משפחת הרבנים לייטער

תולדות וסיפורי צדיקים וחסידים

די אחראים: אחראי, גבאי ביהמד

אוועטאר
בן בוזי
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4793
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 19, 2008 12:03 pm

משפחת הרבנים לייטער

תגובהדורך בן בוזי » מאנטאג דעצמבער 07, 2009 3:40 pm

ר' יחיאל מיכל לייטער אב"ד דונאיוב, - מאונט ציון סעמעטערי.

ר' יחיאל מיכל איז געבוירן בשנת תרכ"ד לאביו ר' שלום לייטער דומ"ץ בבובריק וועלכע איז געפארן צו ר' בעריש אלעסקער זוהן פונעם דברת שלמה מלוצק, ער איז נתייתם געווארן פון זיין פאטער און נתגדל געווארן ביי זיין ברודער ר' דוד דוב אב"ד זוואליב, ביי די 15 יאהר האט ער מחבר געווען דעם ספר מזכרת אהבה צוזאמען מיט א חבר, ער האט באקומען סמיכה פון ר' יעקב יצחק יוטעס פון לבוב, פון ר' חיים שמחה אב"ד בובריק, און פונעם מהרש"ם מבערזאן. בשנת תר"נ איז ער אויף גענומען געווארן אלס אב"ד אין דונאיוב ווי ער האט משמש געווען ביזן ערשטן קריג, דאן איז ער נאך פארשידענע וואנדערונגען אנגעקומען בשנת תר"פ קיין אמעריקא ווי ער האט געדינטאין ביהכ"נ מחזיקי הדת אנשי זלאטשוב, ס'דא פון איהם נאך א ספר דרכי שלום.

ר' יחיאל מיכל איז געפארן קיין סטרעטין און טשארטקוב, און קיין בעלזא צום מיטעלער און פריערדיגער רב.

נפטר געווארן כ"ב שבט תרצ"ג

(קרעדיט פון דער פון ר' יחיאל מיכל בילד פאר אור הצפון - בעלזא כסלו תש"ע.)
צוגעלייגטע
ym leiter.jpg
leiter2.jpg
leiter2.jpg (2.95 KiB) געזעהן 4809 מאל
m leiter.jpg
רעוו. אהרן הירשקאוויטץ, מסדר קידושין דעיר סיראקיוז והגלילית: benbeezee@gmail.com

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25726
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » מאנטאג דעצמבער 07, 2009 4:04 pm

יישר-כח הרב בן בוזי פאר די דעטאלן און בילדער, פון משפחת לייטער זענען פארהאן נאך קברים אין 'בית דוד' אין עלמאנט, ר' ברוך אמסעל האט איינס פון ר' יהושע העשיל לייטער ב"ר יחיאל מיכל הנ"ל, אב"ד חברה ביקור חולים אנשי ספרד בעמח"ס נחלת יהושע, און פון ר' משה נחום לייטער ב"ר דוד דוב אב"ד זבאלוב.

אין פיטסבורג איז געווען א באקאנטע רב ר' זאב וואלף לייטער בעמח"ס שו"ת בית דוד וועלכער איז געווען אן אייניקל פון ר' דוד דוב אב"ד זבאלוב פון אנדערן זוהן ר' נתן נטע לייטער אב"ד זלאזיץ ואח"כ מבי דינא רבא בלבוב.
צוגעלייגטע
yehoshua-hershel-leiter.jpg

אוועטאר
בן בוזי
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4793
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 19, 2008 12:03 pm

תגובהדורך בן בוזי » מאנטאג דעצמבער 07, 2009 4:08 pm

דער ר' משה נחום איז א זוהן פון ר' דוד דוב ביי וועמען ר' יחיאל מיכל איז נתגדל געווארן. און דער ר' יהושע העשיל איז א זוהן פון ר' יחיאל מיכל ער איז אוועק יונגערהייט צוויי מאנאטן פאר זיין פאטער און ס'איז אינטערעסאנט אז זיי ליגן באזונדער.
צוגעלייגטע
moshe-nachum-leiter.jpg
רעוו. אהרן הירשקאוויטץ, מסדר קידושין דעיר סיראקיוז והגלילית: benbeezee@gmail.com

אוועטאר
פרעגער
שר האלף
תגובות: 1297
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 09, 2009 11:35 am

תגובהדורך פרעגער » זונטאג דעצמבער 27, 2009 10:55 am

הספד על המהרי"ד ע"י הרה"ג ר' יחיאל מיכל לייטער מדונאיוב.
צוגעלייגטע
CCF12272009_00000.jpg
פרעגט וואס איהר ווילט, ווען איהר ווילט, ווי אזוי איהר ווילט

אוועטאר
farshlufen
שר עשרים אלפים
תגובות: 22372
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

תגובהדורך farshlufen » זונטאג דעצמבער 27, 2009 11:03 am

איין מינוט רב פרעגער, ווער איז געווען דער ר' מנחם מענדל ראובן מיאסלע?
סימן דלא ידע כלום, שבוחי.

