ארויסטראגען איינער וואס שלאפט פין די סוכה

פרשת השבוע וענינא דיומא

די אחראים: אחראי, גבאי ביהמד

אוועטאר
פייערמאן
שר חמש מאות
תגובות: 718
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 05, 2016 10:57 pm

ארויסטראגען איינער וואס שלאפט פין די סוכה

תגובהדורך פייערמאן » דאנארשטאג אוקטובער 13, 2016 9:19 pm

א באקאנטע חידוש וואס דרייעט זיך ארום בשם הגאון ר' שלמה זלמן אויערבאך ז"ל - און עס איז שוין געדרוקט אין הליכות שלמה ח"ב פ"ט הל' יז - אז ווען איינער האט נישט קיין פלאץ צו שלאפען אין די סוכה, קען ער ארויסטראגען איינער וואס שלאפט שוין פין די סוכה, וויבאלד יענער וואס שלאפט שוין איז נישט מקיים קיין מצוה בשעת'ן שלאפען, און אזוי אויך האט ער נישט קיין איסור צו שלאפען חוץ לסוכה, וויבאלד א ישן איז בכלל נישט מחויב במצוות, און ער איז פטור פין כל התורה כולה פונקט ווי א שוטה, נאר א מענטש וואס וויל זיך גיין לייגן שלאפען האט א חיוב צו גיין שלאפען אין די סוכה, אלס תשבו כעין תדורו, אבער בשעת'ן שלאפען איז ער בכלל נישט מקיים קיין מצוה, און נאך מער מען מעג אים אפילו ארויסנעמען פין די סוכה, (אין הליכות שלמה ווערט געברענגט אז ער האט אמאל אזוי גע'פסק'ענט אויף א מעשה שהיה) און לויט דעם זאגט ער אז אויב איינער איז איינגעשלאפען חוץ לסוכה, איז בכלל נישט דא קיין חיוב אים אויפציוועקען ער זאל גיין שלאפען אין סוכה, ווייל ווי געזאגט איז א ישן בכלל נישט מחויב מיט קיין מצוות.

אין די אחרונים טוט זיך טישן און בענק אויף דעם חידוש, סיי דירעקטע סתירות פין דיני סוכה אליין, און סיי כלליות'דיג אויף דעם יסוד אז א ישן איז פטור פין כל התורה כולה, וועלן מיר פרובירען צו ברענגן אביסל די ראיות פין ביידע זייטן, געוויסע האב איך שוין געזעהן ברענגען אין די אחרונים און געוויסע נישט, אוודאי קען מען דא נישט דורך טוהן די גאנצע סוגיא לעומקה ולרחבה, אבער אביסל אויפן שפיץ גאפל.

קודם וועלן מיר רעדן כלליות'דיג פין די דינים פין א ישן, אין הל' ברכות סי' נ"ה ברענגט די מחבר אז א ישן קען מען מצרף זיין צו מנין, ברענגט אבער די משנה ברורה (ס"ק לד) פין ט"ז און פר"ח וואס קריגען און האלטען אז מען קען נישט מצרף זיין קיין ישן 'דישן חשוב כשוטה', די לשון הפר"ח איז 'וכ"ש למ"ש הב"י כו' דישנה לית בה דעת כלל וגריעה מחרשת'.

אין הל' תפילין פרעגן די אחרונים א קושיא אויפן רמב"ם וואס שרייבט אז 'חייב אדם למשמש בתפיליו כו' שלא יסיח דעתו אפילו רגע אחת', לכאורה אין די גמרא איז מבואר אז א שינת עראי מעג מען שלאפען מיט די תפילין, איז ווי אזוי קען זיין אז מען טאר נישט מסיח דעת זיין אפילו א רגע, ענטפערט דארטן דער ערוך השולחן (סי' כח אות ו') 'ולדידי לא קשה כלל שהרי אדם מוכרח לישן ואז פטור מכל המצוות ומה שייך אז היסח הדעת, ורבנן כו' והרי בשעת השינה אנחנו כמתים, ולכן אנו מברכין המחזיר נשמות לפגרים מתים, ואיזה חיוב שייך על האדם אז'. (וראה ג"כ בקרן אורה מנחות לו: שכתב כן על קושית התוס' ישנים דאמאי אמרינן דאסור לישן בתפילין משום שמא יפיח, תיפוק ליה משום היסח הדעת, וכתב לתרץ כנ"ל שבשעת שינה אינו בר חיובא, ממילא לית ביה משום היסח הדעת)

אין הל' ציצית סי' כא ברענגט דער מג"א פין אריה"ק אז מען זאל שלאפען ביינאכט מיט א טלית קטן, אפילו לילה לאו זמן ציצית, און דער אריה"ק ברענגט א ראי' פין דעם וואס די גמרא זאגט אין מנחות מג:, אז דוד המלך ווען ער איז געווען אין בית המרחץ, האט ער געזאגט אוי לי שאני ערום מן המצוות כיון שנזכר במילה כו', לכאורה פארוואס האט ער נישט געזאגט אזוי יעדע נאכט, אלא מאי איז ער געשלאפען מיט ציצית ממילא האט ער יא געהאט א מצוה (ראה שם בהגהות רע"א שהוא לשיטת הרא"ש דכסות יום חייב בציצית גם בלילה) לכאורה סיי פין די קושיא פין אריה"ק - פארוואס ער האט עס נישט געזאגט יעדע נאכט - און סיי פין די תירוץ, אז ער האט געהאט ציצית, זעהט מען אז מען קען מקיים זיין מצוות בשעת'ן שלאפען, ווייל אויב נישט וואס איז די קושיא פין ביינאכט, מען איז דאך נישט מחויב דעמאלטס מיט קיין מצוות, און אויך וואס האבן איך אויפגעטוהן אז ער האט אנגעהאט ציצית, בשעת'ן שלאפען איז מען נישט מקיים קיין מצוה, אבער באמת דאס קען מען מדחה זיין אז דער אריה"ק'ס ראי' איז אז ער איז געגאנגען מיט ציצית ביינאכט, ווייל אויב נישט, 'פארן' שלאפען ביינאכט איז ער דאך געווען ערום מן המצוות, אלא מאי האט ער אנגעהאט די ציצית, אבער פין בשעת'ן שלאפען אליין איז טאקע נישט קיין קושיא, באמת האב איך געטראפען אין משיב דבר פינעם נצי"ב (ח"א סי' מז) אז ער ווענדט טאקע אפ די ראי' מיט דעם, דאס הייסט אז בשעת'ן שלאפען איז נישט קיין קושיא, ווייל א ישן איז פטור מן המצוות, ממילא האט זיך דוד המלך נישט מצער געווען אויף דעם, און ממש פארן שלאפען, האט ער געלערנט, אזוי ווי די גמרא זאגט אויף דוד המלך שלא פסק פומיה מגירסא, נאר אין בית המרחץ וואס מען טאר נישט לערנען האט ער זיך מצער געווען.(וכן הוא בקרן אורה הנ"ל)

