צום גדליה - אנווייזונגען פארן בעל תפילה

פרשת השבוע וענינא דיומא

די אחראים: אחראי, גבאי ביהמד

אוועטאר
לכאורה
שר עשרת אלפים
תגובות: 10751
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 20, 2009 2:43 pm

צום גדליה - אנווייזונגען פארן בעל תפילה

תגובהדורך לכאורה » זונטאג סעפטעמבער 08, 2013 12:13 pm

היות דער היינטיגער טאג איז פון די סאמע שווערסטע פארן בעל תפילה, ווארום מען ברויך האלטן קאפ כסדר אויף די פריש צוגעקומענע זאכן פון די עשרת ימי תשובה, ווי אויך תפלת עננו און הוצאת ס"ת וכו', וועל איך געבן א צייכן אן אלע זאכן לויט די רייע, כדי שלא תטעו כדרך שטעה פלוני...

א. ביי קדיש דרבנן בעפאר הודו "לעילא ולעילא" און "עושה השלום".
ב. שיר המעלות ממעמקים נאך ישתבח.
ג. "לעילא ולעילא" ביי קדיש בעפאר ברכו.
ד. שטעל דיך אפ בעפאר "זכרנו לחיים" און "מי כמוך".
ה. זאג "המלך הקדוש".
ו. פארגעס נישט בעפאר רפאינו צוצולייגן די ברכה פון "עננו" מיטן סיום פון ברוך אתה ה' העונה לעמו ישראל בעת צרה.
ז. זאג "המלך המשפט".
ח. שטעל דיך אפ בעפאר "וכתוב".
ט. ברכת כהנים [דאס איז שייך א גאנץ יאר, אבער ווען דו פרובירסט האלטן קאפ אויף אלע צוגעקומענע, פארגעס נישט די תדיר'דיגע צוגאבעס פונעם ש"ץ].
י. שטעל דיך אפ בעפאר "בספר חיים".
יא. מען זאגט תחנון ונפילת אפים, דאן אבינו מלכינו, דאן שומר ישראל [אדער והוא רחום, אם חל ביום ב' וה'].
יב. "לעילא ולעילא" ביי קדיש נאך תחנון.
יג. א-ל ארך אפים אויב עס איז מאנטאג אדער דאנערשטאג.
יד. ויהי בנסוע - "שיר למעלות" - בריך שמיה. [נעם מיט א סידור צו פתיחת הארון...].
טו. מען ליינט ויחל כו'.
טז. זאג נישט "יהי רצון", נאר אויב עס איז מאנטאג אדער דאנערשטאג.
יז. "לעילא ולעילא" און "עושה השלום" ביי קדיש תתקבל.
יח. יהללו וכו'. יום. "לעילא ולעילא" און "עושה השלום" ביי קדיש יתום.
יט. "לעילא ולעילא" און "עושה השלום" ביי קדיש דרבנן.
כ. לדוד ה' אורי.

הצלחה רבה.
איך בין צוריקגעבליבן מיט טויזנטער אשכולות, אבער איך געב נישט אויף... שטייטליך און צוביסלעך וועט מען אי"ה "ווייס מאכן די קרעטשמע"

אוועטאר
msp
שר עשרת אלפים
תגובות: 18004
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מארטש 10, 2011 10:03 am
לאקאציע: בין גברא לגברא

תגובהדורך msp » זונטאג סעפטעמבער 08, 2013 12:16 pm

טאקע פארגעסען און געזאגט קל ארך אפים
חכלילי עינים מיין ולבן שנים מחלב

אוועטאר
לכאורה
שר עשרת אלפים
תגובות: 10751
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 20, 2009 2:43 pm