אוועטאר
פרעגער
שר האלף
תגובות: 1297
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 09, 2009 11:35 am

תגובהדורך פרעגער » זונטאג דעצמבער 27, 2009 8:24 pm

farshlufen האט געשריבן:איין מינוט רב פרעגער, ווער איז געווען דער ר' מנחם מענדל ראובן מיאסלע?


ר' מנחם מענדל רובין.
פרעגט וואס איהר ווילט, ווען איהר ווילט, ווי אזוי איהר ווילט

אוועטאר
בן בוזי
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4793
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 19, 2008 12:03 pm

תגובהדורך בן בוזי » מאנטאג דעצמבער 28, 2009 8:08 am

פרעגער האט געשריבן:
farshlufen האט געשריבן:איין מינוט רב פרעגער, ווער איז געווען דער ר' מנחם מענדל ראובן מיאסלע?


ר' מנחם מענדל רובין.


היה נכד ליזענסק וראפשיץ, וחתן אצל האלפערין מברעזאן
צוגעלייגטע
rubin-mendel-m.jpg
רעוו. אהרן הירשקאוויטץ, מסדר קידושין דעיר סיראקיוז והגלילית: benbeezee@gmail.com

אוועטאר
farshlufen
שר עשרים אלפים
תגובות: 22372
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

תגובהדורך farshlufen » מאנטאג דעצמבער 28, 2009 8:13 am

יישר כחכם פרעגער ובן בוזי, ס'איז מיר נישט בייגעפאלן אז "ראובן" איז אן אמעריקאנער עם הארצות.
סימן דלא ידע כלום, שבוחי.

אוועטאר
בן בוזי
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4793
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 19, 2008 12:03 pm

תגובהדורך בן בוזי » דינסטאג דעצמבער 29, 2009 3:48 pm

תמונה ממשפחת הרבנים לייטער
צוגעלייגטע
0101_1.gif
0101_1.gif (34.45 KiB) געזעהן 4590 מאל
רעוו. אהרן הירשקאוויטץ, מסדר קידושין דעיר סיראקיוז והגלילית: benbeezee@gmail.com

אוועטאר
בן בוזי
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4793
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 19, 2008 12:03 pm

תגובהדורך בן בוזי » דינסטאג דעצמבער 29, 2009 3:56 pm

אודות ר' אליעזר לייטער רבה האחרון של טרימבאוולי-גאליצי'
צוגעלייגטע
leiter_1.gif
leiter_1.gif (8.16 KiB) געזעהן 4585 מאל
leiter_2.gif
leiter_3.gif
leiter_4.gif
רעוו. אהרן הירשקאוויטץ, מסדר קידושין דעיר סיראקיוז והגלילית: benbeezee@gmail.com

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25726
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » מיטוואך פאברואר 10, 2010 12:07 pm

מיללער האט געשריבן:אין פיטסבורג איז געווען א באקאנטע רב ר' זאב וואלף לייטער בעמח"ס שו"ת בית דוד וועלכער איז געווען אן אייניקל פון ר' דוד דוב אב"ד זבאלוב פון אנדערן זוהן ר' נתן נטע לייטער אב"ד זלאזיץ ואח"כ מבי דינא רבא בלבוב.


דברי הערכה אויפן פיטסבורגער רב ר' זאב וואלף לייטער ז"ל, געשריבען דורך שארו ר' משה ברי"מ לייטער הנ"ל, ר' וואלף לייטער איז נפטר געווארן בשנת תשל"ד ומנו"כ בעיר בני ברק, ארץ ישראל.

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25726
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » דינסטאג אוגוסט 17, 2010 5:44 pm

מיללער האט געשריבן:
מיללער האט געשריבן:אין פיטסבורג איז געווען א באקאנטע רב ר' זאב וואלף לייטער בעמח"ס שו"ת בית דוד וועלכער איז געווען אן אייניקל פון ר' דוד דוב אב"ד זבאלוב פון אנדערן זוהן ר' נתן נטע לייטער אב"ד זלאזיץ ואח"כ מבי דינא רבא בלבוב.


דברי הערכה אויפן פיטסבורגער רב ר' זאב וואלף לייטער ז"ל, געשריבען דורך שארו ר' משה ברי"מ לייטער הנ"ל, ר' וואלף לייטער איז נפטר געווארן בשנת תשל"ד ומנו"כ בעיר בני ברק, ארץ ישראל.