אבער ווייטער פין מג"א דארט קען מען לכאורה יא ברענגען א ראי', דהיינו ווייל די מג"א וויל מדחה זיין די ראי', און ער וויל זאגן אז דוד המלך האט עס נישט געזאגט ביינאכט, ווייל ער האט געהאט מזוזה ממילא איז ער נישט געווען ערום מן המצוות (א מורא'דיגע חידוש אגב, אז מצוות מזוזה איז מען נישט מקיים נאר ווען מען לייגט עס ארויף, נאר אויך ווען מען וואוינט אין די הויז, דוגמת מילה כידוע דברי האו"ז שמביא ראי' מגמ' הנ"ל), איז באקאנט די תשובה אין רע"א (ח"א סי' ט) וואס וויל אויפטוהן אז ווען א מענטש איז נישט געווען אין זיין הויז א לאנגע צייט, ווען ער קומט צירוק דארף ער מאכן א ברכה אויף די מזוזה, ווייל בשעת ער איז נישט דארט געווען איז ער נישט געווען מחויב מיט מזוזה, אפילו ער וואוינט דאך נאך דארט, מיט דעם אלעם, בשעת ער איז נישט דארט איז ער נישט מחויב, ברענגט ער א ראי' פין די מג"א וואס זאגט אז ביינאכט האט דוד המלך געהאט מצוות מזוזה, לכאורה פארוואס דעמאלטס אין בית המרחץ האט ער געזאגט אז ער איז ערום מן המצוות, ער האט דאך געהאט אינדערהיים א מזוזה, אלא מאי וויבאלד ער איז נישט דארט געווען איז נישט דעמאלטס מקיים מצות מזוזה, למעשה וואס מען מוז אבער זאגן, אז ווען איך מענטש שלאפט איז ער מקיים מצוות מזוזה, ווייל אויב נישט, קומט אויס - לויט רע"א - דארף מען יעדע צופרי מאכן א ברכה אויף די מזוזה, ווייל ביינאכט איז מען דאך נישט געווען מחויב.

נאך א ראי' - דירעקט צו סוכה - דער אלי' רבה דארטן וויל פארענטפערן די קושיא פין מג"א אויפן אריה"ק, פין מזוזה, זאגט ער אז די אריה"ק'ס ראי' איז געווען פין סוכות ווען מען שלאפט אין די סוכה וואס האט נישט קיין מזוזה, אבער דער אלי' רבה איז עס גלייך מדחה ווייל דעמאלטס האט ער דאך געהאט מצות סוכה, זעהט מען פין אלי' רבה אז מען איז מקיים א מצוה בשעת'ן שלאפען אין די סוכה (אלא שיש לדחות כנ"ל)

נאך א ענין ווי מען זעהט ישן פטור מן המצוות, עס איז באקאנט פין ר' ישראל סאלאנטער ז"ל (מובא בספר עמק ברכה ודומה לזה כתב גם השפ"א במגילה) אז ער האט געזאגט אויף די מימרא חייב אינש לבסומי בפוריא עד דלא ידע כו' אז די פשט איז נישט אז מען מוז טרינקען ביז מען ווערט שיכור, און אויב איינער איז נישט געווארן שיכור האט ער נישט יוצא געווען, נאר די מצוה איז צו טרינקען און צו טרינקען אן א שיעור, נאר ווען א מענטש קומט צו א מצב פין עד דלא ידע איז ער בבחינת שוטה וואס איז פטור מכל המצוות, ממילא דארף ער מער נישט טרינקען, ממילא איז עד דלא ידע נישט קיין שיעור, נאר א פטור, ממילא אויב א מענטש האט געטרינקען און געטרינקען און נישט געווארן שיכור, האט ער געהעריג מקיים געווען די מצוה, און מיט דעם האט ער מסביר געווען דאס וואס די רמב"ם זאגט ושותה יין עד שישתכר וירדם בשכרותו, אז ווען דער מענטש שלאפט איין איז ער שוין פטור צו טרינקען ווייל ישן פטור מכל המצוות.

די אחרונים ברענגען אויך פין מצוות שמירה אין ביהמ"ק וואס מען האט מקיים געווען בשעת'ן שלאפען, אזוי אויך איז א מדובר אין די אחרונים צו מען קען מל'ן א ישן (ראה כתבי קה"י החדשים שבת סי' לד) אויך איז דא אן אריכות אין שד"ח מער' י' אות לד וראה עוד במשנה הלכות ח"יב סי' ש"ס

המשך אי"ה, דירעקטע ראיות פין הל' סוכה, און אויך וועגן די צווייטע חידוש אז מען דארף נישט אויפוועקען איינער וואס שלאפט חוץ לסוכה, וואס לכאורה איז מבואר איבעראל פארקערט, ביי זמן קריאת שמע און א כהן בבית המת

יונה
שר האלף
תגובות: 1051
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג סעפטעמבער 19, 2010 11:45 pm

תגובהדורך יונה » דאנארשטאג אוקטובער 13, 2016 9:58 pm

זייער אינטערסאנט און איפארמאטיוו, גרייט פארן המשך. יישר כח!

מטעמים
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4585
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 04, 2014 10:06 pm

תגובהדורך מטעמים » דאנארשטאג אוקטובער 13, 2016 11:19 pm

געהערט דערפון, אבער קיינמאל אזוי שיין און קלאר.

א דאנק.
נעמט נישט אזוי ערענסט די גאנצע שרייבעריי דא ביטע...

קרעדיט: נודה לך

אוועטאר
עקבי הצאן
שר האלפיים
תגובות: 2548
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מארטש 14, 2013 11:44 am

תגובהדורך עקבי הצאן » דאנארשטאג אוקטובער 13, 2016 11:23 pm

יונה האט געשריבן:זייער אינטערסאנט און איפארמאטיוו, גרייט פארן המשך. יישר כח!
אם לא תדעי לך היפה בנשים צאי לך בעקבי הצאן: התבונני בדרכי אבותיך הראשונים שקבלו תורתי ושמרו משמרתי ומצותי ולכי בדרכיהם, (רש"י שיר השירים).

