תשעה באב 'שחל בשבת' מנהגים וענינים

פרשת השבוע וענינא דיומא

די אחראים: אחראי, גבאי ביהמד

סידיראם
שר האלפיים
תגובות: 2178
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 03, 2015 1:04 pm

תגובהדורך סידיראם » פרייטאג יולי 20, 2018 11:36 am

סאדאם חוסעין האט געשריבן:
סידיראם האט געשריבן:מיין חבר האט א שאלה. יעדע מוצאי שבת עסט ער פליישיג'ס ביי מלוה מלכה כמנהג פשעווארסק, ווי באקאנט פלעגט רבי איציקל זאגן אז ווער עס עסט יעדע וואך מעג עסן אפילו מוצאי שבת חזון. האט ער א שאלה צו מוצאי תשעה באב די יאר וואס מען גייט זיך דאן וואשן מלוה מלכה, צו דעמאלס מעג מען אויך עסן פלייש, אדער איז מוצאי תשעה באב הארבער.

ניין מוצאי תשעה באב איז גרינגער, אבער איך גלייב שווער אז ר' איציקעל זאל האבן געזאגט אזא מימרא קעגן די הלכה, אפשר רעדט ער פון די שריים פון שבת על פי הבני יששכר, וכדו' אזא היתר,
ר' איציקעל האט נישט עוקר געווען קיין סעיף בשלחן ערוך.


ר' איציקל האט טאקע נישט עוקר געווען קיין סעיף בשולחן ערוך. און דאכט זיך מיר אז ער האט בעסער געקענט שולחן ערוך ווי סאדאם חוסעין און האט פארשטאנען אז די שולחן ערוך רעדט נישט פון איינער וואס איז מקפיד יעדע וואך צו עסן פלייש ביי מלוה מלכה, וואס דאן ווערט דאס גערעכנט אלס א המשך צו די שבת, און אלס סעודת מצוה. (אויב איך געדענק גיט ווערט דאס אויך דערמאנט אין ספר אוצר הלכות)

עס איז מיר א שטיקל פלא אז אזא ידען ווי דיר זאל נישט וויסן די ווארט פון רבי איציקל, גיי נאך היינט אריין אין פשעווארסק (אין וויליאמסבורג איז אויך דא א פשעווארסקע ביהמ"ד מיט א מלוה מלכה יעדע וואך) וועסטו טאקע זעהן א מעשה רב אז מען גיבט פליישיג'ס. און אזוי פירט מען זיך נאך היינט צוטאג'ס ביי נכדו כ"ק אדמו"ר מפשעווארסק שליט"א אז ביי מלוה מלכה יעדע וואך גיבט מען פלייש "אויך מוצאי שבת חזון" היות מען עסט יעדע וואך. (הגם כ"ק אדמו"ר שליט"א אליין עסט נישט קיין איין וואך קיין פלייש ווייל ער פארנעמט דאס, ער האט פון דעים א קבלה פון זיין זיידע, אבער פאר'ן עולם גיבט מען יעדע וואך אויך שבת חזון)

ועוד יותר, רבי איציקל פלעגט זאגן אז אפילו אויב איינער עסט נישט יעדע וואך קיין פלייש, אבער אויב מוצאי שבת חזון נעמט ער זיך פאר צו עסן פלייש ביי מלוה מלכה יעדע וואך, דאן מעג ער שוין עסן פלייש פון יעצט און ווייטער.
EXCLUSIVE COUPONS ON AMAZON FOR YOU NOW!!!!! http://amzn.to/2tHqNZZ

אוועטאר
טשיפקא
שר מאה
תגובות: 242
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג פאברואר 15, 2018 12:05 am

תגובהדורך טשיפקא » פרייטאג יולי 20, 2018 11:45 am

איז היי יאר גרינגער ת"ב נאך חצות צוליבן נדחה?
א קינד איז נישט קיין אייגנטום, עס איז אן אויפגאבע.

אוועטאר
פרייזן
שר מאה
תגובות: 125
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 24, 2018 12:57 pm

תגובהדורך פרייזן » פרייטאג יולי 20, 2018 11:48 am

טשיפקא האט געשריבן:איז היי יאר גרינגער ת"ב נאך חצות צוליבן נדחה?

