פסח: מנהגים וואס די טעם איז בטל געווארן

פרשת השבוע וענינא דיומא

די אחראים: אחראי, גבאי ביהמד

Newer
שר העשר
תגובות: 12
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אפריל 21, 2017 2:40 pm

תגובהדורך Newer » זונטאג אפריל 23, 2017 8:04 pm

די איצטיגע שמועס בעצם האט זיך יא אנגעפאנגן דערמיט אז איינער האט גע'טענה'ט אז וויבאלד די סיבה איז נישטא איז אויס מנהג.

אבער אפי' כלפי וואס דו זאגסט, וואס הייסט מנין לך, פון די גדולים וואס האבן זיך אזוי געפירט - און ווי אויבן צוגעוויזן איז דאס אפי' מען האט יא געקענט האבן לעבעדיג.

און צום צווייטן מאל, עסן פיש אום שבת ויו"ט איז נישט קיין הלכה כמבואר בפרמ"ג ווי אויבן דערמאנט, און אין שו"ע הרב (סי' רמ"ב קו"א ס"ק ד') אז דאס איז נישט קיין דאורייתא און נישט קיין דרבנן [בנגלה] אז מען זאל מקיים זיין מצות עונג מיט פיש דייקא, דאס איז סך הכל נאר למצוה מן המבחר.

גאלדענע פעדער
שר האלף
תגובות: 1329
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 05, 2015 9:34 pm
לאקאציע: אין שפיץ פונעם קרעמל

תגובהדורך גאלדענע פעדער » זונטאג אפריל 23, 2017 11:36 pm

א גרויסען דאנק פאר די אחראים פארן אפטיילען פאר א אשכול פאר זיך ;l;p-
מפתחות של זהב
איר שרייבט ממש גאלדענע רייד איך האב יעצט ארויס געפרינט לכבוד שבת אייער ארטיקל אויף תפילה (פון פלוני אין אישי).

איסר האטלקי
שר האלפיים
תגובות: 2243
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג יולי 15, 2016 12:37 am
לאקאציע: אין בעסמענט

תגובהדורך איסר האטלקי » זונטאג אפריל 23, 2017 11:42 pm

לייג שנעל צו דעם אשכול צו דיין חתימה...
כתיבה וחתימה טובה לכל בית ישראל, שנה טובה מתוקה ונחמדה!
כ"ד המברך הק' איסר דאורייתא, פה אטליה יצ"ו

גאלדענע פעדער
שר האלף
תגובות: 1329
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 05, 2015 9:34 pm
לאקאציע: אין שפיץ פונעם קרעמל

תגובהדורך גאלדענע פעדער » זונטאג אפריל 23, 2017 11:47 pm

האהא... :lol: :lol: גוט! גוט! באמת'ן מיין איך אבער, אז די אין מיין חתימה זענען די בעסטע סחורה וואס כ'האב דערווייל געשריבען..
מפתחות של זהב
איר שרייבט ממש גאלדענע רייד איך האב יעצט ארויס געפרינט לכבוד שבת אייער ארטיקל אויף תפילה (פון פלוני אין אישי).

איטשע
שר האלף
תגובות: 1746
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 27, 2009 10:19 am

תגובהדורך איטשע » מאנטאג אפריל 24, 2017 6:47 am

שופר האט געשריבן:
איטשע האט געשריבן:אגב דער חשש איז נישט וועגן לייגן ברויט אין פיסק, ווייל דאס העלפט נישט א פיש בלייבן לעבעדיג. מען פלעגט באשמירן דאס פנים מיט אלקאהאל וואס דאס פלעגט האלטן דער קאליר לענגער, און ס׳האט אויסגעזעהן פריש פאר א לענגערע צייט.

פמ"ג סוף סימן תמ"ז.

הנני חוזר בי, כתבתי כפי שקבלני מבית אבא.

אוועטאר
חוקר
שר חמש מאות
תגובות: 915
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג סעפטעמבער 12, 2008 2:52 pm

תגובהדורך חוקר » דאנארשטאג אפריל 27, 2017 4:33 pm

הצעיר באלפי האט געשריבן:
דריידל האט געשריבן:די מסורה פון נישט עסן פיש איז פונקט ווי די מסורה פון נישט עסן שאלאטן משום חשש תולעים. טאמער איז דא צו קויפן בודק אדער פז טוב וכל שם וחנוכא דאית להו וואס האט נישט קיין חשש תולעים, האב איך נישט געהערט קיינעם זאגן אז ס'איז נגד המסורה. די זעלבע איז מיט פיש, טאמער איז מער נישטא קיין חשש חמץ איז נישטא קיין מסורה עס נישט צו עסן.