היינט זענען מיר געוואור געווארן פון דעם פראיעקט וועלכע פרעזערווירט די פיטסבורגער אידישע צייטונגען
http://diva.library.cmu.edu/pjn/index.jsp
אריינלייגנדיג 'וואלף לייטער' שפייעט ער מיר אויס 697 רעזולטאטן, ממילא איז שווער אפירצוזוכען א גוטס.
דאס איז דאס ערשטע ווי הרב לייטער ווערט רב אין 'מחזיקי הדת' בשנת תרפ"ג
http://pjn.library.cmu.edu/books/pages. ... &file=0029
די פטירה פון הרב לייטער בשנת תשל"ד
http://pjn.library.cmu.edu/books/pages. ... &file=0031
צוגעלייגטע
0031-lg.jpg

אוועטאר
בן בוזי
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4793
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 19, 2008 12:03 pm

תגובהדורך בן בוזי » מאנטאג אוקטובער 11, 2010 1:39 pm

א בריוו געשריבן לקהלות זבאלוב דורך הגה"ג ר' יצחק שמעלקיש וועגן דער אויפנאמע פון ר' דוד דוב לייטער אלס רב אין זבאלוב, אזוי אויך אנטהאלט עס נאך אינטערעסאנטע פרטים http://hebrewbooks.org/pdfpager.aspx?re ... 70&hilite=
רעוו. אהרן הירשקאוויטץ, מסדר קידושין דעיר סיראקיוז והגלילית: benbeezee@gmail.com

אוועטאר
farshlufen
שר עשרים אלפים
תגובות: 22372
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

תגובהדורך farshlufen » דאנארשטאג ינואר 27, 2011 1:57 pm

בן בוזי האט געשריבן:
פרעגער האט געשריבן:
farshlufen האט געשריבן:איין מינוט רב פרעגער, ווער איז געווען דער ר' מנחם מענדל ראובן מיאסלע?


ר' מנחם מענדל רובין.


היה נכד ליזענסק וראפשיץ, וחתן אצל האלפערין מברעזאן

אולי יגיד לנו הרב המסדר אצל מי הי' חתן.
סימן דלא ידע כלום, שבוחי.

אוועטאר
בן בוזי
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4793
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 19, 2008 12:03 pm

תגובהדורך בן בוזי » דאנארשטאג ינואר 27, 2011 2:42 pm

לא זכור לי לע"ע מאיפוא לקחתי את המידע אודותיו, אבל מסתבר שהיה חתנו של ר' יואל האלפערין מבערזאן

הרב רובין נסתלק צעיר לימים (עיין על המציבה) לכן מסתבר למה הרב מיילעך השמיטו שם.
רעוו. אהרן הירשקאוויטץ, מסדר קידושין דעיר סיראקיוז והגלילית: benbeezee@gmail.com

אוועטאר
בן בוזי
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4793
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 19, 2008 12:03 pm

תגובהדורך בן בוזי » פרייטאג ינואר 28, 2011 11:47 am

איך האב זיך טועה געווען, ער איז געווען אן איידעם ביי ר' טובי' יחיאל מיכל בן ר' זרח ארי' יהודא לייבוש היילפרין בעל אמרי יהודא מברעזאן. רטי"מ איז געווען אן איידעם ביי ר' שלמה מסאסוב. (ר' יואל הנ"ל איז געווען א ברודער מיט רטי"מ).

און יעצט טרעף איך אז מיילעך זז"ג-א"ש האט יא געשריבן וועגן איהם דא.

(בעיקר האסטו דאך געוואלט וויסן צו ר' יואל האלפערין מברעזאן האט איבערגעלאזט קינדער זעסטו דאך דארט בלינק שבתגובה הנ"ל אז ער האט געהאט אן איידעם ענגלענדער)
רעוו. אהרן הירשקאוויטץ, מסדר קידושין דעיר סיראקיוז והגלילית: benbeezee@gmail.com

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25726
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » פרייטאג יוני 17, 2011 11:09 am

א בריוו געשריבען דורך ר' משה לייטער רב דק' אהבת רעים אין ברוקלין בעמח"ס זוטו של ים ושא"ס ב"ר יחיאל מיכל, תמונת מציבתו בתגובה הפותחת את האשכול
צוגעלייגטע
Lieter.jpg

אוועטאר
זאמלער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 459
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 12, 2010 4:26 pm

תגובהדורך זאמלער » מאנטאג ינואר 09, 2012 4:26 pm

זיגל פון ר' זאב וואלף לייטער רב אין פיטסבורג
צוגעלייגטע
IMG_2838.JPG

אוועטאר
farshlufen
שר עשרים אלפים
תגובות: 22372
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

תגובהדורך farshlufen » דאנארשטאג ינואר 26, 2012 9:27 am

מיללער האט געשריבן:די פטירה פון הרב לייטער בשנת תשל"ד
http://pjn.library.cmu.edu/books/pages. ... &file=0031

נאך א מודעה אין א צייטונג, על פטירתו:
http://news.google.com/newspapers?nid=1 ... 36,4176229
סימן דלא ידע כלום, שבוחי.