פרעג א שאלה

אוועטאר
farshlufen
שר עשרים אלפים
תגובות: 20009
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

תגובהדורך farshlufen » פרייטאג יולי 20, 2018 11:58 am

יידישע קהילות האט געשריבן:
ברוקלינער יונגערמאן האט געשריבן:די אויבנדערמאנטע איז צו זעהן אביסל די תוכן הלכה / מציאות
קיינער זאל נישט פסק'נען פון דעם
הלכה למעשה דארף יעדער פרעגן זיין דיין

מ'טאר נישט פסק'ן פון דעם נטעי גבריאל? ער איז נישט גענוג דיין?
ממילא גאר הארבע שאלות ביסטו גערעכט, א דיין דארף זיך אריינלייגן אין די גאנצע מעשה מיט אלע פרטים, אבער "יא זייף אדער נישט זייף?" "איך שוויץ מעג איך נעמען א שויער?" אויף די אלע שאלות איז 100% אויסגעהאלטן זיך סומך זיין אויף א ספר.

ער זאגט דאך, ונכון להחמיר.

אלענפאלס, כדרכו ברענגט ער צו אלע סארטן שיטות מקרני ראמים עד ביצי כינים, ער איז געווענליך נישט מכריע, ועוד ברוך מען יעדן מקור זיינעם בודק זיין צו ס'שטייט דארט גענוי אזוי.

ולסיכום, ברויך יעדער זיך פירן גענוי ווי אבותיו ורבותיו.

נישט כאפן קולות פון איבעראל און די זעלבע קיין חומרות.
סימן דלא ידע כלום, שבוחי.

אוועטאר
טשיפקא
שר מאה
תגובות: 242
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג פאברואר 15, 2018 12:05 am

תגובהדורך טשיפקא » פרייטאג יולי 20, 2018 11:59 am

פרייזן האט געשריבן:
טשיפקא האט געשריבן:איז היי יאר גרינגער ת"ב נאך חצות צוליבן נדחה?

פרעג א שאלה

פונקטליך וואס איך האב געטאן,
פון ווי האסטו געוואוסט?
א קינד איז נישט קיין אייגנטום, עס איז אן אויפגאבע.

אוועטאר
נא_שכל
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4624
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 14, 2008 10:44 pm
לאקאציע: עולם הדמיון

תגובהדורך נא_שכל » פרייטאג יולי 20, 2018 12:08 pm

טשיפקא האט געשריבן:איז היי יאר גרינגער ת"ב נאך חצות צוליבן נדחה?

מיט וואס?
"ואומר לאשר יבוא מכתבי לחזות, אכול את המגילה הזאת. כי מהאוכל יצא מאכל, ושכל יצא משכל ..." (ר' ברכיה בן נטרונאי הנקדן, בהקדמת ספרו 'משלי שועלים').

אוועטאר
ראפאט קראמפלי
שר האלפיים
תגובות: 2298
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוקטובער 07, 2013 12:16 pm
לאקאציע: אין טעלער.

תגובהדורך ראפאט קראמפלי » פרייטאג יולי 20, 2018 12:18 pm

farshlufen האט געשריבן:
יידישע קהילות האט געשריבן:
ברוקלינער יונגערמאן האט געשריבן:די אויבנדערמאנטע איז צו זעהן אביסל די תוכן הלכה / מציאות
קיינער זאל נישט פסק'נען פון דעם
הלכה למעשה דארף יעדער פרעגן זיין דיין

מ'טאר נישט פסק'ן פון דעם נטעי גבריאל? ער איז נישט גענוג דיין?
ממילא גאר הארבע שאלות ביסטו גערעכט, א דיין דארף זיך אריינלייגן אין די גאנצע מעשה מיט אלע פרטים, אבער "יא זייף אדער נישט זייף?" "איך שוויץ מעג איך נעמען א שויער?" אויף די אלע שאלות איז 100% אויסגעהאלטן זיך סומך זיין אויף א ספר.

ער זאגט דאך, ונכון להחמיר.