ווי באקאנט איז די מנהג ביי קהילות שלימות וחשובות און כלל ישראל אז מען עסט נישט קיין קנאבל (שום) און פסח, צוליב דעם וואס אמאל (מסתמא 2 אדער 3 הודרעט יאר צוריק!) פלעגט מען עז אויסטרוקענען לעבען די ווייץ !!!!
די מציאות איז נישט אזוי היינט, אפשר זאלען די אלע קהילות טוישען וויייל עס איז מער נישט דא קיין מסורה אויף דעם !!??!!??

שמעתי בשם אדמו"ר מהר"ש מבאבוב זצ"ל אז די טעם פון נישט עסען קנאבל האט זיך אנטוויקלט פון דעם וואס מען פארבייט קנאבל מיט קנאבל ווייץ וואס איז חמץ (אויפן שפיץ פון די ווייץ קען וואקסן אזא געוויקס וואס זעהט אויס אביסל ווי א קנאבל און דאס האט מען גערופען קנאבל ווייץ)

און ביי האדמו"ר הנ"ל האט מען זיך טאקע געפירט אז מען האט יא געניצן קנאבל פסח אבער ביי בנו אדמו"ר מהרב"ץ מבאבוב שליט"א איז מען זיך נוהג נישט צו עסען קיין קנאבל.
טראכט גוט וועט זיין גוט !!!!!

אוועטאר
שמן
שר חמש מאות
תגובות: 516
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג נובעמבער 07, 2016 11:49 am

תגובהדורך שמן » דאנארשטאג אפריל 27, 2017 4:52 pm

חוקר האט געשריבן:

פון ווי נעמט איר אז מען נוצט נישט היינט קנאבל אין באבוב איך ווייס אז אין די קאך אין באבוב ווי מען קאכט פאר האדמו"ר מ'באבוב שליט"א נוצט מען יא קנאבל

אוועטאר
חוקר
שר חמש מאות
תגובות: 915
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג סעפטעמבער 12, 2008 2:52 pm

תגובהדורך חוקר » דאנארשטאג אפריל 27, 2017 6:43 pm

שמן האט געשריבן:
חוקר האט געשריבן:
הצעיר באלפי האט געשריבן:
דריידל האט געשריבן:די מסורה פון נישט עסן פיש איז פונקט ווי די מסורה פון נישט עסן שאלאטן משום חשש תולעים. טאמער איז דא צו קויפן בודק אדער פז טוב וכל שם וחנוכא דאית להו וואס האט נישט קיין חשש תולעים, האב איך נישט געהערט קיינעם זאגן אז ס'איז נגד המסורה. די זעלבע איז מיט פיש, טאמער איז מער נישטא קיין חשש חמץ איז נישטא קיין מסורה עס נישט צו עסן.

ווי באקאנט איז די מנהג ביי קהילות שלימות וחשובות און כלל ישראל אז מען עסט נישט קיין קנאבל (שום) און פסח, צוליב דעם וואס אמאל (מסתמא 2 אדער 3 הודרעט יאר צוריק!) פלעגט מען עז אויסטרוקענען לעבען די ווייץ !!!!
די מציאות איז נישט אזוי היינט, אפשר זאלען די אלע קהילות טוישען וויייל עס איז מער נישט דא קיין מסורה אויף דעם !!??!!??

שמעתי בשם אדמו"ר מהר"ש מבאבוב זצ"ל אז די טעם פון נישט עסען קנאבל האט זיך אנטוויקלט פון דעם וואס מען פארבייט קנאבל מיט קנאבל ווייץ וואס איז חמץ (אויפן שפיץ פון די ווייץ קען וואקסן אזא געוויקס וואס זעהט אויס אביסל ווי א קנאבל און דאס האט מען גערופען קנאבל ווייץ)

און ביי האדמו"ר הנ"ל האט מען זיך טאקע געפירט אז מען האט יא געניצן קנאבל פסח אבער ביי בנו אדמו"ר מהרב"ץ מבאבוב שליט"א איז מען זיך נוהג נישט צו עסען קיין קנאבל.