איש החסד
שר חמישים ומאתים
תגובות: 422
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוקטובער 13, 2016 11:37 pm
לאקאציע: בבית ה'

תגובהדורך איש החסד » פרייטאג אוקטובער 14, 2016 12:06 am

פייערמאן יישר כוח. אייער ידיעת התורה איז אויסערגעווענליך. לך בכוחך זה הלה. א קליינע ההערה: לגבי דעם ערשטן חידוש אז מען מעג ארויסטראגען עמיצער וואס שלאפט פון די סוכה איז נאך היבש פארשטענדליך. אבער לגבי דעם צווייטן חידוש וואס איר ווארפט אריין צום סוף אז אויב עמיצער איז איינגעשלאפן חוץ לסוכה איז נישט פארהאנען קיין חיוב אים אויפציוועקן דאס דארף נאך א טיפען הסבר, מילה אויב ער האט זיך שוין געלייגט אין סוכה, נו האט ער דאך שוין מקיים געווען די מצווה, אבער אויב איז ער אנטשלאפען חוץ לסוכה וואס אה''נ ער איז לעת עתה א ישן, אבער נו גיי זיי מוחל וועק אים אויף כדי ער זאל איצטער צוריק ווערן א חיוב און קענען מקיים זיין די מצות עשה??! ודו''ק.
המצפה להסבר יפה וברור. איש החסד.

אוועטאר
פייערמאן
שר חמש מאות
תגובות: 718
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 05, 2016 10:57 pm

תגובהדורך פייערמאן » פרייטאג אוקטובער 14, 2016 1:17 am

א גרויסען יש"כ פאר אלע מגיבים, די המשך וועלן מיר אי"ה שרייבען מארגען.

הרב איש החסד פיין געפרעגט, אבער לאמיר קלאר מאכן א נקודה, איך האב אראפגעלייגט קודם די חידוש אז מען מעג ארויסנעמען א ישן פין די סוכה, און פין דעם קען מען ארויסנעמען אז מען דארף נישט אויפוועקען איינער וואס איז נרדם חוץ לסוכה, דער אמת איז אבער, ווען מען קוקט אריין אין הליכות שלמה זעהט מען אז ער איז צוגעקומען צו דעם פארקערט, קודם אז מען דארף אים נישט אויפוועקען, און אויב אזוי מעג מען אים אפילו ארויסנעמען, און דער אמת איז אז ווען מען טראכט גוט אריין, מיין איך אז עס איז נישט דא קיין חילוק צווישען די צוויי, דהיינו איר פרעגט אז בשלמא איינער וואס איז שוין געשלאפען האט שוין מקיים געווען די מצוה, דער אמת איז אבער אז עס איז בכלל נישט דא קיין מצוה צו שלאפען אין די סוכה, עס איז דא א מצוה פין 'וואוינען' אין די סוכה, בסוכות תשבו שבעת ימים, נאר תשבו כעין תדורו, אלעס וואס מען טוט אין די געהעריגע דירה דארף מען טוהן אין די סוכה, ממילא דארף מען שלאפען אין די סוכה, (א ראי' האט איר פין דעם וואס די רמ"א ברענגט אין תרל"ט אז אויף א פלאץ ווי מען קען נישט שלאפען צוזאמען מיט די ווייב, איז מען פטור פין שלאפען אין די סוכה, ווייל מה דירה איש ואשתו אף סוכה איש ואשתו) ממילא איז נישט שייך צו זאגן אז ער האט שוין מקיים געווען די מצוה, ווייל די ווייטערדיגע שלאפען איז ער פונקט אזוי מחויב צו שלאפען אין די סוכה, ווי איינער וואס גייט זיך יעצט לייגן שלאפען

אוועטאר
נא_שכל
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4398
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 14, 2008 10:44 pm
לאקאציע: עולם הדמיון

תגובהדורך נא_שכל » פרייטאג אוקטובער 14, 2016 3:51 am

געוואלדיג!

לגבי קריאת שמע איז דא א באקאנטע תשובה פון הג"ר עמרם מייזעלס שליט"א אז מ'דארף נישט אויפוועקן. מ'האט שוין אמאל געשמועסט דערוועגן דא.
"ואומר לאשר יבוא מכתבי לחזות, אכול את המגילה הזאת. כי מהאוכל יצא מאכל, ושכל יצא משכל ..." (ר' ברכיה בן נטרונאי הנקדן, בהקדמת ספרו 'משלי שועלים').

אוועטאר
ראפאט קראמפלי
שר האלף
תגובות: 1838
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוקטובער 07, 2013 12:16 pm
לאקאציע: אין טעלער.

תגובהדורך ראפאט קראמפלי » פרייטאג אוקטובער 14, 2016 9:21 am

זייער זייער שיין, באמת א ישר כח!
די ריכטיגע ווארט איז ראקאט קראמפלי, איך וויל פשוט מ'זאל נישט כאפן ווער איך בין ממילא רוף איך זיך ראפאט.

אוועטאר
פייערמאן
שר חמש מאות
תגובות: 718
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 05, 2016 10:57 pm

תגובהדורך פייערמאן » פרייטאג אוקטובער 14, 2016 1:54 pm

א דאנק אייך הרב נא שכל און הרב ראפאט

הרב נא שכל, כ'האב שוין געהערט וועגן די תשובה, אבער כ'האב עס נאכנישט געזעהן, אויב קענט איר זיין אזוי גוט און ווייזען וואו מען האט גערעדט פין דעם וועל איך אייך זייער דאנקבאר זיין. (כ'האב פרובירט צו זוכען אבער כ'האב נישט געטראפען)

אין די אחרונים איז דא אסאך וואס ווילען ברענגען א ראי' אז מען איז יא מקיים מצות סוכה בשעת'ן שלאפען, פין דעם וואס מיר זעהן אז מען דארף נישט מאכן א ברכה לישב בסוכה ווען מען שטייט אויף (לויט אונז, עכ"פ בשעת אכילה), אויב איז אמת אז מען איז בשעת'ן שלאפען נישט מקיים קיין מצוה, איז כאילו מען איז נישט געווען אין די סוכה, אויב אזוי דארף מען לכאורה מאכן א ברכה, אין הליכות שלמה אליין איז ער זיך מתייחס צום דעם, און ער טענה'ט אז אפילו לשיטתי' דארף מען נישט מאכן קיין ברכה, וויבאלד למעשה איז ער געווען אין א כשר'ע סוכה די גאנצע צייט, הייסט עס נישט קיין הפסק לגבי ברכה, און ער שטעלט צו דעם צו ציצית, וואס מען דארף נישט מאכן א ברכה ווען מען איז געשלאפען מיט די ציצית, אפילו לילה לאו זמן ציצית, נאר וויבאלד די בגד איז געווען אויף זיין גוף א גאנצע צייט, דארף מען נישט מאכן קיין פרישע ברכה, (באמת אין די אחרונים ווילן זיי ניצן אויך ציצית אלס ראי' קעגן דעם, אבער ביי ציצית זעהט מען קלאר אזוי ווי דער הליכות שלמה זאגט, ווייל ביי פשט ע"מ ללבוש דארף מען אויך נישט מאכן קיין ברכה, אפילו ער האט נישט מקיים געווען קיין מצוה בשעת'ן נישט אנהאבען, אלא מאי נאר ווען עס איז דא א פרישע לבישה דארף מען מאכן א ברכה - און פשט ע"מ ללבוש ווערט נישט גערעכנט ווי א נייע לבישה - און די זעלבע זאך וויל ער זאגן ביי סוכה, אז נאר ווען עס איז דא א נייע ישיבה דארף מען מאכן א ברכה).

