רבי שלמה לוריא המהרש"ל אבד"ק לובלין - י"ב כסלו של"ד

תולדות וסיפורי צדיקים וחסידים

די אחראים: אחראי, גבאי ביהמד

אוועטאר
יוראפ
שר עשרת אלפים
תגובות: 16267
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 18, 2011 12:16 pm
לאקאציע: על אדמת נכר

תגובהדורך יוראפ » דינסטאג אוגוסט 25, 2015 11:41 pm

געהערט אז דער מהר"ם מלובלין ליגט הארט נעבן דעם מהרש"ל
ווייסט איינער א מקור דערצו און אויב יא וואו דערנעבן?

אוועטאר
נא_שכל
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4577
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 14, 2008 10:44 pm
לאקאציע: עולם הדמיון

תגובהדורך נא_שכל » זונטאג ינואר 15, 2017 11:34 am

ס'איז ידוע אז די בילדער פון מהרש"ל זעט מען אז ער האט געהאט לאנגע האר

בילד

נאך א בילד וואס איז מיוחס צום מהרש"ל

Solomon_Luria.jpg
Solomon_Luria.jpg (55.48 KiB) געזעהן 1958 מאל


ס'האט מיך זייער געוואונדערט פשר הדברים, ביז כ'האב געטראפען א שטיקל מהרש"ל (יש"ש יבמות פי"ב הי"ח) וואס ער שרייבט אז מ'זאל זיך בכלל נישט שערן, איז מעגליך אז ער האט טאקע געהאט לאנגע האר.

ים של שלמה יבמות יב יח - הקפת שער הראש.png



האם יש דברים בגו?
"ואומר לאשר יבוא מכתבי לחזות, אכול את המגילה הזאת. כי מהאוכל יצא מאכל, ושכל יצא משכל ..." (ר' ברכיה בן נטרונאי הנקדן, בהקדמת ספרו 'משלי שועלים').

אוועטאר
יציב פתגם
שר חמשת אלפים
תגובות: 5321
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 25, 2013 3:17 pm

תגובהדורך יציב פתגם » זונטאג ינואר 15, 2017 1:33 pm

מסתמא מישט איר אויס מיט דער הייליגער מהרש"א
00752.gif
FL12176990.jpg

אוועטאר
יציב פתגם
שר חמשת אלפים
תגובות: 5321
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 25, 2013 3:17 pm

תגובהדורך יציב פתגם » זונטאג ינואר 15, 2017 1:44 pm

נא_שכל האט געשריבן:נאך א בילד וואס איז מיוחס צום מהרש"ל

Solomon_Luria.jpg

האם יש דברים בגו?

די צווייטע בילד איז מיוחס אלס דער הייליגער ש"ך אדער הגאון רבי חיים דייטשמאן אב"ד קעלין

הונגרי
שר חמישים
תגובות: 62
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג נובעמבער 15, 2016 2:03 pm

תגובהדורך הונגרי » זונטאג ינואר 15, 2017 4:09 pm

רבי שלמה לוריא רופא(דוקטור) מלובלין חתן רבי יצחק שפירא ב"ר נתן נטע בעל מבוא שערים. גם מצאצאי המהרש"ל?

איטשע
שר האלף
תגובות: 1754
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 27, 2009 10:19 am

תגובהדורך איטשע » מאנטאג ינואר 16, 2017 6:29 am

יציב פתגם האט געשריבן:
נא_שכל האט געשריבן:נאך א בילד וואס איז מיוחס צום מהרש"ל

Solomon_Luria.jpg

האם יש דברים בגו?

די צווייטע בילד איז מיוחס אלס דער הייליגער ש"ך אדער הגאון רבי חיים דייטשמאן אב"ד קעלין


מיוחס צום ש״ך?
דו ווייסט ווי אלט דער ש״ך איז געווען ביי זיין הסתלקות?
ער האט קיין ווייסע בארד נישט געהאט.

אוועטאר
נא_שכל
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4577
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 14, 2008 10:44 pm
לאקאציע: עולם הדמיון

תגובהדורך נא_שכל » מאנטאג ינואר 16, 2017 12:41 pm

די צווייטע בילד וואס איז מיוחס צום מהרש"ל, קומט פון וויקי, און כ'בין נישט זיכער אז ס'איז ממש די זעלבע בילד וואס די ברענגסט פון רבי חיים דייטשמאן.

בילד

אבער די ערשטע בילד, האביך גענומען פון בן בוזי פון דא, און [http://www.ivelt.com/forum/viewtopic.php?p=268888#p268888]זעה דא[/url] אז ער איז עס מייחס צום מהרש"ל.

בילד



למעשה זעה איך דא אז דאס איז גאר א בילד פון רבי יהודה לוריא אבי הרד"ל
צוגעלייגטע
רבי-יהודה-לוריא.jpg
"ואומר לאשר יבוא מכתבי לחזות, אכול את המגילה הזאת. כי מהאוכל יצא מאכל, ושכל יצא משכל ..." (ר' ברכיה בן נטרונאי הנקדן, בהקדמת ספרו 'משלי שועלים').

נחוניא
שר האלפיים
תגובות: 2280
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 18, 2012 4:46 pm

מציבת המהרש"ל

תגובהדורך נחוניא » מאנטאג מאי 22, 2017 2:27 pm

עס איז דא א בילד פון די אריגענעלע מציבה פונעם מהרש"ל?