פון ווי נעמט איר אז מען נוצט נישט היינט קנאבל אין באבוב איך ווייס אז אין די קאך אין באבוב ווי מען קאכט פאר האדמו"ר מ'באבוב שליט"א נוצט מען יא קנאבל

כך שמעתי ויכול להיות אז איך האב נישט גוט פארשטאנען
טראכט גוט וועט זיין גוט !!!!!

אוועטאר
משהזוךמיר
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4989
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 14, 2016 3:24 pm
לאקאציע: איך קען נישט אויסזאגן ווייל משה וועט מיך קענען טרעפן

תגובהדורך משהזוךמיר » פרייטאג אפריל 28, 2017 4:19 am

דריידל האט געשריבן:די מסורה פון נישט עסן פיש איז פונקט ווי די מסורה פון נישט עסן שאלאטן משום חשש תולעים. טאמער איז דא צו קויפן בודק אדער פז טוב וכל שם וחנוכא דאית להו וואס האט נישט קיין חשש תולעים, האב איך נישט געהערט קיינעם זאגן אז ס'איז נגד המסורה. די זעלבע איז מיט פיש, טאמער איז מער נישטא קיין חשש חמץ איז נישטא קיין מסורה עס נישט צו עסן.

איינער וואס זיין טאטע האט זיך צוריקגעהאלטן פון עסן א דבר הצריך בדיקה, איז יתכן אז ער טאר עס נישט עסן עפ"י הלכה.
Get your facts first, then you can distort them as you please.

אוועטאר
משהזוךמיר
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4989
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 14, 2016 3:24 pm
לאקאציע: איך קען נישט אויסזאגן ווייל משה וועט מיך קענען טרעפן

תגובהדורך משהזוךמיר » פרייטאג אפריל 28, 2017 4:21 am

סאדאם חוסעין האט געשריבן: מיט א רבי און א טאטע מישט מען זיך ווייל איך טראסט זייערע מנהגים און איך מאך עס גאר נאך, דוק ותשכח דכך הוא

לאו דוקא. אין באבוב פלעגן (אפשר נאך היינט אויך) די בחורים ארבעטן אין די קאך כדי ס'זאל נישט הייסן געמישט.
Get your facts first, then you can distort them as you please.

אוועטאר
משהזוךמיר
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4989
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 14, 2016 3:24 pm
לאקאציע: איך קען נישט אויסזאגן ווייל משה וועט מיך קענען טרעפן

תגובהדורך משהזוךמיר » פרייטאג אפריל 28, 2017 4:23 am

סידיראם האט געשריבן:סמארט גאי יש להאריך בתירוץ באופנים שונים אבל אומר לך נקודה את אשר בלבבי לענין זה.

עס איז דא א זאך וואס הייסט אל תפרוש מן הציבור, לדוגמא אויב איז א זאך אנגענומען ביי אונזער ציבור ווי אינז דריי מיר זיך, א חומרא וואס דער ציבור האט אנגענומען מיט א שטארקייט, דאן איז נישט דא קיין מבוא זיך צו מיקל זיין.

דעריבער לגבי די ענין פון געבראק'טס איז ביי אונזערע מקומות פון ווי רוב פון אונז שטאמען - פון אינטערלאנד צו פון פוילן גאליציע - (און אגב במשך הדורות האבן פילע אויבערלאנדישע רבנים אנגענומען די חסידישע מנהגים מיט א שטארקייט און בכלל זה די חומרא פון נישט עסן געבראק'טס) וואס און די אלע פלעצער איז געווען די חומרא פון געבראקט'ס גאר שטארק, ויסודתו מהררי קודש מהבעל שם טוב ותלמידיו וואס זיי האבן דאס זייער איינגעפירט צווישן עולם (עי' בספר נהרי אש מה שאמר בזה הרה"ק ר' שמעון מזעליכוב זי"ע בפנימיות הענינים שיש בזה), דעריבער יעדער וואס דרייט זיך צווישן דעים ציבור שלנו וואס רוב מנין ובנין האט אנגענומען די חומרא מיט א שטארקייט, דעריבער איז דא ביי דעים אן ענין פון אל תפרוש מן הציבור, און יעדער דארף זיך אנגעפאנגען צו פירן מיט די חומרות המקום.

