20, 2018 12:13 am

ריין וואס די תורה פארלאנגט אדער ריין וואס דו פארלאנגסט?
די ריכטיגע ווארט איז ראקאט קראמפלי, איך וויל פשוט מ'זאל נישט כאפן ווער איך בין ממילא רוף איך זיך ראפאט.

אוועטאר
Kosher Travel
שר האלף
תגובות: 1357
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 30, 2016 7:40 pm
לאקאציע: Yehupesville
פארבינד זיך:

תגובהדורך Kosher Travel » דאנארשטאג סעפטעמבער 20, 2018 5:10 pm

ראפאט קראמפלי האט געשריבן:ריין וואס די תורה פארלאנגט אדער ריין וואס דו פארלאנגסט?
;l;p-
מנין, כשר עסען, כשר האטעלס Worldwide Jewish and Kosher Directory
http://www.KosherTravelInfo.com

~~~~~~~~~~~~~
ביטע אנטשולדיגען, אונזער מאנסי, ניו יארק אידישע דירעקטארי שלאפט איצט. אפשר וועט ער זיך אויפוועקען אסאך בעסער ווי פריער. אפשר נישט.


צוריק צו “מדי שבת בשבתו ומועד במועדו”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 3 געסט