אוועטאר
יציב פתגם
שר חמשת אלפים
תגובות: 5321
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 25, 2013 3:17 pm

תגובהדורך יציב פתגם » מאנטאג מאי 22, 2017 3:55 pm

0112.gif
0112.gif (58.04 KiB) געזעהן 1650 מאל

אוועטאר
יוראפ
שר עשרת אלפים
תגובות: 16267
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 18, 2011 12:16 pm
לאקאציע: על אדמת נכר

תגובהדורך יוראפ » מאנטאג מאי 22, 2017 4:17 pm

דאס איז די נייע וואס מ'האט געשטעלט בשנת תרל"ו

איטשע
שר האלף
תגובות: 1754
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 27, 2009 10:19 am

תגובהדורך איטשע » דינסטאג מאי 23, 2017 7:09 am

דאס איז אמאל ערגעץ געווען דא.
צוגעלייגטע
שלמה לוריא, לובלין.JPG
שלמה לוריא, לובלין.JPG (50.5 KiB) געזעהן 1626 מאל

נחוניא
שר האלפיים
תגובות: 2280
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 18, 2012 4:46 pm

רבי יחיאל אביו של המהרש"ל

תגובהדורך נחוניא » פרייטאג מאי 26, 2017 1:26 pm

אין פארשידענע ספרים טרעפט מען אז מען שרייבט אז רבי יחיאל דער פאטער פונעם מהרש"ל איז געווען רב פון שטאט סלוצק.
איז דא דערויף א געהעריגע מקור?

איטשע
שר האלף
תגובות: 1754
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 27, 2009 10:19 am

תגובהדורך איטשע » מאנטאג מאי 29, 2017 7:38 am

אויב איז וויקפעדיע גערעכט, איז ער אין סלוצק רב נישט געוועזן:

The first indication of Jews in Slutsk is from 1583 when the town was part of Lithuania
Formal recognition came in 1601
By 1623, Jews owned 16 homes


1583 איז שוין נאך די פטירה פון זיין זוהן דער מהרש״ל!

איטשע
שר האלף
תגובות: 1754
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 27, 2009 10:19 am

תגובהדורך איטשע » מאנטאג מאי 29, 2017 8:25 am

ווי עס זעהט מיר אויס, איז דער ערשטער פלאץ ווי ער ווערט דערמאנט אלס רב אין סלוצק, אין שם ושארית פון ר׳ יוסף כ״ץ.
ער האט זיכער אויך געוואוינט אין פוזנא, ווייל דער מהרש״ל דערמאנט אז ער איז דארטן געבוירן.

נחוניא
שר האלפיים
תגובות: 2280
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 18, 2012 4:46 pm

תגובהדורך נחוניא » מאנטאג מאי 29, 2017 9:06 am

איטשע האט געשריבן:ווי עס זעהט מיר אויס, איז דער ערשטער פלאץ ווי ער ווערט דערמאנט אלס רב אין סלוצק, אין שם ושארית פון ר׳ יוסף כ״ץ.
ער האט זיכער אויך געוואוינט אין פוזנא, ווייל דער מהרש״ל דערמאנט אז ער איז דארטן געבוירן.

שוין. אויב דער ערשטער מקור וועגן סלוצק איז פון ריכ"ץ איז דאס זיכער הויל פאנטאזיע, כידוע לכל.
ליידער האט מען אמאל געמיינט אז ריכ"ץ איז א מקור, און אפילו די פארלעסליכע ספרי יוחסין ברענגען נאך זיינע שטותים און דמיונות.
יעצט דארף מען זען א שריט ווייטער וואס איז דער מקור אז דער ערשטער רב אין בריסק איז געווען רבי יחיאל לוריא א זיידע פונעם מהרש"ל(?).
איך האב מורא אז דאס איז אויך א פאנטאזיע.

איטשע
שר האלף
תגובות: 1754
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 27, 2009 10:19 am

תגובהדורך איטשע » זונטאג יוני 04, 2017 10:53 am

אינ׳ם מקור שטייט בלויז ״אדוני זקיני לבית אבי מ' יחיאל לוריא אשר נאסף בק' בריסק דליטא״!

נחוניא
שר האלפיים
תגובות: 2280
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 18, 2012 4:46 pm

די יחוס'דיגע אפשטאם פונעם מהרש"ל

תגובהדורך נחוניא » דאנארשטאג פאברואר 08, 2018 5:24 pm

אין אורות לחודש תמוז תשע"ז איז געווען געדרוקט אן ארטיקל איבער די יחוס פונעם מהרש"ל.
לויט ווי עס קומט אויס זענען לכאורה פיל פרטים פונעם יחוס פונעם מהרש"ל וואס איז געדרוקט אין אלע ספרי התולדות אן קיין שום מקור.
לדוגמא, עס איז לכאורה נישט געווען אזא איינער ווי רבי יחיאל לוריא אב"ד בריסק, און דער מהרש"ל האט פארשטייט זיך נישט געשטאמט פון א מענטש שלא היה ולא נברא.
https://www.academia.edu/33678017/%D7%9 ... 7%A2%D7%96


צוריק צו “על הצדיקים ועל החסידים”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: Majestic-12 [Bot] און 8 געסט