משא"כ ביי די ענין פון עסן פיש, איז לכתחילה אזוי אז עס איז בדורינו נאר א חומרא וואס איינער האט יא מקבל געווען מאבותיו און איינער נישט (ווענדט זיך ווי מען האט געוואוינט אינדערהיים), דעריבער זאל יעדער ביי דעים אנהאלטן די פערזענליכע מסורה פון זיינע עלטערן.

ועל כל פנים איז דאס נישט קיין פארגלייך צו די ענין פון געבראק'טס, ויש לומר עוד נקודות בזה והמבין יבין

ס'גייט אפשר נישט אריין אין כלל פון לא תתגודדו וויבאלד למעשה איז עס ביי יעדעם אינדערהיים, אבער ס'יתכן אז ס'גייט אריין אין דעם מס' דרך ארץ (ד,ה): "לא יהא אדם ער בין הישנים, ולא ישן בין הערים, ולא בוכה בין השוחקים, ולא שוחק בין הבוכים, ולא יושב בין העומדים, ולא עומד בין היושבים, ולא קורא בין השונים, ולא שונה בין הקורים. כללו של דבר, לא ישנה אדם מדעת הבריות".
Get your facts first, then you can distort them as you please.

מצלמה
שר חמש מאות
תגובות: 937
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 25, 2015 7:37 pm

תגובהדורך מצלמה » פרייטאג אפריל 28, 2017 7:25 am

למעשה רוב אידן וואס זייערע עלטערן האבן פסח גענוצט שמאלץ, האבן געטוישט אויף אויל - צוליב געזונטהייט (דיעטע).

איך האב טאקע נישט געטוישט, אבער איך הער פון גאר אסאך אידן וואס האבן געטוישט.

א חבר פרעגט מיר: מיין טאטע האט געטוישט און אנגעהויבן נוצן אויל שוין נאך מיין (פונעם זונ׳ס) חתונה, מעג איך זיך מיט כאפן מיט אים, אדער ניין: וויבאלד ווען איך בין געווען אין שטוב האט מען נאר גענוצט שמאלץ?

א גוטע שאלה.

אוועטאר
שמן
שר חמש מאות
תגובות: 516
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג נובעמבער 07, 2016 11:49 am

תגובהדורך שמן » פרייטאג אפריל 28, 2017 11:13 am

משהזוךמיר האט געשריבן:
סאדאם חוסעין האט געשריבן: מיט א רבי און א טאטע מישט מען זיך ווייל איך טראסט זייערע מנהגים און איך מאך עס גאר נאך, דוק ותשכח דכך הוא

לאו דוקא. אין באבוב פלעגן (אפשר נאך היינט אויך) די בחורים ארבעטן אין די קאך כדי ס'זאל נישט הייסן געמישט.

אודאי נאך היינט אויך

ברוקלינער יונגערמאן
שר חמש מאות
תגובות: 858
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג פאברואר 08, 2015 1:04 am

תגובהדורך ברוקלינער יונגערמאן » פרייטאג אפריל 28, 2017 11:47 am

מצלמה האט געשריבן:למעשה רוב אידן וואס זייערע עלטערן האבן פסח גענוצט שמאלץ, האבן געטוישט אויף אויל - צוליב געזונטהייט (דיעטע).

איך האב טאקע נישט געטוישט, אבער איך הער פון גאר אסאך אידן וואס האבן געטוישט.

צוליב געזונטהייט (דיעטע).????????? להד״ם.
אויל איז געזונטער פון שמאלץ?

שמאלץ קען במציאות קיין שום שאדן נישט מאכן פאר א מענטש נישט פאר געזונטהייט און נישט פאר דיעטע
שמאלץ איז pure פעט פונקט ווי פוטער און האט נישט קיין שום אפעקט אויפן הארץ \ קאַלעסטעראַל \ צונעמען וואג
אלע אנדערע מיינונגען \ שיטה׳ס קומט נאך פון די אלטע איינרעדעניש אז saturated fat איז אומגעזונט און אז בהמה פלייש הייבט דעם קאַלעסטעראַל וואס היינט איז שוין יעדער מודה אז ס׳איז געווען א טעות מעיקרא און באבע מעשיות
איי העסטע פרעגן וואס הייסט? אמער די דאקטער האטעך אים אליינס געזאגט אז ער האט הויעך קאַלעסטעראַל
די תירוץ איז פשוט:
1) ער האט נישט דערציילט פארן דאקטער וויפיל carbohydrates ער האט צוזאם געגעסן פסח פון די מצה \ פאטעיטאס, 1 מצה האט באלד 50 גר׳ carbohydrates און נאך גאנץ פסח קען עס פיין הייבן דעם קאַלעסטעראַל און אויך ארויפלייגן א שיינע פאר פונט
2) די דאקטער איז נאך פון די וואס ווילן נישט טוישן מיינונגען אויף א 180 סירקעל אזוי ווי אסאך אנדערע צוליב בזיונות אז זיי האבן 20 יאר געפרעדיגט פשוט ליגענט