דער אמת איז אבער, אז איך האב געטראפען אין יפה עינים אויף מסכת סוכה דף מה:, אז ער ברענגט א ירושלמי אין מס' ברכות פ"ג ה"ג וואס פרעגט אויף די שיטה דארטן אז מען דארף נישט מאכן קיין ברכה אויף די סוכה נאר די ערשטע מאל ווען מען גייט אריין, וואס איז אנדערשט פין תלמוד תורה וואס מען מאכט יא יעדעו טאג א פרישע ברכה, און די ירושלמי ענטפערט 'סוכה אפשר שלא תיבטל, תלמוד תורה אי אפשר שלא תיבטל', און דער יפה עינים איז מסביר אז דער ירושלמי מיינט צו ענטפערען, אז ביי סוכה איז מען מקיים די מצוה בשעת'ן שלאפען אויך ממילא קען זיין אז א מענטש זאל מקיים זיין מצות סוכה גאנץ סוכות אין איין צו, משא"כ ת"ת וואס מען קען נישט מקיים זיין בשעת'ן שלאפען, זעהט מען פין דעם ירושלמי בפירוש אז מען איז מקיים א מצוה בשעת'ן שלאפען, און אויך אז דער ירושלמי פארשטייט אז שלאפען איז א הפסק. (קען זיין אז עס איז דא אנדערע ביאורים אין ירושלמי, כ'האב נישט געהאט קיין צייט נאך צוקוקען)

אין מעשה רב פינעם גר"א ווערט געברענגט (הל' סוכה אות רכא) אז מען האט געפרעגט דעם גר"א צו מען מעג שלאפען אליין אין די סוכה, מכח די גמרא אין מס' שבת אז אסור לישן בבית יחידי, האט דער גר"א געענטפערט אז שומר מצוה לא ידע דבר רע, דער ביכורי יעקב אין תרל"ט ברענגט אויך אזוי בשם דער גר"א, אויך איז דא א תשובה אין דובב מישרים ח"א סי' עט, עכ"פ זעהט מען לכאורה פין דעם גר"א אז ער איז מקיים א מצוה בשעת'ן שלאפען, ווייל ער זאגט דאך שומר מצוה לא ידע דבר רע.

אין שד"ח וואס מיר האבן אויבען צוגעצייכענט, ברענגט ער פין שו"ת דבר אליהו סי' נה וואס ברענגט א ראי' פין א הישן בשמיני בסוכה לוקה אין ר"ה כח:, און צום סוף פירט ער אויס 'ועיקר מצות שינה בסוכה יוכיח דישן בר מצוות הוא, ונולד לנו מזה דין חדש דאם אחד ישן בסוכה ובא חבירו והוציאו בתוך שנתו חוץ לסוכה וישן שם בבית, הוי בחבירו דין מבטל את חבירו ממצוה'

עס איז שפעט געווארען וועלן מיר אי"ה ממשיך זיין מוצאי שבת
לעצט פאראכטן דורך פייערמאן אום פרייטאג אוקטובער 21, 2016 10:03 am, פאראכטן געווארן 2 מאל סך הכל.

עובדי'
אנשי שלומינו
תגובות: 4
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוקטובער 06, 2016 10:43 am

תגובהדורך עובדי' » פרייטאג אוקטובער 14, 2016 3:20 pm

זייער שיין, בקיאות נפלא.

הערה קטנה די ראי' פון שמירת המקדש איז מיר געווען אינטערעסאנט, ווייל אין זכרון איז מיר געווען די משנה ריש מדות אז א ממונה איז ארומגעגאנגען צווישן די שומרים, און וועם מ'האט געכאפט שלאפן, האט ער אים געשלאגן און ער האט געמעגט פארברענען זיין קלייד, האב איך נאכגעקוקט האב איך געזען אז דאס איז א גאנצע דיון צו מ'האט געמעגט שלאפן, עיין במשל"מ ה' בית הבחירה, מה שמאריך בזה, והמנ"ח מביאו, וואלט איך געוואלט וויסן ווער עס נעמט אן מיט א פשטות אז מ'האט געמעגט שלאפן?

אוועטאר
פייערמאן
שר חמש מאות
תגובות: 718
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 05, 2016 10:57 pm

תגובהדורך פייערמאן » מוצ"ש אוקטובער 15, 2016 9:59 pm

זייער גוט מעיר געווען הרב עובדי', און גערעכט, קצרתי במקום שהיה לי להאריך, איז אזוי, די ראי' ברענגט דער חלקת יואב אין ח"ב ס' מג אין א תשובה ווי ער איז דן צו מען קען מל'ן א ישן, אין די הערות ברענגען זיי אז די תשובה איז אויך געדרוקט געווארן אין פסקי תשובה סי' קפב און דארטן האט ר' שאול משה זילבערמאן ז"ל מעיר געווען 'לא אדע מה קאמר, דהא בוודאי לא היו ישנים, כדאיתא במשנה דתמיד דמי שהיה ישן היה הגבאי לוקה אותו ושורף בגדו, דלא היו רשאים לישן, ועיין במל"מ כו', אין אמבוהא דספרי פר' קרח דף קפו האט ער אויך אן אריכות איבער דעם.

עובדי'
אנשי שלומינו
תגובות: 4
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוקטובער 06, 2016 10:43 am

תגובהדורך עובדי' » מוצ"ש אוקטובער 15, 2016 10:37 pm

תודה רבה!

נאר א תיקון טעות במראה מקום, דזה דלא הי' ישנים איתא במשנה במדות, ולא בתמיד. ואדרבה במשנה דתמיד יש משמעות דמותר לישן ודו"ק.