אלענפאלס, כדרכו ברענגט ער צו אלע סארטן שיטות מקרני ראמים עד ביצי כינים, ער איז געווענליך נישט מכריע, ועוד ברוך מען יעדן מקור זיינעם בודק זיין צו ס'שטייט דארט גענוי אזוי.

ולסיכום, ברויך יעדער זיך פירן גענוי ווי אבותיו ורבותיו.

נישט כאפן קולות פון איבעראל און די זעלבע קיין חומרות
.

קענסט עס איבער זאגן נאך אפאר מאל, ס'איז געווארן אזא פראבלעם די גאנצע געדאנק פון די אלע ספרים,

קודם כל כמעט וואס מ'וויל נאר טוהן קען מען טרעפן א געוויסע שיטה וואס האלט אזוי, און ער פארשטייט אפילו נישט וואס דער פראבלעם איז, ס'איז דאך דא אזא שיטה! ווילסט מיר זאגן אז דער - - - - האט נישט געקענט לערנען?!....

און נאכדעם זעמער אונז באשאנקען געווארן מיט אן א שיעור מנהגים און חומרות און וואס נישט וואס מ'האט נאר אלץ נישט געטראפן אין א געוויסע פנקס הקהילה פון הוידינאנאש, און אויב טוט מען נישט אזוי ווערט מען גאר אן אויפגעקלערטער/קל...


עניוועיז.....
די ריכטיגע ווארט איז ראקאט קראמפלי, איך וויל פשוט מ'זאל נישט כאפן ווער איך בין ממילא רוף איך זיך ראפאט.

ניס קראכער
שר האלפיים
תגובות: 2177
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 26, 2016 5:36 pm

תגובהדורך ניס קראכער » פרייטאג יולי 20, 2018 12:40 pm

געהערט א שיעור פון הרה"ג ר' אברהם צבי וואזנער שליט"א
זאגט ער תשעה באב נדחה איז גרינגער מיט אסאך הלכות אין מען זאל נישט זיין קיין פרומער אין פסקענען אינטער די אייגענע הענט
נאר פרעגן א שאלה(נישט ווען ס'איז שוין צו שפעט)

אוועטאר
בריוועלע
שר מאה
תגובות: 194
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 28, 2018 11:34 am

תגובהדורך בריוועלע » פרייטאג יולי 20, 2018 12:50 pm

ווייסט איינער צו ס'איז דא א ענין/מנהג צו עסן א מילכיגע שלוש סעודות שבת ערב תשעה באב, אויב יא ווי איז די מקור?
אוי בריוועלע, אוי בריוועלע,
כאילו אמרם הוא בעצמו,
(קרעדיט: מוטי שטיינמעץ)

אוועטאר
פרייזן
שר מאה
תגובות: 125
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 24, 2018 12:57 pm

תגובהדורך פרייזן » פרייטאג יולי 20, 2018 12:54 pm

בריוועלע האט געשריבן:ווייסט איינער צו ס'איז דא א ענין/מנהג צו עסן א מילכיגע שלוש סעודות שבת ערב תשעה באב, אויב יא ווי איז די מקור?

וועגען דעם דאווענט מען פריער אין אסך פלעצער

אוועטאר
נפש׳ל
שר חמישים
תגובות: 93
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 17, 2018 6:01 pm
לאקאציע: איבעראל, אבי נישט אין מיר

תגובהדורך נפש׳ל » פרייטאג יולי 20, 2018 1:20 pm

טשיפקא האט געשריבן:איז היי יאר גרינגער ת"ב נאך חצות צוליבן נדחה?

אין א געווענליכע יאר טאר מען נישט עסן קיין פליישיג וויל די ניין טעג גייט אן ביז עשירי חצות, מוצאי תענית ווערן געברענגט מ׳זאל זיך מונע זיין מפני כבוד התענית,
(אין לי כעת ספרים תחת ידי, אבל זה כתוב מפורש במשנה ברורה הלכות תענית דו״ק ותשכח)
טראכטן איז זייער גוט. אבער מ׳טאר נישט זיין א פרעסער

דריידל
שר האלפיים
תגובות: 2554
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 07, 2015 2:13 pm

תגובהדורך דריידל » פרייטאג יולי 20, 2018 5:42 pm

בריוועלע האט געשריבן:ווייסט איינער צו ס'איז דא א ענין/מנהג צו עסן א מילכיגע שלוש סעודות שבת ערב תשעה באב, אויב יא ווי איז די מקור?