תגובהדורך לכאורה » זונטאג סעפטעמבער 08, 2013 12:19 pm

msp האט געשריבן:טאקע פארגעסען און געזאגט קל ארך אפים

ביי מיין מנין האט דער בעל תפילה אנגעהויבן יהי רצון שלאחר קריאת התורה, ביז דער עולם האט אים פארשוויגן.
איך בין צוריקגעבליבן מיט טויזנטער אשכולות, אבער איך געב נישט אויף... שטייטליך און צוביסלעך וועט מען אי"ה "ווייס מאכן די קרעטשמע"

אוועטאר
moshele11211
שר האלף
תגובות: 1253
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 26, 2010 2:18 pm

תגובהדורך moshele11211 » זונטאג סעפטעמבער 08, 2013 12:20 pm

סאגיטע ליסט דעס! קענסט צולייגן א לעילא נאכן קריאת התורה
אמעראצעס פונעם עולם אז מען זאגט נישט קיין תחנון דעי וואך, וואס באמת הייבט מען אן נישט צו זאגן פון ערב יום כיפור ( איך רעדט נישט ווען עס איז דא א ברית) ממישט אויס מיט חודש ניסן, עפעס אזוי..
לעצט פאראכטן דורך moshele11211 אום זונטאג סעפטעמבער 08, 2013 12:22 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.

אוועטאר
farshlufen
שר עשרת אלפים
תגובות: 19970
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

תגובהדורך farshlufen » זונטאג סעפטעמבער 08, 2013 12:21 pm

לכאורה האט געשריבן:
msp האט געשריבן:טאקע פארגעסען און געזאגט קל ארך אפים

ביי מיין מנין האט דער בעל תפילה אנגעהויבן יהי רצון שלאחר קריאת התורה, ביז דער עולם האט אים פארשוויגן.
סימן דלא ידע כלום, שבוחי.

אוועטאר
moshele11211
שר האלף
תגובות: 1253
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 26, 2010 2:18 pm

תגובהדורך moshele11211 » זונטאג סעפטעמבער 08, 2013 12:23 pm

סייהייבט אן ווערן דא א שאלה פון גילו, ניין ?

אוועטאר
עקבי הצאן
שר האלפיים
תגובות: 2557
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מארטש 14, 2013 11:44 am

תגובהדורך עקבי הצאן » זונטאג סעפטעמבער 08, 2013 1:00 pm

איך האב מיך היינט נאך תחנון באזעצט און אנגעהויבן בקול רעש "אשרי" כ'האב שוין געהאלטן טיף אינמיטן גיט מיר א שכן א קלאפ...
דערנאך ענדיג איך אזוי הויך דעם בריך שמיה זעה איך דעם עולם שטיין איינגעבויגן איבער די סידורים מיט די קליינע שווערע ווערטער ...
תחל שנה וברכותיה
אם לא תדעי לך היפה בנשים צאי לך בעקבי הצאן: התבונני בדרכי אבותיך הראשונים שקבלו תורתי ושמרו משמרתי ומצותי ולכי בדרכיהם, (רש"י שיר השירים).

אוועטאר
לכאורה
שר עשרת אלפים
תגובות: 10751
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 20, 2009 2:43 pm

תגובהדורך לכאורה » זונטאג סעפטעמבער 08, 2013 1:03 pm

moshele11211 האט געשריבן:סייהייבט אן ווערן דא א שאלה פון גילו, ניין ?

נע, ווען איך דאווען איז 'פארשלאפן' געווענליך שוין ביי זיין לאנטש ברעיק...
איך בין צוריקגעבליבן מיט טויזנטער אשכולות, אבער איך געב נישט אויף... שטייטליך און צוביסלעך וועט מען אי"ה "ווייס מאכן די קרעטשמע"

מי יודע
שר חמשת אלפים
תגובות: 5843
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 31, 2009 4:35 pm

תגובהדורך מי יודע » זונטאג סעפטעמבער 08, 2013 1:25 pm

msp האט געשריבן:טאקע פארגעסען און געזאגט קל ארך אפים
אידעלע זיי פרייליך, שטארק דיך שטארק דיך אצינד, ווייל דו ביסט דאך א בן מלך, דעם באשעפער'ס קינד.