הבוחר בטוב
שר חמישים ומאתים
תגובות: 477
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מאי 12, 2015 3:31 pm

תגובהדורך הבוחר בטוב » זונטאג אוקטובער 16, 2016 3:36 am

ייש"כ הרב פייערמאן א שיינער שמועס דאס.
פייערמאן האט געשריבן:אין מעשה רב פינעם גר"א ווערט געברענגט (הל' סוכה אות רכא) אז מען האט געפרעגט דעם גר"א צו מען מעג שלאפען אליין אין די סוכה, מכח די גמרא אין מס' שבת אז אסור לישן בבית יחידי, האט דער גר"א געענטפערט אז שומר מצוה לא ידע דבר רע, דער ביכורי יעקב אין תרל"ט ברענגט אויך אזוי בשם דער גר"א, אויך איז דא א תשובה אין דובב מישרים ח"א סי' עט, עכ"פ זעהט מען לכאורה פין דעם גר"א אז ער איז מקיים א מצוה בשעת'ן שלאפען, ווייל ער זאגט דאך שומר מצוה לא ידע דבר רע.

אין די גמ' שטייט שלוחי מצוה אינן נזוקין בין בהליכתן בין בחזרתן, איז בשעת'ן שלאפן איז ער נישט ערגער ווי בחזרתן, אפילו אויב ער איז נישט מקיים די מצוה.

בנוגע די עצם שאלה, פארוואס קען מען נישט זאגן אפילו ישן פטור מכל המצות, און זיין מעשה המצוה איז נאר די זיך לייגען, פונדעסוועגן טאר מען אים נישט ארויס טראגן, ווייל תשבו כעין תדורו זאגט אז דיין שלאף דארף געטוהן ווערן אין די סוכה, איה"נ די מעשה וואס ליגט אויף עם איז זיך צו לייגען, אבער די מצוה ווערט נאר נתקיים מיט'ן שלאפן, דוגמא לדבר די מצוה פון פריה וריביה, די מעשה וואס ליגט אויף א מענטש איז חתונה האבן, די מצוה ווערט אבער נאר נתקיים ווען ער האט א זכר ונקיבה שאינו בידו כלל( ויש לעיין בזה שאפשר שכל המצוה היא הביאה אלא שיש חיוב עליו לקיימו עד שיש לו זכר ונקיבה שאז פטור)

אדער קען מען זאגן ניין, תשבו כעין תדורו זאגט אז די דארפסט זיך פירן אין די סוכה ווי אין שטוב, און אפילו אין שטוב טוט די מענטש נאר די שכיבה די שלאף איז ממילא, ולפי"ז איז די שלאפן בכלל נישט קיין חלק פון די מצוה נאר די זיך לייגן.

לכאורה קען מען ברענגן א ראיה פונעם דין אז שינת ארעי איז אסור חוץ לסוכה ואכילת ארעי מותר, זענען די ראשונים מסביר שפעמים שמנמנם ודיו, וואס לכאורה וואס א נפק"מ אויב איז די סדר אז א מענטש כאפט א דרימעל חוץ לביתו איז תשבו כעין תדורו אז ער קען דרימלען חוץ לסוכה, נאר ווי איך האב שוין געשריבן דא א צייט צוריק, איז די הסבר אז עס איז דא אויף עם א חיוב צו שלאפן זיין קביעותדיגע שלאף וואס דאס שלאפט מען געווענליך אינדערהיים, דאס דארף ער שלאפן אין די סוכה, איז אויב איז ער געשלאפן זיין קביעותדיגע שלאף חוץ לסוכה אפילו ער האט עס געטוהן בצורת ארעי האט ער מבטל געווען די מצוה. עכ"פ הנוגיע לענינו לפי הסבר הנ"ל קומט אויס אז די מצוה איז דוקא די שלאף נישט די זיך לייגען, איז אויב זיין חבר טראגט עם ארויס האט ער עם מבטל געווען ממצוה.

אוועטאר
פייערמאן
שר חמש מאות
תגובות: 718
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 05, 2016 10:57 pm

תגובהדורך פייערמאן » זונטאג אוקטובער 16, 2016 1:15 pm

א גרויסען יש"כ פאר די הערות הרב הבוחר בטוב.

לאמיר גיין על ראשון ראשון ועל אחרון אחרון, די הערה וועגן שלוחי מצוה אינן ניזוקין אף בחזרתן, איז זייער א שיינע הערה, כ'האב גראדע נישט געטראכט דערפון בשעת'ן שרייבען, למעשה איז דא א מהלך אין די אחרונים (כ'קען מיך נישט דערמאנען יעצט וואו) אז שומר מצוה לא ידע דבר רע מיט שלוחי מצוה אינן ניזוקין, זענען צוויי באזינדערע זאכן, דהיינו, אויף שלוחי מצוה אינן ניזוקין זאגט די גמרא אז דאס איז נאר ווען עס איז נישט שכיחא הזיקא, אזוי ווי די גמרא ברענגט א ראי' פין שמואל וואס האט מורא געהאט פין שאול, משא"כ שומר מצוה לא ידע דבר רע - וואס מען רעדט בשעת ער טוט די מצוה - איז אפילו ווען עס איז שכיחא הזיקא, (עס איז דא סתירות אויף דעם, אבער אין קושיא שאין עליו תירוץ) ממילא קען זיין אז אסור לישון בבית יחידי הייסט שכיחא הזיקא, בפרט אז די לשון הגמרא איז 'כל הישן בבית יחידי אחזתו לילית', ווי אזוי ס'זאל נאר נישט זיין, די הערה איז זיכער אז גוטע.

לגבי די ספק וואס איר לייגט פאר ביי פרי' ורבי', דאס איז א מחלוקת פין טורי אבן מיטן מנ"ח, דהיינו, דער טו"א אין ר"ה כח. וואו די גמרא זאגט אז אויב א מענטש האט געגעסן מצה בשעה וואס ער איז געווען א שוטה ואח"כ נשתפה דארף ער נאכאמאל עסן, ווייל מען קען נישט יוצא זיין א מצוה בשעת וואס ער איז פטור, פרעגט דער טו"א אז די גמרא זאגט אין יבמות דף סב,אז היו לו בנים בגיותו ואח"כ נתגייר האט ער יוצא געווען פו"ר, לכאורה בשעת גיותו איז ער דאך נישט געווען מחויב דעמאלטס ווי אזוי קען ער יוצא זיין, דער מנ"ח אין מצוה א' טענה'עט אבער אז די קושיא הייבט זיך נישט אן, ווייל די מצוה פין פו"ר איז נישט די מעשה הבעילה, נאר די תוצאה דערפון, דהיינו, האבן די קינדער, ממילא וויבאלד יעצט בגירותו האט ער דאך אויך קינדער, האט ער שוין מקיים געווען פו"ר, דער טו"א זעהט מען אבער האט געלערנט אז די מצוה איז יא די מעשה הבעילה (נאר אוודאי מוז עס זיין א בעילה וואס ברענגט קינדער)
אין די אחרונים איז דא נאך אסאך וואס רעדן דערפון, איינע פין די נפק"מ איז לגבי נתעברה באמבטי', ויעוין עוד בקוב"ש ח"ב סי' כג, באמת אבער איז מיר אייביג געווען אום פארשטענדליך די שיטה פינעם מנ"ח, ווי אזוי איז שייך א מצוה אויף א זאך וואס איז נישט תלוי ביד האדם, מצוה מיינט דאך א באפעל וואס דער אויבערשטער האט געהייסען פארן מענטש צו טוהן, דעמאלטס ווי אזוי איז שייך צו זאגן אז די מצוה איז די האבן די קינדער, באמת איז שייך מאריך צו זיין אויף דעם, מען זעהט א זעלכע גדרים ביי נאך מצוות ואכ"מ, אגב לייג איך דא צו א שטיקל ספר הברית חלק א' סוף מאמר ט"ז, וואס זעהט אויך אויס אז ער האט פארשטאנען אז א מצוה איז נאר שייך אויף א מעשה.
getimg (6)-1.jpg