כ'מיין אין זמירות דברי יואל שטייט עפעס וועגן דעם (איך געדענק נישט אויב מ'רעדט דארט ספעציפיש וועגן אזא וואך)

אסדר לסעודתא
שר האלף
תגובות: 1674
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אפריל 25, 2018 11:08 pm

תגובהדורך אסדר לסעודתא » פרייטאג יולי 20, 2018 5:47 pm

אין דבר''י שטייט מסתמא די באקאנטע מעשה אז ער האט אלעמאל געווארט כאטש איינמאל קענען עסן א מילכיגע של''ס, ועלתה בידו רק פעם א'. ורק הטביל פרוסת חלה בחמאה....

גארנישט מיט דעם שבת צו טון.

משה ישר
שר חמש מאות
תגובות: 737
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 05, 2018 7:37 pm

תגובהדורך משה ישר » פרייטאג יולי 20, 2018 6:35 pm

בערך אזוי רב לסעודתא, אבער אויסגעשטעלט אין אזא מעשה האב איך נישט געהערט.
נאר פשוט אז א יעדעס יאר אין איינע פין די וואכן ביי של''ס האט די רבי זי"ע געלייגט אביסל פיטער אויף די חלה.
אזוי פירט זיך טאקע אויך כ"ק מרן מהר"א מסאטמאר שליט"א א יעדעס יאר אין איינע פין די וואכן ביי של''ס אין ניו העמפשיר אז מלייגט אביסל פיטער אויף די חלה.
פארליר דיך נישט, האלט דיך גראד אויפ'ן דרך הישר, וועסטו אנקומען אי"ה.

משה ישר
שר חמש מאות
תגובות: 737
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 05, 2018 7:37 pm

תגובהדורך משה ישר » פרייטאג יולי 20, 2018 6:45 pm

איז מילכיגס בכלל א גוטע זאך צו עסן פארן פאסטן אדער גאר פארקערט?
פארליר דיך נישט, האלט דיך גראד אויפ'ן דרך הישר, וועסטו אנקומען אי"ה.

דברים אלו
שר חמש מאות
תגובות: 778
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוקטובער 16, 2015 2:30 pm

תגובהדורך דברים אלו » פרייטאג יולי 20, 2018 6:58 pm

מען מעג שערן די נעגל יעצט?

זיס ווי האניג
שר מאה
תגובות: 244
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג דעצמבער 16, 2013 8:28 am

תגובהדורך זיס ווי האניג » פרייטאג יולי 20, 2018 7:18 pm

יא

דברים אלו
שר חמש מאות
תגובות: 778
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוקטובער 16, 2015 2:30 pm

תגובהדורך דברים אלו » פרייטאג יולי 20, 2018 7:25 pm

זיס ווי האניג האט געשריבן:יא

זיכער?

הערשקא
שר חמישים ומאתים
תגובות: 296
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג פאברואר 14, 2016 1:47 pm

תגובהדורך הערשקא » פרייטאג יולי 20, 2018 7:43 pm

ווי אזוי איז די הלכה לגבי עסן אזאך וואס האט זיך געקאכט צוזאמען מיט פלייש (למשל טשולענט) מעג מען עס עסן פאר טועמיה?

אוועטאר
ראפאט קראמפלי
שר האלפיים
תגובות: 2298
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוקטובער 07, 2013 12:16 pm
לאקאציע: אין טעלער.

תגובהדורך ראפאט קראמפלי » פרייטאג יולי 20, 2018 7:46 pm

אסור (זוי דענק איך).
די ריכטיגע ווארט איז ראקאט קראמפלי, איך וויל פשוט מ'זאל נישט כאפן ווער איך בין ממילא רוף איך זיך ראפאט.

אסדר לסעודתא
שר האלף
תגובות: 1674
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אפריל 25, 2018 11:08 pm

תגובהדורך אסדר לסעודתא » מוצ"ש יולי 21, 2018 11:45 pm

ראפאט קראמפלי האט געשריבן:אסור (זוי דענק איך).

