תפארת שלמה פרשת נח

פרשת השבוע וענינא דיומא

די אחראים: אחראי, גבאי ביהמד

אוועטאר
אנעים זמירות
שר שלשת אלפים
תגובות: 3781
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 05, 2012 10:32 am
לאקאציע: ווען מען זאגט אמר ר' בנימין הכל בחזקת סומין וכו'

תפארת שלמה פרשת נח

תגובהדורך אנעים זמירות » מיטוואך אוקטובער 17, 2012 1:03 pm

ויבא נח וגו' אל התבה מפני מי המבול. פירש"י אף נח מקטני אמנה היה וכו' – נח האט אליין נישט געהאט דעם ריכטיגען אמונה אז עס וועט קומען א מבול, און ער האט אלץ געקלערט דאס דער אויבעשטער וועט צום סוף נישט ברענגען א מבול. ערשט ווען עס האט זיך גענומען רעגענען און די וואסערען האבען געדראעט צו פארפלייצען איז ער אריין אין תבה (דאס מיינט דער פסוק מפני מי המבול).
פרעגט דער תפארת שלמה, און אזוי שטעלן זיך פיהל אנדערע ספה"ק, וויאזוי קען מען זאגען אויף נח דאס ער האט נישט געהאט קיים אמת'ע אמונה בה', דער פסוק זאגט דאך אויף איהם כי אותך ראיתי צדיק? נאך מער, דער אויבעשטער האט איהם דאך שוין אנגעזאגט אזויפיהל יאר אז עס וועט קומען א מבול, און ער אליין בויט שוין א תבה הונדערט און צוואנציג יאר, איז וויאזוי איז שייך צו זאגען אז ער האט נישט געגלייבט.
זאגט דער תפא"ש א כונה אין די ווערטער פון רש"י, עפ"י וואס מיר טרעפען אין חז"ל א טענה אויף נח פארוואס ער האט נישט מתפלל געוועהן אויף בני דורו זיי זאלען געראטעוועט ווערן, אנדערש ווי אברהם אבינו וואס ער האט יא געבעטען רחמים אויף די אנשי סדום. באמת דארף מען פארשטיין פארווס טאקע האט נח נישט געדאווענט אויף זיי? נאר דער טעם איז, שרייבט דער תפא"ש, ווייל ער האט אליין נישט געגלייבט און אנערקענט ווי גרויס איז זיין כח התפילה.
נח האט געמיינט דאס עס איז נגד רצונו כביכול צו בעטען רחמים אויף די מענטשען פון זיין דור נאכדעם וואס עס איז שוין נגזר געווארען די גזירה. ער האט נישט געוואוסט פון דעם סוד וואס חז"ל לערנען אונז הקב"ה גוזר וצדיק מבטלה. און דאס איז באמת דער רצון ה' עס זאל אזוי זיין. אזוי ווי מיר טרעפען בכל התורה כולה ווען צדיקים האבען איינגעריסען מבטל זיין די גזירות ה', ווי למשל אאע"ה ביי סדום, און משרע"ה ביי די פארשידענע עבירות פונעם דור המדבר.
שרייבט דער תפא"ש ווייטער אז דאס איז געוועהן די כונה באלד בשעת בריאת העולם עס זאלען זיין צדיקים וואס וועלן מבטל זיין די גזירות ה'. חז"ל זאגען בתחלה עלה במחשבה לבראו במדת הדין וכו' – אין אנפאנג איז געוועהן דעם מחשבה ביי כביכול צו באשאפען א וועלט במדת הדין, אבער ווען ער האט געזעהן אז עס וועט אזוי נישט האבען קיין קיום וּשְׁתָּפוֹ מדת הרחמים למדת הדין – האט דער אויבעשטער געמאכט א שותפות צווישען דעם מדה"ר און דעם מדה"ד. פארטייטשט דער תפא"ש דעם ענין פון די שותפות אויף צדיקים וואס ווערן אנגערופען אין עטליכע ערטער אין חז"ל מיטען נאמען 'שותף במעשה בראשית'. ווען דער אויבעשטער האט געשעהן ווי דער וועלט קען נישט האבען א קיום בלויז מיטען מדה"ד האט ער צוזאמען געשטעלט די תפילות און בקשות פון צדיקים וואס זיי זענען מעורר רחמים אויף די באי עולם, און זענען מבטל די שלעכטע גזירות. און טאקע מיט דעם זענען זיי שותפים במעשה בראשית.
לייגט ער צו א געדאנק דאס ביים סדר פון בריאת העולם טרעפען מיר אלץ נאר דעם שם אלקים וואס צייגט אויף דין. ערשט נאך ווען דער פסוק זאגט תולדות שמים וארץ בהברא"ם, וואס חז"ל לערנען אז עס איז מרמז אויף אברה"ם, שטייט ביום עשות ה' אלקים. דעם שם ה' וואס ווייזט אויף רחמים צוזאמען מיטען שם אלקים. דאס איז דער שותפות צווישען מדה"ר און מדה"ד, וואס קומט מכח די צדיקים.
דאס איז געוועהן דעם ענין דא ביי נח. ער איז געוועהן מקטני אמנה דהיינו ער האט נישט געגלייבט אין זיך אליין! ער האט נישט געגלייבט ווי ווייט זיינע תפילות קענען אויפטוהן און וואספארא כח ער האט. דערפאר טרעפען מיר אין פסוק את האלקים התהלך נח – ער איז געגאנגען צוזאמען מיטען באשעפער און האט מסכים געוועהן צו זיינע גזירות, משא"כ אאע"ה איז געוועהן התהלך לְפָנַי – ער האט גוזר געוועהן גוטע גזירות און כביכול האט אויסגעפירט (כאילו ווי איינער וואס גייט פאראויס). בבחינת ותגזור אומר ויקם.