לגבי דעם צושטעל אהער, לענ"ד איז עס נישט דומה, דארט זעהט מען אז עס איז שייך אז די מצוה זאל זיין א זאך וואס איז נישט ביד האדם, אבער דא רעדט מען דאך אז א ישן איז בכלל נישט מחויב מיט קיין מצוות, פונקט ווי א מת, איז ווי אזוי איז שייך אז די מצוה זאל זיין די שלאפען ווען ער איז בכלל נישט קיין בר חיובא.

לגבי די ראי' וואס איר ברענגט, פארשטיי איך נישט די ראי', דאס איז כו"ע מודו - און אין הליכות שלמה שמועסט ער עס אויך אויס - אז א מענטש טאר זיך נישט לייגען אין א סוכה וואס ער ווייסט אז מען גייט אים פין דארט ארויסטראגען, ווייל די תורה האט דאך געהייסען תשבו כעין תדורו, דאס הייסט אז בשעת'ן זיך לייגן, דארף ער זיך לייגן אויף אן אופן וואס ער וועט שלאפען אין די סוכה, אבער דאס מיינט נאך נישט אז ער איז מקיים א מצוה בשעת'ן שלאפען, צו זאגן אז ווען איינער איז אים מוציא האט ער אים מבטל געווען פין א מצוה.

לגבי די עצם ענין זעה איך אז מען האט שוין דארט צוגעצייכענט אז די פשטות'דיגע מהלך איז אז עס איז אסור משום מראית העיין.

הצעיר באלפי
שר מאה
תגובות: 184
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג יולי 15, 2016 11:13 am

חידושו של הג"ר שלמה זלמן ז"ל

תגובהדורך הצעיר באלפי » דינסטאג אוקטובער 18, 2016 11:17 pm

עס זענען דא אסאך ראיות צו דעם יסוד פון הגאון רבי שלמה זלמן זצ"ל
א: אויף דער יסוד אז א ישן איז בכלל נישט מחויב מצוות, ווערט געברענגט שוין דעם יסוד און שו"ת שאילות יעב"ץ (ח"ב סי' צז) דהישן אין לו שכר ואין לו עונש ע"ש, וויא אויך בערך אזוי שרייבט דער ערוך השלחן און הל' תפילין (סי' כח ס"ו) און ער ברענג א ראיה אז מיר זאגען יעדען טאג, "המחזיר נשמות לפגרים מתים", ווען מיר שלאפען זענען מיר אזוי וויא א מת ע"ש, מצד שני איז דא א לאנגע תשובה און קרן לדוד (או"ח סי' יח) וויא ער איז מוכיח פון כמה מקומות אז עס איז דא א חיוב אויף מצוות אפילו ביי א ישן ע"ש.
ב: אויף די עצם חידוש פון הגרש"ז אוירבאך ז"ל, כבר קדמו און חידושים והגהות פון הג"ר אלעזר משה הורוויץ זצ"ל, וואס איז געדרוקט סוף פון די גמרות (היינט הייסא עס ילקוט מפרשים וכדו') וואס ער שרייבט קלאר (סוכה כו.) אז איינצידרימלען חות לסוכה איז בכלל נישט קיין חשש, נאר דער עצם גיין שלאפען חות לסוכה איז א פראבלעם ע"ש, און דעס איז ממש די ווערטער פון רבי שלמה זלמן דו"ק.

הצעיר באלפי
שר מאה
תגובות: 184
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג יולי 15, 2016 11:13 am

ראיה מפורשת פון שמחת בית השואבה

תגובהדורך הצעיר באלפי » מיטוואך אוקטובער 19, 2016 12:59 am

איך האב געזען אין נטעי גבריאל, ברענגט ער א ראיה מפורשת לכאורה צו סברת רבי שלמה זלמן, פון די גמ' און סוכה נג., אז בזמן שמחת בית השואבה לא רינו שינה בעינינו, פרעגט די גמ' אז מען דען דאך נישט גיין אם צו שלאפען פאר מער ווי דריי טעג, ענטפערט די גמ', אז לא טעמנו טעם שינה, דנתנמני אכתפי דהדדי ע"ש, און לכאורה דאס איז דאך געווען חוץ לסוכה, זעט מען אז דרימעלען חוץ לסוכה איז נישט קיין פראבלעם, נאר זיך לייגען שלאפען איז די פראבלעם, אפילו אויף א שינת ארעי, אבער צו איינדרימעלען איז מותר.

אוועטאר
פייערמאן
שר חמש מאות
תגובות: 718
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 05, 2016 10:57 pm

תגובהדורך פייערמאן » מיטוואך אוקטובער 19, 2016 5:11 pm

א דאנק אייך הרב הצעיר באלפי אויף די הוספות, אויף דעם שאילת יעב"ץ האט דער שד"ח הנ"ל א גאנצען דיון, דעם ערוה"ש האבן מיר שוין אויבען געברענגט.