נישט אזוי זיכער

אוועטאר
יאצמעך
שר האלפיים
תגובות: 2800
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אפריל 13, 2015 4:09 pm
לאקאציע: ביים עם הארץ אין מויל

תגובהדורך יאצמעך » זונטאג יולי 22, 2018 12:49 pm

אסדר לסעודתא האט געשריבן:
ראפאט קראמפלי האט געשריבן:אסור (זוי דענק איך).

נישט אזוי זיכער

כ'האב געפרעגט און מ'האט גאפסקענט אז ס'איז פונקט ווי פלייש.
ביטע נעמט נישט מיין שווייגן פאר א שתיקה כהודאה.

סידיראם
שר האלפיים
תגובות: 2178
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 03, 2015 1:04 pm

תגובהדורך סידיראם » זונטאג יולי 22, 2018 2:29 pm

דריידל האט געשריבן:
בריוועלע האט געשריבן:ווייסט איינער צו ס'איז דא א ענין/מנהג צו עסן א מילכיגע שלוש סעודות שבת ערב תשעה באב, אויב יא ווי איז די מקור?

כ'מיין אין זמירות דברי יואל שטייט עפעס וועגן דעם (איך געדענק נישט אויב מ'רעדט דארט ספעציפיש וועגן אזא וואך)


אין זמירות דברי יואל שטייט אז דער רבי האט זיך געפירט כמנהג רבו הקדוש מצאנז אז כאטשיג איינמאל א זוממער ווען עס איז מעגליך צוליב די לאנגע נאכמיטאג, האט מען זיך מקדים געווען און געגעסן מילכיג'ס ביי שלש סעודות, די ענין איז וויבאלד מילכיגס ווייזט אויף רחמים, און מיט דעים איז מען מעורר המתקת הדינים.

לכאורה האט דאס אבער נישט קיין שייכות דוקא מיט שבת שחל בו תשעה באב, און די מנהג פון בעל ויואל משה איז אויך נישט געווען צו עסן מילכיג'ס דוקא די שבת, אויב אזוי איז מיר אלס געווען שווער די מנהג פון אידישע קינדער, אז די שבת שחל בו תשעה באב, יאאאגגגט מען זיך שוין פון די נעגל שניידן, מען איז מקדים די דאווענען, די שלום עליכם, די גיין אין גראסערי, אלעס איז מען מקדים, אלעס כדי מען זאל קענען עסן מילכיג'ס ביי שלש סעודות. עס איז מיר אלס געווען א פלא וואס איז די מקור דערצו, און אויב דאס האט בכלל א מקור.

הן אמת, שמצאתי בספר משנת יעקב להגאון מקאפיש זצ"ל ווי ער ברענגט דארט בשם הרה"ק רא"י מסאדיגורא זי"ע א טעם פארוואס אידן זענען מקדים צו מקבל שבת זיין די שבת שחל בו תשעה באב, וכן אם חל שבת בערב תשעה באב, זאגט ער דארט אז די טעם איז וויבאלד אידן ווילן מאכן א תוספות שבת ווי מער, והיות א געווענליכע שבת קען מען מוסיף זיין מוצאי שבת צו מאריך זיין ביי שלש סעודות, אבער די שבת קען מען נישט מאריך זיין מוצאי שבת (מלבד הקדושים אשר בארץ המה ולא כל הרוצה ליטול את השם וכו' כמ"ש בליקוטי מהרי"ח ואכמ"ל), ממילא איז מען מקדים צו מקבל שבת זיין אביסל פריער. (דער קאפישער רב פירט דארט אויס אז ער האט נישט געזעהן אזא מנהג במדינתינו לא אצל החסידים ולא אצל האשכנזים).

למעשה איז דאס אלעס א טעם פארוואס מען זאל זיך די וואך יאגן בכלל צו מקבל שבת זיין פרי, אבער דאך איז אומפארשטענדליך די מנהג צו דאווענען שבת אינדערפרי מיט א שעה פריער אלעס כדי מען זאל קענען עסן מילכיג'ס ביי שלש סעודות, וואס איז די פשט פון עסן מילכיג'ס די וואך שבת.