אוועטאר
שנאפס
שר עשרת אלפים
תגובות: 15180
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 12, 2011 9:59 pm
לאקאציע: אויף די קרעטשמע פאליצעס
פארבינד זיך:

תגובהדורך שנאפס » זונטאג סעפטעמבער 08, 2013 2:12 pm

מי יודע האט געשריבן:
msp האט געשריבן:טאקע פארגעסען און געזאגט קל ארך אפים
kraitchmah עט גימעיל

אוועטאר
לכתחילה אריבער
שר עשרת אלפים
תגובות: 19987
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 09, 2010 7:20 pm
לאקאציע: למטה מעשרה

תגובהדורך לכתחילה אריבער » זונטאג סעפטעמבער 08, 2013 2:13 pm

farshlufen האט געשריבן:
לכאורה האט געשריבן:
msp האט געשריבן:טאקע פארגעסען און געזאגט קל ארך אפים

ביי מיין מנין האט דער בעל תפילה אנגעהויבן יהי רצון שלאחר קריאת התורה, ביז דער עולם האט אים פארשוויגן.

ישר כח פאר די ליסטע, כ'האב געהאט "פארלוירן די צאל" וויפיל מאל עס איז געווען צווישען-רופען היינט ביי מיין מנין! יעצט ווייס איך שוין........ "כ."!!
"די וועלט זאגט אז מען קען ניט ארונטער דארף מען אריבער, און איך האלט אז מ'דארף לכתחילה אריבער" קרעדיט אדמו"ר מהר"ש

אוועטאר
פלעכטער
שר האלף
תגובות: 1984
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 20, 2013 11:57 am
לאקאציע: אין קינדערישע הענט...

תגובהדורך פלעכטער » זונטאג סעפטעמבער 08, 2013 2:55 pm

די אלע וואס שרייען לעילא ולעילא פארן בעל תפילה, זענען גורם ער זאל זאגן דריי מאל לעילא לעילא ולעילא, דאס איז זיכער נישט קיין ענין, די עצה איז אריין צישרייען נאר ולעילא....
ווען וועלט וואלט געווען וועלט, וואלט עס געהייסן אייוועלט!

אוועטאר
לכאורה
שר עשרת אלפים
תגובות: 10751
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 20, 2009 2:43 pm

תגובהדורך לכאורה » זונטאג סעפטעמבער 08, 2013 4:23 pm

פלעכטער האט געשריבן:די אלע וואס שרייען לעילא ולעילא פארן בעל תפילה, זענען גורם ער זאל זאגן דריי מאל לעילא לעילא ולעילא, דאס איז זיכער נישט קיין ענין, די עצה איז אריין צישרייען נאר ולעילא....

די ריכטיגע עצה איז צו שווייגן, מען רעדט דאך נישט פון א זאך וואס איז מעכב, סך הכל איז עס אן ענין, און איך גלייב נישט אז עס פעלט אויס איבערצודרייען דאס בית המדרש דערוועגן.

וכאן המקום למחות אויף געוויסע לצים וואס שרייען שטענדיג "לעילא ולעילא" אפילו נאכדעם וואס מפורש יצא כן מפי הבעל תפילה, רק כדי להגדיל ה'טראסק, וכדי בזיון וקצף.
איך בין צוריקגעבליבן מיט טויזנטער אשכולות, אבער איך געב נישט אויף... שטייטליך און צוביסלעך וועט מען אי"ה "ווייס מאכן די קרעטשמע"

אוועטאר
פליגל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3920
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג סעפטעמבער 04, 2009 1:27 pm
לאקאציע: ביים פענסטער

תגובהדורך פליגל » זונטאג סעפטעמבער 08, 2013 4:43 pm

לכאורה האט געשריבן:וכאן המקום למחות וכו'.