לגבי די ראי' פין שמחת בית השואבה וואס די גמרא זאגט דהוו מנמנמי אכתפא דהדדי, לענ"ד איז שווער צו ברענגן פין דארט א ראי', ווייל ווער זאגט אז זיי האבן איינגעדרימעלט, און נישט זיך לכתחילה אראפגעלייגט אויפן חבר'ס אקסעל אביסל דרימלען, בפרט אז זיי האבן דאך געוויסט אז זיי גייען איינדרימלען, ווייל מען קען דאך נישט אנגיין אן דריי טאג שלאף.
לגבי די עצם קושיא ווי אזוי זיי האבן געקענט שלאפען חוץ לסוכה, פרעגט שוין די תשב"ץ אין א תשובה (ח"א סי' ק) די קושיא וז"ל "ועוד אפילו כל שבעה אפשר למינם אכתפא דחברי' כמו שהיו עושין בשמחת בית השואבה כמו דאמרינן בפרק החליל כו', ואע"ג דקיי"ל דשינת עראי אסור חוץ לסוכה ואפילו במוסר שנתו לאחרים, היינו מדרבנן משום חששא דשמא יימשך בשינה, אבל לענין שלא יהא אפשר להיות כן לא" עכ"ל (אין גליוני הש"ס דארט אויף דף כ"ו פרעגט ער שוין אז לכאורה פסק'ענען מיר ווי רבא וואס האלט אין קבע לשינה) אין די אחרונים איז דא נאך תירוצים, עס איז דא וואס ווילען ענטפערן אז זיי האבן עוסק געווען אין די מצוה פין שמחת בית השואבה ממילא העוסק במצוה פטור מן המצוה, עס איז דא וואס ווילען ברענגען א ראי' פין דעם צו די שיטה אז עס איז דא א קלענערע שלאף פין שינת עראי, וואס דאס איז יא מותר צו שלאפען חוץ לסוכה ועוד.

לגבי דעם וואס כ'האב פריער געשריבען
למעשה איז דא א מהלך אין די אחרונים (כ'קען מיך נישט דערמאנען יעצט וואו) אז שומר מצוה לא ידע דבר רע מיט שלוחי מצוה אינן ניזוקין, זענען צוויי באזינדערע זאכן, דהיינו, אויף שלוחי מצוה אינן ניזוקין זאגט די גמרא אז דאס איז נאר ווען עס איז נישט שכיחא הזיקא, אזוי ווי די גמרא ברענגט א ראי' פין שמואל וואס האט מורא געהאט פין שאול, משא"כ שומר מצוה לא ידע דבר רע - וואס מען רעדט בשעת ער טוט די מצוה - איז אפילו ווען עס איז שכיחא הזיקא, (עס איז דא סתירות אויף דעם, אבער אין קושיא שאין עליו תירוץ) ממילא קען זיין אז אסור לישון בבית יחידי הייסט שכיחא הזיקא, בפרט אז די לשון הגמרא איז 'כל הישן בבית יחידי אחזתו לילית'

האב איך געטראפען אין כף החיים (תרל"ט ס"ק יג) אז ער זאגט אנדערשט וז"ל 'ונמצא כתוב בשם הגר"א שמותר לישן בסוכה יחידי דשומר מצוה לא ידע דבר רע, והוא ע"ד מ"ש במס' קידושין שלוחי מצוה אינן ניזוקין וכו' וא"כ כ"ש בזמן עשיית המצוה, מיהו כתיב שם (בקידושין) היכא דשכיח הזיקא לא סמכינן אניסא'.

אוועטאר
פייערמאן
שר חמש מאות
תגובות: 718
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 05, 2016 10:57 pm

תגובהדורך פייערמאן » דאנארשטאג אוקטובער 20, 2016 6:52 pm

לאמיר רעדן אביסל וועגן דעם צווייטען חלק אז מען דארף נישט אויפוועקען איינער וואס האט איינגעדרימעלט חוץ לסוכה, קודם דארף מען מקדים זיין, אז בעצם טרעפט מען שוין אין די פוסקים (ראה למשל בבכורי יעקב תרל"ט ס"ק לד בשם הר"ן) אז מען דארף נישט אויפוועקען איינער וואס איז איינגעשלאפען חוץ לסוכה, אבער זיי אלע קומען מדין מצטער פטור מן הסוכה, אבער דאס וואס מיר זענען יעצט דן, איז מכח ישן פטור מן המצוות.

באמת טאקע פין דעם אז די פוסקים קומען מדין מצטער, זעהט מען לכאורה דלא פין דעם חידוש, און בעצם איז זייער שווער פין די גמרא, דהיינו, די גמרא אויף דף כט. ברענגט 'ת"ר היה אוכל בסוכה וירדו גשמים וירד אין מטריחין אותו לעלות עד שיגמור סעודתו, היה ישן תחת הסוכה וירדו גשמים וירד אין מטריחין אותו לירד ער שיאור', פרעגט די גמרא אן איבעיא 'עד שיעור או עד שיאור ת"ש כו', זעהט מען פין די גמרא אז די גאנצע סיבה פארוואס מען דארף אים נישט אויפוועקען ארויף צו גיין שלאפען אין די סוכה, איז נאר וועגן אין 'מטריחין' דהיינו ווייל עס איז א טירחא, אבער בעצם וואלט געווען א חיוב אים אויפציוועקען, אין הליכות שלמה ברענגען זיי אז מען האט געפרעגט ר' שלמה זלמן די קושיא, און ער האט געענטפערט אז דא איז אנדערשט יעו"ש

לכאורה איז אבער זייער שווער די עצם חידוש, דהיינו, ווייל מען זעהט קלאר אויף צוויי פלעצער אז מען איז יא מחויב אויפציוועקען א מענטש ער זאל נישט עובר זיין אויף דעם וואס ער דארף מקיים זיין, דער רמ"א אין יו"ד סי' שע"ב ברענגט פינעם מהרי"ל, 'כהן שהוא ישן ומת עמו באוהל, צריכין להקיצו ולהגיד לו שיצא', און דער פתחי תשובה לייגט דארט צו אז אפילו בשעת דער כהן האט זיך געלייגט שלאפען האט נאך יענער געלעבט, דאס הייסט, אז ער האט זיך געלייגט בהיתר, איז אויך דא א חיוב אים אויפציוועקען, לכאורה לויט דעם אויבען דערמאנטע חידוש, פארוואס זאל מען אים דארפן אויפוועקען, בשעת ער שלאפט איז ער דאך נישט מצווה זיך נישט צו מטמא זיין, נאר פין דעם וואלט מען זיך נאך אפשר געקענט ארויסדרייען, דהיינו ווייל ביי טומאת כהנים איז דאך דא להזהיר גדולים על הקטנים, אז דער גדול איז מחויב אז דער קטן זאל זיך נישט מטמא זיין, אפילו דער קטן פאר זיך איז נאכנישט מחויב, איז אבער דא א חיוב אויפן גדול צו זעהן אז דער קטן זאל זיך נישט מטמא זיין, קען זיין אז א ישן איז נישט ערגער פין א קטן, דהיינו מען איז אים נישט מחויב אויפציוועקען מצד אים - ווייל ער איז דאך נישט יעצט קיין בר חיובא - דער גדול האט נאר א חיוב אויף זיך צו זעהן אז אפילו די וואס זענען נישט בני דעת זאלן נישט ווערן טמא.