פסיכלאג
שר העשר
תגובות: 17
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אפריל 12, 2017 11:52 pm

תגובהדורך פסיכלאג » פרייטאג אפריל 28, 2017 11:50 am

איך האלט אזוי.
אונזער דור איז זייער שוואך ווען ס׳קומט צו טוהן א תיקון אין כלל ישראל. ביי א חומרה און סיי א קילה.

קוק אן וויאזוי מ׳מוטשעט זיך געפערליך מיט טעכנעלאגיע פאר א ביישפיל. סיז נישטא קיין אחדות. יעדע חסידות האט אנדערע דיעות, און אפילו אין די חסידות אליינס איז מען צעפליקט. יעצט גיי שטעל אראפ א פוס. ס׳איז (כמעט (?)) אוממעגליך.

און שטעל דיך פאר מ׳שטעלט א תענית אויף איינע פון די לעצטערע צרות ביי כלל ישראל. לאמיר זאגן די צווייטע וועלט קריג. דו האלטסט מ׳וועט קענען צוזאמענעמען אלע אידן צו פאסטן? איי דאונט טינק סאו. איי וויש איי׳מ ראנג.

די זעלבע קומט ביים מקיל זיין.
ס׳זענען דא וואס זענען געפערליך אנגעווייטאגט אויף די אנגעצויגענקייט וואס האט געהערשט פסח ביי מאמי, און די פאטעיטאס און אייער האבן נישט צוגעגעבן. זיי ווילן פון גארנישט הערן. זיי עסן איעדע זאך וואס שטייט כשר לפסח.
נאכדעם זענען דא פארקערט. זיי קענען גוט מנהגים, ווייסן פעסט אז גענוג איז גענוג, און זיי פילן ביי זיך אז זיי האבן די כח און אחריות אז פון היינט מעג מען שוין עסן אויל, פיש, מילעכיגס ועוד׳

נאכדעם זענען דא די אידן וואס האט זיי פלאגן זיך טאקע מיט די מנהגים און מסורות, און ווען מ׳הערט וויפול אנדערע מאכן עס אוועק ווערט עס נישט גרינגער, אבער דאך. זיי ווילן נישט טוישן צו ווייל זיי ווילן בלייבן פעלזן פעסט מיט אלע חומרות (אשרי חלקם) אדער ווייל זיי האבן א תמימות און שפירן זיך נישט גענוג ביכולת און אחריותדיג אוועק צו נעמען א חומרה. וואויל איז זיי.

מצלמה
שר חמש מאות
תגובות: 937
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 25, 2015 7:37 pm

תגובהדורך מצלמה » פרייטאג אפריל 28, 2017 12:54 pm

ביי מיר אין שטוב עסט מען נאר וואס ביי מיין טאטע איז געווען בלי שום שינו כלשהיא. (זוז כלשהוא)

כאטש איך ווייס אז עס איז דא א מקום מקיל צו זיין. און רוב חומרות זענען מער נישט אקטועל היינט - איך טויש נישט פאר איין סיבה.

איך ווייל נישט אז מיינע קינדער זאלן אויך אנהייבן טוישן און משנה זיין, ואין לדבר סוף. נאר פאר דעם האלט שטרענג די מסורה. און עס איז נישט לייכט.

אויב איך טויש וועלן מיינע קינדער זיכער טוישן. אזוי איז מעגליך אז זיי וועלן בלייבן און נישט זוכן צו זיין קלוגער.

ס׳איז נאר וואס זיי זעהן, דאס וועלן זיי טאן. בס״ד.