טייל פירן זיך צי שרייען "געזאגט געזאגט..." ווען די אנדערע טייל ביהמ"ד שרייט שוין אמן...
נאט אייך א גרינע...


אוועטאר
עקבי הצאן
שר האלפיים
תגובות: 2557
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מארטש 14, 2013 11:44 am

תגובהדורך עקבי הצאן » זונטאג סעפטעמבער 08, 2013 6:18 pm

לכאורה האט געשריבן:
פלעכטער האט געשריבן:די אלע וואס שרייען לעילא ולעילא פארן בעל תפילה, זענען גורם ער זאל זאגן דריי מאל לעילא לעילא ולעילא, דאס איז זיכער נישט קיין ענין, די עצה איז אריין צישרייען נאר ולעילא....

די ריכטיגע עצה איז צו שווייגן, מען רעדט דאך נישט פון א זאך וואס איז מעכב, סך הכל איז עס אן ענין, און איך גלייב נישט אז עס פעלט אויס איבערצודרייען דאס בית המדרש דערוועגן.

וכאן המקום למחות אויף געוויסע לצים וואס שרייען שטענדיג "לעילא ולעילא" אפילו נאכדעם וואס מפורש יצא כן מפי הבעל תפילה, רק כדי להגדיל ה'טראסק, וכדי בזיון וקצף.


הנח להם לישראל ....
אם לא תדעי לך היפה בנשים צאי לך בעקבי הצאן: התבונני בדרכי אבותיך הראשונים שקבלו תורתי ושמרו משמרתי ומצותי ולכי בדרכיהם, (רש"י שיר השירים).

אוועטאר
פלעכטער
שר האלף
תגובות: 1984
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 20, 2013 11:57 am
לאקאציע: אין קינדערישע הענט...

תגובהדורך פלעכטער » זונטאג סעפטעמבער 08, 2013 6:45 pm

ביסט גערעכט אז די בעסטע איז צי שווייגען, אבער יענע אידן לעבן פון די בעלי תפילות טעותום אין זיי ברויכען אויך א שמחות יו"ט...
ווען וועלט וואלט געווען וועלט, וואלט עס געהייסן אייוועלט!

אוועטאר
געלעגער
שר עשרת אלפים
תגובות: 11802
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 17, 2009 5:52 pm

תגובהדורך געלעגער » זונטאג סעפטעמבער 08, 2013 6:45 pm

מיין מנין איז ב"ה אדורך אן קיין אינצידענטן. נאך א האלבע שעה איז אלעס געווען פארטיג

אוועטאר
שנאפס
שר עשרת אלפים
תגובות: 15180
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 12, 2011 9:59 pm
לאקאציע: אויף די קרעטשמע פאליצעס
פארבינד זיך:

תגובהדורך שנאפס » זונטאג סעפטעמבער 08, 2013 6:48 pm

געלעגער, האסט געדאוונט היינט מיט מיין מנין?...
kraitchmah עט גימעיל

אוועטאר
msp
שר עשרת אלפים
תגובות: 18004
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מארטש 10, 2011 10:03 am
לאקאציע: בין גברא לגברא

תגובהדורך msp » מאנטאג סעפטעמבער 09, 2013 8:15 am

כאטש זעה איך אז איך בין נישט אליין.....
חכלילי עינים מיין ולבן שנים מחלב

אוועטאר
מאנ-יימער
שר עשרת אלפים
תגובות: 10552
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך דעצמבער 14, 2011 10:36 am
לאקאציע: אויפן וועג ארויף

תגובהדורך מאנ-יימער » מאנטאג סעפטעמבער 09, 2013 1:18 pm

געדאווענט נעכטן מיטן ערשטן מנין אין מיין ביהמ"ד, אלעס איז אדורך גלאטיג.
די בעלי תפילות פון די פריע מנינים ווייסן שוין צוויי טעג בעפאר אויב עס קומט א טויש אינעם סקעדזשול, די צייט אין יענע מנינים ערלויבט נישט דאס מינדעסטע טעות.
ווער זאגט?... ער האט געזאגט איז וואס?... נו! האט ער געזאגט, ווער איז ער צו זאגן?