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25726
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » מיטוואך אוגוסט 22, 2012 1:45 pm

דא אין ניו יארק איז געווען נאך די קריג נאך א רב בשם ר' שמעון לייטער מח"ס ילקוט חדש:
http://www.hebrewbooks.org/3391
זיין טאטע איז געווען ר' יהודה לייב ב"ר דוב לייטער.

איז דאס פון די זעלבע משפחה?

היינט האט ר' ברוך אמסל ארויפגעשטעלט די מציבה פון זיין זון ר' נתן לייטער:
http://kevarim.com/rabbi-nosson-leiter/
אינעם ספר הנ"ל דערמאנט ער די זוהן; ר' מאיר און ר' משה אליהו

אוועטאר
בן בוזי
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4793
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 19, 2008 12:03 pm

תגובהדורך בן בוזי » מאנטאג מאי 06, 2013 1:39 pm

שוין א לענגערע צייט וואס כ'זוך אינפארמאציע וועגן דער ר' משה נחום לייטער הנ"ל מזבאלוב, איצט האב איך אפגעפונען די עלליס איילענד רעקארד פון אום, איז אזוי; ער איז געקומען אהער אליינס (שפעטער געברענגט בני ביתו און משפחה), דארט שטייט אז ער איז געקומען אויפן רוף פון די Hebrew Press Association, און געקומען איז ער מיט נאך צוויי חברים פון רבי'שע אפשטאם, ר' מנדל האגער-אויף איהם און משה נחום שטייט רעוורענד (העמיר געבן די כבוד צו ידען נפלא לבית האגער "תרנגול" זאל מוסיף זיין וואס ער ווייסט דערוועגן), און נחמן זיידמאן אויף וועמען ס'שטייט דר. נחמן זיידמאן איז געווען אן איידעם אין אוסטראה ביי ר' אברהם ספרד ב"ר יעקב יוסף השני מאוסטראה.

דער גאנצער ענין דארף לכאורה א הסבר.
צוגעלייגטע
Moshe nuchem leiter ellis island records 1920.jpg
רעוו. אהרן הירשקאוויטץ, מסדר קידושין דעיר סיראקיוז והגלילית: benbeezee@gmail.com

תרנגול
שר שלשת אלפים
תגובות: 3223
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 04, 2009 11:33 am

תגובהדורך תרנגול » מאנטאג מאי 06, 2013 1:49 pm

דער ר' מענדיל האגער איז געווען א זון פון ר' דוד אליעזר מקוסטניץ ב"ר משה צבי מסאווראן-סטאנאוויץ ב"ר ברוך מסאווראן וואס איז געווען אן איידעם (בזוו"ר. בזוו"ש נשאה אשתו עם הגה"ק בעל מנחת חינוך זצ"ל כידוע) ביי הרה"ק ר' דוד'ל זאבלטאווער (ועל שמו נקרא האגער). הרב האגער איז געווארן שפעטער א מנהיג ידוע ביי די מזרחים אין פולין און דערנאך אין א"י.
איבער זיין נסיעה קיין אמעריקא מיט די אנדערע רבנים פון גאליציע האב איך געטראפן דערמאנט פון יצחק אלפסי אין תפארת שבמלכות:
צוגעלייגטע
מענדל האגר.JPG
הנותן לשכוי בינה...

אוועטאר
בן בוזי
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4793
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 19, 2008 12:03 pm

תגובהדורך בן בוזי » מאנטאג מאי 06, 2013 2:01 pm

א דאנק, הייסט עס אז דאס איז גאר געווען א משלחת פון יהדות גאליציע, אויב אזוי דארף מען איצט וויסן וואספארא משלחת דאס איז געווען. סקרענטאנער רב, אפשר לייגט איר צו א פינגער?
רעוו. אהרן הירשקאוויטץ, מסדר קידושין דעיר סיראקיוז והגלילית: benbeezee@gmail.com

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25726
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » מאנטאג מאי 06, 2013 2:06 pm

בן בוזי האט געשריבן:א דאנק, הייסט עס אז דאס איז גאר געווען א משלחת פון יהדות גאליציע, אויב אזוי דארף מען איצט וויסן וואספארא משלחת דאס איז געווען. סקרענטאנער רב, אפשר לייגט איר צו א פינגער?

וועלכע יאר איז די רעדע?

תרנגול
שר שלשת אלפים
תגובות: 3223
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 04, 2009 11:33 am

תגובהדורך תרנגול » מאנטאג מאי 06, 2013 2:10 pm

אויפן עליס איילענד דאקומענט שטייט 1920 דהיינו תר"פ
הנותן לשכוי בינה...


צוריק צו “על הצדיקים ועל החסידים”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 3 געסט