איש צדיק תמים היה בדרתיו. פירש"י יש מרבותינו שדורשים אותו לשבח וכו' ויש שדורשים אותו לגנאי וכו' אלו היה בדורו של אברהם לא היה נחשב לכלום – רש"י הקדוש ברענגט צוויי פשטים אויפען ווארט בדרתיו. איין פשט איז לשבח, דהיינו נח איז געוועהן א צדיק תמים אפילו אין אזא דור פון רשעים, און ווען ער וואלט געלעבט אין א דור פון צדיקים וואלט ער נאך געוועהן פיהל גרעסער אין זיין צדקות. דער צווייטע פשט איז לגנאי. דוקא ווען מען האט איהם פארגליכען צו די אנדערע מענטשען פון זיין דור ווערט ער גערעכענט פאר א צדיק, אבער ווען ער לעבט אינעם זעלבען דור פון אברהם אבינו וואלט ער זעלבסט נישט פאררעכענט געווארען אלץ א צדיק.
דער תפארת שלמה לערנט א פשט אין דעם דרש לגנאי, עפ"י וואס איז ידוע אז צדיקי אמת האלטען פון זיך גארנישט. ווי גרעסער זיי זענען און ווי מער זיי ווערן נתעלה אלץ מער קוקען זיי אראפ אויף זיך און טוהן זיך נישט שעצן. אברהם אבינו האט געזאגט פארן אויבעשטער הנה נא הואלתי לדבר ואנכי עפר ואפר – כאטש איך האב זוכה געוועהן צום מדריגה פון נבואה, צו רעדן צו כביכול, בין איך אין מיינע אייגענע אויגען ווי אש און שטויב.
דאס איז אויך טייטשט אינעם פסוק ביים עקידה הרבה ארבה את זרעך ככוכבי השמים וכחול אשר על שפת הים – טראץ די יודען וועלן זיין אינעם הויכען דרגא פון כוכבי השמים און זיי וועלן לייכטען ווי די שטערן אין הימעל, וועלן זיי זיין געפאלען ביי זיך און זיך האלטען קליין ווי דער זאמד ביים ברעג ים.
אט די מדה פון ענוה, שרייבט דער תפא"ש, האבען מיר באקומען פון אברהם אבינו. זרע אברהם אוהבו – אברהם אבינו איז געוועהן ווי זרע (קערנדליך) און ער האט איינגעזייט פאר יודישע קינדער מדות טובות און מסירות נפש עד סוף כל הדורות. אלע גוטע מדות וואס מיר פארמאגען איז נאר בזכות די אבות הקדושים.
משא"כ נח, ערקלערט דער תפא"ש לויט די דורשין לגנאי, האט יא געוואוסט אז ער איז א צדיק (כמבואר במדרש רבה). דערפאר זאגען חז"ל אילו היה בדורו של אברהם – טאמער וואלט ער געוועהן אין די צייטען פון אברהם, וואלט ער געהאט פון וועמען זיך אפצולערנען די מדה פון ענוה, און לא היה נחשב לכלום – ער וואלט זיך נישט אנגעקוקט גרויס אין זיינע אייגענע אויגען.