אבער וואס איז יא שווער, איז דאס וואס די מחבר ברענגט אין הל' קרי"ש סי' ס"ג ס"ה 'אם היה ישן מצערים אותו ומעירים אותו עד שיקרא פסוק ראשון והוא ער ממש', דער דין קומט פין די ראשונים, און מען זעהט אז זיי האבן קלאר פארשטאנען אז מען איז מחויב אויפציוועקען א ישן צו זמן קרי"ש, און מען זאגט נישט אז יעצט איז ער דאך נישט מחויב צו ליינען, ווייל ער איז א ישן, דער אמת איז אבער אז ווען מען טראכט גוט אריין זעהט מען אז די קושיא הייבט זיך נישט אן, ווייל סה"כ וואס מען זעהט פין דארט איז, אז ווען עס קומט אן א מצוה וואס מען דארף מקיים זיין, איז מען מחויב אויפציוועקען א ישן ער זאל נישט פארפאסען די מצוה, דהיינו, מצד די חיוב פינעם ישן, דאס הייסט אז ער האט א חיוב נישט צו שלאפען יעצט, נישט צו זיין אין א מצב וואס ער איז פטור מכל התורה, (פארוואס טאקע דארף א הסבר, אפשר אין א צווייטע געלעגענהייט) משא"כ דא ביי שלאפען אין די סוכה, איז דאך נישט שייך צו זאגן אז ער טאר נישט יעצט זיין אין א מצב פין א ישן, אוודאי מעג ער שלאפען, נאר דו ווילסט טענה'ען אז ער דארף שלאפען אין די סוכה, אויף דעם זאגן מיר אז די גאנצע חיוב איז נאר אז ער זאל זיך לייגען אין די סוכה, ווייל בשעת'ן שלאפען איז דאך נישט שייך צו מקיים זיין קיין מצוה, ממילא קען מען הערן אז מען זאל אים נישט דארפן אויפוועקען, ווייל דאס אז ער האט זיך נישט געלייגט שלאפען אין די סוכה, וועט דאך נישט ווערן מתוקן מיט דעם וואס מען האט אים אויפגעוועקט, ממילא איז בכלל נישט קיין דמיון צו קרי"ש.

אין חידושי מהרי"ל דיסקין עה"ת אין פרשת אמור אויפן פסוק בסוכות תשבו שבעת ימים, פרעגט ער א שיינע קושיא אויף די משנה אין מס' סוכה 'הישן תחת המטה לא יצא יד"ח', דהיינו, ער טענה'ט אז די לשון 'לא יצא יד"ח' איז זייער אינטרעסאנט, ווייל לכאורה איז דאך נישט דא קיין חיוב צו שלאפען אין די סוכה (אזוי ווי מיר האבן שוין אויבען דערמאנט) נאר ווען איינער וויל שלאפען דארף ער גיין שלאפען אין די סוכה, אויב אזוי וואס הייסט לא יצא ידי חובתו, נאכמער פרעגט ער, די לשון לא יצא יד"ח איז שייך צו זאגן אויף א זאך וואס דער מענטש קען מתקן זיין, למשל ווען א מענטש האט נישט אינזין געהאט ווען ער האט געגעסן די כזית מצה, לא יצא יד"ח, ממילא דארף ער איבער עסן, אבער דא וואס איז דען שייך צו זאגן, ער זאל נאכאמאל גיין שלאפען?!

ענטפערט ער דארט אין די צווייטע שטיקל, אז די פשט איז אז עס גייט ארויף אויף אנדערע, אנדערע וואס זעהן ווי א מענטש שלאפט תחת המטה, זאלן זיי וויסן אז דער מענטש איז נישט יוצא און זיי זאלן גיין אראפנעמען די בעט, אדער אים אויפוועקען (ער איז מסופק אז עס קען אפשר זיין אז עס איז נישט גענוג אראפצונעמען די בעט, נאר מען מוז אים אויפוועקען מכח מצוות צריכות כוונה, וואס אגב זעהט מען פין אים נישט ווי דער מנ"ח וויל אויפטוהן אז א גאנץ יו"ט איז נישט דא קיין מצוה צו זיין אין סוכה, נאר אן איסור צו עסן אינדערויסען פין סוכה, און אזוי אויך לערנט דער ראגעטשאווער בעצם ביים שלאפען אין די סוכה) עכ"פ זעהט מען פין אים אז עס איז יא דא א חיוב אויפציוועקען א ישן.

אוועטאר
פייערמאן
שר חמש מאות
תגובות: 718
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 05, 2016 10:57 pm

תגובהדורך פייערמאן » פרייטאג אוקטובער 21, 2016 10:40 am

נא_שכל האט געשריבן:געוואלדיג!

לגבי קריאת שמע איז דא א באקאנטע תשובה פון הג"ר עמרם מייזעלס שליט"א אז מ'דארף נישט אויפוועקן. מ'האט שוין אמאל געשמועסט דערוועגן דא.

יעצט באקומען פאר אביסל דעם ויען אברהם - אויב מיינט מען סי' יב - זאגט ער נישט אז מען דארף נישט אויפוועקען, ער זאגט נאר אז דער מענטש האט נישט קיין חיוב צו שטעלן איינעם וואס זאל אים אויפוועקען. (כאטש לענ"ד איז דאס אויך צ"ע - ווייל פין דעם וואס מען זעהט אז אנדערע האבן א חיוב אים אויפציוועקען, זעהט מען אז דער מענטש האט בעצם א חיוב - אבער זאגט ער נישט קעגן א בפירוש'ע מחבר בלי שום חולק)

אוועטאר
נא_שכל
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4398
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 14, 2008 10:44 pm
לאקאציע: עולם הדמיון

תגובהדורך נא_שכל » פרייטאג אוקטובער 21, 2016 5:29 pm

רבי אשאיש שליט"א יישר כח

חילך לאורייתא!

הערליך חידוש פון פון ר' יהושע לייב דיסקין

כ'האף אז שרייבסט עס אפ אין לשה"ק בצורת ספר, שיינע מאמר.
"ואומר לאשר יבוא מכתבי לחזות, אכול את המגילה הזאת. כי מהאוכל יצא מאכל, ושכל יצא משכל ..." (ר' ברכיה בן נטרונאי הנקדן, בהקדמת ספרו 'משלי שועלים').

אוועטאר
ראפאט קראמפלי
שר האלף
תגובות: 1838
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוקטובער 07, 2013 12:16 pm
לאקאציע: אין טעלער.

תגובהדורך ראפאט קראמפלי » מאנטאג אוקטובער 02, 2017 7:36 pm

ארויף.
די ריכטיגע ווארט איז ראקאט קראמפלי, איך וויל פשוט מ'זאל נישט כאפן ווער איך בין ממילא רוף איך זיך ראפאט.


צוריק צו “מדי שבת בשבתו ומועד במועדו”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 3 געסט