גאלדענע פעדער
שר האלף
תגובות: 1329
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 05, 2015 9:34 pm
לאקאציע: אין שפיץ פונעם קרעמל

תגובהדורך גאלדענע פעדער » מאנטאג מארטש 26, 2018 2:38 pm

אסאך רייכע אינפערמאציע דא. אויך די חלק הלכה, און אויך די קלארקייט אין די חלק המנהג. ליינט און האט הנאה
מפתחות של זהב
איר שרייבט ממש גאלדענע רייד איך האב יעצט ארויס געפרינט לכבוד שבת אייער ארטיקל אויף תפילה (פון פלוני אין אישי).

אוועטאר
ראפאט קראמפלי
שר האלפיים
תגובות: 2131
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוקטובער 07, 2013 12:16 pm
לאקאציע: אין טעלער.

תגובהדורך ראפאט קראמפלי » מאנטאג מארטש 26, 2018 3:38 pm

גאלדענע פעדער האט געשריבן:אסאך רייכע אינפערמאציע דא. אויך די חלק הלכה, און אויך די קלארקייט אין די חלק המנהג. ליינט און האט הנאה

יש"כ גאלדענע, פיינער אשכול,
דער עולם שרייבט היבש אסאך שטותים דא,
זייט ווען איז עס געווען א "מנהג" נישט צו עסן קיין פיש וואס איז נקי מכל חששות בלי שום פוקפק כלל?
אוודאי האט מען נישט געגעסן אינדערהיים, ווייל מ'האט פשוט נישט געהאט, נישט מטעם "מנהג",

זאג נאר, אפשר טאר איך נישט קויפן דירות פאר מיינע קינדער ווייל מיינע עלטערן און זיידעס האבן זיך "נוהג" געווען נישט צו קויפן פאר זייערע קינדער ווייל זיי האבן נישט געהאט קיין געלט?

יא, אין די שטאט סאטמאר איז געווען אזא "תקנה" נישט צו עסן קיין פיש ווייל באותו מקום איז איין יאר געווען א מכשול מיט די פיש פסח ממילא האט מען אין יענע שטאט געמאכט א תקנה דערוועגן (כך שמעתי).
די ריכטיגע ווארט איז ראקאט קראמפלי, איך וויל פשוט מ'זאל נישט כאפן ווער איך בין ממילא רוף איך זיך ראפאט.

אוועטאר
farshlufen
שר עשרת אלפים
תגובות: 19447
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

תגובהדורך farshlufen » מאנטאג מארטש 26, 2018 3:42 pm

רבי לעבן יא, ס'איז קלאר דא אזא מנהג, אידן און אידישקייט אינדערהיים איז נישט באשטאנען בלויז פון די איינע שטאט סאטמאר.
סימן דלא ידע כלום, שבוחי.

מי יודע
שר חמשת אלפים
תגובות: 5750
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 31, 2009 4:35 pm

תגובהדורך מי יודע » מאנטאג מארטש 26, 2018 3:44 pm

ראפאט קראמפלי האט געשריבן:
גאלדענע פעדער האט געשריבן:אסאך רייכע אינפערמאציע דא. אויך די חלק הלכה, און אויך די קלארקייט אין די חלק המנהג. ליינט און האט הנאה

יש"כ גאלדענע, פיינער אשכול,
דער עולם שרייבט היבש אסאך שטותים דא,
זייט ווען איז עס געווען א "מנהג" נישט צו עסן קיין פיש וואס איז נקי מכל חששות בלי שום פוקפק כלל?
אוודאי האט מען נישט געגעסן אינדערהיים, ווייל מ'האט פשוט נישט געהאט, נישט מטעם "מנהג",

זאג נאר, אפשר טאר איך נישט קויפן דירות פאר מיינע קינדער ווייל מיינע עלטערן און זיידעס האבן זיך "נוהג" געווען נישט צו קויפן פאר זייערע קינדער ווייל זיי האבן נישט געהאט קיין געלט?

יא, אין די שטאט סאטמאר איז געווען אזא "תקנה" נישט צו עסן קיין פיש ווייל באותו מקום איז איין יאר געווען א מכשול מיט די פיש פסח ממילא האט מען אין יענע שטאט געמאכט א תקנה דערוועגן (כך שמעתי).

