הפטורות

פרשת השבוע וענינא דיומא

די אחראים: אחראי, גבאי ביהמד

בעל קורא
שר מאה
תגובות: 100
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 24, 2012 11:42 am

תגובהדורך בעל קורא » דינסטאג אפריל 29, 2014 12:46 pm

די שאלה איז אזוי

לויט אונזער מנהג אז הפטרת אחרי איז הלא כבני כושיים און קדושים התשפוט, איז פאר די וואס פירן זיך צו ליינען שבת הגדול וערבה אפילו ווען עס נישט ערב פסח (אדער דוקא ווען עס איז נישט ערב פסח, יש בזה כמה מנהגים). שטעלט זיך א שאלה וואס ליינט מען אין אזא יאר קדושים.
בהגהות הגערק"א סו"ס תכ"ח כתב שנראה לו מסברא שיאמרו הלא כבני כושיים. וכן הביא רו"ה בחומש שלו שכן מנהג פפ"ד. (זיי ביידע רעדן אויף א אופן וואס אחרי איז געווען ערב ר"ח, אבער דא איז די זעלבע שאלה).
אבער אין ספר המנהגים להר"א טירנא וואס ער איז איינע פון די מקרות פונעם רמ"א (אז בשנה פשוטה ליינט מען אחרי-קדושים הלא כבני כושיים, און אויף דעם לייגט רעק"א צו אז הוא הדין אויב מהאט נישט געליינט הלא כבני כושיים אין שבת אחרי ווייל עס איז געווען ער"ח) זאגט ער קלאר אז ווען עס איז קדושים אליין זאגט מען הלא כבני כושיים אפילו אויב אחרי איז געווען ער"ח.
און אזוי שטייט אויך אין שלחן עצי שטים לבעל מרכבת המשנה.

דעם שבת האט בעל קורא (יד"נ) געהאט די זכיה צו ליינען אין 3 שולען וואו מען לייענט די הפטרה, אזוי ווי כהאב נישט געוואוסט די מנהגים האבעך זעך געגרייט ביידע (אין איין שול ליינט מען די הפטרה פון א קלף).

די ערשטע האט נישט געהאט געליינט וערבה שבת הגדול איז נישט געווען קיין שאלה אז מען ליינט יעצט התשפוט.
אין די צווייטע האט דער מורה הוראה געזאגט צו טוען וואו דער ספר המנהגים נאכן איבערגיין מיט איהם די צדדים און מקורות הידועים לי.
אין די דריטע איז דער דיין שליט"א געקומען גלייך נאכן ענדיגן ליינען זאגן אז מליינט די הפטרה פון אחרי הלא כבני כושיים, און ווען כהאב אים געזאגט וועגן דעם ספר המנהגים האט ער געזאגט רעק"א איז גענוג גרויס.
לעצט פאראכטן דורך בעל קורא אום דינסטאג אפריל 29, 2014 1:00 pm, פאראכטן געווארן 3 מאל סך הכל.

בעל קורא
שר מאה
תגובות: 100
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 24, 2012 11:42 am

תגובהדורך בעל קורא » דינסטאג אפריל 29, 2014 12:55 pm

די הודעה וואס איז דא געברענגט געווארן אז אין לוח דבר בעתו תשנ"ז ווערט עס אויסגעשמועסט, איז א טעות.
דארט איז די מעשה אויף א יאר וואס מ'ליינט יא ביידע הפטרות (אין די פלעצער וואס זאגן אלעמאל וערבה שבת הגדול קומט עס נאר אויס בקביעות זח"ג, וואס איז נישט קיין אפטע ערשיינונג). און אויף דעם איז געווען א ריזן פולמוס אין ירושלם בשנות תש"ג תש"ו צו מען טוט ווי דער מרדכי מיטן רמ"א והמנהגים אדער פארקערט (ווי עס איז געעוען א מנהג קדמון, ובחציו הוא כמנהג ספרד), אדער גאר ביידע מאל הלא כבני כושיים.

און אונזער שאלה ווערט דארט נאר דערמאנט דרך אגב, און ער ברענגט נאר דעת רעק"א והמשנ"ב


ואגב, דאס וואס דער דבר בעתו ברענגט פון סדר הפטרות, פ"פ תרנ"ו, זעהט מיר אויס צו זיין א העתקה פון רו"ה'ס לשון

ראש הקהל
שר חמש מאות
תגובות: 820
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 04, 2011 1:36 pm

תגובהדורך ראש הקהל » מאנטאג אוגוסט 11, 2014 12:46 pm

ס'דא א נייע חומש, בשמו יכונה, חומש המהודר, וואס האט געמאכט א שיינע דשזאב אויף דו הפטורות

דרעזנער פון קול מבשר האט שמועסן מיט'ן מחבר יעדער שטיק צייט.

אוועטאר
לכאורה
שר עשרת אלפים
תגובות: 10754
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 20, 2009 2:43 pm

תגובהדורך לכאורה » זונטאג דעצמבער 07, 2014 12:08 am

למעלה משבעים האט געשריבן:ביי אונז אין ביהמ"ד האט מען געזאגט ביידע הפטורות, קודם ועמי, און נאכדעם חזון עובדיה.