פראצעדור
שר חמישים
תגובות: 98
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 23, 2018 8:34 pm

תגובהדורך פראצעדור » מיטוואך סעפטעמבער 12, 2018 7:38 am

ארויף

אוועטאר
פריטלעך
שר חמישים ומאתים
תגובות: 259
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 04, 2018 3:00 pm

תגובהדורך פריטלעך » מיטוואך סעפטעמבער 12, 2018 11:59 am

איי איי איי.. זאפטיגע תגובות איינס ביי איינס מלא טעם. (אין קיין איינס נישט בייסיג)
ווי נעמט מען די גוטע יארן! אלטע אידן, וועקט אייך אויף און קומטס צירוק.

אוועטאר
טעם וריח
שר חמש מאות
תגובות: 642
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 19, 2017 7:33 pm

תגובהדורך טעם וריח » מיטוואך סעפטעמבער 12, 2018 12:16 pm

אההההה סארא קולות געווען... שיר המעלות!!! נו!!!!!!
און די בעל קורא האט פארגעסן לעילא ולעילא... נא נא!!
געשמאקע אשכול דאס

אוועטאר
לכאורה
שר עשרת אלפים
תגובות: 10751
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 20, 2009 2:43 pm

תגובהדורך לכאורה » מיטוואך סעפטעמבער 12, 2018 12:37 pm

אה, נישט געדענקט אז כ'האב געגרינדעט אזא אשכול אין די פארגאנגענהייט... היי יאר האט א פרישער בר מצוה בחור'ל געמיינט אז ער קען ווייזן גבורות, ער איז צוגעגאנגען מיט א פרישקייט, (קיין לעילא-ולעילא נישט געזאגט, אבער דער עולם האט נישט באמערקט, סוף כל סוף רעדט מען דאך פון א בר מצוה בחור'ל וועמען מ'דארף האבן מזל צו הערן ווען צו ענטפערן אמן וכדומה), נאך ישתבח תיכף אנגעהויבן יתגדל וכו' ביז דער עולם האט געשריגן שיר המעלות.

ביי הויכע שמו"ע האט ער אויפגעגעבן... א אינגערמאן איז צוגעגאנגען, אבער אויך ער האט פארגעסן "עננו" בעפאר רפאנו און דער עולם האט אריינגעשריגן.

נאך א מזל אז איך בין נישט צוגעגאנגען, ווייל מיר איז אויך נישט געליגן אין קאפ דער "עננו", און אויך נישט די "אבינו מלכנו" נאך נפילת אפים...

אי"ה איבערעס-יאר געזונטערהייט.
איך בין צוריקגעבליבן מיט טויזנטער אשכולות, אבער איך געב נישט אויף... שטייטליך און צוביסלעך וועט מען אי"ה "ווייס מאכן די קרעטשמע"

דריידל
שר האלפיים
תגובות: 2541
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 07, 2015 2:13 pm

תגובהדורך דריידל » מיטוואך סעפטעמבער 12, 2018 12:41 pm

moshele11211 האט געשריבן:סאגיטע ליסט דעס! קענסט צולייגן א לעילא נאכן קריאת התורה
אמעראצעס פונעם עולם אז מען זאגט נישט קיין תחנון דעי וואך, וואס באמת הייבט מען אן נישט צו זאגן פון ערב יום כיפור ( איך רעדט נישט ווען עס איז דא א ברית) ממישט אויס מיט חודש ניסן, עפעס אזוי..


ס'דא וואס זאגן נישט קיין תחנון ווייל מ'האט שוין געזאגט ביי סליחות און מ'זאגט נישט תחנון מער ווי איין מאל א טאג.


צוריק צו “מדי שבת בשבתו ומועד במועדו”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 4 געסט