מ'האט נישט געגעסן ווייל מ'פלעגט עס לייגן אין מעל אדער אלקאהאל, עפעס אזוי
אידעלע זיי פרייליך, שטארק דיך שטארק דיך אצינד, ווייל דו ביסט דאך א בן מלך, דעם באשעפער'ס קינד.

אוועטאר
ראפאט קראמפלי
שר האלפיים
תגובות: 2131
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוקטובער 07, 2013 12:16 pm
לאקאציע: אין טעלער.

תגובהדורך ראפאט קראמפלי » מאנטאג מארטש 26, 2018 3:46 pm

אדרבה, וואו ווערט ערגעץ געברענגט אז מ'האט עס זיך צוריקגעהאלטן פון עסן פיש אלץ "מנהג" אויס על אף ס'איז געווען בנמצא כשר פיש בלי שום חשש?

אז דו ביסט גערעכט הייב איך הענט.
די ריכטיגע ווארט איז ראקאט קראמפלי, איך וויל פשוט מ'זאל נישט כאפן ווער איך בין ממילא רוף איך זיך ראפאט.

אוועטאר
יידישע קהילות
שר האלפיים
תגובות: 2441
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 28, 2014 4:03 pm

תגובהדורך יידישע קהילות » מאנטאג מארטש 26, 2018 4:04 pm

געווען איז א מנהג, עס איז צוגעברענגט אין שו"ע ונו"כ נישט צו עסן קיין צוקער.
די אלע וועלכע ווילן אנהאלטן א מנהג, ווערן געבעטן אויפצוגעבן אויף די צוקער במשך יו"ט.
אגב, דאס וועט אביסל באלאנסירן דעם דייעט אייערע, בפרט אויב איר נוצט שמאלץ.
"כל האומר דבר שמועה מפיהם של צדיקים הם מתפללים עליו וממליצים טובה עליו - ספר חסידים אות רכ"ד
מיין אימעיל: SeforimVelt@gmail.com

אוועטאר
farshlufen
שר עשרת אלפים
תגובות: 19447
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

תגובהדורך farshlufen » מאנטאג מארטש 26, 2018 4:06 pm

וואס איז די פראגע?

ס'איז ב"ה נאך פארהאן אסאאאך אידן פון אלע שטרעמונגען וואס עסן טאקע גאנץ פסח קיין צוקער.
סימן דלא ידע כלום, שבוחי.

אוועטאר
למעלה משבעים
שר תשעת אלפים
תגובות: 9025
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 02, 2008 10:17 pm
לאקאציע: ערגעץ פארבלאנדזשעט אויף די גראדע וואסערן

תגובהדורך למעלה משבעים » מאנטאג מארטש 26, 2018 4:31 pm

ראפאט קראמפלי האט געשריבן:
גאלדענע פעדער האט געשריבן:אסאך רייכע אינפערמאציע דא. אויך די חלק הלכה, און אויך די קלארקייט אין די חלק המנהג. ליינט און האט הנאה

זייט ווען איז עס געווען א "מנהג" נישט צו עסן קיין פיש וואס איז נקי מכל חששות בלי שום פוקפק כלל?
אוודאי האט מען נישט געגעסן אינדערהיים, ווייל מ'האט פשוט נישט געהאט, נישט מטעם "מנהג",

כ'האב נישט איבערגעליינט די אשכול יעצט, און כ'בין זיכער מען האט שוין געברענגט אויבן, אבער ס'איז קלאר נישט ווי איר זאגט, די 'מנהג' איז געווארן צוליב חששות. כמה וכמה מנהגים זענען געווארן צוליב חששות און ס'איז געבליבן אפי' די חשש איז נישטא מער.

אוועטאר
יידישע קהילות
שר האלפיים
תגובות: 2441
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 28, 2014 4:03 pm

תגובהדורך יידישע קהילות » מאנטאג מארטש 26, 2018 4:50 pm

farshlufen האט געשריבן:וואס איז די פראגע?

ס'איז ב"ה נאך פארהאן אסאאאך אידן פון אלע שטרעמונגען וואס עסן טאקע גאנץ פסח קיין צוקער.

ריכטיג!
"כל האומר דבר שמועה מפיהם של צדיקים הם מתפללים עליו וממליצים טובה עליו - ספר חסידים אות רכ"ד
מיין אימעיל: SeforimVelt@gmail.com

צוריק צו “מדי שבת בשבתו ומועד במועדו”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 4 געסט