היי יאר האט מען מיך געפרעגט (אלס כלומר'שטער הפטרה ווייסער...) וועלכע הפטרה מ'זאגט פרשת וישלח, און עס איז מיר ארויס פון קאפ די גאנצע אשכול דא וואס איך האב געגרינדעט דערוועגן פאראיאר... ווי א חכם האב איך געהייסן זאגן "ועמי תלואים למשובתי" און דאן האב איך געהערט עטליכע אידן זאגן "חזון עובדיה", האב איך מיך דערמאנט דעם גאנצן עסק וואס מיר האבן דא געהאט דערוועגן פאראיאר... למעשה האב איך געזאגט ביידע, און יעצט זעה איך אז דאס איז דער מנהג פון 'למעלה משבעים''ס מקום..
איך בין צוריקגעבליבן מיט טויזנטער אשכולות, אבער איך געב נישט אויף... שטייטליך און צוביסלעך וועט מען אי"ה "ווייס מאכן די קרעטשמע"

אוועטאר
יואב בן צרויה
שר שלשת אלפים
תגובות: 3253
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 24, 2014 9:11 pm

תגובהדורך יואב בן צרויה » דאנארשטאג דעצמבער 18, 2014 11:04 am

איך האב נארוואס געטראפען אין תוספות יום טוב א מעינינא דיומא׳דיגע טעם אויף די ענין פון הפטורה. ער ברענגט אין מגילה פרק ג משנה ד בשם ספר התשבי (א ספר ענליך צום ספר הערוך) אז ווען אנטיוכיס מיט די יוונים האבן פארבאטן צו לערנען תורה האבן די חכמי הדור דעמאלט מתקן געווען צו ליינען א פרשה פון נביא וועלכע איז דומה צו די פרשת השבוע און ס׳איז צוגעגאנגען פונקט ווי די קריאת התורה ביז דאן, מיט עליות, טראפן און קלף. (זעהט אויס אז די גזירה איז נאר געווען אויף חומש.) ווען די חשמונאים האבן געזיגט האט מען נישט געוואלט אינגאנצן עוקר זיין די מנהג, האט מען געשטעלט איינער נאכן ליינען וואס זאל מקיים זיין דער מנהג. נאר אלץ כבוד התורה האט מען צוגעלייגט אז דער מפטיר ליינט צוערשט אביסל אין די תורה.

יאנקעלע קליגער
שר האלפיים
תגובות: 2823
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אפריל 30, 2013 5:18 pm

תגובהדורך יאנקעלע קליגער » פרייטאג דעצמבער 11, 2015 10:23 am

וועלעכע הפטרה זאגט מען די וואך , ר"ח אדער חנוכה ?
העי! דו, זיי נישט אזוי פארזעצט,
עפעס א לחלוחיות גוטסקייט איז אראפגערונען צו דיר אויך, אז דו וועסט עס איינזען וועסטו אנהייבן שפירן אז אך טוב וחסד ירדפוני.

אוועטאר
זושאלע
שר חמישים ומאתים
תגובות: 398
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש יולי 31, 2010 5:09 pm

תגובהדורך זושאלע » פרייטאג דעצמבער 11, 2015 11:29 am

יאנקעלע קליגער האט געשריבן:וועלעכע הפטרה זאגט מען די וואך , ר"ח אדער חנוכה ?

חנוכה.
שכל קומט מיט די יארן...

והוא פלאי
שר האלפיים
תגובות: 2749
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 23, 2009 3:18 pm

תגובהדורך והוא פלאי » פרייטאג דעצמבער 11, 2015 12:02 pm

והוא פשוט, כמבואר בשו"ע הל' חנוכה, ובהל' ר"ח ובהל' ד' פרשיות מבואר הטעם
ובדרך דרוש אומר הרה"ק מסאטמאר בדברי יואל, דהרי תרווייהו איתנהו, דע"י חנוכה נתקיים ר"ח, דהיוונים רצו לבטל חודש שבת מילה
למה זה תשאל לשמי...

סוואליעווער אייניקל
שר האלף
תגובות: 1020
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 12, 2015 3:09 pm
לאקאציע: אין מערב אירופה

תגובהדורך סוואליעווער אייניקל » פרייטאג אוגוסט 10, 2018 5:32 am

וועלכע הפטורה זאגט מען די וואך, שבת ר"ח אדער שבעה דנחמתא?
ס'איז תלוי צווישן אשכנזים און ספרדים, ווי אזוי פירט מען זיך אין די חסיד'ישע פלעצער?
קרעדיט: מכון 'נצר מטעי'

אוועטאר
יגעתי ומצאתי
שר האלף
תגובות: 1411
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 31, 2011 5:02 pm

תגובהדורך יגעתי ומצאתי » פרייטאג אוגוסט 10, 2018 7:03 am

הפטרת שבת ר"ח, השמים כסאי. ווייל דארט שטייט אויך מנחמת ירושלים.
פרשת כי תצא וועט מען זאגן עני' סוערה און רני עקרה (הפטרת ראה-תצא) אינאיינעם, וויבאלד זיי זענען איינס לעבן צווייטן אין ישעי'.

(ווען ר"ח געפאלט זונטאג, זאגט מען יא פון די ז' דנחמתא, ווייל אין מחר חודש שטייט נישט מנחמת ירושלים. געוויסע לייגן צו די ערשטע און לעצטע פסוק פון מחר חודש).


צוריק צו “מדי שבת בשבתו ומועד במועדו”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 3 געסט