קץ כל בשר בא לפני כי מלאה הארץ חמס וגו’ - דער באשעפער האט געזאגט אז דער סוף פון דער מענטשהייט איז געקומען ווייל דער וועלט איז פול מיט רויב. חז”ל שרייבען אז כאטש דער דור המבול האבען געטוהן אלע מיני עבירות דאך לא נחתם גזר דינם אלא על הגזל - דער גזר דין איז נאר גע’חתמ‘עט געווארען צוליב דער עבירה פון גזל.
פרעגט דער תפארת שלמה וואס איז אזוי געפערליך אז איין רשע האט גענומען פון א צווייטען רשע? פארוואס זאל זיך דער רבש”ע אננעמען פאר דער געלט פון רשעים און באשטראפען דער וואס האט גע’גזל‘ט?
כדי דאס צו פארענטפערן ברענגט דער תפא”ש די רייד פונעם מדרש רבה. דארט שטייט אז אברהם אבינו האט געפרעגט שם בן נח מיט וועלכע זכות זענען זיי געראטעוועט געווארען פונעם מבול. האט איהם שם גענטפערט אז ער ווייסט נישט קיין שום אנדערע זאך נאר דאס אז זיי האבען א גאנצען טאג עוסק געוועהן אין חסד און געגעבן די חיות צו עסן.
איז דער תפא”ש מסביר אז פון הימעל פירט מען זיך מיט א מענטש פונקט ווי ער פירט זיך. טאמער מען זעט פון הימעל אז א מענטש פירט זיך מיטן מדת החסד, כאטש ער איז נישט ווערט, וועט מען צו איהם פירען מיטען מדת החסד.
מען קען צושטעלן צו דעם דער באקאנטען טייטש פונעם בעש”ט הק’ אויפן פסוק ה’ צלך - דער אויבעשטער איז דיין שאטן. פונקט ווי א שאטן טוט נאך דער מענטש מיט אלע זיינע מעשים, אזוי אויך איז ביי כביכול. לויט ווי א מענטש פירט זיך אזוי פירט מען זיך מיט איהם.
מיט דעם געבט דער תפא”ש צו פארשטיין פשט אין די אויבערדערמאנטע רייד פון חז”ל. אוודאי איז דער דור המבול געווארען באשטראפט אויף אלע זייערע שלעכטע מעשים. אבער אויב זיי וואלטען זיך געפירט מיט גענאדע איינער צום צווייטען וואלט מען זיך פון הימעל געפירט מיט גענאדע צו זיי. אבער ווייל זיי זענען באגאנגען רשעות צווישען זיך האבען זיי נישט געהאט קיין שום זכות מיט וואס זיך צו שיצען.
צוגעלייגטע
תפארת שלמה נח.pdf
(43.32 KiB) דאונלאודעד 131 מאל
יעדער בשר ודם קען זיך טועה זיין. ואולי אין דברי ההלכות (הרי"ף) בזה נכונים כי אין השלימות בלתי לה' לבדו יתברך ויתעלה ויתנשא שמו יתברך. (ספר הזכות להרמב"ן יבמות כד: מדפי הריף)
די סכנה פון באזוכען כפירה\ליצנות בלאגס

אוועטאר
אנעים זמירות
שר שלשת אלפים
תגובות: 3781
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 05, 2012 10:32 am
לאקאציע: ווען מען זאגט אמר ר' בנימין הכל בחזקת סומין וכו'

תגובהדורך אנעים זמירות » דאנארשטאג אוקטובער 03, 2013 3:08 pm

באמפ. (ביז עס קומט א מפתח)
יעדער בשר ודם קען זיך טועה זיין. ואולי אין דברי ההלכות (הרי"ף) בזה נכונים כי אין השלימות בלתי לה' לבדו יתברך ויתעלה ויתנשא שמו יתברך. (ספר הזכות להרמב"ן יבמות כד: מדפי הריף)
די סכנה פון באזוכען כפירה\ליצנות בלאגס

אוועטאר
אנעים זמירות
שר שלשת אלפים
תגובות: 3781
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 05, 2012 10:32 am
לאקאציע: ווען מען זאגט אמר ר' בנימין הכל בחזקת סומין וכו'

תגובהדורך אנעים זמירות » פרייטאג אוקטובער 24, 2014 12:37 am

ויצא יצא ושוב עד יבשת המים וגו'. דער תפארת שלמה איז מקדים וואס מען זאגט נאך בשם ר' בונם פון פשיסחא, ווי ער פלעגט אנווארענען, "טוטס תשובה געשווינד, ווייל די צייט איז קורץ. מען קען נישט זוימען און נישט אפשטופען, ווייל אט אט קומט שוין משיח צדקנו."
מיט דעם טייטשט דער תפא"ש ויצא יצא – כאטש טאמער א יוד איז חלילה ארויסגעגאנגען מדת הישר, און איז אראפ פונעם גלייכען וועג, ושוב – קען ער, און זאל ער, שנעל תשובה טוהן, ווייל ער האט די מעגליכקייט דאס צו טוהן בלויז עד יבשת – אותיות תשב"י, ביז ווען אליהו התשבי וועט בקרוב קומען מבשר זיין ביאת המשיח. יה"ר שנזכה לראות בקרוב.
צוגעלייגטע
Tiferes Shloime Noach.pdf
(123.8 KiB) דאונלאודעד 93 מאל
יעדער בשר ודם קען זיך טועה זיין. ואולי אין דברי ההלכות (הרי"ף) בזה נכונים כי אין השלימות בלתי לה' לבדו יתברך ויתעלה ויתנשא שמו יתברך. (ספר הזכות להרמב"ן יבמות כד: מדפי הריף)
די סכנה פון באזוכען כפירה\ליצנות בלאגס

נודה לך
שר האלפיים
תגובות: 2816
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 09, 2015 5:47 pm
לאקאציע: אינעם אויבערשטענס הענט

תגובהדורך נודה לך » פרייטאג אוקטובער 12, 2018 2:40 pm

לכבוד שבת
איך דאנק און לויב השי"ת אויף די גרויסע חסדים וואס ער טוט מיט מיר יעדע מינוט


צוריק צו “מדי שבת בשבתו ומועד במועדו”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך איצט דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און איין גאסט