ביז איך האב געטראפן אז דאס איז גאר א מנהג צדיקים אזוי צו טוהן. איך האב געזעהן אז הצדיק הקדוש רבינו אהרן קדוש ה' מבעלזא זי"ע פלעגט זיך שוין א שטיק צייט (לפי מה ששמעתי איז דאס געווען עטליכע וואכן, אבל אולי זה קצת גוזמא) פאר די שבת שחל בו תשעה באב או ערב תשעה באב, האט ער זיך געיאגט זייער שטארק און געדאווענט פרי, אלעס כדי מען זאל קענען עסן מילכיג'ס ביי שלש סעודות. זעען מיר פון דעים אז די מנהג איז נישט קיין מנהג בעלי בתים ויסודתו בהררי קודש שנהגו כן צדיקים צו עסן מילכיג'ס ביי שלש סעודות פון אזא שבת ווי היי יאר. (ויתכן אז די עומק הטעם לפי מה ששייך לנו לידע הוא גם כן כטעם דברי הרה"ק מצאנז שהוא להמתיק הדינים ע"י מאכלי חלב, ויתכן שבשבת זו צריך ביותר להמתיק הדינים, אבל א"כ לכאורה הענין הוא דוקא בשבת שחל בו תשעה באב, כי אם שבת הוא בערב תשעה באב א"כ השבת בעצמו הוא כמו כל שבת חזון שבשנה רגילה, וא"כ הי' אז ג"כ לכאורה ענין לאכול מאכלי חלב)
EXCLUSIVE COUPONS ON AMAZON FOR YOU NOW!!!!! http://amzn.to/2tHqNZZ

סידיראם
שר האלפיים
תגובות: 2178
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 03, 2015 1:04 pm

תגובהדורך סידיראם » זונטאג יולי 22, 2018 2:33 pm

נאך אן אינטערסאנטע מנהג בעלזא וואס איז נוגע צו די וואך שבת שחל בו תשעה באב.

אין בעלזא זאגט מען נישט קיין איין וואך דעם זמר ברוך אל עליון, די טעם איז צוליב די זמר רעדט זיךזייער שטארק פון די גלות, און מען איז חושש אויף אבילות בשבת, ווי אויך ווערט דארט דערמאנט 3 מליצות וואס די שורש איז פסוקים פון איכה, חסדי ה' כי לא תמנו, כי אם הוגה וריחם, כי לא יזנח לעולם.

אבער אזא שבת אזוי ווי היי יאר, ווען תשעה באב איז חל בשבת, האט מען יא געזינגען (צו געזאגט) דעם זמר ברוך אל עליון. וכן נהגו גם כן בשנה שחל תשעה באב בערב שבת וואס דאן האט מען געזינגען דעם זמר.
EXCLUSIVE COUPONS ON AMAZON FOR YOU NOW!!!!! http://amzn.to/2tHqNZZ

משהלע
שר חמש מאות
תגובות: 502
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 02, 2017 2:01 pm

תגובהדורך משהלע » זונטאג יולי 22, 2018 2:37 pm

סידיראם האט געשריבן:נאך אן אינטערסאנטע מנהג בעלזא וואס איז נוגע צו די וואך שבת שחל בו תשעה באב.

אין בעלזא זאגט מען נישט קיין איין וואך דעם זמר ברוך אל עליון, די טעם איז צוליב די זמר רעדט זיךזייער שטארק פון די גלות, און מען איז חושש אויף אבילות בשבת, ווי אויך ווערט דארט דערמאנט 3 מליצות וואס די שורש איז פסוקים פון איכה, חסדי ה' כי לא תמנו, כי אם הוגה וריחם, כי לא יזנח לעולם.

אבער אזא שבת אזוי ווי היי יאר, ווען תשעה באב איז חל בשבת, האט מען יא געזינגען (צו געזאגט) דעם זמר ברוך אל עליון. וכן נהגו גם כן בשנה שחל תשעה באב בערב שבת וואס דאן האט מען געזינגען דעם זמר.



גם כן בשנה שחל תשעה באב ביום ראשון.

לא בד"ו פסח וא"ת ב"ש.


צוריק צו “מדי שבת בשבתו ומועד במועדו”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 4 געסט